ר' אשר יונה וויינבערגער ז"ל מטעמעשוואר א' אדר תשנ"ו

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

ר' אשר יונה וויינבערגער ז"ל מטעמעשוואר א' אדר תשנ"ו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

כ'קלער אז ס'איז ריכטיג צו מאכן א באזונדערן אשכול פאר הרה"צ ר' אשר יונה ז"ל

דער אשכול איז א צווילינג אשכול מיט'ן אנדערן איבער זיין ברודער
הגה"צ ר' אלטר יצחק אייזיק מטורקא ז"ל

מיללער האט געשריבן:
ר' אשר יונה וויינבערגער (דער דרייצענער) איז געווען א איש מכובד ונשיא פנים אין טעמעשוואר, ער איז געווען א וויזשניצער חסיד, אז איך האב נישט קיין טעות האט ער קודם געוואונט אין וומ"ס נאך די קריג איידער ער איז ארויף קיין בני ברק ושם מנ"כ.
.

ער איז געווען א גאון ותלמיד חכם און עובד ה' עד להפליא, א פייערדיגער חסיד, וואס האט אויסגעקליבן צו פארבלייבן בתור חסיד, טראץ וואס ער איז געווען מער ווי ראוי צו אליין זיין א רבי ומנהיג.
ער האט געהאט פיל אידן וועלכע האבן טאקע געזען אין איהם זייער רבי און זיך דערווארעמט לאורו.

ער איז געווען א נאנטער תלמיד פון אהבת ישראל, און מבניו דער ווישאווער רב און דער דמשק, און פון גאלאנטא רב, זצ"ל
נאך די פטירה פון דמשק איז ער געווארן א נאנטער חסיד פון אמרי חיים, און שפעטער מבנו כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א

אלע זיינע רבי'ס האבן איהם זייער געשעצט און מכבד געווען כערכו הרם.

ער האט געוואוינט נאכ'ן קריעג אין וויליאמסבורג ווי ער איז געווען נאנט צו רביה"ק מסאטמאר זי"ע, וועלכע האט איהם אויך גאר שטארק מקרב געווען און ארויסגעוויזן הערצה.

אויך איז ער געווען נאנט צום סקווירא רבי'ן זצ"ל, און בעצם האט ער זיך מכניע געווען און געזיכט צו ווארעמען ביי יעדן ערליכן איד וואס ער האט נאר געקענט.


מיללער האט געשריבן:
ביקסאד האט געשריבן:די דרייצן קינדער פון הרה"ג ר' אשר יונה חתן ר' דוד פינקאס מ'טעמעשוואר,

די זוהן,

א. ר' בן ציון חיים,
ב. ר' נתן נטע זאב,
ג. ר' פינחס, חתן הרה"ג ר' עוזר הכהן פריעד אב"ד אויוואראש,
ד. ר' אלעזר,
ה. ר' יוסף ישכר דוב בעריש, חתן הרב זלמן בריז"ל,
ו. ר' אפרים פישל,
ז. ר' אברהם אורי,

די איידעמער,

ח. הרב מאיר הורוויץ מ'שאץ
ט. הרה"צ ר' אברהם אביש הורוויץ מ'מעליץ-ליזענסק,
י. הרה"ג ר' עזריה זושא פאללמאן,
י"א. הרב משה מאיר מאסקאוויטש מ'שאץ-מעליץ,
י"ב. הרה"ג ר' יחיאל מיכל ליבערמאן אב"ד בעסערמין,
י"ג. ר' משה האס,


אין דעם בילד פון כ"ק אדמו"ר מוויזניץ ב"ב שליט"א בשנת תשמ"א, זעהט מען לינקס (מימין האדמו"ר) ר' בנציון חיים ב"ר אשר יונה וו"ב (קרעדיט, שמייליגער בחה"ח)
אטעטשמענטס
051010_091736-266_4.JPG
לעצט פארראכטן דורך חייקל אום מיטוואך יוני 10, 2009 5:14 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

חייקל האט געשריבן:פון רעכסט צו לינקס
הגה"צ רבי אשר יונה וויינבערגער ז"ל רב ור"מ טעמעשוואר בעמח"ס כנסת ישראל
עם חתנו הרה"ג ר' יחיאל מיכל ליעברמאן ז"ל אב"ד בעסערמין
הגה"צ אבדק"ק וואידיסלוב ז"ל
עם בנו הרה"ג ר' משה רוטנבערג שליט"א אב"ד וואידיסלוב
אטעטשמענטס
Temishvar-voidislov-Besermin.jpg
Temishvar-voidislov-Besermin.jpg (16.45 KiB) געזען 9758 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

איבער ר' אשר יונה'ס ישיבה אהבת תורה אין טעמעשוואר

הישיבות ברומני'ה
בפלך באנאט שבהונגריה המזרחית-דרומית ושנספח בשנת 1920 לרומניה, כבר הזכרנו את בירתה טימישוארה וישיבתה העתיקה משנות 1786-1770 בזמננו נוסדה ישיבה בשנת 1935 בשם "אהבת תורה" ע"י חבורת עסקנים. מנהל הישיבה היה הרב אשר יונה וינברגר. מטעם הקהילה מטימישוור ניתן אולם מיוחד להישיבה ומעון להרב המנהל. הרב יצחק צבי סופר - מהקהילה הספרדית היה בוחן התלמידים בכל שבוע במעמד אנשי הקהילה: הלמודים היו כבשאר הישיבות מהונגריה. בהשגחתו של בן הרב סופר הנ"ל, נפתח גם בית תבשיל בשנת 1938. הישיבה התקיימה עד המלחמה האחרונה.

הישיבות ברומני'ה
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

א זעלטן ווארעמע מכתב בשבחו וגדולתו פון הרה"צ ר' אשר יונה ז"ל וואס רעדט אויך פון זיין ישיבה וואס ער האט געפירט
פון א דער דמשק פון וויזשניץ ז"ל (איינער פון זיינע גרויסע רבי'ס)
אטעטשמענטס
DAMESEK BRIV01 sml.jpg
DAMESEK BRIV01 sml.jpg (43 KiB) געזען 9739 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

מאור פניו פון הרה"צ ר' אשר יונה ז"ל בערוב ימיו אין ירושלים עיה"ק
נאכ'ן משמיע זיין דברי חיזוק אין אן ארטיגע תלמוד תורה

ער פלעגט פיל אויפטרעטן מיט גאר ווארעמע דורכגעווייקטע חסידישע שמועסן אין פילע מקומות בפרט אין גאלאנטא און וויזשניץ
אטעטשמענטס
Temeshvar-portrair sml.jpg
Temeshvar-portrair sml.jpg (24.94 KiB) געזען 9726 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

אויב האט איר געזעהן דעם אשכול באלד ווען דאס איז געעפענעט געווארן באקוקט ווידער די ערשטע תגובה דא, ס'דארט דא הוספות.


אט בין איך מעתיק פון אשכול "בעל חקל יצחק מספינקא
ביקסאד האט געשריבן:ר' אלעזר ב"ר נתן נטע זאב [נפטר מוצאי יוה"ק תרצ"ז ומנו"כ ב'חוסט] זוגתו חיה שפרינצא ב"ר אשר יונה הי"ד, יו"ח:

א) ר' ישכר דוב בעריש נפטר ב' חשון תש"א, מכל יו"ח נשארו אחר המלחמה הרבנית מספינקא ז"ל ויבלחט"א הרבנית מאשוי, פאר מער אינפארמאציע קאנט איר נאך זוכן בסוף ספרי התפארת צבי.

ב) ר' אלטר יצחק אייזיק מ'טורקא נפטר י"ג ניסן תשל"ד, http://kevarim.wordpress.com/2008/05/23 ... einberger/

ג) ר' אשר יונה מ'טעמעשוואר,

ד) הרבנית ריזל נפטרה כ"ג תשרי (שמחת תורה) תשס"ג, אמם של גאלאנטא ובורשטין.

ה) חתנם ר' אלימלך מיללער.

ו) עס זענען געווען נאך קינדער, פאר מער אינפארמאציע קאנט איר נאך זוכן בסוף ספר אהל ברוך הוצאת תפארת אבות בורשטין, צו באקומען אין די ספרים געשעפטן מכירה הראשית אצל בימ"ס אמרי שפר.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

ווער איז דער וישזניצער וויינבערגער, דער ארויסגעבער פון דע ויזניצער מנהגים ספר 'עדות ביהוסף'? ער האט עפעס א שייכות?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

כתר ישועה האט געשריבן:ווער איז דער וישזניצער וויינבערגער, דער ארויסגעבער פון דע ויזניצער מנהגים ספר 'עדות ביהוסף'? ער האט עפעס א שייכות?


דאס האט געשריבן איינע פון די זוהן פון הרה"צ ר' אשר יונה,
הרה"ח ר' יוסף ישכר בעריש ז"ל
כ'האב זיך - אבלחט"א - פערזענליך באגעגענט מיט איהם איין מאל ווען ער איז געווען דאהי נאך געלט פאר'ן ספר, ער איז געווען מלא וגדוש, א שטייגער ווי ס'פאסט זיך פאר א זוהן פון אזא גרויסן טאטן.
איינער פון די חשוב'ע א.ג. וויזשניצער מורדים-נדחים וואס האט געלערנט מיט עם אין די יוגענט אין וויזשניץ האט מיר דעמאלטס גאר מפליג געווען בשבחו וואסארא כלי מפואר דער ר' בעריש איז געווען נאך אלץ בחור.
ער איז נעבעך אוועק יונג, אין זעלבן חודש ווי זיין שוואגער דער בעסערמינער רב ז"ל, און נאך א שוואגער, כ'געדענק נישט ווער.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק ר' חייקל פאר די פילע לייסטונגען, איך האב אסאך געהערט פון דעם איד אבער קיינמאל נישט ווי ביז יעצט, ספעציעל די בילדער.
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

א יישר כח פאר'ן חשוב'ן קרוב למשפחת וויינבערגער החשובה וואס האט מיר געהאלפן און ממציא געווען די רייכע בייגעלייגטע ביאגראפיע פון הרה"צ ר' אשר יונה ז"ל.


זיין געבורט און שיינעם אפשטאם
הגה"צ רבי אשר יונה זצ"ל איז געבוירן אין שנת תרס"ז אין שטעטל סינעווער אין מארמאראש צו זיין טאטן הרה"צ ר' אלעזר זצ"ל וועלכער האט געשטאמט פון די מיוחס'דיגע משפחה פרענקל-תאומים אן אייניקל פון הגה"ק רבי ברוך פרענקל-תאומים בעל ברוך טעם זצוק"ל, און צו זיין מאמע הצדיקת בת קדושים וואס האט געצויגן איר יחוס פון הרה"ק ר' מאיר'ל מפרימישלאן, הרה"ק השרף ר' אורי מסטרעליסק, הרה"ק ר' יודא צבי מסטרעטין, זצוק"ל ולמעלה בקודש, דעם נאמען "אשר יונה" האט מען אים געגעבן נאך זיין זיידן די מאמע'ס טאטע הרה"צ ר' אשר יונה קוויטנער זצ"ל וואס איז געווען א ת"ח מופלג און א איש צדיק.

די מאמע האט געפירט די שטוב ווירטשאפט און געברענגט פרנסה אין שטוב, אין די צייט וואס דער טאטע הרה"צ ר' אלעזר איז געזיצען אין ביהמ"ד אויסגעטוהן פון די וועלט און עוסק געווען בתורה ועבודה יומם ולילה, אין דעם שטוב איז איינגעפלאנצט געווארן אין דעם קינד די אהבת תורה ויראת שמים און דביקות בה' וואס האט אים ארומגענומען שטענדיג.

אויף זיין טאטן ר' אלעזר האט מען געזאגט אז ער איז א ל"ו צדיק, און אויף זיין מציבה אין געשריבן גאר גרויסע טיטלן א שטייגער ווי אויף גדולים וצדיקים, וואס כידוע האט מען נאך בימים ההם נישט מגזים געווען ווי היינט.

אין די טעג פון די ערשטע וועלט מלחמה האט די משפחה פיל מיטגעמאכט און ארומגעוואנדערט אנטלויפענדיג זיך צו ראטעווען פון די רוסישע מיליטער וועלכע האבן אנגעזייט חורבנות און רציחות רח"ל ווי זיי האבן נאר אריינגעטרעטן, דערנאך ווען דער מצב האט זיך אביסל איינגעשטילט, איז אבער ר' אלעזר און זיין משפחה געבליבן בעירום ובחוסר כל אן קיין דאך איבערן קאפ, ווען די סאלדאטן האבן צוגענומען זייער שטוב און גאנצע האב און גוטס, דאן האבן זיי זיך אריבערגעצויגן צו די דערנעבענדיגע חוסט און זיך דארט באזעצט.

שוין דאן האט זיך רבי אשר יונה מיט זיין עלטערע ברודער הרה"ג ר' אלטער יצחק אייזיק (שפעטער טורקא רב) זצ"ל זיך אויסגעצייכענט מיט זייער התמדת התורה מתוך הדחק והעוני, ווען זיי פלעגן גיין ביינאכט פון ביהמ"ד צו ביהמ"ד צונויף זאמלען די ביסל פארבליבענע חלב פון די פארלאשענע ליכט אין ביהמ"ד, און פון דעם האבן זיי געמאכט ליכט פאר זיך צו לערנען ביינאכט.


זיינע רבי'ס
* * *
צו א ספציעלע קירבות און חן האט הגה"צ רבי אשר יונה זוכה געווען ביי זיינע גרויסע רבי'ס ביי וועלכע ער האט געלערנט און מקבל געווען תורה וקדושה בימי נעוריו, און ער איז געבליבן מקושר צו זיי אלע זיינע יאהרן בקטירא דלא פסיק.

אין די ערשטע יאהרן אין חוסט האט ער געלערנט ביי הרה"ג ר' אברהם יוסף גרינוואלד זצ"ל דער זון פון ערוגת הבושם זצ"ל, וועלכער איז געווען חוסט'ער רב ביז זיין פטירה אין שנת תרע"א.

נאנט צו זיין בר מצוה האט אים הרה"ק מהרי"צ דושינסיקיא זצ"ל מקבל געווען פאר א תלמיד ווען ער האט דערקענט אויף אים אז לגדולת נוצר, זייענדיג שוין דאן א עילוי מופלג ומצוין כאטש זיין גאר יונגן עלטער, ער האט דעם יונגן בחור'ל אויסטערליש מקרב געווען און ער האט זיך באצויגן צו אים מיט אויסערגעווענליכע שעצונג, רבי אשר יונה האט טאקע פיל מקבל געווען פון זיין באליבטן רבי'ן און געשעפט פון אים מלא חפניים תורה וקדושה.

זיין גאנץ לעבן פלעגט ער דערמאנען מיט א ציטער דעם רבי'ן, און ער פלעגט נאכזאגן תורות און עובדות פון אים פילענדיג א טיפן קשר צו אים.

עס האט דערציילט הרבנית הצדיקת פון הרה"ק מהרי"ץ דושינסקיא, אז צומאל ווען רבי אשר יונה פלעגט אריינקומען צו זיין רבי'ן פלעגט זיך דער רבי מהרי"ץ אויפשטעלן פאר אים, אזוי ווייט איז געווען די ליבשאפט און הערצה פון אים צו זיין תלמיד רבי אשר יונה.

אין סוף שנת תרפ"א זייענדיג אלט נישט מער ווי פערצן יאהר, האט ער - צוזאמען מיט זיין עלטערן ברודער - מקיים געווען דעם "הוי גולה למקום תורה" און ער איז געפארן לערנען קיין ווישיווע צו הרה"ק ר' מנחם מענד'לע האגער זצ"ל בעמח"ס שארית מנחם. דאס פארן איז געווען א לאנגער שווערע וועג און פארבינדן מיט שווערצן די גרעניץ פון טשעכיי אויף רומעניע, זיי האבן אסאך מיטגעמאכט אויף דעם וועג, אבער זיי האבן נישט געקוקט אויף דעם, נאר צו קענען שטייגן ווייטער בתורה ועבודה.

א קורצע צייט נאך זייער אנקומען אין ווישיווא, האט דער ווישיווער רב געלייגט אן אויג אויף די צוויי ברודער ער האט געזען פאר זיך בחורים מופלגים ומושלמים בתורה וחסידות, און ער האט באאויפטראגט רבי אשר יונה צו לערנען די הוראה מיט זיין זון ר' ברוך'ל הי"ד, און ער האט זיך פערזענליך אפגעגעבן מיט רבי אשר יונה און אים אריינגענומען שלאפן אין זיין פריוואטן לערן-צימער


מיט זיין רבי'ן דער אהבת ישראל
דורך דעם רבי'ן דער ווישיווער רב זצ"ל, האט ער זוכה געווען נתקרב צו ווערן צו אביו הק' הרה"ק בעל אהבת ישראל מוויזשניץ זצ"ל. דאס איז געווען איינמאל סוף פון א ווינטער זמן ווען די בחורי הישיבה האבן זיך געשטעלט צום פארהער אויף טוש"ע הלכות פסח מיטן פרי מגדים, דער ווישיווער רב איז אזוי נתפעל געווארן פון רבי אשר יונה מיט נאך געציילטע מצויינים אז ער האט זיי מיטגענומען אויף זיין חשבון אויף פסח צו זיין טאטן הסב"ק בעל אהבת ישראל מוויזניץ זצ"ל. רבי אשר יונה פלעגט נאכדערציילן פון דעם פסח ווי ער האט געשפירט א עונג רוחני במחיצת קדשו, און ער האט באלד זוכה געווען טראץ זיין יונגן עלטער צו א גרויסע התקרבות פונעם אהבת ישראל, דער אהבת ישראל האט אים שטארק מעריץ געווען און ארומגערעדט בשבחו וואס דאס האט ארויסגערופן גרויס וואונדער, פון דעמאלטס איז געווען לא זזה ידו מתוך ידו, ער איז שוין געבליבן דבוק בכל לב ונפש עד יומו האחרון. און ער איז געווען פארעכענט פון די יושבים ראשונים במלכות וויזניץ. דער אהבת ישראל פלעגט אים - ווען ער פלעגט קומען צו פארן - שטענדיג ארויסווייזן גרויס חביבות און זיך משתעשע זיין מיט אים, ער פלעגט אים מכבד זיין מיט א ניגון ביים טיש, און צומאל פלעגט ער זינגן א ניגון וואס ער האט אליין פארפאסט.

אין שנת תרצ"ו איז ער געווען ביים "אהבת ישראל" אויף די צווייטע פסח, מוצאי יו"ט נאך וואס ער האט זיך שוין געזעגנט ביים רבי'ן און ארויס פון צימער, איז ער נאכאמאל צוריק אריין זיך איינקוקן אין זיין הייליגע צורה, ווען דער אהבת ישראל האט אים באמערקט צוריק אריין קומען, האט ער אים צוגערופען צו זיך מיט חביבות און אים געזאגט: "קינד לעבן, א זיס לעכטיג לעבן". דאס איז געווען דאס לעצטע מאל וואס ער האט געזען דעם רבי'ן, יענעם ב' סיון איז דער אהבת ישראל נסתלק געווארן.

אלס יונגערמאן האט ער אמאל געפלאנט צו פארן קיין טורקא, אנצופירן די ישיבה וואס זיין ברודער הרה"ג ר' אלתר יצחק אייזיק זצ"ל האט אנגעפירט דארט אין פוילן. אבער דער אהבת ישראל האט אים נישט געלאזט, און טראץ וואס ער האט שוין געהאט געשיקט אהין זיינע מטלטלין, האט ער אים געהייסן צוריק ברענגן זיינע חפצים. שפעטער ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן, און ס'איז געקומען דער גרויסער חורבן אויף מדינת פוילן. האט ער פארשטאנען פארוואס דער רבי האט אים נישט געלאזט פארן אהין.

הרה"ג ווינער רב שליט"א האט דערציילט אין זיין הספד ז' אדר וואס ער האט געהערט פון אים דערציילן ביי א באזוך ביי אים אין שטוב פאר עטליכע חדשים צוריק: די צוויי ברודער דער אהבת ישראל און דער אנטיניער רבי זענען נתגדל געווארן אלס קינדער ביים זיידן דער צמח צדיק, וועלכער פלעגט זיך פירן זיי אליין צו ברענגן נעגל וואסער אפצוגיסן די הענט יעדן אינדערפרי, איין טאג האט זיך דער אנטיניער רבי געפרעגט דעם זיידן פארוואס דארף זיך דער זיידע מטריח זיין אונז צו דערלאנגן דאס וואסער עפ"י הלכה מעג מען דאך אראפגיין פון בעט פחות מד' אמות און זיך וואשן, האט דער צמח אים געפרעגט: ווער האט דיר דאס געזאגט, האט ער געענטפערט דער מלמד וואס לערנט מיט אונז. ווי דער צמח האט דאס געהערט האט ער נאך אין זעלבן טאג אויסגעצאלט דעם מלמד זיין שכירות און אים אוועק געשיקט, און ער האט ארויפגעלייגט זיינע צוויי הענט אויף זיין קאפ, און ער האט פארגעסן אלעס וואס ער האט מקבל געווען פון דעם מלמד אפילו א'ב'.


מיט זיין רבי'ן דער גאלאנטא רב

אין שנת תרפ"ו, נאך עטליכע יאהר עוסק זיין בתורה ביגיעה עצומה אין ישיבת ווישיווא, איז רבי אשר יונה געפארן לערנען קיין גאלאנטא צו הרה"ק ר' יהושע בוקסבוים מגאלאנטא זצוק"ל הי"ד, וועלכער האט באלד ביי זיין אנקומען אים פארהערט און געזען פאר זיך א כלי מפואר מלא וגדוש בש"ס ופוסקים, ועל כולם זיין ווארימקייט און יראת שמים הקודמת לחכמתו, ער איז מורא'דיג נתפעל געווארן פון אים, און ער האט גענומען אויף זיך אים צו באצאלן א וועכנטליך סכום פאר צרכי אש"ל אז ער זאל נישט געשטערט ווערן פון זיינע לימודים, ער זאל נישט מוזן צולערנען מיט שוואכערע בחורים פאר געלט צו קענען באצאלן די אכסניא און אש"ל, נאר ער זאל זיך קענען אינגאצן אוועק געבן צו שטייגן אין לערנען במנוחות הנפש. ווי אויך האט ער אים ממנה געווען פאר גבאי דחברה חריפות פון ישיבה.
רבי אשר יונה זצ"ל האט ווייטער עוסק געווען בתורה ועבודה מיט התמדה און יגיעה עצומה ממש לא פסיק פומי' מגירסא און געלערנט בייטאג און ביינאכט, עס זענען פאריבער אויף אים אין גאלאנטא א פאר יאהר וואס ער האט זיך כמעט נישט געלייגט אין א בעט שלאפן, נאר ער איז געזיצן און געלערנט גאנצע נעכט, און ווען ער איז מיד געווארן האט ער געכאפט א דרימל אויפ'ן ספר, און באלד ווייטער געלערנט.

ער האט פארנומען אין גאלאנטא דעם אויבנאהן אין ישיבה צווישן די בחורים וואס זענען מיט די יאהרן נתפרסם געווארן אלץ חשוב'ע רבנים ומרביצי תורה בקהלות חשיבות בישראל.

דער גאלאנטא רב האט זיך שטארק משתעשע געווען מיט אים און ער פלעגט צומאל זיך שטעלן אויסהערן זיין ווארימע דאווענען וואס איז געווען מיט חסידיש'ן ברען און התלהבות, ולעומתו ברוך אמר, רבי אשר יונה האט זיך מדבק געווען אין אים בלו"נ און ער פלעגט שטענדיג דערציילן פון גאלאנטא רבינ'ס פייערדיגע עבודה, זיין גדלות בתורה, ווי ער איז געווען דער גרויסער ראש ישיבה אין די וואכן, און א חסיד'ישער רבי אין די דערהויבענע שבתים די ווארימע טישן און ניגונים, און ער פלעגט נאכזאגן דברי תורה בשמו.

אין די תקופה וואס ער האט געלערנט אין גאלאנטא איז אים אויסגעקומען צו קענען און זעהן פיל פון די צדיקי הדור, ווען ער האט באגלייט זיין רבי'ן צו די בעדער אין קארלסבאד, און אין מארינבאד, צווישן זיי הרה"ק בעל אמרי אמת מגור, בעל מנחת אלעזר ממונקאטש, בעלזא רב, און נאך גדולי וקדושים זיע"א, און ער פלעגט נאכזאגן דברי תורה וואס ער האט געהערט פון זיי ביי יענע געלעגנהייט.



פרק האיש מקדש

אין שנת תרצ"א איז ער געווארן אן איידעם ביי הרב החסיד ר' דוד פינקעס ז"ל פון טעמעשוואר, ר' דוד איז געווען א חסיד'ישער איד א ירא שמים מרבים, זיין הויז איז געווען א בית ועד לחכמים, אלע צדיקי הדור וואס פלעגן קומען קיין טעמעשוואר וואס האבן געטראפן זייער אכסניא ביי אים, צווישן די הרה"ק ר' שלום אליעזר'ל ראצפערט'ער, הרה"ק ר' ישעי'לע טשחוב'ער, דער נאסויד'ער רבי רבי אברהם יהושע פריינד, און נאך זיע"א.

ר' דוד איז געווען א חסיד מובהק פון הרה"ק ר' חיים מאנטיניע זצ"ל. פאר דער שידוך איז געווארן איז ער געפארן צום אנטיניער רבי'ן - וואס האט דאן געוויילט אין טעטש - ער האט מיטגענומען מיט זיך דעם בחור, אים אנפרעגן וועגן דעם שידוך. דער רבי האט צום ערשט געהייסן זיין זוהן זאל אים פארהערן, דאן האט ער אים אפגעמאסטן מיט זיין הייליגן בליק פון אויבן ביז אראפ, און ער האט ארויסגעוויזן גרויס הנאה, זאגענדיג: "שיין, שיין, פון אויבן ביז אראפ, איך זעה ביי אים אריכות ימים, און שיינע לעכטיגע דורות".

חשון תרצ"ב איז פארגעקומען זיין חתונה אין טעמעשוואר, ווי ער איז פארבליבן וואוינען נאך די חתונה נעבן זיין שווער. רבי אשר יונה האט פיל אויפגעטון אין שטאט אויף דעם געביט פון מחזק די פירצות העיר און מקרב זיין אידן צו אידישקייט, ער האט מיט זיין פערזענליכקייט אריינגעבלאזן א רוח חיים בתורה וחסידות אין די שטאט.



סמיכה להוראה - והרבצת תורה ויראה אין טעמעשוואר

אין די תקופה ווען רבי אשר יונה האט חתונה געהאט איז ער נסמך געווארן להוראה דורך זיינע רבי'ס הגאונים הצדיקים הרה"ק מווישיווא און הרה"ק מגאלאנטא זצ"ל, שפעטער אין שנת תרצ"ח האט ער באקומען סמיכה און היתר הוראה מיט גאר גרויסע טיטלן פון הגה"צ טשימפא רב זצ"ל בעמח"ס שו"ת תפארת אדם, און שפעטער אין תש"ב האט ער באקומען די הורמנא פון הרה"ק בעל דמשק אליעזר מוויזניץ זצ"ל וואס האט דאן געוויילט אין טעמעשוואר, וועלכער שרייבט אויף אים צווישן דאס איבריגע: ...כבר סמכוהו מאז גדולי התורה, מן אז והלאה ישב פה בין עמודי דגירסא, שם לילות כימים, וזכה וזיכה את הרבים להנהיג ישיבה בתרביצה, העמיד ומעמיד תלמידים הרבה ומעיינותיו נפוצו חצה, אשרי קהל דת ישורין שיבא להעלותו על גפי מרומו קריתם לנהל קהל עדתם...

א צוויי יאהר נאך זיין חתונה אין אנפאנג שנת תרצ"ד האט ר' אשר יונה געעפענט זיין ישיבה אין טעמעשוואר מיטן נאמען "ישיבת אהבת תורה" מיט די הסכמה אין הוראה פון זיין רבי'ן דער אהבת ישראל זצ"ל.

דאס איז געווען איינמאל הושענא רבה ווען ער איז אריין מיט א קוויטל צו זיין רבי'ן, האט אים דער אהבת ישראל געהייסן זיצן, טראץ זיין יונגן עלטער, און ער האט אים דערביי געזאגט: "מיר ווילן אז דו זאלסט האבן א "ישיבה טובה". רבי אשר יונה האט געזען אין די ווערטער א רמז אז ער זאל גרינדן א ישיבה און מרביץ תורה זיין פאר תלמידים, און ער האט דעמאלס געגרינדעט זיין ישיבה אין טעמעשוואר, וואו ער איז אויפגעשטעלט פיל תלמידים יראים ושלמים, דער אהבת ישראל האט אויך געהייסן פאר פיל פון זיינע חסידים זיי זאלן שיקן לערנען די קינדער צו רבי אשר יונה'ס ישיבה קיין טעמעשוואר.

רבי אשר יונה מיט זיין רביצין הצדיקת ע"ה האבן זיך אוועק געגעבן בלב ונפש פאר די תלמידים און אראפגענומען צומאל דאס ביסן פון מויל צוגעבן פאר די ארימע בחורים זייערע הצטרכות'ן, די רביצין האט געטראגן דעם עול פון שטוב, ער זאל זיך קענען אינגאצן אוועק געבן ללמוד וללמד ולהרבצת התורה.

די ישיבה האט ער אנגעהאלטן קרוב צו צוועלף יאהר, און אפילו אין די ביטערע מלחמה יאהרן האט מען אנגעהאלטן דאס לערנען. כאטש וואס רבי אשר יונה האט געהאט אויסצושטיין רדיפות פון די רעגירונג זייענדיג א טשעכישער בירגער, האט מען אים געוואלט פארטרייבן פון לאנד, וואס האט געמיינט איבער-געבן פאר די דייטשן ימ"ש אויף א זיכערע פארשיקונג, דאך האט ער אנגהאלטן דאס פארלערנען אין א פארשטעקט בית מדרש'ל מיט אומגעהויערע מסירות נפש.



פון טעמעשוואר ביז וויליאמסבורג

נאך די קריג האט רבי אשר יונה פיל אויפגעטוהן מחזק צו זיין די שארית הפליטה אין די געגענט, עס האבן אנגעהויבן אהיימקומען די אודים המוצלים מאש בעירום ובחוסר, רבי אשר יונה מיט די רביצין האבן אריינגענומען די אידן אין זייער הויז, טראץ וואס זיי זענען געווען אנגעשטעקט מיט פארשידענע ערליי קרענק ל"ע.

נאר מיט חסדי שמים און נסים גלויים איז ר' אשר יונה מיט זיין גאנצע משפחה געראטעוועט געווארן פון דעם ביטערן חורבן און געבליבן לעבן לפליטה לטובה.
ער איז דאן אויך געשאנקן געווארן מיט א קאנסוס פון די ראשי הקהלה און ז' טובי העיר פארן כסא הרבנות פון קהלת מעסיף וואס האבן שטארק געבעטן ער זאל זיך קומען באזעצן ביי זיי.

אין סוף שנת תש"ז, איז רבי אשר יונה מיט זיין שווער און די משפחה אוועק געפארן פון טעמעשוואר קיין פראג ווי עס איז דאן געווען א סטאנציע פון מלחמה פליטים, אין פראג איז אויף אים דורך פרישע צרות ווען מ'האט אים ארעסטירט אויף א פאלשן בלבול, נאך אסאך מיטמאכענישן איז געלונגן בחסדי השי"ת מיט השתדלות און מיטן משחד צו זיין די רשעים ער זאל באפרייט ווערן. ביז סוף ווינטער תש"ח איז ער געווען אין פראג. אין חודש ניסן תש"ח איז ער אנגעקומען אויף ניו יארק. רבי אשר יונה האט באלד אויסגעקליבן וויליאמסבורג די עיר מלאה סופרים וגדולים חסידים ואנשי מעשה זיך צו באזעצן מיט זיין שטוב חסיד'ישע קינדער וואס איז געווען א יקר המציאות און א חידוש בימים ההם, הגה"ק מסאטמאר זי"ע האט ארויסגעוויזן גרויס חביבות פאר זיינע קינדער די בחורים מיטן עכטן חסידישן לבוש ווי אין דער אלטער היים.




דמות הודו פון הרה"צ ר' אשר יונה - פון ירושלים דאמעריקע - וויליאמסבורג של מעלה - קיין ירושלים עיה"ק

אין וויליאמסבורג האט רבי אשר יונה זצ"ל געעפענט זיין "ביהמ"ד כתר תורה" וואס איז באלד מפורסם געווארן פאר א ווינקל פון תורה ותפלה וחסידות.

רבי אשר יונה איז געווען א פה מפיק מרגליות מיט א זעלטענעם טעם זקנים, אנגעווארימט אידן מיט זיינע פערל ווערטער און זיינע ווארימע שמועסן און דרשות חיזוק פאר בחורי הישיבה און אינגעלייט, ער פלעגט רעדן דברים היוצאים מן הלב, דברים חוצבים להבות אש, און ביי אסיפות חיזוק פלעגט ער זיין מראשי המדברים, זייענדיג א מעין הנובע מיט תורה וחסידות, איבערגעבענדיג עובודת און שיחות פון צדיקים וואס ער האט מקבל געווען, כמעין המתגבר פלעגט ער צאמפלעכטן פשט רמז דרוש באופן נפלא בהלכה ואגדה וחסידות, וואס האבן אדורכגענומען אלע צוהערער.

רבי אשר יונה טראץ דעם וואס ער איז געווען בבחינת טפח על מנת להטפיח און אליין א משפיע פון שפע קודש איז געווען כל ימיו א "חסיד" מיט אלע זיינע רמ"ח אברים און שס"ה גידים, וועלכער האט זיך מכניע געווען צו זיינע רבי'ס במלא מובן המלה. א ציטער פלעגט אים אנכאפן ווען ער פלעגט אריינגיין אל הקודש פנימה צום אהבת ישראל, און זיינע אנדערע רבי'ס, און שפעטער צו די קינדער פון אהבת ישראל. דער ווישעווער רב, און דער דמשק, וואס דער קשר האט אויך אנגעהאלטן שפעטער מיטן "אמרי חיים" זצ"ל, און שפעטער דער היינטיגער וויזשניצער רבי שליט"א פון בני ברק.

זייענדיג אין אמעריקע איז ער אויך געווען שטארק דבוק צו מרן רביה"ק מסאטמאר זי"ע וועלכער האט ארויסגעוויזן צו אים א גרויס התקרבות און הערצה, ער פלעגט שטענדיג קומען צו שלחנו הטהור, ווי דער רבי האט אים שטארק מכבד געווען, און ער האט געהאט די חזקה נתכבד צו ווערן מיטן זמר כל מקדש, און רבי אשר יונה האט זיך מכניע געווען פאר אים כעבדא קמא מארי', ווי אויך איז ער געווען דבוק צו הרה"ק מסטראפקוב זצ"ל, און הרה"ק מסקווירא זצ"ל. דינענדיג אלס מוסטער אין התדבקות לצדיקים און הכנעה והתבטלות פאר א רבי'ן.

רבי אשר יונה זצ"ל האט געהאט פיל תלמידים און פארעהרער, און איז געווען ביי פילע גערעכענט אליין ווי זייער רבי און מורה דרך פון וועמען מ'האט געקענט לערנען דברי תורה וחסידות און הדרכה. פיל אידן האבן זיך ביי אים אויך געפראוועט נאך ברכות וישועות, און אים געבעטן ער זאל פאר זיי מתפלל זיין. זיין הויז איז שטענדיג געווען א תל תלפיות, און פיל אידן פלעגן קומען צו אים נהנה זיין פון אים עצה ותושיה. זיין הויז איז געווען אפן פאר יעדן איינעם, און שטענדיג זענען געווען סמוך על שלחנו פילע געסט, וועלכע האבן געשעפט דארט א תענוג רוחני.

בערוב ימיו אין שנת תשכ"ו האט ער זיך אריבער געצויגן אויף ארץ ישראל ווי ער האט זיך באזעצט אין ירושלים עיה"ק אין קרית מאטערסדארף, ווי ער געגרינדעט זיין ביהמ"ד און זיין כולל, וואס איז באלד געווארן א תל תלפיות לכל מבקשי דבר ה' וואס האבן זיך געווארעמט ביי אים און געשעפט פון אים מלא חפניים בתורה וחסידות. ובפרט יעדן שב"ק מיט זיינע שיעורים פאר קבלת שבת, די שירות ותשבחות כמנהג בית וויזניץ פרייטאג צו נאכטס, און זיינע דרשות שב"ק פאר קריאת התורה, וואס האבן דעווארעמט דאס הארץ פאר די וואס האבן דאס געהערט.

זיינע שמועסן זענען געווען דוכגעווייקט מיט אמונת ה' און אמונת צדיקים, אהבת התורה און אהבת ישראל. מיט עטליכע יאהר צוריק האבן זיינע קינדער ארויסגעגעבן א "ספר כנסת ישראל" וואס ענטהאלט א קליינעם טייל פון זיינע שמועסן וועלכע זענען אנגעזאפט מיט תורה וחסידות. פון דעם ספר קען מען זען אפס קצהו פון זיין רייכן אוצר בתורה וחסידות און דביקות און צדיקים.

אלע זיינע יארן האט אים באגלייט מיט געטריישאפט זיין חשוב'ע אשת נעורים הרבנית הצדיקת מרת פראדל ע"ה, וועלכע איז געווען אן אשה חשובה מאד פון אמאליגן טיפ נשים צדקניות און אן אמת'ע עזר כנגדו, מיט די הכנסת אורחים און טראגענדיג דעם עול פון די שטוב אויף זיך, זי איז נפטר געווארן מיט עטליכע חדשים צוריק.


דער דרייצענער רבי - י"ג מכילין דרחמי

רבי אשר יונה האט זוכה געווען צו דרייצן קינדער, און ער אזי דעריבער באקאנט געווען ביי פיל אירע בלשון חיבה און הערצה, אלס "דער דרייצענער רבי"..

ער פלעגט בדרך צחות צוגעבן אז זיי זענען כנגד י"ג מכילין דרחמי, ער האט פארלוירן צוויי קינדער בחייו, אבער ער האט מקבל געווען אויף זיך דעם גזר דין מיט אן אויסערגעווענליכן גבורות הפש בבחינת "וידום אהרן". ביי די געלעגנהייט האט מען געקענט זעהן זיין גדלות הנפש.

אזוי אויך מיט עטליכע חדשים איידער זיין פטירה ווען זיין אשת נעורים די חשובע רביצין איז פלוצים נפטר געווארן, ווען ער האט געהערט די ביטערע בשורה ר"ל, זענען אלע אנוועזנדע ארויס פון התפעלות זעענדיג מיט וואס פאר א אמונה און רואיגקייט ער האט אנגענומען די ביטערע גזירה, מיט די ריכטיגע "כשם שמברכין על הטוב כך מברכין על הרעה", און ער האט נאך מחזק געווען די ארומיגע מיט אמונה און בטחון אין השי"ת אין אלע מצבים, טראץ דעם וואס ער איז שוין אליין געוועם אין גאר א שוואכן צושטאנד און געדארפט אנקומען צו כסדר'דיגע הילף.

ביז די לעצטע מינוט איז ער געווען בדיעה צלולה טראץ וואס זיין גוף האט נישט פונקציאנירט געהעריג איז זיין מויל געווען כמעין המתגבר ונובע דברי תורה וחסידות און האט נישט נאכגעלאזט פון זיין פלאמפייערדיגע עבודת הקודש.

מיט זיין פטירה איז פארלוירן געגאנגן א הערליכער בוים שריד לדור דעה פון דעם אמאליגן טיפ גאון וצדיק און חסיד'ישער איד, וואס ער האט פארקערפערט אין זיך גדלות בתורה און חסידות, משולב דער דרך פון די תלמידי החתם סופר, און די תלמידי הבעש"ט, חבל על דאבדין, ולא משתכחין, ליידער קומט נישט צו היינט אזעלכע סארט אידן.

ער האט זוכה געווען איבערצולאזן א זעלטן שיינע דור ישרים מבורך. בנין וחתנין רבנן, חשוב'ע זוהן תלמידי חכמים ומרביצי תורה וחסידות, איידימער מגדולי הרבנים והאדמורי"ם, און אייניקלעך בני שלשים ורבעים תלמידי חכמים און מרביצי תורה, חסידים ואנשי מעשה, אלע יראים ושלמים גדולים בתורה וחסידות, מורי הוראות ומרביצי תורה לשם ולפארת.

זכר צדיק לברכה, יהא זכרו ברוך, חבל על דאבדין ולא משתכחין, וימליץ טוב בעד תלמידיו ידידיו ומעריציו וכל יו"ח החשובים שיחיו.



נאך א בילד פון ר' אשר יונה'ס ליכטיגע צורה בעת'ן צוגרייטן די ליכט אויף שבת קודש
אטעטשמענטס
temsvr-lecht sml.jpg
temsvr-lecht sml.jpg (37.33 KiB) געזען 9660 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

א ווארעמער מכתב קודש וואס רביה"ק מסאטמאר זי"ע האט געגיבן פאר הרה"צ ר' אשר יונה ז"ל בעת ער האט זיך אריבער געצויגן פון וויליאמסבורג קיין ירושלים עיה"ק ת"ו.
דער רבי האט זיך אויסגעדריקט אין שטוב, בעת ער איז אריין נעמן ברכת קדשו און זיך געזעגענען "אזעלכע אידן ווי ר' אשר יונה מעגן וואוינען אין ארץ ישראל"!
אטעטשמענטס
Rebbe DyZl briv reb usher yoinh sml-03.jpg
Rebbe DyZl briv reb usher yoinh sml-03.jpg (41.36 KiB) געזען 9655 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זייער חשוב א פרישען דאנק אייך ר' חייקל, עטליכע הערות;

א. ווי שוין דערמאנט בעפאר, האב איך געהערט פון הרה"ג פאיע רב שליט"א וועלכער איז א קרוב משפחה, אז ביי זיי האט מען מפקפק געווען איבער דעם יחוס צום ברוך טעם.

ב. פון טעמעשוואר האט מען בכלל נישט דעפארטירט, איז אביסל איבערגעטריבען די 'נסים גלוים' הגם עס איז א נס, אבער עס איז אביסל פארפירעריש.

ג. וואו איז געווען דער ביהמ"ד 'כתר תורה' אין וומ"ס?

ד. וואו איז געווען דער ביהמ"ד וכולל אין אר"י?
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

א. יא מיר האבן אויך געהערט דערפון, אבער אנדערע זענען מחולק דערויף, און האלטן קלאר יא אז ס'איז ריכטיג, בתוכם די אדמור"י בורשטין וגאלאנטא, און אזוי איז מקובל ביי די משפחת טעמעשוואר וטורקא, והמאמין לא יחוש....

אגב, דער מפקפק הידוע פון די קרעטשמע, האט געשריבן מיט א פעסטקייט אז ר' אשר יונה און זיין ברודער האבן קיינמאל נישט געהאט קיין ישיבה אינדערהיים... טראץ וואס דאס איז באשטעטיגט אין אלע היסטאריע ביכער, בריוון פון רבי'ס, בילדער און דאקומענטן, רעסיטס פאר נדבות א.א.וו. ממנו נוכל לדון על השאר... ודי בזה.

ב. ראשית האט מען אין טעמעשוואר אויך נישט געלעקט קיין מוציא מיט האניג, אבער בעיקר זענען געווען אין א סכנת מוות ל"ע ממש, די וועלכע זענען נישט געווען אנערקענט פאר רומעינישע בירגער, וואס ר' אשר יונה איז אויך געווען אזא טמיר ונעלם א לאנגע צייט, און איז פאריבער גאר אסאך מאל טויט-שרעק און מיט נסים גלויים מאת ה', און מסירת נפש פון אנדערע טעמעשווארער אידן איז ער ניצול געווארן
הרה"ח ר' אברהם ווירצבערגער ז"ל איז געווען א טעמעשווארער פונדערהיים, און א ידיד נאמן פאר ר' אשר יונה'ן, ער האט זיך זעלבסט אויך איינגעשטעלט דאס לעבן אמאל צו באהאלטן ר' אשר יונה'ן, ער איז געווען פארשטעלט ווי א גוי, און אראומגעפארן אין א פארמאכן וואגן אינמיטן שטאט מיט ר' אשר יונה'ן פארשטעקט אין וואגן, אין דער צייט וואס מען האט איהם געזיכט, און געוואלט אריבער דעפארטירן צו די אנדערע זייט גרעניץ אונטער די נאציס ימ"ש, וואס האט געמיינט א זיכערער טויט.

אגב האט דער ר'' אברהם ווב"ג געטוהן פיל מסירת נפש עסקנות אין יענע תקופה, ער פלעגט משחד זיין די רשעים זאלן באפרייען די וואס מען האט געכאפט שמוגלן די גרענצין, ער האט זיך געלאזט קאסטן גרויסע געלטער, און זיך אליין איינגעשטעלט פיל מאל.

פון דאס ידידות צווישן ר' אשר יונה'ן מיט ר' אברהם'ן ווערט דערציילט, ר' אשר יונה פלעגט לערנען א שיעור מיט איהם, און אזוי ווי ר' אשר יונה איז געווען א הארציגע בעל מנגן און בעל מחבר פון ניגונים, וועלכע ער פלעגט טראגן צום אהבת ישראל אויף יו"ט במתנה, און ר' אברהם אבי משפחת ווצב"ג איז דאך אויך כידוע געווען א חסידישער בעל מנגן און בעל מחבר, האבן זיי אינאיינעם מחבר געווען עטליכע ניגונים, אויף א סדר, אז ר' אשר יונה אט געמאכט איין פאל, ר' אברהם דעם 2'טן, און אזוי ווייטער.
די ניגונים ועורן געזינגן אין וויזניץ, און ביי די אייניקלעך, און טייל ניגונים זענען גאנץ באקאנט געווארן אויך.

ג. אויף הופער סטריט, קעגן איבער דעם סטראפקובער רבי'ן זצ"ל.

ד. אין קרית מאטערסדארף, ירושלים.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חייקל יישר כח פארן נעמען די מיה און ענפערן, איין שאלה, איז נישט סטראפקוב אויף קיעפ סט.?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער מיללער, איך האב נישט עקספעטירט פון דיר די פראגע.

אויף קיעפ סט. איז דא א ביהמ"ד בשם סטראפקוב, ידידנו ר' חייקל רעדט אבער פון בית ר' מענדעלע סטראפקובער 218 הופער סט. היינט סטראפקובער ביהמ"ד בנשיאות טשאקעווע רב כפי ההסכם עם ר' ישראל דזשופניק.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אה, איך האב מיך נישט געכאפט.

יישר כח פארן אויפמערקזאם מאכען
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

יישכ"ח פארשלאפן

הרב מילער אנטשולדיגט - מ'האט מיר שוין אויסגעכאפט צו ענטפערן.
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

נאך א בילד פון הרה"צ ר' אשר יונה ז"ל - ביי א שמחה מיט'ן מאטערסדארפער רב הרה"צ ר' שמואל עהרנפעלד ז"ל

פון ר. צו ל. הרה"צ ר' אשר יונה וויינבערגער ז"ל מטעמעשוואר, הרה"צ ר' שמואל עהרנפעלד ז"ל ממאטערסדארף, דער חתן הרה"ח ר' וואלף שטראהלי, שווער פון חתן הרה"ח ר' שלמה ווייס ז"ל
אטעטשמענטס
smlR Bבליקתמוזסד01.jpg
smlR Bבליקתמוזסד01.jpg (56.41 KiB) געזען 9541 מאל
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
עבד השם
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד השם »

קענט איר דעם אנא עבדא דקודשא בר''ה פון ר' אשר יונה ז''ל
א זיסע הערליכע ניגון
אשמע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 271
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 26, 2009 8:42 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמע »

ניין. כ'קען עס נישט.
עבד השם
שר חמישים
תגובות: 78
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עבד השם »

איך זיך איימיצער זאל עס ארויף לייגן
וועסט דיך באלעקן די פינגער
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

חייקל האט געשריבן:נאך א בילד פון הרה"צ ר' אשר יונה ז"ל - ביי א שמחה מיט'ן מאטערסדארפער רב הרה"צ ר' שמואל עהרנפעלד ז"ל

פון ר. צו ל. הרה"צ ר' אשר יונה וויינבערגער ז"ל מטעמעשוואר, הרה"צ ר' שמואל עהרנפעלד ז"ל ממאטערסדארף, דער חתן הרה"ח ר' וואלף שטראהלי, שווער פון חתן הרה"ח ר' שלמה ווייס ז"ל

ר' שלמה ווייס איז לכאו' איינס פאר דער לעצטער (נישט נעבן דעם חתן)
לחיים ולברכה!
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

ניגוני רבי אשר יונה זצ"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

עבד השם האט געשריבן:קענט איר דעם אנא עבדא דקודשא בר''ה פון ר' אשר יונה ז''ל
א זיסע הערליכע ניגון

עבד השם האט געשריבן:איך זיך איימיצער זאל עס ארויף לייגן
וועסט דיך באלעקן די פינגער


ניגון אנת הוא זן לכולא - שחיברו רבי אשר יונה וויינבערגער זצ"ל
https://www.dropbox.com/s/eokvo1xtfy9w5 ... n.mp3?dl=0

ניגון וידע כל פעול (סוף פונעם טרעק) - שחיברו רבי אשר יונה זצ"ל
https://www.dropbox.com/s/8gj2qyyxxivt8 ... h.mp3?dl=0

די פריערדיגע 2 טרעקס זענען פונעם וויזניצער "המלך" טעיפ, זייער א שיינער טעיפ אגב.

חייקל האט געשריבן:הרה"ח ר' אברהם ווירצבערגער ז"ל איז געווען א טעמעשווארער פונדערהיים, און א ידיד נאמן פאר ר' אשר יונה'ן זצ"ל, פון דאס ידידות צווישן זיי ווערט דערציילט, דאס פאלגענדע:
ר' אשר יונה פלעגט לערנען א שיעור מיט איהם, און אזוי ווי ר' אשר יונה איז געווען א הארציגע בעל מנגן און בעל מחבר פון ניגונים, וועלכע ער פלעגט טראגן צום אהבת ישראל אויף יו"ט במתנה, און ר' אברהם אבי משפחת ווצב"ג איז דאך אויך כידוע געווען א חסידישער בעל מנגן און בעל מחבר, האבן זיי אינאיינעם מחבר געווען עטליכע ניגונים, אויף א סדר, אז ר' אשר יונה אט געמאכט איין פאל, ר' אברהם דעם 2'טן, און אזוי ווייטער..


אט איז איינס פון די ניגונים וואס הגה"צ רבי אשר יונה זצ"ל האט מחבר געווען בחברותא מיט הרה"ח ר' אברהם ווירצבערגער ע"ה:
https://www.dropbox.com/s/3f5qzsonfewls ... 0.MP3?dl=0
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 345
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2016 5:40 am

גדולי דורינו מתלמידיו:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממעתיקי השמועה »

היינט איז געוועהן די 20'סטע יארצייט פון ר' אשר יונה זצ"ל
חייקל האט געשריבן:
א. .... דער מפקפק הידוע פון די קרעטשמע, האט געשריבן מיט א פעסטקייט אז ר' אשר יונה און זיין ברודער האבן קיינמאל נישט געהאט קיין ישיבה אינדערהיים... טראץ וואס דאס איז באשטעטיגט אין אלע היסטאריע ביכער, בריוון פון רבי'ס, בילדער און דאקומענטן, רעסיטס פאר נדבות א.א.וו. ממנו נוכל לדון על השאר... ודי בזה.

דעהם פארגאנגענם זומער ביי ניחום אבילים נאך האדמו"ר רבי משה לייב הורוויץ מסטריזוב זצ"ל
האט יבלחט"א זיין ברודער פארציילט פון זיינע זכרונות ביי זיין הייליגען און גרויסען [כלשונו] רבי'ן ר' אשר יונה ער האט פארציילט וואונדערליכע מעשיות פון איהם און גערעדט מיט א נאסטאלגיע פון זיין געוואלדיגע גרויסקייט, אינצווישן האט פארציילט ווי ער מיט זיינע ברידער'ס האבן אלע געלערנט ביי ר' אשר יונה דאס הייסט די פיהר סטריזוב ברידער'ס [בני ר' חיים שלמה] זענען זיינע תלמידים זייערע נעמען ווי פאלגענד:
א. הגה"צ ר' ?? נהרג בתאונת הערפלאן ...
ב. הגה"צ ר' משה לייב הורוויץ מסטריזוב זצ"ל, נפטר קץ תשע"ה, ויבלחט"א אזעלכע וואס לעבן נאך מיט אונז לאורך ימים ושנים, קען מען זיי דאך קלאר פרעגן, [מער פון בריוו וכו' הנ"ל]
ג. הגה"צ ר' צבי הירש [הירשל] הורוויץ מסטריזוב שליט"א, מחבר ?????, גיסו של רבי שלמה מבאבוב זצ"ל,
ד. הגה"צ ר' יוקל הורוויץ מזאלישא שליט"א, אבי ר' אלטר אליעזר אב"ד סאטמאר, חותן ר' חיים יוסף פרידמאן מברעזאן מו"ל ומחבר הרבה ספרים מפורסמים,
אויך האב איך געהערט אז:
ה. הגאון האדיר המקובל רבי יחזקאל ראטה שליט"א מגדלי פוסקי דורינו, בעל שו"ת עמק התשובה ועוד, איז געוועהן א תלמיד מובהק פון רבי אשר יונה.
ומי יכחיש את החי:
סתם אזוי
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 12, 2015 10:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סתם אזוי »

תלמידים מיינט נאכנישט ער האט געהאט א ישיבה!
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”