משפחת אויערבאך צאצאי התולדות יעקב יוסף

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

משפחת אויערבאך צאצאי התולדות יעקב יוסף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין דעם תולדות בלאג, פרעגט עמיצער איבער א געוויסען ר' יעקב יוסף ב"ר ברוך צבי אויערבאך וואס ליגט אין אטלאנטא, זשורזשיע.
ר' יעקב יוסף אויערבך נולד בשנת תרכ"ז לערך לאביו ברוך צבי. בשנת תר"מ הוא היגר לאמריקה, גר תקופה קצרה בניו יורק, ולאחר מכן נסע מחמת המלצת הרופאים לאטלנטה שבמדינת ג'יאורג'יה שם נפטר ונקבר. על המצבה כתוב: "ר' יעקב יוסף בר' ברוך צבי ז''ל אויערבאך נצר מגזע היוחסין נין ונכד להגאון הקדוש בעל תולדות יעקב יוסף זי"ע מגזע הבעש"ט ונכד להגאון הצדיק מחמלניק ושלשלת היוחסין מגזע רש"י הקדוש ז'י'ע ע'ל'ה למרום שנת תרצב

דאס קוקט אויס זייער היסטאריש, ווייסט אפשר איינער מער פרטים איבער די משפחה?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ה'תולדות יעקב יוסף' הי' לו חתן בשם "ר' אברהם דוב אויערבאך אב"ד חמעלניק".
לכאורה ר' יעקב יוסף הנ"ל הוא מצאצאיו, אבל יש לברר איפה.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

הוא לכאורה נכד רבי משה זאב אוירבאך ב"ר אברהם דוב מחמעלניק חתן התולדות, גם הגאון רבי שלמה זלמן אוירבאך נמנה על צאצאי משפחה זו
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

יהיה כן האט געשריבן:הוא לכאורה נכד רבי משה זאב אוירבאך ב"ר אברהם דוב מחמעלניק חתן התולדות, גם הגאון רבי שלמה זלמן אוירבאך נמנה על צאצאי משפחה זו

ר' אברהם דוב הי' לו כמה בנים!
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל איז אויך געוועהן א אייניקל פונעם תולדות
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ'האלט שוין ביי פינף תגובות אויף דעם נושא און יעדער ווייסט די זעלבע פרטים, דער תולדות האט געהאט א איידעם אויערבאך און אז רש"ז אויערבאך איז אויך אן אייניקל, אבער לענינינו האבן מיר דערווייל נישט קיין מושג.

איך וועל קודם אראפברענגען פון יענעם בלאג, נאך עטליכע פרטים בתולדות משפחת אויערבאך צאצאי התולדות, וואס וועט אפשר צושטעלן נאך חומר צו קענען ווייטער שפינען, איך האב עס אביסל אנדערש אויסגעשטעלט, אז עס זאל זיין גרינגער צו פארשטיין.

בעל התולדות יעקב יוסף, הוא דמות ידועה, ואין בדעתי להרחיב אודותיו כאן. על פי גירסתו של רחי"ל אויערבך, ר' אברהם דוב לא היה חתן התולדות, אלא הוא נשא לאשה את בת ר' צבי [בן ר' חיים צאנזיר הנזכר להלן] חתנו של בעל התולדות יעקב יוסף. אמנם, מכיוון שאותה נכדה נתיתמה בצעירותה, וגדלה על ברכי ר' יעקב יוסף, נחשבת כבתו. (ידיעות משפחתיות רבות אודות בעל התולדות וצאצאיו, מקורן ברשימות שרשם ר' חיים יהודה לייב אויערבך מירושלים [אביו של ר' שלמה זלמן אויערבך], מצאצאיו. ונדפסו בהמשך בספרו של יצחק אלפסי 'תולדות יעקב יוסף').

ר' אברהם דוב אווערבוך היה בנו של הרב יהודה לייב
אברהם דוב התייתם בילדותו, ואולם בלט בידיעותיו והתמדתו, והבעש"ט העיד עליו ש'הוא לומד תורה לשמה'. הבעש"ט גם היה השדכן שלו, והוא שהציע את השידוך עם בת ר' יעקב יוסף מפולנאה. אך דרש שר' אברהם דוב יאכל 'מזונות' על שולחנו שלו, ולא אצל חותנו. בשנת תק"ם הוא שימש כרב בחמלניק, ולאחר פטירת חותנו נבחר לרב גם בפולנאה. ר' אברהם דוב היה מחותן עם שאר ראשוני החסידות ועם צאצאי הבעש"ט כמה פעמים. אלפסי מונה לר' אבהם דוב חמשה בנים, אך מוסר על מסורתו של רחי"ל אויערבך כי היו לר' אברהם דוב ששה בנים ושש בנות, שפרטיהם לא ידועים. ר' אברהם דוב נפטר בתחילת שנות התק"ע.

נמנה את צאצאי ר' אברהם דוב אווערבוך מחמעלניק.
1. ר' משה שמעון זאב אויערבך ורעייתו מרת שרה רייזא בת ר' צבי בנו של הבעש"ט. מצאצאיו ר' דוד פתחיה וינשטוק מוינה בעהמ"ח קול דוד.
2. ר' דוד אויערבך, רעייתו - על פי מסורת המשפחה - מרת לאה בתו או נכדתו של ר' יוסף מיאמפלא. עלה לארץ ישראל בשנת תקע"ה, ומבתו נסתעפו משפחות רבות בארץ ישראל, בהם בני משפחת אויערבך מחסידי קרלין [בהם ר' יעקב שמשון חותנו של הגאון ר' יצחק קוליץ], ור' חיים יהודה לייב אויערבך ראש ישיבת שער השמים בירושלים, ובניו הרבנים, והראש שבהם, הוא ר' שלמה זלמן אויערבך שהיה ראש ישיבת קול תורה שנים רבות, ופוסק לאלפים.
3. ר' יעקב פנחס אויערבך מלעטיטשוב, חתן ר' ברוך ממעזיבוז' נכד הבעש"ט.
4. ר' יוסף יוסקה אויערבך, בר"ח אלול תק"ס נשא לאשה את מרת אדל בתו הבכורה של ר' נחמן מברסלב.
5. ר' ישראל יהודה אויערבך חתן ר' חיים צאנזיר, על בנו ר' ישראל יהודה לא ידועים פרטים רבים, ואלפסי מזכיר אותו רק בשמו, ומפרט שושלת היוצאת ממנו. חתנו של ר' ישראל יהודה היה ר' אליעזר מפולנאה אבי ר' שמואל נתן גען אבי ר' אהרן זאב גען אבי ר' ישראל יהודה גען אב"ד באלין בפודוליה משנת תרנ"ו, ונולד בשנת תרכ"ז. בצירוף עם מגילת היוחסין שכאן, הרי שידועים לנו על בן ובת של ר' ישראל יהודה אווערבוך, הבן, הוא ר' יעקב ליפא והבת היא אשת ר' אליעזר מפולנאה הנ"ל.
על ר' יעקב ליפא אווערבוך לא ידוע מאומה.
6. מרת דבורה מלכה, עלתה לארץ ישראל בשנת תק"ע, ונזכרת במפד מונטיפיורי משנת תקצ"ט והיא אלמנה.

עוד מצאצאי ר' אברהם דוב: ר' מרדכי יהודה לייב בלכמן אב"ד קונסטנטין ישן, ב"ר יעקב יוסף, מצד אמו.
ר' מרדכי אריה ב"ר מאיר בארמאשענקא היה רב בזוועניגראצקה פלך קיוב, ומצד אמו היה נכד ר' אברהם דוב.
ר' אברהם דוד ארטינבערג ב"ר יחיאל מיכל וחתן ר' נחמיה פרלוב מקוידינוב, היה נכד לר' זאב מזיטומיר ור' אברהם דוב.
גם ר' זאב אויערבך חותנו של ר' נחום מרחמיסטריווקא [זקינו של ר' יוחנן טברסקי מרחמיסטריווקא] היה מגזע התולדות, וכנראה היה נכדו של ר' אברהם דוב.


ר' ברוך אמסעל זז"ג האט מיר געזאגט אז דער אנפירער פון די וואשינגטאן סעמעטערי אין דיענס נ.זש. איז אויך א אויערבאך פון די משפחה, אפשר האט איינער מער פרטים.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שאץ מאץ האט געשריבן:ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל איז אויך געוועהן א אייניקל פונעם תולדות

דער טשעבינער רב פלעגט צו זאגן אז ר' שלמה זלמן איז אן אייניקל פונעם בעל התולדות נאך פון פאר ער איז נתקרב געווארן לחסידות, ודפח"ח
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

שמו המקורי של רש"ז אויערבאך הי' "שטיין", א' מזקניו שהי' חתן אצל משפ' אויערבאך שינה את שמו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:אין דעם תולדות בלאג, פרעגט עמיצער איבער א געוויסען ר' יעקב יוסף ב"ר ברוך צבי אויערבאך וואס ליגט אין אטלאנטא, זשורזשיע.
ר' יעקב יוסף אויערבך נולד בשנת תרכ"ז לערך לאביו ברוך צבי. בשנת תר"מ הוא היגר לאמריקה, גר תקופה קצרה בניו יורק, ולאחר מכן נסע מחמת המלצת הרופאים לאטלנטה שבמדינת ג'יאורג'יה שם נפטר ונקבר. על המצבה כתוב: "ר' יעקב יוסף בר' ברוך צבי ז''ל אויערבאך נצר מגזע היוחסין נין ונכד להגאון הקדוש בעל תולדות יעקב יוסף זי"ע מגזע הבעש"ט ונכד להגאון הצדיק מחמלניק ושלשלת היוחסין מגזע רש"י הקדוש ז'י'ע ע'ל'ה למרום שנת תרצב

דאס קוקט אויס זייער היסטאריש, ווייסט אפשר איינער מער פרטים איבער די משפחה?


דורך א זוך אויף די באקאנטע 'זשואיש זשען' ארכיוון פון מקומות קבורה, האט מיך געגעבן פונקטליכע פרטים פונעם מקום הקבר, און די ענגלישע דאטום פון זיין פטירה JAN 26 1932 , ער איז נטמן אין די חלקה פון קהל שארית ישראל, לאקעישאן H 26סעקשאן A, די נאמען פונעם ביה"ח איז Greenwood Cemetery 1173 Cascade Avenue SW אטלאנטא זשארזשיע.

זיי האבן אבער נישט קיין פרטים איבער זיינע עטלערן, ווייב, קינדער.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זוכענדיג אביסל איבער די היסטאריע פון די שטאט ביאלאצערקוב - שדה לבן, האב איך באגעגנט א ספר בשם קהלת מרדכי דער מחבר פונעם ספר ר' מרדכי יאהלין איז געווען רב אין שדה-לבן נאך די פטירה פון זיין פאטער ר' צבי הירש יאהלין דער פריערדיגער רב דארט.

דער ר' מרדכי יאהלין איז געווען אן איידעם ביי ר' יעקב יוסף סערעביער הי"ד-ז"ל ב"ר ישראל ברוך, וועלכער איז אומגעקומען אין די פאגראמען אין אוקריינא בשנת תרע"ט, ר' יעקב יוסף איז געווען אן אייניקל פון ר' אברהם דוב מחמעלניק חתן התולדות, אפשר ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?

בשנת תרפ"ה האט ר' מרדכי יאהלין הנ"ל אימיגרירט קיין אמעריקא בהשתלדות מעריציו ותלמידיו, און ער האט זיך באזעצט אין פילעדעלפיא, פא. ווי ער האט משמש געווען אלס ראב"ד און אלס רב אין די שוהל פון יוצאי שדה-לבן, ביז צו זיין פטירה בשנת תש"ג.

זיינע ספרים זענען מעוטר מיט אויסערגעווענליכע שיינע הסכמות פון אלע סארטן, אפשר ווייסט איינער מער איבער אים?

די קינדער פון ר' מרדכי יאהלין כפי שנדפס בסוף ספר הנ"ל.
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_2914_312.pdf
(29.88 KiB) געווארן דאונלאודעד 318 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:שמו המקורי של רש"ז אויערבאך הי' "שטיין", א' מזקניו שהי' חתן אצל משפ' אויערבאך שינה את שמו.


הגאון ר' שלמה זלמן אוערבאך זצ"ל איז געווען בנו של ר' חיים יהודה לייב אויערבאך ז"ל פון ירושלים, ראש ישיבת המקובלים 'שער השמים', בנן של ר' אברהם דובער מטשערנאוויץ ובסוף ימיו בירושלים עיה"ק, ווייסט איינער דעם יחוס ווייטער ביז ר' אברהם דוב מחמעלניק?



דאס איז פון 'אנשי שם' געשריבען בחייו פון ר' חיים יהודה ז"ל.
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_29030_49.jpg
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' אברהם דוב מטשערנאוויץ בן ר' יהודה דוד אויערבאך בן ר' יואל פייבל שטיין חתן ר' דוד אויערבאך מטבריה בן ר' אברהם דוב מחמעלניק.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' מיילעך,
אין א קובץ בשם די ברכה אין שטוב וואס חסידי קרלין-סטולין פלעגן ארויסגעבן, איז אנגעגאנגען בהמשכים א מדור 'חסידים הראשונים', איינע פון די דמותים ווערן דארט באשריבען הרה"ח ר' יואל פייביל אויערבאך מחיפה ב"ר אלעזר שלמה אויערבאך מצפת ז"ל מנאמני בית הרה"ק ר' יוחנן מסטאלין זצ"ל.

לויט ווי עס שיינט פונעם נאמען איז ער פון די משפחה, אפשר ווייסט איר זיין יחוס צו ר' יואל פייבל שטיין?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א היסטארישע דאקומענט פון תרי"ג ווי די ראשי קהילת וואלין ורוסיא זענען ממנה א שד"ר פארן כולל, צווישען די חותמים זעהט מען ר' יואל פייבול מקאלאמעא, דאס איז ווארשיינליך דער דערמאנטער ר' יואל פייבול שטיין.

ווער איז אויב אזוי ר' שמואל אויבערבאך פון טבריא?
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_36705_16.jpg
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' אלעזר שלמה בן ר' יהושע מרדכי אויערבאך מראשי חסידי קארלין בטבריה בן ר' יואל פייבל הנ"ל.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:צווישען די חותמים זעהט מען ר' יואל פייבול מקאלאמעא, דאס איז ווארשיינליך דער דערמאנטער ר' יואל פייבול שטיין.


אין חסידות בכל דור ודור פון אלפסי באשרייבט ער משפחת ר' יואל פייבל הנ"ל, און ער ברענגט דארט אז דער פאטער פון ר' יואל פייבל האט געהייסן ר' חנוך און ער איז געווען רב אין אוברטין שליד קאלאמייע, ממילא לכאורה איז דאס טאקע ר' דער זעלבער ר' יואל פייבל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פאר וועס עס האט אביסל מיטגעהאלטן צווישען די מאמרי הרב וקשטיין און די פאוסטס פון ר' בנימין פון פתח-תקוה, איז ביי די חוקרי היחס נתגלה געווארן לעצטענס א יחוס בריוו פון אן אייניקל פונעם תולדות יעקב יוסף ממשפחת אויערבאך הנ"ל וועלכע האט צירקולירט ביי די קרייזען פון יחוס פארשער געוואור צו ווערן פארשידענע פרטים.

למעשה שטעלט זיך ארויס גאר אן עמאציאנעלען בילד, נעמליך א זיידע א רב בישראל ות"ח עצום בשם ר' שמשון ספאזניק פון אוקאינא האט ליידער מיגטעמאכט ביי די פאגראמען און די סוף תר"ע יארען וואס נאך אסאך ארטיקע אידען זענען אדורך, זיי זוהן ר' יעקב ליפא א דיין אין א קליינע שטעטל איז בייזוויליג געהארגעט געווארן דורך מחבלים און זיין ווייב איז אויסגעגאנגען א האלב יאר שפעטער פון יסורים וצער, איבערלאזנדיג צוויי קליינע קיילעכדיגע יתומים רח"ל ביים גרויסען זיידען.

לימים האט דער זיידע מער נישט געקענט האלטן די אייניקלעך ביי זיך און די קינדער זענען געצווינגען געווען צו נעמען דעם וואנדער-שטעקן אין די האנט קיין דייטשלאנד, א זאך וואס אויפגעברענגט גרויסע זארגען ביים זיידען צו די קינדער וועלן בכלל אמאל וויסען מקור מחצבתם און צו וועלן זיי בכלל האבן אן אנונג אז זיי זענען בני אברהם יצחק ויעקב.

דער זיידע שרייבט אפ א הארצרייסנדע צוואה, באגלייט מיט א דעטאלירטע יחוס בריוו, ער לאזט אויפנייען א לעדערנעם בייטל מאכט צוויי באזונדערע סעטב פאר ביידע קינדער און קניפט עס אן אויף זייער האלז למשמרת, מיט א קורצע צייט שפעטער קריגען די אייניקלעך א קורצע אבער טראגישע מעלדונג פון אוקראינע אז אויך דער זיידע ר' שמשון איז שוין ארויף לחיי העוה"ב און זיי האבן פארלוירען זייער לייטזעליגער זיידע בלייבנדיג עלנד ווי א שטיין נאך אייידער זיי זענען בכלל געווארן ערוואקסן.

יארען זענען פאראיבער, זיי האבן נישט אפירגענומען די צוואה, און זיך נישט געקימערט איבער איר תוכן, נישט געפאלגט וואס דארט שטייט און זיך נישט פאראינטערעסירט אין זייער גרויסער יחוס, גולה אחר גולה דלו האחים, ביז ווען א חשובער רב פון א געגנט כרמיאל אין אר"י ווי טייל פון די משפחה וואונט און ער אנטדעקט דעם גרויסען אוצר און פרובירט משכנע צו זיין די אייניקלעך אויסצו פאלגען די צוואה.

לייענט אינעם בייגעלייגטען דאקומענט באריכות די השתלשלות פון די הארציגער עפיזאד וועלכע איז בלי ספק נישט קיין מקרה נאר דער זכות פון די הייליגע זיידעס וועלכע האבן זיך געמיעט אז די אייניקלעך זאלען האבן א פתח תשובה.

(באדיבות ר' נפתלי אהרן וקשטיין פון אשדוד)
אטעטשמענטס
Vekstien.pdf
(351.59 KiB) געווארן דאונלאודעד 318 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

יישר כח הרב מיללער, א מורא'דיגע פאסירונג, עס רייסט ביים הארץ וויפיל נאך אזעלכע יתומים'לעך דרייען זיך ארום וואס פארמאגן נישט אזא מגילה אבער זענען חוטר מגזע צדיקים קדושי עליון, נסתרים דרכי ה'.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

מיללער האט געשריבן:זוכענדיג אביסל איבער די היסטאריע פון די שטאט ביאלאצערקוב - שדה לבן, האב איך באגעגנט א ספר בשם קהלת מרדכי דער מחבר פונעם ספר ר' מרדכי יאהלין איז געווען רב אין שדה-לבן נאך די פטירה פון זיין פאטער ר' צבי הירש יאהלין דער פריערדיגער רב דארט.

דער ר' מרדכי יאהלין איז געווען אן איידעם ביי ר' יעקב יוסף סערעביער הי"ד-ז"ל ב"ר ישראל ברוך, וועלכער איז אומגעקומען אין די פאגראמען אין אוקריינא בשנת תרע"ט, ר' יעקב יוסף איז געווען אן אייניקל פון ר' אברהם דוב מחמעלניק חתן התולדות, אפשר ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?

בשנת תרפ"ה האט ר' מרדכי יאהלין הנ"ל אימיגרירט קיין אמעריקא בהשתלדות מעריציו ותלמידיו, און ער האט זיך באזעצט אין פילעדעלפיא, פא. ווי ער האט משמש געווען אלס ראב"ד און אלס רב אין די שוהל פון יוצאי שדה-לבן, ביז צו זיין פטירה בשנת תש"ג.

זיינע ספרים זענען מעוטר מיט אויסערגעווענליכע שיינע הסכמות פון אלע סארטן, אפשר ווייסט איינער מער איבער אים?

די קינדער פון ר' מרדכי יאהלין כפי שנדפס בסוף ספר הנ"ל.


דער ר' ישראל ברוך האט ר' נ"א וועקשטיין ערגעץ ביישריבען. מען האט איהם גערופן "ר' ישראל ברוך צבי'ס". זיין מוטער, צבי', איז געווען א טאכטער פון ר' משה שמעון וואלף אויערבאך פון צפת בן ר' אברהם דוב חתן התולדות וחתן ר' צבי בן הבעש"ט [בעל בתו שרה רייזיא או רייזל, מזוגתו השנייה של ר' צבי].
אוועטאר
msp
שר עשרת אלפים
תגובות: 18061
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 10, 2011 10:03 am
לאקאציע: בין גברא לגברא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך msp »

בן בוזי האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל איז אויך געוועהן א אייניקל פונעם תולדות

דער טשעבינער רב פלעגט צו זאגן אז ר' שלמה זלמן איז אן אייניקל פונעם בעל התולדות נאך פון פאר ער איז נתקרב געווארן לחסידות, ודפח"ח


לאמיר דא א ביסעל אויפקלערען וואס דא טוט זאך
ר' חיים ליב אויערבאך ז"ל האט יא זיך געהאלטען חסידי'ש געשטימט
ער האט געדאווענט נוסח ספרד
נאר ווי באוואוסט האט ער חתונה מיט מרת צביה ע"ה בת ר' שלמה זלמן פרוש ז"ל
וואס איז געווען א ווייס-רוסישע אשכנזישער איד
געדאווענט נוסח אשכנז
אויסדריקליך נישט געווען קיין חסיד
(הגם אז זיין פרוי מרת מלכה יענטא ע"ה האט געשטאמט פון די חבדסקע ליפקין משפחה(
ווען איך האב געפרעגט מו"ר הגרשז"א ז"ל פארוואס ער דאווענט אשכנז
הגם אז זיין טאטע האט דאך געדאווענט ספרד
האט ער מיר געזאגט ווייל דאס איז געווען דער סידור וואס דער טאטע האט אים געגעבען ווען ער איז געגאנגען אין חדר
האט ער צוגעלייגט אז פאר זיין ברודער ר' דוד האט דער טאטע יא געגעבען א ספרד סידור און ר' דוד האט טאקע געדאווענט נוסח ספרד
ר' חיים ליב האט געשטאלצירט מיט זיין יחוס צום תולדות און אין זיין ספר חכם לב אויף אבה"ע שרייבט ער זיין נאמען און אז ער איז א נו"נ צום תוי"י
חכלילי עינים מיין ולבן שנים מחלב
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

בן בוזי האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:ר' שלמה זלמן אויערבאך ז"ל איז אויך געוועהן א אייניקל פונעם תולדות

דער טשעבינער רב פלעגט צו זאגן אז ר' שלמה זלמן איז אן אייניקל פונעם בעל התולדות נאך פון פאר ער איז נתקרב געווארן לחסידות, ודפח"ח

איך האב געהערט א ביסל אנדעריש: דער טשעבינער רב האט געזאגט ר' שלמה זלמן'ן: אייער זיידע דער תולדות איז דאך פון אנהייב געווען א מתנגד, און הערשט שפעטער איז ער געווארן א חסיד. א וודאי האט זיך דאס נישט געטוישט אויף איין מאל. איז דאך געווען א צייט ווען ער האט זיך געוואקלט - איר זענט פון דעמאלטס איין אייניקל!
משה אמת ותורתו
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm

אבי ה"תולדות יעקב יוסף"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה אמת ותורתו »

און ווי האט מען גערופען דעם נאמען פון דעם טאטען פון הייליגען "תולדות"?

ר' צבי. נישט אזוי?! ווער זאגט?!
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

אז מען רעדט שוין: וואו איז דער מקור אז דער תולדות איז געוועהן איין אייניקל פון'ם תוס' יו"ט און ר' שמשון אסטראפאלער?
משה אמת ותורתו
שר מאה
תגובות: 112
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 16, 2010 7:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה אמת ותורתו »

משה אמת ותורתו האט געשריבן:און ווי האט מען גערופען דעם נאמען פון דעם טאטען פון הייליגען "תולדות"?

ר' צבי. נישט אזוי?! ווער זאגט?!


אחרי כותבי, מצאתי תשובה, שכך נעתק מהנכתב על שרידי מצבתו.

ואמנם, יש לברר עדיין, מנין המקור ליחוסו לבעל תויו"ט ולמהר"ש מאסטראפאלי?
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי דוד אויערבאך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיילעך האט געשריבן:ר' אברהם דוב מטשערנאוויץ בן ר' יהודה דוד אויערבאך בן ר' יואל פייבל שטיין חתן ר' דוד אויערבאך מטבריה בן ר' אברהם דוב מחמעלניק.

יש סיפור נפלא על לידת רבי דוד. שאביו רבי אברהם דוב היה מאוד מחמיר בפסח, והיה מקפיד שהרבנית תבשל בעצמה את כל התבשילין, ולא המשרתת. פעם בפסח נשפך עליה קדירה רותחות והתרעמה על בעלה על כל החומרות האלו שלא ראתה אצל אביה. אז הבטיח לה שיוולד לה בן. ואז נולד בנה הרה"ק ר' דוד.
רבי דוד אויערבאך התגורר בעיר בארדיטשוב, ואח"כ עלה לארה"ק. נלב"ע בשנת תק"צ ומנו"כ בעיה"ק טבריא.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”