הרה"ק רבי שמשון מאוסטראפאלע זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » דאנארשטאג יולי 12, 2018 11:12 pm

האט איינע א שיינע עובדא פון איהם צו קענען פארציילן פאר דו קינדער ביום השב"ק לרגל הילולא קדישא?
אדער צו שיקען עפעס א לינק צו אן עובדא?

אלף תודות.

יצחק פון ישיבה
שר מאה
תגובות: 190
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 02, 2018 4:33 am

תגובהדורך יצחק פון ישיבה » פרייטאג יולי 13, 2018 2:54 am

אינטרעסאנטע זאך...
וואס איז דער פשט [אין פנימיות, דרש, סוד...], אז דער גרעסטע מקובלים האבן א יארצייט אין בין המצרים: הרמ"ק, האריז"ל, ר' שמשון אוסטראפאליער, רמ"ע מפאנו, הלא הדבר אומר דרשני..
אויב איינער וייסט הסבר צו דער ענין מפי צדיקים וכו', און ער קען עס שראייבן דא, תע"ב...

 פיש כאפער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

שבת בשבתו - לאנדאן

תגובהדורך  פיש כאפער » זונטאג יולי 15, 2018 2:49 pm

זייער שיין באשריבן, ערשטע חלק, בלאט נומער 16
https://drive.google.com/file/d/1CJ-LEV ... UBWBV/view

ראש הקהל
שר חמש מאות
תגובות: 816
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

תגובהדורך ראש הקהל » זונטאג יולי 15, 2018 3:43 pm

גרויסע שכויח .
צווייטער חלק?

 פיש כאפער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

תגובהדורך  פיש כאפער » זונטאג יולי 15, 2018 4:01 pm

קומענדיגע וואך

אוועטאר
הילולא דצדיקיא
שר האלף
תגובות: 1207
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 22, 2014 11:40 am
לאקאציע: באהלי צדיקים

תגובהדורך הילולא דצדיקיא » זונטאג יולי 15, 2018 4:06 pm

לכבוד די יארצייט

אין ספר שמש ומגן, ווערט געברענגט דעם לשון (אין עמוד 10 סוף ערשטע שטיקל)
וכל המוסיף לעיין בו (במכתב של ר' שמשון מאוסטראפאלע) גם ביום שבת קודש בכל שבת שבו נאמר בדברות שניות זכר ליצי"מ. אני מבטיחו כי ישכיל ויצליח כל אותו שבוע, ובזה מקיים זכר ליצי"מ בשבת יתר על החול, ודוחה מעליו כל גזרות קשות ורעות. וה' הטוב לא ימנע טוב אמן.
להנציח זכרונם של צדיקים
פאר נאך אינפערמאציע 'אויף יא"צ פון צדיקים' קוקט דא http://www.yuhrzeit.com

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג יולי 16, 2018 12:28 pm

דער פאני מענטש האט געשריבן:עפ"י הוראת אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א וועט נישט געבויעט ווערן קיין אוהל ארום דעם קבר, נאר עס וועט אנשטאט ארויפגעבויעט ווערן א דעכל העכערן קבר אזויווי עס איז דא ארום דעם קבר פונעם מהרש"א און נאך אנדערע צדיקים וואס האבן געלעבט נאך פריער פון די תלמידי בעל שם טוב.
פאלגענד איז א בילד פון די רענאווירטע ביה"ח מען קען זעהן דעם גדר פון הונטן
צוגעלייגטע
IMG-20180715-WA0042.jpg
IMG-20180715-WA0042.jpg (258.5 KiB) געזעהן 469 מאל

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3912
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג יולי 16, 2018 12:31 pm

יוראפ האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:עפ"י הוראת אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א וועט נישט געבויעט ווערן קיין אוהל ארום דעם קבר, נאר עס וועט אנשטאט ארויפגעבויעט ווערן א דעכל העכערן קבר אזויווי עס איז דא ארום דעם קבר פונעם מהרש"א און נאך אנדערע צדיקים וואס האבן געלעבט נאך פריער פון די תלמידי בעל שם טוב.
פאלגענד איז א בילד פון די רענאווירטע ביה"ח מען קען זעהן דעם גדר פון הונטן

וועמינס אהל איז דאס?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג יולי 16, 2018 12:35 pm

dovidal האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:עפ"י הוראת אדמו"ר מהר"א מ'סאטמאר שליט"א וועט נישט געבויעט ווערן קיין אוהל ארום דעם קבר, נאר עס וועט אנשטאט ארויפגעבויעט ווערן א דעכל העכערן קבר אזויווי עס איז דא ארום דעם קבר פונעם מהרש"א און נאך אנדערע צדיקים וואס האבן געלעבט נאך פריער פון די תלמידי בעל שם טוב.
פאלגענד איז א בילד פון די רענאווירטע ביה"ח מען קען זעהן דעם גדר פון הונטן

וועמינס אהל איז דאס?

פאר די מצבה פון הרה"ק מאוסטראפאלא זי"ע

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » מאנטאג יולי 16, 2018 4:58 pm

נאך אפאר בילדער
צוגעלייגטע
IMG-20180715-WA0054.jpg
IMG-20180715-WA0054.jpg (299.52 KiB) געזעהן 435 מאל
IMG-20180715-WA0053.jpg
IMG-20180715-WA0053.jpg (157.69 KiB) געזעהן 435 מאל
IMG-20180715-WA0045.jpg
IMG-20180715-WA0045.jpg (139.01 KiB) געזעהן 435 מאל

 פיש כאפער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

תגובהדורך  פיש כאפער » מאנטאג יולי 16, 2018 6:40 pm

בנוגע א אוהל:
ווען די שיעור ג' פון קרית יואל שנת ע"ה האבן זיך אונטערגענומען צו רענאווירן די בית החיים זענען עטליכע בחורים אריין צו כ"ק מהר"א מ'סאטמאר און האט באפוילן נישט צו בויען א אוהל, די סיבה דערביי האט מען שפעטער קלארגעשטעלט איז ווייל אזוי ווי עס געפינען זיך אין די בית החיים פיל מיט ביינער עצמות קדושות, קען זיין א בזיון אויב מען וועט אריינגראבן אין די ערד.

די אייניקלעך פון די משפחה האבן זיך דאן (פלוצלינג האבן זיי זי זיך בכלל אנגערופן) אז זיי ווילן יא מאכן א אוהל, און זיי האבן געלייגט פרעשור אויף ר' ישראל מאיר גבאי - יו"ר אגודת אהלי צדיקים, אבער ר' ישראל מאיר האט זיך געהאלטן צו די בחורים וויבאלד זיי האבן זיך אונטערגענומען די פראיעקט.

למעשה קוקט אויס אז די משפחה האט אויסגעפירט און געמאכט א שיינע אוהל וואס לכאורה לדעתי איז נישטא אזאנס אין גאנץ אוקריינא (אפשר מהרש"א).

איך הער אז מ'האט טאקע אכטונג געגעבן נישט צו אריינגראבן אין די ערד.

אינטערסאנט איז אז די בחורים האבן אפגעקויפט א שטח צו קענען בויען דערויף ביה"כ אבער קוקט אויס די משפחה איז מער ווארעם פאר א אוהל?!?

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » דינסטאג יולי 17, 2018 10:32 pm

ווען האט מען געבויעט די אהל?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19734
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מיטוואך יולי 18, 2018 9:15 am

מורשת אוקריינא האט געשריבן:לפי עדותו של הרב ר' אלימלך קאוועלענקא ז"ל יליד אסטראפליע איז די קבר פון רבי שמשון געווען אינמיטן שטאט.
בכלל נישט אינעם בית החיים.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:00 am

farshlufen האט געשריבן:
מורשת אוקריינא האט געשריבן:לפי עדותו של הרב ר' אלימלך קאוועלענקא ז"ל יליד אסטראפליע איז די קבר פון רבי שמשון געווען אינמיטן שטאט.
בכלל נישט אינעם בית החיים.


אפשר האט מען שפעטער באערדיגט מענטשן ארום און אזוי איז דאס געווארן א בית החיים?
כפי ידיעתי האט ר' ישראל מאיר גבאי זיך נאכגעפרעגט ביי די עלטער גוי'אישע איינוואוינער, און זיי האבן פארציילט אז אידן פלעגן אהינצוקומען צו די פלאץ פארן קריג צום קבר פון הרה"ק ר' שמשון מאוסטראפאליע זי"ע.

 פיש כאפער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

תגובהדורך  פיש כאפער » דאנארשטאג יולי 19, 2018 3:44 am

די בריוו איז געווען אין די גליון "אילני הפרדס":

לכבוד מערכת אילני הפרדס הע"י:
א גרויסן יישר כח פארן באשרייבן איבער הרה"ק ר' שמשון אוסטרופול'ער זצ"ל, עס טראגט ביי מיר א גרויס חשיבות אלס אן אייניקל, איך האב שוין באזיכט דארט ביים ציון, און ב"ה אז מ'וועט מאכן תיקונים אינעם ביה"ח פון אוסטרופולי.
אויב מעגליך, וואלט איך געבעטן אז ווען מ'באשרייבט זיין ציון זאל מען אויסקלארן די פאקטן, עס זענען פארהאנען נוסחאות אז מ'האט אים גע'הרג'ט אין פולנאה, אויב אזוי וויאזוי איז זיין ציון אין אוסטרופולי? עס איז אויך דא א נוסח אז ער איז גע'הרג'עט געווארן אין אוסטרופולי, אבער איך ווייס נישט קיין מקור דערצו. אין ספר ניצוצי שמשון שרייבט ער אז מ'האט אים באגראבן אין א מארק, אבער איך בין געווען ביי זיין ציון, און ס'איז ארומגענומען מיט קברים, עס זעט נישט אויס אז ס'איז געווען דארט א מארק. אויב איר וואלט דאס געקענט מברר זיין און קלארשטעלן א בילד וואס זאל פארענטפערן די סתירות, וואלט איך אייך שטארק מכיר טובה געווען.
בכבוד רב: ש. ד. ה. וויליאמסבורג

תשובת המערכת: צום ערשט, א יישר כח פאר די חיזוק ווערטער, עס איז א שטארקער חיזוק צו הערן פון אזא חשובע'ר מרביץ תורה שעצונג און אנערקענונג איבער אונזער ארבעט צו חוקר זיין א קדוש וטהור פון איבער דריי הונדערט יאר צוריק.

בנוגע אייער אנפראגע איבער א שטיקל צומישעניש, דער בילד פון וואס איר רעדט איז גאנץ פשוט. הרה"ק ר' שמשון איז אומגעקומען עקדה"ש אין פולנאה, דאס איז כו"ע מודי, אלע ספרי הדורות שרייבן דאס. איבער אייער פראגע איבער א גירסא אז ער איז אומגעקומען אין אוסטרופולי, מעגליך אז די רעדע איז איבער הרה"ק ר' שמואל מ'אוסטרופולי הי"ד, א זוהן פון פון הרה"ק ר' שמשון וואס איז ליידער גע'הרג'עט געווארן אין אוסטרופולי, און מ'האט פארמישט צווישן הרה"ק ר' שמשון און הרה"ק ר' שמואל.
ווען די קאזאקן זענען אוועק פון פולנאה האבן אפאר אידן אריבערגעפירט דעם גוף קדוש פון הרה"ק ר' שמשון זי"ע קיין אוסטרופולי, און אים דארט באערדיגט. עס איז דא א סברא ביי היסטאריקער אז דער בית החיים איז געווען אין מארק, און עס איז גאר מעגליך אז די קאזאקן האבן צושטערט דעם מארק, און דער פלאץ איז פארבליבן בלויז א בית החיים. גראדע איז דארט (אין ביה"ח) אויך פארהאנען א 'קבר אחים' פון די אלע אומגעקומענע עקדה"ש פון אוסטרופולי אין שנת ת"ח ות"ט.

צום שלוס: זיך פארבינדנדיג מיט הרה"ח ר' ישראל מאיר גבאי הי"ו – יו"ר אגודת אהלי צדיקים לקברי צדיקים באוקריינא, האט ער אונז פארציילט אז עס איז צו אים געקומען (פאר יארן צוריק) אן אלטן גוי – גראדע א אידיש אפשטאמיגע – און דערציילט מסיח לפי תומו אז ער געדענקט נאך פון ווען ער איז געווען א קינד – בעפארן וועלט קריג – ווי אידן פלעגן קומען אויף דעם פלאץ כסדר מתפלל זיין, און דעמאלט האט ער געבויעט די מצבה אויף יענעם ארט.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג יולי 19, 2018 7:11 am

 פיש כאפער האט געשריבן:בנוגע אייער אנפראגע איבער א שטיקל צומישעניש, דער בילד פון וואס איר רעדט איז גאנץ פשוט. הרה"ק ר' שמשון איז אומגעקומען עקדה"ש אין פולנאה, דאס איז כו"ע מודי, אלע ספרי הדורות שרייבן דאס. איבער אייער פראגע איבער א גירסא אז ער איז אומגעקומען אין אוסטרופולי, מעגליך אז די רעדע איז איבער הרה"ק ר' שמואל מ'אוסטרופולי הי"ד, א זוהן פון פון הרה"ק ר' שמשון וואס איז ליידער גע'הרג'עט געווארן אין אוסטרופולי, און מ'האט פארמישט צווישן הרה"ק ר' שמשון און הרה"ק ר' שמואל.
ווען די קאזאקן זענען אוועק פון פולנאה האבן אפאר אידן אריבערגעפירט דעם גוף קדוש פון הרה"ק ר' שמשון זי"ע קיין אוסטרופולי, און אים דארט באערדיגט.

בימים ההם האט מען כמעט נישט אריבערגעפירט קיין נפטרים פון איין שטאט צו די אנדערע.
פון פולנאה קיין אסטראפאלי איז בערך 70 קילאמעטער, וואס דאס מיינט דריי טאג צו פארן מיט א וואגן.
מען דארף וויסן אויב עס איז בכלל פארלעסליך אז ער איז אומגעקומען אין פולנאה.
וועלכע זענען די "אלע ספרי הדורות" וואס שרייבן אזוי?
לדעתי שטאמט עס נאר פונעם ספר יון המצולה און מען דארף וויסן אויב עס איז טאקע אזוי הונדערט פראצענט מדוייק ואכמ"ל.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19734
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יולי 19, 2018 9:55 am

 פיש כאפער האט געשריבן:צום שלוס: זיך פארבינדנדיג מיט הרה"ח ר' ישראל מאיר גבאי הי"ו – יו"ר אגודת אהלי צדיקים לקברי צדיקים באוקריינא, האט ער אונז פארציילט אז עס איז צו אים געקומען (פאר יארן צוריק) אן אלטן גוי – גראדע א אידיש אפשטאמיגע – און דערציילט מסיח לפי תומו אז ער געדענקט נאך פון ווען ער איז געווען א קינד – בעפארן וועלט קריג – ווי אידן פלעגן קומען אויף דעם פלאץ כסדר מתפלל זיין, און דעמאלט האט ער געבויעט די מצבה אויף יענעם ארט.

הייסט אז ער גלויבט ענדערש עפעס א אידיש אפשטאמיגער גוי ווי א חסיד'ישער איד וואס איז דארט אויפגעוואקסן?.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2295
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג יולי 19, 2018 10:14 am

farshlufen האט געשריבן:
 פיש כאפער האט געשריבן:צום שלוס: זיך פארבינדנדיג מיט הרה"ח ר' ישראל מאיר גבאי הי"ו – יו"ר אגודת אהלי צדיקים לקברי צדיקים באוקריינא, האט ער אונז פארציילט אז עס איז צו אים געקומען (פאר יארן צוריק) אן אלטן גוי – גראדע א אידיש אפשטאמיגע – און דערציילט מסיח לפי תומו אז ער געדענקט נאך פון ווען ער איז געווען א קינד – בעפארן וועלט קריג – ווי אידן פלעגן קומען אויף דעם פלאץ כסדר מתפלל זיין, און דעמאלט האט ער געבויעט די מצבה אויף יענעם ארט.

הייסט אז ער גלויבט ענדערש עפעס א אידיש אפשטאמיגער גוי ווי א חסיד'ישער איד וואס איז דארט אויפגעוואקסן?.

אינעם ספר "צרור החיים" פון הרה"ח ר' חיים ליבערזאן ז"ל (געדרוקט אין בילגוריי תרפ"ה) שטייט אויך אז ער ליגט אינמיטן שטאט אסטראפאלע.
צרור החיים - ליברזון, חיים בן ישעיה - HebrewBooks.org ID# 44024 page 23.jpg
צרור החיים - ליברזון, חיים בן ישעיה - HebrewBooks.org ID# 44024 page 23.jpg (196.89 KiB) געזעהן 318 מאל

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 19, 2018 1:30 pm

פאסט אפשר נישט יעצט אין די די 9 טעג אבער אויף געוויסע ווערטער (נישט דער צרור החיים, נאר פריער...) שרייט זיך ארויס חחחח

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג יולי 19, 2018 1:38 pm

יוראפ האט געשריבן:פאסט אפשר נישט יעצט אין די די 9 טעג אבער אויף געוויסע ווערטער (נישט דער צרור החיים, נאר פריער...) שרייט זיך ארויס חחחח


קענסט אפשר מער מסביר זיין דיינע דברים סתומים.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16371
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דאנארשטאג יולי 19, 2018 1:44 pm

סידיראם האט געשריבן:
יוראפ האט געשריבן:פאסט אפשר נישט יעצט אין די די 9 טעג אבער אויף געוויסע ווערטער (נישט דער צרור החיים, נאר פריער...) שרייט זיך ארויס חחחח


קענסט אפשר מער מסביר זיין דיינע דברים סתומים.

אויף געוויסע מקורות, גענוג?

 פיש כאפער
שר העשר
תגובות: 10
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 10:10 am

שבת בשבתו - לאנדאן

תגובהדורך  פיש כאפער » פרייטאג יולי 20, 2018 9:10 am



צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ארי וואהרמאן, נחוניא און 16 געסט