רבי דוד משה מקרעטשניף רחובות זי"ע - ט”ו תמוז תשכ”ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ניין,

די פאמיליע האט די כלה -הרבנית תליט"א- ארויס באגלייט [צו דעם שיף] און זעך געזעגענט מיט בכיות.
ועמך כולם צדיקים
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

ואס איז דער סיבה דערצו?
און ר' חיים מרדכלי' האט געזעהן כאטש דעם חתן איידערן שידוך שליסן? - ביים צוברעכן טעלער איז יא געווען בנוכחותו?
ר' דוד משה האט חתונה געהאט און סערט?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

בזכרוני אז דער שידוך פון הרה"ק צה"ר האט מען נאך געשלאסן איידער דעם דעפראטירן,
אזוי וואו דער חתן איז שוין געווען אין ארץ ישראל האט מען נאך געשיקט די כלה.

פון ביידע חתונות איז דא בילדער.
ועמך כולם צדיקים
ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:09 pm

ר׳ דוד משה האט חתונה געהאט אין סערעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמח לב »

אינעם נייע ספר וואס איז יעצט ארויס געקומען לרגל יומ״ד דילי׳ (שחל היום) איז דא די חתונה בריוו וואס ר׳ חיים מרדכי האט געשיקט צו די חתונה אין סערעט.
ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמח לב »

יהיה כן האט געשריבן:בנו בכורו אליעזר זאב נסתלק בהיותו בן כמה חדשים בעודו גר בירושלם,
משום כך קרא לבנו השני מנחם אליעזר זאב, ה"ה ממלא מקומו לאויט"א.

חידוש בעיני, שקורין לבן השני בשם שקראו כבר לבן שהלך לעולמו, לא שמעתי כן משום אחד (למשל אלו שנעדרו צאצאיהם ל"ע בימי המלחמה הי"ד, שוב לא קראו בשמם לצאצאיהם שנולדו אחר המלחמה).
בד"צ
קרעמער זה לא סוחר, קרעמער זה אפשר 'חנוני', (מקומו באשכול הדקדוק)
אחד מחתניו (של הרד"מ זצ"ל) הוא הר"ר דוד דוב מייזליש שליט"א בן הרי"מ מווייטצען וומבס"ג שליט"א



בענין השם ׳מנחם אליעזר זאב׳ שנתן לבנו בכורו הרי שהעובדא הוא כך:


בליל הוואך נאכט שלו (שהיה נדחה) טרם ידע הרד״מ הנאמען אשר יתן לבנו, מצד אחד געבן א נאמען נאכ׳ן טאטען, אובער פון די אנדערע זייט
ער האט שוין פארלוירען א קינד וואס האט געטראגען זיין טאטענ׳ס נאמען, ולגבי להוסיף שם שלישי מאוד התעצב אל ליבו ולא ידע האיך לנהוג, ואחר שהעולם כבר שבו לביתם מהוואך נאכט הרד״מ ישב על הכסא ותוך שראשו ומעיו נתונים בדאגתו והיה מאוחר בלילה ונרדם, ובחלומו ראה את אביו הרה״ק רא״ז הי״ד כבחיים חיותו בעוה״ז (כך סיפר) ושאל אותו ״פארוואס ביסטו אזוי פארצווייפעלט״?!
והרה״ק רד״מ נענה, איך מאך מארגן א ברית און איך וייס נישט וואסארא נאמען צו געבען, נענה אליו אביו הק׳ ויאמר ״די זאלסט איהם א נאמען געבען מנחם אליעזר זאב און מ׳זאל איהם רופן מענדל״, ויקץ משנתו.

לאחר הברית אמר הרד״מ שבשם ׳מנחם׳ גם כיוון על הצ״צ או על נכדו כמו שהובא בהמשך התגובות.
ר' יצחק
שר מאה
תגובות: 233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 06, 2013 3:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יצחק »

זקנו רבי אליעזר זאב מבוטשעטש היה תלמיד האהבת שלום.
ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמח לב »

ר' יצחק האט געשריבן:זקנו רבי אליעזר זאב מבוטשעטש היה תלמיד האהבת שלום.



אכן הה״ק רבי אליעזר זאב מקרעטשניף נקרא ע״ש הרה״ק מבוטשעטש זי״ע. (אשר עליו מסופר המעשה נורא הוד על שהלך ביער עם האריות).
מגיד
שר מאה
תגובות: 115
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 1:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיד »

קרעמער האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:בעזהשי''ת
ראה כתבה יפה עליו השבוע בעיתון ,המבשר ,הי' איש צנוע .מעולם לא הלך בגדולות תמיד
צהלה על פניו אע''פ שהי' בעל יסורים וצער גידול בנים . מעולם לא נסע על שבת לחסידיו .
ביתו הי' תמיד מלא משוחריו הבאו לקבל עצותיו וברכותיו ---התפלל בנעימות ולא בצעקות ----
הי' איש השלום-והשלם ---אע''פ שהי' נכד נדבורנא לא הי' לו הברייטקייט שלהם ברבים .רק בד' אמותיו .
חסידו הרב יצחק הרשקוביץ הוציא לאחר פטירתו ספר על הליכותיו בקודש .יהי זכרו ברוך וזי''ע

מאיזה צער גידול בנים כבודו מיירי? הלא ילדיו היו ב'ווינדלן' כשהלך לעולמו.

זיין זוהן ר' יצחק ז"ל וואס איז ל"ע נישט געזונט געווען נאכן אראפאלן צוויי שטאק אלס קליין קינד, איז ביז דאן געווען זייער א געלונגען קינד און דאס איז נאך געווען בחייו, כ'האב געהערט אז תיקף ווי ער האט געהערט דערפון האט ער געלאזט א טרער און געזאגט 'איך האב מורא אז איך האב עם פארלוירן' עכ"פ ער האט געהאט א היבש ביסל צער גידול בנים נאך בחייו ועכמ"ל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ישמח לב האט געשריבן:
ר' יצחק האט געשריבן:זקנו רבי אליעזר זאב מבוטשעטש היה תלמיד האהבת שלום.



אכן הה״ק רבי אליעזר זאב מקרעטשניף נקרא ע״ש הרה״ק מבוטשעטש זי״ע. (אשר עליו מסופר המעשה נורא הוד על שהלך ביער עם האריות).

שהיה נכד הרה"ק מבוטשעטש,ותמצית המעשה הוא שאמר לאריות ביער דרך ארץ לנוטר הברית והם יראו ממנו.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג מארטש 11, 2014 9:53 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

דא האט איר א'בילד תואר צורת קודשו.
אטעטשמענטס
Rabii_dm_krechnif.jpg
ישמח לב
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמח לב »

ט"ו תמוז האי שתא איז דאס 45'סטע יאהרצייט.
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

בתו נפטרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

אשת הרבי מקאליש
ווי וואונט דער קאלישער וואס איז אן איידעם ביים קרעטשניפער?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

dovidal האט געשריבן:אשת הרבי מקאליש
ווי וואונט דער קאלישער וואס איז אן איידעם ביים קרעטשניפער?

ער וואינט היינט צו טאג און בארא פארק.
ער האט עפעס געבויעט א'בנין אין הר נוף ירושלים, א'דערהויבענער איד , א'עובד ה' .
צולייגער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3791
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: ערגעצוואו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צולייגער »

יא, מיר זענען געווען מיטן רבי'ן שליט"א אויף א שבת אין סיגעיט, וואו ער האט פאר א תקופה געהאט א אכסניא אין מנוחת הנפש - ביקור חולים יעדן שבת, נאך וואס די רביצין ע"ה איז פאריבער אן אפעראציע.

דער רבי שליט"א האט געפירט די תפלות און שלש סעודות אין ביהמ"ד אין ביקור חולים, האמיר געהאט די זכי' צו זעהן זיין עבודת ה' מיט א אמת'ע ווארימקייט.

המקום ינחמהו בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, ויאריך ימים מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.
געשטימט פאר ראשעק הול
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9618
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

צולייגער האט געשריבן:יא, מיר זענען געווען מיטן רבי'ן שליט"א אויף א שבת אין סיגעיט, וואו ער האט פאר א תקופה געהאט א אכסניא אין מנוחת הנפש - ביקור חולים יעדן שבת, נאך וואס די רביצין ע"ה איז פאריבער אן אפעראציע.

דער רבי שליט"א האט געפירט די תפלות און שלש סעודות אין ביהמ"ד אין ביקור חולים, האמיר געהאט די זכי' צו זעהן זיין עבודת ה' מיט א אמת'ע ווארימקייט.

המקום ינחמהו בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, ויאריך ימים מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.

בנו של מי ?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

יחוס הרבי מ'קאליש שליט"א להרבי רבי מרדכי'לע זיע"א.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

dovidal האט געשריבן:
צולייגער האט געשריבן:יא, מיר זענען געווען מיטן רבי'ן שליט"א אויף א שבת אין סיגעיט, וואו ער האט פאר א תקופה געהאט א אכסניא אין מנוחת הנפש - ביקור חולים יעדן שבת, נאך וואס די רביצין ע"ה איז פאריבער אן אפעראציע.

דער רבי שליט"א האט געפירט די תפלות און שלש סעודות אין ביהמ"ד אין ביקור חולים, האמיר געהאט די זכי' צו זעהן זיין עבודת ה' מיט א אמת'ע ווארימקייט.

המקום ינחמהו בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, ויאריך ימים מתוך בריות גופא ונהורא מעליא.

בנו של מי ?

והא לך יחוסו.
הרה"צ רבי מרדכי יצחק לייפער שליט"א נדבורנא-קאליש.
בן הרה"צ רבי אהרן יחיאל זצ"ל מ'נאדווארנע - באניע -צפת (ברודער פונעם אלעם באקאנטען רבי רבי בער זצ"ל פון נאדווערנא באניע-הערמענשטאט בארא פארק).
בן הרה"צ רבי דוד הי"ד מ'באניע.
בן הרה"צ רבי בערטשע זצ"ל מ'סאקמאר.
בן הרבי רבי מרדכי'לע פון נאדווארנע זיע"א.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:18 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6776
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

ציון קדשו ברחובות
אטעטשמענטס
1-13.jpg
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

מלך ביפיו תחזינה עיניך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

די אויבערשטע בילד איז ער מיט בנו כ"ק אדמו"ר מ'קרעטשניף שליט"א (ערשטע לינקס), די בחור אינטער דער רבי רעכטס איז בנו כ"ק אדמו"ר מ'ביטשקוב זצ"ל.
די מיטלסטע בילד,איז ער מיט פאנאוויזשער רב זצ"ל.
אטעטשמענטס
ביטשקוב 4.jpg
images (1).jpg
images (1).jpg (6.45 KiB) געזען 2589 מאל
Anash93R.jpg
Anash93R.jpg (5.68 KiB) געזען 2589 מאל
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תמונה אחרונה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

די בילד איז די לעצטע בילד זיינע,גענומען און באקארעסט צוועלף שעות פאר זיין הסתלקות ווען ער איז געפארן להשטתח אויף קברי אבותיו זיע"א.
אטעטשמענטס
האדמור-רבי-דוד-משה-מקרעטשניף-זיע (1).jpg
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:32 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ותגזור אומר ויקם לך.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

ווען קרעטשניפער רבי זצוק"ל איז ארויף מיט אביו הרה"ק רבי אליעזר וואלף הי"ד אויף די באן וואס האט זיי געטראגן קיין "אושוויטץ" ,און זיי האבן שוין ליידער געוואוסט די מטרה פון די נסיעה.
האט קרעטשניפער רבי זיך געוואנדען צו זיין טאטע מיט א'יארמעליכן געוויין זאגענדיג, טאטע קוק נאר אן די מצב פון כלל ישראל,אין וואסאפארא נידריגע מדריגה זיי געפונן זיך.

האט זיך הרה"ק רבי לייזער וואלף הי"ד צו קרעכצט און געזאגט מורא'דיגע ווערטער.

די הייליגע חז"ל זאגען אונז "עתיד הקב"ה לעשות מחול לצדיקים לעתיד לבוא",אפשר האבען זיי געמיינט אזוי צו זאגן , ס'וועט קומען א'צייט אז די אייבערשטער וועט זאגען צו די צדיקים זייטס מיר מוחל,און לאזט מיך טוהן וואס איך וויל במעשי ידי ,און טאקע אזוי, האט רבי לייזער וואלף ממשיך געווען, מיר דרייען זיך ווי זעלנער אן די מאדאל'ען ,מ'זאגט אונז איר זענט טאקע זעלנער אבער א'דיעה האט איר נישט.

האט רבי לייזער וואלף צו גענדיגט ,דיין פחד איז איבעריג,ווייל די וועסט בלייבן לעבן,כלל ישראל דארף דיך האבען,מיט דיינע אייגענע אויגן וועסטו זעהן ווי די דייטש וועט דיך פיטער'ן מיט האניג און פיטער,מיין טייערע קינד קום לאמיר דיך מסמיך זיין אז די ברכות זאלן זיין איבער געגעבען און דיינע הענט,ווען מיין טאטע (הרה"ק רבי מאיר'ל פון קרעטשניף בן רבי מרדכי'לע פון נאדווערנא זיע"א) האט מיך מסמיך געווען צו זיין א'רבי האט ער מיר געוואונטשן יהי רצון אז די אייבערשטער זאל צו הערן דיין קול,און איך זאג דיך אז די ברכות זענען איבער געגעבן און דיינע הענט.

וכך הוה מ'האט געזעהן ביי אים אותות ומופתים למעלה מדרך הטבע.

ר' אליעזר ברייער ז"ל פון בני ברק האט זיך זייער שלעכט געשפירט ל"ע,איז ער געגאנגען צום דאקטאר ,האט מען ל"ע געטראפן ביי זיין גענאק א'שעווערע געוויקס.

איז ער אויפן פלאץ אריין צום רבי'ן קריגען א'ברכה,און פארציילט זיין צרה,האט אים די רבי געפרעגט אויב לייגט ער תפילין חול המעוד?,האט ער גענטפערט אז יא, באהאלטערנעהייט לייגט ער,האט אים די רבי געזאגט אויב וועט ער יעצט מקבל זיין אויך זיך אז מכאן ולהבא נישט צו לייגען וועט ער האבן זיין ישועה,וכך הוי, ער האט זיך אינטערגענומען און ער איז אינגאנצען אויסגעהיילט געווארן און געלעבט נאך גאנצע דרייסיג יאר.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

דיבורים נוראים,ביים לעצטען משתה היין .

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

'סאיז געווען באוואוסט אין די קרעטשעניפער הויף בשעת'ן "משתה היין" טיש אין פורים ,די גלויים, די תורה זאגען ,און אותות ומופתים וואס ס'האט זיך דעמאלטס געוואלגערט אינטער די טיש, און וואס מ'האט געזעהן און געהערט איז ממש נישט צו באגרייפן,אין לתאר ואין לשער.

ביים לעצטן "משתה היין זיינע (פורים תשכ"ט), איז געווען מוראדיג דערהויבן,ס'האט זיך דערקענט ,אז א'שלעכטע גזירה ליגט אויף כלל ישראל,און די רבי רייסט איין,פאר מלכו של עולם,דאס ממתיק צו זיין,און אזוי האט זיך די רבי צושריגען אינמיטן די תורה זיינע .

"טאמער בלוט" קען דאס זיין אדער דם מילה,אדער דם לידה,


איד'ן ,האט ער גערופן מיט א'נפש'דיגע שטארעם,איך האב געהערט אסאך זאכן ביי די מגילה,איך האב נישט קיין רשות דאס צו אנטפלעקן,מיין זיידע די רבי רבי ארון לייב זיע"א פון פרעמישלאן (טאטע פון די רבי רבי מאיר'ל זיע"א ) האט געזאגט איד'ן ,נעמט זיך צוזאמען לאמיר זיך פאראייניגן מאכן איין האנט,און דעמאלטס וועלן אונז האבן א'לאנגע האנט ,און צוזאמען אנקומען צום "כיסא הכבוד".

און די רבי זיע"א צו שרייט זיך ווייטער מיט א'ברען פון טיפן הארצען ,און ס'דרינגט אריין טיף טיף,עד דכדוכה של נפש פון די אוועזענדע.

ס'איז אמאל געווען א'מעשה,אז איינער האט זיך אפגערעדט ,און ארויס געדריקט זיין צער און ווייטאג פאר זיין צו שטערטע שלום בית, האט ער זיך אנגערופן נו,מילא,אויף גהינום זארג איך אינגאנצן נישט,ווייל די הייליגע חז"ל זאגן אונז,אז דריי זעהן נישט קיין גהינום,ויש אומרים אויב מ'האט אשלעכטע פרוי,נאר מיין איינציגע זארג איז,אז זי זאל מיך נישט ברענגען צו גן עדן פאר מיין צייט.

ס'האט זיך אנגעזעהן אויף די אלע אווענזעדע ביים משתה היין א'ברייטע שמייכל אויף זייערע פענימער,האט די רבי צו געלייגט ,פון גהינום ציטער איך נישט,ווייל איך טראכט נישט,אז א'איד וואס איז דורך אושוויטץ דארף נאך ציטערן פון גהינום,נאר איך האב זייער מורא אז מ'זאל מיך נישט שיקן צום גן עדן פאר מיין צייט.
(פון די ברען מיט די שמחת פורים וואס ס'האט דארטן געהערשט,האט די עולם נישט געכאפט פשט פון די ווערטער,אבער די בקיאים אינעם רבי'ס ווערטער , האבן פארשטאנען די ווערטער, ש'דבר אחד מדבריו לא ישוב ריקם,האט זיי געכאפט א'שרעק און א'ציטער).

איז די רבי זיע"א ווייטער ממשיך בעטן דברי תחנונים צום הייליגען באשעפער,רעדענדיג צום גבאי ר' יוסל פאלאק ע"ה,
"ר 'יוסעלע,די ביסט דאך עדות ,און די ווייסט,וויפל הונדערטע אידישע קינדערליך האב איך געפועלט ביים הייליגען באשעפער",הייליגע באשעפער איך בעט דיך,זיי משפיע א'שפע פון ברכה מיט הצלחה,אן קיין מלחמות,אן קיין צרה.ווייל ס'איז נאר אין דיינע הענט דאס צו טוהן.

איך גיי ארויף אויף אזעלעכע פלעצר,וואס קיינער פון די צדיקים איז נישט אריין דארטן,איך שטרענג מיך זייער אן,אלעס וואס איך קען טוהן,אבער מ'לאזט מיך נישט,מיט אלעם בין איך זיך מוסר נפש פאר אידישע קינדער, איך האב מיך ספעציעל אנגשטרענגט די יאר מבטל זיין שלעכטע גזירות ,וואס מ'האט גוזר געווען אויף אידישע קינדער,ביז איך האב מסכים געווען צו בטל ווערן במציאות
פאר כלל ישראל.

דא האט איר בילדער, ווי די רבי ברענט און קאכט און רייכערט א'ציגערעטל און זאגט תורה ביי די "משתה היין" טיש אין פורים.
אטעטשמענטס
5 ק.jpg
3.jpg
6ק.jpg
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג דעצעמבער 12, 2014 12:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3202
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

געטראגן הרה"ק מ'סאטמאר זצ"ל אויף זיינע פלייצעס.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

פארציילט די בנש"ק רבי' אלימלך לייפער שליט"א (פון אנטווערפן),אז מוצאי שבת פאר פורים תשכ"ח,איז ער אריין מיטן פונאדערגשייט, די גבאי ר' ברוך אינדיג ז"ל לקודש פנימה ,צו פארציילען דעם רבי זיע"א אויף די סטראק וואס הרה"ק רבי יואל פון סאטמאר זצוק"ל האט געליטן ,און ווי קראנק ער איז ל"ע.
די רבי האט עפעס געשפשעט נישט קיין פארשטענדליכע ווערעטר ,און ער האט זייער ווארעם אנגעוואונטשן דעם סאטמאר רב מיט א'רפואה שלימה.

פורים ביים "משתה היין" טיש,האט רבי אלימלך זייער געמוטשעט דעם רבי'ן,צוזאגען א'ישועה פאר סאטמאר רב זצוק"ל,

ביז די רבי האט זיך אנגערופן און געזאגט,"פאר איין יאר טראג איך אים אויף מיין פלייצעס".

די עולם האט זיך געוואונדערט,ווייל סאטמאר רב'ס מצב איז געווען זייער שווער,און די דאקטארים האבען געזאגט,אז זיינע טעג זענען געציילט ל"ע.
שפעטער נאך א'קורצע תקופה,ווען די רבי האט זיך אינטערסירט אויף סאטמאר רב'ס מצב,און געהערט אז די מצב האט זיך פארבעסערט, האט ער זיך נאך אמאל אויסגעדרוקט די וואונדערליכע רייד

בזה הלשון," אויף איין יאר טראג איך אים אויף מיינע פלייצעס,און נאכדעם זאלן אים אנדערע רבי'ס האלטן".


די עולם האט נישט פארשטאנען דעם רבי'ס וערטער,אבער ליידער אין א'קורצע וויילע איז די רבי נסתלק געווארען לחיי עולם הבא.
סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2191
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 03, 2015 1:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סידיראם »

badatz האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:בנו בכורו אליעזר זאב נסתלק בהיותו בן כמה חדשים בעודו גר בירושלם,
משום כך קרא לבנו השני מנחם אליעזר זאב, ה"ה ממלא מקומו לאויט"א.

חידוש בעיני, שקורין לבן השני בשם שקראו כבר לבן שהלך לעולמו, לא שמעתי כן משום אחד (למשל אלו שנעדרו צאצאיהם ל"ע בימי המלחמה הי"ד, שוב לא קראו בשמם לצאצאיהם שנולדו אחר המלחמה).
בד"צ
קרעמער זה לא סוחר, קרעמער זה אפשר 'חנוני', (מקומו באשכול הדקדוק)
אחד מחתניו (של הרד"מ זצ"ל) הוא הר"ר דוד דוב מייזליש שליט"א בן הרי"מ מווייטצען וומבס"ג שליט"א

ב''ה
א] האם חנוני לא סוחר .
ב]הרה''צ מקלויזנבורג זצ''ל קרא לבנו הראשון לפני המלחמה חיים צבי הי''ד ולבנו הגדול אחרי המלחמה צבי אלימלך שליט''א
ג] להרד''מ יש הרבה חתנים רש''מ מפאלטישאן .מאיר בן ר''י מדזיקוב . הרי''ד מסאסאוו רד''ד מייזליש .ובן מנדבורנא -צפת כמדומני הוא
האדמו''ר מקאליש ובן של בעל הערבות ר''מ האראוויץ מפלעטבוש .ס''ה הי' לו י''ג בנים ובנות .


לעצטנס און א שמועס מיט א חסיד פון קרעטשניף רחובות האב איך מיך אויסגעדריקט די זעלבע תמי' וואס יהי' כן האט געשריבן.

זאגט ער מיר אז די נאמען "אליעזר זאב" איז די נאמען פון זיין טאטע, און ער האט בשום אופן נישט געוואלט פארלירן די נאמען פון זיין טאטע במשפחתו, און ער איז טאקע געווען נבוך בענין זה, ביז זיין טאטע איז אים געקומען אין חלום און געזאגט גיב א נאמען "אליעזר זאב" האב אינזין אליעזר זאב נאכ'ן בוטשאטשער רב נאך וועמען איך האב געהייסן, און דארפסט גארנישט מורא האבן.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

סידיראם האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:
יהיה כן האט געשריבן:בנו בכורו אליעזר זאב נסתלק בהיותו בן כמה חדשים בעודו גר בירושלם,
משום כך קרא לבנו השני מנחם אליעזר זאב, ה"ה ממלא מקומו לאויט"א.

חידוש בעיני, שקורין לבן השני בשם שקראו כבר לבן שהלך לעולמו, לא שמעתי כן משום אחד (למשל אלו שנעדרו צאצאיהם ל"ע בימי המלחמה הי"ד, שוב לא קראו בשמם לצאצאיהם שנולדו אחר המלחמה).
בד"צ
קרעמער זה לא סוחר, קרעמער זה אפשר 'חנוני', (מקומו באשכול הדקדוק)
אחד מחתניו (של הרד"מ זצ"ל) הוא הר"ר דוד דוב מייזליש שליט"א בן הרי"מ מווייטצען וומבס"ג שליט"א

ב''ה
א] האם חנוני לא סוחר .
ב]הרה''צ מקלויזנבורג זצ''ל קרא לבנו הראשון לפני המלחמה חיים צבי הי''ד ולבנו הגדול אחרי המלחמה צבי אלימלך שליט''א
ג] להרד''מ יש הרבה חתנים רש''מ מפאלטישאן .מאיר בן ר''י מדזיקוב . הרי''ד מסאסאוו רד''ד מייזליש .ובן מנדבורנא -צפת כמדומני הוא
האדמו''ר מקאליש ובן של בעל הערבות ר''מ האראוויץ מפלעטבוש .ס''ה הי' לו י''ג בנים ובנות .


לעצטנס און א שמועס מיט א חסיד פון קרעטשניף רחובות האב איך מיך אויסגעדריקט די זעלבע תמי' וואס יהי' כן האט געשריבן.

זאגט ער מיר אז די נאמען "אליעזר זאב" איז די נאמען פון זיין טאטע, און ער האט בשום אופן נישט געוואלט פארלירן די נאמען פון זיין טאטע במשפחתו, און ער איז טאקע געווען נבוך בענין זה, ביז זיין טאטע איז אים געקומען אין חלום און געזאגט גיב א נאמען "אליעזר זאב" האב אינזין אליעזר זאב נאכ'ן בוטשאטשער רב נאך וועמען איך האב געהייסן, און דארפסט גארנישט מורא האבן.


די מעשה איז א חידוש.

אין ספר רבינו הקדוש מקרעטשניף (י"ל תשע"ג) ווערט געברענגט אז דער בכור איז געבוירן אדר תש"ח, ער האט איהם א נאמען געגעבן אליעזר זאב נאכן טאטן, און דאס קינד איז ליידער נסתלק געווארן חודש אב יענעם יאהר. דעם קומענדיגן יאהר שב"ק פ' שמיני תש"ט איז געבוירן געווארן א צווילינג, ה"ה כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף שליט"א, ואחיו כ"ק אדמו"ר מקרית גת שליט"א.

לגבי די נאמען איז לכאורה דער תירוץ אזוי ווי יהי' כן האט אריינגעווארפן בהבלעה, אז דעם צווייטען קינד האט ער א נאמען געגעבן 'מנחם אליעזר זאב', אלס א נחמה נאכן ערשטן קינד וואס ער האט ליידער פארלוירן.

די מעשה מיטן חלום קען זיין אמת, ס'איז מיר אבער זייער אינטערסאנט אז ס'זאל האבן פאסירט און זיי זאלן עס נישט דרוקן, ואת"ל דברי חלומות וכו' ממילא איז מען נישט מפרסם, איז עיי"ש ווי זיי דערציילן איבער די שידוך מיט זיין שוועסטער'ס טאכטער, (בת הרה"ק ר' חיים מרדכי מנאדבורנא זי"ע), אז דאס איז צושטאנד געקומען צוליב א חלום פונעם טאטן, איז מעהר ניחא צו זאגן אז אזא מעשה וואלט מען געדארפט הערן פון דעם.
אוועטאר
הבעש''ט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4144
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 6:17 pm
לאקאציע: אינעם חסידישן ווינקל פין היכל הבעש"ט

Re: רבי דוד משה מקרעטשניף רחובות זי"ע - ט"ו תמוז תשכ"ט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבעש''ט »

היינט איז די הילולא פונעם פועל ישועות בקרב הארץ
הרה"ק רבי דוד משה בההק"ר אליעזר זאב זיע"א
נסתלק ט"ו תמוז תשכ"ט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”