רבי צבי בן מרן הבעש"ט זי"ע - ז' טבת תק"מ

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הערות

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מיטוואך יולי 20, 2016 12:40 pm

משיח האט געשריבן:רימנובער, דיין איצטיגע תגובה פארוואונדערט מיר זייער

פארוואסזשע?,ווי איך דערמאן אויבן הערשט דערונען א'אומקלארקייט,און איך שמועס זיך אויס לויט ביידע ווערסיע'ס, און איך נעם נישט קיין זייט.

משיח האט געשריבן:ממש דאס האב איך אויבן געשריבן, אז איך וואלט געזאגט אז די צענזוס פון שנת תקצ"ה "ר' אברהם ב"ר הערש וואליש" איז רבי אברהם דוד טאראשטשער בן רבי צבי מקאריסטשוב, און טאקע מיט די 2 הוכחות.

מיר ווייסן עס זייער גוט.

משיח האט געשריבן:דו אליינס האסט מיר גע'ענפערט אז די 2'טע צענזוס קען נישט מיינען ר' אברהם דוד טאראשטשער, ווייל אין די צענזוס ווערט דערמאנט א זוהן מיט'ן נאמען דוד,
וזה לשונך:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:ב'). און דאס וואס איר טענהט אז די נאמען אברהם וואס ווערט דערמאנט אין די צענזוס גענומען געווארן אין יאר תקצ"ה אין טיטעוו (ווי דערמאנט אויבן), דאס מיינט מען אויכעט ר' אברהם בן ר' צבי פון קאריסטשעוו, און נישט בן ר' הערשעלע פון סקווירא, וואס פאלט אייך ביי אזוי? ווי דערמאנט אויבן האט ר'הערשעלע קאריסטשאווער זוהן געהייסן ר'אברהם דוד טאראטשער, און טאקע אין די צענזוס (תקצ"ה) ווערט אויסגערעכנט איינער פון ר' אברהם קינדער מיט די נאמען דוד, מוז מען טאקע זאגן אז דער ר' אברהם איז נישט ר' הערשעלע קאריסטשאווער'ס זוהן, נאר טאקע א'נדערע ר' אברהם'לע,

די ענטפער איז זייער פשוט, איך שרייב אז לשיטת הרב גרובער("אהלי שם") קען מען אזוי נישט איין זעצן,אבער ס'איז דאך דא נאך א'ווערסיע.

משיח האט געשריבן:חלק ב' איז בנוגע וועמענס איידעם ר' אברהם מסקווירא איז געווען,
אין תפארת שמואל שטייט בלויז אז הרבנית סימא חוסיא, אמו של רבי אברהם דוד ממיראפל, איז "מצד אביה אן אייניקל פון רבי אהרעלע טיטיובער, און מצד אמה איז זי אן אייניקל פון רבי צבי (הראשון) מקאריסטשוב, און פון רבי נחום מטשערנוביל בעל מאור עינים". ס'שטייט נישט ווער און וויאזוי.

דארף מען וויסן ווער פון משפחת רבי אהרעלע טיטיובער האט חתונה געהאט מיט אן אייניקל פון רבי צבי מקאריסטשוב, וואס ער איז געווען אביו של הרבנית אמו של רבי אברהם דוד ממיראפאל.
מהלך א': מען קען משער זיין אז ס'איז רבי אברהם מסקווירא (פארוואס פונקט ער משאר צאצאי ונכדי רבי אהרן מטיטיוב?)

ווייל ר' אריה לייב פון בענדער (איידים פון ר' אברהם פון קאריסטשאוו)ברודער פון סאווראנער רב שרייבט א' שטיצע בריוו פאר די אלמנה פון ר' שלמה'לע פון סאווראן (איידים ביי ר' אברהמלע פון פון סקווירא) און שרייבט אויף איר ש"ב , הגם מ'קען זאגן אז די ש"ב באציהעט זיך אויף זיין פלימעניק ר' שלמה'לע ,אבער ויבאלד די ש"ב שרייבט ער ביי איר נאמען ועיין במכתבים של ר אריה לייב מבענדרי . (טענת ר' פישל האגער).

משיח האט געשריבן: פיין, איך פארשטיי פארוואס ביי איינע פון בני ר' אברהם, צוליב ר' אהרן טשערנובלער אבער פארוואס ביי רבי צבי?

ווייל די תפארת שמואל שרייבט אויף ר' אהרן טשערנאבילער דודי,און ער איז געווען א'איידים ביי ר' צבי פון קאריסטשאוו.

משיח האט געשריבן:מ'קען זיך אפשטעלן דא, און זאגן אז לא דק התפארת שמואל בלשונו, און ביידע יחוס'ן זענען מצד אביה און נישט מצד אמה, אדער איז יתכן אז ר' אברהם דוד איז געווען אן איידעם אצל משפחת אביו, און אזוי וועט שטימען אויך די לשון אז מצד אמה איז אן אייניקל פון ר"צ והמאור עינים.

ס'איז א'שטארקע דוחק אזוי איין צו זעצען.

משיח האט געשריבן:תפארת שמואל שטימט נישט 100% לויט קיין איין מהלך, און פון די לשון איז משמע אז ער האט נישט געוואוסט פונקטלעך די יחוס, איז זייער מעגליך אז ס'איז נפל שגיאה בדבריו.

ער האט שוין גאר גוט געוואוסט פונקטליך זיי יחוס,נאר דאס וואס ער שרייבט איני יודע שמו, באציט זיך אויף סימא חישא'ס מאן ,און די סיבה דערויף איז,ווייל וועגען א'געוויסע סיבה האט מען פארגעסן די נאמען פון איר מאן,און אויך די "אהלי שם" דערמאנט נישט זיין נאמען,ביז יארן שפעטער האט עס קאפשיניצער רבי שליט"א פון ירושלים אנטעדקט מיט קלארע הוכחות אז דאס איז ר' צבי פון קאריסטשאוו,ועיין בגליון "שפתי צדיקים "קאפשיניץ באריכות גדולה, ויערב לכם.

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » זונטאג יולי 24, 2016 1:02 pm

דעם שבת פארברענגט מיט הרה"צ ר' ישעי' דוד מלכיאל שליט"א מטאלנא בית שמש [אייניקל פון ר' שלמה מסאווראן כמ"פ]
בתוך הדברים האט מען אביסל דורעך געטוהן דעם ענין, האט ער מיר געזאגט אז:
- אין יחוס בריוו וואס זיין עלטער זיידעס פעטער הרה"צ ר' משה צבי מטאלנא פילאדעלפיע זצ"ל האט געשריבן פאר זיין טאכטער, שרייבט ער ר' אברהם בן ר' אהרן מטיטיוב, איך האף צו באקומען פון איהם א קאפי פון דעם, אפשר האט עס איינער און קען עס דא ארויפלייגן, [אדער אפשר איז עס שוין דא אויפן וועלטל]
- אויך האט ער געזאגט אז דער טשיטשעלניקער האט יא געהייסן 'משה צבי', (והא ראיה אז זיין פעטער הנ"ל האט דאך געהייסן נאך איהם)
(- ער דעציילט אז ער האט אלס בחור געמאכט זיין אייגענעם מגילת יוחסין, און ווען ער איז א חתן געווארן האט ער דאס געוויזן פאר זיין (מיועד להיות) שווער ה"ה דער קאפיטשניצער רבי שליט"א, ער האט אריינגעקוקט דערין, און באלד פארראכטן, אז ר' אברהם איז געווען בן ר' אהרן און נישט בן ר' צבי...)
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » זונטאג יולי 24, 2016 3:42 pm

סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:דעם שבת פארברענגט מיט הרה"צ ר' ישעי' דוד מלכיאל שליט"א מטאלנא בית שמש [אייניקל פון ר' שלמה מסאווראן כמ"פ]

בייגעלייגט איז דער יחוס בריוו פון רבי משה צבי מטאלנא וואס איז געווען געדרוקט אין קובץ משכנות יעקב גליון א'. עס עס שטייט בלויז אז רבי אברהם מסקווירא איז א נכד בן אחר בן צום בעש"ט הק'. [אפשר איז דא נאך א בריוו פון רבי משה צבי?]
אגרת יוחסין רבי משה צבי מטאלנא.pdf
(173.89 KiB) דאונלאודעד 81 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

איידעם פון רבי צבי בן הבעש"ט הק'

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג יולי 26, 2016 12:08 pm

אינעם קומענדיגן גליון אורות לחודש אב הבעל"ט קומט א נייער גילוי, איבער אן איידעם פון רבי צבי וועלכער איז געווען אומבאקאנט ביז היינט.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג יולי 26, 2016 2:49 pm

חוץ פון דער איין באקאנטער, אדער חוץ פון די צוויי באקאנטע?

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג יולי 26, 2016 3:31 pm

הסרפד האט געשריבן:חוץ פון דער איין באקאנטער, אדער חוץ פון די צוויי באקאנטע?

ביז היינט האט מען געוואוסט פון רבי יעקב מאנעלעס און פון רבי משה זאב אווערבאך.
יעצט ווערט מען געוואויר פון א דריטן איידעם.
פרטים יבואו.

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דינסטאג יולי 26, 2016 3:42 pm

א יש"כ פאר'ן קלאהר שטעלן. (ווי איר ווייסט מסמתא, איז דא גענוק וואס פאר אייניגן די ביידע דערמאנטע איידימעס.)

סוואליעווער אייניקל
שר האלף
תגובות: 1019
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 12, 2015 3:09 pm
לאקאציע: אין מערב אירופה

תגובהדורך סוואליעווער אייניקל » מיטוואך יולי 27, 2016 3:21 pm

נחוניא האט געשריבן:
סוואליעווער אייניקל האט געשריבן:דעם שבת פארברענגט מיט הרה"צ ר' ישעי' דוד מלכיאל שליט"א מטאלנא בית שמש [אייניקל פון ר' שלמה מסאווראן כמ"פ]
בתוך הדברים האט מען אביסל דורעך געטוהן דעם ענין, האט ער מיר געזאגט אז:
- אין יחוס בריוו וואס זיין עלטער זיידעס פעטער הרה"צ ר' משה צבי מטאלנא פילאדעלפיע זצ"ל האט געשריבן פאר זיין טאכטער, שרייבט ער ר' אברהם בן ר' אהרן מטיטיוב, איך האף צו באקומען פון איהם א קאפי פון דעם, אפשר האט עס איינער און קען עס דא ארויפלייגן, [אדער אפשר איז עס שוין דא אויפן וועלטל]
- אויך האט ער געזאגט אז דער טשיטשעלניקער האט יא געהייסן 'משה צבי', (והא ראיה אז זיין פעטער הנ"ל האט דאך געהייסן נאך איהם)
(- ער דעציילט אז ער האט אלס בחור געמאכט זיין אייגענעם מגילת יוחסין, און ווען ער איז א חתן געווארן האט ער דאס געוויזן פאר זיין (מיועד להיות) שווער ה"ה דער קאפיטשניצער רבי שליט"א, ער האט אריינגעקוקט דערין, און באלד פארראכטן, אז ר' אברהם איז געווען בן ר' אהרן און נישט בן ר' צבי...)

בייגעלייגט איז דער יחוס בריוו פון רבי משה צבי מטאלנא וואס איז געווען געדרוקט אין קובץ משכנות יעקב גליון א'. עס עס שטייט בלויז אז רבי אברהם מסקווירא איז א נכד בן אחר בן צום בעש"ט הק'. [אפשר איז דא נאך א בריוו פון רבי משה צבי?]
אגרת יוחסין רבי משה צבי מטאלנא.pdf

יישר כח פארן אהער שטעלן!
אדער האט ער געהאט א טעות, אדער איז דא נאך עפעס, איך וועל יהם אי"ה פרעגן.
קרעדיט: מכון 'נצר מטעי'

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

קרינא דאיגרתא.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:53 am

נחוניא האט געשריבן:אינעם קומענדיגן גליון אורות לחודש אב הבעל"ט קומט א נייער גילוי, איבער אן איידעם פון רבי צבי וועלכער איז געווען אומבאקאנט ביז היינט.

נו. ווי זאגן די הייליגע חז"ל,קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא, וואלט איר עס ביטע געקענט ארויף שטעלן דא פארן וואוילזיין פון די חשובע ליינערס?.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 7:59 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:אינעם קומענדיגן גליון אורות לחודש אב הבעל"ט קומט א נייער גילוי, איבער אן איידעם פון רבי צבי וועלכער איז געווען אומבאקאנט ביז היינט.

נו. ווי זאגן די הייליגע חז"ל,קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא, וואלט איר עס ביטע געקענט ארויף שטעלן דא פארן וואוילזיין פון די חשובע ליינערס?.

די חודש איז די נושא געווען אויף רבי משה בן ה'מאור עינים'.

דא האסטו א לינק צום גליון אינעם אשכול פונעם 'מאור עינים'.

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

יישר כוחכם.

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » דינסטאג אוגוסט 09, 2016 9:29 am

טריסקער האט געשריבן:
רימנובער אייניקעל האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:אינעם קומענדיגן גליון אורות לחודש אב הבעל"ט קומט א נייער גילוי, איבער אן איידעם פון רבי צבי וועלכער איז געווען אומבאקאנט ביז היינט.

נו. ווי זאגן די הייליגע חז"ל,קריינא דאיגרתא איהו ליהוי פרוונקא, וואלט איר עס ביטע געקענט ארויף שטעלן דא פארן וואוילזיין פון די חשובע ליינערס?.

די חודש איז די נושא געווען אויף רבי משה בן ה'מאור עינים'.

דא האסטו א לינק צום גליון אינעם אשכול פונעם 'מאור עינים'.

א'דאנק אייך פארן אנווייזן די מראה מקום.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2317
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:57 pm

יהיה כן האט געשריבן:לעצטנס ארויס געקומען א ספר\ביכל 'איזהו חסיד' תולדותיו של החסיד הנודע ר' מרדכי חנא פוקס, ואביו ר' יצחק דוד, ואחיו ר' חיים
הקיצור, האט דער מו"ל [ר' י. ה. קטינא פון אשדוד] דארט 'מחדש' געווען א 'חידוש'....
נעמליך אז הרה"ח ר' יודל הלוי אפשען ז"ל פון טערניווא, [שווער פון החסיד ר' חיים פוקס הנ"ל] איז גאר דעם בעש"ט'ס אן אייניקל... [ער אדער זיין רביצין]
לענ"ד חלומ'ט ער בהקיץ [יאך בין אן אייניקל]....
ווייסט איינער אם אכן יש דברים בגו? אדער סתם געבראטענע דמיונות שוא...

פארוואס קען עס נישט זיין ריכטיג?

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 3:00 pm

נחוניא האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:לעצטנס ארויס געקומען א ספר\ביכל 'איזהו חסיד' תולדותיו של החסיד הנודע ר' מרדכי חנא פוקס, ואביו ר' יצחק דוד, ואחיו ר' חיים
הקיצור, האט דער מו"ל [ר' י. ה. קטינא פון אשדוד] דארט 'מחדש' געווען א 'חידוש'....
נעמליך אז הרה"ח ר' יודל הלוי אפשען ז"ל פון טערניווא, [שווער פון החסיד ר' חיים פוקס הנ"ל] איז גאר דעם בעש"ט'ס אן אייניקל... [ער אדער זיין רביצין]
לענ"ד חלומ'ט ער בהקיץ [יאך בין אן אייניקל]....
ווייסט איינער אם אכן יש דברים בגו? אדער סתם געבראטענע דמיונות שוא...

פארוואס קען עס נישט זיין ריכטיג?

ווייל ער שרייבט נישט ווי אזוי ער איז אן אייניקל
נאר סתם, א שמועה פון א באבעס מומע ותו לא
קיינער אין די משפחה האט ביז היינט נאך נישט געהערט דערפון

יד ושם
שר חמישים
תגובות: 65
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 15, 2018 3:57 pm

תגובהדורך יד ושם » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 10:02 pm

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:אויף רבי הערשלע מסקווירא זון פון רבי אהרלע טיטווער זון פון רבי הערש בן הבעשה"ט זיע"א האב איך געזען אז סעיז דא וואס רופען עם רבי נפתלי צבי און סאיז דא וואס רופען עם רבי צבי אליינס. סעהאט געוואנט און טבריה רבי נפתלי צבי בן שיינא רחל בת רבי הערש בן הבעשה"ט מהאט עם גערופען רבי הערשאלע בעל שם אלעס דער בעל שם אייניקעל . דער רבי נפתלי צבי מטבריה איז געווען בן רבי יעקב בן רבי מאנלה מקארלין פעטער פון הרה"ק רבי אהרן הגדול מקארלין .דרך אגב דער באווסטער בערענשטיין משפחה פון ירושלים זאגען אז זענען איינקלעך בן אחר בן ביז דעם רבי נפתלי צבי פון טבריה ,איך האב גערעדט מיט א גרויסע ידען וחקרן בצאצאי הבעשה"ט וועגען זייערע נעמען הנ"ל האט ער מיר געזאגט אז ער האט א ספק צו רבי הערשלע מסקווירא האט אויך געהייסען נפתלי. און ער האט מוסיף געווען אז די בערענשטיין משפחה הנ"ל האבען זיך בטעות געהאלטען בן אחר בן ביז צום בעשה"ט וייל זיי האבען געמיינט אז רבי נפתלי צבי מיט רבי צבי זענען איין מענטש. בדרך אגב הרה"ק רבי יצחק מסקווירא איז בזווג שלישי געווען א איידם ביי ר הערשלע מסקווירא הנ"ל און געהאט זיין זון
פון דעם זיווג רבי דוד מסקווירא טאטע פון רבי יעקב יוסף מסקווירא. אשר על כן נפשי בשאלתי האט איינער א קלארקייט און דעם נאמען?

ווי איז דא פרטים איבער די משפחת בערנשטיין ?

הסרפד
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » דאנארשטאג אוקטובער 18, 2018 10:19 pm

(ר' נפתלי צבי האט נישט געהאט קיין זיהן, אגב, און די פרטים הנ"ל זענען א טעות בחלקן)

גרויסער יחסן
שר חמישים
תגובות: 58
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 08, 2018 8:18 pm

תגובהדורך גרויסער יחסן » זונטאג אוקטובער 21, 2018 2:05 pm

משיח האט געשריבן:צום יארצייט, ז' טבת תר"ם.

ר' ישראל מאיר גבאי שרייבט אין זיין זייטל, אז ר' צבי האט געוואוינט אין פינסק, ביי זיין שווער בזיווג שני ר' שמואל חסיד, און ער איז דארט געקומען לקבורה נעבן זיין שווער.

דא האט איר א בילד וויאזוי ס'וועט אויסזעהן די אוהל.

pinsk.jpg

דער ארט וואו ער ליגט איז נישט קלאר, מ'ווייסט נאר דעם ביה"ח וואס איז ליידער פארבויעט היינט, ס'איז נישט דער זעלבער ביה"ח וואו ס'ליגן די קארלינ'ער רבי'ס, זיי ליגן אין ביה"ח פון קארלין (היינט איז קארלין איינגעשלונגען אין פינסקער שטאט) נאר א באזונדערער ביה"ח פון פינסק (נישט ווי אין GOOGLE MAPS איז פארצייכנט דעם ארט פון ר' צבי אין ביה"ח פון קארלין). די קארלינער צדיקים האבן זייער מחשיב געווען דעם ציון פון ר' צבי און בכלל דעם גאנצן ביה"ח וואס ליגן דארט גדולים וצדיקים קדמונים. דאס וואס גבאי פלאנירט אריין צו טראסקען א אוהל אן קיין ידיעה צו ס'איז אויף א פונקטליכ'ן פלאץ איז כדרכו 'בקודש' וואו ער קען מאכן א אוהל אן קיין דאגות (אפילו בויען טיבער אנדערע ציונים וכדומה ואכמ"ל)

מיקא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » זונטאג אוקטובער 21, 2018 5:30 pm

אגב, ס'איז ארויסגעקומען א נייע ספר'ל איבער אדל בת הבעל שם נבג''מ.

מה ידידות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 393
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 27, 2014 11:14 am

תגובהדורך מה ידידות » זונטאג אוקטובער 21, 2018 6:10 pm

מיקא האט געשריבן:אגב, ס'איז ארויסגעקומען א נייע ספר'ל איבער אדל בת הבעל שם נבג''מ.

וויאזוי הייסט דער ספר?
לְהִתְעַנֵּג בְּתַעֲנוּגִים בַּרְבּוּרִים וּשְׂלָו וְדָגִים....

מיקא
שר העשר
תגובות: 26
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 18, 2018 10:04 pm

תגובהדורך מיקא » מיטוואך אוקטובער 31, 2018 3:45 pm

אדל - ביתו של הבעל שם טוב
מאת: יוכי ברנדס

צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], א חסיד און 17 געסט