ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

משפחת לאנדא - בורשטין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:
א)ר' משה דוד אשכנזי אב"ד טאלטשווא-צפת (חותן הייט"ל) בעמח"ס תולדות אדם ובאר שבע

בני ר' משה דוד מטאלטשאווא;
א-א) ר' יואל אשכנזי מזלאטשוב בעמח"ס שו"ת מהר"י אשכנזי
א-ב) ר' מרדכי אשכנזי אב"ד פיסטין וראב"ד סטאניסלאוו
א-ג) ר' שלמה אשכנזי אב"ד באקשעוויץ מנו"כ בירושלים
א-ד) חתנו מרן הייטב לב מסיגוט
א-ה) חתנו ר' יוסף יואל דייטש מטארנופול בעמח"ס יד יוסף

בני ר' יואל אשכנזי מזלאטשוב;
ב-א) ר' אשר אנשיל אשכנזי מסטאניסלאוו-אלעסק (חתן הלב שמח)
ב-ב) חתנו (בזוו"ש) ר' חי"ל ט"ב הקדושת יו"ט מסיגוט
ב-ג) ר' ארי' ישראל אשכנזי מסעריט-ירושלים
ב-ד) ר' אפרים יוסף אשכנזי
ב-ה) חתנו ר' מאיר הלוי לאנדא אב"ד בורשטין


צוגעלייגט ר' מאיר הלוי לאנדא אב"ד בורשטין (ב-ה) חתן ר' יואל אשכנזי מזלאטשוב (באדיבות הרב מביקסאד)

-

דער ר' מאיר פון בורשטין איז געווען א זוהן פון ר' מרדכי זיסקינד סג"ל לאנדא פון סטרעליסק ?(אין לאנדאן איז פארהאן א איד מיט דעם נאמען כ'מיין אן איידעם ביי ר' ישעי' וואלף לעוו פון סאטמאר, ער איז אן אייניקל) דער 'חקר הלכה' ר' נפתלי הירץ ב"ר יואל משה לאנדא איז אויך פון די משפחה, עפעס ליזענסקער רבנים זענען אויך געווען לאנדאס.

ווער קען מאכען סדר, אז מיר זאלען האבן מיט וואס צו גיין צום טיש?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

וואס ווילסטו סדר מיט די לאנדא'ס ?
נעם אפיר די צוויי בענדער חקר הלכה וואס ר' הירץ פרענקל האט געדרוקט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד,
איך האב געוואלט סדר פון די לאנדאס, און איך ווייס פונעם חקר הלכה וואס ר' הירץ פרענקל האט איבערגעדרוקט, כ'האב געוואלט וויסען אויב איינער קען דא עס מסדר זיין, און נאכאמאל, אז איר ווילט נישט זענט איר פטור.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ולוים בדוכנם: רבנים ממשפחת הלוים 'סג"ל-לאנדא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:זכה מלאכתו נעשית ע"י עצמו....

לויט די דערמאנטע יזכור-בוך, איז דער ערשטער אפיציעלער שטאט רב אין גארליץ געווען ר' יחזקאל לאנדא נכד הנודע ביהודה, וועלכער האט נישט איבערגעלאזט קיין קינדער ל"ע, ער האט אויפגעצויגען צוויי קינדער פון זיין ברידער, ר' אוריש לאנדא און ר' משה לאנדא (זעה ווייטער דער פולער בלאט), ביז דאן האט דער רב פון די גלילות צאנז געדינט אלס רב פון גארליץ וועלכע איז א חלק פון די גלילות, יענע צייט איז געווען רב בגלילות צאנז ר' ברוך סג"ל לאנדא, עס איז דערווייל נישט באקאנט צו די צוויי רבנים ממשפחת לאנדא זענען געווען נאנטע קרובים.


איך קלער אז אפשר איז דער דערמאנטער ר' יחזקאל דער מו"ל פון ספר 'כבוד חכמים' מאביו ר' יעקב ב"ר אלעזר [ב"ר יעקבקא?] לאנדא, אבער עס איז נישט אזוי מסבתר אז בשנת תרס"ח האט ער געוואונט אין זבאריז.

ווער עס ווייסט מער פרטים איבער די רבנים ממשפחת לאנדא, וואלט איך הנאה געהאט אויב מען לאזט עס אונז וויסען.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

מה שכתוב בצילום ספר יזכור מגארליץ הנ"ל, שרבי יחזקאל היה מבני בניו של הנוב"י, לא יתכן כמעט עפ"י חשבון השנים, שהנוב"י ששמו היה יחזקאל, ונכדו הקרוי על שמו לכה"פ נולד אחר פטירתו בשנת תקנ"
והנה אין לי הספר יזכור של גארליץ אבל הנני רואה בספרו של רבי מאיר וואנדר אנציקלפדיה לחכמי גאליציא מעתיק מספר יזכור גארליץ, רבי יחזקאל לאנדא הרב הראשון בגארליץ היה בנו של ר' דוד ב"ר חיים מפודקמין וכו' והיה רבה הראשון של גורליץ עד לפטירתו ביום כ"ג ניסן תקפ"ט חשוך בנים וגידל את בני אחיו ר' משה ור' אהרן (אוריש) לנדא שהכו בעיר שורש וענף במשפחות מסועפות.
ואם זה נכון נמצא שרבי יחזקאל אב"ד גארליץ היה נכדו של רבי חיים מפודקאמין (ב"ר אברהם, אחי רבי יהודה לנדא אביו של הגאון בעל נודע ביהודה מפראג) וזה צ"ע אצלי מאוד, שרבי חיים מפודקאמין נפטר בשנת תקנ"ז ונכדו רבי יחזקאל נפטר רק כשלשים ושתים שנה אחריו בשנת תקפ"ט (ואולי היה צעיר לימים), והדבר צריך בירור שלא מצאתי בשום אחד מחושבי צאצאי ר' חיים מפודקאמין שיהיה לו בן בשם ר' דוד. (יש לציין שמשפחת לנדא מסועף ומסובך, כי היתה רב פארות וענפים של משפחות ומשפחות, ומהם הרבה הרבה רבני קהלות מגידים ומחברי ספרים ידועי שם, ויש הרבה תערובות ועירוב ביחס משפחות בספרי קורות הדורות, וראה גם ספר 'בני לנדא למשפחותם' אינו חושב לרבי חיים מפודקאמין שהיה לו בן בשם 'דוד' אף שחושב כל משפחתו בנו וחתנו).
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום פרייטאג יולי 03, 2009 5:17 pm, פארראכטן געווארן 3 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אביסל איבער די 'משפחת הרבנים לאנדא' געפונט זיך אינעם ספר 'שבט ישראל' חיברו ר' אפרים ב"ר ישראל לאנדא ב"ר יהודא ליבוש אב"ד סדיגורא בעמח"ס יד יהודא.

דער ר' יהודא ליבוש לאנדא פון סדיגורא איז נישט געווען קיין לוי, זיין זיידע ר' יהודא ליבוש אב"ד לעוורטוב איז געווען אן איידעם ביי ר' נפתלי הירץ הלוי לאנדא אב"ד זבאליען וסיבב שם משפחתו כשם משפחת חותנו.

דער רנ"ה לאנדא אב"ד זבאליען בעמח"ס אמרי שפר, האט געהאט א זוהן ר' יואל משה לאנדא אב"ד גאליגא אבי ר' מרדכי זיסקינד ראב"ד סטריא ותלמידו של הרה"ק ר' אורי מסטרעליסק אבי ר' מאיר לאנדא מבורשטין ור' יואל משה הנ"ל, וממשפחה זו נסתעפה משפחת רבני עיר ליזענסק וגם משפחת בוימל.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

הגה"צ רבי דוד מנחם מאניש באב"ד, במ"ס שו"ת חבצלת השרון, אב"ד ור"מ טארנאפאל,
חתן הגה"צ רבי יואל משה סג"ל לאנדא אב"ד יאברוב.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
כדי שלא להתקוטט עם הרבה שקפצו על עגלה זו שהם נכדי הנוב''י .אשבית את קולמסי ------אך זאת אומר בוודאות שהרבה בינינו שאומרים שהם
נכדי הנוב''י צריך לבדוק אחריהם .
אוועטאר
מאקאווער
שר האלף
תגובות: 1399
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 8:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאקאווער »

כהאב געהערט אז משפחת גרובער ר' יודל ר' בנימין וכו' זענען בא"ב פון נוב"י
אמר החכם: מי שזורע את השנאה יקצור את החרטה. אחרית קטטה חרטה. המתן מעט ולא תתחרט ! (ס' חסידים פ"ח)
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

נא שלא להסיט הנושא ממכונו ולהמיר אותו בלא יועיל 'על התמורה' הזו וודאי קא בכינא.

ודי בזה.

כ"ד הגבאי בשם הגבאים.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בנוגע צאצאי מרן הנודע ביהודה, איך ווייס פון צוויי משפחות וועלכע זענען אנגעבליך אייניקלעך אבער וויבלאד עס קען מעגליך זייך אז איך וועל פוגע זיין בכבוד המשפחות אויב וועל איך זיך אריינלאזען אין די פרטים, אשב ואל אעשה עדיף, ומיללער בסלע שתיקה בתרין.

דאס איז אבער יא אינטערעסאנט, אויסצורעכענען די קינדער פונעם נודע ביהודה;
א) ר' יעקבקא הלוי לאנדא מבראד ומחכמי הקלויז דשם
ב) ר' שמואל סג"ל לאנדא מ"מ אביו כאב"ד פראג ובעמח"ס שיבת ציון
ג) ר' ישראל הלוי לאנדא
ד) חתנו ר' יוסף הצדיק מפוזנא (יש אומרים שסיבב שם משפחתו ג"כ ללאנדא).

ר' אלעזר לאנדא אב"ד בראד ומח"ס יד המלך על הרמב"ם איז געווען א זוהן פון ר' ישראל בן הנודע ביהודה, אויך זיין ברודער ר' משה ב"ר ישראל לאנדא מפראג איז געווען א מחבר ספרים ומו"ל ספרי זקנו, צווישן זיינע חיבורים איז פארהאן א הגדה של פסח איבערגעטייטשט אויף דייטש.

נאך איינער מצאצאי הנודע ביהודא שחיבר ספרים איז געווען ר' ישראל ב"ר יהודה לאנדא בן היד המלך, מחבר ספר נפש חיה עמ"ס מגילה, ומו"ל ספר זכרון אלעזר מאחיו ר' אלעזר שנפטר בצעירותו.

דאס איז אויסער דעם דערמאנטן ר' יעקבקא לאנדא ב"ר אלעזר דור רביעי להנו"ב ומח"ס כבוד מלכים ומדרש חכמים, וואס מיר זענען נישט קלאר צו דאס איז א זוהן פון דעם זעלבן ר' אלעזר ב"ר ישראל דער יד המלך אדער איז געווען נאך א ר' אלעזר דור שלישי להנו"ב.

-

בנוגע ר' יוסף הצדיק חתן הנו"ב, עס איז ממש להפליא די יראת הכבוד און די תוארים מיט וואס זיין גרויסער שווער האט זיך צו אים באצויגען, און איינע פון די ערשטע הספדים פונעם הייליגען חת"ס אין די דרשות לז' אב איז ער מספיד דעם איידעם און ר' יוסף נפתלי אין די הגהות אי מעתיק עטליכע פון די טיטלען מען קען ארויסגיין פון התפעלות.

-
ווייסט איינער איבער קינדער פון די אנדערע צוויי זוהן און פון דעם איידעם ר' יוסף?
אטעטשמענטס
Samuel Landau.bmp
Samuel Landau.bmp (510.86 KiB) געזען 9299 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כ'האב טאקע געטראפן אז דער איידעם פונעם נו"ב האט זיך גערופען לאנדא, אין אינאיינוועגס נאך אן אייניקל פונעם נו"ב א רב ומח"ס.

ר' יהודא ב"ר יוסף לאנדא אב"ד וולאדווי ומח"ס בית יהודה , דער ספר האט ארויסגעגבן זיין זוהן ומ"מ ר' יצחק לאנדא אב"ד וולאדווי ובעמח"ס מנחת יצחק
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

משפחת הגה"צ רבי נתן יוסף מייזעלס זצ"ל ואחיו הרה"ח ר' דוד מרדכי ז"ל וש"ב ר' אלעזר מייזעלס ז"ל מתייחסים אחר הגה"צ בעל יד המלך נכד הנוב"י, ומרן מסאטמאר זי"ע הורה לו שיקרא בנו ע"ש הנוב"י (כמדומה שאבי אבי אביו ר' דוד מייזעלס היה חתן היד המלך)
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:אביסל איבער די 'משפחת הרבנים לאנדא' געפונט זיך אינעם ספר 'שבט ישראל' חיברו ר' אפרים ב"ר ישראל לאנדא ב"ר יהודא ליבוש אב"ד סדיגורא בעמח"ס יד יהודא.

דער ר' יהודא ליבוש לאנדא פון סדיגורא איז נישט געווען קיין לוי, זיין זיידע ר' יהודא ליבוש אב"ד לעוורטוב איז געווען אן איידעם ביי ר' נפתלי הירץ הלוי לאנדא אב"ד זבאליען וסיבב שם משפחתו כשם משפחת חותנו.

דער רנ"ה לאנדא אב"ד זבאליען בעמח"ס אמרי שפר, האט געהאט א זוהן ר' יואל משה לאנדא אב"ד גאליגא אבי ר' מרדכי זיסקינד ראב"ד סטריא ותלמידו של הרה"ק ר' אורי מסטרעליסק אבי ר' מאיר לאנדא מבורשטין ור' יואל משה הנ"ל, וממשפחה זו נסתעפה משפחת רבני עיר ליזענסק וגם משפחת בוימל.


מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער ר' מאיר פון בורשטין איז געווען א זוהן פון ר' מרדכי זיסקינד סג"ל לאנדא פון סטרעליסק ?(אין לאנדאן איז פארהאן א איד מיט דעם נאמען כ'מיין אן איידעם ביי ר' ישעי' וואלף לעוו פון סאטמאר, ער איז אן אייניקל) דער 'חקר הלכה' ר' נפתלי הירץ ב"ר יואל משה לאנדא איז אויך פון די משפחה, עפעס ליזענסקער רבנים זענען אויך געווען לאנדאס.

ווער קען מאכען סדר, אז מיר זאלען האבן מיט וואס צו גיין צום טיש?


אזוי דרייענדיג זיך ביי מיר אין ביבליאטעק האב איך באגעגענט דעם ספר אהבת ציון, דאס האט מחבר געווען ר' נפתלי הערץ סג"ל לאנדא אב"ד סטרעליסק וועלכע איז דער מחבר פונעם ספר חקר הלכה הנ"ל, ב"ר יואל משה סג"ל לאנדא אב"ד יאברוב, דארט ברענגט ער אראפ 3 זוהן פון ר' נפתלי הערץ, ה"ה 1) ר' מרדכי זיסקינד, 2) ר' שלמה, 3) ר' יחזקאל.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:בנוגע צאצאי מרן הנודע ביהודה, איז אינטערעסאנט אויסצורעכענען די קינדער פונעם נודע ביהודה;
א) ר' יעקבקא הלוי לאנדא מבראד ומחכמי הקלויז דשם
ב) ר' שמואל סג"ל לאנדא מ"מ אביו כאב"ד פראג ובעמח"ס שיבת ציון
ג) ר' ישראל הלוי לאנדא
ד) חתנו ר' יוסף הצדיק מפוזנא (יש אומרים שסיבב שם משפחתו ג"כ ללאנדא).

ווייסט איינער איבער קינדער פון די אנדערע צוויי זוהן און פון דעם איידעם ר' יוסף?


האלטן מיר ביי דעם אז אויסער די דריי זוהן און די איינע טאכטער וואס מיר האבן שוין אויסגערעכנט, געפונען מיר נאך 4 טעכטער צו א סך-הכל פון 8 קינדער.

א) ר' יעקבקא הלוי לאנדא מבראד ומחכמי הקלויז דשם
ב) ר' שמואל סג"ל לאנדא מ"מ אביו כאב"ד פראג ובעמח"ס שיבת ציון
ג) ר' ישראל הלוי לאנדא
ד) מרת פריידא אשת ר' יוסף הצדיק לאנדא מפוזנא
ה) מרת מרים אשת (בזוו"ר) ר' יוסף שלמה זלמן ב"ר מאיר פרעשבורג מווינא בעמח"ס מנחת עני, ובזוו"ש אשת ר' אהרן בער וועלא מפראג
ו) מרת עלקא אשת ר' יום טוב וועלאהו מפראג
ז) מרת מירל אשת ר' יעקב סג"ל ב"ר חיים לאנדא מבראד
ח) מרת יארטשא אשת ? בן ר' חיים לאנדא מפודקאמין
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אן אינטערעסאנטער ספר האב איך געטראפן בשם 'ציון המציונת' לתולדות הנו"ב ומפשפחתו, איך ברענג דא דעם אילן היחס פון דארט.
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_22677_54.jpg
hebrewbooks_org_22677_55.jpg
hebrewbooks_org_22677_56.jpg
hebrewbooks_org_22677_57.jpg
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

יהיה כן האט געשריבן:ואם זה נכון נמצא שרבי יחזקאל אב"ד גארליץ היה נכדו של רבי חיים מפודקאמין (ב"ר אברהם, אחי רבי יהודה לנדא אביו של הגאון בעל נודע ביהודה מפראג) וזה צ"ע אצלי מאוד, שרבי חיים מפודקאמין נפטר בשנת תקנ"ז ונכדו רבי יחזקאל נפטר רק כשלשים ושתים שנה אחריו בשנת תקפ"ט (ואולי היה צעיר לימים), והדבר צריך בירור שלא מצאתי בשום אחד מחושבי צאצאי ר' חיים מפודקאמין שיהיה לו בן בשם ר' דוד.


רבי חיים הלוי לאנדא אבד"ק פודקאמין מיסד הקלויז בבראד, איז נסתלק געווארן פורים תקנ"ז (עס כדאי אנצומערקן אז זין אור אור אייניקל דער צאנזער רב האט געהייסן נאך עם) הגם אז אין לתולדות הקהילות בפולין שטייט אז ער איז געבוירן אין יאהר תע"ה, ווייס איך נישט ווי אויסגעהאלטן עס איז, ווייל זיין איידים ר' ישעי' הורוויץ בן המהר"ם איז שוין געבוירן בערך יאהר ת"ע - 5 יאהר פאר זיין שווער - עס זעהט אויס אז ר' חיים איז געווען איבער הונדערט יאהר ווען ער איז אוועק, אויב אזוי איז נישט קשיא אז זיין אייניקל איז אוועק סך הכל 32 יאהר נאך עם.
shlomyg
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shlomyg »

סארי פאר זיך אריינמישן, אבער ווער ווייסט וויאזוי די כהנים לאנדא משפחה זענען אייניקליך?
מאנכע זאגען אז זיי זענען אייניקליך טאקע פינעם איידעם ר' יוסף הצדיק וואס האט זיך געטוישט דעם נאמען צי לאנדא לכבודו פינעם נ"ב
--
אז איר קויפט אויף עמעזאן שטיצט מקימי אין גייט נאר דירך דעם לינק
amzn.to/mekimi
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גוטען שלומי ג.,
וועלכע כהנים-לאנדא רעדט איר? איך קען צוויי סאטמארער משפחות לאנדא וועלכע זענען כהנים.
shlomyg
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shlomyg »

שכוח
די לאנדא פין טאהש
--
אז איר קויפט אויף עמעזאן שטיצט מקימי אין גייט נאר דירך דעם לינק
amzn.to/mekimi
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

זיכער אז נישט. די לאנדא'ס נכדי ר' וואלף ז"ל זענען אייניקלעך פון רבי יוסף הצדיק מ'פוזנא זי"ע דער איידעם פונעם נודע ביהודה. ס'האט אלץ געפעלט איין נאמען אינעם יוחס פון רבי יוסף צו משפחת לאנדא אבער לעצטנס איז מען געוואר געווארן דעם נאמען רבי דוד בן רבי יוסף הצדיק. ס'איז אנגענומען אין משפחת לאנדא אז רבי יוסף האט געטוישט דעם נאמען לכבוד'ן שווער. א מקור דערצו ווייס כ'נישט.

א אייניקעל פון רבי יוסף איז געווען "תלמיד חכם וגדול הדור" (מדברי מרן הדברי חיים זי"ע) רבי ישראל זאב לאנדא זצ"ל, דער ראש המשפחה פון משפחת ר' לאנדא.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:אן אינטערעסאנטער ספר האב איך געטראפן בשם 'ציון המציונת' לתולדות הנו"ב ומפשפחתו, איך ברענג דא דעם אילן היחס פון דארט.

אז איר האט עס שוין יא, דאן ברענג'זשע די בילדער פון די מצבות, אלטע און נייע.
ועמך כולם צדיקים
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

א אינטערסאנטע זאך דערציילט מיר א איד וואס איז ערשט געווען אין פראג מיט אפאר וואכן צוריק אז דער ציון פון נודע ביהודה איז אביסל לענגער פון אלע אנדערע. איז דארט געווען א ראש ישיבה פון בני ברק וואס האט דערציילט אז ס'איז דא אין שו"ת תשובה מאהבה פון הגאון רבי אליעזר זצ"ל א תלמיד פון נוע ביהודה וואו ער שרייבט אז דער רבי האט א גרעסערע מקום קבורה וועגן ער איז געווען א הויכער מענטש.
האט שוין איינער געהערט דערוועגן? וואו אין תשובה מאהבה?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כבוד הרב יוסלמאן,
אפשר דאך לייענט איר דורך די אשכולות פון אנהייב, אויף אייער שאלה בנוגע א מקור אז ר' יוסף הצדיק מפוזנא האט זיך גערופען לאנדא, האב איך אויבן געשריבען.

מיללער האט געשריבן:כ'האב טאקע געטראפן אז דער איידעם פונעם נו"ב האט זיך גערופען לאנדא, אין אינאיינוועגס נאך אן אייניקל פונעם נו"ב א רב ומח"ס.

ר' יהודא ב"ר יוסף לאנדא אב"ד וולאדווי ומח"ס בית יהודה , דער ספר האט ארויסגעגבן זיין זוהן ומ"מ ר' יצחק לאנדא אב"ד וולאדווי ובעמח"ס מנחת יצחק


יעצט אז משפחת ר' וואלף לאנדא מדעברעצין זענען אייניקלעך פון ר' יוסף הצדיק, אויף זיי האב איך טאקע מרמז געווען אז הדברים צריכים בירור, ווייל ווי איר דערמאנט האט מען נישט געהאט קיין פונקטליכע סדר היחס און מ'רעדט פון איינעם וועלכער איז נישט געווען אזוי לאנג צוריק, ווידער וועגן דעם זוהן 'ר' דוד' וואס איר שרייבט, ער ווערט נישט דערמאנט בין כותבי תולדותיו און דאס ברויך א בעסערע מקור.

ר' שלומי,
די טאהשער לאנדא משפחה, זענען טאקע א דריטע משפחת כהנים לאנדא, ואין לי ידיעה אודות יחוסם להנו"ב.

ביקסאד,
די בילדער דארט זענען היבש אומקלאר, דערפאר האב איך עס נישט קאפירט.
shlomyg
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 03, 2009 8:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shlomyg »

אויך מיין איך די לאנדא'ס פין די העלט פוד אין ווייטאמינען זענען כהנים אין זענען זיך מתייחס נאכן נודע ביהודה
--
אז איר קויפט אויף עמעזאן שטיצט מקימי אין גייט נאר דירך דעם לינק
amzn.to/mekimi
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”