ר' שלמה זלמן אולמאנן ממאקאווא 'היריעות שלמה' ומשפחתו - י”א טבת תרכ”ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' שלמה זלמן אולמאנן ממאקאווא 'היריעות שלמה' ומשפחתו - י”א טבת תרכ”ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שלמה זלמן איז געבוירן צו זיין פאטער ר' שלום חריף ב"ר איסר, אב"ד אנשבאך ותלמידם של הגה"ק בעל ההפלאה בפ"פ והגה"ק ר' נתן אדלער זצ"ל, און צו זיין מוטער הרבנית רעכיל בתה של ר' רפאל האגיטאל אב"ד עדינגען ורב במדינת שווייץ.

זיין טאטע ר' שלום איז קודם קעווען רב אין אנשבאך אין דייטשלאנד אבער ווען עס איז אים נישט ניחא געווען וואס די בני העיר האבן געטאן אז זיי האבן אויף געשטעלט א טעאטער און די טאכטער פונעם ראש הקהל האט געוואלט גיין אהין, האט ער געזאגט אז אזא שטאט איז נישט פאר מיר און ער איז אריבער קיין אונגארן. אין אונגארן איז ער געווארן אויפגענומען פאר רב אין שטאמפען און שפעטער אין לאקענבאך, ער איז אויך געווען א קאנדידאט צו ווערן פרעשבורגער רב אויפן פלאץ פון ר' משולם איגרא, ווען למעשה איז דער חתם סופר דארט געווארן רב.

ר' שלום האט געהאט צוויי זוהן, ר' שלמה זלמן דער יריעות שלמה, און זיין ברודער ר' אברהם אולמאנן ממלא מקום אביו בלאקענבאך, וועלכע זענען אויפגעוואקסן בצל אביהם בקדושה וטהרה. פון ר' שלום איז איבערגעבליבען אסאך חידושי תורה בשם 'דברי ר"ש' וועלכע איז אסאך יארען געווען בכתובים און האבן נישט זוכה געווען לאור הדפוס, פון דעם זוהן ר' אברהם איז געווען זיין זוהן ר' דוד אולמאנן אב"ד לאקענבאך על כסאי אבותיו.

ר' שלמה זלמן איז געווען אן איידעם ביי ר' בונם אייגער ז"ל פון מאטעסדארף אחיו של הגרעק"א, ער איז קודם געווען רב אין רענדעק און פון דארט איז ער געגאנגען קיין מאקאווא לקבל את הרבנות, ווי זיין ערשטע רביצין איז נפטר געווארן, ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט הרבנית שרה טשארנא בת ר' יצחק אייזיק קעניגסבערגער מצעהלים נכדו של החכ"צ.

דער יריעות שלמה איז בסוף ימיו געווען פארעכנט צווישן די גרעסטע גדולים אין אונגארן און ער האט געהאט א גרויס חלק ביים אויפשטעלן דעם טיילונג, ער איז נסתלק געווארן זקן ושבע ימים ביום עש"ק י"א טבת תרכ"ג, די לוי' איז הערשט פארגעקומען זונטאג דערויף והובל למנוחות בביה"ח הישן במאקאווא ביום י"ג טבת.

מזווגו הראשון ווערן דערמאנט די קינדער;
א) ר' דוד אולמאנן
ב) ר' משה אולמאנן
ומזווגו השני הרבנית שרה טשארנא, נפטרה חוהמ"ס תרנ"ג ומנו"כ בזענטא ששם ישיבה באלמנוה אצל בתה;
ג) ר' עוזר אולמאנן מבעזדעד
ד) ר' ישראל אולמאנן ראה"ק בעיר גראסווארדיין
ה) חתנו ר' אליהו קליין מהאלמין בנו של ר' שמואל שמעלקא מסעליש בעל צרור החיים
ו) חתנו ר' שמעון פאללאק מזענטא

ציור ר' שלמה זלמן אולמאנן ממאקאווא זצ"ל בעמח"ס יריעות שלמה (קרעדיט; מיילעך)
אטעטשמענטס
Ulmann-Mako.gif
Ulmann-Mako.gif (29.87 KiB) געזען 6511 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דור שני:

בני ר' משה אולמאנן בנו של היריעות שלמה;
א. ר' נח צבי אולמאנן מאנטווערפן
ב. ר' שלמה זלמן אולמאנן אב"ד ביסטריץ

בני ר' ישראל אולמאנן מגראסווארדיין;
א. ר' שלמה זלמן אולמאנן מגרוו"ד
ב. ר' יעקב אשר אנשיל אולמאנן מגרוו"ד
ג. חתנו ר' חיים וואלף טויבער מצעהלים
ד. חתנו ר' יוסף שלעזינגער מוויען נכד החת"ס

בני ר' אליהו קליין מהאלמין;
א. ר' שלמה זלמן קליין מהאלמין

תמונת ר' שלמה זלמן מביסטריץ (קרעדיט; מיילעך)
אטעטשמענטס
Ulmann-Bistritz.gif
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

עטליכע הערות והוספות:

1) עס איז יא געדרוקט געווארן א ספר דברי ר"ש פון רבי שלום חריף אביו של היריעות שלמה, קענסט עס טרעפן רין היברו בוקס דברי ר"ש.

2) מגדלותו של היריעות שלמה: ביים הייליגן דברי חיים זי"ע איז געווען באקאנט אז ער האט כמעט נישט אריינגעקוקט אין ספרים ממחברי זמנו, ווען עס איז אבער ארויסגעקומען דער דער ערשטער חלק פון ספר יריעות שלמה (חידושים על יו"ד, עס איז נישטא אין היברו בוקס) האט מען עס געזעהן ליגן אויפן טיש ביים דברי חיים, ווען מען האט איהם דערוועגן האט ער געזאגט דאס איז גאר אנדערש, און ער האט שטארק מפליג געווען בשבחו של המחבר (איך געדענק נישט וואס), אויף רבו החת"ס האט זייער שטארק מחשיב געווען און איהם גערופן אונזער יונגער גאון, זעה אין ספר מליצי אש ביים יארצייט פון היריעות שלמה.

3) אין מליצי אש דארט ברענגט ער אז די מוטער פונעם יריעות שלמה (דארט שטייט בטעות אבי של הגרשז"א היתה בתו, עס קומט אמו) איז געווען די טאכטער פון הגאון רבי רפאל ריסס אב"ד שווייץ.

4) דער מליצי אש הנ"ל רעכנט אויס נאך צוויי זוהן פונעם יריעות שלמה, ר' יוסף, און ר' בנימין, ער שרייבט נישט פון וועלכע זיווג זיי זענען געווען.

5) ר' נח צבי אוללמאן ב"ר משה וואס דו האסט דערמאנט פריער, האט נישט געוואוינט סתם אין אנטווערפן ער איז דאכט זיך געווען רב (אדער ראב"ד), אמאל זייענדיג אין ביה"ח אין פיט האלאנד וואו עס ליגט ר' יענקעלע זי"ע ארומשפאצירענדיג אינעם ביה"ח האב איך געזעהן זיין מציבה.
לעצט פארראכטן דורך בןהרחמן אום זונטאג יולי 26, 2009 10:31 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

בנוגע דעם ספר דברי ר"ש זעה איך לכאורה פון וואו עס האט זיך גענומען דיין טעות צו שרייבן אז עס איז נישט געדרוקט, ווייל ווי עס קוקט אויס האסטו גענומען די אלע אינפארמאציע פונעם הקדמה לשו"ת יריעות שלמה, וואס עס האבן ארויסגעגעבן די צוויי ברודער שלמה זלמן ויעקב אשר בני ר' ישראל בן היריעות שלמה, און דארט אין די הקדמה וואס עס האט געשריבן אן אנדער אייניקל ר' שלמה זלמן בן ר' אלי' קליין חתן הירי"ש שרייבט ער אז הג"ר שלום חריף האט געהאט אסאך חידושים און עס 'נאר' געדרוקט געווארן אביסל פון זיינע חידושים אין ספר דברי ר"ש, און מסתמא פון שנעלקייט האסטו פארזעהן דעם ווארט 'רק'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א הרציגען יישר-כח הרב בן-הרחמן פאר די הערות מאירות, איך האב טאקע נאכגעשריבען פון די הקדמה הנ"ל לספר יריעות שלמה, וועלנדיג אנהייבן דעם שמועס, ועוד אשיב לדון בכל דבריך כיד ה' הטובה.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

נאך עטליכע הערות והוספות וואס איך געטראפן,

6) דער נאמען 'אולמאן' האב איך געזעהן אז רוב פלעצער ווערט עס געשריבן מיט צוויי למד'ס כזה 'אוללמאנן' נאר אין דעם דערמאנט שו"ת יריעות שלמה וואס איך האב צוגעצייכנט אין מיין פריערדיגע תגובה, ווערט עס געשריבן נאר מיט איין למד.

7) דער פריער דערמאנטער ר' בנימין בנו של היריעות שלמה האט געוואוינט אין שטאט וואלקא, און ער האט ארויסגעגעבן אין שנת תער"ג (געדרוקט אין מונקאטש) א ספר יריעות שלמה חלק ראשון על סוגיות הש"ס פונעם טאטן, ער איז געווען דער אינגסטער זון פון יריעות שלמה אזוי ווי עס שרייבט יצחק שולהאף חתן ר' עוזר שטיינבערגער ממוזשאי וואס איז געווען אן איידעם פון ר' בנימין הנ"ל, אין די הקדמה צום ספר יריעות שלמה ארבעים דרושים מכת"י וואס ער האט געדרוקט בשנת תש"מ.

8) ר' עוזר בן היריעות שלמה האט געהאט אן איידעם ר' פנחס זעליג שווארטץ ז"ל בן הבית נפתלי ממאד ז"ל בן הגה"ק הקול ארי' זצ"ל, דער מוציא לאור פונעם ירחון אור תורה און מחבר פון עטליכע ספרים וביניהם שם הגדולים מארץ הגר לקוטי פנחס על הל' פדיון הבן ועוד, דער רפ"ז האט געדרוקט פונעם יריעות שלמה א קונטרס פון א דרשה לחינוך ביהכנ"ס בק"ק גיססינג זעה אין הברו בוקס דא, און אויפן פערטן עמוד איז ער מעתיק די נוסח המציבה פון זיין שווער ר' עוזר הנ"ל עיי"ש.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

בןהרחמן האט געשריבן:עטליכע הערות והוספות:
5) ר' נח צבי אוללמאן ב"ר משה וואס דו האסט דערמאנט פריער, האט נישט געוואוינט סתם אין אנטווערפן ער איז דאכט זיך געווען רב (אדער ראב"ד), אמאל זייענדיג אין ביה"ח אין פיט האלאנד וואו עס ליגט ר' יענקעלע זי"ע ארומשפאצירענדיג אינעם ביה"ח האב איך געזעהן זיין מציבה.

ר' נח צבי איז געווען דער "ערשטע" רב אין אנטווערפן.
אויף זיין מצבה שטייט "אב"ד הראשון".
ער איז געווען אן איידעם ביי ר' חיים סופר בעל מחנה חיים זצ"ל.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

בילד פון הרה"ג ר' מאיר שפיץ הי"ד רבה של ביסטריץ עד השואה
אטעטשמענטס
0054.gif
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאכציך אז דער ר' נח צבי אולמאן פון אנטווערפן איז געווען א מחותן מיט משפחת החת"ס פון אנטווערפן, אפשר ווייסט ר' מיילעך מער.

א בילד פון די מצבה האט איר ר' מיילעך?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

כ'האב עס אויף "הארט" ווי איר ריפט עס.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איז ער נישט געוועהן נשיא פון די קאנצעליי?
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

אולמאן-ביסטריץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:ביז ווען ר' שמואל זלמן וויינבערגער אב"ד מארגארעטין (בנו ומ"מ של המהריא"ץ-שוסבורג משם) איז אריבערגעקומען אין ער האט אויסעגעארבעט א הסכם אינעם שטוב פון זיין קרוב (וויאזוי איז ער געווען א קרוב ווייסט איינער?) דער ראה"ק ר' שלמה זלמן אולמאן נכדו של היריעות שלמה,
המהריא"ץ ור' משה אולמאן [בן היריעות שלמה] רב דמחז"ה בגר"וו, [אבי הר' נח צבי מ'אנטוו"פ, הר' שלמה זלמן מ'ביסטריץ, ר' אברהם יצחק, והר' של הר' ישעיה פאלאק רב דחברה ש"ס בגר"וו] היו חתני ר' יעקב דוב הלוי פעלדמאן מ'פעטרא.
שאץ מאץ האט געשריבן:לגבי שייכות אולמאן מיט מארגערעטן, האב איך אלץ געוויסט איז דער ביסטריצער רב איז א קרוב פארן מארגעטענער רב, דער מארגערעטנער רב איז אים געוועהן א פעטער, (איך מיין מ'דארך גיין צו אשכול פונעם יריעות שלמה) אפשר אזוי איז די קרבות שאפט.
הרה"ג ר' אברהם הכהן קליינמאן איז געווען דער אינגסטער איידעם פון הרה"ג רבי שמואל זלמן וויינבערגער אב"ד מארגערעטין און נאך די צווייטע וועלט קריג מ"מ, הרה"ג ר' משה שפיץ מ'ביסטריץ איז געווען א איידעם ביי רבי יעקב דוב וויינבערגער דער עלטסטער זוהן פון רש"ז הנ"ל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער שווער ר' יעקב דוב פעלדמאן איז געווען אן עושר, ר' משה אולמאן גיסו של המהריא"ץ האט טאקען אויך געוואונט אין מארגארעטין.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

שאץ מאץ האט געשריבן:איז ער נישט געוועהן נשיא פון די קאנצעליי?


איך ווייס נישט וועמען דו מיינסט, אבער ר' שלמה זלמן אוללמאן אב"ד ביסטריץ איז טאקע געווען דער נשיא פון די ארטאדאקסישע קאנצעליי.

מיללער האט געשריבן:דער שווער ר' יעקב דוב פעלדמאן איז געווען אן עושר, ר' משה אולמאן גיסו של המהריא"ץ האט טאקען אויך געוואונט אין מארגארעטין.


ר' משה אוללמאן האט בסוף ימיו געוואוינט אין גראסווארדיין, און געווען רב דארט אין ביהמ"ד דחברה ש"ס, און ער איז דארט נפטר געווארן.

בכלל זענען אין גראסווארדיין געווען זייער אסאך פון די אוללמאן'ס, זיי האבן דארט געהאט אפילו א אייגענע שוהל וואס האט געהייסן ביהכנ"ס לבית אוללמאן, און דער רב דארט איז געווען א אייניקל פון יריעות שלמה ר' משה קליין בן ר' אלי' אב"ד האלמין חתן היריעות שלמה, זעה אויפן שער בלאט פון זיין ספר זכרון ש"י שטייט דארט אז ער איז געווען רב לבית אוללמאן ורב דחברה פועלי צדק, די שוהל האט געבויעט ר' יששכר אוללמאן א זון פון יריעות שלמה וואס איז געווען א פרנס אין גראסווארדיין, ער איז געווען א גרויסער נגיד וקצין זעה זיין צוואה וואס איז געדרוקט אין זכרון ש"י הנ"ל, וואו ער שרייבט דארט אז ער האט אוועקגעלייגט א שפאָרקאססע ביכעל אויפן סכום פון 60,000 כתרים (קראנען) וואס פון די רווחים זאל מען אויסצאלען פאר א ת"ח ויר"ש מטה כסא שולחן ומנורה ודירה נאה און ער זאל זיין דער רב פאר די בני משפחה, און ער איז ממנה צוויי נעפיוס ר' שלמה זלמן אוללמאן מביסטריץ און ר' יעקב שלום קליין דומ"ץ גרוו"ד אלץ ממונים ואחראים, עיי"ש,

ווי אויך די משפחת קליין די קינדער פון האלמין'ער רב ר' אלי' האבן עטליכע געוואינט אין גרוו"ד, ר' יעקב שלום דער דיין איז לאחר פטירת אביו געווען מ"מ ברבנות אין האלמין, (ר' יעקב שלום איז געווען אן איידעם פון ר' משה הערש פוקס אב"ד גרוו"ד הנזכר באשכול וויזניץ הנ"ל).

אגב, וועגן דעם יריעות שלמה'ס זון ר' יוסף וואס איך האב אויבן געשריבן, האב איך געטראפן דא שטייט אז ר' יוסף איז געווען בנו בכורו פונעם יריעות שלמה, עס איז אבער אינטערעסאנט אז צום סוף פון יענע מאמר (אויף עמוד 23) שרייבט דארט דער המאור אז ר' משה אוללמאן איז געווען בנו בכורו פונעם זיוו"ר פונעם יריעות שלמה, איז אינטערעסאנט פון וואו האט זיך גענומען די סתירה (דער המאור שרייבט אז ער האט זיך אסאך געפלאגט צו שרייבן זמנים ותאריכים מדוייקים און אלעס נאכגעקוקט אין ספרים, ער רעגט זיך דארט אפילו אויף די מוציאים לאור פונעם שו"ת יריעות שלמה וואס איז אנגעצייכנט אין די פריערדיגע תגובות, פארוואס זיי האבן נישט געשריבן געהעריג פונעם יריעות שלמה'ס ערשטע זיווג און אירע קינדער נאר פון דעם ר' משה בקיצור צוויי שורות).
חבר_1
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

א דאנק אייך מיללער פארן ארטיקל

אן אייניקל פון ר' שמעון פאללאק מזענטע - א 5טער דור פון ר' אורי פייבל מדובענקא בעל אור החכמה - ר' ישראל שרגא פייבל פאללאק בן של בנו ר' שלמה זלמן אלי' פאללאק איז געווען אן איידעם ביי זיינס א שוועסטער קינד ר' יוסף הלוי (לעווי) אב"ד קירלהאז חתנו של ר' אליהו קליין מהאלמין, פון דעם זיוג איז פארהן היינט מערערע איינקליך.

בדרך אגב פון ר' יוסף הלוי (לעווי) אב"ד קירלהאז איז געדריקט געווארן א ספר דברי יוסף מיט 5 יאר צוריק פון די כתבים וועלכע זענען געלעגן ביי זיין איידעם בזוו"ר ר' יואל טייטלבוים-מייער אב"ד קירלהאז.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן הרחמן,
זייער אינטערעסאנט דער 'רב לבית אולמאן', איז פשט אז עס איז געווען אזא ביהמ"ד אדער אז ער איז א רב 'לבית אולמאן'?

דער האלמינער רב ר' אלי' קליין חתן היריעות שלמה איז געווען א זוהן פון ר' שמעלקא סעלישער ווי דערמאנט אויבן, יעצט זעה איך שוין צוויי זוהן; ר' יעקב שלום דער שפעטערדיגער האלמינער רב און ר' משה פון גראסווארדיין, און א איידעם ר' יוסף הלוי לעווי מקירלהאז, ווער נאך זענען געווען די קינדער?

פארוואס איך פרעג, ווייל לויט ווי עס שווימט מיר יעצט ארויף אין זכרון איז פארהאן א איד אין ב"פ בשם ר' בערל לאנדא וואס דאס ווייב זיינע איז אויך א קליין פון די משפחה, און דאכציך מיר אז איר פאטער איז געווען א ברודער מיטן האלמינער רב ר' יעקב שלום אבער איך געדענק נישט צו דאס איז ר' משה, איר מאן דער ר' בערל לאנדא איז אן אייניקל פונעם מהרש"ג פון סעמיהאלי.

-

שלום עליכם חבר,
עטליכע פרטים אויב קענט איר מיר ארויסהעלפן איבער די משפחה פון ר' שמעון פאללאק הנ"ל;
איז ר' אהרן פאללאק מזענטא פון די משפחה?
וויאזוי פונקטליך גייט די יחוס צום אור החכמה מדובענקא?
וועמענס זוהן איז געווען ר' יוסף לעווי מקירלהאזא?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:בן הרחמן,
זייער אינטערעסאנט דער 'רב לבית אולמאן', איז פשט אז עס איז געווען אזא ביהמ"ד אדער אז ער איז א רב 'לבית אולמאן'?

דער האלמינער רב ר' אלי' קליין חתן היריעות שלמה איז געווען א זוהן פון ר' שמעלקא סעלישער ווי דערמאנט אויבן, יעצט זעה איך שוין צוויי זוהן; ר' יעקב שלום דער שפעטערדיגער האלמינער רב און ר' משה פון גראסווארדיין, און א איידעם ר' יוסף הלוי לעווי מקירלהאז, ווער נאך זענען געווען די קינדער?

פארוואס איך פרעג, ווייל לויט ווי עס שווימט מיר יעצט ארויף אין זכרון איז פארהאן א איד אין ב"פ בשם ר' בערל לאנדא וואס דאס ווייב זיינע איז אויך א קליין פון די משפחה, און דאכציך מיר אז איר פאטער איז געווען א ברודער


לויט ווי איך האב האב פארשטאנען מיינט עס אז עס איז געווען אזא סארט משפחה ביהמ"ד\ביהכנ"ס וואו עס פלעגן דאווענען לערנען די יוצאי משפחת אוללמאן, פארדעם האב צוגעצייכנט די צוואה פון ר' יששכר אוללמאן בנו של היריעות שלמה (וואס לויט דעם האבן מיר שוין נאך א זון פונעם יריעות שלמה) וואס ער שרייבט דארט אז ער האט אוועקגעלייגט געלט מען זאל איינעם אויפנעמען פאר א רב און די משפחה זאל זיך דרייען תחת הדרכתו, און מען האט פארדעם גערופן דעם ר' משה קליין הנ"ל וואס איז קודם געווען רב אין שטאט\שטעטל 'רעטע', און מען האט איהם גערופן צו קומען זיין דער רב אינעם משפחה שוהל, און אזוי האב איך אויך געזעהן אין ספר חכמי טראנסילוואניע (עס איז דא אין אוצר החכמה) אינעם ערך פון ר' משה קליין,

קינדער פון ר' אלי' קליין (אגב, שם אשתו היתה שרל, ועל שמה ועל שם אחי' ר' יששכר אוללמאן הנ"ל, קרא בנה ר' משה קליין הנ"ל את ספרו הנ"ל בשם זכרון ש"י =ר"ת ש'רל י'ששכר), האב איך געטראפן ווי פאלגענד:

א) ר' יעקב שלום קליין מ"מ אביו בהאלמין
ב) ר' מאיר קליין (ממארגערעטן)
----------- (בניו היו שמואל שמעלקא, חיים אהרן יעקב, שלמה זלמן, שהוציאו לאו ספר יריעות שלמה ח"ב על יו"ד [נמצא באוצר החכמה], ויש שם מכתבי הסכמות מר' יעקב שלו' כשהי' כבר בהאלמין, ומר' משה הנ"ל ששם חותם עצמו ג"כ רב לבית אללמאן ומלפנים אבד"ק רעטע, וכמדומה גם מכתב מר' שמואל שמעלקא דלהלן)
ג) ר' משה קליין רב דחברה פועלי צדק ורב דביהכנ"ס לבית אוללמאן ומלפנים אב"ד דק"ק רעטע יצ"ו
ד) ר' שמואל שמעלקא קליין ממארגערעטען
ה) ר' שלמה זלמן קליין
ו) ר' אברהם קליין

אינטערעסאנט אז אין יריעות שלמה הנ"ל האב איך נישט געטראפן דערמאנען דעם ר' יוסף הלוי לעווי.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך זעה נאך א ענף פון די משפחה, ר' שמואל מנחם קליין אב"ד שעבעש וטשעטשאוויץ חתן ר' משה שמואל גלאזנער מקלויזענבורג בעמח"ס דור רביעי, ר' שמואל מנחם איז געווען א זוהן פון ר' שלמה זלמן קליין אב"ד טשעה נכד ר' שלמעלקא מסעליש.

איז דאס ר' שלמה זלמן ב"ר אלי' מהלמין?

קוק

דא אין די הקדמת המו"ל ר' אברהם קליין בנו של ר' שמואל מנחם הנ"ל.
חבר_1
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

אינטערעסאנט אז אין חכמי טראנסילוואניע דף כח שטייט "אחד מחתניו של ר' אליהו קליין, ר יוסף לוי..." קען זיין אז עס איז געווען מער ווי איין איידעם?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:איך זעה נאך א ענף פון די משפחה, ר' שמואל מנחם קליין אב"ד שעבעש וטשעטשאוויץ חתן ר' משה שמואל גלאזנער מקלויזענבורג בעמח"ס דור רביעי, ר' שמואל מנחם איז געווען א זוהן פון ר' שלמה זלמן קליין אב"ד טשעה נכד ר' שלמעלקא מסעליש.

איז דאס ר' שלמה זלמן ב"ר אלי' מהלמין?


קודם די שטאט האט געהייסן סילאדיטשעה

און ניין דער ר' שלמה זלמן איז געווען בן ר' משה בן ר' שמעלקא הצרור החיים, אזויווי עס שטייט אין פערטן עמוד פון זיין ספר עטרת שלמה (תקנת עגונות למלחמת העולם [הראשונה]) וואס זיין זון האט ארויסגעגעבן נאכן צווייטן וועלט קריג.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

יעצט טרעף איך אין ספר יקרא דחיי דערמאנט ער א ר' שלמה זלמן קליין דומ"ץ זענטא ואבד"ק גאווע שנפטר י"א שבט תרע"ג בן מ"ד שנה, וואס לויט ווי ר' משה קליין בספרו זכרון ש"י הנ"ל (נדפס בשנת תרפ"ג) אויף דף ג' שרייבט ער די יארצייט פון זיין ברודער ר' שלמה זמן אויך י"א שבט, לפי"ז קען זיין אז דער וואס איז דערמאנט אין יקרא דחיי אלץ דומ"ץ זענטא ואבד"ק גאווע (זעה דא איז ער דערמאנט אין גאווע), איז טאקע דער ר' שלמה זלמן ב"ר אלי' הנ"ל.
לעצט פארראכטן דורך בןהרחמן אום דאנערשטאג יולי 30, 2009 5:39 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
חבר_1
שר מאה
תגובות: 178
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 26, 2009 3:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חבר_1 »

לכבוד הרב מיללער

ר' אהרן פאללאק מזענטא איז געווען א כהן און איז נישט פארבונדען מיט די משפחת פאללאק אייניקליך פון ר' חיים פאללאק (זעה ווייטער).

ר' שמעון פאללאק מזענטא בן
ר' ישעי' פאללאק בן
ר' חיים חתן
ר' משה בן
ר' אורי פייבל מדובענקא בעל אור החכמה

בדרך אגב די אלע פאללאק רבנים פון וואדקערט, סעמיהאלי, גרוסווארדיין און דובענקא זענען אייניקליך פון ר' ישעי' פאללאק.

ר' יוסף לעווי מקירלהאזא בן
ר' בנימין ושם אימו שיינדל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בשלמא ביז היצט האב איך תולה געווען דעם נאמען 'שלמה זלמן' אינעם יריעות שלמה, נאך וועם האט ר' שלמה שלמן ב"ר משה בן ר' שמעלקא געטראגן דעם נאמען 'שלמה זלמן'?
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

יעצט גיב איך דיר ארבעט אויפצוזוכן ווער פון ר' שמעלקא סעלישער'ס זייט האט געהייסן שלמה זלמן,

אגב דער ר' שלמה זלמן ב"ר אלי' דומ"ץ זענטא ואב"ד גאווע, ער האט געשריבן די תולדות צום שו"ת יריעות שלמה וואס מען האט ארומגערעדט אנהייב אשכול דערפון.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

וועגן די משפחת פאללאק זעה איך אויבן האט ביקסאד דערמאנט אז ר' משה אוללמאן בן היריעות שלמה (ואבי ר' נח צבי מאנטווערפן ור' שלמה זלמן מביסטריץ) האט געהאט אן איידעם ר' ישעי' פאללאק רב דחברה ש"ס בגרוו"ד, און אזוי שטייט אויך אין מליצי אש ביים יארצייט פון ר' משה אוללמאן (נאר ער שרייבט אויף ר' ישעי' דומ"ץ גרוו"ד),

איז דאס פון די זעלבע משפחת פאללאק מיט וועם זיין טאטע דער יריעות שלמה האט זיך משדך געווען? ווייל אבי ר' שמעון מזענטא חתן היריעות שלמה האט אויך געהייסן ר' ישעי'.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”