ר' יעקב יחיאל שווארטץ דומ"ץ בקראלי ז"ל הי"ד - י' סיון תש"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אברהם שלמה
שר חמש מאות
תגובות: 521
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 31, 2009 7:10 pm
פארבינד זיך:

ר' יעקב יחיאל שווארטץ דומ"ץ בקראלי ז"ל הי"ד - י' סיון תש"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם שלמה »

ר' יעקב יחיאל שווארטץ זצ"ל נולד לאביו ר' מרדכי צבי ז"ל בעיר ואם בישראל ק"ק סיגעט, רומניה שהיתה עיר מלאה חכמים וסופרים. הגאונים הצדיקים ששימשו שם ברבנות מעולם מאנשי שם היה, והאירו את הארץ בתורתם צדקתם וקדושתם.

בעודו ילד קטן למד שם בתלמוד תורה יחד עם שאר ילדי בני גילו ובתוכם גם ילדי הגה"ק מסיגוט זי"ע בעל קדושת יום טוב שהיה מתחברים עמו בחבורה אחת. והשגחה הפרטית סבבה כי לאחר כמה שנים היה משמש יחד בעיר אחת עם הגה"ק ר' יואל טייטלבוים זצ"ל בעיר קראלי יצ"ו בעת שהאדמו"ר הנ"ל שמש שם כרב אב בית דין והוא כדיין ומורה צדק, וימי שמשם ביחד ארכה כמו שמונה שנים.

אמו מרת לאה ע"ה היתה בטבעה בעלת מזג החלישות, וכאשר עברו עליו ימי הילדות עזב את בית אמו ע"ה ועבר אל בית דודו אחי אמו הגה"צ המפורסים רבי יצחק אייזיק פרידריך זצוק"ל האבדק"ק הומנא ונתגדל שם בביתו ומה שלמד וקיבל שם היה לו ליסוד מוסד לכל ימי חייו, וכמו שמרגלא בפומיה היה לומר: "אללעס וואס איך קען האב איך צו פאדאנקען דעם פעטער פון הומנא, ער האט מיר געמאכט דעם יסוד פון ציא לערנען הן במילי דשמיא והן במילי דעלמא".

כאשר הגיע לימי הבחרות גלה לישיבות היותר גדולות ומפורסמות אשר בארץ אונגארן, וכפי ידיעתי היה רבותיו הגאונים הקדושים רבי משה גרינוואלד זי"ע אבדקק חוסט בעל ערוגת הבושם, רבי שמואל ראזענבערג זי"ע אבדק"ק אונסדארף בעל באר שמואל ורבי שמחה בונם עהרנפעלד זי"ע אבדדק"ק מאטרסדארף בעל מענה שמחה.

בישיבות האלו שקד על דלתי תורה בהתמדה רבה ונפלאה וקנה לו שלימות התורה הן בחריפות והן בבקיאות ועלה מעלה על כל בני גילו ורבותיו הנ"ל הוקירוהו וחבבוהו בגלל הפלגת חכמתו בתורה ויראתו הקודמת לחכמתו ופאר מידותיו הישרות וגם סמכיהו בסמיכת חכמים ביורה יורה וידין ידין.

בהגיעו לגיל כב' לערך בשנת תרס"ד נכבדות מדובר בו ונתחתן עם ב"ג בת הגאון הצדיק כקש"ת רבי ברוך בענדיט ל"ש זצוק"ל הי"ד האבדק"ק קראסנא יצ"ו אשת חיל עטרת בעלה מרת חנה ע"ה שהיתה בתו השניה של האב"ד הנ"ל.
לעצט פארראכטן דורך אברהם שלמה אום מוצ"ש יולי 25, 2009 11:16 pm, פארראכטן געווארן 9 מאל.
http://lichtensteinheritage.blogspot.com" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הערליך, א דאנק ר' אברהם שלמה פאר די טירחא, מיר ווארטן אויף די המשך.

מיר האבן דא אן אשכול איבער די שווארץ משפחה פון סיגוט, עס קוקט מיר אויס ווי אייער זיידע ר' יעקב יחיאל מקראלי איז געווען א ברודער מיט ר' מנחם שווארץ פון סקרענטאן, בין איך גערעכט?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער ר' יעקב יחיאל שווארץ, האט געהאט א איידעם ר' שמואל דוד ווייס פון טולדיעש און שפעטער און גראסווארדיין, ב"ר אשר אנשיל וויס אב"ד נאדיפאלו
עיין כאן)
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:הערליך, א דאנק ר' אברהם שלמה פאר די טירחא, מיר ווארטן אויף די המשך.

מיר האבן דא אן אשכול איבער די שווארץ משפחה פון סיגוט, עס קוקט מיר אויס ווי אייער זיידע ר' יעקב יחיאל מקראלי איז געווען א ברודער מיט ר' מנחם שווארץ פון סקרענטאן, בין איך גערעכט?



לויט ווי איך האב הערשט מברר געווען פון א משפחה מיטגליד פון משפחת שווארץ הנ"ל בשם הרב ר' אליעזר עהרנרייך ממאד שליט"א, איז דער ר' יעקב יחיאל נישט פון די משפחה בכלל.

בלייבט נאר צו הערן וואס נכדו אברהם שלמה זאגט דערצו
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:הערליך, א דאנק ר' אברהם שלמה פאר די טירחא, מיר ווארטן אויף די המשך.

מיר האבן דא אן אשכול איבער די שווארץ משפחה פון סיגוט, עס קוקט מיר אויס ווי אייער זיידע ר' יעקב יחיאל מקראלי איז געווען א ברודער מיט ר' מנחם שווארץ פון סקרענטאן, בין איך גערעכט?

אינעם אשכול הנ"ל האבן מיר בשעתו געשריבן ווי פאלגענד:
מיללער האט געשריבן:
ידידינו ר' אברהם שלמה ווייסט צו זאגן אז דער פאטער פון ר' יעקב יחיאל האט געהייסן ר' מרדכי און ער האט געוואונט אין סיגוט, דאס איז פעסטגעשטעלט דורך די ארכיווען פון סיגוט און אנדערע מקורות, דער פאטער פון ר' מרדכי הנ"ל אבי ר' יעקב יחיאל (ר' יעקב יחיאל היה חתנו של ר' ברוך בענדיט ל"ש אב"ד קראסנא) איז געווען א זון פון ר' אהרן שווארץ לויט די ארכיווען.

די פראגע איז צו דאס איז פון די באקאנטע שווארץ משפחה איבער וועלכע דער אשכול איז דן, און אויב יא וויאזוי פוקנטליך גייט דער יחס, דאס ווייס איך שוין אויך אז דאס איז נישט דער ר' מרדכי שו"ב ב"ר יצחק אהרן הנ"ל.


היינט האבן מיר אפירגענומען דעם סיגוטער פנקס צו געפונען חומר איבער ר' מרדכי שווארץ ז"ל שו"ב בסיגוט בעמח"ס לוטה בשמלה, האבן מיר געפונען די פאלגענדע מציאה, מיר זענען מעתיק פונעם פנקס:

262: א' במדבר תרע"ד (49 מיטגלידער באטייליגען זיך אן ערענסטע נושא) הגבאים דחברה קדישא האבן ביים גענעראל פארזאמלונג פארקלאגט (מל' זיך באקלאגט, אנגעקלאגט) דעם שמש ר' הערש לייב בערגער אז לויט שטאטוטען 21 קען קיין הספד אצל ביהכ"נ אדער אצל ביהמ"ד אדער אצל בית הקברות נישט פארקומען אנעם רשות פון די ראשי החבורה און איינוויליגקייט פין הרב דפה, און היינט ביים לוי' של אשת ר' מרדכי שווארטץ האט דער שמש געגעבן רשות לבנה ר' יעקב שווארטץ מספיד זיין על בית הקברות.
די גענעראל פארזאמלונג נעמט עס אויף מיט באטראפענע הערצער דעם באדויערליכען פאל אז אזאנס איז פארגעקומען, דער שמש ווערט באשטראפט מיט 5 קראונען דאס דארף ווערן באצאלט ביז א חודש, אויב ווערט ח"ו נאך אמאל פאסירן אז דער שמש זאל געבן רשות פאר איינעם צו האלטן א הספד אן רשות פין די ראשי החבורה עם הסכמות הרב דפה ווערט ער גענצליך אויסגעשלאסן מהחבורה בלי טו"מ בעולם, די גענעראל פארזאמלונג האט איבער די אויסעראדענטליכען ערשטן פאל גענאדע פארן שמש ר' הערש לייב אויסגעזיכט און ח"ו זאל עס נאך איינמאל פארקומען וועט נאר די ענטלאכונג אויסגעשפראכען ווערן.


הייסט דאס אז ביום א' במדבר שנת תרע"ד איז נפטר געווארן א פרוי אין סיגוט, אשת ר' מרדכי שווארץ, אבער דאס איז נישט די פרוי מרת מרים די ווייב פונעם סיגוטער שוחט ר' מרדכי הנ"ל, ווייל זי איז נפטר געווארן הערשט תרצ"ט, און איר זון יעקב שווארץ האט איר מספיד געווען אויפן בית הקברות.

לויט אלע רעקארדס פון אויבן, איז דאס די מאמע פון ר' יעקב יחיאל שווארץ, דארף מען וויסן וויאזוי זי האט געהייסן אויפן נאמען, און באשטעטיגן אז לויט די דאטום פון די פטירה שטימט דאס.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:היינט האבן מיר אפירגענומען דעם סיגוטער פנקס צו געפונען חומר איבער ר' מרדכי שווארץ ז"ל שו"ב בסיגוט בעמח"ס לוטה בשמלה, האבן מיר געפונען די פאלגענדע מציאה, מיר זענען מעתיק פונעם פנקס:

262: א' במדבר תרע"ד (49 מיטגלידער באטייליגען זיך אן ערענסטע נושא) הגבאים דחברה קדישא האבן ביים גענעראל פארזאמלונג פארקלאגט (מל' זיך באקלאגט, אנגעקלאגט) דעם שמש ר' הערש לייב בערגער אז לויט שטאטוטען 21 קען קיין הספד אצל ביהכ"נ אדער אצל ביהמ"ד אדער אצל בית הקברות נישט פארקומען אנעם רשות פון די ראשי החבורה און איינוויליגקייט פין הרב דפה, און היינט ביים לוי' של אשת ר' מרדכי שווארטץ האט דער שמש געגעבן רשות לבנה ר' יעקב שווארטץ מספיד זיין על בית הקברות.
די גענעראל פארזאמלונג נעמט עס אויף מיט באטראפענע הערצער דעם באדויערליכען פאל אז אזאנס איז פארגעקומען, דער שמש ווערט באשטראפט מיט 5 קראונען דאס דארף ווערן באצאלט ביז א חודש, אויב ווערט ח"ו נאך אמאל פאסירן אז דער שמש זאל געבן רשות פאר איינעם צו האלטן א הספד אן רשות פין די ראשי החבורה עם הסכמות הרב דפה ווערט ער גענצליך אויסגעשלאסן מהחבורה בלי טו"מ בעולם, די גענעראל פארזאמלונג האט איבער די אויסעראדענטליכען ערשטן פאל גענאדע פארן שמש ר' הערש לייב אויסגעזיכט און ח"ו זאל עס נאך איינמאל פארקומען וועט נאר די ענטלאכונג אויסגעשפראכען ווערן.


הייסט דאס אז ביום א' במדבר שנת תרע"ד איז נפטר געווארן א פרוי אין סיגוט, אשת ר' מרדכי שווארץ, אבער דאס איז נישט די פרוי מרת מרים די ווייב פונעם סיגוטער שוחט ר' מרדכי הנ"ל, ווייל זי איז נפטר געווארן הערשט תרצ"ט, און איר זון יעקב שווארץ האט איר מספיד געווען אויפן בית הקברות.

לויט אלע רעקארדס פון אויבן, איז דאס די מאמע פון ר' יעקב יחיאל שווארץ, דארף מען וויסן וויאזוי זי האט געהייסן אויפן נאמען, און באשטעטיגן אז לויט די דאטום פון די פטירה שטימט דאס.


זאכן רירן זיך, מ'האמיר ערהאלטן א בילד פון די מצבה פון האשה החשובה מרת לאה אשת ר' מרדכי שווארץ הנ"ל, אמו של ר' יעקב יחיאל ז"ל נשוא האשכול, און מען זעהט אז דער דאטום אויף די מצבה שטימט מיט די פרשה אינעם פנקס.

מרת לאה איז געווען די טאכטער פון דעם טורצער רב זצ"ל רבי חיים פריעדריך, זי האט געוואונט מיט איר מאן ר' מרדכי צבי שווארץ אין סיגוט, און דארט איז זי נפטר געווארן אינגערהייט בשנת תרע"ד, עס ווייזט אויס אז ר' מרדכי צבי האט נאכדעם נאכאמאל חתונה געהאט און ער האט שוין נישט געוואונט נאכדעם אין סיגוט.

בייגעלייגט איז די מצבה פון מרת לאה שווארץ און די מצבה פון איר פאטער רבי חיים פריעדריך אב"ד טורץ בן ר' יודא מרדכי מפאטאק (?) ומצבת זוגתו הרבנית בת ר' יעקב יחיאל סג"ל (?), אין די שטאט טורעץ
אטעטשמענטס
lea_schwarz_1_original.jpg
Chaim Friedrich.JPG
שיף
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 4:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שיף »

אברהם שלמה האט געשריבן:4. בתו מרת לאה ע"ה אשת ר' מרדכי צבי שווארטץ ז"ל מסיגוט בן ר' אהרן ז"ל מסיגוט בן?

שמעתי מבני משפחתו ששם אביו של רבי אהרן אבי ר' מרדכי צבי [אבי הדיין מקראלי] היה ג"כ ר' מרדכי צבי והיה נכד רבי אהרון פאטיקר
האם יש ייחוס ברור?
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”