"ממשה ועד משה" - הקשר בין החת"ס להישמח משה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

"ממשה ועד משה" - הקשר בין החת"ס להישמח משה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

דער גרויסער ידען בינינו, הרב סעמיטשקע האט געבעטען אז פארען יחס פונעם חתם סופר צום ישמח משה פארדינט זיך א באזינדערען אשכול,
סעמיטשקע האט געשריבן:מכאן ואילך נחזור צום קעפיל פינעם אשכול בנוגע יחס החת"ס צו חסידים [כבעט ווי פריער נישט צו דערמאנען די קשר צום ישמח משה דאס פארדינט א עקסטערע אשכול].

איך גיי זיין דער מתחיל פונעם אשכול,
איך בעט אבער אז דאס זאל ח"ו נישט אוועק נעמען פון דעם גאר אינטערעסאנטע אנגייענדיגען דיון און דעם 'יחס פון פון חתם סופר צי חסידים' אשכול.
דער דיון זאל דארטען אהנגיין און אינז בארייכען מיט פרישע אינטערעסאנטע ידועות.
די צוויי אשכולות קענען לויפען און טענדאם

איך וועל אנפאנגען מיט א הערה וואס, וויפיל איך האב געקוקט, האב איך נישט געזעהן אז מען זאל דאס דערמאנען.

עס איז ידוע דער באוויסטע תשובה פונעם חתם סופר צום ישמח משה און חלק או"ח סימן קצ"ז, וויא ער איז זיך מתנצל צום ישמח משה איבער די דלטורים וואס מעהאט איבער געגעבען צום אוהם, אז ער, דער חתם סופר, האט בארעדט דעם ישמח משה, און אז ער, דער חתם סופר, האט גערעדט א קעגען דעם זוהר און קבלה און אויף נוסח ספרד.
די תשובה פאנגט ער אהן מיטען לשון
צדיק כתמר יפרח.....מהו' משה תמר נ"ו אב"ד ור"מ דק"ק אוהעלך יעקב משכנותיך ישראל

בתוך התשובה שרייבט ער
אבל ח"ו לא יצא עתק מפי על גברא רבה דכותי' ואם ח"ו יראה פר"מ שגם במה שכתבתי לעיל דרך עוצב בי ינחני בדרך אמת ועל פני יוכיחנו יהלמני צדיק חסד אני אשא ואני אסבול ואקוה שיתפייס ויעלה זכרוני לטובה בתפלתו זכה

עס איז וויכטיג צי וויסען די דאטום פון דער תשובה י"ב אלול תקע"ח לפ"ק

-----
צי דער ישמח משה האט אהנגענומען דער פיוס פונעם חתם סופר ווייס איך נישט

דאס האב איך יא געטראפען, און אוויא איך האב געשריבען פריערט, איך האב נישט געזעהן אז מען זאל עס דערמאנען, (אפשר די ידענים דא וויסען יא דערפון)

מיט א פאר חדשים שפעטער נאך דער תשובה צום ישמח משה, איז געקומען צום חתם סופר א שאלה פון צוויי תלמידים זיינע וואס האבען געוואוינט און אוהעל
דער תשובה איז געדרוקט און חתם סופר קובץ תשובות, הוצאות מכון חתם סופר שנת תשל"ג.
עס איז א אוסף פון תשובות חתם סופר וואס זענען נאך קיינמאל נישט געווען געדריקט.

עס איז א קורצע תשובה פון צוויי פערעגרעפס
דער דאטום איז י"ג שבט תקע"ט לפ"ק פינף חדשים נאך י"ב אלול תקע"ח לפ"ק דער דאטום פונעם תשובה צום ישמח משה

די ערשטע פארעגראף ענטפערט ער פאר זיינע תלמידים וואס זיי האבען אוהם געפרעגט.
די צווייטע פארעגראף איז וואס איז פאר אונז נוגע, און וויא עס זעהט אויס, האט דער חתם סופר מורא געהאט פונעם ישמח משה און האט נישט געוויסט אויב דער ישמח משה האט אהנגענומען זיין פיוס
וזל"ק
עד כאן דברתי בלשון חכמים מרפא, אך לדינא לא זו הדרך להביא ממרחק לחם התורה, ואפילו מעיר קטנה ואנשים בה מעט אין דרכי להשיב כי אם להרב מרא דאתרא השואל, ומכ"ש באתרי' דפר"מ שרוי רב וגאון אומן מופלא כפי הנשמע, אין אחריותם עלי, ובפרט כפי הנשמע אורייתא ארתחי' עלי וקפיד טובא על דבר פחות מזה, ובימים הנוראים שעברו נכנסתי מן הפיוסים ולפנים וערכתי לו אגרת בלול קצת בתורה ובהכנעה ופיוס, ולא ענני דבר לאמר שמעתי דבריך, וא"כ אסתגר בקמיתא, ומה לי לצרה הזאת ואני שלום
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום זונטאג יוני 14, 2009 9:55 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

ר' שמחה יפה עשית! און די באשעפער וועט שענקען פרישע כוחות צו טאנצען אויף ביידע חתונות.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

אין חוט המשולש ברענגט ר' שלמה סופר אז בשנת תרמ"א האט ער זוכה גיווען "לקבל פני הגאון הגדול קדוש ד' רבי יקותיאל יהודא ט"ב זצ"ל שהיה אבדק"ק סיגוט", און דער ייטב לב האט אים דערציילט אז סאיז אים אליין מונח בזכרון, די עובדא וואס איז רגיל בפי העולם אז דער חת"ס האט זיך מגלה גיוען צום ישמח משה יום כיפור.
ומעשה שהיה כך היה, ליל יום כיפור ביינאכט איז פלוצלונג נתגלה גיווארען דמות דיוקן החת"ס צום ישמח משה, און הגם די צוויי האבין זיך מעולם נישט באגעגונט פנים אל פנים אפ"ה האט דער ישמח משה פארשטאנען אז דאס איז זער חת"ס, דער ישמח משה האט נישט קלאר פארשטאנען ואס דער חת"ס וויל מיט דעם נאר אזויפיהל האט ארויסגינעמין אז ער איז זקוק לרחמי שמים, דעריבער האט ער מתפלל גיווען בכללות לטובתו, מוצאי יו"כ האט דער יש"מ נאכגעשוקט צו א תלמיד פון חת"ס וואס הא געוואונט אין אויהעל און האט אים פארבעטין ער זאל אויסמשלען דמות דיוקן רבו, וואו דער תלמיד האט פארענדיגט איז דער יש"מ שוין גיווען זיכער אז סגיווען דער חת"ס וואס איז געקומען צו אים.
ממחרת יום הכיפורים איז אנגעקומען די שליח פינעם פאסט מיט א בריוו פון פרעשבורג, דער יש"מ פרעגט אים ווען איז די בריו אנגעקומען האט ער אים גיענטפערט נאך ערב יוה"כ נאר להיות דער רבי איז זייער טרוד ערב יוה"כ האט ער פארשטאנען אז סקען אויסווארטען אויף ביז דעם היינטיגין טאג, ווען דער יש"מ עפענט דער בריוו האט ער געפונען א בקשה פון יש"מ אז ער זאל איינרייסען פאר אלע זיינע בנים וואס זענען דאן פארשטעקט גיווארען מיטן חולי-רע קרענק.

עד כאן הסיפור, דער עובדא איז פארגעקומען אום שנת תק"ף ווי ר' שלמה שילדערט אין חוט המשולש וואס בשנה ההוא איז די בינ החת"ס קראנק גיווארען מיטן אויבענדערמאנטער מחלה [דער ייטב לב איז אנגעקומען לבית זק' היש"מ בהיותו צוועלף יאהר ווי עס ווערט געשילדערט אין "תהלה למשה" וואס דאס איז באמצע שנת תק"ף, ואולי לא דק סקען זיין ער איז אנגעקומען ביי די עלף אהאלב וכדו' א"נ איז ער דארט גיווען עם אביו ר' אלעזר ניסן בצל זק' אויף יוה"כ, דער ערטע פאסטין וואס ר' א"נ האט געהאט איז גיווען אין סיגעט בשנת תקצ"ד דעריבער איז שטארק מסתבר אז ער איז גיווען ביי אביו היש"מ אויף יו"ט הגם ער האט גיוואונט בשעתו אין דרוהביטש ביי זיין עלטער שווער].

די תשו' אין סימן קצ"ז משנת תקע"ח ווי ער פארבעט די ישמח משה בסוף התשו' "ואקוה שיתפייס ויעלה זכרוני לטובה בתפלתו זכה" ווייסט מען נישט ווילאנג עס האט גענומען די פיוס זאל חל זיין אבער בשנת תק"ף האט שוין דער יש"מ איינגעריסען עבור בני החת"ס.

אויך איז דא אתשובה אין או"ח סימן ט"ז משנת תקצ"ג וואס איז געווידמעט בנוגע משנה זיין מנוסח אשכנז לספרד און אויך בנוגע לבישת בגדי צמר בשעת התפילה, ער באציהט זיך צו אן אגרת וואס דער יש"מ האט געשריבען וואס דער שואל האט דאס אריינגעשטעלט אין זיין שאלה.

די שואל זעהט מען האט גיהאט קשר צום יש"מ און אין די גאנצע תשו' דערמאנט ער נישט קיין דבר כלשהו בנוגע זיך איבערבעטין מיטן יש"מ ווי מען זעהט און די תשו' משנת תקע"ח.

סאיז אינטערסאנט ווי דער חת"ס דרוקט זיך אויס אנהויב תשובה אויף אן ענין וואס ער האט מכון גיווען לדעתו פון ישמח משה "היש חיך מתוק מזה".

צום סוף תשו' איז זיך די חתם סופר שטארק מתמרמר אויף די פילוג במחנות ישראל חסידים [תלמידי בעשט] ופרושים [תלמידי הגאון] ווי מוועט נאך מרחיב זיין די דיבור בהאי ענינא און וועגין די דין תורה וועגין כוללים.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מ'האט געזאגט אז די צוויי הייליגע משה'ס האבן זיך געקאכט מיט די צוויי אנדערע משה'ס,
דהיינו דער חת"ס האט זיך געקאכט אין רמב"ן, און דער יש"מ אין רמב"ם,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

ס'באקאנט סהאבין מעיד גיווען כמה צדיקים אז דער חת"ס איז נשמת רמב"ן [יש כמה מקורות ע"ז].

א שיינע הוספה צודעם האב איך אמאהל גיהערט פון מגיד מישרים ר' יוסף חיים גרי"וו אז דעריבער האט ער זיך געחתמעט משה און דערנאך הקטן להיות ער האט נישט גיוואלט שרייבין הקטן אויף נשמת רמב"ן נאר פאר סופר האט ער געשריבען הקטן, ער האט נישט דערמאנט א מקור אויף דעם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' יוסף נפתלי אין די הקדמה צום דרשות חת"ס (וואס איז אגב א ספר כמעט יחיד במינו און קען עקסטער ארומגערעדט ווערן) רעדט ארום וועגן די התקשרות פונעם חת"ס צום רמב"ן הק', ער ברענגט ארויס אז עס איז כמעט נישט געווען קיין דרשה וואס דער חת"ס האט נישט דערמאנט דעם רמב"ן.

איבער דעם התקשרות פונעם ישמח משה צום רמב"ם, ברויך מען נאך מער מברר זיין עס איז נישט אזוי מוכיח פון ספרי דבי מר אז ער זאל עפעס האבן א ספעציעלע חשיבות צום רמב"ם, אבער דאס איז נאר דאמירן דעלמא פוןן מינאי הקטן אשר קטנם עבה ממתני, איך ברענג עס נאר ארויס אז מען ברויך די מקורות.

די מעשה פון מזכיר זיין בני החת"ס צום ישמח משה, האב איך געוואוסט אז דאס איז סובב אויפ'ן כתב סופר וועלכער איז אלס קינד שטערבליך קראנק געווען, דעמאלטס איז געווען די מעשה מיט חברה קדישא וועלכע האבן שוין געהאט געצינדען ליכט און די ליכט האט מען שפעטער אנגעצינדען ביי די חתונה, דער כתב סופר האט דעמאלטס צובאקומען דעם נאמען 'אברהם' אלס סגולה.
אוועטאר
יצמחפורקניה
שר מאה
תגובות: 243
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצמחפורקניה »

סעמיטשקע האט געשריבן:אין חוט המשולש ברענגט ר' שלמה סופר אז בשנת תרמ"א האט ער זוכה גיווען "לקבל פני הגאון הגדול קדוש ד' רבי יקותיאל יהודא ט"ב זצ"ל שהיה אבדק"ק סיגוט", און דער ייטב לב האט אים דערציילט אז סאיז אים אליין מונח בזכרון, די עובדא וואס איז רגיל בפי העולם אז דער חת"ס האט זיך מגלה גיוען צום ישמח משה יום כיפור.

ומעשה שהיה כך היה, ליל יום כיפור ביינאכט איז פלוצלונג נתגלה גיווארען דמות דיוקן החת"ס צום ישמח משה, און הגם די צוויי האבין זיך מעולם נישט באגעגונט פנים אל פנים אפ"ה האט דער ישמח משה פארשטאנען אז דאס איז זער חת"ס, דער ישמח משה האט נישט קלאר פארשטאנען ואס דער חת"ס וויל מיט דעם נאר אזויפיהל האט ארויסגינעמין אז ער איז זקוק לרחמי שמים, דעריבער האט ער מתפלל גיווען בכללות לטובתו, מוצאי יו"כ האט דער יש"מ נאכגעשוקט צו א תלמיד פון חת"ס וואס הא געוואונט אין אויהעל און האט אים פארבעטין ער זאל אויסמשלען דמות דיוקן רבו, וואו דער תלמיד האט פארענדיגט איז דער יש"מ שוין גיווען זיכער אז סגיווען דער חת"ס וואס איז געקומען צו אים.


איך וויל נישט אריינמישען דעם נושא פון חסידות, כבקשת ר' שמחה. אבער ההכרח לא יגונה:

אויף די אויבענדערמאנטע מעשה, האט רביה"ק הדברי יואל מסאטמאר זי"ע מעיר גוועהן, אז פון דא איז א ראיה הכרחית אז דער חת"ס האט זיך אנגעהערט צו די תלמידי הבעש"ט הק', ווייל די מדריגה צו קענען שיקען די אייגענע צורה צו א צווייטען מקום, דאס האבען געקענט נאר די תלמידי הבעש"ט הק'.

און דא מוז דאך זיין אז דער חת"ס האט ברצונו געשיקט זיין צורה צום ישמח משה, ווייל דער ישמח משה האט דאך נישט געקענט די צורה פונעם חת"ס, אלא מכאן שמע מינה שחסיד היה !

(די ראיה איז גילטיג נאר פאר סאטמארער חסידים, ווייל ווער קען דען מעיד זיין אויף די דאזיגע מדריגה אז דאס גהערט אויסשליסליך נאר צו תלמידי הבעשטה"ק ?)
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

ר' יצמח איר האט א מקור?

עס איז דעם אנהויב ווינטער געדרוקט געווארן צום סוף פון איינע פון די קונטריסים פון די אידישע תורות, א פונקטליכע העתקה פון א טעיפ (ביי די סעודות ברית מילה פון מהר"ח רובין פון ראפשיץ, א פלומעניק פון רבי'ן) ווי דער רבי דערציילט די מעשה מיט אלע דעטאלן, איך דענק נישט די הוספה. מעגליך אז אין אן אנדער געלעגנהייט האט ער דאס מוסיף געווען (ר' יודל אין קעמפ פלעגט דאס מוסיף זיין, אבער נישט בשם דעם רבי'ן).

בנוגע וועגן דעם חתם סופר מיט רמב"ן, איז דא א תשובה ווי איינער פרעגט אן דעם חתם סופר אז היות עס זענען פאראן מאסן חידושים פון חתם סופר אויפן רמב"ן על התורה, דעריבער האט ער חשק צו דרוקן א חומש מיט'ן רמב"ן און חי' חתם סופר דערנעבן. דער חתם סופר ווארנט אים אן, ער זאל נישט אויסשטיין דאס צו טאן.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מילער
א קליינע מקור אז דער יש"מ האט געבעטן ער וויל האבן די יראה פונעם רמב"ם, און ער האט דאס נישט געקענט אויסהאלטן
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ליפשיץ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליפשיץ »

ליפשיץ האט געשריבן:בנוגע וועגן דעם חתם סופר מיט רמב"ן, איז דא א תשובה ווי איינער פרעגט אן דעם חתם סופר אז היות עס זענען פאראן מאסן חידושים פון חתם סופר אויפן רמב"ן על התורה, דעריבער האט ער חשק צו דרוקן א חומש מיט'ן רמב"ן און חי' חתם סופר דערנעבן. דער חתם סופר ווארנט אים אן, ער זאל נישט אויסשטיין דאס צו טאן.


וועלנדיג זיין קארעקט, האב איך נאכגעזוכט בפנים די תשובה אין חתם סופר. ס'איז אין ליקוטי תשובות ח"ו, סימן ס"א.

די תשובה איז א תשובה וואס איז ווערט מ'זאל דאס דורכלערנען. ער שרייבט דארט קעגן דרוקן דעם רמב"ן עה"ת כחיבור בפני עצמו, אנעם פנים המקרא. ווי אויך איז ער קעגן דרוקן א חומש בלויז עם פי' הרמב"ן אן די פירש"י. און בעיקר זעט מען דארט זיין קאך אין רמב"ן עיי"ש.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

מיללער האט געשריבן:די מעשה פון מזכיר זיין בני החת"ס צום ישמח משה, האב איך געוואוסט אז דאס איז סובב אויפ'ן כתב סופר וועלכער איז אלס קינד שטערבליך קראנק געווען, דעמאלטס איז געווען די מעשה מיט חברה קדישא וועלכע האבן שוין געהאט געצינדען ליכט און די ליכט האט מען שפעטער אנגעצינדען ביי די חתונה,


און רשומים בשמך ווערט געשילדערט אז די ליכט האבן די ח"ק גיגעבין במתנה דורן דרשה לבר מצוה, געפאקט אין א שיינע ביקסל וואס עס גיווען די דאזיגע אויפשריפט "אם אתה תשמור את נרי, אשמור את נרך".

אין חוט המשולש שילדערט ער אז אלע בני החת"ס זענען דאן גיווען על ערש דוי.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

סדא אן ענליכען סיפור פון וואס עס ווערט דערמאנט אויבין וועגין די התגלות ביוה"כ.

דאס איז גיווען יוה"כ שנת ת"ר, די יש"מ גייט ארויף עולה זיין לתורה און רופט זיך פתאום אהן דער פרעשבורגער רב דארף רחמים, דארט איז גיווען א תלמיד חת"ס וואס איז אנגעקומען אויף אויהעל דאס איז גיווען ר' מרדכי שלאנק, און הערענדיג די ווערטער איז אים ארויפגיפאלין א שרעק, תיכף מוצאי יוה"כ איז אריין צום יש"מ פרעגין פשר הדברים פון וואנט ווייסט ער, ענפערט אים די יש"מ כהאב גיזעהן ווי דער תפילות חת"ס ווערין באגלייט מיט אלפי נשמות תנאים ואמוראים און די רמבם מיטן רמבן זענין עומד מימינו ומשמאלו.

ווען די חת"ס איז גיווען מונח על ערש דוי סוף שנת תר"א איז ארויס לאור עולם די ערשטע פון די סעריע תשו' חת"ס [פרעסבורג שנת "עט סופ"ר מהי"ר"] און מהאט עס דערלאנגט פארין יש"מ, נאכן מעיין זיין וואס מהאט אים גיבריינגט רופט ער זיך "מוויסט נישט ווי שטארק מפרייט זיך אויבען אין הימל צו די תשו' וואס דער חת"ס האט געשריבען".
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

על דרך לא דרך איז נעכטן נאכט אנה לידי די ס' "הגאון הקדוש בעל ישמח משה", א ליקוט נפלא בתולדות הרב ישמח משה, ארויסגיגעבין דורך "הוצאת ירושלים" דהיינו ר' יוסל אשכנזי בשנת תדש"ם, און דער מלקט איז דער חוקר נפלא ר' יוסף משה סופר לרפו"ש, גר באונגערישער הייזיר ירושלים עיה"ק.

איינע פון די פרקים איז ער מקדיש טאקע אויף דעם געביט פון די התקשרות יש"מ צום חת"ס און טאקע אונטערין כותר "ממשה ועד משה", און רוב דברים שנאמרו הכא האט ער שוין זייער שיין באשריבען און מלקט גיווען דבר דבר על אופניו, דעריבער זעה איך נישט מער קיין תועלת ווייטער אנצוגיין מיט די אשכול ולא אמרו רבנן בכפילא.

אויב איינער האלט אז לתועלת איז ראוי מעתיק צוזיין פינעם ספר זאל מודיע זיין אין אישית, און פאר די חכמים וואס ווייסין ווי אזוי אהער צושטעלין לינקס וואלט אפשר כדי גיווען זיי זאלין אהער לינקען די פרקים כ"ו און כ"ח פינעם אויבינדערמאנטע ס' ופטור אן עסק.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

סעמיטשקע האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די מעשה פון מזכיר זיין בני החת"ס צום ישמח משה, האב איך געוואוסט אז דאס איז סובב אויפ'ן כתב סופר וועלכער איז אלס קינד שטערבליך קראנק געווען, דעמאלטס איז געווען די מעשה מיט חברה קדישא וועלכע האבן שוין געהאט געצינדען ליכט און די ליכט האט מען שפעטער אנגעצינדען ביי די חתונה,
און רשומים בשמך ווערט געשילדערט אז די ליכט האבן די ח"ק גיגעבין במתנה דורן דרשה לבר מצוה, געפאקט אין א שיינע ביקסל וואס עס גיווען די דאזיגע אויפשריפט "אם אתה תשמור את נרי, אשמור את נרך".

אין חוט המשולש שילדערט ער אז אלע בני החת"ס זענען דאן גיווען על ערש דוי.
יאך געדענק ליינענדיג אז די לעכ"ט האט דער פרעשבורג'ער רב רבי עקיבא סופר במ"ס דעת סופר,
געוויזן פאר דעם בעלזא רב מהר"א שוין אין ארץ ישראל, ווען דער בעלזא רב איז אים געקומען באזוכן,
על פי חשבון עקזעסטירן נאך די לעכ"ט היינט צו טאג.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

סעמיטשקע האט געשריבן:דאס איז גיווען יוה"כ שנת ת"ר, די יש"מ גייט ארויף עולה זיין לתורה און רופט זיך פתאום אהן דער פרעשבורגער רב דארף רחמים, דארט איז גיווען א תלמיד חת"ס וואס איז אנגעקומען אויף אויהעל דאס איז גיווען ר' מרדכי שלאנק, און הערענדיג די ווערטער איז אים ארויפגיפאלין א שרעק, תיכף מוצאי יוה"כ איז אריין צום יש"מ פרעגין פשר הדברים פון וואנט ווייסט ער, ענפערט אים די יש"מ כהאב גיזעהן ווי דער תפילות חת"ס ווערין באגלייט מיט אלפי נשמות תנאים ואמוראים און די רמבם מיטן רמבן זענין עומד מימינו ומשמאלו.

ווען די חת"ס איז גיווען מונח על ערש דוי סוף שנת תר"א איז ארויס לאור עולם די ערשטע פון די סעריע תשו' חת"ס [פרעסבורג שנת "עט סופ"ר מהי"ר"] און מהאט עס דערלאנגט פארין יש"מ, נאכן מעיין זיין וואס מהאט אים גיבריינגט רופט ער זיך "מוויסט נישט ווי שטארק מפרייט זיך אויבען אין הימל צו די תשו' וואס דער חת"ס האט געשריבען".
אין אייער צווייטע שטיקל האט איר א שטיקל איהרטום, דער חת"ס איז אוועק כ"ה תשרי ת"ר,
און די סיפור מיט דעם ישמח משה איז יעמאלט על פי חשבון געווען 15 טאג פאר די פטירה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין כתב סופר יענע וואך פר' שופטים ביי די פרשה פון שום תשים עליך מלך, ברענגט דער כתב סופר 'ממה שאמרתי בהספידא של הרב הצדיק מהר"מ טייטעלבוים' ער רעדט דארט גאר שיין פון דעם ענין וואס ערליכע אידען זענען מתפלל אויפן דור ער טייטשט דאס אריין אין די גמ' 'מתוך שחסידים היו תורתן משתמרת'.

דער כתב סופר איז שוין געווען פרעשבורגער רב ווען דער הייליגער ישמח משה איז נסתלק געווארן, איך קלער צו דער כתב סופר האט דערמאנט דער ענין פון מתפלל זיין אויף אנדערע טאקע צוליב הכרת הטוב וואס דער יש"מ האט מתפלל געווען פאר אים זעלבסט בימי נעוריו ווי שוין דערמאנט.

זכות כל הצדיקים יגן עלינו.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”