שושלת סלאנים

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

שושלת סלאנים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיר האבן שוין בארירט דעם שושילתא קדישא זעיר פה וזעיר שם, לאמיר דא פרובירען צאמצושטעלן דעם בילד אלס א דבר השלם.

דער ראש השושלת איז געווען הרה"ק ר' אברהם וויינבערג (הראשון) מסלאנים זצ"ל, תלמידו של הרה"ק ר' משה מקאברין זצ"ל ומח"ס יסוד העבודה, באר אברהם וחסד לאברהם, נסתלק י"א חשון תרמ"ד.

ער האט געהאט א בן יחיד ר' יחיאל מיכל אהרן, לאחר פטירתו האט ממלא מקום געווען זיין אייניקל ר' שמואל וויינבערג (ב"ר יחיאל מיכל) אלס אדמו"ר מסלאנים, ער האט געוואונט סוף ימיו אין ווארשא ונפטר שם י"ט שבט תרע"ו.

ומשם יפרד לשני ראשים, צוויי קינדער פון ר' שמואל האבן מכהן געווען באדמורו"ת; בנו בכורו ר' יששכר לייב איז געבליבען אין סלאנים ונפטר כ"ח ניסן תרפ"ח, און ר' אברהם (השני) ב"ר שמואל בעל בית אברהם האט משמש געווען אין ביאליסטאק דערנאך אין בארנאוויטש ונפטר א' אייר תרצ"ג.

דער ממלא מקום פון ר' יששכר לייב איז געווען בנו ר' אברהם יהושע העשיל וויינבערג וועלער איז שפעטער ארויף קיין ארץ ישראל און ערהאט געוואונט אין תל-אביב, און דער ממלא מקום פון ר' אברהם השני איז געווען זיין זוהן ר' שלמה דוד יהושע וועלכער איז אומגעקומען ביים קריג הי"ד.

(גענומען פון וויקיפידיה)
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום דינסטאג יוני 02, 2009 10:42 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א בילד פון ר' שלמה דוד יהושע מסלאנים הי"ד ב"ר אברהם השני
אטעטשמענטס
image.jpg
image.jpg (9.88 KiB) געזען 7403 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' אברהם מסלאנים השני הבית אברהם
אטעטשמענטס
21.jpg
21.jpg (69.7 KiB) געזען 7400 מאל
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לעצטענס זענען מיר געוואור געווארן פון א סלאנימער רבי אין אמעריקא, דורך ר' מיילעכ'ן, איך גיב אים איבער דאס ווארט.

מיילעך האט געשריבן:ר' משה מנחם סילווער מסלאנים-דעטרויט-י' סיון תש"כ
נולד בשנת תרמ"ד בעיר לובלין לאביו ר' אלכסנדר מעשירי לובלין.
הוסמך להוראה ע"י רבני פולין.
נשא את בת הרה"ק ר' שמואל מסלאנים זי"ע.
בשנת תרצ"ד היגר לארה"ב וכיהן כרב בדעטרויט.
לימים החל לכהן בה כאדמו"ר מסלאנים.
נסתלק י' סיון ונטמן בדעטרויט. זצ"ל.


עס איז זייער אינטערעסאנט צו וויסען מער פרטים איבער אים, איז דא פון אים קינדער?
אטעטשמענטס
IMG_0022%5B1%5D.jpg
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

די רב זאל מוחל זיין, האסט זיך אריין גילאזט במים שאין להם סוף [אפי' אהן די אלע קליינע פאליטיקס] כהעל פרובירין כמה כמה דמטי לידי

בנוגע ר' שמואל [ידוע ע"ש ספרו דער "דברי שמואל"] איז גיווען אין "סאנז" אויף היפשא תקופה, ווי עס שילדערט ר' ישראל שמעון קאסטינעליץ ממעתיקי השמועה אין סלונים [אין זיינע כתבים וואס איז לעצטנס ערשינען לאור עולם ע"י נכדיו אונטערין נאמען "מזקנים אתבונן" ס'איז א "מאסט" צו ליינען גיפאקט מיט ידועות אויפן טעם זקנים'דיקער שטייגער], און דארט איז דא פיל עובדות והנהגות וואס איז נישט באקאנט אינעם סאנזער חדר והמסתעף, ווען כהעל אפאר מינוט על מעתיק זיין כמה שטיקליך.

כהאב גיהערט פון א נכד סלונים [ר' אברהם הראשון] אז ווען סאטמיר רב איז אהיים פינעם באזוך תרצ"ב אין א"י כידוע האט ער געוויילט אויך אין טבריה ווי עס איז גיווען א סלונימער פעסטונג [די רב ר' משה קליערס אליין איז גיווען א חסיד סלונים], אין די באזוך פון סאטמיר רב האט גיהאט א שטארקע השפעה, ווען ר' שמואל סלונימער האט דאס נאכגיהערט האט ער געשיקט א מכתב וואס בתוכו לייענט זיך אז מקען נישט פותח זיין על שתי הסעיפים און בין הדברים שרייבט ער "או סאטמיר או סלונים", דער דערציילער האט אליין גיזעהן די בריוו, [ער האט מיר צוגעזאגט מיר צודערווישן א קאפי און גוט אז כהאב מיר יעצט דערמאנט]

כהאף מוסיף צו זיין
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
דיא לעצטע מעשה מיט דעם בעל דברי-יואל מסאטמאר איז נישט אמת !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ווייל דער דברי שמואל איז נפטר געווארען אין מיטן דיא ערשטע קריג אין עיר הבירה ווארשא .
אין דער דברי יואל איז געווען אין ארה''ק תרצ''ב .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:לעצטענס זענען מיר געוואור געווארן פון א סלאנימער רבי אין אמעריקא, דורך ר' מיילעכ'ן, איך גיב אים איבער דאס ווארט.

מיילעך האט געשריבן:ר' משה מנחם סילווער מסלאנים-דעטרויט-י' סיון תש"כ
נולד בשנת תרמ"ד בעיר לובלין לאביו ר' אלכסנדר מעשירי לובלין.
הוסמך להוראה ע"י רבני פולין.
נשא את בת הרה"ק ר' שמואל מסלאנים זי"ע.
בשנת תרצ"ד היגר לארה"ב וכיהן כרב בדעטרויט.
לימים החל לכהן בה כאדמו"ר מסלאנים.
נסתלק י' סיון ונטמן בדעטרויט. זצ"ל.


עס איז זייער אינטערעסאנט צו וויסען מער פרטים איבער אים, איז דא פון אים קינדער?

ב''ה
ישנם ממנו ב''ה נכדים שומרי תורה ומצוות וגם בתנועת חב''ד ישנם ממנו נכדים .
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

badatz האט געשריבן: דער דברי שמואל איז נפטר געווארען אין מיטן דיא ערשטע קריג אין עיר הבירה ווארשא .
אין דער דברי יואל איז געווען אין ארה''ק תרצ''ב .


אנטשולדיגט בעל בית אברהם
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

badatz האט געשריבן:ב''ה
דיא לעצטע מעשה מיט דעם בעל דברי-יואל מסאטמאר איז נישט אמת !!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!!
ווייל דער דברי שמואל איז נפטר געווארען אין מיטן דיא ערשטע קריג אין עיר הבירה ווארשא .
אין דער דברי יואל איז געווען אין ארה''ק תרצ''ב .

די מעשה איז יא אמת נאר די רעדע איז ביים בית אברהם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' מיילעך האט מיר אריבערגעשיקט נאך אביסל אינפארמאציע איבער רמ"מ סילווער מסלאנים-דעטרויט ז"ל וואס ער האט ערהאלטן פון ידידינו ר' נחמן נתן, תשוח"ח להם.


הרה"צ רבי משה מנחם סילווער זצ"ל, מוצאו היה מק"ק לובלין, נולד לאביו החסיד המופלג נגיד ושוע רבי סענדער סילווער ז"ל, מחשובי חסידי הרה"ק לבית לובלין זי"ע.
כשהגיע לפרק האיש מקדש, נשא את הרבנית הצדיקת מרת טשערנא מרים ע"ה, בת אדמו"ר בעל דברי שמואל מסלונים זצ"ל, חתונתו נחגגה ברוב פאר בשנת תרנ"ד בחצר הקודש סלונימא, ישב על התורה ועל העבודה, בהיותו סמוך על שולחן חותנו מרן זי"ע, גם ישב משך תקופה בביאליסטאק.
לאחר זמן קבע מקום מושבו בעיר מגורי אבותיו ק"ק לובלין, ונמשך לפעולות הכבירות של הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל אבדק"ק לובלין, ביסוד 'ישיבת חכמי לובלין' והמסתעף, בהשפעתו נטל מקל נדודים בידו ועבר מעיר לעיר, לתרום נדבות לטובת בנין מבצר התורה.
בשנת תרצ"ה נסע למדינת אמעריקא, לעורר לבב אחב"י להחזיק בעד 'ישיבת חכמי לובלין', באחת ממסעיו בערי המדינה הגיע לעיר דעטרויט, שישבו שמה קבוצה נכבדה מחסידי סלונים, אשר הפצירו בו עד בוש שישאר אצלם, ויסדו לו בית המדרש לתורה ולתפלה, לאחר הפצרות מרובות נעתר לבקשתם, ונשאר שם להשפיע עליהם מתורתו וצדקתו.
גם נסע לסבב בעיירות שונות עבור החזקת תושבי מדינת אירופא, ונפגש עם כמה מחסידי סלונים שהיו נפוצים ברחבי ארה"ב כגון בשיקאגא, ושאר עיירות ששמחו מאד לקראתו.
בפרוץ מלחמת העולם השניה, נשארו ב"ב מסוגרים במדינת אירופא, השתדל רבות להצלתם, אבל כל השתדלותו עלה בתוהו, וכל ב"ב נעקדו על קדוש השם הי"ד, ולא נשאר מהם רק אוד אחד מוצל מאש, הוא בנו הרה"ח ר' יצחק נח ע"ה סילווער שהשתייך לחסידי חב"ד, וכן בניו אחריו נמנים המה על חסידי חב"ד.
הרה"צ רבי משה מנחם זצ"ל נפטר ביום ח' סיון תש"כ, יהא זכרו ברוך.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

וועלן מיר גיין ווייטער מיטן שושלת:
ר' יחיאל מיכל אהרן האט געהאט נאך א זון- ר' נח- ער איז שפעטער ארויף קיין אר"י, ער איז געווען דער שווער פון ר' יואל אשכנזי מטבריה, און טאטע פון סלאנימער רבין דער ברכת אברהם.
ר' שמואל בעל דברי שמואל מסלאנים האט געהאט עטליכע איידעמער:
אשת ר' פנחס מאלוביצקי מלעכוויטש.
אשת ר' שמעון קופלוביץ.
אשת ר' אברהם אבלי ראפאפארט אב"ד קיעלץ.
אשת ר' אלטר יוסף דוד מ'אליק.
אשת רמ"מ סילווער הנ"ל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:וועלן מיר גיין ווייטער מיטן שושלת:
ר' יחיאל מיכל אהרן האט געהאט נאך א זון- ר' נח- ער איז שפעטער ארויף קיין אר"י, ער איז געווען דער שווער פון ר' יואל אשכנזי מטבריה, און טאטע פון סלאנימער רבין דער ברכת אברהם.
ר' שמואל בעל דברי שמואל מסלאנים האט געהאט עטליכע איידעמער:
אשת ר' פנחס מאלוביצקי מלעכוויטש.
.


מיילעך,
וועמענס זוהן איז דער ר' פנחס געווען? דעם פאלגענדן בילד האב איך געפינען פון ר' יוחנן מאלוביצקי ב"ר נח מלעכוויטש, איז דאס געווען א ברודער?
אטעטשמענטס
Malvitzki.gif
Malvitzki.gif (39.84 KiB) געזען 7217 מאל
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' פנחס מאלוביצקי מלעכוויטש ארה"ב איז געווען א זון םון ר' אהרן מלעכוויטש בן ר' מרדכי חתן ר' נח מלעכוויטש בן הרה"ק ר' מרדכי מלעכוויטש.

דאס בילד איז פון ר' יוחנן מאלוביצקי נרצח ע"י הנאצים בשנת תש"ב( וחתן ר' ישכר לייב מסלאנים) בן ר' נח השני מלעכוויטש ברודער פון ר' פנחס הנ"ל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח מיילעך פאר די פרטים.

וואו ליגט דער ר' פנחס מלעכוויטש-ארה"ב?
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

איני יודע. :oops:
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

אולי עלה לארץ ישראל.

בן בנו ר' יהושע מאלוביצקי חתן ר' יעקב ה"ש מטשאקאווא.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער האט געשריבן:יישר כח מיילעך פאר די פרטים.

וואו ליגט דער ר' פנחס מלעכוויטש-ארה"ב?

וואו האט ער געוואוינט, אין וועלכע סטעיט?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מיללער האט געשריבן:מיר האבן שוין בארירט דעם שושילתא קדישא זעיר פה וזעיר שם, לאמיר דא פרובירען צאמצושטעלן דעם בילד אלס א דבר השלם.

ער האט געהאט א בן יחיד ר' יחיאל מיכל אהרן, לאחר פטירתו האט ממלא מקום געווען זיין אייניקל ר' שמואל וויינבערג (ב"ר יחיאל מיכל) אלס אדמו"ר מסלאנים, ער האט געוואונט סוף ימיו אין ווארשא ונפטר שם י"ט שבט תרע"ו.

(גענומען פון וויקיפידיה)

דער דברי שמואל האט נישט געוואוינט אין ווארשא, ער איז נאר געווען דארט לצורך רפואות, און דארט איז ער אוועק. צוליב די מלחמה יאהרן (תרע"ו) האט מען איהם נישט געקענט צוריקברענגען קיין סלאנים לשכב עם אבותיו, דעריבער האט מען איהם געלייגט אינען גרויסן בית-החיים אין ווארשא און געבויט א אהל ארום.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

און ר' סיני מלבוצקי פון ב"פ איז א זוהן פון ר' יהושע הנ"ל בן ר' פנחס?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

מיללער האט געשריבן:און ר' סיני מלבוצקי פון ב"פ איז א זוהן פון ר' יהושע הנ"ל בן ר' פנחס?

ר' סיני איז א זוהן פון ר' יהושע. ר' יהושע'ס פאטער האט געהייסן ר' אברהם אהרן, און נישט ר' פנחס.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הייסט דאס אז ר' סיני מלבוציק הייסט נאך ר' סיני פון זמיגראד און ער איז א גרויסער יחסן סיי פון לעכוויטש און פון צאנז.

און ר' אברהם אהרן איז געווען א זוהן פון ר' פנחס הנ"ל, שטימט?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

יא
לחיים ולברכה!
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

נחמן נתן!
ווי ליגט ר' פנחס מאלוביצקי?
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

איך ווייס נישט, כ'על פרובירן צו מברר זיין.
לחיים ולברכה!
אורח לרגע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח לרגע »

ר' פנחס בצלאל מלוביצקי, חתן הדברי שמואל. היה אביו של ר' אברהם אהרן מלוביצקי.

כל צאצאיו של ר' פנחס נהרגו בשואה, [יש דפי עד ביד ושם].

ר' אברהם אהרן היה חתן ר' ברוך מרדכי טשארנא מוורשא.

ר' אברהם אהרן ואשתו ושלשת ילדים נהרגו בשואה.

נותר ר' יהושע ובת אחת נוספת אשת ר' שמואל איבר משיכון ויזניץ ב"ב.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”