הרה"ק רבי שמשון מאוסטראפאלע זצ"ל - נעק”ה ג’ אב ת”ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

הרה"ק רבי שמשון מאוסטראפאלע זצ"ל - נעק”ה ג’ אב ת”ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

היינט איז זיין יומא דהולולא וואס ער איז אימגעקימען דורך די רוצחים מיט א מיתה משינה רח"ל
זיין בריוו וואס מען זאגט פסח אויף דערנאכט איז מסיגל מען זאל ניצל ווערן אלע מינע צרות פון א עקסידענט רח"ל
אידען אין די לאגער פלעגן דאס זאגן יעדן טאג דורך דעם זענען זיי ניצל געווארן פלעגן זיי זאגן .
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

רבינו שמשון זצ"ל איז אוועק דוכט זיך ביי די צרות ת"ח ות"ט הי"ד.
ער איז געווען א גאון עצום בתורת הנסתר שאין דוגמתו ווי מזעט בספרו דן ידין.

די בריוו איז א סגולה צו לערנען ערב פסח אווי ער פירט אויס "וביותר בערבי פסחים".

עניוועי כ'מיין ס'יז שוין דא א טאפיק דערוועגן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

הנני מוכן ומזומן לקיים מצות השבת אבידה

הודעהדורך משה קאפויער אום דינסטאג יולי 13, 2010 4:55 pm
היינט נאכט איז די יארצייט פונעם געטליכן בעל מקובל רבי שמשון מ וסטראפאלע הי"ד זי"ע ועכי"א.

ער איז געבוירן געווארן אין די שטאט קאריץ אום יאר ה' אלפים ש"ס לפ"ק, צו זיין טאטן ר' פסח (איידעם פון ר' שמעון בן בצלאל ליווא - אחי המהר"ל מפראג).

ער האט געהאט א מגיד מיט וועם ער פלעגט לערנען סתרי תורה יעדן טאג.

אום ג' אב שנת ת"ח לפ"ק, איז ער אומגעברענגט געווארן על קידוש השם אין די שטאט פולנאה זייענדיג אין ביהמ"ד מלובש בטלית ובתכריכין אינאיינעם מיט נאך 300 תלמידי חכמים, השם ינקום דמם במהרה.

זיין תלמיד ר' נתן הנובר האט געשריבן:והיה בתוכם איש אחד חכם ונבון ומקובל האלקי ושמו מוהר"ר שמשון מ "ק אוסטרופולי. ובא מלאך המגיד אליו בכל יום ולמד עמו סתרי תורה. ועשה המקובל הנ"ל פירוש על הזוהר על פי קבלת מהאר"י ז"ל ולא זכינו שיבא להדפוס. ואמר לו המגיד לפי הגזיר' שיעשו תשובה גדולה שלא יבא כך הגזירה רעה. ודרש כמה פעמים בבית הכנסת והזהיר לעם שיעשו תשובה על הצרה שלא תבא, וכן עשו תשובה גדולה בכל הקהילות ולא הועילה כי כבר נחתם הגזירה רעה. וכאשר באו האויבים וצרים על העיר נכנס המקובל הנ"ל לבית הכנסת ושלש מאות בעלי בתים עמו, כולם חכמים גדולים וכולם מלובשים בתכריכין ובטליתו' על ראשיהם ועסקו בתפילה גדולה עד שבאו האויבים לעיר ונהרגו שם כולם בבית הכנסת על אדמת קדש הי"ד.



זיינע חיבורים:
• דן ידין: פירוש על ספר "קרנים".
• מחנה דן (נשרף).
• ליקוטי שושנים.

משה קאפויער
שר חמשת אלפים
הודעות: 5586


הודעהדורך בןהרחמן אום מיטוואך יולי 14, 2010 1:16 am

משה קאפויער האט געשריבן:זיינע חיבורים:
• דן ידין: פירוש על ספר "קרנים".
• מחנה דן (נשרף).
• ליקוטי שושנים.


אויפן שער בלאט פונעם ספר נפלאות חדשות רעגנט ער אויס נאך עטליכע ספרים:
בן מנוח
מנחה שלוחה
נזר אלקים
שמש ומגן
שמש נוגה
יזרח שמש

בןהרחמן
סעקרעטאר
הודעות: 1139


הודעהדורך איטשע אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:17 am

משה קאפויער האט געשריבן:ער איז געבוירן געווארן אין די שטאט קאריץ אום יאר ה' אלפים ש"ס לפ"ק, צו זיין טאטן ר' פסח (איידעם פון ר' שמעון בן בצלאל ליווא - אחי המהר"ל מפראג).




תקון טעות (עס איז שוין אן אלטע טעות).
ר' פסח'ס שווער איז געווען ר' "שמשון" נישט ר' שמעון, ער האט געדינט אלס רב אין קרעמניץ, און ער איז אויך געווען פון די רבנים פון די וועד ארבע ארצות פולין.
און די טאטע פון דער מהר"ל, איז נישט געווען קיין עם הארץ, עס קומט זיך עם כאטש א "ר'".

איטשע
שר חמישים ומאתים
הודעות: 318


הודעהדורך משה קאפויער אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:20 am
יישר ר' איטשע פאר די תיקונים והערות.

משה קאפויער
שר חמשת אלפים
הודעות: 5586


הודעהדורך איטשע אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:23 am
בד"ו ווי איז דער מקור פון שנת לידתו?

איטשע
שר חמישים ומאתים
הודעות: 318


הודעהדורך משה קאפויער אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:32 am

בןהרחמן האט געשריבן:
משה קאפויער האט געשריבן:זיינע חיבורים:
• דן ידין: פירוש על ספר "קרנים".
• מחנה דן (נשרף).
• ליקוטי שושנים.



אויפן שער בלאט פונעם ספר נפלאות חדשות רעגנט ער אויס נאך עטליכע ספרים:
בן מנוח
מנחה שלוחה
נזר אלקים
שמש ומגן
שמש נוגה
יזרח שמש



אגב; עס איז דא א ספר "נפלאות חדשות" פון ר' נח מינדעס, וואס מאנכע האבן א טעות אז דאס איז אויך פון ר' שמשון מ וסטראפאלע.
לעצט פאראכטן דורך משה קאפויער אום מיטוואך יולי 14, 2010 1:01 pm, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

משה קאפויער
שר חמשת אלפים
הודעות: 5586


הודעהדורך משה קאפויער אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:38 am

איטשע האט געשריבן:

משה קאפויער האט געשריבן:ער איז געבוירן געווארן אין די שטאט קאריץ אום יאר ה' אלפים ש"ס לפ"ק, צו זיין טאטן ר' פסח (איידעם פון ר' שמעון בן בצלאל ליווא - אחי המהר"ל מפראג).




תקון טעות (עס איז שוין אן אלטע טעות).
ר' פסח'ס שווער איז געווען ר' "שמשון" נישט ר' שמעון, ער האט געדינט אלס רב אין קרעמניץ, און ער איז אויך געווען פון די רבנים פון די וועד ארבע ארצות פולין.


גערעכט! איך האב נאכגעקוקט, און די נאמען איז טאקע געווען ר' שמשון (ר' שמשון מ וסטראפאלע האט געהייסן נאכן זיידן).

משה קאפויער
שר חמשת אלפים
הודעות: 5586


הודעהדורך משה קאפויער אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:46 am
אינטערסאנט אנצומערקן אז אין שארית ברוך פון ר' ברוך רובין אבדק"ק ברעזדאוויץ, איז געדרוקט צום סוף א קונטרס מיטן נאמען "זרע קודש מצבתה" וואס איז נתחבר געווארן דורך ר' אשר ישעי' רובין בן ר' יעקב ישראל ישורין מסוליצא, שרייבט ער דארטן אז די יארצייט פון ר' שמשון א ז אום כ' סיון און נישט אום ג' אב.

משה קאפויער
שר חמשת אלפים
הודעות: 5586


הודעהדורך משה קאפויער אום מיטוואך יולי 14, 2010 11:51 am

איטשע האט געשריבן:בד"ו ווי איז דער מקור פון שנת לידתו?



אזוי ווערט געברענגט אין קונטרס "תפארת אבות" שיצא לאור בשנת תשנ"ט לרגל שמחת נישואין של הרב חיים מאיר האגער חתן אדמו"ר מספינקא בארא פארק שליט"א.

משה קאפויער
שר חמשת אלפים
הודעות: 5586


הודעהדורך שוועמל אום מיטוואך יולי 14, 2010 12:10 pm

משה קאפויער האט געשריבן:אום ג' אב שנת ת"ח לפ"ק, איז ער אומגעברענגט געווארן על קידוש השם אין די שטאט פולנאה זייענדיג אין ביהמ"ד מלובש בטלית ובתכריכין אינאיינעם מיט נאך 300 תלמידי חכמים, השם ינקום דמם במהרה.

זיין תלמיד ר' נתן הנובר האט געשריבן:והיה בתוכם איש אחד חכם ונבון ומקובל האלקי ושמו מוהר"ר שמשון מ "ק אוסטרופולי. ובא מלאך המגיד אליו בכל יום ולמד עמו סתרי תורה. ועשה המקובל הנ"ל פירוש על הזוהר על פי קבלת מהאר"י ז"ל ולא זכינו שיבא להדפוס. ואמר לו המגיד לפי הגזיר' שיעשו תשובה גדולה שלא יבא כך הגזירה רעה. ודרש כמה פעמים בבית הכנסת והזהיר לעם שיעשו תשובה על הצרה שלא תבא, וכן עשו תשובה גדולה בכל הקהילות ולא הועילה כי כבר נחתם הגזירה רעה. וכאשר באו האויבים וצרים על העיר נכנס המקובל הנ"ל לבית הכנסת ושלש מאות בעלי בתים עמו, כולם חכמים גדולים וכולם מלובשים בתכריכין ובטליתו' על ראשיהם ועסקו בתפילה גדולה עד שבאו האויבים לעיר ונהרגו שם כולם בבית הכנסת על אדמת קדש הי"ד.




גאר אינטערעסאנט וואס דו ברענגסט, ר' אברהם אשכנזי בספרו 'צער בת רבים' שרייבט פונקט פארקערט:

הר"ר שמואל ז"ל ומוהר"ר שמשון ז"ל מק"ק אסטראפאלי הבירה שואר ראשי ישיבות ואלופי תורה, קדשו שם הגדול הגבור והנורא, ומהר"ר שמשון ז"ל היה יודע שכך נגזרה גזירה כי הי לו נר מלפני הגבורה, ואמר כמה פעמים שיעשו תשובה גמורה, לאל דר בנהורא, ולא תהי' הגזירה וצרה, ולא השגיחו לדבריו ותורה זרקו לאחורה, ודבקו עשק וצרה, והלכו באורח לא ישרה, ולכן נהפכו פנינו כשולי קדירה, ואתה ה' הנכבד והנורא, תיטיב עמנו ולא תוסיף עוד ליסרה."

לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')

שוועמל
שר שבעת אלפים
הודעות: 7316


הודעהדורך זושאלע אום מיטוואך יולי 14, 2010 12:23 pm
אין הגהות ביאור הצבי והצדק אויף ספה"ק אגרא דכלה, פר' וישלח אות נה, דערמאנט ער א ספר פון מהר"ש מאוסטרופאליא מיטן נאמען "ניצוצי שמשון".
מען זאל נישט געפרובט ווערן...

זושאלע
שר העשר
הודעות: 46


הודעהדורך שוועמל אום מיטוואך יולי 14, 2010 12:42 pm
ניצוצי שמשון א ז א ליקוט פון תורות של רבינו שמשון, ס האט אביסל תולדות ביים ענדע.
ארויסגעגעבן דורך ר' אברהם יעקב בומבאך תשמ"א.
לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')

שוועמל
שר שבעת אלפים
הודעות: 7316


הודעהדורך והוא פלאי אום מיטוואך יולי 14, 2010 12:54 pm
בנוגע זיין יומא דהילולא געדענק איך אביסעל א מבוכה, אבער כ' סיון קומט ווארשיינליך פון א טעות, ווייל כ' סיון האט מען קובע געווען דאס צווייטע מאל פאר א תענית צוליב קדושי ת"ח ות"ט, און ר' שמשון א סטראפאלער איז געווען אין א געוויסען זין א סימבאל פון ת"ח ות"ט, כידוע אז צדיקים האבען אויף אים געזאגט עניינים פון משיח בן יוסף, ממילא איז נתערב געווארן די צוויי זאכען,
עכ"ז געדענק איך אז עס איז דא עפעס א דאטום אין תמוז וואס טייל צייכענען אן אלס יומא דהילולא.

כדאי אנצומערקען אז ר' שמשון ש יטאווקער, ווערט געברענגט אין די ספרים איז געווען אן אייניקעל און געהייסען נאך אים
וכן ר' שמשון ז ואלינער

בנוגע הספר הק' דן ידין, עס איז פארהאן א פירוש אויפן קרניים פון הרה"ק ר' אליעזר פישל מסטריקוב, פרשת אליעזר, שרייבט ער אין די הקדמה, אז עס זענען געווען מפקפקים אז דער גאנצער קרניים איז נישט קיין אלטע זאך, נאר מעשה ידי ר' שמשון א יינס לעשות החיבור ע"ז, און ער ברענגט ראיות אז אינו נכון, נאר קרניים איז אן אלטע מדרש,
איך בין נייגיריג, איז דער פקפוק געקומען פון אן ערליכע מקור, אדער פון משכילים,
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר חמש מאות
הודעות: 888


הודעהדורך שוועמל אום מיטוואך יולי 14, 2010 1:12 pm
לכבוד די יארצייט היינט וועל איך ברענגען א גאר געהויבן פשט פון רבינו שמשון ז "ל.

וכל מעשר בקר וצאן כל אשר יעבר תחת השבט העשירי יהיה קודש לה'. ובגמרא יצתה בת קול אשריך רבי עקיבא שיצתה נשמתך באחד.
פרעגט רבינו שמשון מ ר וויסן דאך אז די עשרה הרוגי מלכות זענען געווען תמורת השבטים ביי מכירת יוסף, נו ביי מכירת יוסף איז דאך נאר געווען ניין שבטים ווייל ראובן און בנימין זענען נישט דארט געווען טא פארוואס איז דא צען הרוגי מלכות?

זאגט ער מוראדיגע ווערטער, אז דער צענטער איז געווען די שכינה הקדושה וואס די שבטים האבן מצרף געווען כמבואר בפרקי דר"א שנסתלקה שכינה מיעקב אבינו ע"ה עד שחזר אליו יוסף. נמצא כביכול שהיה להשכינה ג"כ חלק עמהם בזה והבן.

והנה ידוע שרבי עקיבא היה תמורה להשכינה הקדושה, כמובא בג' רבי עקיבא דרש את ה' אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, מפני שהשוה כבודו לכבוד המקום ב"ה וע"כ היה הוא במקום השכינה. (ועי"ש עוד טעם).

וידוע שרבי עקיבא היה רועה כמובא בכתובות ס"ב ומנשמת גרים שתלוי במדה העשירית מדת מלכות כידוע, זאגט ער דאס איז דער פסוק דא מגלה וכל מעשר בקר וצאן כל אשר יעבר תחת השבט, אלע הרוגי מלכות זענען געווען תחת השבט פי' במקום השבטים, אבער העשירי יהיה קודש לה' , היינו רבי עקיבא שנקרא עשירי יהיה תמורה להשכינה הקדושה, קודש לה'! וע"כ הוא ותמורתו יהיו קודש. ודפח"ח.

(פתגמין קדישין)
לכן חכו לי נאם ה' ליום קומי לעד (צפניה ג')

שוועמל
שר שבעת אלפים
הודעות: 7316


הודעהדורך בןהרחמן אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 2:22 am

איטשע האט געשריבן:

משה קאפויער האט געשריבן:ער איז געבוירן געווארן אין די שטאט קאריץ אום יאר ה' אלפים ש"ס לפ"ק, צו זיין טאטן ר' פסח (איידעם פון ר' שמעון בן בצלאל ליווא - אחי המהר"ל מפראג).




תקון טעות (עס איז שוין אן אלטע טעות).
ר' פסח'ס שווער איז געווען ר' "שמשון" נישט ר' שמעון, ער האט געדינט אלס רב אין קרעמניץ, און ער איז אויך געווען פון די רבנים פון די וועד ארבע ארצות פולין.
און די טאטע פון דער מהר"ל, איז נישט געווען קיין עם הארץ, עס קומט זיך עם כאטש א "ר'".


אין ספר זרע יצחק וואס העלמעצער רב האט ארויסגעגעבן (עס איז צוגעצייכנט געווארן אין א דערנעבענדיגן אשכול איבער הרה"ח ר' סענדער דייטש) זעה איך דארט אביסל אן אנדערע ווערסיע, אז ר' שמשון א "ד קרעמניץ איז געווען חתן הגאון ר' שמואל נשיא בירושלים, בן הג"ר בצלאל, בן הג"ר חיים מווירמייזא (הוא אחי המהר"ל ומחבר ספר החיים),

קומט אויס אז ר' שמשון א "ד קרעמניץ איז געווען אפאר דורות שפעטער ער איז געווען אן איידעם ביי אן אייניקל פון מהרל'ס ברודער.

בןהרחמן
סעקרעטאר
הודעות: 1139


הודעהדורך והוא פלאי אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 2:27 am

שוועמל האט געשריבן:לכבוד די יארצייט היינט וועל איך ברענגען א גאר געהויבן פשט פון רבינו שמשון ז "ל.

וכל מעשר בקר וצאן כל אשר יעבר תחת השבט העשירי יהיה קודש לה'. ובגמרא יצתה בת קול אשריך רבי עקיבא שיצתה נשמתך באחד.
פרעגט רבינו שמשון מ ר וויסן דאך אז די עשרה הרוגי מלכות זענען געווען תמורת השבטים ביי מכירת יוסף, נו ביי מכירת יוסף איז דאך נאר געווען ניין שבטים ווייל ראובן און בנימין זענען נישט דארט געווען טא פארוואס איז דא צען הרוגי מלכות?

זאגט ער מוראדיגע ווערטער, אז דער צענטער איז געווען די שכינה הקדושה וואס די שבטים האבן מצרף געווען כמבואר בפרקי דר"א שנסתלקה שכינה מיעקב אבינו ע"ה עד שחזר אליו יוסף. נמצא כביכול שהיה להשכינה ג"כ חלק עמהם בזה והבן.

והנה ידוע שרבי עקיבא היה תמורה להשכינה הקדושה, כמובא בג' רבי עקיבא דרש את ה' אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, מפני שהשוה כבודו לכבוד המקום ב"ה וע"כ היה הוא במקום השכינה. (ועי"ש עוד טעם).

וידוע שרבי עקיבא היה רועה כמובא בכתובות ס"ב ומנשמת גרים שתלוי במדה העשירית מדת מלכות כידוע, זאגט ער דאס איז דער פסוק דא מגלה וכל מעשר בקר וצאן כל אשר יעבר תחת השבט, אלע הרוגי מלכות זענען געווען תחת השבט פי' במקום השבטים, אבער העשירי יהיה קודש לה' , היינו רבי עקיבא שנקרא עשירי יהיה תמורה להשכינה הקדושה, קודש לה'! וע"כ הוא ותמורתו יהיו קודש. ודפח"ח.

(פתגמין קדישין)


כמדומה שראיתי פעם עוד נקודה בהרמז, שתחלת הפסוק וכל מעשר, ר"ת וכי למה מת עקיבא שהי' רועה-בקר וצאן, והשאר כנ"ל
למה זה תשאל לשמי...

והוא פלאי
שר חמש מאות
הודעות: 888


הודעהדורך איטשע אום דאנערשטאג יולי 15, 2010 7:47 am

בןהרחמן האט געשריבן:אין ספר זרע יצחק וואס העלמעצער רב האט ארויסגעגעבן (עס איז צוגעצייכנט געווארן אין א דערנעבענדיגן אשכול איבער הרה"ח ר' סענדער דייטש) זעה איך דארט אביסל אן אנדערע ווערסיע, אז ר' שמשון א "ד קרעמניץ איז געווען חתן הגאון ר' שמואל נשיא בירושלים, בן הג"ר בצלאל, בן הג"ר חיים מווירמייזא (הוא אחי המהר"ל ומחבר ספר החיים),

קומט אויס אז ר' שמשון א "ד קרעמניץ איז געווען אפאר דורות שפעטער ער איז געווען אן איידעם ביי אן אייניקל פון מהרל'ס ברודער.




2 נקודות:
1. דער מגילת יוחסין אין זרע יצחק, זאלסטו בשום אין אופן נוצען, עס איז א [במחילה גדולה מכבוד המחבר] מלא דמיונות והשערות שטותים און לאקשען, ואכמ"ל.
2. גענוי דער יחוס גייט אזוי:

1. הק' הג"מ שמשון מ"מ דק"ק אסטראפאלע
2. בן הג"מ פסח
3. חתן הג"מ שמשון א ד"ק קרעמניץ
4. בן הג"מ בצלאל אבי המהר"ל מפראג
5. בן הג"מ חיים מווירמייזא

הג"מ שמשון א ד"ק קרעמניץ שבמספר 4
6. חתן הג"מ שמואל נשיא בירושלים
7. בן ר' העלמאן
8. בן ר' חיים שבמספר 5

הג"מ שמואל נשיא שבמספר 6
9. חתן המקובל הג"מ נפתלי הירץ טריוויש ש"ץ בפראנקפורט, בעל סידור ר' הירץ
10. בן ר' אליעזר טריוויש



[תיקנתי כמה דברים למעלה כמה פעמים]

איטשע
שר חמישים ומאתים
הודעות: 318


הודעהדורך בןהרחמן אום מאנטאג יולי 19, 2010 11:11 am

והוא פלאי האט געשריבן:

שוועמל האט געשריבן:לכבוד די יארצייט היינט וועל איך ברענגען א גאר געהויבן פשט פון רבינו שמשון ז "ל.

וכל מעשר בקר וצאן כל אשר יעבר תחת השבט העשירי יהיה קודש לה'. ובגמרא יצתה בת קול אשריך רבי עקיבא שיצתה נשמתך באחד.
פרעגט רבינו שמשון מ ר וויסן דאך אז די עשרה הרוגי מלכות זענען געווען תמורת השבטים ביי מכירת יוסף, נו ביי מכירת יוסף איז דאך נאר געווען ניין שבטים ווייל ראובן און בנימין זענען נישט דארט געווען טא פארוואס איז דא צען הרוגי מלכות?

זאגט ער מוראדיגע ווערטער, אז דער צענטער איז געווען די שכינה הקדושה וואס די שבטים האבן מצרף געווען כמבואר בפרקי דר"א שנסתלקה שכינה מיעקב אבינו ע"ה עד שחזר אליו יוסף. נמצא כביכול שהיה להשכינה ג"כ חלק עמהם בזה והבן.

והנה ידוע שרבי עקיבא היה תמורה להשכינה הקדושה, כמובא בג' רבי עקיבא דרש את ה' אלוקיך תירא לרבות תלמידי חכמים, מפני שהשוה כבודו לכבוד המקום ב"ה וע"כ היה הוא במקום השכינה. (ועי"ש עוד טעם).

וידוע שרבי עקיבא היה רועה כמובא בכתובות ס"ב ומנשמת גרים שתלוי במדה העשירית מדת מלכות כידוע, זאגט ער דאס איז דער פסוק דא מגלה וכל מעשר בקר וצאן כל אשר יעבר תחת השבט, אלע הרוגי מלכות זענען געווען תחת השבט פי' במקום השבטים, אבער העשירי יהיה קודש לה' , היינו רבי עקיבא שנקרא עשירי יהיה תמורה להשכינה הקדושה, קודש לה'! וע"כ הוא ותמורתו יהיו קודש. ודפח"ח.

(פתגמין קדישין)



כמדומה שראיתי פעם עוד נקודה בהרמז, שתחלת הפסוק וכל מעשר, ר"ת וכי למה מת עקיבא שהי' רועה-בקר וצאן, והשאר כנ"ל


דא האט מיללער געברענגט דעם טייטש מיט די ר"ת אויף וכל מעשר.

בןהרחמן
סעקרעטאר
הודעות: 1139


ובזה הוחזר האשכול כמו שהיה קודם הקראך הגדול
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

לידיעה בעלמא
שמעתי פעם שמשפחת הרב שמואל אבא כץ [צימערינג] הביוועלייאר רב אשר גר בפאר ראקעוועי
(בהרב דוד צימערינג בעמח"ס מצור דבש אשר גר בסוף ימיו בבני ברק
וחתן הרה"ג אברהם שלמה כ"ץ הריסקעווער רב אשר גר בסוף ימיו בבני ברק כאב"ד קרית יואל)
הי' נכד בא"ב להרה"ק רבי שמשון אסטריפאלער
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ארויפגעברענגט לכבוד היארצייט היום ג' אב.

זכותו הדגול של רבינו שמשון ב"ר פסח יגן עלינו ועכ"י אמן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח הרב שוועמל איך האב דאס יעצט ממש אויפגעזוכט
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מצבת קבורתו בעיר קאריץ, אוקריינא, (נבנה מחדש על ידי אגודת אהלי צדיקים שבהנהלת הר"ר ישראל מאיר גבאי)

44.jpg
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

עס איז דא א מאמר נפלא איבער די מסעות בני ישראל אז זיי זענען געפאהרען ע"פ דער שם מ"ב
וואס ר' שמשון האט געשריבען און ער זאגט אז עס איז מסוגל אין א מגיפה און א עיפוש
געראדע אין דער שפראך זייטעל האב איך געפרעגט וואס עיפוש מיינט און מען איז נאך נישט קלאר אין דעם...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

די מאמר איז געדרוקט אין ס' מפעלות אלקים פון רבי יואל בעל שם.
אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגי מען »

אויך אין נפלאות חדשות לר' נח מינדעס.
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

אויך אין ניצוצי שמשון פרשת מסעי
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

באגי מען האט געשריבן:אויך אין נפלאות חדשות לר' נח מינדעס.


איך פארשטיי נישט, עס איז געדרוקט אין נפלאות חדשות פון רבי שמשון מאיסטראפאלי און "אויך" אין נפלאות חדשות פון רבי נח מינדעס? ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגי מען »

עס איז דא איין נפלאות חדשות פון ר' נח מינדעס, ר' שמשון האט נישט מחבר געווען א ספר נפלאות חדשות. יעצט פארשטייסטו שוין?
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

באגי מען האט געשריבן:נפלאות חדשות איז פון ר' נח מינדעס און נישט פון ר' שמשון.


וואס הייסט, איך האב אין דער האנט א קאפי פונעם שער בלעטעל פון נפלאות חדשות אין עס שטייט דארטען: "...דברים נפלאים, חדושים מן הגאון הקדוש מוהר"ר שמשון מאוסראפאלי הי"ד... הספר הקדוש נדפס בראשונה בהוראדנא בשנת תקנ"ז..." ו
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגי מען »

וואס איז אז ס'שטייט?

ס'איז א טעות גמור.
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

באגי מען האט געשריבן:וואס איז אז ס'שטייט?

ס'איז א טעות גמור.


איך גלייב דיר. וואס איז אבער פשט?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 1&pgnum=84
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

עיין בההוצאה חדשה לנפלאות חדשות ותבין
אבער מען קריגט זיך נישט,
הנפלאות חדשות הוא מר' נח
והוא מביא מאמר זה מר' שמשון
למה זה תשאל לשמי...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

והוא פלאי האט געשריבן:עיין בההוצאה חדשה לנפלאות חדשות ותבין
אבער מען קריגט זיך נישט,
הנפלאות חדשות הוא מר' נח
והוא מביא מאמר זה מר' שמשון


איך האב עפעס אזוי געשפירט, ווייל רבי נח מינדיס זצ"ל איז נפטר געווארען תקנ"ז (פונקט דער יאר ווען מען האט עס געדרוקט), אבער קוק אויף דער שער, איז עס א פאלנער טעות? ו

אז מען דערמאנט שוין רבי נח מינדיס דערמאן איך זעך אז ער איז געווען א מחותן פון ווילנא גאון (זייערער קינדער האבען געהייראט) און ווען דער ווילנא גאון איז נפטר געווארען איין יאר שפעטער תקנ"ח האט מען אים געלייגט לעבען זיין מחותן רבי נח. עס דארך אונז זאגען עפעס וועגען זיין גרויסקייט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגי מען »

יא ס'איז א פאלנער טעות
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

SPUSMN האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:עיין בההוצאה חדשה לנפלאות חדשות ותבין
אבער מען קריגט זיך נישט,
הנפלאות חדשות הוא מר' נח
והוא מביא מאמר זה מר' שמשון


איך האב עפעס אזוי געשפירט, ווייל רבי נח מינדיס זצ"ל איז נפטר געווארען תקנ"ז (פונקט דער יאר ווען מען האט עס געדרוקט), אבער קוק אויף דער שער, איז עס א פאלנער טעות? ו

אז מען דערמאנט שוין רבי נח מינדיס דערמאן איך זעך אז ער איז געווען א מחותן פון ווילנא גאון (זייערער קינדער האבען געהייראט) און ווען דער ווילנא גאון איז נפטר געווארען איין יאר שפעטער תקנ"ח האט מען אים געלייגט לעבען זיין מחותן רבי נח. עס דארך אונז זאגען עפעס וועגען זיין גרויסקייט

על השער הי' כוונתי לעיין בהוצאה חדשה, ע"י דומ"ץ פאלטישאן
למה זה תשאל לשמי...
SPUSMN
שר עשרת אלפים
תגובות: 12993
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 06, 2011 11:01 am
לאקאציע: בתוך עמי אנכי ישבת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך SPUSMN »

ווי קען מען זעהן דער שער? איך בין ביים ארבעט
עת לחשות ועת לדבר - קהלת ג ז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

איטשע האט געשריבן:די מאמר איז געדרוקט אין ס' מפעלות אלקים פון רבי יואל בעל שם.

אני מחפש ידיעות מי היה רבייואל בעל שם השני שחי בתקופת הבעש"ט
וגם מי חיבר את הספר מפעלות אלקים הראשון או השני ??
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ס'איז כמעט אוממעגליך צו געפונען עפעס קראנט, געוויסע שרייבן אז זיין נאמען איז געווען ר' יואל היילפערין מזאמושט, אנדערע שרייבן מפאלאצק, ווידער זענען דא וואס זאגן מאוסטראה (הגם אין מזכרת לגדולי אוסטראה שטייט גארנישט), אנדערע שרייבן אז ס'געווען א ראשון מיט א שני ד.ה. איינער איז געווען א זיידע און דער אנדערער אן אייניקל אא"וו.

און אז דאס איז שוין נישט קלאר, שטעלט מען צוזאמען נאך אן אומקלארע זאך אז ר' אדם בעל שם "מראפשיץ" איז א תלמיד פון רבי יואל בעל שם (מקור יחידי הריי"ץ), און דאס איז שוין אויסגעפירט אזוי אין ספר בעלי שם לזכרון עולם. און יעצט גיי טענה זיך.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אין "לתולדות הקהלות בפולין" שטייט ביי זאמושטש אז עס האט דארט געוואוינט א ר' יואל בעל שם, אין די צייטן פון די חסידים שוין, וואס היות אז ער איז געווען אנגעשמעקט מיט משכילות [א מקובל א משכיל? היתכן?] האבן איהם די חסידים גערופן דער "צומישטער" אינשטאט "זאמושטשער".
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

איך האב אמאהל געקויפט א בוך וועגען די בעלי שם
שפעטער אז איך האב עס געליינט האב איך חרטה געהאט
עס האט מיר זעהר נישט געשמעקט די בוך
איך געדענק יעצט נישט דער נאמען...
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”