ר' שמואל קויפמאן ממיראפאל ניו יארק-כ' סיון תרצ"ח

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' שמואל קויפמאן ממיראפאל ניו יארק-כ' סיון תרצ"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:ר' שמואל קויפמאן ממיראפאל-כ' סיון תרצ"ח
נולד בשנת תרל"ג לאביו ר' אברהם דוד מרבינו ממיראפאל בן ר' משה בן ר' שמואל "השני" מקאמינקא בן ר' משה אהרן בן הרה"ק ר' צבי הירש מקאמינקא תלמיד הבעש"ט.
ולאמו בת ר' צבי הירש מקאמינקא נכד ר' שמואל "הראשון" מקאמינקא תלמיד הבעש"ט.
בשנת תרפ"ג נמלט עם בני ביתו מן הפרעות ברוסיה לארה"ב ונתפרסם בשם "הצדיק ממיראפאל".
פתח בית מדרשו במאנהעטן רחוב הענרי סטריט בשם "בית שמואל".
גאון בתורה וחידושיו נתפרסמו בקובץ הפרדס.
חיבר ספר בשם "תפארת שמואל".
בהקדמתו לספרו כותב: "והנה בהיותי במדינת רוסיא בעיר מולדתי מיראפאליא, היה לי כתבים הרבה מאד מחידושי תורה הן בנגלה והן בנסתר. אך לדאבון נפשי לא זכיתי להביאם עמדי למדינת אמעריקא, כי לא היה באפשר מגודל השערורה שהיה אז בעת שברחתי מביתי, ודי היה להפקיע את עצמי ואת ב"ב משם, להנצל מחרב והרג ואבדן. ואחרי בואי הנה הגיעה השמועה לאזני אשר כבר קרעו הרשעים כל הכתבים הנשארים שם והלכו לאיבוד וחבל על דאבדין ולא משתכחין. ועל כתבים אלה אני בוכיה כי הוא אבידה שאינה חוזרת ושוב לא יעלה ויבוא על מכבש הדפוס לעולם. ואשר ע"כ גמרתי בדעתי בעזר השם להביא עכ"פ לדפוס החידושי תורה מה שחנני השי"ת בכל שבת ושבת לאמר לפני חבירים המקשיבים לקולי בפה מדינת אמעריקא....".

נסתלק כ' סיון ומנו"כ ב'אלד מאנטיופארי סעמעטערי בקווינס.זצ"ל.
בנו: ר' משה לא נהג באדמורו"ת.

מיילעך,
וויאזוי איז דער מיראפאלער געווען א 'נכד בעש"ט' (קוק אויף די מצבה)?
אטעטשמענטס
shmuel-kaufman1.jpg
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום פרייטאג יוני 12, 2009 12:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' שמואל קויפמאן מיראפאל ב"ר אברהם דוד ב"ר משה חתן ר' צבי בן ר' אהרן מטיטיוב בן ר' צבי בן הבעש"ט הק'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' מיילעך.

איך האב עגפונען דעם ניו יארק טיימס ארטיקל ווי זיי באשרייבען זיין פטירה (א דאנק מיילעך פאר די מראה מקום), עטליכע מערקווידיגע פונקטן:

* לויט די טיימס איז ער שוין געקומען קיין אמעריקא תר"פ (און נישט תרפ"ג)
* עטליכע טויזנט מענטשן האבן זיך באטייליגט ביי די לוי'
* עפעס האט ער ארקעסטרירט א געדאנק פון שפילען א מעשה פון א 'דיבוק' וואס פון דעם איז שפעטער דעועלאפט געווארן א מאווי-פילם דער דיבוק אין די אידישע טעאטער.

למעשה פונעם וויקיפידע וואס איך האב געלינקט, שטימט מיר בכלל נישט די דאטומען און לאקאציעס, אז דער מיראפאלער רבי זאל בכלל עפעס האבן א שייכות מיט דעם, עפעס איז דא פארנעפלט.

דער ארטיקל במיליאו
אטעטשמענטס
NYT Miropol.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אין זיין ספר תפארת שמואל הנ"ל, איז ער מאריך בתולדות אבותיו הצדיקים תלמידי ונכדי הבעש"ט הק' נבג"ם.

בשנת תשנ"ו האט אן אייניקל פונעם מחבר, ר' אברהם ב"ר יו"ט ליפמאן לעווין , ארויסגעגעבן תפארת שמואל חלק ב' פון כתבי ידות וואס איז געליגען אין שטוב פון א טאכטער פונעם מחבר.

דער הרב לעווין איז באמת נישט אליינס קיין אייניקל, נאר זיין ווייב מרת רייזל בת ר' מרדכי (?) איז די אייניקל, ר' מיילעך, איך זעה אז איר ווייסט נישט ווער די טאכטער פון דעם מיראפאלער רב איז געווען, אפשר איז דער ר' מרדכי איר זוהן, וצריך בירור.

עס איז כדאי צו דערמאנען דעם לויאב-מיראפאלער רבי פון טשעלסי, ר' מנחם נחום יוסף טווערסקי ז"ל, וועלכער איז געווען א שוואגער מיט ר' שמואל זייענדיג אן איידעם ביי זיין פאטער ר' אברהם דוד מרבינו-קאופמאן ז"ל ממיראפאל.

די מצבה פון די שוועסטער אשת הרה"צ ממיראפאל-טשעלסי הנ"ל (קרעדיט מיילעך)
אטעטשמענטס
IMG_2201.JPG
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

בייגעלייגט א בילד פון ר' שמואל ממיראפאל:
אטעטשמענטס
IMG_2215.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

היסטארישער בילד פון די שילד העכער דעם אריינגאנג צום הויז פון דעם מיראפאלער רבי זצ"ל, זעהט אויס אז דאס האט כאטש געברענגט מענטשן מהנה צו זיין א איד א בנש"ק.
אטעטשמענטס
Miropil.jpg
Miropil.jpg (14.68 KiB) געזען 4386 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הפרדס מעלדט די אבידה
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_12093_5.JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נאך אן אייניקל פון די קאמינקער (נישט פארמישען מיט ר' שלום ראזענפעלד-קאמינקער) גזע וועלכער האט משמש געווען ברבנות דאהי אין אמעריקא פאר די קריג איז געווען ר' דוד קאמינקער אב"ד קהל 'כנסת ישראל - נוסח ספרד' אין שיקאגא, אילינאוס ושם מנ"כ.

ר' דוד איז געבוירען צו זיין פאטער ר' שמואל המכונה ר' שמואל נאריסקער [בנו של ר' משה ב"ר שמואל השני] א ברודער מיט ר' אברהם דוד ממיראפאל, ער האט קודם משמש געווען ברבנות אין שטאט איגנטיווקא פלך קיעוו, ובשנת תרפ"ח איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין די דערמאנטע קהילה אין שיקאגא.

פאלגענד איז א בריוו פונעם ליובאוויטשער רבי דער ריי"צ ווי ער באגריסט אים צו זיין רבנות פאסטן אין שיקאגא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 32&hilite=

ר' דוד איז פלוצים נפטר געווארן נאך א הארץ אטאקע ביי די חופה פון זיין טאכטער ביום ל' כסלו שנת תש"ד, און ער איז געקומען למנוחות אויפן וועלדהיים ביה"ח אין שיקאגא, שפעטער בשנת תש"י ווען דער הארנאסטייפלער רבי פון שיקאגא, ר' בנציון יהודא לייב ב"ר מרדכי דוב, איז נפטר געווארן האט מען אים געלייגט נעבן ר' דוד קאמינקער און מ'האט געבויעט א בשותפות'דיגען אוהל ארום די צוויי ציונים.

ר' דוד האט איבערגעלאזט צוויי זון און צוויי טעכטער.

בייגעלייגט; מעלדונג אין הפרדס איבער דאסקומען פון ר' דוד קיין שיקאגא, בילדער פונעם אוהל אין שיקאגא (קרעדיט; קברים פינטל קאם)
אטעטשמענטס
DKaminker.JPG
dovid-kaminker.jpg
ben-tzion-yehuda-leib-twersky.jpg
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

א מכתב פון ר' שמואל קויפמאן צו ר' מנחם הכהן ריזיקאוו ותשובתו אליו
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=217
אינעם ספר תורת הכהנים ועבודת ביהמ"ק שחיבר ר"מ ריזיקאוו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א שיין בילד פונעם מיראפאלער רבי פון ניו יארק (קרעדיט, קברים.קאם)
אטעטשמענטס
kaufman-Kaminka-Rabbe.jpg
kaufman-Kaminka-Rabbe.jpg (44.1 KiB) געזען 4253 מאל
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

אויף גוגל בוקס איז פאראן אן אויפלאגע פונעם ספר פרי הארץ להרה"ק ר' מנחם מענדל מוויטעפסק אונטערן נאמען פרי עץ וואס איז אן העתקה פון דער כתב יד וועלכע איז געלעגן ביי הרה"ק ר' אהרן מטשארנאביל (וואס א חסיד פון טברי' האט איהם דאס מעתיק געווען), איז אינטערעסאנט אז דער מעתיק איז ר' אברהם דוד מרבינו פון קאמינקא. ס'וואלט אפשר געווען אינטערעסאנט צו וויסן אויב ער איז ספעציעל געפארן אויף טשערנאביל כדי מעתיק צו זיין דעם ספר, אדער איז ער געווען אן אפטער גאסט אין טשערנאביל און אזוי ארום אויך מעתיק געווען דעם פרי עץ.
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

בן בוזי האט געשריבן:אויף גוגל בוקס איז פאראן אן אויפלאגע פונעם ספר פרי הארץ להרה"ק ר' מנחם מענדל מוויטעפסק אונטערן נאמען פרי עץ וואס איז אן העתקה פון דער כתב יד וועלכע איז געלעגן ביי הרה"ק ר' אהרן מטשארנאביל (וואס א חסיד פון טברי' האט איהם דאס מעתיק געווען), איז אינטערעסאנט אז דער מעתיק איז ר' אברהם דוד מרבינו פון קאמינקא. ס'וואלט אפשר געווען אינטערעסאנט צו וויסן אויב ער איז ספעציעל געפארן אויף טשערנאביל כדי מעתיק צו זיין דעם ספר, אדער איז ער געווען אן אפטער גאסט אין טשערנאביל און אזוי ארום אויך מעתיק געווען דעם פרי עץ.

רבי אברהם דוד ממיראפאל זצ"ל איז געווארן אויפגעצויגן ביי זיין פעטער רבי אהרן מטשערנאביל זצ"ל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

יחוסו אל הבעל שם טוב הק'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיילעך האט געשריבן:ר' שמואל קויפמאן מיראפאל ב"ר אברהם דוד ב"ר משה חתן ר' צבי בן ר' אהרן מטיטיוב בן ר' צבי בן הבעש"ט הק'.

רבי משה היה לכאורה חתן רבי אברהם דוד טארשאטשער בן רבי צבי מקארסטשוב חתן רבי אהרן מטיטיוב
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

יחוסו אל הבעל שם טוב הק'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

נחוניא האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:ר' שמואל קויפמאן מיראפאל ב"ר אברהם דוד ב"ר משה חתן ר' צבי בן ר' אהרן מטיטיוב בן ר' צבי בן הבעש"ט הק'.

רבי משה היה לכאורה חתן רבי אברהם דוד טארשאטשער בן רבי צבי מקארסטשוב חתן רבי אהרן מטיטיוב

בייגעלייגט איז א קאפי פונעם ספר "אהלי שם" ווי ער שרייבט די יחוס פון הרב אהרן קאמינקער ז"ל א זון פון הרב שמואל קאמינקער דער ברודער פון רבי אברהם דוד ממיראפאל זצ"ל.
ער שרייבט אז "מצד אמו" איז ער אן אייניקל פון רבי אברהם דוד טאראשטשער. לכאורה דארף מען זאגן אז עס מיינט מצד אמו פונעם פאטער רבי שמואל, און נישט מצד אמו פון רבי אהרן. ווייל די מוטער פון רבי אהרן איז געווען די טאכטער פון רבי משה'לע ראזענשטיין א טשערנאבלער חסיד אין נארינסק, וואו רבי אהרן זעלבסט שרייבט אין אן ארטיקל איבער די שטאט נארינסק.
אינעם ספר "שארית לשארית" עמ' יד-טו שטייט אז זיי זענען געווען אייניקלעך פון רבי הערשיק דער זון פון רבי אברהם מקארסטשוב.
וואו עס איז לעצטענס נתברר געווארן איז דער רבי הערש מקארסטשוב געווען דער ערשטער מאן פון הרבנית סימא חישא די טאכטער פון רבי אהרן מטיטיוב.
רבי אהרן טשערנאבלער איז בזיווג שני געווען אן איידעם ביי הרבנית סימא חישא ע"ה.
אטעטשמענטס
22.jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

המודיע י"ד כסלו תרע"א - על פטירת רבי אברהם דוד ממיראפאל זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

א מעלדונג אין "המודיע" י"ד כסלו תרע"א איבער די פטירה פון רבי אברהם דוד ממיראפאל זצ"ל
אטעטשמענטס
myropol (2).jpg
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי דוד קאמינקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:נאך אן אייניקל פון די קאמינקער גזע וועלכער האט משמש געווען ברבנות דאהי אין אמעריקא פאר די קריג איז געווען ר' דוד קאמינקער אב"ד קהל 'כנסת ישראל - נוסח ספרד' אין שיקאגא, אילינאוס ושם מנ"כ.

ר' דוד איז געבוירען צו זיין פאטער ר' שמואל המכונה ר' שמואל נאריסקער [בנו של ר' משה ב"ר שמואל השני] א ברודער מיט ר' אברהם דוד ממיראפאל, ער האט קודם משמש געווען ברבנות אין שטאט איגנטיווקא פלך קיעוו, ובשנת תרפ"ח איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין די דערמאנטע קהילה אין שיקאגא.

פאלגענד איז א בריוו פונעם ליובאוויטשער רבי דער ריי"צ ווי ער באגריסט אים צו זיין רבנות פאסטן אין שיקאגא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 32&hilite=

ר' דוד איז פלוצים נפטר געווארן נאך א הארץ אטאקע ביי די חופה פון זיין טאכטער ביום ל' כסלו שנת תש"ד, און ער איז געקומען למנוחות אויפן וועלדהיים ביה"ח אין שיקאגא, שפעטער בשנת תש"י ווען דער הארנאסטייפלער רבי פון שיקאגא, ר' בנציון יהודא לייב ב"ר מרדכי דוב, איז נפטר געווארן האט מען אים געלייגט נעבן ר' דוד קאמינקער און מ'האט געבויעט א בשותפות'דיגען אוהל ארום די צוויי ציונים.

א באריכט אין "המודיע" ה' אב תרע"ג אז רבי דוד קאמינקער איז געווארן אויפגענומען אלס רב פון איגנאטיווקא
אטעטשמענטס
kaminker (2).jpg

א באגריסונג פון זיין פעטער רבי אפרים קאוואליענקא אב"ד איוואנקוב געדרוקט אין המודיע ה' אב תרע"ג
א באגריסונג פון זיינע קרובים רבי שלום האכמאן און רבי יונה האכמאן געדרוקט אין המודיע ג' אלול תרעג
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ד"ת מרבי אברהם דוד ממיראפאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

אין ספר "מנחת יצחק" עמ' ל' ברענגט דער מחבר הרה"ג ר' יצחק העלער אב"ד קרילאוויץ א תורה וואס ער האט געהערט פון הרה"ק ר' אברהם דוד ממיראפאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:נאך אן אייניקל פון די קאמינקער (נישט פארמישען מיט ר' שלום ראזענפעלד-קאמינקער) גזע וועלכער האט משמש געווען ברבנות דאהי אין אמעריקא פאר די קריג איז געווען ר' דוד קאמינקער אב"ד קהל 'כנסת ישראל - נוסח ספרד' אין שיקאגא, אילינאוס ושם מנ"כ.

ר' דוד איז געבוירען צו זיין פאטער ר' שמואל המכונה ר' שמואל נאריסקער [בנו של ר' משה ב"ר שמואל השני] א ברודער מיט ר' אברהם דוד ממיראפאל, ער האט קודם משמש געווען ברבנות אין שטאט איגנטיווקא פלך קיעוו, ובשנת תרפ"ח איז ער געקומען קיין אמעריקא ווי ער איז געווארן אויפגענומען אלס רב אין די דערמאנטע קהילה אין שיקאגא.

פאלגענד איז א בריוו פונעם ליובאוויטשער רבי דער ריי"צ ווי ער באגריסט אים צו זיין רבנות פאסטן אין שיקאגא:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 32&hilite=

ר' דוד איז פלוצים נפטר געווארן נאך א הארץ אטאקע ביי די חופה פון זיין טאכטער ביום ל' כסלו שנת תש"ד, און ער איז געקומען למנוחות אויפן וועלדהיים ביה"ח אין שיקאגא, שפעטער בשנת תש"י ווען דער הארנאסטייפלער רבי פון שיקאגא, ר' בנציון יהודא לייב ב"ר מרדכי דוב, איז נפטר געווארן האט מען אים געלייגט נעבן ר' דוד קאמינקער און מ'האט געבויעט א בשותפות'דיגען אוהל ארום די צוויי ציונים.

ר' דוד האט איבערגעלאזט צוויי זון און צוויי טעכטער.

באריכט אין שיקאגאער צייטונג איבער די פלוצימ'דיגע פטירה פון רבי דוד קאמינקער ז"ל
אטעטשמענטס
Kaminker1.png
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א רירנדער פערזענליכער באשרייבונג פון די פטירה, דורך הרב גאלדמאן דער פארזיצער פון די שיקאגאער ראבינאט, הרב גאלדמאן דערציילט איבער די הערליכע שמחה וואס איז נהפך געווארן לאבל אונטער מינוטן, ובתוך הדברים:
"אלע חסידישע רביס; מקארובער, הארנאסטייפלער, מאלינער, מילוואקער, טשערנאבלער און איך האבן זיך באטייליגט ביי די חתונה"
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 1&rtl=true
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האדמו"ר ממיראפאל-קאמינקא – אוסף פריטים: כתבי-יד, חפצים ומסמכים
http://www.kedem-auctions.com/Items/%D7 ... 7%99%D7%9D

אוסף פריטים מעזבונו של האדמו"ר רבי שמואל קויפמאן-מֵרַבֵּינוּ, "הצדיק ממיראפאל".
האוסף כולל:
* ארבעה כרכים בכתב ידו של האדמו"ר רבי שמואל, חידושים ורעיונות על התורה ועל הש"ס [נדפסו בשנת תשנ"ו ע"י נכדו בספר "תפארת שמואל" חלק ב'].
* תצלום של האדמו"ר בזקנותו ותצלומי קברו וקבר אשתו.
* דרכונים פולניים [של בתו וחתנו], בקשות לקבלת ויזה בארה"ב עבור משפחת האדמו"ר משנת 1922, המלצות, מכתבים ומסמכים נוספים הקשורים להגירתו לארה"ב.
* מכתב החלטה על מינוי האדמו"ר לרב קהילת "נחמת ירושלים" בניו יורק למשך שנתיים.
* חותמת להטבעה בנייר, עם שמו של האדמו"ר [באנגלית].

משפחת 'מֵרַבֵּינוּ' נקראה כך על שם ייחוסה לרבי יהודה הנשיא. מבני המשפחה נודעו "האחים מקאמינקא", שהיו מתלמידיו החביבים של הבעש"ט.
האדמו"ר רבי שמואל קויפמאן, בנו של רבי אברהם דוד ממיראפאל (Myropil, ווהלין, אוקראינה). אחרי פטירת אביו מילא רבי שמואל את מקומו באדמו"רות. בשנת תרפ"ג היגר לארה"ב, פתח את בית מדרשו בניו יורק, ונתפרסם שם בכינוי "הצדיק ממיראפאל". רוב כתביו נותרו ברוסיה ואבדו. מחידושיו נדפסו בקובץ "הפרדס" וכן בספרו "תפארת שמואל" שהדפיס בניו יורק בשנת תרפ"ו. האדמו"ר האחרון לשושלת קאמינקא-מיראפאל, בנו ר' משה לא המשיך באדמו"רות אחריו. נפטר בשנת תרצ"ח.
4 כרכי כתב-יד. כ-15 פריטי נייר. 4 תצלומים. חותמת הטבעה. גודל ומצב משתנים.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:אין זיין ספר תפארת שמואל הנ"ל, איז ער מאריך בתולדות אבותיו הצדיקים תלמידי ונכדי הבעש"ט הק' נבג"ם.

עס איז כדאי צו דערמאנען דעם לויאב-מיראפאלער רבי פון טשעלסי, ר' מנחם נחום יוסף טווערסקי ז"ל, וועלכער איז געווען א שוואגער מיט ר' שמואל זייענדיג אן איידעם ביי זיין פאטער ר' אברהם דוד מרבינו-קאופמאן ז"ל ממיראפאל.

די מצבה פון די שוועסטער אשת הרה"צ ממיראפאל-טשעלסי הנ"ל (קרעדיט מיילעך)

צו באמערקן אז זי איז געבוירן מזיווגו השני בת רבי מרדכי מזעוויהל.
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:ר' שמואל קויפמאן ממיראפאל-כ' סיון תרצ"ח
נולד בשנת תרל"ג לאביו ר' אברהם דוד מרבינו ממיראפאל בן ר' משה בן ר' שמואל "השני" מקאמינקא בן ר' משה אהרן בן הרה"ק ר' צבי הירש מקאמינקא תלמיד הבעש"ט.
ולאמו בת ר' צבי הירש מקאמינקא נכד ר' שמואל "הראשון" מקאמינקא תלמיד הבעש"ט.
בשנת תרפ"ג נמלט עם בני ביתו מן הפרעות ברוסיה לארה"ב ונתפרסם בשם "הצדיק ממיראפאל".
פתח בית מדרשו במאנהעטן רחוב הענרי סטריט בשם "בית שמואל".
גאון בתורה וחידושיו נתפרסמו בקובץ הפרדס.
חיבר ספר בשם "תפארת שמואל".
נסתלק כ' סיון ומנו"כ ב'אלד מאנטיופארי סעמעטערי בקווינס.זצ"ל.
בנו: ר' משה לא נהג באדמורו"ת.

אמו היתה בת רבי צבי הירש בן הצדיקת מלכה בתו של רבי שמואל (השני) מקאמינקא.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

נחוניא האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:ר' שמואל קויפמאן מיראפאל ב"ר אברהם דוד ב"ר משה חתן ר' צבי בן ר' אהרן מטיטיוב בן ר' צבי בן הבעש"ט הק'.

רבי משה היה לכאורה חתן רבי אברהם דוד טארשאטשער בן רבי צבי מקארסטשוב חתן רבי אהרן מטיטיוב

רבי משה איז נישט געווען א'איידים בי רבי אברהם דוד וואו איר שרייבט.
ווייל נכדו הרה"צ רבי שמואל קויפמאן זצ"ל האדמו"ר מ'מיראפאל הנ"ל.ברענגט אראפ בספרו תפארת שמואל דף ד'וזה לשונו ואם אבי מצד אביה היתה נכדתו של איש אלוקים קדוש הנקרא בפי כל רבי אהר'לע טוטיווער ז"ל ומצד אמה היתה בת בתו של אחי חוה'לע, (איני זוכר שמו הק') שהיתה אמו של איש אלוקים קדוש ר' ישראל מ'ריזין עכ"ל.
וואס די חוקרים בתולדות החסידות זענען אפיר געקומען אז דאס מיינט הרה"ק רבי צבי מקראסטשוב זצ"ל אחי הצדיקת חוה'לע הנ"ל.
ואם תימצי לומר לשיטתכם וואו איר ברענגט אראפ אויבן אז רבי שמואל זצ"ל מיראפאל'ס זיידע רבי משה איז געווען חתן רבי אברהם דוד טאראטשער בן רבי צבי מ'קארסטשוב זצ"ל,
פארוואס איז רבי שמואל הנ"ל מחלק אז אם אביו מצד אביה,היתה נכדתו של רבי אהר'לע טיטובער זצ"ל ומצד אמה היתה בת בתו של אחי חוה'לע.
הרי לשיטתכם איז אם אביו דהיינו רבי אברהם דוד הנ"ל זון פון רבי הערשעלע קארסטשבער אחי חוה'לע א'אייניקל פון ביידע סיי פון רבי אהר'לע טיטובער הנ"ל און סיי פון רבי הערשעלע מ'קארסטשוב הנ"ל .
און נאך מער הרי מצד אמה וואס רבי שמואל ברענגט אראפ,האט זי נישט די גאנצע יחוס וואס איז אויסגרעכנט דא נאר מצד אביו .
אלא מאי מוז מען זאגען אז רבי משה הנ"ל איז געווען חתן רבי אברהם מ'סקווירא זצ"ל בן רבי אהרל'ע זצ"ל מ'טיטוב און רבי אברהם הנ"ל איז געווען חתן רבי צבי מ'קארסטשוב זצ"ל .
און ממילא שטימט זייער גוט וואס רבי שמואל זצ"ל הנ"ל שרייבט ,אז אם אביו מצד אביה איז נכדת רבי אהר"לע זצ"ל און מצד אמה איז זי נכדת רבי הערש'לע מ'קארסשטוב אחי הצדיקת חוה'לע.
LYI
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 23, 2013 4:07 pm

מארגען איז די יארצייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך LYI »

סקען זיך מאכען א מנין אפשר אויב יא איי עים אין
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”