על קהילת סקרענטאן פא. ורבניה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

יעהופעץ

על קהילת סקרענטאן פא. ורבניה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעהופעץ »

מיללער האט געשריבן: מ'ברויך מיר טאקע רעדן איבער הרב גוטטערמאן, ווען איר האט א מינוט.

מצוה לשמוע דברי חכמים ואת חוקיך אשמור סקרענטענער רב שליט"א, איך האב א מינוט איצטער צו ווידמען פארן סקרענטענער רב ר' אלחנן צבי גוטערמאן וזה החלי

ב"ה
ר' אלחנן צבי גוטערמאן (וועלכע הייסט אויף ענגליש 'הענרי') איז געבוירן אין קאלאוואריע (דאכט זיך אז דאס איז אין דער קובנא גובערניע און אסאך אידן האבן פון דארט אהער אימיגרירט) ער האט געלערנט אין סלאבאדקא און שוין מוסמך געווארן להוראה ביי די 19 יאהר, דאהי אין אמעריקא איז ער קודם געווען רב אין אטלאנטא דזשארדזשיע (א קאפיטל פאר זיך ווי דער סקרענטענער רב האט שוין אויבן ערווענט) דערנאך איז ער געווארן רב אין דער 'פען עוועניו שוהל' אין סקרענטאן ווי ער איז אויף גענומען געווארן אלס הויפט רב פון אלע פיר ארטאדאקסישע קהילות אין סקרענטאן, פאר 57 יאהר האט ער געדינט אלס הויפט רב פון די קהילה ביז זיין פטירה, רב גוטערמאן איז געווען א מתמיד עצום און האט געהאט ברייטע באציאונגען מיט אנדערע אידישע קהילות ארום דער וועלט אזש ביז דער ירושלים'ער בית דין, ער האט פיל געלייסטעט פאר די סקרענטאנער אידישקייט, פיל רבנים דאהי אין אמעריקא האבן באקומען פון איהם סמיכה.

דער עטעטשט בריוו איז פון הרב גוטער מאן צו ר' יחזקאל סרנא ר"י חברון
אטעטשמענטס
000000019466_0001.jpg
לעצט פארראכטן דורך יעהופעץ אום דינסטאג יוני 16, 2009 2:51 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
יעהופעץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעהופעץ »

נאך אין יאהר תשי"ז געפונען מיר אין קובץ ליובאוויטש אז ס'געווען חבד'סקער פארברענגענס אין סקרענטאן.
א מודעה אין הפרדס וועלכע ליינט זיך: סקרענטאן, פא.
גן ילדים ומחלקה ראשונה לימודי קודש ולימודי חול שמהם אנו מקוים שתתפתח ישיבח עם כל
המחלקות שבה ימצאו ילדי סקרענטאן חנוך
תורני ברי ושלם רבני העיר וחשובי הבעל בתים מתענינים במפעל זה החדש.
איז דאכט זיך מיר מעשה ידיו פון הרב גוטערמאן.

ווילקעס בעררע איז א געגענט אין סקרענטאן דארט געפונען מיר הרב זלמן בארער א טשארטקובער חסיד וועלכע האט געדינט אלס רב , און א ר' ישראל בן ציון גאלדמאן און א געוויסע רב דעווידסאן וועלכע ווערן אויסגערעכנט אלס רבנים ומטיפים אין עדות לישראל לר' זלקא ראנד וועלכע זענען פון ווילקעס בעררע,
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פשיהא, ער פוילט זיך נישט, א דאנק פארן גיין פתיחה הרב יהופיץ.

לאמיר צולייגען עטליכע ביאגראפישע שטריכען, איבער הרב גוטטערמאן;

זיין פאטער האט געהייסן ר' שמעון ארי', ר' אלחנן צבי איז געווען א חבר פעיל אין די אגוה"ר דארה"ב ער האט געדינט אויף עטליכע קאמיטעען.
ר' ברוך אמסעל דערציילט עפעס אז ער האט געהאט איינגעפירט אין סקרענטאן א שיעור יומי אין גמרא נאך איידער דער 'דף היומי' קאנסעפט, דער פרעסטיזשפולער טיים מאגאזין אין יאר 1959 (תשי"ט) באריכטעט איבער דעם ערשטן סיום הש"ס פון הרב גוטערמאן נאך 30 יאר וואס ער האט פארגעלערנט א שעה יעדע אויפדערנאכט, 6 נעכט א וואך, זיי ווייסען צו זאגען פון א געוויסע גראסערי-מאן מיטן נאמען דאן שפירא וועלכער איז געווען פון די געציילטע אידען וואס האבן מיטגעהאלטן דעם גאנצען שיעור מהחל ועד גמירא.

ער האט געהייסען א געוואלדיגער מתמיד לערנענדיג אזויפיל ווי 15 שעה א מעת-לעת, דער ירושלימער רב ר' זעליג ראובן בענגיס זצ"ל דערמאנט אים לשבח אין די הקדמה פון זיין ספר 'לפלגות ראובן' אז ער האט אים געהאלפן להוצאת הספר.

ער איז נפטר געווארן, ו' חשון תשכ"ז והובא למנוחות אויפן אידישען ביה"ח אין דאלטאן, פא. וועלכע דינט פאר די ארומיגע קהילות.

פון א באצאלטער אנאנס אינעם ניו יארק טיימס מארטש 1997 (תשנ"ז) ווען זיין זוהן דר. שמעון גוטערמאן דער מנהל פון 'ישיבה קאלעזש' אין פענסילוועניע איז אוועק, זעה איך אז ער האט געהאט א זוהן אברהם און א טאכטער מרת. שוואב.

די מצבה אין דאלטאן (קרעדיט; אתר קברים)
אטעטשמענטס
guterman.jpg
guterman.jpg (109.82 KiB) געזען 6096 מאל
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איידי דאתיני להכא, לעצנס איז מיר אויסגעקומען צו הערן מיין קליינעם זאגן [זינגען] ברכת התורה, און ביי ברכת והערב נא וואס איז זיכער איין ברכה פון אנהויב ביז נאך המלמד תורה, ממילא איז עס דאך א מקום שאסור להפסיק, דאפעלט ער ווערטער לויטן ניגון, עס קומט אודאי מחסרון ידיעה אבער עס איז נישט אויסגעהאלטן.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

בתמונה נראים רב גוטערמאן ביחד עם החזנים דעיר סקרענטאן בשנות ה1940'ס
אטעטשמענטס
scranton rabbi gutterman and chazonim 1940s.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן-בוזי, זייער אן אינטערעסאנטער בילד, איך שטעל מיך פאר אז הרב גוטערמאן איז שטייענדיג ביים וואנט דער דריטער פון לינקס, קענסט עס וועריפירען?

פון וואנעט קומט דער בילד, און איז דא דארט מער אינפארמאציע אויף די חזנים און זייערע נעמען?

נאך איין זאך, איך גלייב אז דער הרב גוטערמאן האט נישט קיין שייכות מיט די רבישע משפחת גוטערמאן מגזע טשיטשילניק-סאווראן, בין איך גערעכט?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ער איז א ליטוואק פון קאלארוואריע ווי געשריבן שוין אויבן
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

מיללער האט געשריבן:פון וואנעט קומט דער בילד, און איז דא דארט מער אינפארמאציע אויף די חזנים און זייערע נעמען?

איך האב דיר עס געשיקט אישית ומשם תדרשנו לטובה און גיב איבער נאך אינפארמאציע וואס דו וועסט דארט געפונען
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

א שטיק צייט צוריק האט אן אייניקל פון ר' יעקב איסקאלסקי וועלכע איז געווען רב אין דער ביאליסטאקער שוהל זיך מיט מיר געשריבן האט ער מיר געזאגט אז זיין זיידע איז געווען רב אין דער פען עוועניו שוהל אין 1906 אויף 3 יאהר, איך דארף עס בעסער מברר זיין וואס דער פשט דערפון איז און וואס זיין פאסטן איז געווען בשעת רב גוטערמאן איז נאך געווען רב דארט, דער פען עוועניו שוהל רופט זיך 'בית מדרש הגדול' אין דער אמעריקען דזשאויש יערבוק ווערט ער אויך דערמאנט אלס רב פונעם שוהל. וצע"ג

דער פען עוועניו שוהל האט זיך שפעטער אריבער געצויגן קיין מאנראו עוועניו איך ווייס נשיט פאר וועלכע סיבה דער ביהמ"ד הגדול איז איבער גענומען געווארן שפעטער דורך דער קהל מחזיקי הדת (ווי דער סקרענטענער רב היר"ה דינט עד היום הזה), און לאחר פטירתו האט מען דאס א נאמען געגעבן 'רב גוטערמאנס שוהל'. אונטען איז אן עטעטשמענט פון דער ביהמ"ד הגדול און פונעם מאנראו עוועניו שוהל
אטעטשמענטס
scranton rabbi gutterman shul.jpg
scranton penn ave shul.jpg
scranton penn ave shul.jpg (20.42 KiB) געזען 5996 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יעהופעץ האט געשריבן:ווילקעס בעררע איז א געגענט אין סקרענטאן דארט געפונען מיר הרב זלמן בארער א טשארטקובער חסיד וועלכע האט געדינט אלס רב , און א ר' ישראל בן ציון גאלדמאן און א געוויסע רב דעווידסאן וועלכע ווערן אויסגערעכנט אלס רבנים ומטיפים אין עדות לישראל לר' זלקא ראנד וועלכע זענען פון ווילקעס בעררע,

ווילקעס-בעררע איז נישט אין סקרענטאן, נאר גערוקט 20 מייל איינס פונעם צווייטען.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:בן-בוזי, זייער אן אינטערעסאנטער בילד, איך שטעל מיך פאר אז הרב גוטערמאן איז שטייענדיג ביים וואנט דער דריטער פון לינקס, קענסט עס וועריפירען?

פון וואנעט קומט דער בילד, און איז דא דארט מער אינפארמאציע אויף די חזנים און זייערע נעמען?

נאך איין זאך, איך גלייב אז דער הרב גוטערמאן האט נישט קיין שייכות מיט די רבישע משפחת גוטערמאן מגזע טשיטשילניק-סאווראן, בין איך גערעכט?

ב''ה
כבוד הרב גיב איהם נישט אזויפיל קרעדיט עהר איז דער וואס שטייט ביים עמוד מיט דעם קליינעם בערדעל ס'איז דא שארפע דיבורים פין ר' אהרו אויף
איהם .פאר מען האט געגרינדעט דיא ישיבה אין פילדלפי' האט ר/' אהרן געוואלט עס מאכען אין סקרענטאן אין דער גרויסער גאון האט דאס געשטערט .
---מפני ........ פילדלפי' כידוע איז געווען מקור הקאנסרוואטי .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:

הרה''ח ר' זלמן בארער האט געוואינט דיא לעצטע פאהר יאהר פין זיין לעבין אין סקרענטאן דערפאר ליגט עהר דארט .
הייאהרצייט הוא בכ''ז מנחם אב והשנה יהי' שנת היובל שנת החמישים שנה --אולי נעשה נסיעה
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:בן-בוזי, זייער אן אינטערעסאנטער בילד, איך שטעל מיך פאר אז הרב גוטערמאן איז שטייענדיג ביים וואנט דער דריטער פון לינקס, קענסט עס וועריפירען?

פון וואנעט קומט דער בילד, און איז דא דארט מער אינפארמאציע אויף די חזנים און זייערע נעמען?

נאך איין זאך, איך גלייב אז דער הרב גוטערמאן האט נישט קיין שייכות מיט די רבישע משפחת גוטערמאן מגזע טשיטשילניק-סאווראן, בין איך גערעכט?

ב''ה
כבוד הרב גיב איהם נישט אזויפיל קרעדיט עהר איז דער וואס שטייט ביים עמוד מיט דעם קליינעם בערדעל ס'איז דא שארפע דיבורים פין ר' אהרו אויף
איהם .פאר מען האט געגרינדעט דיא ישיבה אין פילדלפי' האט ר/' אהרן געוואלט עס מאכען אין סקרענטאן אין דער גרויסער גאון האט דאס געשטערט .
---מפני ........ פילדלפי' כידוע איז געווען מקור הקאנסרוואטי .

אזוי גאר? דאס האב איך זיך נישט פארגעשטעלט, טא איז דאך אינטערעסאנט צו דערגיין ווער איז דער איד דער דריטער פון לינקס וואס איז בימים ההם געווען פרומער פונעם רב זעלבסט?
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שטעל עס צוזאמען
אטעטשמענטס
scranton5.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי האט געשריבן:שטעל עס צוזאמען

א דאנק אייך בן בוזי.

פון לינקס צו רעכטס, ערשטע רייע (פארנט) צוויי אומבאקאנטע פערזאנען, דאן שפירא (מיללער: מיר האבן אים דערמאנט אויבן אינעם 'טיים' ארטיקל אלס איינער וועלכער האט מסיים געווען ש"ס, לאמיר זיך אויפשטעלן פאר אים).
צווייטע שורה; חזן נאדלער, אוהב צדק; ר' יעקב גלאסמאן, בני ישראל; הרב גאטטעסמאן, אומאידענטפיצירט, ר' אלחנן יצחק גוטערמאן אב"ד סקרענטאן; חזן הורוויץ, מחזיקי הדת; חזן דאוויד, פען עוו. שוהל; חזן קאערנער, לינדען סט. שוהל; חזן בירנבוים, בני ישראל.

ווער מיר געוואור איז דער דירטער לינקס איז הרב גאטטעסמאן, ברויכן מיר נאר פרובירען צו שאפן מער אינפא. איבער אים, און אינאיינוועגס קענען מיר פרובירען צו דערגיין פרטים איבער ר' יעקב גלאסמאן רב דקהל בני ישראל בסקרענטאן, סוכ"ס איז דאך דער אשכול געווידמעט פאר רבני סקרענטאן.
אטעטשמענטס
Scranton4.jpg
scranton5.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס וויל זיך מיר קלערן צו דער הרב גאטטעסמאן איז דער לאשקעוויצער רבי, בד"צ, עס קען זיין?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:עס וויל זיך מיר קלערן צו דער הרב גאטטעסמאן איז דער לאשקעוויצער רבי, בד"צ, עס קען זיין?

לא .
כיון שהזכרת את לאשקעוויצער רבי ז''ל אולי יודע ידידי היקר מיילעכעל איפה מקום מנוחתו ומתי הייאהרצייט .
כי ברצוני ללמוד משניות לעילוי נשמתו ולילך לציונו לבקש מחילה ממנו . כי כמו בני הנעורים החכמים בעיניהם
לא התנהגתי כשורה נגדו .....והשם הטוב יכפר בעדי
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ידידינו ר' יוסלמאן האט מיר געשיקט אין אישית איבער א דמות אין סקרענטאן פון וועם מיר האבן שוין גערעדט ערגעצוואו, דאס איז אן אייניקל פון דעם באקאנטן מלחין ר' בעריש ווישעווער ע"ה וועלכער האט געדינט אלס שו"ב אין סקרענטאן פאר די קריג.

וויאזוי האט דער איד געהייסען אויפן נאמען? (כמדומני שבספר 'כנפי יונה' לתולדות משפחת הרה"ק מבריד זצ"ל נזכר משפחת ר' בעריש בשגם הוא נמנה בין צאצאי הרה"ק מבריד, אבל אין הספר תח"י כעת לעיין בו) און לויט געוויסע מקורות דערוואוסט זיך ר' יוסלמאן אז ער האט אן אייניקל א דענטיסט וועכלער גייט קיין קרית יואל אינעם ארטיגען מעדיקל צענטער, ברויך מען דאס אויך אויך מברר זיין.

-

בן בוזי דערמאנט דאס רבנות פון הגר"י איסקאלסקי אין סקרענטאן, איז מערקווידיג אראפצוברענגען א שטיקל וואס רב איסקאלסקי שרייבט אלס אן ענטפער צו א איד אין סקרענטאן, ודפח"ח (בספרו תרי"ג מצוות ח"א דף ל"ב)
(קרעדיט פראפ. מארק שפירא אין ספרים בלאג)

פעם אחת השבתי לבעל הבית אחד בעיר סקרענטאן, אשר הייתי שם רב איזה שנים, אשר שאלני השאלה הנושנה של העם, מדוע נשתנו הרבנים מכל בני מלאכה אחרת, אשר הם יושבים זה בצד זה ברחוב אחד או בבית חרושת אחד ואינם שונאים זה לזה, והרבנים מכיון שנמצאים שנים בעיר אינם נוחין זה לזה, אדרבה שונאים הם זה את זה ומחרפים אחד את חבירו, היש איזו סיבה לפליאה זו? והשבתי לו בפשיטות, הלא אם יבואו איש לביתו ויבשר בשורה נעימה לאשתו, כי עזרהו ה' בפרנסתו ויוכל להוסיף לה שפחה על שפחתה שתהיה עזר כנגדה ותוכל לישב בקתדרא, תגיע להגברת שמחה מזה, וגם השפחה היושבת בבית הבישול בשמעה זאת אחורי הדלת נתמלאה רצון משמועה הזאת, כי תהיה לה חברה לעבודתה ולא יפול משא כל הבית עליה. לא כן אם יבוא איש הביתה בבשורה נעימה ומספר לאשתו כי עזרהו ה' בריווח גדול יוכל לקחת עוד אשה אחת על אשתו, כי יוכל לפרנס שתי נשים, אז תמלא קנאת עזה כמוה ותשפוך כל חמתה עליו ובקול רעש גדול תחיל הזעק עליו, כי איננה שפחה בביתו להיות שמח בחברתה, כי בעלת הבית היא ואינה חפצה בשום אופן להניח שניה לצוות ולהנהיג עניני הבית ורק קולה ישמע בכל ענין הנהגת הבית, ואם לא ישמע לה ויקח אשה אחרת עליה תהיה צרה לה. כמו כן אם הרבנים מקיימים מה שנאמר בהוריות (דף י') לא שררות אני נותן לכם, עבדות אני נותן לכם, כי אז היו שמחים אם הקהל מקבל עליו עוד רב, ובקבלת עוד עבד לצרכי הקהל הוקל מעליו עבודת העיר, אך אם הרב מחשיב את עצמו לשר ושופט ונוהג נשיאותו ברמה וכל מילי דמתא יהיו נמתחים אך על פיו ובלעדו לא ירים איש את ידו, אז מביט בעין קנאה על רב השני ואינו מניחו להרים ראש. ועל זה אמרו חכמנו (יומא עא) אלו תלמידי חכמים שדומים לנשים ועושים גבורה כאנשים, כי דרך נשים להם להיות מתקנאות בירך חברתה ולהיות צרה להשניה.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אויך ר' משה וויינבערגער דער רב פון ביהמ"ד הגדול - אנשי אונגארן פון ניו יארק, איז פאר א צייט געווען רב אין סקרענטאן, וואו מ'זעהט פון די ערשטע דרשה אין זיין ספר דרש דרש משה וואס ער האט געזאגט 'קאשר עליתי על כס הרבנות בק' סקרענטאן, א' תולדות תרנ"א'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:ידידינו ר' יוסלמאן האט מיר געשיקט אין אישית איבער א דמות אין סקרענטאן פון וועם מיר האבן שוין גערעדט ערגעצוואו, דאס איז אן אייניקל פון דעם באקאנטן מלחין ר' בעריש ווישעווער ע"ה וועלכער האט געדינט אלס שו"ב אין סקרענטאן פאר די קריג.

וויאזוי האט דער איד געהייסען אויפן נאמען? (כמדומני שבספר 'כנפי יונה' לתולדות משפחת הרה"ק מבריד זצ"ל נזכר משפחת ר' בעריש בשגם הוא נמנה בין צאצאי הרה"ק מבריד, אבל אין הספר תח"י כעת לעיין בו) און לויט געוויסע מקורות דערוואוסט זיך ר' יוסלמאן אז ער האט אן אייניקל א דענטיסט וועכלער גייט קיין קרית יואל אינעם ארטיגען מעדיקל צענטער, ברויך מען דאס אויך אויך מברר זיין.

כ'האב נאכעגוקט אין 'כנפי יונה' הנ"ל דאס איז די רעזולטאטן.

ר' בעריש הלוי הורוויץ נכד בא"ב להשל"ה הק' חתן ר' ישראל שלום טויב בן הרה"ק מבריד זצ"ל, שו"ב בעיר ווישאווא ומלחין מפורסם בקרב קהל חסידים, בתוכם הניגון 'הנענועים' המפורסם בסאטמאר הלא הוא מפרי יצירותיו ז"ל, נספה בשואה הי"ד עם כל משפחתו וכל יוצ"ח, רק בן אחד עם משפחתו נשאר לפליטה.

בנו ר' יעקב משה הלוי הורוויץ ז"ל חתן ש"ב ישראל הכהן כ"ץ מאיהעל, מתחילה איז ער געגאנגען קיין אנטווערפן און בשנת תר"ץ איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז אויפגענומען געווארן אלס שו"ב בעיר סקרענטאן וועלכע איז דאמאלטס צייטן געווען אן עיר ואם בישראל.

והיה המחנה הנשאר לפליטה, פון אים איז נמשך געווארן א שיינע משפחה מיט עטליכע קינדער וועלכע לעבן נאך דאבי און אין אר"י (איין אייניקל איז ר' יעקב הלוי הורוויץ מנהל ישיבת דרכי תורה במאנסי) יראים ושלימים, א טאכטער מרת גאנץ שתחי' וואונט נאך היינט אין סקרענטאן.

ר' יעקב משה איז נפטר געווארן גאנץ יונג בשנת תשי"ד והובל למנוחות אויף ארץ ישראל, זיין ווייב איז געווען נאנט באפריינדעט מיט הרבנית הצדיקת מסאטמאר ע"ה און האט ארויסעגהאלפען מיט די ווירטשאפט פון צייט צו צייט.

יהא זכרם ברוך.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב מיללער, מיר האבן שוין גערעדט [אפשר אין פריוואט] פון דעם ר' יעקב משה תלמיד רבינו, ער איז צוויי מאל געקומען קיין אמעריקא, דאס צוויטע מאל האט ער געברענגט זיין משפחה נאך א הארץ רייסענדע דין תורה און געזעגענען והדברים ארוכים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

גערעכט, אפשר קענט איר טאקע אראפשרייבען מער דערוועגן הרב פארשלאפן.

אגב, עס איז מסתבר אז דער 'חזן הורוויץ' פון מחזיקי הדת וועלכער ווערט געזעהן אינעם בילד אויפן פריערדיגען עמוד, איז אונזער ר' יעקב משה.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

רב מיללער, אז איר האט שוין געטטייטעלט אויפן בילד און ווי אזוי ער האט אויסגעזען וועל איך שוין ערווענען אז אים האט דער רבי ז"ל אמאל ביי א געלעגנהייט מכבד געווען ביי א מלוה מלכה [לכאורה חוה"מ סכות], איש חסיד הי'..
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

מיללער האט געשריבן:גערעכט, אפשר קענט איר טאקע אראפשרייבען מער דערוועגן הרב פארשלאפן.

אגב, עס איז מסתבר אז דער 'חזן הורוויץ' פון מחזיקי הדת וועלכער ווערט געזעהן אינעם בילד אויפן פריערדיגען עמוד, איז אונזער ר' יעקב משה.

מסתבר אז ער איז געווען א חזן. דארט ווי כ'האב געהערט פון אים, ווי שוין געזאגט פריוואט, זאגט ער אז ער איז געווען דער בעל מוסף אין סקרענטאן.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

הרב ישראל יצחק כהנאוויץ געווען א רב אין סקרענטאן און שפעטער געווארן רב אין וויניפעג-קאנאדע
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”