שם הגדולים לגדולי ישראל באמעריקא מלפני מלחה"ע השני'

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יוני 16, 2016 3:59 pm

farshlufen האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:ווידער די וואס זענען צוגעשטאנען צו הג"ר יודל מידלמאן האבן עווענטואל געגרינדעט דער קאלוואריער שוהל מער באקאנט אלס דער 'פייק סטריט סינעגאג'.

קברו של ר' יודל מידלמאן איז בעזהי"ת געפונען געפארן בהשתדלות הרב בן בוזי נ"י ושותפו לדבר מצוה ידידנו ר' אשר חברי מורשת חכמי אמעריקא, סמוך לקברו פון הרב אש.

http://kevarim.com/rabbi-yehuda-middleman/

בילד



כתב-יד של הרב מידלמאן להרב יצחק איצק ליסער:
http://leeser.library.upenn.edu/documen ... CBx1FF6_58

(זיי מאכן דארט א שוואכע ארבייט מיט די העתקה)

הרב מידלמאן רעדט איבער א גט וואס ער האט מסדר געווען און דער ווארשא רב ובית דינו האבן עס געשיקט מעבר לים, זעהט אויס פון א מאן אין ווארשא צו א פרוי אין אמעריקא, דער בריוו איז פון שנת תר"ט, ווער איז יענע יארן געווען רב אין ווארשא, ר' יעקב געזונדהייט?
צוגעלייגטע
מידלמאן.png

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג יוני 16, 2016 5:46 pm

מיללער האט געשריבן:הרב מידלמאן רעדט איבער א גט וואס ער האט מסדר געווען און דער ווארשא רב ובית דינו האבן עס געשיקט מעבר לים, זעהט אויס פון א מאן אין ווארשא צו א פרוי אין אמעריקא, דער בריוו איז פון שנת תר"ט, ווער איז יענע יארן געווען רב אין ווארשא, ר' יעקב געזונדהייט?

א איד האט מיר צוגעוויזן ר' חיים דאווידזאהן
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » פרייטאג יולי 01, 2016 12:40 am

ווער איז געוועהן ר' שלום האגער סטראזניצער רבי וואס איז געוועהן אין אמעריקא נאך פארן קריג?
זה הקטן גדול יהי'

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » פרייטאג יולי 01, 2016 10:39 am

יודל קליין האט געשריבן:ווער איז געוועהן ר' שלום האגער סטראזניצער רבי וואס איז געוועהן אין אמעריקא נאך פארן קריג?

ר' שלום ב"ר יחיאל מיכל האגער מסטראזיניץ ב"ר דוד מזאבילטוב.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

יודל קליין
שר חמש מאות
תגובות: 531
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 07, 2014 11:10 pm

תגובהדורך יודל קליין » זונטאג יולי 03, 2016 2:45 am

farshlufen האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:ווער איז געוועהן ר' שלום האגער סטראזניצער רבי וואס איז געוועהן אין אמעריקא נאך פארן קריג?

ר' שלום ב"ר יחיאל מיכל האגער מסטראזיניץ ב"ר דוד מזאבילטוב.

יישר כח
וועמענס איידעם איז ער געוועהן?
ער האט געהאט קינדער? אין אמעריקא אדער אין אייראפא?
ווי ליגט ער?
זה הקטן גדול יהי'

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » זונטאג יולי 03, 2016 11:24 am

יודל קליין האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:ווער איז געוועהן ר' שלום האגער סטראזניצער רבי וואס איז געוועהן אין אמעריקא נאך פארן קריג?

ר' שלום ב"ר יחיאל מיכל האגער מסטראזיניץ ב"ר דוד מזאבילטוב.

יישר כח
וועמענס איידעם איז ער געוועהן?
ער האט געהאט קינדער? אין אמעריקא אדער אין אייראפא?
ווי ליגט ער?

ער ליגט אין ביה"ח נחלת יצחק אין גבעתיים.

זיינע קינדער:
בנו רבי אלעזר רב ביהמ"ד 'בית שלום' בלאנדאן
בנו ר' יחיאל מיכל
חתנו ר' שמואל מאיר האללענדער
חתנו ר' מרדכי טאבאק

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16267
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » זונטאג יולי 03, 2016 12:17 pm

טריסקער האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
יודל קליין האט געשריבן:ווער איז געוועהן ר' שלום האגער סטראזניצער רבי וואס איז געוועהן אין אמעריקא נאך פארן קריג?

ר' שלום ב"ר יחיאל מיכל האגער מסטראזיניץ ב"ר דוד מזאבילטוב.

יישר כח
וועמענס איידעם איז ער געוועהן?
ער האט געהאט קינדער? אין אמעריקא אדער אין אייראפא?
ווי ליגט ער?

ער ליגט אין ביה"ח נחלת יצחק אין גבעתיים.
צוגעלייגטע
IMG_0241.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג יולי 14, 2016 10:25 am

בן בוזי האט געשריבן:מענין לענין
הרב שלמה סאדאווסקי איז געווען א ליובאוויטשער חסיד תלמיד ישיבת תומכי תמימים, דער רב פון די ליובאוויטשער אגודת אחים נוסח ארי און רב הכולל דראטשעסטער, ער האט געקריגן אום 1934 די שטעלע פון רב הכשרות דנוא יארק מטעם
בילד
אט א בריוו אין וועלכע דער רש"ב ווענדט זיך צו זיין זוהן הריי"ץ וויאזוי זיך אומצוגיין מיט געוויסע בחורים בפרטיות, דערמאנט ער דארט עפעס אז ער זאל איהם צוויסן טוהן וועגן שלמה סאדאווסקי
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 25&hilite=


מצבת הרב סאדאווסקי על הביה"ח בטבריא:
http://forum.otzar.org/forums/viewtopic ... 41#p277641
בילד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » זונטאג יולי 31, 2016 9:36 am


בן בוזי האט געשריבן:

דעם היינטיגן טאג איז שוין באשטומט ביים נוא יארקער אידנטהום, פוקד צו זיין דאס הייליג ארט פונעם רב הכולל'ס קבר. רבי יעקב יאזשעף איז נפטר געווארן אום כ"ד תמוז שנת תרס"ב נאך פילע יאהרן מאטערניש צו ברענגען געזעץ און ארדענונג אין די אידישע לעבן פון נוא יארק. ער איז פארבליבן דער איינציגסטער אוטאריטעט מיטן עהרן טיטל אלס עמליכער רב הכולל פון נוא יארק און אידן פון אלע שיכטן און קרייזן, וועלכע ווייסן צו דערציילן איבער זיין גרויסקייט פארן ארויס אין טאג פונעם יאהרצייט אפצוגעבן דעם כבוד און אויסבעטן ישועה ורחמים ביי זיין ציון

ווייניג ווייסן אבער, אז הארט נעבן דער רב הכולל ליגט נאך אן אדם גדול, וואס זיין יאהרצייט געפאלט אויך אויס אינעם זעלבן טאג. רבי פסח ראזענטהאל איז געווען דער ערשטער רב אין נוא יארק וואס האט נאך עמטליך פון פריער געדינט ברבנות אין פוילן בעפאר ער איז געקומען אהער. ער איז געווען אן אנערקענטער תלמיד חכם מיט ענערגישע כוחות. צום ערשט, האט ער געפירט ברבנות אין די שטעטל יוטיקא און אום תרי"א, נאכן אויסדרוקן שארפע אומצופרידנהייט מיט די אידישע אויפפירונג פון זיינע מעמבערס, איז ער געקומען אויף מאנהעטן. יענעם יאהר האט זיך געגרינדעט דער ק"ק 'בית המדרש' לבני רוסלאנד ופוילן וועלכע האט פארקערפערט פילע תלמידי חכמים אין שפיץ פון רבי אברהם יוסף א"ש און רבי יודל מידלמאן. רבי פסח, וועלכע האט -אינאיינעם מיט זיין זוהן ישראל- גענומען א שטארקער טייל אין די פארמאציע פון דער קהילה דינענדיג אויך אלס פרנס, האט דאן געגרינדעט א חדר ווי אידישע קינדער האבן געקריגן אן ערליכע ערציהונג. אויך האט ער פיל געטוהן אונטער צו שטיצן עניי ארץ ישראל, פאר וועלכע צוועק ער האט אוועק געשטעלט פושקעס אד"ג. רבי פסח ראזענטהאל איז נפטר געווארן אום כ"ד תמוז תרכ"א, דאס איז מיט איין און פערציג יאהר בעפאר דאס הסתלקות פונעם רב הכולל. און איז געברענגט געווארן לקבורה אויפן אלטן קרקע פונעם בית מדרש הגדול.

נישט לאנג נאך זיין פטירה אין סוכות פון יאר תרכב איז געקומען אהער הג"ר משה אהרנסאן מח"ס מטעי משה וועלכער איז גערופען געווארן דורך די קהל עדת ישורון משמש זיין ברבנות. אין לויף פון זיין אנוועזנהייט האבן זיך געשאפן פארשידענע הלכה'דיגע שטרייטן צווישן די ארטיגע רבנים. ביי איין פאל באוויינט הרב אהרנסאן אין זיין ספר אז ער האט נישט מיט וועם צו רעדן אין דעם ענין און מברר זיין זיינע ספיקות, ווייל "דער בעסטער און זויבערסטער פון צווישן זיי" איז אוועק פאר זיין אנקום.
ובלשונו, "הטוב והמסולת שבהם היה המנוח ר' פסח ז"ל, אשר גם במדינתי היה ש"ץ ומורה צדק בעיר מצער בפולין גדול והיה אדם ישר גבר דחיל חטאין, אמנם אנכי לא מצאתיו, כי הלך לעולמו איזה זמן קודם ביאתי לשם".

דער נייערע קרקע איז אין די יוניאן פיעלד סעמיטערי, אהין זענען איצט געוואנדן די טריט פון די וואס קומען פוקד זיין דעם רב הכולל. אבער פאר די וואס ווילן נעמען די געלעגנהייט צו גיין אויפן ציון פון רבי פסח, זאלן נעמען אין אכט אז אויפן רעכטן זייט פונעם שטעג וועלכע פירט צום רב הכולל, געפונט זיך דער אלטער חלקה פונעם בית המדרש הגדול, אינעם בית עולם וואס רופט זיך מכפילה. הויכע ביימער טיילן אפ און פארשאטן דער חלקה. עס איז אבער נישט מער ווי עטליכע טריט וואס טיילט זיי אפ

דער מציבה פון רבי פסח געפונט זיך הונטער פון הרב אש, עס איז פון די איינצעלנע אינעם חלקה וואס שטייט אין איר פולער פראכט, דאך אבער איז עס אפגעריבן און אומלעזבאר

ס'איז צום האפן אז אידן וועלכע וועלן פוקד זיין דער ציון וואס איז הונדערט פינף און פופציג יאהר אלט, וועלן אויסבעטן אלעס גוטס בבני חיי ומזוני להכלל והפרט

א. ב. בוזי
מזכיר
מורשת חכמי אמעריקא
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג נובעמבער 08, 2016 12:01 pm

ווילוויסן האט געשריבן:דא איז געווען א איד אין אמעריקא בעפאר די קריג געהייסן האט ער ר' פרץ ווייס.
איך זוך אינפארמאציע איבער דעם איד.
איך האב באקומען פון איינער וואס גיבט זיך אן אלס אייניקל אינפארמאציע איבער זיינע רבנות'ן דא אין לאנד, וואס מ'קען נוצן אלס מקור צו זוכן וועגן אים.
ער איז געקומען אין יאר תרפ"ח, איז אויפגענומען געווארן אין קהלת בית מרדכי אין דעם שטעטל פערט-עמבאוי ניו דזשערסי [ס'איז נישט ווייט פון סטעטן אייסלענד], א יאר דערנאך איז ער אויפגענומען געווארן אין קהלת בית יעקב קוקט אויס ווי ס'איז אויך געווען אין דעם זעלבן פערט-עמבאי, שפעטער אין תרצ"ד איז ער געווארן רב אין קהלת אוהב שלום אין עסטאריע ניו יארק, און א יאר דערויף צוריק קיין קהלת בית יעקב.
איך קלער אז די מומחים דא לקורות חכמי אמעריקא בשנים קדמוניות, האבן זיכער די ריכטיגע טולס און אדרעסן וויאזוי צו געפונען מער איבער אלטע אמעריקאנע רבנים.
יישר כח.

http://kevarim.com/rabbi-peretz-weiss/

בילד

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג נובעמבער 21, 2016 5:32 pm

מיללער האט געשריבן:נולד בווארשא בשנת תקצ"ב, נשא את מרת חנה פעסא קאהן, היגר לארה"ב בשנת תרנ"א וגר (שימש ברבנות?) בעיירות; ניו-יורק, פעטערסאן, באפפאלא ובפארטלאנד ארעגאן.
בשנת תרמ"א עבר לעיר סאן-פראנסיסקא סקאליפארניע ומשם ללאס-אנזשעלעס בשנת תרמ"ב לשמש כרב הראשון בקהילה הראשונה דשם בשם בני ברית.

בשנת תרמ"ו קבלו קהילת בני ברית את מנהגי הריפורמים למיניהם, אז התפטר הרב עדעלמאן ממשמרתו ופתח את קהילתו העצמאית על שמו של השר מאנטיפיורא, נדב כמו 200 ספרים לספריית לאס-אנזשעלעס שעד היום נקרא על שמו 'מחלקת עדעלמאן' נפטר בשנת תרס"ז בלאס-אנזשעלעס ושם מנ"כ.

מודעה מפטירתו.
http://chroniclingamerica.loc.gov/lccn/ ... seq-12.pdf
תמונתו מספריית לאס אנזשעלעס.
צוגעלייגטע
western jewry 87-881.jpg
western jewry 87-882.jpg
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג נובעמבער 22, 2016 10:58 am

סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4577
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג ינואר 06, 2017 10:10 am

רעוו. בנימין מרגליות ע"ה בן ר' יצחק יהושע.

א אינטערסאנטער פערזאן וואס האט געוואוינט אין אמעריקע, ער האט זיך געהאלטן פאר א איש מופת ובעל עצות ומגלה טמירין.

אין א אינטערסאנטער פאסט האט ר' אבישי אלבוים פונעם בלוג עם הספר אנטדעקט ער עטליכע זאכן איבער אים.

אין דעם ספר אמתחת בנימין וואס ער האט געשריבן לכבוד זיין יובל השבעים בשנת תרפ"ט (וי"ל בשנת תרצ"ב), שרייבט ער איבער זיין היסטאריע. און אויך ברענגט ער דארט א מכתב 'אהבה ותפלה' צו פרעזידענט טעדער רוזוועלט.

ער איז געבוירן אין הוסיאטין בגאליציע בשנת תרי"ט (1859), שפעטער אין ראמעניע. און דערנאך איז גער געקומען קיין ברוקלין. דאהי איז ער געווען מזכיר וסופר בישיבת ר' חיים בערלין בעיר בראנזוויל פאר צען יאר.

עטליכע יאר שפעטר האט ער עולה געווען קיין ירושלים, און ס'דא גראמען וואס ער האט געשריבן בשנת תרצ"ה איבער בנין ירושלים.
בנין ירושלים - בנימין מרגליות.jpg


דארט אין ירושלים האט ער זיך פארגעשטעלט אלס איש פלא.

בנימין מרגליות.jpg
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 16, 2017 3:07 pm

vh.jpg

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 16, 2017 7:31 pm

דאס איז הרב מנחם בנימין בן ציון בהגה"ק רבי אהרן, ראטענבערג הלברשטאם, צאנז-וואידיסלאוור רבי - כ"ג ניסן תשי"ז


ער האט מוציא לאור געוועןמוצל מאש כתבי אביו הי"ד
מיט א קונטרס פון אייגענס און תורה וואס ער האט געהערט פון הקדוש מהרי"ד בעלזא זי"ע
דער קטע אויבען איז פון א בוך וועגען די סירישער קהלה אין בענסאהורסט
איך האב זיך פארבינדען מיט אן אור אייניקעל וועגען דעם טיטעל GAON וואס עס האבען אים געגעבען די סירישע שכנים
האט ער מיר ג'ענטפערט
He was my elter-zeida. I've never heard the term gaon before. I'll ask my father about it.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 28, 2017 3:45 pm

מיללער האט געשריבן:ר' משה יוסף בוכבינדער איז געווען פון לאמזא, חיבר ספר 'דברי נביאים':
http://www.hebrewbooks.org/38489

בילד


הספד על ר' משה יוסף בוכבינדער ע"י הגר"י איסקאלסקי ז"ל
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 52&hilite=

אוועטאר
שמן
שר חמש מאות
תגובות: 523
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 07, 2016 11:49 am

תגובהדורך שמן » דינסטאג מארטש 28, 2017 3:58 pm

קיקיון האט געשריבן:דאס איז הרב מנחם בנימין בן ציון בהגה"ק רבי אהרן, ראטענבערג הלברשטאם, צאנז-וואידיסלאוור רבי - כ"ג ניסן תשי"ז


ער האט מוציא לאור געוועןמוצל מאש כתבי אביו הי"ד
מיט א קונטרס פון אייגענס און תורה וואס ער האט געהערט פון הקדוש מהרי"ד בעלזא זי"ע
דער קטע אויבען איז פון א בוך וועגען די סירישער קהלה אין בענסאהורסט
איך האב זיך פארבינדען מיט אן אור אייניקעל וועגען דעם טיטעל GAON וואס עס האבען אים געגעבען די סירישע שכנים
האט ער מיר ג'ענטפערט
He was my elter-zeida. I've never heard the term gaon before. I'll ask my father about it.

ער האט אנגעקויפט א חלקה מיט ד' אמות ארום זיך, מורא האבענדיג מען וועט לייגען נישט קיין ערליכע (קען זיין די אייגינע קינדער) נעבן עם

אוועטאר
חמרא טבא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3918
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דינסטאג מארטש 28, 2017 4:28 pm

קיקיון האט געשריבן:דאס איז הרב מנחם בנימין בן ציון בהגה"ק רבי אהרן, ראטענבערג הלברשטאם, צאנז-וואידיסלאוור רבי - כ"ג ניסן תשי"ז


ער האט מוציא לאור געוועןמוצל מאש כתבי אביו הי"ד
מיט א קונטרס פון אייגענס און תורה וואס ער האט געהערט פון הקדוש מהרי"ד בעלזא זי"ע
דער קטע אויבען איז פון א בוך וועגען די סירישער קהלה אין בענסאהורסט
איך האב זיך פארבינדען מיט אן אור אייניקעל וועגען דעם טיטעל GAON וואס עס האבען אים געגעבען די סירישע שכנים
האט ער מיר ג'ענטפערט
He was my elter-zeida. I've never heard the term gaon before. I'll ask my father about it.

ער האט איבערגעלאזט היימישע אייניקלעך?
דביה תחדי נפשא

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » מאנטאג יוני 26, 2017 9:29 pm

איך זוך אינפארמאציע אויף ר' מיכאל נפתלי הערץ בן ר' משה יחיאל לעווינסקי. אזוי פיל ווייס איך אז ער איז שוין געווען אין שיקאגא אין תרפה.

ער האט שיינע טיטלען אויף זיין מצבה.
בילד
https://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.c ... =131721178

https://www.findagrave.com/cgi-bin/fg.c ... =103926623

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יוני 27, 2017 1:51 pm

אט וואס ס'איז עלה בידי, מברר צו זיין אויף דערווייל:

ר' מיכאל נפתלי הערץ נולד לאביו רבי משה יחיאל מיכל (פא)ליווענסקי בעיר בוטאן פלך מינסק בשנת תרמ"ה לערך. נשא את אשתו מרת רחל בת רבי שמואל יוסף גינזבורג תלמיד חכם מופלג ומראשוני תושבי פתח תקוה בארה"ק.

עשו זמן מה בלאנדאן הבירה ומשם היגרו לארה"ב בהשתדלות הג"ר שלום אלחנן יפה ז"ל בשנת תרע"ב. בשנת תר"פ כבר התגורר בשיקאגו, ושמש שם ברבנות.

היא נפטרה בארה"ק בשנת תשל"ט ומנו"כ בבית עלמין סגולה בפתח תקווה, רצו"ב תמונת המציבה מבילליאן גרעיווס.

א 14 יעריג בחור'ל הבחור הקדוש איש ירא אלקים באמת "גבריאל משה יחיאל", נפטר ל"ע בשנת תרצ"ב.

זעה מער וועגן די פאמיליע היסטאריע דא
צוגעלייגטע
8261999.jpg
8261999.jpg (374.28 KiB) געזעהן 2800 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

שואל ומשיב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 15, 2015 1:49 pm

תגובהדורך שואל ומשיב » דינסטאג יוני 27, 2017 7:11 pm

תודה רבה. לפי מה שכתבו משפחתו בגיני הרי שנולד בשנת תרלט.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך אוקטובער 04, 2017 10:16 am

מורשת חכמי אמעריקא פרעזענטירט א היסטארישע מאמר - על הצדיקים ועל גרי הצדק - אינעם היינטיגען גליון עלי זכרון לתולדות הרה"ג רבי מאיר יצחק פר"מ מניו יארק תלמיד הכת"ס ורבי הילל קאלאמייער זצוק"ל ולתולדות משפחת גרי צדק מניו יארק וירושלים

http://forum.otzar.org/viewtopic.php?p=405947#p405947

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 19, 2017 1:48 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:אין אן אימעיל וואס ר' יחיאל מאיר קנאבלאך הי"ו שיקט ארום פאר שומעי לקחו (אפשר איז כדאי ער זאל טאקע דא אויך האבן אן אשכול אזוי ווי רנ"א וועקשטיין) האט ער ערווענט איבער א צוואה פון ר' אברהם פאללאק אב"ד מקיספארט, פענסילוועניע (זעה בייגעלייגט)

ר' אברהם איז געווען רב אין זשאמבעק אין אונגארן, נאכהער איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווען רב אין פוקיפסי, און פון דארט קיין מקיספארט, ביז ער איז נפטר געווארן תרצ"ד, דער צוואה האט זיין ברודער ר' יואל פאללאק געדרוקט, ר' יואל האט געוואונט אין נעוויארק.

א זון פון דעם ר' אברהם (שהיה חתנו של ר' יעקב חיים פליישמאן אב"ד זשאמבעק) איז דער באקאנטער ר' יעקב פאללאק רב דק' שומרי אמונה אין ב"פ
http://www.hebrewbooks.org/pagefeed/heb ... 956_30.pdf

דא איז די צוואה אויף אוצה"ח
http://www.otzar.org/wotzar/Book.aspx?84728&&page=6&



באדיבות ידידינו הרב אשר לאווי, חבר במכון מורשת חכמי אמעריקא, ברענגען מיר א בילד פון די קבר פון רבי אברהם פאללאק אב"ד זשאמבעק ובסו"י בארה"ב.
בילד
הרב אברהם בן יעקב פאללאק
ששימש ברבנות
ק״ק זשאמבעק, אונגארן, פוקעפסי,
ומקיספארט, מגמתו היתה לנהג
עדתו על פי המסורה ולגדל
בניו ובנותיו ביראה תמימה
ועל ברכי התורה, תנוח
נפשו במנוחה נכונה
נפטר ערב ר״ח אייר תרצ״ד
ושם אמו חוה
ת נ צ ב ה

30 Nisan, 5694
15 April 1934


די מציבה געפונט זיך אינעם יוניאן פיעלד סעמעטערי, געיט # 32


ר' יואל פאללאק האט געדינט אין ניו יארק אלס מזכיר פון די טשאקאווא ישיבה אין ירושלים - בייגעלייגט איז א בריוו פון שנת תש"ו וואס ער שרייבט צו ר"נ בארוך, ובתכה געפונען זיך פרטים איבער די משפחה - קען עס איינער מעתיק זיין בשלימותה?
צוגעלייגטע
מכתב מר' יואל פאללאק על גלוית טשאקאווא.gif
מכתב מר' יואל פאללאק על גלוית טשאקאווא.gif (213.63 KiB) געזעהן 2131 מאל

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוקטובער 24, 2017 2:01 pm

farshlufen האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:עס איז געווען דא עטליכע רבנים מיטן משפחה נאמען שאכעט/שוחט, ר' חיים נתן שאכעט איז געווען רב אין פארטלאנד, מעין ובנו ר' משה מילא מקומו, נאך א זון איז געווען ראביי דר. דוד מנחם שאכעט פון יאנקערס.

קצת על ר' חיים נתן שוחט ז"ל וקהילתו קהל שערי תפילה:
http://davidkrut.com/pj/docs/BenBand/Chap6.pdf

מצבתו עלתה על קברים היום:
http://kevarim.com/rabbi-chaim-nosson-shochet/
בילד


פה אבינו הרב ינוח
צדיק נשגב איש הרוח
זכרו חקוק בזכר-חיים
עמלו בחיים בו חק נתן
הלך במישור בדברי חן
ובשביעי לחודש סיון
יום השני למתן תורה
יצאה נשמתו הטהורה
בשנת תרפ"א בחג העצרת
נשבה הארון והורם העטרת
הגדול בחבורה האריאל
ארבעים וחמשה שפט ישראל
עד הגל הזה משכן אבינו
הרב הצדיק חיים נתן בן משה
הלך לעולמו בשנת תרפ"א
בשביעי לחודש סיון
בשישים ותשעה לימי חייו
ת.נ.צ.ב.ה.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25264
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 18, 2017 12:51 pm

מיללער האט געשריבן:משלחן המורשת - יום ג' פנחס תשע"ד
הרב י.ד. מילר, נשיא


הרב מנחם נחום ווייסבלאטט - רב לאנשי ספרד וחברה שומרי הדת, וחברה אנשי קאלק באלטימאר מד.

מידי קראתי את תולדות האי גברא רבא הגרא"א יודעלאוויטש זצ"ל ופרשת החליצה בירחון "אוצרות" , נתקלתי בתולדות משפחת הרבנים ווייסבלאטט מאוקראינא, מפני שאחד מבני המשפחה ר' מנחם נחום ווייסבלאטט גם הוא התיר את החליצה ע"י השליח, וכה היה דברי הכותב על הפרשה

"אין די צייט פון די חליצה שאלה, איז דער דערמאנטער רבי יהושע חיים מאטוסאוו געווען רב אין קיעוו, און ער האט זיך שטארק צוגעשטעלט מתיר צו זיין אויסצופירען די חליצה דורך א שליח, ער האט אפגעשריבען זיין בירור להלכה וועלכער ער האט שפעטער צוזאמענגעשטעלט אין א קונטרס מיטן נאמען 'יחלוץ', און ווי ער שרייבט דארט האט ער געהאט מיט זיך תשובות פון נאך רבנים להיתר, צווישן די רבנים המתירים אין אוקריינא איז אויך געווען הג"ר מנחם נחום ווייסבלאט ז"ל וועלכער איז אויך געווען א רב אין קיעוו[1], די תשובה פון הרב ווייסלבאט איז אויך אפגעדרוקט אינעם דערמאנטן קונטרס
[1] הרב ווייסבלאטט איז געבוירן אין יאר תרכ"ד אין שטאט גאראדיטש,אוקריינא צו זיין פאטער ר' יעקב (מצאצאי המקובל ר' יעקב קאפיל המפורסם בסידורו קול יעקב שנקרא 'סידור ר' קאפיל'), נאך זיין חתונה אין שטאט מאלין האט ער זיך דארט באזעצט ווי ער איז מפורסם געווארן מיטן טיטול 'דער גדול פון מאלין' (אהלי שם בערכו), ביז ער איז אויפגענומען געווארן אלס איינע פון די רבנים אין קיעוו בשנת תרס"ב, צווישן די פילע ספרים וואס ער האט מחבר געווען ציילן זיך די ספרים; פרדס רמונים על התרי"ג מצוות, פורת יוסף על פמ"ג, מטעמים ומעדנים על שו"ע אהע"ז, ועוד בהלכה ואגדה וספרי כללים. ער איז אלע יארן געווען אדוק ומקושר לאדמור"י בית טשערנאבל, ביז צו זיין פטירה אין קיעוו ביום אחרש"פ שנת תרפ"ה"


בזמן ההוא גם מצאתי שהיה פה בבאלטימאר ארה"ב רב בשם הזה, אבל לא מצאתי איפה השני קשור להראשון, הנה מצאתי כרטיס ממנו עם תמונתו באתר של המוזיאון היהודי במרילנד:
http://jmm.pastperfect-online.com/00005 ... 6;type=301
וחותם "הרב ווייסבלאטט, רב לאנשי ספרד וחברה שומרי הדת, וחברה אנשי קאלק פה באלטימאר מד." האם יש מי שיודע פרטים עליו?
בילד
בילד

מצבתו בבאלטימאר:
http://kevarim.com/rabbi-menahem-nachum-weisblatt/
בילד


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט