פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 24, 2010 9:26 am
ווען ר' שמעלקע'לע האט מיר געשיקט מיט עטליכע וואכען צוריק דעם בילד פון הרב אייזנער'ס מציבה, האט מיר געוואונדערט די טיטלען, אבער לא נתתי אל לבי לתור ולדרוש אחרי דמות המופלא, לכל זמן ועת לכל חפץ, בא לנו בנינו בן הרחמן ודלה דלה לנו ומצאנו מרגניתא טבא, תשואת חן חן לו, יישר כחו וחילו לטוב.
די געשיכטע פון הרב אייזנער איז מבהיל על הרעיון, אזוי פרי ווי אין די תר"מ-תר"ן יארען ארויסצוקומען אהער, און פארבלייבען אן ערליכער איד במלוא מובן המלה, א בר אורין ובר אבהן, רחים ומוקיר רבנן ואיהו גופיה צורבא מדרבנן, חריף ובקי טובא, איך גיי ממש אויס פאר התפעלות, און ליידער אמעריקא האט אלעס צוגענומען פון אזא איד, נישט פארבליבען פון אים קיינע דורות רח"ל, אין לו שיור רק התורה הזאת, תולדותיהם של צדיקים אלו מעשיהם הטובים.
עס שטעלט זיך ארויס אז הרב אייזנער איז געווען א שוואגער מיט ר' דוד העריס ע"ה (איבער וועם מיר האבן שוין אמאלג געשריבען), ר' דוד איז געווען פון די מייסדי הקהילה אין סקרענטאן, אויך אן אונגארישער איד געקומען אהער בשנות תר"מ-תר"ן ער איז געווען א גרויסער נגיד וטפסר, אויך זיין זון ר' צבי (הערי) העריס איז אהערגעקומען וואונען, ר' צבי איז געווען אן איידעם ביי הענדלער אין האלמין (א פעטער פאר ר' משה הענדלער פון וומ"ס) און זיין זון ר' פנחס העריס (פיליפ) האט ער טאקע אהינגעשיקט לערנען קיין האלמין, ר' פנחס איז שפעטער צוריקגעקומען קיין אמעריקא ווי ער האט געוואונט אין סקרענטאן ביז צו זיין פטירה אין די ניינציגערס, מיט עטליכע יאר צוריק, יהא זכרם ברוך.
הרב אייזנער איז מספיד זיין שוואגער ר' דוד העריס בשנת תרפ"א, אין סי' נ"ט פונעם ספר הנ"ל, משפחת העריס האבן זיך אפגעגעבן מיטן דרוקען דעם חיבור.
אינטערעסאנטע כתבים דארט פון פארשידענע מאורעות בימי חייוו, עס איז ווערט דורכצולייענען.
זוון זון יוסף חיים איז אומגעקומען אין די מיליטער בשנת תש"ה, אין איראן, זיין מציבה אין סקרענטאן (קרעדיט ידידי ר' שמעלק'ה)