ווי אינטערעסאנט איז, אז וויפיל עס איז שוין געשריבן געווארן פונעם בעל שם הקדוש, און פון רובם ככולם פון זיינע גרויסע לייבן די תלמידים, איז אבער נישט צופיל געשריבן געווארן פון זיין בן-יחיד הרב הקדוש רבי צבי ממעזיבוש – פינסק זצ"ל, וואס האט מקבל געווען פון זיין הייליגען גרויסען טאטען, גענוי ווי וואס אנדערע תלמידים האבן מקבל געווען.
דער קדוש רבי צבי האט טאקע נישט ממשיך געווען באדמורו"ת אבער זיין נאמען ווערט דערמאנט דא און דארט מיט א שטארקען הערצה, און ווי וואונדער עס איז אז דא האט נאך קיינער נישט גענומען די מיה און זיך גרונטליך אריינגעלייגט להעלות ממקור מים חיים, באשרייבונגען תולדות וסיפורי קודש פון האי גברא רבא. (אין ירושלים האט א איד רבי יוסף ירוחם פישל האגער שליט"א ארויסגעגעבן א ספר מיטן נאמען "אבן ישראל" ווי ער האט צוזאמען געברענגט לפונדק אחד א אוצר פון סיפורים ותולדות פון הרה"ק רבי צבי זי"ע).
קריינא דאגרתא איהו להוי פרוונקא, וועל איך אנהויבן מיט אביסעלע ידיעות, און מיט א תקוה אז מיין ידידים און קאלעגעס וועלן דאס פארשפרייטערען מיט זייערע אינהאלטרייכע ידיעות כיד ה' הטובה עליהם.
הרה"ק רבי צבי זי"ע איז געבוירן צום פאטער מרן רבי ישראל בעל שם זי"ע און צום מוטער מרת חנה ע"ה, בתקופת שנות נדודים בהרים, נאך איידער דער דרך החסידות איז נתגלה געווארן. דער בעש"ט הק' האט געזאגט אז על פי הדיבור איז ער באפוילן געווארן אראפצוברענגען דעם נשמה אויף דעם עולם (שבחי הבעש"ט מהדורא ראשונה).
אין ספר מעשיות ומאמרים יקרים עמוד 6 ווערט געברענגט אז הרה"ק בעל צמח צדק מליובאוויטש זי"ע האט נאכגעזאגט פון זיידן הרה"ק בעל התניא זי"ע וואס האט דאס געהערט פונעם גרויסען מגיד זי"ע אז דאס גשמיות'דיגען ראיה פון רבי צבי האט געקענט זעהן מ' פרסה אויף מ' פרסה, ווידער זיין רוחניות'דיגען אויג האט געקענט זעהן עד אין שיעור.
אין שבחי הבעש"ט ווערט געשילדערט גאר שטארק זיין יראת ה', און ווי הרה"ק רבי פנחס מקאריץ זי"ע האט געזאגט אויף רבי צבי אז ער האט מורא פון השי"ת במשך דעם גאנצן טאג פונקט אזוי ווי כלל ישראל האט מורא געהאט פון השי"ת בשעת מתן תורה!!