שם הגדולים לגדולי ישראל באמעריקא מלפני מלחה"ע השני'

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מצבות שטעלער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9595
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 31, 2013 3:40 pm

תגובהדורך מצבות שטעלער » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 10:35 am

מיללער האט געשריבן:
פעלדמאן האט געשריבן:כבוד הרב שלי״טא
טאקע א שאד אבער א בילד וועט אייך צופול מער אימפארמאציע נישט געבן ,
די מצבה איז נאר אין לשון הקודש מיט חרוזים ליוט זיין נאמען די תוכן איז בערך א קלאג אז סוועט נישט זיין מער אזא מורה אין מרביץ תורה די מצבה איז אין א גוטע צושטאנד אבער אראפגעפאלן
אלע מצבות ארים זענען פין חסידישע אידן פין גארליץ גריבוב בארדיוב אלפין
איין מצבה וואס האט געכאפט מיין אויג בש״ק אשר ישעי בן הגאון הקדוש ארי לייבוש פענסטרבלוא מק״ק אלפין נכד ר דוד מוץ גארליץ

מדארף אלערטירן דעם מצבות שטעלער צו דאקומענטירן די חלקה

קרעדיט המצא מנוחה
צוגעלייגטע
mm.jpg

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 1:21 pm

דאס זעהט אויס צו זיין די ערשטע חלקה פון דער 99'ער שטיבל, און וואלט געווען א וויכטיגע זאך דורכצונישטערן
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 1:45 pm

בן בוזי האט געשריבן:דאס זעהט אויס צו זיין די ערשטע חלקה פון דער 99'ער שטיבל, און וואלט געווען א וויכטיגע זאך דורכצונישטערן

http://moreshesamerica.blogspot.com/201 ... st_30.html

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג אוקטובער 30, 2014 3:53 pm

פון מאורי גאליציה:
צוגעלייגטע
HurwaitzWander.png
HurwaitzWander.png (71.75 KiB) געזעהן 3726 מאל
HurwaitzWander2.png

פעלדמאן
שר מאה
תגובות: 143
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 08, 2010 10:55 am

תגובהדורך פעלדמאן » מאנטאג נובעמבער 03, 2014 5:02 pm

מיללער האט געשריבן:פון מאורי גאליציה:

http://jhpress.nli.org.il/Repository/ge ... ageLabel=8

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4576
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 2:12 pm

אט דא איז געווען א לענגערע שמועס וועגן ר' דוד גינצבורג רב דווילקעס בעררע ומלפנים בראשטעסטער. אט בייגעלייגט איז דער אוהל על קברו.
צוגעלייגטע
s!ntpWRxrnDK3LRjXIjK6yZ7kjOAjsDjjIjUBf5PT_Vyq_YhQNdjK4!dN3XFHLrh.jpg
500.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19630
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 12, 2015 5:47 pm

בן בוזי האט געשריבן:ווידער די וואס זענען צוגעשטאנען צו הג"ר יודל מידלמאן האבן עווענטואל געגרינדעט דער קאלוואריער שוהל מער באקאנט אלס דער 'פייק סטריט סינעגאג'.

קברו של ר' יודל מידלמאן איז בעזהי"ת געפונען געפארן בהשתדלות הרב בן בוזי נ"י ושותפו לדבר מצוה ידידנו ר' אשר חברי מורשת חכמי אמעריקא, סמוך לקברו פון הרב אש.

http://kevarim.com/rabbi-yehuda-middleman/

בילד
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג ינואר 19, 2015 1:21 pm

סקרענטאן'ער רב, ראביי פרומקין, ר' פישל מבראנסוויל, ועוד מבני החבורה אשר ידם רב להם בקורות העיתים.

קאנט איר עטוואס אינפארמאציע גיבן איבער דעם רב
rabbi mordechi rabinowitz.JPG

לויט די התלהבות און דעם נוסח הכתוב האט דאס געמוזט זיין אן אדם גדול.
ואם בכתובים הם כאן, הורו נא לי המקום וועל איך אהין לויפן.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 19, 2015 1:49 pm


אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג ינואר 19, 2015 2:27 pm

יישר כחכם זיידעניו,
עצלות שבי פון מאכן דאס ערשטע מינדעסטע זוכעניש גרמה לי להטריחכם.

יא מען זעהט אז ער האט עוסק געוועהן אין ראטעווען איד פון אפנויג רח"ל, כאשר היה בימים ההם.
דער נוסח שטימט מיטן מהלך פון די גדולים און די ארטאדאקסשע ערליכע רבנים פון יענע יאהרן.

ווייסט איר אבער ווער און פון וואו זיין אפשטאם, זיין לעבן און שאפן פאר און נאך ער געקומען קיין אמעריטשקע?

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 19, 2015 3:12 pm

קאוד: וועל אויס אלע

That same year' 58  , the Adas merged with the Chofetz Chaim shul on Rogers Avenue. Rabbi Mordechei Rabinowitz was the rav of Chofetz Chaim congregation, a learned man who wrote a booklet “Daughter of Israel, concerning the purity laws of Jewish family life. Unfortunately, Rabbi Rabinowitz passed away the year before and never saw the fruits of his efforts to bring about the merger. (After his petira, Rabbi Anemer and Rabbi Juda Davis served at Chofetz Chaim for a short time.)

www.wherewhatwhen.com/article/morris-siegel-shabbos-yid-recollections

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1911
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מאנטאג ינואר 19, 2015 4:15 pm

יישר כח,
פון וואנען אין יוראפ איז ער געוועסן, און ביי ווען האט ער געלערנט? (דאס זייטל וואס אחר האט געלינקט איז מיר אפגעשפארט)

ב.ד.וו.
האט דער Rabbi Anener געוואוינט שפעטער אין סילווער ספרינג? (אוועק אייניגע יאר צוריק)

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 19, 2015 4:35 pm

בעאבאכטער האט געשריבן:יישר כח,
פון וואנען אין יוראפ איז ער געוועסן, און ביי ווען האט ער געלערנט? (דאס זייטל וואס אחר האט געלינקט איז מיר אפגעשפארט)

ב.ד.וו.
האט דער Rabbi Anener געוואוינט שפעטער אין סילווער ספרינג? (אוועק אייניגע יאר צוריק)

מער ווי די פאר שורות שטייט נישט דארט
----
Rav Gedalia Anemer, Rav of Young Israel Shomrei Emunah of Silver Spring, MD for over half a century, .

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:02 pm

א בריוו - און א בילד - פון הגאון רבי יוסף ראבינאוויטש זצ"ל מבאפאלא צו די רעדאקציע פון די צייטונג "דיא ווארהייט" וועגען תקנת עגונות
צוגעלייגטע
NLI-Article.pdf
(198.41 KiB) דאונלאודעד 278 מאל

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:28 pm

יציב פתגם האט געשריבן:א בריוו - און א בילד - פון הגאון רבי יוסף ראבינאוויטש זצ"ל מבאפאלא צו די רעדאקציע פון די צייטונג "דיא ווארהייט" וועגען תקנת עגונות

ווער זאגט אז ער איז געווען א גאון א זצ"ל?
מתיר זיין אשת איש WHOLESALE ?

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5322
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג ינואר 19, 2015 9:43 pm

קיקיון האט געשריבן:
יציב פתגם האט געשריבן:א בריוו - און א בילד - פון הגאון רבי יוסף ראבינאוויטש זצ"ל מבאפאלא צו די רעדאקציע פון די צייטונג "דיא ווארהייט" וועגען תקנת עגונות

ווער זאגט אז ער איז געווען א גאון א זצ"ל?
מתיר זיין אשת איש WHOLESALE ?

דאס איז דאך די לעצטנס-באקאנטער "ערשטער רבי אין אמעריקא" וואס הרב יונה לאנדא הי"ו טוט ארגאניזירן יאר יערליך א נסיעה צו זיין ציון אין באפאלא viewtopic.php?p=956139#p956139

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » מאנטאג ינואר 19, 2015 10:23 pm

יאך איך בין שטארק מסופק און דעם ווארהייט פון דעם "ווארהייט"
אן עליכער איד האט נישט ווי צי גייען מיט אזא געוואגטע הצעה נור צו עפעס א אידישיסטער בלעטיל?
וועלכע מחוקקי ישרא' האט ער געמיינט ליינען דאס?
Capture.JPG
לעצט פאראכטן דורך קיקיון אום דינסטאג ינואר 20, 2015 10:05 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 19, 2015 10:28 pm

קיקיון האט געשריבן:
קיקיון האט געשריבן:יאך איך בין שטארק מסופק און דעם ווארהייט פון דעם "ווארהייט"
אן עליכער איד האט נישט ווי צי גייען מיט אזא געוואגטע הצעה נור צו עפעס א אידישיסטער בלעטיל?
וועלכע מחוקקי ישרא' האט ער געמיינט ליינען דאס?
Capture.JPG



זיכער ער, שטייט בנו של ר' גדלי' אהרן מליניץ וחתן בטשערקאס ואח"כ במקארוב:

http://kevarim.com/rebbe-eliyahu-yosef-rabinowitz/

יישר כח הרב יציב פאר די מציאה רבה

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:31 am

ר' יעקב דב נ"י תמיהני עליך!
וואס פיער רועי בקר האבען געדריקט אין א צייטונג איז שוין ביי דיר א היסטארישער פאקט א מציאה רבה?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19630
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג ינואר 20, 2015 10:51 am

קיקיון, זאגט ווערטער.

איז דאס געוועזן נתפרסם בחיים חיותו?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג ינואר 20, 2015 11:01 am

Capture.JPG

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:35 pm

חדש על הבלוג של "מורשת חכמי אמעריקא"

האם הגאון הצדיק רבי מרדכי דוב מהארנאסטייפל זצ"ל הסכים לעשות תנאי בנישואין ולהתיר עיד"ז עגונות מכבליהם?

http://moreshesamerica.blogspot.com/201 ... st_20.html

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג ינואר 20, 2015 2:42 pm

די זאך איז נישט קיין שום מקור אויף גארנישט, אפשר אויף די מציאה פונעם בילד.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
קיקיון
שר עשרת אלפים
תגובות: 12457
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am

תגובהדורך קיקיון » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:05 pm

ר' יעקב דוב נ"י
איך מיין אז די דארפסט אויך מכיר טובה זיין פאר מיר און FARSHLUFEN פאר מעורר זיין א ספק
אין דעם אוטענענטישקייט פון "ווארהייט"
און געבען חומר למחשבה פאר דיין בלאג

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25269
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג ינואר 20, 2015 3:26 pm

קיקיון האט געשריבן:ר' יעקב דוב נ"י
איך מיין אז די דארפסט אויך מכיר טובה זיין פאר מיר און FARSHLUFEN פאר מעורר זיין א ספק
אין דעם אוטענענטישקייט פון "ווארהייט"
און געבען חומר למחשבה פאר דיין בלאג


דער אמת איז אז דא איז נישט אזוי ווייט דער ספק אינעם אויטענטישקייט פון די "ווארהייט" (עכ"פ ביי מיר און אין די ארטיקל שהעלינו על הבלוג) אדער אין די בריוו פון די פרנסי הקהלה דבאפאלא, מיין ספק איז צו רבי מאטעלע האט מסכים געווען איבער אן הצעה כללית אדער ער האט גערעדט איבער א ספעציפישער נידון פון וואס דער שוואגער שפינט שוין נאכדעם ווייטער.

איך זעה נישט פארוואס דער בריוו איז נישט אויטענטיש, למעשה איז דער באפאלאער רב מציע א תקנה וואס מען האט למעשה קיינמאל נישט גענומען ערנסט, ער האט עס אויפגעברענגט אלס עפעס וואס דארף מחשבה און עיון, מ'האט שוין געהערט אזאנס.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט