פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 25, 2009 1:41 pm
די וואך אין המודיע מאגאזין איז דא א באשרייבונג איבער אונזער שטעטל סקרענטאן. ווי האבן זיי ארויסגעלאזט הרב מילער? אביסל דרך ארץ?!
דא קענט איר אראפלאדירן
דא קענט איר אראפלאדירן
קומט אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט
http://www.ivelt.com/forum/
יוסלמאן האט געשריבן:ווי האבן זיי ארויסגעלאזט הרב מילער? אביסל דרך ארץ?!
) אז ער ערשיינט נאמאר איז ער זיך אליינס מתחייב בנפשו און האט נישט קיין שום תביעה, אדרבה אז דו וועסט נאר א פרעג טוהן אינדער קהלה ביי איהם וועלן זיי אלע פה אחד דיר זאגן דאס זעלבע. סקרענטאן אהן א בולעטין איז גענוי ווי סקרענטאן אהן א רב!!מיללער האט געשריבן:יו ביסטו בוזי, בזוי ומבוזה,
בן בוזי האט געשריבן:דער שמועס איז וועגן ר' מנחם שווארץ וועלכע מאנכע רופן איהם אהן דער סקרענטאנער רבי א תלמיד פונעם הייליגער קדושת יום טוב שמועס
בן בוזי האט געשריבן:
[left]Miller
Where does it say that he was called Scrantoner Rebbe? It does not even mention to ward Admor
Baruch
Based on conversations with old-time Scrantoners.
בן בוזי האט געשריבן:א שטיק צייט צוריק האט אן אייניקל פון ר' יעקב איסקאלסקי וועלכע איז געווען רב אין דער ביאליסטאקער שוהל זיך מיט מיר געשריבן האט ער מיר געזאגט אז זיין זיידע איז געווען רב אין דער פען עוועניו שוהל אין 1906 אויף 3 יאהר, איך דארף עס בעסער מברר זיין וואס דער פשט דערפון איז און וואס זיין פאסטן איז געווען בשעת רב גוטערמאן איז נאך געווען רב דארט, דער פען עוועניו שוהל רופט זיך 'בית מדרש הגדול' אין דער אמעריקען דזשאויש יערבוק ווערט ער אויך דערמאנט אלס רב פונעם שוהל. וצע"ג
מיללער האט געשריבן:און שיעור פארגעסן, מיר ווארטן מיט אנגסט צו זעהן א בילד פון ר' מנחם וועכלכער איז געווען א תלמיד פונעם קדושת יו"ט און פון דער מונקאטשער רב זצ"ל.
דורך נחמן נתן אום מאנטאג יולי 19, 2010 12:59 pm
אינעם שכינות'דיגען אשכול 'שם הגדולים' זעמיר געוואויר געווארן דורך א בריוו פון ר' צבי מאיר ראזעבלוים רב אין שיקאגא, אז ר' מאיר ב"ר ארי' לייב וואלפסאן האט געדינט אלץ משמש אין בית המדרש הגדול אין סקרענטאן. - [מיר רעדן טאקע דא בעיקר פון די רבנים אין סקרענטאן אבער גדולה שמוש"ה יותר מלמודה, פארדינט זיך דער שמש אויך צו דערמאנט ווערן.]
===
דורך שמעלקא טויב אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:23 pm
ווייס איינער פונעם אלטן ביה"ח אין סקרענטאן, ווי געפינט זיך עס? ווער ליגט דארט? עפעס האבעך געהערט אז א ברודער פון ר' משה לייב ליטש-ראזענבוים ליגט דארט.
מיללער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:ידידינו ר' יוסלמאן האט מיר געשיקט אין אישית איבער א דמות אין סקרענטאן פון וועם מיר האבן שוין גערעדט ערגעצוואו, דאס איז אן אייניקל פון דעם באקאנטן מלחין ר' בעריש ווישעווער ע"ה וועלכער האט געדינט אלס שו"ב אין סקרענטאן פאר די קריג.
וויאזוי האט דער איד געהייסען אויפן נאמען? (כמדומני שבספר 'כנפי יונה' לתולדות משפחת הרה"ק מבריד זצ"ל נזכר משפחת ר' בעריש בשגם הוא נמנה בין צאצאי הרה"ק מבריד, אבל אין הספר תח"י כעת לעיין בו) און לויט געוויסע מקורות דערוואוסט זיך ר' יוסלמאן אז ער האט אן אייניקל א דענטיסט וועכלער גייט קיין קרית יואל אינעם ארטיגען מעדיקל צענטער, ברויך מען דאס אויך אויך מברר זיין.
כ'האב נאכעגוקט אין 'כנפי יונה' הנ"ל דאס איז די רעזולטאטן.
ר' בעריש הלוי הורוויץ נכד בא"ב להשל"ה הק' חתן ר' ישראל שלום טויב בן הרה"ק מבריד זצ"ל, שו"ב בעיר ווישאווא ומלחין מפורסם בקרב קהל חסידים, בתוכם הניגון 'הנענועים' המפורסם בסאטמאר הלא הוא מפרי יצירותיו ז"ל, נספה בשואה הי"ד עם כל משפחתו וכל יוצ"ח, רק בן אחד עם משפחתו נשאר לפליטה.
בנו ר' יעקב משה הלוי הורוויץ ז"ל חתן ש"ב ישראל הכהן כ"ץ מאיהעל, מתחילה איז ער געגאנגען קיין אנטווערפן און בשנת תר"ץ איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז אויפגענומען געווארן אלס שו"ב בעיר סקרענטאן וועלכע איז דאמאלטס צייטן געווען אן עיר ואם בישראל.
והיה המחנה הנשאר לפליטה, פון אים איז נמשך געווארן א שיינע משפחה מיט עטליכע קינדער וועלכע לעבן נאך דאבי און אין אר"י (איין אייניקל איז ר' יעקב הלוי הורוויץ מנהל ישיבת דרכי תורה במאנסי) יראים ושלימים, א טאכטער מרת גאנץ שתחי' וואונט נאך היינט אין סקרענטאן.
ר' יעקב משה איז נפטר געווארן גאנץ יונג בשנת תשי"ד והובל למנוחות אויף ארץ ישראל, זיין ווייב איז געווען נאנט באפריינדעט מיט הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע"ה און האט ארויסעגהאלפען מיט די ווירטשאפט פון צייט צו צייט.
יהא זכרם ברוך.
בןהרחמן האט געשריבן:ייש"כ ר' שמעלקא,
ביזט ספעציעל אהינגעפארן? פון מיללער'ס זיידע האסטו נישט?