ההפלאה ותלמידו החתם סופר ביחס לחסידות וחסידים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

ההפלאה ותלמידו החתם סופר ביחס לחסידות וחסידים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

ההפלא"ה ותלמידו החת"ס ביחס לחסידות וחסידים

די מטרה פון די אשכול איז געציעלט צו שילדערין די קשרים וואס די חתם סופר האט פארמאגט ביחס לחסידים, סאיז דא אסאך ארומצורעדין וועגין דעם ענין, כהאב ערווענט די ענין אינעם אשכול "שבועות בצל הקודש" אויפן שפיץ גאפיל טאקע מיטן ציהל עס צופארברייטען לויט ווי די צייט וועט ערלויבען ועכשיו הגיענו לזמן הזה.

איך וויל דא באטאנען היות סאיז באקאנט די קשר יחוד במינו וואס דער חת"ס האט פארמאגט צום ישמח משה פון אויהעל, בעט איך בכל לשון של בקשה דער ציבור זאל זיך איינהאלטען ביז צום יארצייט פון ישמח משה [כח תמוז הממשמש ובא] ווי מוועט מקדיש זיין א אשכול מיוחד פאר די קשר ממשה עד משה, אבער דערווייל זאל מען נאר זיך באגניגען מיט אלעס ארום אויסער דעס.

אויפצולעבן די מצב דא אינעם אידישען וועלט על איך פותח זיין די אשכול מיט א שטיקעל קאנטערווערסיע בנוגע די סטאטוס פינעם הפלא"ה רבו פינעם חתם סופר, צו ער איז נמנה - ווי אחיו ר' שמעלקע מניקלישבורק - מבין תלמידי המגיד הגדול די ר"ר בער.

המשך בקרוב, ממש.
לעצט פארראכטן דורך סעמיטשקע אום מאנטאג יוני 15, 2009 11:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח פון פאראויס.
אוועטאר
חידוש נפלא
שר שבעת אלפים
תגובות: 7181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חידוש נפלא »

סעמיטשקע האט געשריבן:החתם סופר ביחס לחסידים


איך וויל דא באטאנען היות סאיז באקאנט די קשר יחוד במינו וואס דער חת"ס האט פארמאגט צום ישמח משה פון אויהעל, בעט איך בכל לשון של בקשה דער ציבור זאל זיך איינהאלטען ביז צום יארצייט פון ישמח משה [כח תמוז הממשמש ובא] ווי מוועט מקדיש זיין א אשכול מיוחד פאר די קשר ממשה עד משה, אבער דערווייל זאל מען נאר זיך באגניגען מיט אלעס ארום אויסער דעס.

אויפצולעבן די מצב דא אינעם אידישען וועלט על איך פותח זיין די אשכול מיט א שטיקעל קאנטערווערסיע בנוגע די סטאטוס פינעם הפלא"ה רבו פינעם חתם סופר, צו ער איז נמנה - ווי אחיו ר' שמעלקע מניקלישבורק - מבין תלמידי המגיד הגדול די ר"ר בער.

המשך בקרוב, ממש.


קודם כל וויל איך אייך מעיר זיין אז איר זאלט נאכאמאל גיט איבערקוקן אייער קעפל וואס ליינט זיך "החת"ס ביחס לחסידים" וואס דאס נעמט אריין דעם הייליגן ישמח משה אויך, עס האט נישט קיין שום זין פארוואס מען זאל זיך דארפן איינהאלטן ווען מען רעדט פונעם הייליגן רשכבה"ג החת"ס זי"ע יחס צו חסידים נישט צו רעדן פון זיין יחס און נאנטקייט צו איינע פון די גרעסטע תלמידים פון דעם הייליגן חוזה פון לובלין זי"ע ה"ה בעל ישמח משה זי"ע

די אנדערע אזוי גערופענע "קאנטרעווארסיע" איבער די "סטאטוס" פונעם הפלא"ה, איז גיט אז איר זאלט וויסן אז פאר אלע עכטע חסידי'שע אידן איז קיינמאל נישט ארויפגעקומען אין קאפ אזעלכע סארט ספיקות, עס וואלט זיך גיט געפאסט די סארט "ספק" דורך צו טוהן פאר היסטאריקערס-שרייבערס וואס האבן נישט קיין ברעקל שייכות צו חסידות און האב אנגעקוקט די זאך מיט א מין סארט חיצוניות'דיגע בליק פאר זיי שטימט דאס זייער גיט צו שטופן דערמיט די צייט.

ביי חסידים איז קיינמאל נישט געווען אזא סארט נידון בכלל און מען האט זיך באצויגן צו דעם הייליגן הפלא"ה וויאזוי ער איז טאקע געווען נעמליך א תלמיד מובהק פונעם הייליגן מגיד, פרעג נאר ביי די גור'ע חסידים ווי מען האט זיך געקאכט דארט אין פנים יפות, (דאס וואס עס ווערט נישט דערמאנט דארט פונעם הייליגן מגיד איז נישט קיין שום וואונדער ווי עס איז מבורר מכמה מקורות אז די דרוקערס וואס זענען געווען געשוואוירענע מתנגדים האבן ארויסגענומען ווי עס איז נאר געשטאנען די ווארט "מגיד", דאס איז א שמועס פאר זיך)

איך בין פארקראכן פון דעם ענין, איך האב אמאל ערגעץ געזעהן איך געדענק שוין נישט ווי, אז דער הייליגער בני יששכר (באלד ברענג אויף א קאנטראווערסיע פון שרייבערלעך צו ער איז אפשר אויך שוין באלד נישט געווען... איך ווייס שוין נישט מיט וואסארא ספיקות די היסטאריקערס זענען אלס אויפגעקומען) האט געזאגט לגבי שטאב גענז ווען דער הייליגער חתם סופר ווילנדיג וויסן די מציאות לגבי די שטאב גענז האט ער געהאלטן ביי זיך אין שטוב א גאנז און עס געשטאפט צו זעהן אויב עס ווערט טריפה אדער נישט, און עס איז טאקע נישט געווארן טריפה האט דער בנ"י געזאגט אז דער קדושה פון די חתם סופר האט באשיצט אז דאס זאל נישט קענען ווערן טריפה אבער דאך איז עס אסור, ווער עס ווייסט א מקור קען עס ברענגען
שוטה
שר האלף
תגובות: 1253
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוטה »

לגבי דעם הפלאה עיין אין די הקדמה פון שו"ע הרב וואס איז געשריבן געווארן ע"י בני המחבר.

בנוגע החת"ס איז עס טאקע ענינא דיומא - די וואך ברענגט ער אין חת"ס עה"ת ביי די מתאוננים פון תניא, וואס איז אגב לכאורה א שטיקל סתירה צו וואס ער שרייבט אין או"ח תשובה ט"ו הידוע [הגם דער ליקוטי אמרים פון וואס ער רעדט אין די תשובה מיינט ער דעם פון מגיד].
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

טאקע אין די וואכעדיגע סדרה פרשת בהעלתך ברענגט דער הייליגער חתם סופר צו דעם הייליגן ספר ליקוטי אמרים תניא, זעה אין חתם סופר (שטערן) ד"ה והאספסוף, י"ל עפימ"ש בספר ליקוטי אמרים[b] שהאריך כי נפש החיוני וכו' עיי"ש[/b]
און אגב, דער הייליגער שווער פון דעם חתם סופר, דער רבן של ישראל רבי עקיבא איגר זכותו יגן עלינו ועכי"א, איז מעיד אויף אים זיין איידעם הגאון רבי חיים שמואל בירנבוים זצ"ל (בעמח"ס מעשה חושב על ספר שער המלך) אין א בריוו (געדרוקט אין אגרות רבי עקיבא איגר סימן קל"ו) צווישן די הנהגות פון זיין הייליגן שווער וז"ל 'הש"ע מהגר"א מווילנא היו בין ספרי דבי רב וגם ס' התניא מהרב מלאדי נ"ע ואם גם הש"ע מהרב היה בין ספריו הרבים אין בזכרוני' עכ"ל, והוא פלאי, (דער גאנצער בריוו דארט איז הפלא ופלא, עס איז כדאי אדוירכצוליינען, צו באגרייפן דאס גרויסקייט פון רעק"א נישט נאר אין תורה נאר אין יראת שמים און יראת הוראה, זיעועכי"א).
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

אוי דער שוטה האט מיך אויסגעכאפט..
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

סעמיטשקע, דו ביזט ריזיג!

אגב, דכירנא אז פאר יארן צוריק איז געוען א באשרייבונג וועגען דעם ענין פונקט און די ירחון 'עולם החסידות'. ווער ס'האט עס באמתחתו, אזי נא ישקה העדרים און ארויף ברענגען דאהי לזיכוי הרבים. און נאכאמאל א דאנק פאר ר' סעמיטשקא.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

א גרויסין דאנק פאר ווארטין מיט געדולד.

די עניני השקפה והבטה נכונה אויף דעם געביט דאכט זיך האט נישט קיין פלאץ דא אין יעדער וועט מוחל זיין פאר נישט אריינגיין יעצט אין די סארט ענינים סוועט נאר ארויסגיין פון די ריכטיגע רעלסען.

כהעל זיך באגעניגען מיט איין תגובה, און די לעצטען דור איז גיווען א קלוגער איד וואס האט פארשטאנען גאר גוט צו הנהגה און אפי' זיין מנגדים האבין זיך געקימערט מיט זיין מיינונג, דאס איז גיווען די סאטמיר רב ר' יואל טייטלבוים, כידוע איז ער גיווען א ריזין לוחם קייגען ציונות ואביזרייהו און האט פארפאסט א ספר אונטערין נאמען ויואל משה וואס איז געווידמיט צו מברר זיין אלע הלכהדיקער שאלות און דעם געביט, ס'א ספר וואס די מחבר איז מבאר אן ענין וואס לדעתו איז דאס די נסיון פון "אמונה" און היינטיקען דור.

אינטערסאנט איז אז דער סאטמער רב געט א לעקציע און דעם ספר וואס איז געבויט אויף אמונות ודיעות נישט נאר אויף "ויאמינו בד'" נאר אויך אויפן ענין פון "ובמשה עבדו", אין די לעצטע פאר סימנים רעדט ער שטארק ארום וועגין די סילוף וואס מהאט היינט צו די דרך הבעש"ט אבער און די לעצטער סימן קפ"ה שרייבט ער וועגין די ענין פון סיפורי צדיקים וחסידים וז"ל "וחסרי תבונה מחשבים עם סיפורי מעשיות שרובם ככולם שקרים וכזבים משתנים מפה אל פה בשינויים מן הקצה אל הקצה, ואם אלו השקרים נכתבו אחר כך בספר סוברים שהיא ספר תורה, וכבר כתב הרמב"ם באיגרת תימן על איזה ענין שחלק עליו וז"ל, שראוי לך לדעת שהדברים האלה וכיוצא בהם שוא וכזב ולא יהיה לך לראי' לפי שתמצאם כתובים בספרים, שהמכזב כמו שהוא מכזב בלשונו, מכזב בקולמסו ואין זה נמנע עליו".
די מחבר לערינט אונז אז די אלע קדושי דור הקודם זיינען גיווען הייליג וייל זיי האבין זיך אויסגיארבעט און נישט צוליב זייער הימלישער כח פון פראווען מופתים, און אפי' די סגיווען התנגדות מיינט אויך נישט וועלט איז אויס וועלט, סיי די בעשט סיי די גאון אלו ואלו דברי אלוקים חיים, און דעריבער אפי' די הפלאה איז נישט גיווען נמנה מבין תלמידי המגיד נעמט עס נישט אוועק אפס קצהו פון די גדלות פינעם ר"ר בער, ודי בהערה זה [כבעט מער נישט צו רעאגירין ועגין דעם געביט אי"ה עוד חזון למועד וועגין די הבטות והשקפות].

יעצט צום ענין, אבער קודם א קורצער הקדמה, א', די אשכול איז געווידמעט נושא ונותן צו זיין זה בונה וזה מפרק, כדי צודערגיין אמיתן של דברים, ב' קיינער וועט נישט זיין קיין פתי און זאגען אז דער הפלא"ה איז גיווען א מנגד מובהק, נאר אזויפיל זאגען גאר אז ער איז נמנה מביה מדרשא פינעם מגיד אזש ווי זיין ברידער ר' שמעלקי מניקלישבורג על זה אנו נידונים.

סאיז דא כמה וכמה אימרות וואס איז מתאמרא ביני עמידא דמדרש חסידים און מוועט דורכגין אחת על אחת, והאמת אגיד כהאב גיקלערט אנצוהייבען מיט א געוויסער סדר נאר היות די ציבור האט דערמאנט געוויסער טעמא'ס על איך אריין און די דערמאנטע ענינים קודם.

חידוש נפלא האט ערווענט בסוגריים אז סנישט קיין וואונדער אז דער הפלא"ה דערמאנט נישט תורות ווייל [ציטיר "חידוש נפלא"] דאס וואס עס ווערט נישט דערמאנט דארט פונעם הייליגן מגיד איז נישט קיין שום וואונדער ווי עס איז מבורר מכמה מקורות אז די דרוקערס וואס זענען געווען געשוואוירענע מתנגדים האבן ארויסגענומען ווי עס איז נאר געשטאנען די ווארט "מגיד" [ע"כ ציטירט].

לאמיר זיך שטעלין די דרוקערס זענען גיווען "געשוואורינע מתגדים".

א.
ווי אזוי האט דער אפטער רב זקן רבני החסידים בשעתו גיגעבין א הסכמה פאר אזאנע אומאחריותדיקער געשוואורינער מתנגדים, וואס האבען זיך ערלויבט ארויסצונעמין שטיקליך תורה פון די ארגינעלער כת"י. [די הסכמה איז גידרוקט אין די ערשטע הוצאה אין די שטאט אוסטראה בשנת תקפ"ו וואס סאיז גיווען געדריקט ארום די חומש, אינטערסאנט און די שפעטערדיקער מהדורות אפי' דמ מהד' וואס וועט שפעטיר דערמאנט ווערין האט מען דאס משמט גיווען].

ב.
בכלל לאמיר אריינגיין ווער איז גיווען די בעל אחריות אויפן הדפסה, דאס איז גיווען די "קדוש ד'" [מלשון ההסכמה וואס דער חתם סופר שרייבט צום ספר פ"י] ר' אפרים זלמן מרגליות פון בראד, וואס ער איז גיווען דער וואס האט זיך מטפל גיווען מיט די הדפסה וסידר הכת"י, ס'איז אבסורד צוזאגען אז ר' אפרים זלמן איז גיווען א געשוואורינער מתנגד, ווי סידוע האט ער גיהאט גאר גוטע באציאונגען צו חסידים.

ג.
לו יהא ר' אפרים זלמן איז גיווען א מנגד מובהק פארוואס איז ער גיגאנגען נעמען א הסכמה פינעם אפטער רב.

ד.
אויך איז כדי צו באמערקין פרוואס דערמאנט נישט אפטער רב אז ער איז א תלמיד פינעם מגיד.

אין יעצט בנוגע די דבר השמטה זעלבסט
און די הקדמה צום לעצטין דרוק פנים יפות [הוצאת מישור ע"י אברהם שלמה רוזענבלאט, איך רעד נישט פון די גאר נייע מיט הערות רבות ומועילות וואס נאר דא אויף טייל סדרים ממש א נחת תורה מפוארת בכלי מפוארת, קען זיין דארט שטייט עס אויך] שרייבען די מוציאים לאור אז סמקובל פינעם דברי חיים אז די דרוקערס האבין משמט גיווען תורת המגיד [כהאב עס אויך גיהערט פון ר' שלמהלע בשם אביו קדושת ציון בשם הד"ח], ער פירט אוס בסוגריים אז כידוע איז דא ביי איינע פון די גרויסע קאלעקטארס די ארגינעלע כתב יד ווי מזעהט גאנצע שטיקער תורה בשם די מגיד ע"כ, ממש נוסח הרוצה לשקר ירחיק עדותו.

אבער אנכי הסעמיטשקע בין פארט גיווען ניגעריג, ביז סמיר געקומען די ידוע אז איינער פון די גרויסע מומחים און כת"י [כהעל געבין א רמז להיות סאיז גיגאנוועטע שטיקל פון פרנקפורט] פון די באבובער באי בית והבן [נישט מאכען קיין עסק ביטע], האט דערווישט כמה חלקים פינעם כת"י, האט מיר א ידיד וואס איז עוסק אויך אין די ענינים אבער פון די אנדערע חדר [תושב א"י] פארציילט, אז ביי א גילעגינהיט האט דער באבובער אים דערציילט אז ער האט קוים גיקענט ווארטין צו קענין זעהן די כת"י און ווי ערשטוינט איז ער גיווען אז די גאנצער באבובער מסורה בשם די דברי חיים האט זיך ארויסגישטעלט הישט אמת ווייל די דרוקערס האבען גיטוהן זייער ארבעט מיט נאמנות יתירה און נישט פארפעלט אפי' איין ווארט.

די מעשה איז נישט פערטיג ל"ג בעומר בין איך גיווען אין ארץ ישראל האב איך פוגש גיווען מיין ידיד און זאגט מיר אז סדא פרישע סחורה, ער טראגט מיר צו זיין ארבעטס טישל און צייגט מיר א קאפי פון די כת"י, ווי מען זעהט בחוש אז די מסורה איז פשוט פאלש.

איין זאך זעהט מען יא אז דער הפלאה האט גיהאט גוטע באציאנגען צו חסידים והא ראי' הסכמת האפטער רב, און די אלע טיטלען וואס ער באטיטלט איהם, אבער זאגען אז ער איז נמנה מבין תלמידי המגיד מאן דכר שמיה איבערהויפט אז די אפטער רב דערמאנט עס נישט.

[לדעתי איז די טענה נישט אזא שטארקע טענה הלמאי ער דערמאנט נישט תורת רבו אין די ספר, ווייל די סגנון התורה און די פנים יפות איז אויף גאר אן אנדערין אויפין ווי תורת המגיד דבריו ליעקב וכו'. לכאורה איז די גאנצע פרשה וועגין די אזויגירופענע סילוף א סיפור בדוי וואס איז געשטעלט צו פארשטארקען דעם געדאנק אז דער הפלאה איז גיווען מתלמידי המגיד].

נעקסט וועט ארומרעדין וועגין דאס וואס שוטה האט ערווענט בנוגע די הקדמת בני המחבר [די מיטלער רבי] אויפן שו"ע בעל התניא.

המשך בקרוב
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

וועגן דער חת"ס התקשרות צו חסידת
און ספר החסידת פון בעלז שטייט בשם מהרי"ד מבעלז זי"ע אז איין יאר זענען פאר שבעות געווען חסידים און פרעשבורג און זיי האבן נישט געקענט אנקימן קיין בעלז אויף יו"ט ווען זיי זענען אנגעקימן נאך יו"ט קיין בעלז האט דער שר שלו' זי"ע זיי אויסגעפרעגט וואס איז געווען ביים חת"ס האבן זיי אראפגעשילדערט פינקטלך די גאנצע יו"ט אז מען איז אויפגעווען א גאנצע נאכט און דערנאך האט מען זיך געשטעלט דאוונען וותיקן מיט אזא דערהויבנקייט וכו' וכו' ווען זיי האבן גענדיגט האט דער שר שלו' זיך אנגעריפן "דער התלהבות פונם חתם סופר שחרית שבעות האבן מיר נישט אפי' יו"כ ביי נעליה" פון דאן האט מען און בעלז געריפן דער חת"ס הקדוש (אפשר מיינט ער "דער הייליגער חת"ס)
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

חוקר, שכוח פאר די תגובה,

אבער דערווייל פליז געב צייט אויף דעם, מוועט צוריקקומען צום קשר פינעם חתם סופר צו חסידות, דערווייל דעבאטירט מען וועגין די מעמד פינעם הפלאה[רבו של החתם סופר] כלפי די מגיד הר"ר בער.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

כבוד הרב סימטשיק
אנטשולדיגט, דאס אז מען האט מזייף געווען דעם פנים יפות שרייבט שוין סאך פריער פון דעם באבובר רב זצ"ל, עס שרייבט אזוי דער הייליגער מונקאטשער רב בשם אביו הה"ק בעל דרכי תשובה זי"ע אין א בריוו געדרוקט אין אגרות שפירין:
דא איז דא אן אריכות גדול בענין זה, (עס האט אויך א המשך און די קומענדיגע קובצים) ווי ער נעמט ארום אלע אלע אספקעטן אין דעם נושא, כבוד הרב סמיטשיק קוקט עס אדורך און נאכדעם שרייבטס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 42e781be54
אגב, וועגן דעם כתב יד וואס דו שרייבט, אפשר קענסטו מיר זאגן פארוואס ווען מען האט איבערגעדרוקט לעצטנס דעם פנים יפות ווייסט פלוצים קיינער נישט צו זאגן וועגן דעם כתב יד? הלא דבר הוא
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

איך בין אויך אויפגיוואקסען מיט די אלע הנחות, אבער קבל את האמת ממי שאמרו קענסט ענטפערין אויף די שאלות, הלואי אז איך קען יעצט טרעפין די מלמד ואס האט מיר דאס איינגיבאקען.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

קוק עס אדורך מהחל ועד כלה, ער בארירט מיינעך אלע דיינע אויבן דערמאנטע הערות
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 939
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

הרב סעמיטשקע
יעצט גייט מען ציריק צו דער חתם סופר ?
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

ער דערמאנט נישט קיין איינע פון די תימה'ס הלמאי די אפטערס הסכמה.

ועוד יענער איז זיך בעיקר טורח ויגע משוה צו זיין תורת פינעם הפלאה צו תורת תלמידי הבעשט, סדערמאנט מיר פון די חב"דסקיר וואס טענהן אז דער נפש החיים איז גיגאנוועט פון ספר התניא.

בכלל השוואות קען מען מאכען פון יעדע ספר, נעם לדוגמא הערות והשואות פון ר' יודעלע [הורוויץ] אויף ספרי דרשות חתם סופר עסטו קלערין אז דער חתם סופר איז גאר מתלמידי הבעש"ט [וואס דאס איז זיכער לית מאן דפליג].

נעם לדוגמא די ספר פון ר' מענדיל שקלאווער וואס מהאט אלע יארען מייחס גיווען צו ר' מענל מוויטעבסק, ביז מהאט גיטראפען די ארגינעלע כתב יד.

לדעתי איז די ענין פון השוואות ובפרט און ספרי דרוש בכלל נישט קיין ראי' ביז ווי לאנג סווערט נישט ממש אראפגיבריינגט גאנצע שטיקער תורה אדער אויפן זעלבין לשון וכו'.

ותו אפי' תימה אז די ראי' דארט זענין ראי' אבער סזיכער לא גרע פון עדות המכחישות זא"ז.

און פליז הרב חוקר אביסעלע געדולד.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2280
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

סעמיטשקע בנוגע דיין קשיא אז די ערשטע דריקערס זענען געווען גדולים מיט נאענטע באציאונגען צו חסידים, וויל איך נאר מעיר זיין אז איך האב געהערט די נוסח אביסל אנדערש און לויט דעם קען עס יא שטימען, איך האב געהערט אז זיינע אייניקלעך (? איך האב עס נישט מברר געווען נאר עס ליגט מיר אזוי אין קאפ פון איינע פון די תולדות פון דעם הייליגן הפלא"ה) וואס האבן איבערגעגעבן און זיך געפארעט מיט'ן כתב יד זיי האבן ארויסגענומען איבעראל ווי עס איז געשטאנען די ווארט "מגיד"

לפי"ז קען זיין אז די דריקערס האבן עס שוין באקומען פערטיג צענזורירט ודי, אלענפאלס האט שוין חידוש גערעדט דערפון אז ביי אמת'ע חסידים איז קיינמאל נישט געווען אזא סארט רעדע נאר דער הייליגער הפלא"ה וואס איז קלאר געווען א תלמיד פונעם הייליגן מגיד ווערט טאקע אזוי פאררעכענט ודו"ק
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

געטראפן איצט אין קובץ עץ חיים באבוב (חלק א' עמוד ר"ו) שרייבט איינער דארט אז נישט נאר אין פנים יפות שלטו ידי המתנגדים, נאר אויך אין זיין תשובות ספר גבעת פנחס, ווי ביי אלע תשובות ווערן דערמאנט די נעמען פון די שואלים און אויך די תוארים, אויסער אין סימן ל"א איז נשמט דער נאמען פון דעם שואל, וואס דאס איז געווען דער קאזניצער מגיד זיעועכי"א
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

[quote="סעמיטשקע"]ער דערמאנט נישט קיין איינע פון די תימה'ס הלמאי די אפטערס הסכמה.

הגאון רבי אפרים זלמן מרגליות זי"ע דער בית אפרים איז געווען א פערזענליכער ידיד נפש מיטן הייליגן אפטער רב זי"ע (וועלכער איז דאן געווען דער זקן צדיקי הדור כידוע), און מאידך גיסא האט ער זיך געלאזט קאסטן א סאך געלט זיך צו משדך זיין מיט די קינדער פון דעם הפלאה זי"ע, און דעריבער האט ער אויך געהאט א נאנטער שייכות מיטן דרוקן די כתבי קודש פון דעם הפלאה (וועלכער איז געדרוקט געווארן דורך די קינדער פון דעם הפלאה'ס זון דער מחנה לוי), איז ממילא נישט קיין קשיא אויף דעם וואס ער האט גענומען א הסכמה פון אפטער רב זי"ע אויכעט
עס איז אויך שטארק מעגליך אז די אלע השמטות זענען געמאכט געווארן שוין נאכן נעמען די הסכמות, און ממילא האט מען אויך משמיט געווען פון אפטער רב'ס הסכמה בנוגע דעם מגיד זי"ע און חסידות
דער כותב אין קובץ בית אהרן וישראל ברענגט פון א גערער אייניקל בשם דעם אמרי אמת מגור (וועלכער איז כידוע געווען א יחיד מומחה אין כתבי ידות) וואס האט באשטעטיגט די השמטות פון פנים יפות באציענדיג זיך אויף א כתב יד פון פנים יפות וואס ער האט פארמאגט (איך ווייס אבער נישט ווי קראנט יענער איז, נאכדערצו אז ער איז דארט א עד מפי עד)
לעצט פארראכטן דורך יהיה כן אום פרייטאג יוני 12, 2009 12:22 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

כבוד הרב סעמיטש
איצט געליינט די הודעה אין אישית
על זה נאמר את והב בסופה וכו', איך גיב דיר איבער די מייק, און יאך זיץ אין די זייט מיט געדולד
ישבתי על מדוכה זו עידן ועידנים טובא וגם היה לי דו"ד חריף עם אחד בענין זה, און ווי געזאגט, העלמער ווארטן מיט געדולד
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

טראק דרייווער האט געשריבן:סעמיטשקע בנוגע דיין קשיא אז די ערשטע דריקערס זענען געווען גדולים מיט נאענטע באציאונגען צו חסידים, וויל איך נאר מעיר זיין אז איך האב געהערט די נוסח אביסל אנדערש און לויט דעם קען עס יא שטימען, איך האב געהערט אז זיינע אייניקלעך (? איך האב עס נישט מברר געווען נאר עס ליגט מיר אזוי אין קאפ פון איינע פון די תולדות פון דעם הייליגן הפלא"ה) וואס האבן איבערגעגעבן און זיך געפארעט מיט'ן כתב יד זיי האבן ארויסגענומען איבעראל ווי עס איז געשטאנען די ווארט "מגיד"

לפי"ז קען זיין אז די דריקערס האבן עס שוין באקומען פערטיג צענזורירט ודי, אלענפאלס האט שוין חידוש גערעדט דערפון אז ביי אמת'ע חסידים איז קיינמאל נישט געווען אזא סארט רעדע נאר דער הייליגער הפלא"ה וואס איז קלאר געווען א תלמיד פונעם הייליגן מגיד ווערט טאקע אזוי פאררעכענט ודו"ק


אוןן די הקדמה למהדורא קמא שטייט קלאר אז ר' אפרים זלמן האט מקבל גיווען די כת"י און ער האט עס איבערגיגעבין פאר די עוסקי המלאכה און סנישט מסתבר אז ר' אפרים זלמן האט נישט עומד גיווען על גבן סזאל נישט ארויס א תקלה מתחת ידו, נאכדערצו ווען די הוצאה לאור איז גיווען על שמו.

אויך וואס די שרייבסט אז די אייניקליך זיינען גיוען מנגדים איז קשה קודם פון ווי קומט צו א תלמיד מובהק פינעם מגיד צו האבין גאר קינדער מנגדים צום מגיד אזש ארויסצונעמין שטיקער תורה פון זייער טאטעס כת"י.

שנית די גאנצע מקור אז די יו"ח זיינען גיווען מנגדים נעמט זיך ווי סמבואר אן די תש' הידועה פון חת"ס [מוועט שפעטער מרחיב זיין די דיבור וועגין די תשו'] ווי ער שרייבט אז זיינע רביס ר' נתן אדליר און דער הפלאה הגם זיי האבין פארזיך גידאווענט נוסח ארי האבין זיי חלילה נישט משנה גיווען צו צווינגען די ציבור צו דאווינען ספרד, און דער חת"ס פירט אויס אז אפי' זיין זוהן די מחנה לוי, האט גידאווענט אשכנז, ומכאן האט מען זיך ארויפגיווארפין אז די מחנה לוי בנו פון הפלאה איז גאר גיווען א מנגד.

א.
דאס דאווינען אשכנז איז נישט גיווען עיקר החסידות און אויפן בעל שם זעלבסט איז דא חילוקי דעות ווי אזוי ער האט מתפלל גיווען, ובפרט די גדולי התורה וואס זיינען נתקרב גיווארין צו חסידות וואס זיינען גיווען איינגיוואונט אויף נוסח אשכנז האבין און די ערשטע יארין עפ"י רוב נישט משנה גיווען צו ספרד סהאט זיך ערשט אנגיהויבין די גאנצע פולמוס פון משנה זיין בימי חת"ס, און דערנאך דברי חיים כידוע [כרעכין נאר אויס די מפורסמות].

ב.
און בית רבי ווי ער רעכנט ידידי הבעל התניא, [ח"א פרק כ"ה] רעכינט ער אויס דער הפלאה און בניו הגאונים, און לו יהא ער איז קיין חסיד נישט גיווען אבער א מנגד אויף משמט זיין תורת המגיד מאן דכר שמיה נאכדערצו ווען די בעל התניא איז גיווען די פאנטרעגער פינעם מח' בשעתו מגין צו זיין אויף די חסידים.

סמיז באטאנט ווערין ווי געשריבען פריער אין מאמר אז סמיינט נישט אז דער הפלאה איז גאר גיוען א מנגד נאר פארקערט ער האט קלאר גיהאט שייכות צו חסידים וגדוליה אבער מתלמודי הר"ר בער איז שווער צו זאגען, גם בנו המחנה לוי איז נישט גיווען די גרויסער מנגד אבער קיין חסיד איז ער אויך נישט גיווען.

און הרב "יהי כן" נישט דיר האב איך געמיינט מיטן שרייבין מזאל האבין געדולד, נאר צו ר' חוקר וואס קען קוים ווארטין אויף טעמא בנוגע די קשר פינעם חת"ס זעלבסט צו חסידים, אדרבה השמיענו נא את קולך אין די נושא.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

שוטה האט געשריבן:לגבי דעם הפלאה עיין אין די הקדמה פון שו"ע הרב וואס איז געשריבן געווארן ע"י בני המחבר.


און די הקדמה צום שו"ע הרב הל' פסח שקלאוו תקע"ד, [און די חלקים בחיי המחבר איז נאכנישט ערשינען די הקדמה], שילדערין די בני המחבר די סיבה וואס האט געשטופט מחבר צו זיין די שו"ע, סשטייט דארט ווי פאלגענד [געוויסע פרטים שרייב איך בקיצור], ווען די בעל התניא איז אלט גיווארען צוואנציג יאהר איז ער ארויס קיין מעזריטש צו מקבל זיין תורת הנסתר פינעם מגיד, בשעתו האט דער מגיד געזוכט איינער מבין תלמידיו וואס זאל קענין מחבר זיין א ספר פסקי הלכות אנא אריכות למען ידעו די פשוטי עם המעשה אשר יעשון, און סאיז ארויס געקומען די גורל אויפען רב.

"והיתה התחלתו בהיותו בשבת תחכמוני במקום תחנות של הרב הקדוש הנ"ל [דער מגיד], שם הואיל באר את התורה בהל' ציצית והל' פסח ושניהם נגמרו שמה עד בואם שמה הני תרי צנתרי דדהבא שבת אחים יחד הגאונים המפורסמים קדושי עליון עמודי עולם הרב מוה"ר שמעלקא ואחיו הרב מ"ו פנחס נ"ע [נשמתן עדן], טרם נסיעתם על כסא הרבנות למדינות אשכנז לקהילות ניקלשבורג וקהילות פרנקפורט דמיין, והיה לנגד עיניהם כתבי אאמו"ר [בעל התניא] בשני ההלכות הנ"ל וקלסוהו ושבחהו עד למאד מאד, ואמרו לו חזק והתחזק לברך על המוגמר". [ע"כ הנוגע צום ענין].

סווערט דערמאנט אן ענין פון ווי ר' שמעלקי מיטן הפלאה זיינען געקומען אויף מעזריטש טרם זיי האבין מקבל גיווען רבנות ניקלשבורג [ר' שמעלקא] און פרנקפורט [הפלא"ה], דער מקור צום סיפור איז שבחי הבעש"ט.

די שבחי הבעש"ט איז געדריקט גיווארען מתוך כת"י און חב"ד 'סקיר חסידים האבין זיך מטפל גיווען מיט די הדפסה, און בהנדפס איז דא מער סיפורים ווי און כת"י, איינע פון די סיפורים איז די ענין הרבנות הנ"ל.

סווערט דארט דערציילט ווי סאיז נתפנה גיווארען די צוויי מקום הרבנות ניקלשבורג און פרנפורט, און להיות סגיווען פקיעי שמיה די צוויי אחים הנ"ל האבען די ראשי ב' הקהילות מחליט גיווען אויפצונעמין די צוויי ברודער אלס רב איינער דא און איינער דארט, נאר דא האט זיך ארויסגישטעלט א שאלה ווער וועט גיין ווי און ווער קודם, זענין די ראשי הקה' אריבער צום מגיד ר"ר בער פרעגין כדת מה לעשות, האט דער מגיד פארפסקענט ניקלישבורג פאר ר' שמעלקא און פרנקפורט פאר הפלא"ה, און להיות ר' שמעלקא איז עלטער גיווען עט מען קודם אויפנעמין ר' שמעלקא אין ני"ב, און דערנאך דער הפלאה אין פפד"ם, ע"כ הסיפור פחות יותר.

לויט דעם איז נישט שייך שופט צו זיין צו דער הפלאה איז נמנה מבין תלמידי המגיד להיות סהאט גיהאט מיט ראשי הקה' זעלבסט ותו לא מידי.

אבער אויף גופא דעובדא שטעלט זיך די פראגע, דער הפלאה איז שוין גיווען רב אין פ"פ בשנת תקל"ב און הפלאה ערשט שנת תקל"ג, אבער מיט דעם קען זיך ארויסדרייען אז ר' שמעלקא איז אויפגענומען אויפציעל קודם אבער אנגעקומען איז ער הערשט שפעטיר, אבער דאס קען אויך נישט זיין וייל די כסא הרבנות אין נ"ב איז ערשט נתפנה גיווארען סוף תקל"ב אנהויב ל"ג [מיטן פט' פון די פריעגע רב].

איז געבליבען אז מער ווי און די הקדמה פון די בני המחבר אז זיי זיינען געקומען צום מגיד נעמין ברכת קודש פארן אננעמין די רבנות, אן די אלע הוספות פון שבחי הבעשט.

אבער אויף די עצם ענין איז א תימה גדולה, ווי קומט די שייכות צווישען די צוויי גרויסע קהילות ניקלעשבורג און פפד"ם, ביז זיי האבען גידארפט צוקומען איינער צום צווייטען בנוגע אופנעמין א רב, אויך איז אינטערסאנט ווי צוויי אשכנזישער קהילות זיינען געקומען זיך מפשר זיין איבער דאס רבנות ביזן טיפען אוקריינה צום מגיד ווען דאס חסידות איז ניטאמאל אנגעקומען קיין אשכנז עד עצם הזה, הלא דבר הוא.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

סדא נאך אפאר מקורות

און בית רבי סוף פרק י"ח איז דא א מכתב פינעם בעל התניא צום הפלא"ה, ווי ער דערמאנט בתוך הדברים אהבת קדומים בלמדם יחד ביים מגיד הגדול עיי"ש.

די סיפור אונטערין מכתב איז מעלה תימה פארזיך, דארט שטייט נאכדעם ווי דער בעה"ת איז ארויס מיט א מכתב הסברה קיין ווילנא, זיינען נאכגיווען טייל מחרחרי ריב וואס האבין נאכאלץ נישט געוואלט אויפהערין מיט די מח' און האבין מעביר גיווען די נאמן ושמש הקהל דווילנא וואס האט גיהערט צום קבוצת החסידים, און דעריבער האט דער בעה"ת געשריבען א מכתב המלצה פאר דעם משמש ר"מ מייזעלס, ווי ער שרייבט אינעם מכתב צום הפלא"ה די גאנצע תלאה אשר מצאו און צום סוף ווי ער זאל ארויסהעלפין דער נאמן ושמש הקה' און זאל איהם נישט פארעכענען ווי סתם ארחי פרחי ח"ו כי ביודעי ומכירי קאמינא וכו'.

שטעלט זיך די פראגע מה ענין שמיטה אצל הר סיני, דער בעל התניא שרייבט א מכתב המלצה צוליב א פרשה און ק"ק ווילנא, צום הפלאה און ק"ק פרנקפורט, אז די דארטיגע מענשין זאלין אים מקרב זיין, ווי קומט ווילנא צו פפד"ם.
אויך די גוף המכתב איז צריך בידוק ווי דער בעה"ת חתמט זיך מיט מאמעס נאמען וואס כדענק נישט נאך אזא מכתב.
דער בעל בית רבי אליין איז מעלה תימה אויף די בריוו אז סהאט א חשש זיוף ווייל בתוה"ד שרייבט די בעה"ת די נוראדיקער ווערטער [לולי דכתיבא וואלט איך נישט געטרויעט צו שרייבען], כלפי די גאון, ווי ער דרוקט זיך אויס "כל התלאה אשר מצאתני מאנשי ריבנו דווילנא ההולכים אחרי רבם הידוע, אשר התיר דמינו כמים בשנת תקל"ב", קלארע ווערטער ווי די בעה"ת באשולדיגט דער גאון זעלבסט, אבער סשטעלט זיך די תימה ווייל דאס איז סותר מה שכתב אין א צוויטער מכתב "כי ידוע לנו בבירור שלא מאתו [דער גאון] יצאו הדברים ח"ו לילך עמנו בגדולות וכל ימי חייו לא יצא המכשלה והשגגה מלפני השליט".

סכדי צובמערקין לו יהא אז דער מכתב איז אמת, זעהט מען קלאר אז זיין בנים זיינען נישט גיווען קיין מנגדים ווי מאנכע טענהן [בנוגע די השמטה פון די תורות אין פנים יפות], ווייל די בעה"ת באגריסט אינעם מכתב אויך "בניו המסולאים הרבנים הגדולים ד' עליהם יחי'".
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סעמיטשקע יקירי,
איר זאלט נישט מיינען אז די וואס זענען נישט מגיב האבן נישט קיין הנאה, מיר שלינגען מיט דארשט יעדע תגובה אייערע וואלכע איז מלאים זיו ומפיקים נוגה, די ידיעות מרחיבות זענען זייער אינטהאלטסרייך און אינטערעסאנט, עכ"ז וויבאלד מיר האבן נישט קיין זפעציעלע הוספות אינעם נושא זעלבסט וועלן מיר שטיין אין די זייט און שעפן פרישע ידיעות שטילערהייט.

א גרויסן יישר כח פאר אייער טירחא.

די איינציגסטע זאך וואס איך דערמאן זיך היצט בנוגע דעם הפלא"ה און חסידות, איך האב אמאל געהערט (איך בין כמעט זיכער אז איך האב עס געהערט מפי אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א) אז דער סיבה וואס דער הפלא"ה האט מסתיר געווען זיין חסידות איז געווען ווייל די בעה"ב אין פראנקפורט זענען דאך געווען מתנגדים און ער האט נישט געוואלט פירען קיין קריג מיט זיי.

ולפי"ז איז מסתבר אז דער הפלא"ה זעלבסט האט משמיט געווען דעם שם המגיד פון זיין חיבור, אפי' לו יציור אז ער איז געווען א תלמיד, איך שרייב נאר השערה בעלמא.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:סעמיטשקע יקירי,
איר זאלט נישט מיינען אז די וואס זענען נישט מגיב האבן נישט קיין הנאה, מיר שלינגען מיט דארשט יעדע תגובה אייערע וואלכע איז מלאים זיו ומפיקים נוגה, די ידיעות מרחיבות זענען זייער אינטהאלטסרייך און אינטערעסאנט, עכ"ז וויבאלד מיר האבן נישט קיין זפעציעלע הוספות אינעם נושא זעלבסט וועלן מיר שטיין אין די זייט און שעפן פרישע ידיעות שטילערהייט.

א גרויסן יישר כח פאר אייער טירחא.
אנן מה נענה אבתרי'?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

יעצט עלעך אריינגיין און כמה מקורות וואס זיינען נוטה אז ער איז נישט גיווען מתלמידי המגיד.

א.
אין הקדמה צום ספר "שבת אחים" שכתב בעל הפלא"ה און די יונגע יארען ווי ער רעכנט אויס ווי ער האט גילערנט ביי אחיו ר' נחום הלוי, און דערנאך בי אחיו ר' שמעלקא, [וואס דאס האט ער אליין געדרוקט און סנישט שייך גיווען משמט צו זיין] היתכן שרייבט ער נישט אפי' ברמז קל דער לימוד בבית המגיד.

ב.
מדשתקי רבנן שמע מינה, דער חת"ס ווען אימער ער דערמאנט רבו הפלאה, דערמאנט ער נישט קיין ווארט פון קירבת רבו ההפלאה צום מגיד, קיין איין דב"ת בשם הפלא"ה בשם המגיד, און אפי' דארט אין די תשו' ווי סווערט דערמאנט די ענין פון נוסח התפילה וואס חסידים האבען איינגעפירט דערמאנט ער אז רבותיו רנ"א והפלא"ה האבין זיך געפירט דאווענין נוסח אר"י און דערמאנט נישט גארנישט אז סקומט מצד חסידים נאר פשוט זיי האבין זיך געפירט עפ"י קבלת אר"י.

ג.
אין אגרת הקדש געדריקט הונטערין נועם אלימלך איז פארהאנען א בריוו ווי א חסיד בשם ר' זכריה מענדיל שרייבט א בריוו צו זיין פעטיר זיך צופארענטפירען אויף זיין הנהגת החסידית, איינער פון די זאכען וואס זיין פעטיר האלט אים פאר היתכן משנה זיין מדרכי אבותיו, שרייבט ר' זכריה מענדיל צוריק, ער ווייסט נישט פון וועלכע אבותיו ער רעדט ווייל ער איז נתגדל גיווארען בבית דודו ר' שמעלקא מניקלשבורג, וואס כידוע האט ער זיךאויך אזוי מתנהג גיווען, לכאורה אויב דודו איז גיווען ר' שמעלקא איז דער הפלא"ה אויך גיווען דודו און אויב ער דערמאנט דודו ר' שמעלקא ואס האט זיך נוהג גיווען עפ"י חסידות זאל ער שוין אריינווארפען איינוועגס דודו הפלא"ה לו יהא ער איז אויך גיווען תלמיד מובהק צום מגיד.
ואם ירצה העיקש להתעקש אז ר' שמעלקא איז גיווען א שוואגער צו איינע פון זיינע עלטערין און דעריבער איז נישט קיין שייכות דער הפלא"ה, אבער המעיין אין די בריוו ווייטער וועט זעהן ווי ר' זכריה שרייבט אז מיט רעכט איז ער בוחר אין דרך דודו ר' שמעלקא היות "רוב בנים הולכין אחר אחי האם" און אויב ר' שמעלקא איז גיווען מאחי האם איז הפלאה אויך גיווען.

צום שלוס:
היוצא לנו סשווער צוזאגען אז די הפלאה איז גיווען א תלמיד פינעם מגיד ווי אחיו ר' שמעלק, אויך איז ווייט צו זאגען אז ער איז גיווען א מנגד וכן זיינע בנים, סקען גאר זיין ער איז אפי' גיווען אין מעזריטש רעדין אין לערנען אדער מקבל זיין עטוואס פינעם מגיד, אבער קיין ראי' ברורה איז לכאורה נישטא און נמנה צו ווערין מבין תלמידיו ווי אחיו ר' שמעלקא, דער בארדיטשיבער, די קאזניצער מגיד וכו' איז זיכער נישט שייך.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”