היסטארישע נסיעת ידידים (טאגבוך א' דברים ס"ט - חלק ג')

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

היסטארישע נסיעת ידידים (טאגבוך א' דברים ס"ט - חלק ג')

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

די ערשטע צוויי חלקים פונעם טאגבוך קענט איר געפונען אין די "היימישע קרעטשמע" אפטיילונג שעל ידי אידישע וועלט, דא שטעל איך אריין דעם דריטן טייל דערפון, ווייל עס רעדט זיך פון די געהויבענע מאמענטן אויפן בית עלמין "בית דוד" אין עלמאנד, קווינס.

שוין מיט א וויילע צוריק איז אויפגעקומען א פלאן אויף די שפאלטן פון "על הצדיקים ועל החסידים" פארום צו פראוון א נסיעה צו די קברים פון די צדיקים איבער וועם עס ווערט אזוי שיין ארומגערעדט און ארומגעשמועסט בשבת אחים גם יחד. מען האט דאן אויסגעזוכט א יארצייט פון א צדיק וואס געפאלט אויף א זונטאג, א טאג וואס מאנכע אנשי שלומינו זענען צייטווייליג פריי פון אדם הראשון'ס קללה און קענען אראפנעמען צייט און כח ארומצופארן על אדמת אמעריקע פוקד זיין די ציונים הקדושים.

עס איז באשלאסן געווארן אז די נסיעה וועט פארקומען ביום א' דברים כ"ז תמוז, ווען עס געפאלט די יארצייט פון דער בראדער רבי, הרה"צ ר' ישראל מאנזאהן זצ"ל (די פונקטליכע יחוס זיינע קענט איר טרעפן אין די דערנעבנדיגע אשכול הנקראת על שמו). און עס האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט אז דאס קומט אויס פונקט איין טאג בעפאר די ערווארטעטע אפעראציע פון ידידינו המכונה "לחם לפי הטף" (זעה: "היימישע קרעטשמע" פארום > אוי טאטע.. הראנו אות לטובה), די 2 ערשיינונגען זענען גלייך צוזאמגעשמאלצן געווארן און מען האט אנגעהויבן לאדענען אין "פריוואטע הודעות" א מנין מצומצם פון די חברים יקרים וואס וואלטן נישט געוואלט פארפאסן אזא רייזע.

מיט א וואך-צוויי צוריק איז די ענדגילטיגע באטייליגער ליסטע אריינגעשיקט געווארן צו יעדן פון די משתתפים מיט א בקשה צו באשטעטיגן אויב ער קומט, מיט א דערמאנונג מען זאל ווי פריער פארשאפן טראנספארטאציע מיטלן און טאן די נויטיגע השתדלות צו קענען אנקומען צום בית עלמין אין די באשטימטע צייט. איך האב תיכף צוריקגעשיקט א פאזיטיוון ענטפער צו די ארגאניזירער, און צו די זעלבע צייט אנגעהויבן שתדל'ן ביי די חשוב'ע דרייווער פון קרית יואל והגלילות זיי זאלן מיר אוועקלייגן א זיץ אין איינע פון די קארס וואס רעכטן זיך ארויסצולאזן אויף דעם לאנגן וועג.

איינער פון די דרייווער האט אנגעפרעגט זיינע קאלעגעס אויב זיי ווילן אליינס ארויספארן אדער מיטקומען מיט אים, און עס איז באשלאסן געווארן אז 3 מענטשן וועלן קומען מיט איין אויטא, און א פערטער וועט נאכקומען מיט זיין אייגענע קאר (יענער האט זיך זיין אייגענע אגענדע און וואלט זיך נישט געקענט אראפבינדן צו א גרופע). מיר פריוואט איז בלויז געבליבן צו פארשאפן א וועג פון די בערג קיין קרית יואל, וואס איך האב געפונען אין דעם בעל טובה "איזאק" ווי באשריבן אין די ערשטע חלק פון דעם היינטיגן טאגבוך.

אויך פון אנדערע אידישע געגענטער זענען ארויסגעפארן מיני ווענס מיט אנשי שלומינו, אריינגערעכנט פון וויליאמסבורג, מאנסי און די אומגעגענטער. ווי געשריבן אין צווייטן טייל פון טאגבוך יום א' דברים בין איך אנגעקומען צום פאדערשטן טויער פון בית החיים ארום 1:30 זונטאג מיטאג, און די ערשטע זאך האבן מיר געזוכט א פריוואטן צימערל וואס קומט שטארק צונוץ נאך א לענגערע רייזע. זוכנדיג דעם אפיס געביידע האבן מיר באגעגענט מערערע לויות רח"ל פון אידיש-אפשטאמיגע, ליידער דערקענט מען נישט אויף זייערע פאמיליע מיטגלידער דעם אידישן אפשטאם, קוים געציילטע קאפעלעך געווען צו געפונען צווישן די מענגע עולם. (זעהנדיג די אלע לויה קארס און צענדליגער באגלייטער האב איך געזאגט בבדיחותא אז עס האט זיכער ערגעץ-וואו פאסירט א מאסן מארד ל"ע, אבער מיין ידיד 'פארשלאפן' האט ערקלערט אז דאס איז א מנהג אמעריקע אפצושטופן יעדע לויה אויף א זונטאג, ווען די לעבעדיגע האבן אביסל צייט זיך מטפל צו זיין מיט זייערע פארשטארבענע).

ביים הויפט געביידע האבן מיר געפונען דעם מיטגליד וואס פארשלייערט זיך אונטערן ניק 'מיילעך', א מייסטער קברים-זוכער און ביה"ח-לויפער (וועמענס שיך איז שטענדיג שטויביג און טראגט כסדר א תהלים'ל אין טאש!), אנדערש ווי אונז איז ער תיכף צוגעגאנגען צום אפיס און פארלאנגט אינפארמאציע אויף דעם צדיק און יענע צדיקת, עס איז דאך שוין דאס וויפלטע מאל ער באזוכט יענעם פעלד און דרייט זיך שוין דארט כזקן ורגיל. עס איז מיר אינטערסאנט געווען אז ער קימערט זיך כמעט נישט מיט די לעבעדיגע... אנדערש ווי אלע באטייליגטע וואס האבן זיך גערייכט די הענט און פארגעשטעלט איינער פארן אנדערן, האט ער בלויז געליינט מציבות און געכאפט בילדער פון זיי. איך האב אפילו געהאט א קלער זיך אראפצולייגן אויף דער ערד נעבן א מציבה מיטן ציהל אז 'מיילעך' זאל שפירן פאר וויכטיג א בליק צו טאן אויף מיין ריכטונג...

נאכן באקומען פונקטליכע דירעקציעס אויפן טעלעפאן פון די אנדערע משתתפים וואס האבן זיך שוין געפונען אויפן אנגעוויזענעם ארט, האבן מיר אנגעהויבן אריבערפארן דעם גרויסן און לאנגן בית החיים וואס איז ליידער איבערגעפולט מיט מציבות פון אלע סארטן אידן און אידענעס, צדיקים און צדקניות אויסגעמישט מיט שוואכערע סארטן רח"ל. דער וועג האט געדויערט א וויילע, סיי צוליב די שמאלע געסלעך צווישן די מציבות און סיי ווייל מיר האבן פרובירט אויפכאפן היימיש-קלינגענדע נעמען פון משפחות און קהילות. ווען מיר זענען ענדליך אנגעקומען צום קבר פונעם בראדער צדיק האבן אונז שוין אפגעווארט די הויפט שיירא, אנגעפירט פון הרב בד"ץ שליט"א און זיינע מיטהעלפער.

די וואס דרייען זיך אין "על הצדיקים" פארום געדענקן נאך דעם טאג וואס מיר האבן אריינבאקומען דעם חשוב'ן שרייבער און מייסטער היסטאריקער וואס פאררופט זיך על שם בית דין צדק. אנהויב פון זיין קאריערע ביי אונז האט ער בלויז געשריבן אויף ענגליש, אבער די מבינים האבן תיכף דערשפירט אז דא האט מען צוטאן מיט א ידען נפלא וואס כל רז לא אניס ליה בעניני קורות הדורות ותולדות הצדיקים, און מען האט אים ארויסגעהאלפן פארשאפן דאס אידישע שפראך און צוביסלעך צוביסלעך האט דער קוואל אנגעהויבן פליסן און איבערגיסן ווי עס קענען עדות זאגען די פילצאליגע אשכולות וואס האבן זוכה געווען ער זאל דארט איבערלאזן פון זיינע וויסנשאפטן.

פון די אנדערע זייט האבן זיך דארט אפגעפונען 4 פון די הויפט ביישטייערער צום וואוקס און אויפבליה פון דאס גאנצע בית המדרש שעל ידי קהילתינו הקדושה, הלא המה: בראש וראשון הג"ר יעקב דוב מיללער שליט"א אב"ד סקרענטאן והגלילות יצ"ו, ומשנהו בדומה לו הרב פארשלאפן ני"ו, ווי אויך איינער פון די שטארק אינפארמירטע מיטגלידער וואס העלפט כסדר ארויס אידענטיפיצירן בילדער פון צדיקים און אנדערע סארט אינפארמאציע מו"ה ר' יאסל ני"ו, ואחרון חביב דער צדיק פון ביקסאד שליט"א (וועמען איך בין שולדיג א הכרת הטוב פון א מסיבה הארט בעפארן זומער, וואו ער האט מיך שטארק מקרב געווען נישט וויסנדיג אפילו ווער איך בין).

קוים איז מען ארויסגעקומען פון די קארס און א חשוב'ער מיטגליד "שטיקל גבאי" גייט ארום צווישן עולם פארטיילנדיג א קונטרס "ביאגראפיע" וואס איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך א צווייטער שרייבער "בן-בוזי" לכבוד די נסיעה. אויפן שער בלאט שטייט ווי פאלגנד: ביאגראפיע על האדמורי"ם והרבנים שכיהנו פאר באמעריקע ושוכנים בחצר בית דוד בקווינס - נערך לכבוד נסיעת ידידים העוסקים בקורות ימי ישראל באמעריקא, כ"ז תמוז תשס"ט לפ"ק. אז מען מישט אריבער טרעפט מען א "בפתח השער", וואס דערציילט בתוך הדברים די מעלות פון זיך משתטח זיין אויפן ציון פון א צדיק ביום ההילולא, און ברענגט ארויס דעם פאקט אז שוין 52 יאר וואס דער צדיק ליגט באהאלטן אין דעם פארשטופן כמעט-אומבאוואוסטן בית החיים, און ער האט זיכער א נחת רוח פון דעם וואס מען קומט אים באזוכן מיט א מנין.

דער גאנצער קונטרס באשטייט פון קורצע ביאגראפישע שטריכן אויף אסאך רבנים וואס מנוחתם כבוד אין דעם דערמאנטן בית החיים, דער מסדר באדאנקט זיך פאר ר' חיים ראזענבערג פון "היברו בוקס" און ר' ברוך אמסעל פון "קברים דאט קאם" פאר זייער הילף צוצושטעלן אלע סארט אינפארמאציע. נאכן אויסרעכענען א רשימה פון 67 צדיקים מיט די פונקטליכע אדרעסן פון זייערע קברים אין דעם בית עלמין, שטייט פארצייכנט אז די נסיעה איז געווידמעט לרפואת ידידנו הרבני הנכבד (לחם לפי הטף, זיין נאמען און מוטערס נאמען) ה' ישלח לו רפואה שלימה ומהירה. דערנעבן געפונט זיך א מאפע פונעם בית החיים און אירע גאסן, און קורצע באשרייבונגען איבער פארשידענע צדיקים, באגלייט מיט בילדער פון זייערע צורות און/אדער מציבות/ספרים.

אויפן לעצטן בלעטל שטייט "תודותינו נתונה להרב "בן בוזי" על אשר טרח ועמל לסדר כל הקונטרס מרישא ועד גמירא להצלחת הנסיעה. זכות הרבים וזכות כל הצדיקים יגן בעדו ובעד ביתו אמן!". און אויפן אונטערשטן דעקל פונדרויסן פיגורירט פראמינענט איינס פון די 'לאגאס' וואס די חשוב'ע גראפיסטן האבן צוזאמגעשטעלט פאר די אידישע וועלט וועבזייטל...

דער עולם האט זיך צוגעשארט צום קבר פון הרה"צ ר' ישראל מאנזאהן זצ"ל, וואו מען האט געצינדן ליכט (די זוהן האט געבאקן איבער די קעפ, אבער אין די זעלבע צייט האט א ווינטל איבערגעהאקט די פלאמעלעך און זיי פריצייטיג פארלאשן) און נאכן באשטעטיגן אז עס איז דא א מנין אידן, האט מען אנגעהויבן זאגען תהלים. פון וואו הייבט מען אן? אה, דאס איז א גאנצע מסכתא פאר זיך... דער רוב עולם דארט האט באשלאסן צו זאגען די קאפיטלעך תהלים וואס מען פירט זיך צו זאגען אין "רוזין". איך געדענק נישט יעצט וועלכע קאפיטלעך מען האט געזאגט, אבער בשעת מעשה האט מיר אויסגעקוקט ווי מען זאגט אויס גאנץ תהלים מיטן אויסנאם פון עטליכע גאר קורצע קאפיטלעך... (איך רעד שוין נישט פון דעם וואס רוב באטייליגטע האבן אזוי שנעל אפגעמורמעלט די מזמורים אז מען האט געקענט מיינען זיי זאגען אויס תהלים יעדן שבת פאר שחרית...).

די מנין איז באשטאנען פון די פאלגענדע 10 ניקס: א גוט ווארט, בד"ץ, ביקסאד, בן בוזי, יאסל, מיילעך, מיללער, פארשלאפן, קרעמער, שטיקל גבאי. אויסערדעם האבן זיך דארט געפונען עטליכע פרעמדע אידן (וואס האבן 'דערווייל' נישט קיין ניק בתוכינו), קרובי משפחה פון בד"ץ און מיילעך. מען האט מזכיר געווען דעם קרעטשמע מיטגליד לרפו"ש בעפאר תהלים, און אן ערנסטקייט האט מער-ווייניגער געהערשט דורכאויס די גאנצע צייט. נאך תהלים האט בד"ץ פארגעלערנט א פרק משניות און געזאגט קדיש, דאן האט מען ארויסגעצויגן לעקאך און ברוינפן און דער עולם האט זיך אנגעוואונטשן לחיים און זכותו יגן עלינו.

אויפן פלאץ האט זיך אנטוויקלט א שטיקל שמועס צווישן די קאלעגע שרייבער, וועלכע האבן זיך אידענטיפיצירט איינער פארן צווייטן און צוגעענדיגט א געפעכטעלע צוויי וואס מען האט אנגעהויבן בין כותלי הקרעטשמע... בעיקר איז דער עולם איבערראשט געווארן פון די רבני'שע געשטעל פון ידידינו הרב מ'סקרענטאן, און די רואיגקייט וואס האט געהערשט צווישן ניקס וואס האבן שארפע היסטאריע צווישן זיך (ווי איינער האט זיך דארט אויסגעדרוקט אויפן צווייטן אז אויפן פנים זעהט ער נישט אויס אזא מחוצף ווי אין שריפט...). ווען הרב בד"ץ איז געוואויר געווארן מיין ניק, האט ער זיך געכאפט און אנגערופן "הייסט דאס אז דו ביסט דער וואס מעקט מיך כסדר...", אויף וואס איך האב רעאגירט מיט א "חסימה" סטראשע...

די שמועס האט זיך פארצויגן און די פיסלעך האבן אנגעהויבן גיין אין ריכטונג פונעם שאסיי וואס פירט צום אנדערן עק בית החיים, וואו עס ליגן פארשידענע צדיקים לבית טשערנאבל און זייערע פאמיליע מיטגלידער. די וועג איז געווען א לאנגע אבער די אינטערסאנטע שמועסן האבן עס געמאכט אויסזעהן גאר קורץ. אנקומענדיג אהין האט זיך פארוויקלט א שמועס איבער די רבי'ס וואס זענען ארויסגעקומען קיין אמעריקע בעפאר די וועלט קריג און וואס מיט זיי איז געווארן. א טענה'ריי איז ענטשטאנען וועגן די צאל יראים ושלמים אין אייראפע פארן קריג, און וועלכע געגענטער האבן זיך דאס מערסטע געהאלטן אידיש א.א.וו. במשך די גאנצע צייט בין איך געשטאנען צווישן עולם מיט אן אוזן קשבת צו די אינטערסאנטע אנעקדאטן וואס זענען דארט געפלאסן פון די חשוב'ע באטייליגטע.

אזוי איז מען געשטאנען און געשמועסט א לענגערע צייט אונטערן פרייען הימל (ווען ריזיגע עראפלאנען פליען איבער אונזערע קעפ אויפן וועג צו און פון דעם דערנעבנדיגן לופטפעלד) ביז עס האט אנגעהויבן ווערן צו הייס און צו שפעט. עטליכע האבן פארגעשלאגן מען זאל צוריק אויפלעבן דעם על הצדיקים פארום מיט פרישע סחורה טאג טעגליך, און די איבריגע האבן צוגעשטימט דערצו מיט א פעסטע החלטה, און מען האט זיך צושיידט מיט א הערצליכע וואונטש מען זאל זיך קענען נאכאמאל צוזאמקומען און טאקע אויף גוטע פלעצער. אמן.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

זייער שיין אראפגעלייגט דיין טאגבוך
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

קרעמער האט געשריבן:זונטאג, א טאג וואס מאנכע אנשי שלומינו זענען צייטווייליג פריי פון אדם הראשון'ס קללה און קענען אראפנעמען צייט און כח ארומצופארן על אדמת אמעריקע פוקד זיין די ציונים הקדושים.
ביי אונז רופט מען דאס שבת שני של גלויות.

יאך בין אצינדער מכריז ומוסר מודעה אז עס גייט קומען נאך א פארזעצונג [ווערט נישט צו זעצט]
באשרייבענדיג דעם באזוך אין ביה"ח ביז צו די ענדע פון דעם געהויבענעם באזוך ביום ז"ך תמו"ז תשס"ט לפ"ק,
ווען מען האט אונז ארויס באגלייט פון דעם גוטן ארט בקולות ואבוקות [לייטס ענד סייערינס, בלע"ז],
זעהט אויס דער שחור האט גענומען [לא תגנוב = מען טאר נישט טרעפן] די בליצערס פון וויכי,
ועוד חזון למועד.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שווער מגיב צו זיין דא אזוי האלב קרעטשמעריש/האלב צדיקימיש אבער פטור בלא כלום אי אפשר.

אונזער מייסד הרב קרעמער האט דא געטאן א מייסטערהאפטיגע ארבעט מיטן אראפשרייבען פרטים ופרטי פרטים פון די נסיעה וואס מערסנטסטייל האבן שוין רבו מיטגלידער פארגעסן אדער מיטאמאל אויפגעכאפט בשעת מעשה, תשוח"ח לו.

מיינע הערות:

1) דער אמת איז אז דער נסיעה איז נישט צושטאנד געקומען ווייל די יארצייט געפאלט אויף א זונטאג, דער פרט ברויך א תיקון, ידידנו הרבד"צ שליט"א האט בשעת מיר האבן ארומגרעדט פון ר' ישראל מאנזאהן מבראדי נכד הצדיק מריזשין זצ"ל, מעורר געווען אז היות דער צדיק האט ליידער נישט איבערגעעלאזט קיינע ערליכע קינדער און ווער ווייסט וויפיל מאל ער האט בכלל זוכה געווען צו א מנין ביי זיין יארצייט וואס זאלען זאגען א קדיש, לערנען משניות און צינדען ליכט על קברו, וואלט אפשר כדאי געווען צו ארגאנעזירען אזא נסיעה.

היות דאס איז נאך געווען אריבער 2-3 חדשים צוריק, האב איך מגיב געווען אז אויב איז דאס אויף א זונטאג בין איך א קאנדידאט, ניטאמאל האב איך געמיינט צו זאגען אויב די יארצייט איז זונטאג, נאר אז דער זונטאג ארום דעם יארצייט בין איך גרייט צו גיין.

דער מסבב כל הסיבות האט אזוי צוגעפירט אז פונקט היי-יאר איז טאקע דער יארצייט געפאלן אויף א זונטאג, וזכיני להשתפך שיח על קברו ביומא דהילולא דיליה, ויה"ר שיהא לזכות ולרפואת ידידינו היקר באנשים הי"ו.

2) די קאפיטלעך תהלים האט דער יוזם הנסיעה הרבד"צ שליט"א פארשריבען פאר איינע פון די באטייליגטע כפי מה שנמצא אצל ציונו של הרה"ק ר' שלום שכנא מפרוהבושט אבי הר"י מריזישין וזקינו של בעל היארצייט לכבודו.

3) די ארבעט פון יקירנו הרב בן-בוזי הי"ו בקונטרסו לתולדות צדיקי וגדולי עלמאנט, איז מורא'דיג און ווי מרן מפארשלאפן האט שוין ערגעצוואו ערווענט ברויך מען דאס ווען ערגעץ פאוסטען לזיכוי הרבים.

4) פאר ידידי ר' מיילעך קומט זיך גאר אסאך קרעדיט ווי מ'זאגט פון ביהיינד-די-סינס ואגלה טפח, אז ר' ברוך אמסעל זז"ג איז אין א געוויסע בחינה מתלמידיו של ר' מיילעך, אשריך ר' מיילעך כה לחי! אייער ארבעט איז אומשאצבאר און אייערע ידיעות זענען קילורין לעינים

(קרעמער, מיילעך איז געגאנגען אין אפיס זוכען און טרעפן קברו של הרה"צ מלעכאוויטש-ארה"ב כפי מה שהעלה אח"כ באשכול לאדמור"י סלאנים).
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

בלייבט מיר נאר איבער צוזאגן א דאנק פאר קרעמער'ן פארן אונז באטייליגן מיט די העכסט אינטערסאנטע דעטאלן פון די 'מסע התרוממות' נסיעה, מיט זיין אייגנארטיגן חן.
זאלן די אלע גוטע השפעות נישט שפעטיגן צו קומען
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:2) די קאפיטלעך תהלים האט דער יוזם הנסיעה הרבד"צ שליט"א פארשריבען פאר איינע פון די באטייליגטע כפי מה שמובא בספר ליקוטי צבי שנמצא כתוב על קלף אצל ציונו של הרה"ק ר' שלום שכנא מפרוהבושט אבי הר"י מריזישין וזקינו של בעל היארצייט לכבודו.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

נאך אזא דערהויבענע נסיעה איז נישט קיין וואונדער אז עס איז געקומען מאנטאג דער גוטער קול מבש"ר פון ידידינו היקר לרפו"ש ברמ"ח אבריו ושס"ה גידיו,

און איך שטעל מיך אויך צו צום פארלאנג פארוואס זאלן מיר אלע נישט קענען הנאה פונעם קונטרס שנערך ע"י ידידנו החשוב בן בוזי, איך וואלט גע'עצה'ט ער זאל עס מאכן אויף PDF און ארויפלייגן פארן עולם (מען קען אויסמעקן קודם די זאכן וואס זענען נישט פארן פובליקום) אזוי וועט עס זיין לתועלת הרבים.

איך בין גרייט צו העלפן דערין אויב עס פעלט אויס.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

הערליך שיין קרעמער..
נעכטען געהערט אפאר נעמען פין באקאנטע אידן וואס זענען נעבעך ארייןגעפאלען אין די הענט פונעם משחית, אין זיי זענען זקוק לרחמי שמים,
אוי דאס הארץ ציגייט...
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

פרינטער טייערער, כ'ווייס אז איך באלמוטשע דיר היינט אבער וואס זאלעך טון אז א קרעמער טאג בוך קאן איך נישט ערלויבן צו פארפאסן, פליז פרינט עס.
אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 10, 2008 4:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלף בית »

ביים לייענען די ערשטע צוויי חלקים האב איך זייער הנאה געהאט, זייער שיין.
אבער דא ביים חלק ג', אין הכי נמי, כ'האב ווידער הנאה געהאט, אבער ווען סקומט צו קברי צדיקים, ווער איך אויסער זיך. איך פון מיין זייט וועלט ארומגעפארן פון צופרי ביז ביינאכט וואך נאך וואך אויף קברי צדיקים, סאיז דאך אבער נישט מעגליך. איך האב אבער גאר שטארקע געפיל דערצו. דעריבער ווען כהאב אפגעליינט איבער די נסיעה איבערהויפט מיט אזא געשמאקייט, האט זיך זיך אנגעצינדן אין מיר די קנאה געפילן אזש איך קען עס נישט ארויסברענגען אין די ניין טעג :evil: .
קרעמער די האסט דיך אויפגעפירט צו מיר אזוי ווי איינער גייט צו צו א צווייטן איד תשעה באב נאכמיטאג מיט א פרישן דעניש און מיללער וואו איינער וואס ברענגט נאך צו א קאווע.

אנטשולדיגט פאר די שארפע רעאקציע, לאך דיך אויס דערפון.

אגב, קענסטו מיר אנגעבן די פונקליכע אדרעס פונעם בית עלמין, אפשר וועל איך פרובירן אנצוקומען אהין, יו"כ קטן אדער א' סליחות אדער ער"ה עשי"ת, סקומט דאך גרויסע טעג.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

בעזהשי''ת
באתי בשורות אלו להודות לכל אלו שבאו ותרמו להצלחת הנסיעה ---עלי' לקברו של הרה''צ מבראדי זצ''ל---שבודאי יתפלל ויעתירבעדינו . כי אפילו בלוי' שלו שהי' באמצע הקיץ --הי' גר בקלינטן סטריט וגם שם הי' בית מדרשו ----השתדל וביקש מרנא ורבנא כ''ק אדמו''ר מבאיאן נ''ע מכמה אנשים שיסעו למקום מנוחתו כדי שיהי' מנין [שמעתי מר' בן-ציון פריינד בן המשב''ק הרה''ח ר' לוי הערש זצ''ל] .
על עצם הנסיעה אין לי מה להוסיף כי הסוחר[קרעמער בלע''ז]כתב על חלק הגשמי ומעט על קצי המזלג את חלק הרוחני .
ולך הרב קרעמער אני יכול לומר שאין לך מה להתבייש אפילו מהסופר המפורסם רש''י שלום עליכם---שבילדותו התאבק בעפר המגיד מטאלנא וביקשו
שהיות שיש לו חוש בכתיבה אף פעם לא יעשה ליצנות מהרבש''ע ויהדות וחסידות .והבטיח לו ועמד בדיבורו [שמעתי מהאדמו''ר ר' יוחנן בן הרד''מ מטאלנא
זצ''ל] חילך לאורייתא ויה''ר שתעשיר את עולם התורה וחסידות בכשרונותיך ויתגדל ויתקדש שמי' רבא .ועיקר מען זאל האבען געפוילט אלעס גיטס וזכותו יגן
עלינו והימים האלו יתהפכו לששון ושמחה . וטוב הנראה והנגלה למטה מעשרה טפחים . ויקוצו וירננו כל שוכני עפר והוא בתוכם בקרוב ממ''ש .
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אלף בית האט געשריבן:
אגב, קענסטו מיר אנגעבן די פונקליכע אדרעס פונעם בית עלמין, אפשר וועל איך פרובירן אנצוקומען אהין, יו"כ קטן אדער א' סליחות אדער ער"ה עשי"ת, סקומט דאך גרויסע טעג.

BETH DAVID CEMETERY, 300 ELMONT ROAD, ELMONT, NY 11003
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

קרעמער האט געשריבן:
אלף בית האט געשריבן:
אגב, קענסטו מיר אנגעבן די פונקליכע אדרעס פונעם בית עלמין, אפשר וועל איך פרובירן אנצוקומען אהין, יו"כ קטן אדער א' סליחות אדער ער"ה עשי"ת, סקומט דאך גרויסע טעג.

BETH DAVID CEMETERY, 300 ELMONT ROAD, ELMONT, NY 11003

ב''ה
בכל ההיימישע טעלעפון בוקס ישנו המפה והדרך איך להגיע
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרעמער, איך האב נאכנישט געליינט וואס דו האסט געשריבן, אבער אלס פאסט-טרעגער, וועל איך ארויפלייגן וואס איז האב באקומען אין אישי..

היות איך האב אביסל אינפערמאציע בנוגע די בית החיים, וואס איך קלער ס'קען זיין אינטערעסאנט פארן ליינער, און איך בין נישט קיין שרייבער, שיק איך עס מיט אונזער באקאנטן גע'עהרטן פאסט-טרעגער, וויכי, ער זאלעס אראפשרייבן.

(הערת וויכי, דו ביסט א פיינע שרייבער, איך האב כמעט נישט געדארפט טוישן..)

איך האב קיינמאל נישט געוואוסט אז עס איז דא נאך אידן וואס ווייסן פון דעם בית החיים.. איך בין שוין עטליכע מאל געפארן צו דעם בית החיים צו א זיידן, וואס האט זיך אייגענטליך אנגעפאנגען מיט זייער אן אינטערסאנטן עפיזאד, און דאס האט מיך געמאכט שרייבן די יעצטיגע תגובה, כדי עס מיטצוטיילן פאר די חשובע קרעטשמע ליינער.

איך האב געהאט דא אין אמעריקע א זיידן, ער האט געהייסן רבי דוד גארדאן, געקומען איז ער פון פוילן, און איז געווען א שטארק ערליכער איד, וואס אויף דעם זאגן עדות די הערליגע דורות וואס ער האט אויפגעשטעלט.

ער איז נפטר געווארן בערך 65 יאר צירוק, ער איז נטמן געווארן אין דעם גרויסן בית החיים 'בית דוד'.. למעשה, אזוי ווי ער האט נישט איבערגעלאזט קיין קדיש'ל, נאר טעכטער, (צווישן זיי די באבע ע"ה- די איינציגסטע פרומע) איז מען קיינמאל נישט אהינגעגאנגען, און במשך די יארן איז פארגעסן געוואן ווי ער ליגט, און ווען זיין יארצייט איז.

פאר עטליכע יאר צוריק, איז פאר מיין קרוב אריין אין קאפ, אז מען מוז געוואור ווערן ווי ער ליגט, און ווען די יארצייט איז.. עפעס האט ער געדענקט "בית ..." אבער נישט געדענקט פונקליך וואס.. ער האט אנגעפאנגען קלאפן אין די טירן, און פארשאפט א ליסטע פון אלע נו יארק'ע בתי חיים, און די ערשטע וואס האט געהייסן "בית", איז געווען "בית דוד", האט ער אנגערופן די נומבער פון "בית דוד" און.. יאפס!! ער ליגט דארטן, און די יארצייט געפאלט אויס.. האלט אייך דעם אטעם.. מארגן!!! ער איז געווארן אינגאנצן שאקירט.. ער איז געשטאנען געפלעפט.. (וויזוי?..) אויף אזאונס האט ער זיך נישט געראכטן.. ווי וואונדערליך איז געווען די השגחה פרטית.

מ'האט תיכף ארגענעזירט די משפחה, און אויף צו מארגן'ס האט מען זיך ארויסגעלאזט צום בית החיים.. מיר זענען אנגעקומען צום בית החיים, און נאך אזויפיל יארן וואס האט ניטאמאל געוויסט ווי ער ליגט, איז מען ענדליך אנגעקומען צו גיין צו זיין ציון.. און מ'האט געזאגט א קדיש צום ערשטן מאל זייט די לווי'.

אזוי ארומוואנדערינג דארטן, האמער באגעגנט כל ערליי מציבות, אין אלע שפראכן, (די פרי'סטע וואס איך האב געזעהן איז געווען פון תר"פ, דאכצעכמער..) אנקומענדיג צום זיידן, -וועלכע ליגט אין 'כולל אנשי מעמד איסט סייד' חלקה, ווי ער איז געווען א מעמבער- האבן מיר באגעגנט נאך אן אינטערסאנטן צייכן פונעם זיידן'ס אידישקייט, נעמליך, עס פיגורירט נישט קיין איין ענגליש ווארט אויף זיין מצבה! נאכן באטראכטן אזויפיל מצבות איז אונז עס פאר אונז געווען א גרויסער וואונדער.

ארויס פון דארטן זענען מיר מיט די געפילן, אז נעבעך.. עס ליגן דא טויזענטער אידן, וואס זייערע קינדער ווייסן נישט פון קיין אידישקייט צוזאגן, "אמעריקע אמעריקע".. וויפיל אידן האסטו צוגרונד געלייגט?.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32370
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

קרעמער, יעצט האב איך שוין יא דורכגעליינט, הערליך הערליך.. דו לייגסט אראפ א זאך זייער לייוו, און דעטאלירט, און מיט הומאר.. איך האב אפאר מאל אויסגעשאסן, און ביי א געוויסע פוינט האט זיך מיין טאכטערל אויפגעוועקט פון געלעכטער.

ביי דע וועי, איך זעה אז דו ביסט א ווארט'ס-מענטש.. האסט געשריבן אז דער עולם האצעך פארגענומען אויפצולעבן די על הצדיקים פארום.. איך זעה אז דו האסט געהאלטן ווארט..

קרעמער, איך ווארט אויף די נעקסטע חלק, ווייל איך וויל צאמשטעלן ווער די גנב -וואס האט גע'גנב'עט מיינע בליצער'ס- איז.. (קרעדיט: ביקסאד..)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

וויכטיג-מאכער;

מיין נעקסטע חלק געפונט זיך שוין אין היימישע קרעטשמע פארום (זוך אויף טאגבוך א' דברים חלק ד'), וועגן די בליצערס וועסטו מוזן נודזשן דעם ביקסאדער צדיק, מיר זענען שוין נישט דארט געווען.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

קרעמער יעצט ווער איך שוין טאקע דיפרעסד....
ביי טאג בוך 1 און 2, האב איך נישט נישט געפילט אז ס'דארף מיר באדערן, אבער ביי נומ' 3 פיל איך שוין אז איך פלאץ....
איך בין דאך געוועהן פון די 10 וואס האבן געדארפט משלים זיין צו מנין, און היות אלץ שיינע איד קען איך נישט דרייוון האב איך געבעטן ווער ס'ווייסט פון א קאר זאל מיר מעלדן,
קרעמער זאגט מיר זונטאג צופרי אז איזאק האט אים געטראגן קיין ק"י, און פון דארט פארט ער מיט מיללער קיין קווינס, היות איזאק איז טמור ונעלם ממילא איז א דבר פשוט אז איך קען נישט מיטקומען....

א פלא, די בעלי חסד קלעבן נאר צו דיר....
פון מיר שאקלען זיי זיך אפ....

בקיצור מה עשה הקב"ה איך בין געבליבן אין קאנטרי...., ווען איך זאל דאס וויסן, אה מיט א העליקאפטער וואלט איך געפלויגן....
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

קרעמער, גוט אווי תמיד, מיר האבן באמת זיך נישט געהאט גערישט אויף אייער ערשיינונג אזש אזוי ווייט ווי פון די ווייטע דעלעוועיר, עס איז זייער שיין פון אייך דאס וואס איר זענט געווען נעתר לבקשתינו לתפארת הנסיעה החשובה.

איין פרט האט איר פארגעסן, ה"ה די עראפלאנען וואס האבן יעדע וויילע ערשינען אויפן האריזאנט בקול רעש גדול אדיר וחזק און געדרויעט זיך אראפצולאזן הארט פאר אונזערע אויגן אויף די שמאלע איין וועגעדיגע שטראזן פון בית החיים בית דוד.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

זאלט איר האבן אויסגעפועלט אלעס גוטס.

שכוח קרעמער.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אויפן אנפראגע פונעם עולם וועלכע 'לאגא' פון אידישע וועלט איז ארויף אויפן קונטרס, "נומער 6 פון רעב איד"
http://www.ivelt.com/forum/index ... ic#p240806
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שאץ מאץ האט געשריבן:קרעמער יעצט ווער איך שוין טאקע דיפרעסד....
ביי טאג בוך 1 און 2, האב איך נישט נישט געפילט אז ס'דארף מיר באדערן, אבער ביי נומ' 3 פיל איך שוין אז איך פלאץ....
איך בין דאך געוועהן פון די 10 וואס האבן געדארפט משלים זיין צו מנין, און היות אלץ שיינע איד קען איך נישט דרייוון האב איך געבעטן ווער ס'ווייסט פון א קאר זאל מיר מעלדן,
קרעמער זאגט מיר זונטאג צופרי אז איזאק האט אים געטראגן קיין ק"י, און פון דארט פארט ער מיט מיללער קיין קווינס, היות איזאק איז טמור ונעלם ממילא איז א דבר פשוט אז איך קען נישט מיטקומען....

א פלא, די בעלי חסד קלעבן נאר צו דיר....
פון מיר שאקלען זיי זיך אפ....

בקיצור מה עשה הקב"ה איך בין געבליבן אין קאנטרי...., ווען איך זאל דאס וויסן, אה מיט א העליקאפטער וואלט איך געפלויגן....
.



און דאס אז מיללער איז טמיר-מיט-נעלם פאלט אייך נישט איין? זאג, דו קענסט נאך אזא איינגעזעהנע רב בישראל וועלכער דרייווט און נאך מיט א גפ"ת?
אוועטאר
שעפטיל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 467
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 24, 2007 2:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שעפטיל »

ג"א מצטרף לבקשת בן הרחמן מען זאל ארויפלייגן דעם ליקוט אויף דעם בית החיים, זאלן אנדערע אידן אויך הנאה האבן (שטייצעך מיטן אויסמעקן קוידן די פריוואטע זאכן)
אז אונז האמיר א בית החיים לעבן וויליאמסבורג, פארוואס זאל מען נישט אהינגיין מער אפטער. ווי איך שטעל זיך פאר געפונען זיך דארט קברים פון הייליגע אידן וועלכע לעכצן אויף א ליכטל, אדער אויף א קאפיטל תהילים.
מיר זענען שיך!
קרעדיט: מיכאל שניצלער
א גוט ווארט
שר מאה
תגובות: 249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוט ווארט »

בכלל אז דער סקרענטענער רב מצודתו פרוסה בערי השדה שבמדינת ניו יארק ואינו מתכסה באיצטלא דרבנן, דאס וועט שוין דער סוחר-חנוני אוודאי מודה זיין.
ווי אויך וועלן מיר אלע מודה אזמ'קען זיך מתכסה זיין און אנפירן אזא קרעטשמע, ווי מ'טוט זיך באנעצן די לעפצן מיט געשמאקע עהרציילונגען וואס מאכט גוט-מוטיג און זיס דאס לעבן
לחיים (זָאזְדרָאוְויע קַאקְבִּיק)
תכלית הידיעה אשר לא נדע
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ב"ה
איך וויל שרייבן הקדמה לחלק א' און הוספה לחלק ג' פון הרבני הנכבד קרעמער שליט"א וועלכע האט אנטייל גענומען אין דער נסיעה טראץ דעם וואס ער האט געדארפט אפ פארן האלב נוא יארק אהין און צוריק, און דערביי נאך האלטן קאפ נישט צו פארגעסן קיינע דעטאלן, תשוח"ח לו פארן פאראייביגן דער נסיעת ידידים ואהובים.

דערביי וויל איך אפדאנקן די אלע וואס האבן אנטייל גענומען און צוגעגעבן יעדער באזונדער מיט זיין פערזענליכקייט און אנוועזנהייט, ה"ה הרב בד"ץ דער מחולל הרעיון, אליין אן אפטער באזוכער דארט וועלכע האט יעצט אנגעפירט מיטן פראגראם בכלל ובפרט, ואתו עמו 'א גוט ווארט' וועלכע האט מיט מילי מעלייתא ארויס געברענגט זיינע ידיעות קאנקארירנדיג מיט הרב דק"ק ביקסאד שליט"א אליין א ידען נפלא הפלא ופלא.

א ספעציעלער דאנק פאר 'גבאי לחצאין' וועלכע האט זיך אפגעגעבן מיט די פרטי הנסיעה אז ס'זאל זיין בתכלית השלימות.

כבוד הרב מסקרענטאן וועלכע האט טראץ זיין איבער געשטרענגטער סדר היום מיט קהלישע ענינים זיך אנגעשטרענגט און געקומען מיט אונז, און זייענדיג דער מנהיג רוחני און דער מנהיג גשמי איז ער נישט געקומען אליינס נאר מיטגעברענגט מיט זיך אנדערע גוטע פריינד חברים ביי אונז אין קרעטשמע ה"ה קרעמער הנ"ל, און ר' יאסל שי' וועלכע האט אנגעפירט דארט א 'פארום בעל פה' ווי ס'האבן זיך געווארפן תגובות אויף הויכע טענער, אהן דעם וואס די גבאים זאלן קענען מעקן...

און א פערזענליכע דאנק פאר פארשלאפן וועלכע איז גארנישט אזוי פארשלאפן און האט מיטגעטיילט חוץ זיין פערזענליכקייט אויך זיינע ידיעות.

און פאר מיילעך דאנק איך נישט ווייל ער איז אוטאמאטיש אהין געקומען, ער ציהט אהין ווי א מאגנעט, און ווי קרעמער האט שוין באמערקט זעהט ער אויס היימיש און פריינטליך צו די חברה דארט אזש ס'קען זיך טאקע דאכטן אז ער איז פון יענע חברה.

ביי דער געלענהייט וויל איך אויך אויסדרוקן מיין גרויס צער אויף דעם וואס ש"ץ מ"ץ האט נישט געהאט די מעגליכקייטן אנצוקומען צו די אלע וואָרטס מענטשן צו וועלכער קרעמער האט זיך יא פארבונדן און אזוי ארום פארלוירן דער מעגליכקייט פון אנטייל נעמען, עס איז געווען א פארלוסט, ועל כגון דהא זאגט מען: נעקסט טיים.

דער אייבישטער זאל העלפן מיר זאלן האבן געפועלט אלעס גוטס ברו"ג בכו"פ בחומ"ר בב"א
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום דאנערשטאג יולי 23, 2009 12:56 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

חלק א' - ב' טאג בוך פון בן בוזי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ס'נישט דאס ערשטער מאל וואס איך באטייליג זיך אין א נסיעה מיט כבוד הרב בד"ץ והחבורה צו באזוכן אין אלטע אמעריקאנער בתי חיים צו באזוכן אזעלעכע צדיקים ורבנים וואס זענען פארגעסן געווארן און קיינער קימערט זיך נישט איבער זיי, אזוי אז דער פארגאנגענהייט האב איך געהאט דער זכי' אנטייל צו נעמען אין א באזוך אויפן 'סייפרעס הילס סעמעטערי' ווי עס ליגט דער רב הכולל ביומא דהילולא כ"ד תמוז (נאך איידער ר' יונה לאנדא האט איהם אזוי באוואוסט געמאכט), און ווי עס ליגן אויך אנדערע גרויסע רבנים (ס'איז אן אויסערגעווענטליך אינטערעסאנטער ביה"ח), און אין דער דערנעבנדיגער 'מאונט יהודא סעמעטערי' ווי עס ליגן אויך גדולים צווישן זיי דער יאמפאלער רבי.

אן אנדערע מאהל זענען מיר געפארן באזוכן דער ביה"ח אין ווילקעס בערי פא. אויף דער ציון פון הגה"ח ר' זלמן בארער זצ"ל א רב אין שטאט און פון די נאנטע חסידים ביים טשארטקובער רבי, ער שרייבט נעבעך אליין אין דער אז ער האט נישט מצליח געווען מיט די קינדער הקדמה צו זיין ספר דברי מהר"ז, און ביי דער געלעגנהייט האבן מיר שוין געהאט די זכי' אריין צו פארן און אפשטאטין א באזוך אין דער עיר התורה והחסידות דקרעטשמערינו 'סקרענטאן פא. יצ"ו' א מציאות וואס אפילו דער גאון הגדול סקרענטענער רב שליט"א בכבודו ובעצמו האט דערווייל נאכנישט געהאט, דארט זענען מיר צוגעגאנגן צום ארטיגן מושב זקנים ווי מיר האבן גערעדט מיט זקני עיר סקרענטאן.

ווי אויך זענען מיר געפארן איין יאהר קיין פילאדעלפיע פא. ווי עס ליגט ר' משה'קע קרעמניטצער זצ"ל א ראדווילער אייניקל וועלכע איז געקומען קיין אמעריקא נאך געלט און איז דאהי נסתלק געווארן ומנו"כ אין דער 'מאונט שרון' סעמעטערי, דער פלא איז טאקע געווען אז הגם מיר האבן נישט געוואוסט ווען דער יארצייט זיינער געפאלט זענען מיר אנגעקומען אהין איין טאג נאכן יארצייט י"ז אב.

היי יאהר איז געווען אז הרב בד"ץ האט געמאלדן – דאהי אין בית המדרש דקהלתינו- וועגן זיין ווילן צו פארן צום ציון פון ר' ישראל מאנזאהן זצ"ל דער בראדער רבי ביום ההילולא דילי' אויף וואס די חברים און גוטע פריינד האבן זיך דערויף שטארק ארויף געכאפט און געהאפט אויף דער געלגנהייט.

הגם עס איז טאקע געווען א פריצייטיגער פארשלאג אבער איך האב דאס תיכף אריין געלייגט אין מיין קאלענדער אז כ"ז תמוז וועלכע געפאלט זונטאג פרשת דברים ולמספרים יולי דעם ניינצענטער וועט מען באזוכן דער 'בית דוד סעמעטערי'.

און אז דער פלאן איז שוין יא געווען איבער אזא שיינער נסיעה האט מכירי המכונה 'שטיקל גבאי' מיר פארגעשלאגן דער פלאן פון ארויס געבן עפעס לכבוד המאורע, אויף וואס איך האב צוגעשטימט און אפגעמאכט צווישן זיך וואס און וויאזוי מיר ווילן ארויס געבן, און ס'איז געווארן א בחינה פון הזמן קצר והמלאכה מרובה און איך האב זיך תיכף גענומען צו דער עבודה.

צוויי וואכן איידער דער נסיעה האט באדארפט צו זיין ותחל העבודה, צום אלעם ערשטן האב איך זיך א לאז געטוהן צום סייט פון ידידי ר' ברוך אמסעל מרא דאתרא פון קברים דאט קאם. פון ווי איך האב צוזאמען געשטעלט א ליסטע פון די אדמורים ורבנים וואס מנוחתם כבוד אין דער ביה"ח, מיט גענויע אדרעסן פון יעדער קבר, דערנאך האב איך זיך הערשט גענומען צו דער עיקר עבודה פון צוזאמען שטעלן די ביאגראפיע פון די אלע צדיקים, צו דעם האב איך זיך פארשטענדליך באנוצט מיטן אתרא קדישא פון היברו בוקס דאט קאם, און מיט זיין אס"ר (אפשר האט מיללער עפעס א גוטער ר"ת דערפאר א שטייגער ווי זיין גפ"ת טעכנעלאגיע) סוירט"ש ענדזשין דורך גענישטערט הונדערטער ארטיקלען פון ספרים און אויסגאבעס, און פראבירט צוזאמען שטעלן די קוים לדמותם, איך ברויך צו דאנקן ג-ט ב"ה פאר זיין הילף און בעזרתו יתב' האב איך צוזאמען געשטעלט א ליסטע פון 67 רבנים וועלכע ליגן דארט (הגם ביים אקטועלער באזוך האב איך שפעטער געפונען נאך) מיט קורצע שטריכן איבער דמותם ואישיותם פון 36 פון זיי, קאן זיין אז ווען וואלט איך ווען געהאט מער צייט וואלט איך געשריבן מער אבער דער זמן האט נישט ערלויבט, דאס אלעס איז געווען באגלייט מיט פאטאגראפן פון מציבות, ספרים, און עטליכע אויך זייער פערזענליכער געשטאלט, און אויפן ערשטער בלאט נאך דער רשימה איז געווען א מאפע פונעם ביה"ח.

ביים באזוכן אויף א בית החיים טרעפט מען אהן א שיעור אינטערעסאנטע זאכן, און דער עיקר איז צו האבן א גוטער טביעת עין, א חלק פון די אינטערעסאנטע זאכן זענען א] אדמורים ורבנים וועלכע ליגן דארט, ב] אין וועלכע חלקה ליגן זיי, ג] ווער נאך ליגט באגראבן אין דער חלקה, ד] אינטערעסאנטע אויפשריפטן אויף מציבות אא"וו.

'בית דוד סעמעטערי' פארמאגט אין דער ערד בערך 300,000 קברים, דאס איז אן אוסטראנאמישער מספר, און הגם איך האב שוין באזוכט עטליכע גאר גרויסע בתי חיים איז דאס א יחיד במינו, וואס הגם איך האב געמאכט היבש ריסוירטש בעפאר די נסיעה האב איך זיך נישט פארגעשטעלט ווי גרויס און אנגעפולט דאס איז.

מיר זענען אנגעקומען צום טויער בערך 1:15, אזוי ווארטנדיג אז די לוי' קארס זאלן אונז פארביי לאזן איז אנגעקומען נאך א קאר פון אונטער אונז און אזוי האבן מיר זיך ארויס געלאזט צום אנדערע עק ביה"ח עטליכע גאסן (דער ביה"ח באשטייט פון גאסן מיט נעמען) פארן באשטומטער מקום, אריבער פארנדיג די היימיש קלינגעדיגע סאסייעטי חלקה'ס האבן מיר זיך אפגעשטעלט דא און דארט צו כאפן א בליק אויף וואס ס'קען זיין אינטערעסאנט ביז מיר האבן געמאכט דער ערשטער סטאנציע אויף 'עדעמס עוועניו צווישן עמאניועל און בעטהעל עוועניו' דארט ווי עס ליגט דער פרעמישלאנער רבי ר' מרדכי דוד פרענקל זצ"ל ווי מיר האבן א תפלה געטאהן און ווייטער געגאנגען צום חלקה פון 'בני ישראל מרוזין' אויף מעדיסאן עוועניו, אנקומענדיג צום רוזשינער חלקה האבן מיר זיך ארום געקוקט און גענומען בילדער, דארט ליגן נאך עטליכע רבנים ר' דוד פרענקל רב אין הוסיאטין וועלכע איז געווען גאר א באוואוסטער פערזענליכקייט מיט זיינע צוויי זוהן ר' ליפא וועלכע איז געווען דער ראדזינער רבי'ס אן איידעם, מיט ר' יואל וועלכע איז געווען דער סאקאליווקער רבי'ס אן איידעם, דארט ליגט אויך זיין איידעם ר' בעריש צוקרמאן א גאון נפלא און א רב אין באפאלוי, אויך ליגט דארט א רוזשינער חסיד ר' יצחק שארף וועלכע איז געווען א רב אין נוא יארק, און דערווייל האבן מיר געווארט אויף די איבריגע פון דער שיירא א חלק וואס מיר האבן פארלוירן אונטערוועגנס און דער אנדערע וועלכע מיר האבן נאך ערווארטעט, און ווען דער עולם איז אנגעקומען איז עס צוגעגאנגען גענוי ווי קרעמער האט שוין פארציילט.
לעצט פארראכטן דורך בן בוזי אום דאנערשטאג יולי 23, 2009 12:54 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”