ר' אלטר שאול פעפפער זצ"ל מביטשקוב-ניו יארק י”ט ניסן תרצ”ו
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6804
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
ר' אלטר שאול פעפפער זצ"ל מביטשקוב-ניו יארק י”ט ניסן תרצ”ו
ר' אלטר שאול בר ר' ישראל אלימלך פפעפפער ז"ל
געבוירען און פוילן און א דערפעל לעבען קראקא בשנת תרל"ד
ער איז געקומען קיין אמעריקא בשנת תרע"ב און געווארען רב פון ביהמ"ד הגדול אנשי אונגארן און נו יארק
ר' אלטר שאול איז געווען סגן נשיא פון אגודת הרבנים, און נשיא פון ועד הרבנים.
ער איז געפארען צי די כנסיה גדולה פון אגודת ישראל קיין וויאן בשנת תרפ"ט און מען האט אוהם ממנה געווען אלטץ סעקרעטאר פון אגודת ישראל.
ר' אלטר שאול איז אויך געווען זייער אקטיוו און פארשאפען געלד פאר די עזרת תורה ארגעניזאציע און איז געווען דער גרינדער פון דעם כולל מאראמאראש.
ער איז געווען א באוויסטער תלמוד חכם, און געווען באקאנט און זיינע ידועות בעניני גירושין.
ער האט נאך בחיים חיותו ארויסגעגעבען צוויי חלקים פון זיין ספר שו"ת אבני זכרון, און א דריטע חלק האט די משפחה זיינער געדרוקט שוין אחר פטירתו.
ער איז נפטר געווארען דריטען טאג חוה"מ פסח שנת תרצ"ו

the SCY is the limit
אין חלק ג' פונעם ספר אבני זכרון וואס די קינדער האבן ארויס געגעבן איז דא שיינע מאמר שרטוטים לדמותו של הגאון המחבר זצ"ל וואס ר' זלמן לייב גרינוואלד מקאלאמבוס אהייא האט אויף איהם געשריבן.
ער שרייבט אז זיין איידעם ר"מ שייא האט ממלא מקומו געווען, זעהט אויס ער האט איבער געלאזט לייטישע קינדער.
ער שרייבט אז זיין איידעם ר"מ שייא האט ממלא מקומו געווען, זעהט אויס ער האט איבער געלאזט לייטישע קינדער.
- scy4851
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6804
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
- לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!
בן בוזי האט געשריבן:ומנו"כ ב?
ר' אלטר שאול ז"ל ליגט און יוניאן פילד בית החיים, דארט וויא דער רב הכולל ליגט.
איך בין געווען לעצטען דאנערשטאג אויפען ציון פונעם רב הכולל ביומא דהלולא דילי' און דערנאך בין איך געגאנגען צי דער משפחה חלק פון די האראוויטץ-מארגערעטען, וויא אן עלטער פעטער פאר מיין בני בית ליגט.
גייענדיג אהון האב איך מיך אהנגעטראפען און ציון פון הרב פפעפפער ז"ל
the SCY is the limit
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35149
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

ב''ה
הרב מיכאל שאי ז''ל איז געווען דער רב פין דיא אונגארישע שהול אויף דיא 7טע גאס אין דער לאוער איסט סייד --עהר איז געווען איין פרעשבורגער תלמיד
פין דעת סופר ---עהר האט געגעבען דיא השגחה אויף האראוויץ-מארעגערעטען פאבריק ,,מצות -פלייש קענס אין פארשידענע פראדוקטען,,עהר איז
געווען איין מיטגליד אין דיא ארגענזאצי' אגודת הרבנים ע''ה -הרב ר' אלטר שאול איז ווערט ציא דיסקאטירען עהר איז געווען איין עילוישער מענטש -

איך האב ערהאלטן אין בליץ-פאסט פון אן אייניקל די מאמר פון רי"י גרינוואלד איבער הרב פעפפער איבערגעזעצט אויף ענגליש (זעה בייגעלייגט) ווי אויך א בילד פון הרב פעפפער און די 'ניו יארק טיימס' ביי זיין פטירה, ווי מ'זעהט אז ער איז געווען דער העכסטער תורה-אוטוריטעט לעניני גיטין וקדושין און אז ער האט פאר א צייט געדינט אלס נשיא אגוה"ר (OU).
- אטעטשמענטס
-
- Pfeffer.pdf
- (40.11 KiB) געווארן דאונלאודעד 204 מאל
איידי דאתי לידי נימא בי' מילתא, אין א צווייט אשכול האב איך דערמאנט יעצט וועגן ר' אלתר שאול האב איך זיך דערמאנט איבער א דו"ד וואס מיר האבן געפירט דער וואך מיט כ"ק דער סקרענטענער רב שליט"א מפה.
דער דיון איז איבער א טעות וועלכע איז פארדריסליך אריין געפאלן אין איינע פון די פילע וועכנטליכע אויסגאבעס (ס'געווען א סאטמארער אויסגאבע) מהאי שתא פרשת ויקה"פ (ווער עס געדענקט דערוועגן אדער ווייסט וועלכע אויסגאבע דאס איז געווען זאל ביטע לאזן וויסן.
דארט שטייט געשריבן אז דער ראב"ד ר' ישראל יעקב פישר ז"ל'ס מוטער דהיינו ר' אהרן פישער'ס פרוי איז געווען ר' אלטר שאול'ס א טאכטער. ע"כ.
ר' אהרן פישער איז טאקע געווען אין אמעריקא פאר זיין חתונה און דערנאך געהייראט א פרוי אין אר"י.
נאך א דו"ד זעמיר בעז"ה ארויף געקומען אויף דער לינק ווי ר' אלטר שאול שרייבט טאקע פאר ר' אהרן'ן גיסי און ס'משתמע פון דארט אז זיי זענען איידעמער אויפן זעלבער פלאץ.
וא"כ זענען סיי ר' אלתר שאול און סיי ר' אהרן געווען איידעמער ביים נגיד מפורסם פון ביטשקעוו ר' מאיר לייב יעגער, וועלכע האט שפעטער יורד געווען מנכסיו און ווי ס'איז משמע טאקע האט ר' אלתר שאול געשיקט פון נוא יארק געלט קיין אייראפע צו שטיצן זיין שוויגער וועלכע האט געוואוינט ביי ר' אהרן.
לפי"ז קומט אויס אז ר' אלתר שאול איז געווען א פעטער פארן ראב"ד הגה"צ ר' ישראל יעקב פישר זצ"ל.

- ללמוד וללמד
- שר חמש מאות
- תגובות: 846
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 25, 2010 1:08 pm
ס'דערמאנט מיר, עס איז געווען איינע פון ר' אברהמ'עלע לעלעווער'ס קינדער וועלכע זענען געווען געליימט אויף איין זייט ער איז דאכט זיך מיר געווען רבי אין ביתר, ער איז אוועק ל"ע אין יונגן עלטער. און ער פלעגט קומען קיין וויליאמסבורג, האט ער געפירט איינמאל אין ויואל משה אין די קבלת פנים זאל, איך בין געגאנגען צוקוקען וויאזוי ער פירט א ווערטשאף, ס'געווען זייער מאדנע און אינטערעסאנט, ער האט געקענט קוקן איינעם אין פנים אריין אזוי אויגן צו אויגן פאר עטליכע מינוט, אז מ'האט נישט געוואוסט וואס צו טוהן זיך צו קענען איינהאלטן פון אויסשיסן אין א געלעכעטער, איך האב געציטערט אז איך זאל נישט זיין נעקסט, אינמיטן גיבט ער זיך א רוף אהן צו איינעם, אוואו הייסט איר? חיים פעפער, אה חיים פעפער א שעהנער נאמען, איז וויזוי הייסטו חיים פעפער? און ער מאכט אזוי פשיהא, אז כ'האב יענעם נישט מקנא געווען, און דערנאך האט ער געמאכט פעפער פון די נעקסטע מענטש, איך האב זיך דערווייל אראפ געשלייכט פונעם באנק און זיך גערוקט אין דער זייט......
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35149
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
badatz האט געשריבן:ב''ה
הרב מיכאל שאי ז''ל איז געווען דער רב פין דיא אונגארישע שהול אויף דיא 7טע גאס אין דער לאוער איסט סייד --עהר איז געווען איין פרעשבורגער תלמיד
פין דעת סופר ---עהר האט געגעבען דיא השגחה אויף האראוויץ-מארעגערעטען פאבריק ,,מצות -פלייש קענס אין פארשידענע פראדוקטען,,עהר איז
געווען איין מיטגליד אין דיא ארגענזאצי' אגודת הרבנים ע''ה -הרב ר' אלטר שאול איז ווערט ציא דיסקאטירען עהר איז געווען איין עילוישער מענטש -
ר' מיכאל נולד בעיר מאשאן באונגארן לאביו ר' ישעי' ישכר, היה תלמיד ישיבת גאלאנטא אצל הגרי"ץ דושינסקיא ופרעשבורג אצל הדעת סופר ונשא את בתו של ר' אלטר שאול פעפפער אב"ד ביהמ"ד הגדול, בשנת תרפ"ו הגיע לארה"ב ובתרצ"ו נבחר למלאות מקום חותנו בביהמ"ד הגדול אנשי אונגארן כמו"כ שימש כרב המכשיר במאפיית הורוויץ-מארגארעטן כנ"ל ועל שאר מאכלים.
הרב שאי עסק הרבה בחקירת תולדות וקורות יהודי אונגארן וקורות העיר פרשבורג (בראטיסלאווא) וקיבץ וליקט הרבה מכתבים ומסמכים על זה שמעולם לא נדפסה ונשתמרו למשמרת בארכיווני ייוו"א:
http://opac.cjh.org:8991/F?func=direct- ... format=999
הרב שאי היה פעיל בארגונים ומוסדות ציבוריים במיוחד היה עסקן לטובת ישיבת רבו הגרי"ץ דושינסקיא באר"י ובעד כולל שומה"חץ
נפטר במוצ"ש י"א ניסן תשל"ט, איפה נטמן?
ערהאלטן פון אן אייניקל מיט די הילף פון ר' ברוך זאל געזונט זיין:
זוכענדיג אויף מט. ציונ'ס וועב-ארט קומט מיר ארויף די פאלגענדע אדרעס צום קבר:
יעצט ברויך כבוד הרב המסד"ק קומען פונעם ווייטען סיארקיוז אין באגלייטונג פונעם בראנסווילער עילוי בראשות רבני ודייני קהילותינו וחברי הבד"ץ שרי אלפים ושרי רבבה גיין אפירזוכען קברו ומציבתו בהר ציון זה ששוכן בה
R. Michael (Max) ben Yishaya Yisachar Schay zt"l is buried in Mt. Zion cemetery, Maurice Avenue in Queens, NY.
זוכענדיג אויף מט. ציונ'ס וועב-ארט קומט מיר ארויף די פאלגענדע אדרעס צום קבר:
SCHAY, MAX RABBI
Path: 32R
Gate: ROAD
Grave Number: 334
Section:
Block:
Lot:
Society: HAGODEL
Date of Death: 4/8/1979
יעצט ברויך כבוד הרב המסד"ק קומען פונעם ווייטען סיארקיוז אין באגלייטונג פונעם בראנסווילער עילוי בראשות רבני ודייני קהילותינו וחברי הבד"ץ שרי אלפים ושרי רבבה גיין אפירזוכען קברו ומציבתו בהר ציון זה ששוכן בה
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35149
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35149
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
תשוח"ח לך מרן מפארשלאפן, איך בין זייער 'אימפרעסד' (נתרשם - איבערגענומען) פונעם בילד, איך האב מיך געראכטן אויף א מאדערנישע מציבה Rabbi Dr. Micahel (Max) Shai, beloved Father and Grand Father
ר' מיכאל ב"ר ישעי' יששכר
דערווייל האט ער זייער א אידישע מציבה, קיין איין ווארט ענגליש, אינטערעסאנט אז זיי האבן נישט פארצייכנט די פאקט אז ער איז געווען אב"ד ביהמ"ד הג' אנשי אונגארן

אן אינטערעסאנטע בריוו פון הגאון ר' ארי' ליבוש הלוי הורוויץ זצ"ל אב"ד סטאניסלוב בעל הרי בשמים איבער א ישיבה אין שטאט סערעט, בוקאווינא וואס איז געעפנט געווארן דורך ר' עקיבא סופר פון סערעט ב"ר שלמה אלכסנדרי סופר (גיסו של ההרי בשמים - בעל אחות אשתו) בן מהרש"ס פון קראקא, דער בריוו איז געדרוקט אין מחזיקי הדת חשון תרס"ו לרגל די עפענונג פון די ישיבה, דארט איז הג"ר אלטר שאול פעפפער אויפגענומען געווארן אלס ראש ישיבה.
מער איבער די ישיבה:
http://www.bukowina.org.il/152512/%D7%9 ... 7%A2%D7%98