עובדות וענינים מהרה"ק מהרי"א מקאלוב זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

עובדות וענינים מהרה"ק מהרי"א מקאלוב זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

וילך משה וידבר וגו'. אל כל בני ישראל:

לכאורה איז שווער א קשיא. מיר געפינען נישט אין די גאנצע תורה אז ווען משה רבינו ע"ה האט געוואלט רעדן צו די אידן, איז ער געגאנגען צו זיי, נאר פונקט פארקערט, די אידן זענען אייביג געקומען צו אים. אזוי ווי עס שטייט "ויבא העם אל משה" ?

ענטפערט דער הייליגער קאלובער רב זי"ע. עס איז א כלל גדול בעבודת הבורא ברוך הוא. אז א מענטש ווערט אנגערופן א "הולך", ווייל ער דארף האלטן און איין גיין און שטייגן, פון איין מדרגה צו די צווייטע מדרגה. מען טאר נישט בלייבן אויף איין פלאטץ. ווייל דעמאלט פאלט מען אראפ פון די מדרגה וואס מען איז שוין געווען. א מלאך ווערט אנגערופן א "עומד", ווייל א מלאך בלייבט שטיין אויוף איין פלאטץ, ער ווערט נישט חשוב'ער.

ווי אזוי קען מען שטייגן? נאר אויב מען האלט זיך קליין. מען איז א עניו. אויב ח"ו מען איז א בעל גאוה, מען האלט זיך גרויס אפילו מיט די מצוות וואס ער טוט, פאלט מען אראפ פון די מדרגות.
ווען א מענטש טוט א מצוה ווען מענטשן זעהן, איז נאך אסאך שווערער זיך צו האלטן קליין. ווייל ער קען טראכטן אז די מענטשן האבן געזען אז איך בין ערליך, און אז איך טוה מצוות ומעשים טובים.
דאס וויל די תורה הק' זאגן: אז די גרויסקייט פון משה רבינו ע"ה איז געווען. וילך משה, משה רבינו איז געגאנגען פון איין מדרגה צו די אנדערע מדרגה. אפילו ווען וידבר אל כל ישראל, אפי' ווען ער איז געווען צווישן אלע אידן האט ער זיך אויך קליין געהאלטן. אזוי האט ער געקענט שטייגן גאר גאר הויעך.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער מונקאטשער רב ז"ל בעל "מנחת אלעזר" פלעגט דערציילן די פאלגענדע מעשה. עס איז געווען א איד אמאל וואס פלעגט ער"ה פארן קיין קאליב צום הייליגן קאלובער רבי ז"ל. דער צדיק פלעגט דאווענען פאר'ן עמוד מיט אן אויסטערלישע מתיקות, און מיט זיין באקאנטען נוסח התפלה. דער איד האט נישט פארפאסט קיין איין יאר צו קומען קיין קאלוב וואו ער האט געשפירט א טעם אינעם דאווענען. ספעציעל האט דער איד ליב געהאט דעם ונתנה תוקף פון צדיק. אהיימקומענדיג נאך יו"ט פלעגט ער זאגן פאר זיין פרוי, א שאד אז איך קען דיך נישט מיטנעמען צום רבי'ן בלויז צו הערן דעם ונתנה תוקף, אבער דאך האט זיך קיינמאל נישט אויסגעארבעט אז זי זאל אויך קענען מיטפארן.
איינמאל אינמיטן ווינטער איז דער צדיק ארויסגעפארן פון שטאט צו קלויבן געלט פאר א געוויסע דבר מצוה. עס האט זיך געפאדערט א גרויסע סומע געלט. ארומפארנדיג איז ער אנגעקומען צו די שטאט וואו דער דערמאנטער איד האט געוואוינט. ווען דער איד האט דאס געהערט איז אים איינגעפאלן א געניאלער פלאן. ער וועט פאר'ן רבי'ן געבן א שיינע נדבה, און בעטן אז דער רבי זאל זאגן זיין ונתנה תוקף, אזוי וועט זיין פרוי דאס אויך קענען הערן, ער איז אריין צום רבי'ן און פארגעשלאגן דעם פלאן, צולייגנדיג, אז אויב ס'פעלט זיך אויס, וועט ער אראפלייגן די גאנצע סומע וואס דער רבי דארף איצט האבן.
דער צדיק האט אים באפוילן צוריק צוקומען דעם אנדערן צופרי, צומארגנס האט שוין יענער געווארט מיט הארץ-קלאפעניש, צו הערן וואס דער צדיק גייט אים ענטפערן.
אריינקומענדיג צום צדיק האט ער אים ערקלערט אז ער קען בשום אופן נישט נאכקומען זיין פארלאנג. ריכטיג, האט דער צדיק צוגעלייגט, אז די סומע וועל איך נישט אזוי גרינג קענען צוזאםשטעלן, אבער וויסן זאלסטו, אז ווען אייזיק זאגט דעם ונתנה תוקף, קומט זיך צוזאם די פמליא של מעלה, און ביי די ווערטער "ומלאכים יחפזון", ציטערן זיי. שטעל דיר פאר, אז איך וועל דאס מאכן אין א פראסטן ווינטער טאג, וועלן זיך די מלאכים וואונדערן וואס האט דא פאסירט? וועט מען זיי ענטפערן אז דאס קומט פון אייזיק, וועלן זיי זיך וואונדערן, ווייל אייזיק דארף דריי הונדערט רייניש דארף מען די גאנצע פמליא של מעלה אזוי אויפשאקלן? דעריבער קען איך דיר דאס נישט שענקען...
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

שעכוח זיידעניו.
the SCY is the limit
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

scy4851 האט געשריבן:איך האב אסאך געהערט פון מיינע עלטערען ע"ה וועגען ז' אדר און קאלוב.
עס איז געווען א גאר א גרויס געפארעכטס קיין קאלוב.
דורשניטלעך איז נאך געלעגען די ווינטער שניי און מיין מאמע האט מיר געזאגט אז דער וועג פונעם באן ביז צום בית החיים איז געוון אזוי מעראסטיק פין דער גרויסע עולם אז ווען א פרעמדער, וואס איז נאך קיינמאל נישט געוון אין קאלוב, וואלט געקומען, וואלט איהם נישט געווען וויכטיג צי פרעגען דירעקשאנס צום בית החיים. ער וואלט נאר געדארפט נאכפאלגען דעם אויסגעטרעטענער וועג אין ער וואלט אנגעקומן.

כמעט אלע אדמורים פון אונגערען, רומעניא, און גאליציע זענען געקומען. יעדער האט געהאט זיין סטאנציע.
ביי מיין מאמעס טאטע איז געווען דער סטאנציע פונעם מנחת אלעזר. דאס איז געווען איבער דעם ווייל ער פלעגט נאך צי קומען צי מיין עלטער זיידא [וועליכער איז אויך אן עלטער זיידא פאר ר' יוסף חיים גרינוואלד] אין ווייל מיין זיידא האט געווינט און דעם הויז, האט דער מנחת אלעזר אנגעהאלטען דער חזקה.
די אלע אדמורים פלעגן צי פירען א לחיים טיש איש איש על אכסניו, אבער נאכמיטאג פלעגט דער באר מנחם פירען א טיש וויא מען האט זיך געוואשען און אלע אדמורים וואס זענען געווען און קאלוב בשעת דעם טיש זענען אלע דארט געווען.
איך האב געהערט פון מיין טאטען אז ער האט זייער גיט געדענקט די טישען פון ווען ער האט דארט געלערענט, און ער האט מיר דערציילט אז עס איז געווען אן אויסטערלישער מעמד ציקוקען וויא עס זיצען אזויפל רביים מיטען באר מנחם בראש.

מיינע עלטערען פלעגען אסאך מאל זאגען זייער באווינדעריקייט אז וויא איז געווען מעגליך אזוי פיל מנעטשן זאלען זיך קענען משטתח זיין אויפען ציון פונעם צדיק און איין טאג, נעמענדיג און באטראכט דאס קליין פלאטץ וואס דארט איז דא.
די אלע וואס זענען שוין דארט געווען אמאל פארשטייען דאס זייער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער מאור ושמש ברענגט אז ווען א איד האט געברענגט א קרבן אין בית המקדש, האבן די כהנים און לויים אים מעורר געווען צו אהבת השי"ת, ביז ער האט געטון תשובה מיט'ן גאנצן הארץ, און דאס האט אים פארשאפט זיין כפרת עוונות. אויך צדיקים אין שפעטערדיגע דורות האבן נאכגעפאלגט די הייליגע עבודה דורך מעורר זיין זייערע חסידים צו תשובה.

עס ווערט דערציילט, אז די גאר געהויבענע חסידים פון רבי'ן ר' אייזיקל קאליווער זצ"ל האבן געפרעגט זייער רבי'ן, צו וועמען זיי זאלן פארן נאך זיין פטירה.

האט זיי דער קאליווער געזאגט, "ווען איר וועט אנטרעפן אויף א רבי'ן וואס קען ארויסנעמען די נשמה פון א מענטשן, זי אויסוואשן, און צוריקשטעלן אויף איר ארט, אין דעם רבי'ן זאלט איר אייך מדבק זיין."

די דריי געהויבענע חסידים האבן זיך ארויסגעלאזט זוכן א דעם רבי'ן נאך דער פטירה פונעם קאליווער, ביז זיי זענען אנגעקומען קיין ראפשיץ.

ווען זיי האבן איבערגעטרעטן די שוועל פונעם הייליגן ראפשיצער רבי'ס חדר, איז דארט פונקט געשטאנען א איד און געוויינט, אז דער רבי זאל אים ארויסגעבן א תשובה אויף א הארבע עבירה.

דער ראפשיצער רב האט געזאגט צו יענעם איד, "זאג מיר, איך בעט דיך, ווי פאלט אן איד צו טוהן אזא מין גראבע עבירה?"

דער איד איז באלד חלשות געפאלן. מען האט אים תיכף געמונטערט, און דער ראפשיצער רב האט צו אים ווייטער גענומען רעדן, "אפשר קענסטו מיר זאגן וואס האט דיר דער רבונו של עולם געטון שלעכטס, וואס דו דינסט אים אפ מיט אזא נידעריגער עבירה?"

דער איד איז ווידער צוזאמענגעפאלן, און מען האט אים נאכאמאל געמוזט דערמונטערן. דאן האט אים דער ראפשיצער רב ווידער געזאגט, "השי"ת גיט דיר געזונט, פרנסה, מיט אלעם גוטן, גייט מען און מען טוט אזא הארבע עבירה?"
דער איד איז צום דריטן מאל צוזאמענגעפאלן, און מען האט אים דאס מאל קוים דערמונטערט. דאן האט דער ראפשיצער רב געזאגט צום איד, "דו קענסט שוין אהיימפארן."

די דריי געהויבענע חסידים פון רבי אייזיקל קאליווער האבן צוגעזען די גאנצע מעשה, און זיי האבן ביי זיך געשמייכלט. רופט זיך אן דער ראפשיצער רב, "איר פרייט אייך וואס איך בין אזא רוצח?"

האבן אים די חסידים איבערגעגעבן דעם אנזאג פון זייער רבי'ן, צוגעבנדיג אז איצט האבן זיי געזען ווי א רבי נעמט ארויס א נשמה, וואשט זי אויס, און לייגט זי צוריק אויף איר ארט. זיי זענען געבליבן ראפשיצער חסידים.
דרך אגב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דרך אגב »

איך האב זייער הנאה פון די ארטיקלן, קיפ איט אפ.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק רבי יצחק אייזיק טויב זי"ע אבדק"ק קאלוב, איז געבוירען געווארן אין די שטאדט סערענטש שנת תקי"א לפ"ק צו זיין פאטער דער תלמיד חכם רבי משה יחזקאל ע"ה. ער איז געוועהן א תלמיד מובהק פון רבי ר' שמעלקא פון ניקלסבורג זי"ע און פון רבי ר' אלימלך פון ליזענסק זי"ע, פון שנת תקמ"א איז ער געוועהן רב אין קאלוב.
ער איז געוועהן דער ערשטער חסיד'ישער רבי און אונגארן, צווישן זיינע תלמידים זענען געוועהן א סאך צדיקים וקדושים שרפי מעלה, צווישן זיי זענען באוואוסט די "חסידי אושוואר" וועמען מען האט גערופען: "חסידי אש ואור", די חבריא קדושה זענען שפעטער געפאָרן קיין ראפשיץ צו בעל זרע קודש זי"ע. ער איז נסתלק געווארען ז' אדר שני שנת תקפ"א, ומנ"כ אין קאלוב.
די הייליגער דברי חיים זי"ע האט געהאט שטארק חשק צו ווערן רב אין קאלוב צוליב דאס גרויסע קדושה וואס רוהט דארט אין שטאדט מכוחו הקדוש פון רבי אייזיק'ל קאלוב'ער זי"ע,
דער הייליגער קאלוב'ער, אויסער זיין גרויסע גאונות, צדקות און פרישות איז ער אויך געוועהן א שיינער בעל מנגן און הערליכע בעל תפלה. זיינע תפילות זענען געוועהן ענדליך און אויפען זעלבען נוסח ווי זיין רבי, דער רבי ר' שמעלקא פון ניקלשבורג זי"ע, וועלכער פלעגט דאווענען מיט אן אויסערגעווענליך מתיקות. דער בעל שמן טוב שרייבט, אז ווער עס האט געהערט דאווענען דעם קאלוב'ער האט געהאט ממש התפשטות הגשמיות.
מען דערציילט, אז דער הייליגע דברי חיים זצוק"ל פלעגט פרייטאג-צו-נאכט'ס זינגען די ניגונים פון קאלוב'ער מיט געוואלדיג דביקות און התעוררות. אפטמאל פלעגט ער זיך מתעמק זיין אין זיינע מחשבות און זינגען די קאלובער ניגונים שעות ארוכות אהן הפסק.
דער הייליגע רבי ר' הערשל'ע זידיטשובער זי"ע פלעגט זאגן, אז מיט דעם כח פון ניגונים, פלעגט דער קאלובער מחזיר למוטב זיין אפילו דעם נידח שבנידחים, און אז די ניגונים זענען א סגולה מחזיר בתשובה צו זיין אידישע קינדער און מקרב צו זיין זייערע הערצער לאביהם שבשמים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער וועלט דערציילט, אז דער באהאלטענער צדיק רבי ליב שרה'ס זי"ע, א תלמיד פון הייליגען בעל שם טוב הק' זי"ע, איז אנגעקומען אויך קיין אונגארן, און ער האט מקרב געוועהן רבי אייזיק'ל קאלובער צו חסידות און געלערנט מיט אים א דרך בעבודת השי"ת.
רבי ליב שרה'ס האט ווי באקאנט, פיהל עוסק געוועהן אין פדיון שבוים, אויסצולייזן געפאנגענע און צו באפרייען פארשלאסענע אין טורמעס. ער פלעגט אויך פאָרן פון איין ארט צום אנדערן מפרנס זיין די ל"ו צדיקים נסתרים. פלוצים און אומפארהאפט פלעגט ער אנקומען אין פארווארפענע ערטער, בעת עס איז דארט נחוץ געוועהן א גרויסע ישועה, און גלייך נאכדעם ווי ער האט דורכגעפירט דאס זייניגע איז ער גלייך נעלם געווארן ועקבותיו לא נודעו.
אין איינער פון זיינע וואנדער וועגן איז רבי ליב שרה'ס אנגעקומען אויך קיין אונגארן. גייענדיג אויף א פוסט פעלד הינטער די טאקאיער בערג, נעבן א וואסערל, האט ער דארט דערזעהן א קליין אכט יעריג קינד, וועלכער געבט אכט אז די גענז זאלען זיך נישט צו ווייט פארשפרייטען. דאס אינגעל איז געזעסען און געזונגען שיינע לידער מיט גרויס מתיקות. רבי ליב שרה'ס האט גלייך דערפילט א שיין פון א הויכע נשמה אינעם קינד, און ער האט באשלאסען צו נעמען דאס קינד צו זיך.
האט זיך רבי ליב שרה'ס געוואנדען צו אים – פארוואס דארפסטו פאשען גענז, און פארוואס לערנסטו נישט אין חדר?
ווייל מיין מאמע איז אן ארימע אלמנה, און איז נישט ביכולת צו צאהלן פאר'ן מלמד דעם שכר לימוד. און איך דארף צוהעלפען צו דער פרנסה אינדערהיים – האט דאס יונגעל געענטפערט.
רבי ליב שרה'ס האט זיך צעשמועסט מיט דעם קינד, און אלץ מער און מער געבליבען פארוואונדערט זעענדיג פאר זיך א קלוג קינד מיט א גרויסע נשמה.
ביני לביני איז די צייט פאראיבער, די זין האט שוין אנגעפאנגען ארונטערגיין, און די גענז האבן אנגעהויבן צו גיין אהיים. רבי ליב שרה'ס האט באגלייט דעם קליינעם אייזיק'ל ביז אהיים, און ער האט מסביר געוועהן פאר דער אלמנה, אז איר קינד איז ביכולת אויפציוואקסען א גדול בישראל, און ס'איז א שאד אז ער זאל נישט לערנען תורה. רבי ליב שרה'ס האט געבעהטן די מוטער, אז זי זאל איבערגעבן פאר אים דאס קינד, ער וועט זיך פערזענליך אפגעבן מיט אים, און ווען דאס קינד וועט ווערן גרויס, וועט ער צוריק אהיימקומען, און ער וועט מיט זיין תורה באלייכטען גאנץ אונגארן.
די אלמנה האט מסכים געוועהן, און דאס קינד איז מיטגעגאנגען מיט רבי ליב שרה'ס. מיט א צייט שפעטער האט רבי ליב שרה'ס אים איבערגעגעבן צום גאון וצדיק דער רבי ר' שמעלקא הורוויץ מניקלסבורג זצוק"ל, צו לערנען אין זיין ישיבה. דארט האט זיך מיט אים באקאנט געמאכט דער רבי ר' אלימלך מליזענסק זצוק"ל, וועלכער האט אים מיטגענומען קיין ליזענסק, און דארט האט זיך דער יונגערמאן אנגעזאפט מיט תורה, חסידות און יראת שמים.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי אייזיק'ל האט חתונה געהאט מיט זיין קוזינע, הרבנית מרת פייגא, די טאכטער פון זיין פעטער ר' ענזיל כ"ץ.
נאך דער חתונה, אין דער צייט ווען רבי אייזיק'ל איז אוועקגעפארען פון דער היים צו לערנען ביי די הייליגע צדיקים תלמידי הבעל שם טוב הק' זי"ע, זענען אירע עלטערן פארארימט געווארן, און דער מצב הפרנסה אין זיין שטוב איז געווארן אומדערטרעגליך. אין שטוב איז ממש נישט געוועהן וואס צו עסן.
אין קאלוב האט דעמאלסט געוואוינט א גביר הצדיק ר' יעקב פיש ז"ל. און די רביצין פון קאלובער האט ביי אים איינגעקויפט אויף באָרג. ער האט במשך דער גאנצער צייט באזאָגט די שטוב פון קאלובער מיט אלע געברויכען, אויפ'ן חשבון אז ווען איר מאן וועט אהיימקומען וועט ער שוין באצאלען דעם חוב.
ווען דער צדיק רבי יצחק אייזיק איז אהיימגעקומען אין יאר תקמ"א, האבן אלע אידן פון דער שטאדט מפציר געוועהן, אז ער זאל אננעמען דאס רבנות אין קאלוב און סאבאלטשער בעצירק (געגענט). ער האט זיי אבער אפגעזאגט, טענה'נדיג אז ער וויל נהנה זיין מיגיע כפו און נישט אננעמען קיין רבנות פאסטען. דאן איז ר' יעקב פיש צו אים צוגעשטאנען, אז אויב נעמט ער נישט אהן דאס רבנות, דאן זאל ער אים באצאלען דאס גאנצע געלט וואס ר' יעקב פיש האט אויסגעבארגט פאר זיין פרוי במשך דער צייט וואס ר' יצחק אייזיק איז נישט געוועהן אינדערהיים. דאן האט דער צדיק בלית ברירה אנגענומען דאס רבנות פון קאלוב. ער איז דארט געוועהן רב פערציג יאר, פון תקמ"א ביז ז' אדר שני תקפ"א.
ר' יעקב פיש איז געוועהן פון די נכבדי העיר. ער איז אונטערגעשריבען אויפ'ן כתב רבנות פון ר' אייזיק'לען, אלס דער ראש הקהל.
ווי עס ווערט דערציילט האט דער קאלובער געגעבן פאר ר' יעקב פיש א ברכה פון אריכות ימים ושנים. ער האט טאקע געלעבט איבער הונדערט יאר. – די וועלט זאגט, אז ר' יעקב האט נאך געהאט די זכיה צו זעהן דעם בעל שם טוב הקדוש זי"ע.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ווערט דערציילט אז איינמאל ווען דער קאלובער רבי איז געוועהן אויף שבת אין א דארף, האט דארט אויסגעבראכן א שריפה אין דעם תבואה מאגאזין פונעם בעל הבית. דער דאָרף'ס איד האט נישט געטראכט און געוואלט גיין אויסלעשן דאס פייער טראץ דעם וואס ס'איז שבת.
האט אים דער קאלובער רבי צוריקגעהאלטן און געזאגט צו אים: כ'וועל דיר פארציילן א מעשה וואס ס'האט פאסירט מיט'ן רבי ר' זושא מהאניפאלי זי"ע ווען ער איז געוועהן ביי זיין רבי'ן המגיד הק' ממעזריטש זי"ע, האט דארט אויסגעבראכן א שריפה, דער ר"ר זושא האט געהאלטן אינמיטן תהלים זאגן מיט גרויס התלהבות, ווען ער האט דערהערט א געשריי: קומט ארויס פון ביהמ"ד, עס פלאקערט א פייער, אבער ער האט ווייטער ממשיך געוועהן מיט תהלים זאגן. נאך לאנגע הפצרות רופט זיך אהן רבי ר' זושא: "עס שטייט אין די תורה ותשקע האש" (במדבר י"א, ב') און דאס פייער האט תיכף אויפגעהערט. האט דער קאלובער געזאגט: כ'וועל אויך גיין אין זיין דרך און אויך זאגן "ותשקע האש", דאס פייער האט אויפגעהערט און דער אוצר התבואה איז געראטעוועט געווארן בשלימות נאר ארום דעם אוצר האט זיך געמאכט א גרויסער גרוב און די סביבה ארום האט זיך ארום געברענט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

זיין הייליגע ציון איז פון אייביג אהן געוועהן א מקום תפלה, וואס טויזנטער אידן פון גאנץ אונגארן פלעגן קומען לשפוך שיח בתפלה ובתחנונים פון השי"ת אין זכות פון דעם גרויסן צדיק וקדוש, וואס ער איז געוועהן אזא מורא'דיגע בעל יסורים, זאל ער מעורר זיין רחמים ביים בורא כל עולמים.
עס איז פארבליבן א מכתב קודש וואס עס שרייבט הרה"ק רבי שלום אליעזר מראצפערט זי"ע [בן הגה"ק רבינו הדברי חיים מצאנז זי"ע] צו זיין איידעם כ"ק מרן אדמו"ר מהרב"צ הקדושת ציון זי"ע הי"ד, ווי ער בעהט אים אז ער זאל נישט קובע זיין דער זמן החתונה אויף ז' אדר ווייל ער מוז דעמאלסט זיים ביים קאלובער'ס ציון, צוזאמען מיט די טויזנטער אידן וואס זענען דארט מתפלל מעומק הלב.
און פירט אויס אז טאמער וועט מען מאכן די חתונה ז' אדר וועט ער נישט קענען זיין ביי זיין אייניקל'ס חתונה, ווייל ער מוז זיין אין קאלוב!
פארשטענליך אז דער פריערדיגע רב ז"ל הי"ד, דער קדושת ציון האט מקדים געוועהן דער זמן החתונה [אויף ד' אדר].
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אמאל איז הרה"ק רבי אייזיק'ל קאליבער זצוק"ל געווען אונטערוועגנס אין א דארף, וואו ער האט זיך אויפגעהאלטן ביי איינעם פון די דארפסלייט א פשוטער איד. רבי אייזיק'ל איז געווען באוואוסט אלס א זעלטענער בעל מנגן, ווי באקאנט איז אין זיין כח הנגינה געלעגן הייליגע סודות און ענינים וואס ער האט מקבל געווען פון זיין רבי'ן הרה"ק ר"ר שמעלקא ניקלשבורגער זצוק"ל.
איינמאל האט הרה"ק רבי אייזיק'ל פארברענגט מיט זיין בעל-אכסניא, רופט זיך דער דארפסמאן אָן צום רבי'ן: מיין בני-בית בעט זייער דעם רבי'ן צו זינגען ונתנה-תוקף! הערנדיג דעם איד'ס בקשה האט הרה"ק רבי אייזיקל גענומען דערציילן א סיפור ווי פאלגענד:
פאסירט האט דאס ביים הייליגן בעל שם טוב זי"ע, אין יענע יארן איידער זיין גרויסן התגלות ווען דער בעש"ט הק' עוסק געווען אין די מלאכת הקודש פון זיין א "מלמד תורה לעמו ישראל" אין א קליין דערפל לעבן לבוב, אין די ימים-נוראים האט דער בעש"ט אליינס געדאוונט פאר'ן עמוד אינעם דארפישן שול'כל מיט די ענגע צאל דארפסלייט וואס זענען דעם יאר פארבליבן אין דארף משלים צו זיין מנין. אנדערש ווי אין די אנדערע יארן ווען זיי פלעגן אלע אריינפארן אין שטאט צו דאווענען מיט'ן גאנצן ציבור.
ווען די איינוואוינער פון לבוב האבן זיך שפעטער דערוואוסט איבער דעם מנין זענען זיי שטארק אויפגעברויזט געווארן, און וויבאלד די דארפסלייט זענען געווען אונטערגעבויגן פאר די ראשי-הקהילה פון לבוב, האט מען זיי גע'קנס'עט אז זיי זאלן אלע אריינקומען אין שול אין א וואכנטאג און אינאיינעם מיט זייער בעל-תפלה איבערדאווענען דעם גאנצן ימים נוראימ'דיגער דאווענען.
בלית-ברירה האבן די דארפסלייט אויסגעפאלגט דעם באפעל, און אין שפיץ פונעם בעש"ט הק' האבן זיי זיך פארזאמלט אין גרויסן שול אין לבוב איבערצודאווענען די הייליגע תפילות פון ר"ה און יוה"ק. פאר דער בעש"ט הק' איז צוגעגאנגען צום עמוד האט ער אויסגערופן: ווער עס האט נאכנישט תשובה געטון זאל שוין פארלאזן דעם ביהמ"ד! די עולם פארזאמלטע האבן זיך אויסגעלאכט הערנדיג דעם באפעל, אבער ווי נאר דער בעש"ט איז צוגעגאנגען צום עמוד און גענומען ברומען מיט'ן הייליגן ימים נוראים'דיגער נוסח, האט א שרעק באפאלן די שטאטלייט, און א טייל האבן פון גרויס פחד געפאלן חלשות. די שטאטלייט האבן אייגעזען אז דער בעש"ט איז נישט קיין פשוט'ער מאן נאר א געטליכער מאן, און זיי האבן מפייס געווען דעם בעש"ט הק' אויף די פחיתת הכבוד וועלכע זיי האבן אים גורם געווען.
אזוי האט רבי אייזיק'ל דערציילט און ער האט פארענדיגט זאגנדיג: נו, אויב אייערע בני-בית ווילן הערן ונתנה-תוקף אויף אזא אופן, וועל איך זינגען!
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס איז פארשטענדליך אז ביי רבי אייזיק'ל קאליבער אליין האט אין די ימים נוראים נישט געקענט דאווענען אבי-ווער. צו זיין חזן און די הייליגע טעג ביים רבי'ן האט מען געדארפט זיין א דורכגעווייקטער ירא שמים און ראוי זיך צו שטעלן צום עמוד אין די פארכטיגע טעג, דעריבער האבן זיך די שטאטלייט באזונדער אנגעשטרענגט צו זוכן אזא איינער וואס וועט טאקע זיין פאסיג צו דינען אלס בעל-תפילה אין די ימים-נוראים.
האט פאסירט אמאהל ווען די ראשי הקהלה האבן שוין געפונען א שליח-ציבור וועמען זיי האבן געהאלטן פאר פאסיג אנצונעמען דעם הייליגן אויפגאבע, אבער דער רבי האט נישט געוואלט צוגעבן זיין הסכמה, נאר ער האט זיך אנגערופן צו די ראשי הקהלה דערציילנדיג א סיפור:
"אמאל בין איך געקומען אין א שטאט, און א שטארקער הונגער האט מיר געפייניגט, נאר היות עס איז שוין געווען די צייט צו דאווענען מנחה בין איך באלד אוועק אין שול און זיך געשטעלט דאווענען. נאך מנחה האב איך בשאלסן אז טראץ מיין גרויסן הונגער וועל איך ערשט ווארטן אויף מעריב און הערשט נאכדעם גיין טועם זיין.
"ביי מעריב - דערציילט רבי אייזיק'ל ווייטער - ווען מ'איז געקומען צו די תפלה פון 'אהבת עולם' האט דער ציבור זייער לאנג מאריך געווען, פאר אַן ערך פון צוויי שעה האט מען מיט א ווארעמען ניגון געזינגען אהבת-עולם. ווען איך האב זיך נאכגעפרעגט אויף דעם אינטערסאנטער מנהג האט מען מיר געענטפערט אז באלד וועט פארקומען א גרויסער סעודה ביי וועלכע מ'וועט פארליינען פונעם קהל'ישן פנקס דעם גאנצן ענין.
"מיט יארן פריער האט עס פאסירט אין דעם שטאט אז צוליב פארשידענע מסירות וואס די שונאי-ישראל האבן אויסגעטראכט אויף די אידן, האט די רעגירונג באשלאסן דורכצופירן א גירוש אויף אלע אידישע איינוואוינער, נאר איידער מ'האט פארזיגלט דעם אורטייל האבן זיי דאס געדארפט דורכרעדן מיט א געוויסע פריצ'טע וועלכע איז גראדע געווען א שטארקע אידנפריינד.
"ווי זי האט זיך דערוואוסט פון דעם גזירה וואס הענגט איבער די אידישע קעפ, האט זי זיך באלד געאיילט צו די ראשי הקהלה און דערציילט די ביטערע צרה וואס דראעט זיי. פארשטייט זיך אז באלד איז געווארן א יללה אין שטאט, דער מרא דאתרא האט פאררופן א תענית ציבור און אידן האבן איינגעריסן הימלען מבטל צו זיין דעם שווערן גזר.
"נאר דערווייל האבן זיך די טעג געריקט, און די גזירה איז נאכנישט אפגערופן געווארן. די גוי'אישע שכנים האבן זיך שוין גענומען גרייטן צו פאגראמירן דעם אידישן קווארטל אינעם באשטימטן טאג און זיך נעמען איבער די אידישע בירגער, זיי צו שלאגן און בארויבן און זיך נוקם זיין אין זיי.
"דער שמש אין ביהמ"ד וועלכער איז געווען א הייליגער מענטש האט געזען אז דער קיטרוג גייט נישט אראפ פון זיי, האט ער זיך אויפגעשטעלט אין שול און אויסגערופן צו די שטאטלייט דערציילנדיג זיי דעם סוד אז דער שרעקליכער גזר-דין איז אויף זיי פאר'חתמ'ט געווארן צוליב דעם וואס אין די ימים נוראים האט ביי זיי אין שול געדאוונט פאר'ן עמוד א בעל תפילה וואס איז נישט געווען ראוי דערצו, וויבאלד ער איז געווען א פארדארבענער מענטש, און דאס האט גורם געווען דעם קטרוג.
"דאן האט דער שמש אויסגערופן אז עס איז נישטא קיין אנדערע עצה נאר אז מ'זאל איבערמאכן די ימים נוראים, מ'זאל פון-פריש באשטימען חודש אלול און ר"ה, עשי"ת און יוה"ק און מ'זאל איינרייסן ביים אייבירשטן אז ער זאל זיי פארשרייבן א "גוט געבענטשט יאר".
"אזוי האבן די שטאטלייט טאקע געטון, און דער שמש אליין האט געדאוונט פאר'ן עמוד. עס איז פארבייגעגאנגען "חודש אלול" און די "עשי"ת" אבער דער גזירה איז נאכנישט אראפגענומען געווארן פון זיי. "יום כיפור" איז "געפאלן" אינעם טאג וואס איז געווען באשטימט פאר'ן גירוש, און בשעת די אידן אין שול זענען געשטאנען איינגעהילט מיט טלית און קיטל ביי די תפלה פון נעילה, האבן זיך אינדרויסן גענומען פארזאמלען די גוים גרייט איבערצופאלן דעם שול מיט אלע מתפללים ח"ו.
"אבער ווי-נאר די אידן אין שול זענען אנגעקומען צו דעם חרוז פון "ה' הוא האלקים" און האבן גענומען שרייען מיט'ן גאנצן כח זיבן מאל דעם פסוק, איז אינדרויסן געפאלן א טויט שרעק אויף די פארזאמלטע, און זיי האבן גענומען הרגענען און שלאגן איינער דעם אנדערן און אנשטאט זיך ארויפצואווארפן איבער'ן שול האבן זיי זיך גענומען ווארפן איינער אויפן צווייטן ביז ס'איז קיינער נישט איבערגעבליבן פון זיי.
"ווען די אידן האבן געזען דעם גרויסן נס האבן זיי זיך געשטעלט דאווענען מעריב מיט גרויס שמחה, און צוקומענדיג צו די תפלה פון 'אהבת עולם' האט זיי אנגעכאפט א שטארקע התרגשות און זיי האבן מאריך געווען צוויי שעה נאכאנאנד מיט שבח והודאה צום אייבירשטן אויף דעם נס. זינט דאן - איז פארשריבן געווארן אינעם פנקס - פראווענען די איינוואוינער פון שטאט דעם טאג אלס א יו"ט, און ביי 'אהבת עולם' זענען זיי מאריך מיט ניגונים און לויב צום אייבירשטן.
"דאס אלעס האב איך געזען - האט רבי אייזיק'ל קאליבער פארענדיגט דערציילן דעם סיפור צו די ראשי-הקהלה - און דערפאר זאלט איר זיין זייער געווארנט ביים אויסקלויבן א בעל תפלה פאר די ימים נוראים!"
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער צדיק ר' לייב שרה'ס האט געקענט זעהן אויף הונדערטער מייל ווייט. עס איז נישט געווען פאר איהם קיין פארבאגענע זאך ווי ווייט ער זאל זיך פון דארט נישט האבן געפונען. איז דערפאר גאנץ פארשטענדליך וואס דער צדיק זאל פלוצים ענטדעקן א גרויסעע אידישע נשמה אין גאר א צווייטע לאנד.

ר' לייב שרה'ס האט זיך דענסטמאהל געפונען אין רוסלאנד. אודאי איז ער דארט געקומען מתקן זיין גרויסע תיקונים. א סך אידן זענען געווען פארוואגלט אין די פארווארפנסטע ווינקעלעך פון דעם לאנד וואו עס האבן געהערשט די צארן, ווייט פון די גרויסע אידישע קהלות, ווייט פונ'ם איינפלוס פון די גרויסע תורה צענטערן. זענען אידן געווארן אפגעריסן פון זייער מקור. מען האט נישט געהאט פון וואנען צו ציהען די רוחניות'דיגע יניקה. איז מען ביסלעכווייז געווארן פערדארט, ווי די בלעטער אויף א האלב אפשטארבענדיגן צווייג. מען איז געווארן פערגרעבט, פארגעסן אז די מצות מעשיות און זיך ווייניג גערעכנט מיט דעם וואס מען מעג און וואס מען טאר נישט.

און עס איז געווען ר' לייב שרה'ס, וואס זאל גיין נע ונד כדי צו גרייכן יענע פערווארפענע אידן און זיי מעורר זיין און דערוועקן צו תשובה, צוריק אויפבלאזן אין זיי דעם אידישן פייער. ווייל נאך אלעם דעם איז עס דאך בלויז א שאלה פון דערווארימען אידישע הערצער. א איד ווערט דערווייטערט פון אידישקייט נאר דערפאר וואס ער איז פעטראגען ווייט פון אידישן מקור. האט דערפאר ר' לייב שרה'ס געמאכט אפטע נסיעות אין די ווייטע רוסישע שטעט און שטעטלעך, אין יענע מקומות וואו עס זענען געווען צו עטליכע אידן און אין געוויסע ערטער נאר איין איד. ר' לייב האט כסדר אויפגעטאן גרויסע זאכן. אידישע הערצער זענען צוריק דערווארימט געווארן, אידישע נשמות זענען צוריק דערנענטערט געווארן צום כלל.

פאסירט, אז ר' לייב געפינט זיך אין א ווייטער רוסישע שטעטל וואו ער האלט זיך אויף איבער שבת. אבער א גאנצן שבת קען מען זעהן, אז ר' לייב איז עפעס צוטראגען. זיין בליק קוקט אין דער ווייטקייט ווי ער וואלט עפעס געזעהן. אבער דער צדיק שווייגט און רעדט נישט קיין ווארט. קוקט מען אים אן, אבער מען איז זיכער אז עפעס וועט שוין פון דעם ארויסקומען.

שבת צו נאכט, גלייך נאך הבדלה, הייסט ר' לייב זיין בעל עגלה שפאנען פערד און וואגן. "מיר האבן צו מאכן א גאר לאנגע נסיעה", ווייסט שוין דער בעל עגלה וואס דאס מיינט. עס איז א נסיעה דורך קפיצת הדרך. דער בעל עגלה איז שוין געוואוינט צו דעם. איז ער בלויז אומגעדולדיג אויסצוגעפינען וואואין ר' לייב וועט איהם דאס מאל פערטראגן.

שפאנט באלד דער בעל עגלה פערד און וואגן. ר' לייב געזעגנט זיך מיט דעם אידן ביי וועמען ער האט זיך אויפגעהאלטן דעם שבת. יענעם פאלט גארנישט איין, אז א גרויס וואונדער דארף באלד געשעהן. ווייל ר' לייב פארט אפ פון הויז און פערלאזט דאס שטעטל אויף א געווענליכע אופן. דער בעל עגלה האלט די לייצעס אין די הענט און שמייסט אונטער די פערד.

ערשט, אז זיי זענען שוין געקומען אויסערן שטאט וואו קיין פרעמד אויג זעהט זיי מער נישט, הייסט ר' לייב דעם בעל עגלה זיך אויסדרייען מיט'ן רוקן צום פערד, און באלד גיט זיך דאס פערד א טראג ווי ער וואלט גענומען געווארן אויף די פליגל פון ווינט... דער בעל עגלה זעהט ווי עס טראגן זיך פארביי פעלדער און וועלדער, בערג און טאלן, טייכן און אזשערעס, שטעט און שטעטליך, און צו דער נסיעה נעמט נאך נישט קיין ענדע!

אלעמאל נעמט עס ממש נישט מער ווי א אויגנבליק. דאס מאהל האט עס אבער באמת געמוזט זיין א גרויסער מרחק, אויב עס האט געדארפט נעמען אזוי לאנג. ווייל אין מזרח האט זיך שוין דער הימל אנגעהויבן רויטלעך ווען דאס פערד האט זיך אפגעשטעלט.

"דריי זיך צוריק אויס מיט'ן פנים צום פערד", האט ר' לייב געזאגט דעם בעל עגלה. "נעם די לייצעס און די בייטש און פאר אריין אין שטעטיל".

דער בעל עגלה האט געטאן וואס מען האט איהם געהייסן ווי עס וואלט גאר נישט פאסירט און ער איז באלד געווען אין שטעטיל. די זון האט שוין געהאלטן ביים אויפגיין. עס איז געווען גענוג ליכטיג, אז מען זאל קענען זעהן די הייזער און פעלדער. דער בעל עגלה איז געווען פארוואונדערט. עפעס גאר א נייע מדינה. באלד האבן זיך אויך באוויזן מענטשן, עפעס גאר נישט די מענטשן וואס ער איז געווען געוואוינט צו זעהן אין זיין אייגענער מדינה – רוסלאנד. "וואו געפונען מיר זיך?" האט דער בעל עגלה זיך שוין מער נישט געקענט איינהאלטן און געפרעגט ר' לייב'ן.

"אין אונגארן", האט דער צדיק געזאגט. "און דאס שטעטיל, וואו מיר פארן אריין?" – האט דער בעל עגלה געוואלט וויסן אלץ. "סיריגאטש" איז געווען דער קורצער ענטפער.

"און וואס עפעס מיט אמאהל זענען מיר אהער געקומען?" – האט ער נישט אפגעלאזט. "פאראן דא א גרויסע אידישע נשמה, איך האב זי פרייטאג צו קבלת שבת געזעהן. זי גייט דא פארלארן. עס קען פון איר גאר נישט ווערן. מוז זי געראטעוועט ווערן און זי וועט פערשיינען די אידישע וועלט". ר' לייב האט איצט גערעדט פריי פאר זיין בעל עגלה. דער צוועק פון זיין נסיעה איז מער נישט געווען קיין סוד.

איז מען באלד אריינגעפארן אין א קרעטשמע, וואס איז געשטאנען אין עק שטעטיל. דער קרעטשמער איז געווען א איד. ער איז שוין געווען וואך און האט אין שטוינען אנגעקוקט זיין גאסט. עס איז געווען אויף איהם צו דערקענען, אז ער קומט פון א אנדער מדינה. ער האט באלד אנגעהויבן פערווארפן ר' לייב'ן מיט שאלות. ר' לייב האט איהם אבער נישט געענטפערט. "עס איז צייט צו תפילת שחרית", האט ער געזאגט "און מען טאר נישט פארברענגען אין דברים בטלים".

דער קרעטשמער האט אנגעגעבן דעם אורח א בעזונדערן צומער און ר' לייב האט זיך געשטעלט דאווענען.

א שפאציר אין וועלדל

דאס מאל האט ער גראד נישט מאריך געווען אין דאוונען. נאכ'ן דאוונען האט ער זיך געהייסן געבען עפעס אין מויל אריין, פארטיג מיט דעם האט ער זיך ארויסגעלאזט אויסערן שטעטיל אויף א שפאציר. וואואין דער צדיק איז געגאנגען? איז ער סתם געגאנגען בעקוקן די לאנדסשאפט ארום שטעטיל, אדער ער האט געהאט א בעשטימטן צוועק אין זיין שפאציר?

דער בעל עגלה האט איהם נאכגעקוקט האט געקענט זעהן ווי ר' לייב וואלט געגאנגען צו א בעשטימטען ארט. ער איז געווען בעקאנט מיט די וועגן און מיט די זייטיגע קלענערע וועגן. אט האט ער זיך פערנומען צום וואלד וואס האט זיך געפונען נישט ווייט פון דער קרעטשמע.

די זון איז שוין געווען הויך אין הימל. די נאטור איז אבער געווען ווי ערשט פון שלאף אויפגעשטאנען. דער טוי איז נאך געלעגן אויף די גראזן און געהאנגען אויף די בלעטער פון די ביימער. פויגעלעך האבן געזינגען זיער מארגן שירה, פון ווייטן האבן זיך געהערט דאס מוקען פון קיה און דאס מעקן פון שאף. דאס הירזשען פון א פערד האט זיך דורכגעטראגן די לופט און איז באלד פערשלונגען געווארן פון דעם געמורמל פון א וואסערל.

ר' לייב האט זיך געפונען ביי א שנעל פליסענדיגן טייכל וועמעס וואסערן האבן גערוישט, לויפנדיג איבער די קליינע שטיינדלעך פון פערשידענע קאלירן וואס האבן אפגעגלאנצט אין דער זון. באלד האט ער זיך געפונען ביים ראנד פון וואלד.

מיט א שמאלע וועג האט ער זיך פערנומען אין וואלד אריין. פייגעלאך האבן געזונגען, זשוקעס און פליגן האבן געזשומעט, א געשמאקע ווינטל האט צערטלענדיג גערוישט צווישן די צווייגן. "וואס פאר א הימלישע מוזיק", האט ר' לייב גערעדט צו זיך אין גרויס ענטציקונג. ערשט דא האט ער געקענט זעהן די גרויסקייט פון דעם באשעפער פון דער וועלט. ערשט דא האט ער געקענט באוואונדערן דעם אויברשטנ'ס מעשים. א וועלט פון שיינע קאלירן, א וועלט פון זיסע קלאנגען. עס רייסט זיך ביי איהם ארויס א שבח והודי' צום רבונו של עולם.

מען וואלט דא אין וואלד געקענט אפ'חלומ'ען א לעבן, איז דורכגעלאפן ר' לייב'ן אין די רעיונות. אבער איז עס דען דער תכלית פון מענטשן צו חלומ'ן? די וועלט פאדערט מעשים. דא זיצן אידן אן פרנסה. דארט זענען זיי אין א גרויס סכנה. און ערגעץ פאדערט זיך א אידישע נשמה דערהויבן צו ווערן.

און אט איז ער טאקע, אויפ'ן וועג צו דערהויבן א אידישע נשמה. זי געפינט זיך טאקע אט דא נישט ווייט פון איהם. ער הערט שוין איר געזאנג. אט דערטראגט זיך צו זיינע אויערן די מעלאדיע פון א פייפעלע. וואס איז דאס פאר א פייפעלע? עס איז שווער צו זאגן. אודאי א פאסטוך וואס פייפט אויס זיינע ניגונים. און וואס פארא פארכאפנדיגע הארץ-אויסגיסנדיגע ניגונים? איר קענט ממש צוגיין פון מתיקות. ממש פון בענקעניש וואס נעמט אייך ארום.

איר ווילט שוין גא רנישט גיין ווייטער. אט אין מיטן וואלד, וואו איר פילט זיך ווי אונטער א גרינער חופה, ווילט איר זיך אויסציהען אויפ'ן גראז און פארנעמען די טיפקייט פון דער מעלאדיע וואס דערטראגט זיך צו אייך. איר האט מורא צו מאכן א באוועגונג טאמער וועט איר מיט דעם איבעררייסן דעם אויסגוס פון דאס פייפעלע.

ר' לייב בלייבט שטיין און הערט זיך צו צו דער מעלאדיע. ער ווייסט פון וואנען דאס קומט. אט צו יעניקן אליין איז עס געריכטעט זיין טריט. און ר' לייב פארנעמט זיך איצט אין דער ריכטונג, פון וואנען די זיסע מעלאדיע פון פייפעלע קומט. ער דערגרייכט באלד א הויכן ליידיגן ארט, פון וואנען ער קען ארונטערקוקן אין א טאל. דארט פאשען זיך א מחנה גענז, וועמעס ווייסקייט שלאגט זיך אפ אין דער גרינקייט ארום און אין דער שטראם גאלדענער זון-ליכט. די גענז זענען צעשפרייט איבער'ן גאנצן טאהל. אויף א בערגל, פון וואנען מען קען האבן א בליק איבער'ן גאנצן טאהל און זעהן, וואס די גענז טוען, זיצט א אינגעלע, ער איז דער פאסטוך פון דער סטאדע גענז. ער איז בארוועס מיט א קאפ לאנגע, געקרייזלטע שווארצע האר. ער האט אויף זיך א פאר פערלאטעטע הויזן און א העמדל, וואס איז נישט ווייניגער צעריסן ווי די הויזן.

עס איז אט דאס אינגעלע, פון וועמן עס קומט די זיסע מעלאדיע. ער שפילט אויף א פייפעלע געמאכט פון א יונגן צווייג. עס איז א אייגן געמאכט פייפעלע פונקט ווי דער ניגון וואס ער פייפט אויס איז א אייגן-פארפאסטער. דאס זינגט ארויס זיין פארבענקטע נשמה...

ר' לייב בלייבט שטיין ווי פאר'כישופ'ט, ער וויל וואס מער פארנעמען דאס בילד, וואס ער זעהט פאר זיך און וויל וואס מער אריינזאפען די זיסקייט פון דעם פאסטוכל'ס מעלאדיעס.

דאס פאסטוכל לייגט אוועק דאס פייפעלע, קענטיג, אז איהם איז נמאס געווארן דאס מעכאנישער אינסטרומענט, וואס ער אליין האט געמאכט מיט זיין מעסערל. ער הויבט אן זינגען מיט זין אייגענער, נאטירליכער שטימע. אודאי קען זיין הארץ געבן מער אויסדרוק אויף אזא אופן.

און זיין שטימע איז זיס, זיסער ווי דאס פייפעלע. ער זינגט די ניגונים, וואס מען הערט אזוי אפט פון די פאסטוכער אין יענע ערטער – ניגונים וואס זענען בארימט פאר זייער צויבער.

"וואס פאר א געטליכע ניגונים", רעדט צו זיך ר' לייב פארגאפט, "אזא געזאנג מוז קומען פון סאמע היכל הנגינה".

דער קליינער פאסטוכל

דער צדיק נידערט ארונטער אין טהאל אין גייט גלייך צום בערגל, וואו דאס אינגעלע זיצט. ער זעהט איהם שוין פאר זיך קלאר. נישט מער ווי א יאר אכט, מיט א פיינעם, רונדן פנימ'ל, פעשווארצט פון דער זון. דער עיקר זענען אבער די אויגן, גרויסע, טיפע, פער'חלומ'טע און דורכגענומען מיט צער.

דערזענדיג פאר זיך א פרעמדן מענטשן, האט דאס אינגעלע אפגעשטעלט דאס זינגען אין מיטן. ער קוקט אן ר' לייב'ן האלב דערשראקן און האלב פארוואונדערט. – א אידיש קינד, אינגעלע? – פרעגט ר' לייב. – דאנקען ג-ט, יא – ענטפערט דאס אינגעלע שוין פרייליכער און זיכערער.

- און וואס דאנקסטו עס אזוי דעם אויבערשטן פאר זיין א איד? – וויל ר' לייב אויספרובירן דאס פאטסטוכל. – האסטו דען געלערנט תורה? ווייסטו דען עפעס פון אידישקייט.

דאס אינגעלע פארטראכט זיך. ר' לייב'ס פראגן האבן איהם געפלעפט. ער האט באלד א ענטפער. – דערפאר, וואס דער אוביערשטער פערלאזט קיינמאל נישט זיינע אידן – ענטפערט דאס אינגעלע – ער באזארגט אפילו דאס ווערימל אין דער ערד. קיין תורה האב איך טאקע נישט געלערנט. איך בין נאך נישט געגאנגען אין קיין חדר, ווייל איך מוז פיטערן די גענז. מיין הארץ איז אבער פול מיט לויב צום רבונו של עולם און ווען איך זיץ דא אונטער'ן פרייען הימל טראכט איך נאר פון באשעפער פון דער וועלט, און די וואונדערליכע וועלט, וואס ער האט באשאפן.

ר' לייב איז געווען גערירט פון די ווערטער. – און די ניגונים וואס דו שפילסט אויס אויפ'ן פייפעלע און וואס דו זינגסט? – האט ער געפרעגט. – דאס איז דער אופן ווי אזוי איך דריק אויס מיין לויב צו ג-ט – האט דאס אינגעלע אפגעענטפערט.

וואלסטו אזוי אייביג געוואלט שפילן און זינגען, אדער וואלסטו אויך געוואלט לערנען דעם באשעפער'ס תורה? – האט ר' לייב געוואלט אויסגעפינען. – איך וואלט מיט גרויס ליבשאפט געלערנט ג-ט'ס תורה. אויב איך וואלט געהאט די געלעגענהייט דערצו. אבער ווי קום איך צו לערנען תורה? מיין מאמע איז א ארימע אלמנה און איך מוז פארדינען מיין ברויט. און אין זיינע אויגן האבן זיך געשטעלט טרערן.

פאר דעם באשעפער ברך הוא, דארף מען טאן וואס מען קען – האט ר' לייב געזאגט. דער אויבערשטער האט אונז געגעבן כשרונות און מיר דארפן זיי אויסניצן אין דער דינסט פון ג-ט ברוך הוא. מיר קענען קיינמאל נישט דערגרייכן קיין שלמות אין קיינמאל נישט פילן די אמת'ע פרייד פון עבודת הבורא, אויב מיר דערהייבן זיך נישט צו דער העכסטע מדרגה. צו וועלכער יעדער מענטש, לויט זיינע פעהיקייטן, קען דערגרייכן.

אבער ווי אזוי וועל איך קענען איבערלאזן די גענז? און פון וואנען וועט מיין מוטער האבן צון לעבן? – האט דאס אינגעלע געפרעגט נאאיוו. – די גענז וועלן שוין קריגן אימיצן אנדערש, וואס וועט אויף זיי אויפפאסן", - האט ר' לייב געזאגט – פאראן אזוינע, וואס זענען נישט צוגעפאסט צו טאן עפעס מער ווי דאס. אבער דו ביסט באשאנקען מיט גרויסע כשרונות. פאר דיר איז אנגעצייכנט א גאנץ אנדער וועג.

אבער וואס ווילט איר, איך זאל טאן? – האט דאס פאסטוכל געפרעגט פארלוירן. – איך וויל דיך אוועקנעמען פון דאנען – האט ר' לייב פאר איהם אנטפלעקט זיין פלאן – אבער דו האסט דאך א מאמען, און איך וועל דיך נישט אוועקנעמען אן איר צושטימונג, וועל איך דערפאר איצט גיין צו דיין מאמען און מיט איר זיך דורכרעדן און אז דו וועסט זיך צוריקקערן אהיים פארנאכט, נאכדעם ווי די וועסט די גענז צוריקברעגנען צו זייער בעל הבית, וועט שוין אוודאי אלץ זיין באשטימט.

ר' לייב האט א גלעט געטאן דאס אינגעלע איבער'ן קעפל, אריינגעקוקט אין זיינע טיפע אויגן און האט איהם פארלאזן, ווערנדיג באגלייט א שטיק וועג פון דעם פאסטוכעל'ס פייפעלע ביז דער ניגון איז פערשוואונדן הינטער איהם.

מיט דער מוטער'ס הסכמה

ר' לייב שרה'ס איז באלד געווען ביי די אלמנה. זי האט געוואוינט אין א ארים געסל אין שטעטיל. א הויז פול מיט קינדערלאך, איינער קלענער פאר'ן אנדערן, האט דארט געהערשט א שרעקליכן ארימקייט. די אלמנה האט אין שטוינען אנגעקוקט דעם אורח.

ר' לייב האט איר דערקלערט וואס ער פארלאנגט פון איר. ער וויל צונעמען איר אייזיקלען, אזוי האט געהייסן דאס פאסטוכל. – פארוואס האט איר דוקא אויסגעקליבן אייזיקל'ן? – האט זיך די אלמנה געוואונדערט. – ער פארדינט כאטש זיין ברויט און איך האב מיט איהם נישט קיין זארג. אט נעמט בעסער צו אימיצן פון די קינדער – און זי האט אנגעוויזן אויף די קינדערלעך, וואס האבן זיך ארומגעדרייט אין שטוב.

אייזיקל געפעלט מיר אבער – האט ר' לייב איר דערקלערט. – איך גלייב, אז איך קען פון איהם עפעס מאכן. – און וואס א שטייגער ווילט איר פון איהם מאכן? – האט די אלמנה געפרעגט – א בעל מלאכה?

עפעס מער פון דעם – האט ר' לייב געענטפערט מיט א שמיכל. – א ודאי א סוחר? – האט די אלמנה פרובירט טרעפן. – קען זיין, אז נאך מער פון דעם די כשרונות האט ער. עס וועט זיך אינגאנצן ווענדן אין איהם. קיין רביים וועלן איהם נישט פעלען.

איר ווילט איהם שיקן לערנען תורה? – האט די אלמנה זיך ערשט געכאפט, וואס ר' לייב האט בדעה. – "ער איז שוין אכט יאר און קען נאך נישט קיין אידיש ווארט. זאל מיר דער אויבערשטער נישט שטראפן פאר דעם. עס איז דען מיין שולד? א וויסטע אלמנה מיט אזוי פיהל קליינע זיך צו פארנעמען, קען איך דען אויך זארגן פאר זייער לערנען?

איר דארפט זיך גארנישט פארענטפערן – האט זי ר' לייב געטרייסט. – איך ווייס גוט אייער לאגע, גיט מיר נאר אפ אייער אייזיק'לען און איך וועל אייך אליין אויך באזארגן.

געהערט אזוינע דיבורים, זענען ביי די אלמנה אוועק אלע ספיקות. דער איד איז צו איר ממש געשיקט געווארן פון הימל. נישט נאר ער וויל זי באפרייען פון א קינד, נאר איר אויך גוט באצאלן פאר דעם. – אודאי א גביר א איד? – האט זי שוין געוואלט וויסן מער וועגן ר' לייב שרה'ס אליין. – נישטא אויף וואס זיך צו באקלאגען – האט ר' לייב נישט געוואלט אנטפלעקען קיין זאך וועגן זיך. דאס געלט וואס ער האט געהאט גרייט פאר דעם איז נישט געווען זיינס. עס איז געווען פון די געלטער, וואס ער האט געווענליך צוזאמגעקליבן פאר אזוינע צוועקן.

האט ר' לייב באלד דערלאנגט די אלמנה א באדייטענדע סומע געלט און האט מיט איר אפגעמאכט, אז ער זאל נעמען אייזיק'לען מיט זיך.

ווען אייזיקל האט זיך יענעם פערנאכט צוריקגעקערט אהיים, האט ער שוין געפונען ר' לייב שרה'ס ווארטנדיג אויף איהם. אין הויז איז געווען א שמחה.

מאך זיך גרייט אין וועג אריין, אייזיקל! – האט ר' לייב געזאגט צום אינגעלע – דיין מאמע גיט איר צושטימונג, אז איך זאל דיך נעמען מיט זיך. אייזיקל איז געווען מלא שמחה.

נאך אין דער זעלבער נאכט האט ר' לייב פערלאזן סיריגאטש, האבענדיג מיט זיך אייזק'לען.

ארויס געפארן פון שטעטיל איז ר' לייב אויפ'ן געווענליכן שטייגער. די אלמנה האט באגלייט דעם וואגן און אויך אנדערע פון שטעטיל האבן באגלייט דעם אורח, וואס האט געצייגט אזא ברייטהארציגקייט, מיט דעם, וואס ער האט אוועקגענומען א יתום צו דערציען.

ווען אלע האבן זיך צוריק געקערט אהיים, האט איהם ר' לייב שרה'ס געהייסן דעם בעל עגלה ווייטער אנטרייבן די פערד ביז וואנען אייזיקל איז איינגעשלאפן. דאמאלסט האט ער דער בעל עגלה געהייסן אפלאזן די לייצעס און זיך אויסדרייען מיטן רוקן צו די פערד. ווידער איז געשעהן דער נס פון קפיצת הדרך און נאך איידער די זון איז אויפגעגאנגען, איז ר' לייב אנגעקומען אין ניקעלשבורג, וואו ער איז פארפארן צו דעם בארימטן צדיק ר' שמעלקא.

איך האב אייך געבראכט א גריסע נשמה – האט ר' לייב געזאגט צו ר' שמעלקע'ן – עס איז א נשמה, וואס קומט פון היכל הנגינה און איך פארטרוי זי אין אייערע הענט. זעהט, אז זי זאל דערהויבן ווערן.

ר' שמעלקא האט איבערגענומען אייזיקל'ען און איז געווארן זיין דערציער און רבי. און עס איז געווען אט דער פאסטוכל פון וועמן עס איז שפעטער ארויסגעוואקסן דער בארימטער חסידישער מנהיג, ר' אייזיקל קאליווער, וועלכער האט געהאט א גרויסע השפעה נישט נאר אויף די חסידים פון אונגארן, נאר אויך פון אנדערע לענדער, באזונדערס אין דעם, וואס ער האט זיין שיטה אויסגעטשעלט און געווירקט דורך נגינה. זי"ע.
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

קאליווע חסידים זענען געקימען צים דברי חיים ער זאל זעהן צי טין מיט ר' אייזיקל קאליווער זין ווייל עס איז נישט קיין כבוד האט ער זיי געשיקט צים ציון המציינת צים הייליגן קאליווער זיך דארט אויסגיסן דאס הארץ
ער האט זיך אפגערעדט אשאד איך מיין אויף ר' זאלקא האט ער עס געזאגט אז ער נישט געהאט אזאלעכע חסידים ווען יא וואלטן זיי אויסגעפועלט דארט איז אויך געווען אזא מעשה
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

דאס איז פון די ספר תולדות קול אריה (דף יא)
בילד
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

ווער האט דאס געזאגט ? דער קאליווערהאט דאס געזאגט ?
אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

יא, די קאלובער האט דאס געזאגט צי די רבנית מרת שרה זיסל (בעלה בזו''ר היתה מוה ר מרדכי צבי שווארטץ מטערצאל)
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

דאס איז מורא'דיגע ווערטער .........
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בני יששכר האט געשריבן:דאס איז מורא'דיגע ווערטער .........


ולהוספה מה זו עושה?....
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

וואס פארשטייט איר נישט ?
אז ער האט זיך אזוי שטארק אויס געארבייט אז ער דארף שוין נישט ציקימען צי די קינדער טובות לאחר אריכת ימים ושנים. וואס יעדע מענטש דארף ציקימען.
אזוי פארשטיי איך אז דאס האט ער געמיינט.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”