בלאט 4 פון 6
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 01, 2012 2:14 am
דורך הוצאת.אמת
ווילוויסן האט געשריבן:ווי אלט איז ער געווען בערך ביים קומען
ער איז געבוירען בערך תרכא-ג
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 30, 2012 12:40 pm
דורך msp
איך וועל דא אויך שטעלען מיין פראגע
דער טאהשער רבי זזג זאגט אז דער בנ"י זי"ע האט מקפיד געווען מען זאל נישט קומען צו אים אויף זיין יא"צ
ווייסט איינער א מקור?
בוקאווסק-סאנוק
פארעפענטליכט: זונטאג מאי 12, 2013 3:59 pm
דורך בן בוזי
אין די מערכת פון מח"א סניף סיראקיוז איז היינט אפיר געקומען עלליס איילענד רעקארדס, וואס לויט רוב פון די אינפארמאציע שטומט עס צו זיין פון רבי דוד שפירא מביקאווסק חתן בעל הקדושת יו"ט זי"ע.
דער דאטום אויפן רעקארד איז, י"ט אב תרפ"ג, א קורצע פאר מאנאטן איידער ער איז נפטר געווארן אין זיין היים אין סאנוק בכ"ט שבט תרפ"ד.
די פאלגענדע אינפארמאציע שטומט אייניג מיט די זעלבע ביאגראפישע שטריכן פון דעם ביקאווסקער רב.
נאמען; דויד שפירא
געבורט; 1877 (תרל"ז)
קומט פון; סאנוק
פאך; רבי
איין זאך שטומט אבער נישט, און דאס דארף א ביאור, דער נאמען פון זיין פרוי איז רעקארדירט אלס; חי'. און מיר ווייסן אז דעם קדושת יום טוב'ס טאכטער וועלכע איז געווען פארהייראט צום ביקאווסקער רב האט געהייסן "שרה".
איז יעצט דער שאלה צווייפאכיג, צו איז דער רעקארד טאקע פון דעם ביקאווסק-סאנוק'ער רב, אדער אפשר פון א צווייטן, ואם תאמר אז דאס איז טאקע יא זיינס, איז מעגליך אז דעם קדושת יו"ט'ס טאכטער האט טאקע געהייסן חי' (שרה)? ס'קען זיין אז פאר סיי וועלכע אומבאקאנטע סיבה האט ער געשטעלט א פאלשע נאמען, אבער דאס דארף א בירור.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 7:42 am
דורך farshlufen
כבוד הרב בן בוזי, א"כ מדובר מגיסו ר' דוד שפירא מדינוב ששם אשתו הרבנית היתה חי' והיא אחותו של ר' דוד מבוקאווסק.
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:17 am
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:מצבת ר' דוד (השני) מדינוב בסאניק, ר' דוד איז געווען דער ממלא מקום פון זיין פאטער ר' יוסף מדינוב (ב"ר צבי אלימלך מבערטש ב"ר אלעזר מלאנצהוט) חתנו וממלא מקומו של ר' ישעי' נפתלי הירץ מדינוב בנו של ר' דוד מדינוב בן מרן הבני יששכר.
אינעם סאנוק-בוקאווסעקר יזכור בוך איז דא א גאנצער ערך איבער ר' דוד (השני) מדינוב:
http://yizkor.nypl.org/index.php?id=1810דף 133
ר' דוד איז געווען - ווי דערמאנט - דער זון פון ר' יוסף מדינוב, און איידם ביי דעם ביקוואסקער רב ר' מאיר יהודא בעמח"ס אור למאיר, בייגעלייגט איז א בילד פון דעם ר' דוד (וואס לויט די נייע געפינסן פונעם מורשת איז ער געקומען באזוכען די פאראייניגטע שטאטן בשנת תרפ"ג)
פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 13, 2013 9:22 am
דורך מיללער
בן בוזי האט געשריבן:אין די מערכת פון מח"א סניף סיראקיוז איז היינט אפיר געקומען עלליס איילענד רעקארדס, וואס לויט רוב פון די אינפארמאציע שטומט עס צו זיין פון רבי דוד שפירא מביקאווסק חתן בעל הקדושת יו"ט זי"ע.
דער דאטום אויפן רעקארד איז, י"ט אב תרפ"ג, א קורצע פאר מאנאטן איידער ער איז נפטר געווארן אין זיין היים אין סאנוק בכ"ט שבט תרפ"ד.
די פאלגענדע אינפארמאציע שטומט אייניג מיט די זעלבע ביאגראפישע שטריכן פון דעם ביקאווסקער רב.
נאמען; דויד שפירא
געבורט; 1877 (תרל"ז)
קומט פון; סאנוק
פאך; רבי
איין זאך שטומט אבער נישט, און דאס דארף א ביאור, דער נאמען פון זיין פרוי איז רעקארדירט אלס; חי'. און מיר ווייסן אז דעם קדושת יום טוב'ס טאכטער וועלכע איז געווען פארהייראט צום ביקאווסקער רב האט געהייסן "שרה".
איז יעצט דער שאלה צווייפאכיג, צו איז דער רעקארד טאקע פון דעם ביקאווסק-סאנוק'ער רב, אדער אפשר פון א צווייטן, ואם תאמר אז דאס איז טאקע יא זיינס, איז מעגליך אז דעם קדושת יו"ט'ס טאכטער האט טאקע געהייסן חי' (שרה)? ס'קען זיין אז פאר סיי וועלכע אומבאקאנטע סיבה האט ער געשטעלט א פאלשע נאמען, אבער דאס דארף א בירור.
תמונת ר' דוד שפירא מביקאווסק חתנו של הקדויו"ט:
רבי אברהם יהושע העשיל מטארקא
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:32 pm
דורך נחוניא
ווי באריכטעט היינט אינעם בלעטל "המנורה הטהורה", ארויסגעגעבן דורך מוסדות בני יששכר, איז געווארן באריכטעט אז מען האט געטראפן די מציבה פון רבי אברהם יהושע העשיל ב"ר יעקב אורי מטארקא, אייניקל פונעם בני יששכר, אין די שטאט בערטש.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 2:49 pm
דורך מיללער
נחוניא האט געשריבן:ווי באריכטעט היינט אינעם בלעטל "המנורה הטהורה", ארויסגעגעבן דורך מוסדות בני יששכר, איז געווארן באריכטעט אז מען האט געטראפן די מציבה פון רבי אברהם יהושע העשיל ב"ר יעקב אורי מטארקא, אייניקל פונעם בני יששכר, אין די שטאט בערטש.
יישר-כח
בייגעלייגט איז דער בילד פון די מציבה, ר' יעקב אורי איז געווען חדב"ן הבני יששכר, און ווי איך זעה אינעם גליון הנ"ל איז ר' סענדר אורי ז"ל חותנו של הרי"מ מראחמיסטריווקא געווען אן אייניקל.
מיר האבן לעצטנס געהאט דא עטליכע בילדער פון דעם ר' סענדר אורי, וויאזוי האט געהייסן זיין פאטער, און ווען איז ער ארויף קיין אר"י?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 3:55 pm
דורך נחוניא
msp האט געשריבן:איך וועל דא אויך שטעלען מיין פראגע
דער טאהשער רבי זזג זאגט אז דער בנ"י זי"ע האט מקפיד געווען מען זאל נישט קומען צו אים אויף זיין יא"צ
ווייסט איינער א מקור?
תגובת הרב פנחס פאמפ שליט"א, יו"ר מוסדות בני יששכר בעיר דינוב
לגבי השמועות וכו' בענין ההליכה לציון הבני יששכר ביום ההילולא, אתמצת בקיצור ממה ששמעתי במשך השנים שאני עוסק בציון הבני יששכר.
שאלתי הרבה נכדים ובראשם האדמו"ר ממונקאטש שליט"א, ואמרו לי שאין לזה שום מקור, ואם היה לזה מקור אפילו לא מתקופת הבני יששכר ובניו, אלא מתקופה יותר מאוחרת כגון המנחת אלעזר, אז בוודאי היה כותב על זה המנחת אלעזר או היה מקובל משמו, כי המנחת אלעזר לא הפסיק לדבר מסבו הבני יששכר וכל המנהגים וכו' העתיק משמו ומצאצאיו, אז דבר עקרוני כזה בפרט אשר ידוע שהבני יששכר כן השתטח על ציון רבותיו ביום ההילולא, ועל המנהג שלא ללכת על קבר הבני ישכר ביום ההילולא לא נשמע ממקורות בדור הקודם.
אמנם כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א כותב על זה באיזה מקום על זה שסבו הרה"ק האדמו"ר רבי משולם פייש מטאהש זצ"ל היה נוהג להגיע ליארצייט של רבינו הבני יששכר לדינוב, ונהגו הוא ביחד עם הרה"ק מבלאזוב זצ"ל לא לעלות לציון הבני יששכר ביום ההילולא, מפחד קדושתו של הבני יששכר, אמנם היו בדינוב, ועלו לציון יום לפני ואחרי אבל לא ביום ההילולא. ושמעתי מיהודי חשוב שאמר לי שאכן תלמידי טאהש צריכים לנהוג כרבם, אבל לשאר בני ישראל, הלוואי והיינו במדרגה של הצדיקים הקדושים האלו להבין את קדושתו וגדולתו של הבני יששכר כדאי שנרגיש את הפחד של הצדיקים האלו לא להיכנס ביום ההילולא.
ומעבר לזה יש עוד שמועות שרובם ככולם אין לזה יסוד ואפילו ניפוח עד כדי דברים שלהם ולמציאות אין קשר, סיפורי בדיון על תאונות וכו' ה"י, שבדקתי ואין לזה ולאמת מאומה. ואדרבה הרבה יהודים ניוושעו בדינוב ביום הזה.
יש איזה דעה ששמעתי שהמקור לשמועה הזו הינה, כי ידוע שרבינו הבני יששכר נסע בכל שנה הילולת רבו מרימנוב, והיה שם עליה גדולה לציון עד כדי שאנשים ניצלו את היום הזה לעשות שוק, בדרך לציון מכרו כל מיני דברים, והבני יששכר התבטא שהוא לא רוצה שאצלו יהיה יום ההילולא שוק כזה. ומזה נובע האמירה שלא רצה שיבואו אליו, ומי שמבין את תוכן רצונו של הבני יששכר, בוודאי עושה לו נחת רוח שבאים לציון להתפלל ולא עושים שוק.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:31 pm
דורך נחוניא
מיללער האט געשריבן:נחוניא האט געשריבן:ווי באריכטעט היינט אינעם בלעטל "המנורה הטהורה", ארויסגעגעבן דורך מוסדות בני יששכר, איז געווארן באריכטעט אז מען האט געטראפן די מציבה פון רבי אברהם יהושע העשיל ב"ר יעקב אורי מטארקא, אייניקל פונעם בני יששכר, אין די שטאט בערטש.
יישר-כח
בייגעלייגט איז דער בילד פון די מציבה, ר' יעקב אורי איז געווען חדב"ן הבני יששכר, און ווי איך זעה אינעם גליון הנ"ל איז ר' סענדר אורי ז"ל חותנו של הרי"מ מראחמיסטריווקא געווען אן אייניקל.
מיר האבן לעצטנס געהאט דא עטליכע בילדער פון דעם ר' סענדר אורי, וויאזוי האט געהייסן זיין פאטער, און ווען איז ער ארויף קיין אר"י?
הרה"ח ר' אלכסנדר סענדר אורי ז"ל נולד בווינא בשנת תרנ"ט. לאחר מלחה"ע הראשונה עלה לארה"ק. נשא את בת הרה"צ ר' שמואל בריכטא ז"ל. בעקבות שכנותו להרה"ח ר' חיים הערש אייזנבאך דבק לצדיקי בית ראחמיסטריווקא. נלב"ע ח' חשון תשנ"ג.
בן הרה"ח ר' אלעזר אורי ז"ל. חתן הגה"ח ר' ישראל משה צוקער ז"ל שו"ב בגלאגוב.
בן הגה"צ ר' אברהם יהושע העשיל אורי זצ"ל שו"ב בבערטש. היה בעל תוקע אצל הרה"ק ר' צבי אלימלך מבלאזוב זצ"ל.
בן הרה"ק ר' יעקב אורי מברעזוב זצ"ל חתנו של הבני יששכר זצ"ל.
בן הרה"ק ר' פנחס ארי' מטורקא זצ"ל בעמח"ס חשב האפוד מתלמידי החוזה מלובלין זצ"ל.
רבי דוד אורי אב"ד קריפטש
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 23, 2013 5:34 pm
דורך נחוניא
רבי דוד אורי אב"ד קריפטש, מח"ס
קול דודי איז געווען א זון פון רבי פנחס ארי' שו"ב בדינוב, בן רבי אברהם יהושע העשיל שו"ב בבערטש, בן רבי יעקב אב"ד טורקא חתן הבני יששכר
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 24, 2013 1:35 pm
דורך נחוניא
מיללער האט געשריבן:נאך א בא"ב וואס האט איבערגעלעבט די קריג, ולא ידענו מה היה לו (פונעם דערמאנטן סייט); ישראל ארי' לייב שפירא ב"ר אלעזר ב"ר שמחה מלאנצהוט בן היודעי בינה ר' אלעזר לאנצהוטער ז"ל, נפטר תשכ"ט.
דער דערמאנטער ר' יהודה יהושע שפירא, איז געווען נאך א ברודער פונעם קיוויאשדער רב ב"ר מרדכי מבערטש, ער איז אוועק ביים קריג הי"ד.
דער בערטשער רב האט געהאט נאך צוויי זוהן; ר' ישראל חיים שפירא אב"ד בערטש און ר' משה שפירא.
א מזל טוב לכבוד די שידוך שליסן פון רבי יהודה יהושע שפירא ב"ר מרדכי מבערטש עב"ג הכלה בת רבי בנציון הורוויץ אב"ד מאדען, ערשינען אין מחזיקי הדת ערב סוכות תרע"א.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 5:21 pm
דורך מיללער
דער בני יששכר איז געווען פאר א צייט רב אין מונקאטש אדער ער האט נאר דארט געוואונט?
אינעם ספר 'אהל דוד' (פרעסבורג תקצ"ה) ווערט ער דערמאנט אין די מעות קדימה פון ק"ק מונקאטש, איינס נאך דער רב
הרב הג' אב"ד דשם
הרב הגאון הגדול החסיד בוצינא קדישא
מה"ו צבי אלימלך אב"ד ור"מ דק"ק בדונאבhttp://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=83
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 03, 2013 5:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
כ'מיין אז יא. עס איז דאך דא די מעשה מיט זיין מחותן ר' עזריאל גרין זצ"ל ווען ער איז געווארן רב אין מונקאטש. און פון די מעשה איז דאך אויך אזוי משמע.
פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 28, 2013 7:53 pm
דורך יוראפ
חתימה פון רבי מאיר יהודה שפירא מביקאווסק, ה"ה הרה"ק בל אור למאיר בנו של הצמח דויד זי"ע
און זיגל פונעם איידעם ר' דוד (השני) מדינוב זי"ע
קרעדיט: כמה ניקים חשובים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:03 am
דורך הוצאת.אמת
מיללער האט געשריבן:דער בני יששכר איז געווען פאר א צייט רב אין מונקאטש אדער ער האט נאר דארט געוואונט?
אינעם ספר 'אהל דוד' (פרעסבורג תקצ"ה) ווערט ער דערמאנט אין די מעות קדימה פון ק"ק מונקאטש, איינס נאך דער רב
הרב הג' אב"ד דשם
הרב הגאון הגדול החסיד בוצינא קדישא
מה"ו צבי אלימלך אב"ד ור"מ דק"ק בדונאבhttp://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=83
ביום א' פרשת ראה כ"ג לחודש מנחם־אב שנת תקפ"ה נתקבל כאב"ד מונקאטש וכיהן שמה עד שנת תקפ"ט
די ספר איז געדריקט געווארען בשנת תקצ"ה-צ"ו אב"ד בעת ההוא היה ר' עזריאל גרין שנתקבל בערך שנת תקצ"א וכיהן עד יום פטירתו בשנת תר"א
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:18 am
דורך מיללער
ולמה נזכר הבני יששכר בין חותמי עיר מונקאטש בשנת תקצ"ה-ו?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 11:59 am
דורך הוצאת.אמת
מיללער האט געשריבן:ולמה נזכר הבני יששכר בין חותמי עיר מונקאטש בשנת תקצ"ה-ו?
הרי היה לו חסידים שמה שהיו מקושרים אליו וחזר אליהם לשבתות, ואולי שהה באותו בעיר מונקאטש
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 31, 2013 9:35 pm
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:ישר כח ר' זרח (מקור?)
און ספר החסידות מדור לדור אלפסי,וכן בספר שם ושארית ,ועיין שם.
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 31, 2013 9:40 pm
דורך רימנובער אייניקעל
ביקסאד האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן:איך קען א בן אחר בן פון בני יששכר ער הייסט דאכט זיך א יחיד בדורו זיין נאמען איז דוד שפירא ער וואוינט אין בארא פארק.
ער הייסט דוד נחום שפירא ער איז א איידעם ביי דעם באסטאן'ער רבי פון ב"פ, ער איז גאר א גרויסער יחסן בכלל, לגבי דינוב איז אזוי זיין טאטע האט געהייסן ר' אלימלך בן ר' יעקב יוסף פון לאנדאן בן הרה"צ ר' שמואל אבד"ק רעדים בן הרה"ק ר' מנחם פינחס אבד"ק לאנצהוט בן הרה"ק היודעי בינה אבד"ק לאנצהוט בן הבני יששכר זי"ע.
דרך אגב ,דער רבי דוד נחום שפירא הנ"ל,איז פון די איינציגסטע איינקלעך בדורנו פון הרה"ק רבי מאיר נתן בן הצאנזער רב זי"ע נישט דארעך באבוב, ווייל ער איז איי אייניקעל פון הרה"ק רבי נפתלי מעליצער זי"ע,פון זיין זיווג ראשון בת הרה"ק רבי מאיר נתן הנ"ל . ער איז אויכעט בן אחר בן ביז הרה"ק רבי אלעזר לאנצהוטער בן הרבי רבי הערש מיילעך מדינאוו זי"ע. איך הער אז און מאנסי איז דא נאך א שפירא בן אחר צום בני יששכר דארעך זיין זוהן רבי שמואל מפשעמישעל זצ"ל. וואס קלויזענבורגער רב זצ"ל, שטאמט אויכעט פון דעם רבי שמואל הנ"ל.
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 31, 2013 9:50 pm
דורך רימנובער אייניקעל
יאסל האט געשריבן:איז דאס זיכער אז ער איז דער איינציגער בן אחר בן פונעם בני יששכר היינט צי טאג?
א דור צירוק איז געווען דער בלוזשיבער רבי ר' ישראל זצ"ל, אין אזוי אויך דער קוויאשדער רב זצ"ל ,ביידע גראדע אייניקלעך פונעם בני יששכר, אבער ביידע האבן נישט איבערגעלאזט קיינע זון,
ס'קומט אויס אז דער בלוזשיבער רבי פון בורו פארק זצ"ל איז געווען דער לעצטער בן אחר בן צו הרה"ק רבי דוד'ל דינובער זצ"ל בן הבני יששכר זי"ע.
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 31, 2013 9:52 pm
דורך רימנובער אייניקעל
מיללער האט געשריבן:שמן זית האט געשריבן:ווען ר' ברוך'ל איז אוועק ווער האט געירשנ'ט זיינע ירושע פון די בני יששכר'ס חפצים?
איילבירטן,
די פרשה איז ביטער ווי א זית, מיר האבן אן עקסטערען אשכול איבער מונקאטש, אבער אז איר דעמאנט עס וועל איך נאר זאגן בקיצור, א גרויס חלק פון די ירושה פוננעם מנחת אלעזר וועלכע האט אנטהאלטן חפצים פונעם בני יששכר זצ"ל ליגט היינט אינעם אוצר פונעם מונקאטשער רב שליט"א.
עס פעלט נישט אויס מרחיב צו זיין הדיבור איבער די נושא
אויף דעם נושא קען מען זאגען כשם שמקבלים שכר על הדרישה ,כך מקבלים שכר על הפרישה.
פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 31, 2013 10:00 pm
דורך רימנובער אייניקעל
יהיה כן האט געשריבן:טאבאקא האט געשריבן:איך האב געזען דאס בילד. עס איז זייער אינטרעסאנט, ער זעהט דארט אויס ממש ווי א אינגערמאן.
וועט מען דארפן פרעגן יודל'ען ווי קראנט עס איז.
עה, דאס איז לכאורה ר׳ דוד השני מדינוב
נישט לכאורה נאר וודאי רבי דוד השני'ס בילד.
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 01, 2013 12:34 am
דורך רימנובער אייניקעל
יאסל האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:יאסל,
וואס פונקטליך שטייט איבער דעם משה ביקאווסקער?
צדיק,
יישר כח פאר די פרטים, הייסט דאס אז די יזכור בוך האט פארטוישט דעם פאטער און דער זוהן איבער זייענדיג אן איידעם ביים עטרת ישועה.
אפשר ווייסט איר מער איבער דעם ר' צבי אלימלך, וואו האט ער געוואונט, וואו ליגט ער?
כהאב נאכגעקיקט רעדט מען דארט טאקע פון דעם ר' צבי אלימלך אין אז ער האט געוואוינט אין פתח תקוה,
לגבי ר' משה ביקאווסקער ער איז טאקע אוועק ביים קריג אין אז ער איז געווען א רב ערגעץ אין א שטעטל אין פולין, דארט ברענגען זיי אז דער ר' משה האט געלערענט ביים שטיף פעטער אין ישיבה, אין ווען דער ברך משה פלעגט ציקומען קיין סאטמאר פלעגט ער לערנען מיט דעם ר' משה ביקאווסער בחברותא.
אגב מאכט טאקע נישט קיין סענס לויט די יארן אז דער אויבענדערמאנטער ר' צבי אלימלך זאל האבן געווען אן איידעם ביים עטרת ישועה, אויב עפעס איז עס געווען דער פאטער.
רבי משה האט געלערנט ביים שטיף פעטער ?וואס עפעס שטיף פעטער. זיין אמת'ע פעטער אחי אמו מרת שרה.לאמיר קלאר מאכען די זאך, רבי דוד ביקאווסעקער איז בזיווג ראשון געווען א איידים ביים עטרת יהושע פון דזישקוב זצ"ל.און ער האט געהאט פון דעי זיווג רבי צבי אלימלך הנ"ל,מיט זיין צווילינג ברודער ממלא מקומו רבי אלטער ראובן , און בזיווג שני איז ער געווען א איידים ביים קדושת יו"ט.און געהאט רבי משה הנ"ל רב און א דארף טיראווא לעבין סאניק,.וואס האט געלערנט ביי דודו הרה"ק מסאטמער זצ"ל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 08, 2013 2:23 pm
דורך dovidal
מיללער האט געשריבן:בן בוזי האט געשריבן:אין די מערכת פון מח"א סניף סיראקיוז איז היינט אפיר געקומען עלליס איילענד רעקארדס, וואס לויט רוב פון די אינפארמאציע שטומט עס צו זיין פון רבי דוד שפירא מביקאווסק חתן בעל הקדושת יו"ט זי"ע.
דער דאטום אויפן רעקארד איז, י"ט אב תרפ"ג, א קורצע פאר מאנאטן איידער ער איז נפטר געווארן אין זיין היים אין סאנוק בכ"ט שבט תרפ"ד.
די פאלגענדע אינפארמאציע שטומט אייניג מיט די זעלבע ביאגראפישע שטריכן פון דעם ביקאווסקער רב.
נאמען; דויד שפירא
געבורט; 1877 (תרל"ז)
קומט פון; סאנוק
פאך; רבי
איין זאך שטומט אבער נישט, און דאס דארף א ביאור, דער נאמען פון זיין פרוי איז רעקארדירט אלס; חי'. און מיר ווייסן אז דעם קדושת יום טוב'ס טאכטער וועלכע איז געווען פארהייראט צום ביקאווסקער רב האט געהייסן "שרה".
איז יעצט דער שאלה צווייפאכיג, צו איז דער רעקארד טאקע פון דעם ביקאווסק-סאנוק'ער רב, אדער אפשר פון א צווייטן, ואם תאמר אז דאס איז טאקע יא זיינס, איז מעגליך אז דעם קדושת יו"ט'ס טאכטער האט טאקע געהייסן חי' (שרה)? ס'קען זיין אז פאר סיי וועלכע אומבאקאנטע סיבה האט ער געשטעלט א פאלשע נאמען, אבער דאס דארף א בירור.
תמונת ר' דוד שפירא מביקאווסק חתנו של הקדויו"ט:
לרבי דודל ביקאווסקער היו שלשה זיווגים = בזיווגו השני היה חתנו של עטרת יהושע מדזיקוב = האם שרדו ממנו נכדים אחר המלחמה ?