פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 1:30 pm
דורך יודל קליין
יעקעלע פוקס האט געשריבן:
ביים טיר איז געשטאנען א טעוועלע "משפחת שפירא" וואס דאס האט בכלל נישט גע'טריגערט' פון אנפאנג,
איניטן שמועס מיך מסביר זייענדיג, אז מיטן טוהן פאר איהר בחור וואס איז היצט אין 'וואטערבערי קענעקטיקוט' וועט זיך זיינע הייליגע זיידעס מיהן פאר אונז, האבען די מוח קעמערליך זיך צישפילט.
והאיש משתאה לה מחריש לדעת (מיט די צוויי פשטא גדול'ס) המהמהמממ וואס??? וועלכע זיידעס? זאג זי, אז איהר בחור איז דאך אן אייניקעל בן אחר בן פונעם בני יששכר!! ווי אויך א צאנזע אייניקעל היבש נאנט צים דברי חיים,
האב איך שוין פארשטאנען פארוואס איך האב געדארפט בליקען אינעם קרעטשמע אנפאנג טאג
אן אריינגיין אין דיטעילס האב איך נישט גערעדט מיטן טאטען די יחוס.... למעשה הייסען זיי שפירא, בן אחר בן פונעם בני יששכר, צאנזע אייניקלעך, און "ליטוויש געשטימט" כל כלם, לעיקוואדער אידן.
בערך 8 יאר צוריק האב איך באגעגענט ערגעץ א ליטווישן בחור וואס הייסט שפירא (איך האב איהם געטראפן שבת איז ער געגאנגען מיט א בעקיטשע און א אראפ געבויגענע הוט) ער האט געזאגט אז ער איז א בא"ב פונעם בני יששכר זי"ע און אז ער לערנט ישיבה אין 'וואטערבערי קענעקטיקוט'
אויך האט ער מיר געזאגט אז ער איז א קרוב מיט אדמו"ר מטשערנאביל ב.פ. אפשר רעדן מיר פונעם זעלבן מענטש.
פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 05, 2015 1:42 pm
דורך יודל קליין
אין מאנסי וואוינט א באבוב'ער יונגערמאן הרב מרדכי שפירא שליט"א ב"ר מענדל שפירא פון ב"ב אן אייניקל בא"ב פונעם בני יששכר
און אין ב.פ. וואוינט הרב נחום הלוי טווערסקי שליט"א ב"ר חיים ז"ל וואס זיין שווער האט געוואוינט אין א"י אויך א בא"ב פונעם בנ"י
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2015 11:02 pm
דורך מומחה יוחס
ארויף געברענגט לכבוד די יא''צ פין די הייליגער בני יששכר זי''ע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 08, 2015 11:51 pm
דורך סביב העולם
נחוניא האט געשריבן:msp האט געשריבן:איך וועל דא אויך שטעלען מיין פראגע
דער טאהשער רבי זזג זאגט אז דער בנ"י זי"ע האט מקפיד געווען מען זאל נישט קומען צו אים אויף זיין יא"צ
ווייסט איינער א מקור?
תגובת הרב פנחס פאמפ שליט"א, יו"ר מוסדות בני יששכר בעיר דינוב
לגבי השמועות וכו' בענין ההליכה לציון הבני יששכר ביום ההילולא, אתמצת בקיצור ממה ששמעתי במשך השנים שאני עוסק בציון הבני יששכר.
שאלתי הרבה נכדים ובראשם האדמו"ר ממונקאטש שליט"א, ואמרו לי שאין לזה שום מקור, ואם היה לזה מקור אפילו לא מתקופת הבני יששכר ובניו, אלא מתקופה יותר מאוחרת כגון המנחת אלעזר, אז בוודאי היה כותב על זה המנחת אלעזר או היה מקובל משמו, כי המנחת אלעזר לא הפסיק לדבר מסבו הבני יששכר וכל המנהגים וכו' העתיק משמו ומצאצאיו, אז דבר עקרוני כזה בפרט אשר ידוע שהבני יששכר כן השתטח על ציון רבותיו ביום ההילולא, ועל המנהג שלא ללכת על קבר הבני ישכר ביום ההילולא לא נשמע ממקורות בדור הקודם.
אמנם כ"ק אדמו"ר מטאהש שליט"א כותב על זה באיזה מקום על זה שסבו הרה"ק האדמו"ר רבי משולם פייש מטאהש זצ"ל היה נוהג להגיע ליארצייט של רבינו הבני יששכר לדינוב, ונהגו הוא ביחד עם הרה"ק מבלאזוב זצ"ל לא לעלות לציון הבני יששכר ביום ההילולא, מפחד קדושתו של הבני יששכר, אמנם היו בדינוב, ועלו לציון יום לפני ואחרי אבל לא ביום ההילולא. ושמעתי מיהודי חשוב שאמר לי שאכן תלמידי טאהש צריכים לנהוג כרבם, אבל לשאר בני ישראל, הלוואי והיינו במדרגה של הצדיקים הקדושים האלו להבין את קדושתו וגדולתו של הבני יששכר כדאי שנרגיש את הפחד של הצדיקים האלו לא להיכנס ביום ההילולא.
ומעבר לזה יש עוד שמועות שרובם ככולם אין לזה יסוד ואפילו ניפוח עד כדי דברים שלהם ולמציאות אין קשר, סיפורי בדיון על תאונות וכו' ה"י, שבדקתי ואין לזה ולאמת מאומה. ואדרבה הרבה יהודים ניוושעו בדינוב ביום הזה.
יש איזה דעה ששמעתי שהמקור לשמועה הזו הינה, כי ידוע שרבינו הבני יששכר נסע בכל שנה הילולת רבו מרימנוב, והיה שם עליה גדולה לציון עד כדי שאנשים ניצלו את היום הזה לעשות שוק, בדרך לציון מכרו כל מיני דברים, והבני יששכר התבטא שהוא לא רוצה שאצלו יהיה יום ההילולא שוק כזה. ומזה נובע האמירה שלא רצה שיבואו אליו, ומי שמבין את תוכן רצונו של הבני יששכר, בוודאי עושה לו נחת רוח שבאים לציון להתפלל ולא עושים שוק.
דער טאהשער רבי שליט"א לרפו"ש דערציילט נאך פונעם זיידען אז איינמאל איז געווען איטליכע וועלכע זענען יא געגאנגען ביום היארצייט און עס האט ליידער פאסירט מיט זיי אן אומגליק רח"ל.
אויך זאגט ער נאך אז דער הייליגער רבי די בני יששכר זי"ע האט געזאגט אז ער האט וויכטיגערס צו ערלעדיגן אין דעם טאג דעריבער זאל מען איהם נישט באמיעהן ביום היארצייט
מעשה נורא פון תחיית המתים פון דינוב זיע"א.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 22, 2015 10:05 am
דורך רימנובער אייניקעל
פארציילט הרה"צ רבי משה חיים רובין זצ"ל דינוב'ער רבי פון מאנסי וואס איז יעצט אוועק לא עלינו,(געווען ממש די לעצטע איר אייניקל פון רבי דוד'ל דינוב'ער זיע"א בן "הבני יששכר זיע"א",וואס מ'ווייסט היינט צו טאג בדורנו, און געווען די זעלבע דור פונעם מנחת אלעזר זיע"א און די בלאזשובער רבי זצ"ל צום "בני יששכר" זיע"א) וואס האט געהערט פון זיין טאטע הרה"צ רבי מענדל זיידא זצ"ל (וואס זיי מאמע איז געווען א'טאכטער פון רבי דוד'ל דינוב'ער זיע"א),אז א'איד האט געהאט א'קרעטשמע,וואו די גוים פון דארף פלעגען קומען שיכור'ען,איינמאל א'דארנשטאג אויפדערנאכט ס'איז געווען זייער שפעט אויפדערנאכט,ווען דער איד האט יעדן ארויסגעשיקט פון דער קרעטשמע,האט איין גוי זיך פאר'עקשנ'ט אז ער וויל נישט ארויסגיין,האט אים דער איד געגעבן א'שמייס מיט א'שטעקן,און דער גוי האט זיך אויסגעשטרעקט א'פגר.
דער איד האט דעם טויטן קערפער איינגעשפארט ביי זיך אין קעלער,און געפארן צו רבי דוד'ל דינוב'ער זיע"א אויף שבת קודש,נאך שבת איז דער איד אריין צום רבי'ן און זייער געוויינט פארן צדיק אז ער איז אין א'גרויסע צרה ל"ע,און דער רבי זאל אים העלפן,האט אים דער רבי געזאגט,זאג אריין אינעם פגר'ס אויער אז "דוד בן חנה מינדל האט געהייסן א'היים גיין".
וכך הוה, ער איז א'היים געגאנגען און ער האט אריין גערוימט אינעם פגר'ס אויער וואס דער רבי האט אים געהייסן,און צו גרויס וואונדער האט זיך דער גוי די פגר אויפגעשטעלט און א'היים געגאנגען,ווער ער איז אנגעקומען א'היים האט אים זיין ווייב געפרעגט,וואו ביסטו געווען די אלע טעג?,האט ער נישט גענטפערט,האט זי אים געגעבן א'פאטש,און ער איז גלייך געפאלן א'פגר.
די מעשה האט דינוב'ער רבי זצ"ל נישט געוואלט דערציילן אינדערהיים,וויבאלד ס'איז א'מאדנע מעשה פון תחיית המתים אויף א'גוי,נאך די קריג ווען די רבי איז געווען אין די.פי.לאגער,האט דער רבי געוואלט קויפן חתן תורה,איז דארט געווען מיט אים א'איד מיטן נאמען ר' יוסף ענגלאדט ז"ל ,וועלעכע האט איבער געשטיגן דעם רבי'ן מיט די פרייז,און ער האט עס מכבד געווען פארן דינוב'ער רבי זצ"ל,צום רבי'ס וואונדער האט דער איד געזאגט,אז זיי זענען דורות דינוב'ער חסידים,און יעצט אז ער האט דא א'איינקל וויל ער אים קויפן חתן תורה,האט ער אים דערציילט די גאנצע מעשה מיט די קרעטשמע,האט אים דער איד געזאגט,אז דער קרעטשמער איז געווען זיין זיידע,און ער פלעגט מאכן יעדעס יאר א' סעודת הודאה צו דעם גרויסן נס וואס ער איז בחסדי ה' געראטעוועט געווארן מיט די ברכה פון דעם צדיק.
דא האט איר א'בילד פונעם ליכטיגן צורה פון דינוב'ער רבי זצ"ל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 18, 2015 2:26 pm
דורך יהיה כן
ווייסט איינער ווי אזוי משפחת פערלמוטטער (ר' אביש, ר' חיים אלעזר) זענען אייניקלעך פון בני יששכר, כתפות האפד?