שבועות בצל הקודש

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

שבועות בצל הקודש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

לכבוד שבועות ערלויב איך זיך צו עפענען אן אשכול "שבועות בצל הקודש" געווידמעט צו שילדערין ווי אזוי סהאט אסגעקוקט א שבועות בצל קדושת רבותינו נשמתן עדן ובפרט ווען די וואס האבן זיך ארויסגיוויזען צו זיין די גדולים פינעם דור דערויף, האבן זיך מסתופף גיווען בצל רבם.

הגם סשוין היפש נאענט צום חג, און קיין סאך איז נישט פארבליבען צו שרייבן מהאי ענינא איז פארט לכבוד שבועות כדי ארומצורעדן וועגן די נושא, און ווי ר' ישכר פראנד האט געדרשנט ביי זיין היי-לייט דרשה ביים לעצטן סיום הש"ס "איטס נעווער טא ליטל ענד נעווער טא לעיט", פרייע איבער זעטצונג: סקיימאהל צו ווייניג און קיינמאהל צו שפעט.


די פארצייטישע "משוגעים"!

די קול ארי' [ר' אברהם יודא הכהן שווארץ] הגם ער איז גיווען א בוגר ישיבת פרעשבורג נאך מימי החת"ס [און דערצו באקומען שטארקע קירבה דארט טראץ זיין יונגען עלטער ווען ער איז אנגעקומען אין ישיבה בשנת תקצ"ח 2 יאהר פאר פטירת חת"ס], האט זייט שבועות תר"י נישט פארפאסט קיין שבועות בצל הדברי חיים, בס"ה כ"ו יארען די ד"ח איז דאך אוועק כ"ה ניסן תרל"ו, [מאנכע כותבי הדורות טענהן אז דאס איז די סיבה צו די השמטה פונעם שם הקול ארי' פון אלע כתבי ר' שלמה סופר מבערגסאז, נכד החת"ס וואס באשרייבט תולדות זקינו בפרטית [ס' חוט המשולש] און דערמאנט נישט די נאמען פונעם קול ארי' אפי' פעם אחת, ווייל די אריבערגאנג פון פר"ב צו סאנז נאכן פטירה פונעם חת"ס איז גיווען בעיניו א פגיעה בכבוד די פרעשבורגער דינאסטיע, אבער למעשה איז דא ראיות להיפך און די סיבה האמיתית איז גיווען וועגן די רבנות און בערגסאז וואס די קול ארי' האט פארלאזט ואכ"מ].

מאכט זיך אמאל אין די טעג פאר שבועות ווי די קול ארי' זיצט און לערינט בקול אין די פארטאגס שעות אין די סאנזער קלויז, בינתיים רוקט זיך אריין די גביר ר' יוסף ליב כהנא פון סיגוט [חסיד נלהב להרב ד"ח בנו פון מו"ץ בעיר סיגעט ר' נחמן כהנא בנו פינעם קונטרס הספיקות אב"ד דשם], און הערט זיך געמיטליך צו צום מתיקות עריבות התורה פינעם קול ארי' און פלוצלינג נישט מער און נישט ווייניגער גייט ר' יוסף ליב ארויס א פייערדיגער ריקוד.

נאך אפאר מינוט האט די קול ארי' דאס באמערקט, פרעגט ער איהם לשמחה מה זו עושה, ענטפערט ער מחמת די עריבות התורה וואס ער האט צו גיזעהן ביי איהם.
רופט זיך אהן די קול ארי' אויב אזוי קומט מיר צו טאנצען ומה לו לכבודו די גאנצער ריקוד.
איז איהם מסביר ר' יוסף ליב אזוי:
"אריינקומענדיג אין ביהמ"ד האב איך גימאכט אזא חשבון מילא ר' אברהם ליב די בערגסאזער רב [=קול ארי'] ווען נישט אונז זעמיר מקבל די תורה וואלט ער מיט זיין טיפען קאפ כאטש אויסגעוואקסען א שר לכה"פ א פראפעסער אבער איך פשוטער איד ווען נישט די תורה ווי וואלט איך מיר אהין געטוהן" פירט ר' יוסף ליב אויס "איז נאך א וואונדער פארוואס ווען כהאב גיזעהן כבודו לערנען זאל איך נישט טאנצען?"
די קול ארי' הערנדיג דאס, לאזט ער זיך ארויס אין פייערדיגער טאנץ האנט ביי האנט מיטן ר' יוסף ליב, אויס התפעלות צי די ריינע אמתדיקע אהבת התורה פון א בעל הבית.
די פאר אידען און שוהל וואס האבן דאס צוגיזעהן טראכטען נישט קיין צוויי און כאפען זיך מיט.

צוביסלעך האט זיך די ציבור אנגהויבן צאמצוקומען אין שוהל צו תפילת שחרית, אריינקומענדיג זעהן זיי ווי די עשרה ראשונים אידען טאנצען אינאיינעם מיטן בערגסאזער רב, האבן זיי זיך צוגעכאפט צום עסק, ביז דער גאנצער ביהמ"ד האט מיט גיטאנצען...

סאנזער רב אריינקומענדיג און ביהמ"ד צום דאווענין פרעגט מיט וואונדר פשר הדברים, ביז איינער לויפט צו און איז מסביר די ענין, האט זיך די רב אנגערופען "זייער שיין זייער שיין".

מיט דעם קען מען עטוואס פארשטיין די דברי אוה"ח הק' אז ווען מענטשן וואלטן פארשטאנען "מתיקות עריבות התורה היו משתגעין", פשוטו כמשמעו, אט אזוי האבן אוסגיזעהן די פארצייטישע משוגעים וואס האבן זיך גידרייט אין סאנז, אשרי העם שלו ככה, וחבל על דאבדין ולא משתכחין.

סדא הרבה צו שרייבן וכל המוסיף מוסיפין לו.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליך שיין, יישר כח סעמיטשקע (אגב, וואס איז פשט פון דעם ניק?)
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

נאך א סיפור ווי עס האט געשילדערט הרב ר' רפאל זילבערמפריימאן, וואס ער האט גיהערט פון רבו ר' שמואל מראדימישלא [האט זיך אויך מסתופף גיווען בצל קדושת הד"ח].

פאסירא אמאהל אין די טעג פון שבועות בעיר סאנז האט זיך ר' שמואל מיטן קול ארי' פארפלאנטערט און א פשט אין ש"ך, זה אומר בכה וזה אומר בכה כדרכו של תורה, נאך א צייט פון זיך מתווכח זיין האבן זיי מחליט גיווען צו פרעגין די אורים ותומים הדברי חיים, אבער היות די סאנזער רב האט נאך גיהאלטן פארן דאווענין האבן זיי זיך נישט ערלויבט אריין אל הקודש נאר געשיקט די גבאי דערציילן פארן רב אז זיי האבן א דין ודברים, סאנזער רב שיקט צוריק אז זיי קענען אריינקומען.

אריינקומנדיג האבן ביידע פארגעשלגען זייעריגע, די דברי חיים האט זיי גיענפערט א תשובה מספקת וואס האט צופרידען גישטעלט אלע ביידע.

ווען ר' יעקעלע הורימליבער האט גיהערט פינעם סיפור [ה"ה די מח"ס כוכב מיעקב וואס זיין גאונות האט גי'שמ'ט בשעתו, אביו פון די טשיבונער רב, הגם סמקובל אין די וועלט אז ר' יעקעלע האט געהערט צום סא"ג חדר אבער סאיז דא וואס זיך מתווכח צו זיין אין דעם ואכ"מ], האט ער זיך אנגערופען, עולם הפוך ראיתי, ווען איינער וועט מיך פרעגין ווי צו גיין אויף שבועות וואלט איך גיזאגט צו פארן קיין לעמבערג צום גאון ר' יוסף שאול [כידוע העט ער שטארק מחבב גיווען חסידים אין זיין ספר עה"ת דברי שאול ברענגט פיהלמאל בשם די חסידישע ספרים, ובפרט איז גיווען אן אויסטערלישער קשר צווישען אים און די ד"ח], אבער פאר התרת הספיקות בין איך מייעץ פארן אויף סאנז.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

צום בעלזער רב ר' אהרעלע, האט זיך בשנת תש"ט ארויסגילאזט פון אנטווערפען א קבוצה חסידים צום רב, למעשה זענען זיי אנגעקומען קיין לוד און א צייט ווי מהאט שוין נישט גיקענט אנקומען צום רב ווי סאיז דאן גיווען מעון קדשו אין תל אביב, [און בעלזער קורות הימים ווערין זיי אנגערופען די "תגרי לוד"], טייל האבן זיך נישט גיקענט מתגבר זיין אין זענן אריינצופוס למעלה מתחום, אנקומענדיג האט זיך די רב שטארק געבייזערט און געהייסן מזאל זיי זעטצין אויף א באזונדערע טיש ביז נאך יו"ט, און האט זיי נישט פארטיילט קיין שיריים.

[איך וואלט נישט געשריבן דעם סיפור נאר היות און געוויסע ירחונים וואס זענען היינטיגע טעג ארויס איז מען משמט [איך שרייב משמט וויל סקען זיין אז נאר טייל האבן אזוי געטוהן, ווייל דארטן שרייבן זיי אז זיי זענען אנגעקומען "שבת נאך שבועות"] די חלק סיפור שרייב איך עס כפי ששמעתי פון א איד וואס איז אויך מיטגעפארען נישט א חסיד בעלזא, נאר גיפארן צו זיינע קרובים און א"י, איך מיין אויך אז סאיז דברים ידועים פאר די יודעי דבר]
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

און הקדמה צום אמרי יוסף וואס זיין זוהן די חקל יצחק מספינקא האט געשריבען [אגב איז דא דארט אסאך היסטארישע ווערק און סיפורים וואס אן אדמור [וואס איז גיווען ידוע אלס פועל ישועות] האט גישריבען אזאך וואס איז נישט מצוי], אז זיין טאטע די אמרי יוסף איז גיפארען צו זיין רבין ר' אייזיקל זידיטשובער, [דער חקל יצחק שרייבט "כמדומני אז סגיווען בחג השבועות"] און דער אמרי יוסף איז גישטאנען אונטרן ר' אייזיקל, פלוצלינג אינמיטען עסען דרייט זיך ר' אייזיקל אויס צום א"י, און דערלאנגט אים די טעלער צו טיילן שיריים, די א"י האט זיך זייער שטארק גישעמט, האט זיך ר' אייזיקל אנגערופען "דיא וועסט אמאל זיין א רבי אין א קליין שטעטל [כידוע האט זיך ספינקא אפגעטיילט פון די סיגעטער גלילות] לערן דיך טיילן שיריים".

נאך אן ענין פון סמיכה להורות בחג השבועות

די לעצטע שבועות ביים ייטב לב בשנת תרמ"ג איז דער ייטב לב נאר ארויס צום ציבור די ערשטע נאכט [דאכט זיך צום דאווענין, אבער די לאפישער רב גיבט איבער אין תהלה למשה אז די תורה אין ייטב פנים מאמר מתן תורה אות נ' עפעס איז די תורה פון יאהר תרמ"ג מילא קען זיין אז צום טיש די ערשטע נאכט איז ער יא ארויס, און אפ"ה איז פארבליבען צוויי טישען צו פירן יענע יו"ט ווי די קרעפיל טיש צו נעילת החג וכו',] און פון דאן שוין נישט ארויס מביתו, יענע שבועות איז געווען דארט בנו דער קדוי"ט אין זיין איידעם ר' יוקל ט"ב מגארליץ – וואלאווע, האט די ייטב לב באפוילין אז ביים ערשטע טיש זאל בנו די קדיו"ט זאגין פארן ציבור תורה [בדרך אגב די קדיו"ט איז נולד גיארן אום שבובעת אין איז טאקע נקרא ע"ש החג] אין דאס צוויט מאהל זאל זיין איידים ר' יוקל זאגין, דער קדוי"ט האט מנמק גיוען אז סדא צוויי סארט רביס טייל זענען משפיע דורך אנוואונטשען ברכות אין טייל זענען משפיע דורך זאגן תורה, מיינע קינדער וויל איך זאלען משפיע זיין דורך תורה, און האט אזוי פארטייטשט "כה תברכו את בני ישראל", ווי אזוי דורך "אמור להם", מיטן "זאגען" תורה.
מתוך הקדמה צום ספר היטב איטב [תורות פינעם וואלאווא רב ר' יוקל] געשריבען דורך נכדו די נירבאטער רב זוהן פון ר' אהרן [די יא"צ ג' סיון].

ביים ייטב לב'ס קרעפיל טיש איז גיווען נוכח די בדחן הידוע פון סיגעט הירש ליב גוטליב [מזאל זיך נישט טועה זיין ער איז געווען פארכאפט מיט היפשא שטיקל השכלה], פרעגט אים די ייטב לב צו ער קען זאגין א טעם פארוואס מ'עסט קרעפליך אום שבועות, רופט זיך אהן הירש ליב "די רבי עסט און איך זאל נאך זאגן די טעם"...
לעצט פארראכטן דורך סעמיטשקע אום מוצ"ש מאי 30, 2009 2:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

"דער הייליגער חת"ס"

ר' משה דייטש אב"ד סובוטיצא שרייבט אין א מכתב [גידרקט אין "זכרון למשה ירחון לרגל ק' שנה להסתלקות החת"ס], ווען איך בין געפארען אויף ראצפערט מקבל זיין פני בעלזער רב [וואס האט דאן גיוויילט דארט צוליב די ערשטע קריג] צוזאמען מיט מיין שוואגער ר' אברהם סופר [זוהן פון ערלויער רב], האב איך אים פארגישטעלט אלס נכד החת"ס, האט זיך בעלזער רב אויף גישטעלט און זיך אנגערופן שטילער הייט "די הייליגער חת"ס", ווען די בעלזער האט זיך אראפגיזעצט רופט ער זיך אהן כהעל ענק זאגען פארוואס דער חת"ס איז אנגענומען אלס דער "הייליגער חת"ס" אף צווישען חסידים, טייל ועלן זאגען צוליב גדלותו בתורה אבער דאס קען נישט זיין וויל בתקופתו האט נישט גיפעלט קיין גאונים, נאר ואסזשע דען, ע"פ ואס כהאב מקבל גיווען פון זיידען די שר שלום, אונזערע לייט [מיינענדיג אנשי בעלזא] זענען גיווען בין פסחא לעצרתא אויף מסחר אין די שטאט ווינה אוןזיי האבן זיך נישט גיקענט זיך אהיים קערין אויף שבועות, אבער אין ווינה האבן זיי זיכער נישט גיוואלט פארברענגען די יו"ט, האבן זיי מחליט גיווען צו פארן צום חת"ס אין פרעשבורג, די חת"ס האט זיי גיוויזן פנים מאירות און שטארק מקרב גיוועהן, די מנהג אין פר"ב איז גיווען נאכן ניעור זיין כל הלילה האט די חת"ס זיך גישטעלט צו שחרית, די צוויי חסידים האבן מיטגידווענט מיטן חת"ס מנין.
פירט די בעלזער רב אויס, ווען די חסידים האבן זיך גיקערט אהיים האבן זיי געשילדערט אז די עבודה וואס זיי האבן גיזעהן ביים חת"ס זעהט מען נישט ביי אונז אפי בעצם יום הכיפורים, דעריבער איז רגיל בפי העולם "דער הייליגער חת"ס".

עוד מהאי ענינא, ווי עס שרייבט ר' אנשיל וויס אב"ד נאדיפולא, [אויך בירחון הנ"ל] אין בעלזא איז דער מנהג אז בשעת די מילכיגער קידוש אום שבועות [ווי עס זענען נאר אריין יחידי סגולה], איז גיווען רגיל צו דערציילען פון די ראשונים כגון די רי"ף די רמב"ם רש"י אדער רב האי, צו רב שרירא גאון, מאכט זיך אמאהל ווי ווי דער בעלזער רב ר' ישכר בער, ביים קידוש האט זיך פארשמועסט וועגין די חת"ס, די ארומיגע האבן זיך שטארק גיווינדערט ווי זייער רבי איז משנה פון מנהגו בקודש, ווען דער רב האט דאס באמערקט האט ער זיך אנגערפון די ציבור ווארט צו הערן אודות די ראשונים, וויסען זאלט עטס די חת"ס איז אחד מן הראשונים.

ועגן די חת"ס שייכות צו חסידים איז דא הרבה צו שרייבן ובפרט די קשר צום ישמח משה ועוד חזון, נאר איין זאך וועל איך צוברענגין, ר' יוסף שטערים שרייבט אין זיינע הגהות צום "קרית סופרים" [געשריבען דורך ר' שלמה אלכסנדרי סופר זוהן פון קראקאווער רב ר' שמעון, געדרוקט אנהויב דרשות חת"ס], ר' שלמה זלמן עהרנרייך פון שאמלוי, האט איהם געשריבען משמו פון זיין זיידע די קול ארי' אז ר' חיים יוסף אב"ד סטראפקוב מח"ס טיב גיטין וקידושין, א תלמיד פון חת"ס, וואס האט שפעטיר משמש גיווען גרויסע רביס ובתוכם ר' מענדלי מרימנוב, און די ראפשיצער רב, האט מעיד גיווען אז די אלע מדרגות וואס ער האט גיזעהן ביי זיי האט ער אויך גיזעהן בי זיין רבין די חת"ס.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ממש א העליכע הכנה צים יו"ט. ישר כוח

עס קומט מיר צירוק פון ווען איך בין געווען א יונגעל 9, 10, 11 הערען דעם רבי'ן זי"ע זיין הקדמות. נאך און אלטען בית מדרש אוף בעטפארד הנקרא (נעף מענטשען). עס האט געדינערט.

שפעטערע יאהרען האמער געדאווענט לאנגע יאהרען ביים אויווארער רב ז"ל
ער פלעגט זאגען הקדמות און איך געדענג די באקען זיינע נאס פון טרערען.

א פארגאנגענע וועלט!
לעצט פארראכטן דורך scy4851 אום דאנערשטאג מאי 28, 2009 10:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
the SCY is the limit
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

זייער שיין און געשמאק.
יישר כח.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח סעמיטשקע!
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

קרעמער האט געשריבן:יישר כח סעמיטשקע (אגב, וואס איז פשט פון דעם ניק?)

אויך גילטיג לכל מאן דבעי למידע.

מחמת טירדת החג און מחמת כהאנאך גיוולאט צולייגען די פאר עובדות נתאחרה תשובתי ואתכם הסליחה.

איבעית אימא סברא, איבעית אימא קרא!

סברא:
מיר געפונען אסאך ווערטער אפי' ביי אנדערע שפראכין וואס די מבטא [די אופן ווי עס זאגט זיך] פינעם ווארט האט פאר זיך אליין א טייטש לדוגמא, אויף היספאניש איז די א ווארט "טאנטא" מדארף נישט טראכטען קיין צוויי אז טאנטא איז נישט די באדייט "א נארמאלער מענטש" וכד', און גיי זאג פאר די "אמיגא" וואס רייניגט אין שוהל "טאנטא" וואס די ביסט, וועט ער דיך צוריק קוקין מיט א שטרענגע מינע, און אויב וועסט אים פרעגין די באדייט עסטו פארשטיין פון זיינע ווערטער אס דאס ווארט "טאנטא" באדייט פחות יותר א צופארענע מענטש,

הנוגע לענינינו, סעמיטשקא איז אן אויסדריק אויף די צוקוועטשטע נשמות אין קרן זוית פון ביהמ"ד, [נוסח "מיין נשמה איז נישט קיין ראזשינקע", אבער די נשמות וואס יא, זענען סעמיטשקעס] והבן. עכ"פ ביי מיר אין שוהל ווערין די נשמות פארופין סעמיטשקעס, און אנכי הסעמיטשקע בין איינע פון זיי.

קרא:
אויף אידיש איז די קערנדליך פון וואס מען מאכט פאפקורן, רופט זיך "סעמיטשקעס"

און יעצט צו דיר הויעכגישעצטע "קרעמער" מייסד קרעטשמתנו
ס'איז א תימה גדולה אז די מייסד פון א קרעטשמע אין די "אידישע" וועלט שנת אלפיים, ווייסט נישט וואס סעמיטשקעס זענען, וואס דען אויב נישט הייסע פרישע אויפגעבלאזענע "סעמיטשקעס" סערווירט מען אין אזא איינגינעמע אטמאספעריא?

צום שלוס:
ביי אונז אין די "עידש" [כתה בלע"ז] איז נעבעך פארבליבען אן אלטע בחור אביסעל אריבער די דרייסיג, ער דרייט זיך ארום מיט א ווערטל וואס גייט אזוי, "א כתה איז נמשל צו א "סעמיטשקע מאשין", טייל פאפען תיכף בהגיע פרקו, טייל אביסל שפעטער דערנאך א יחיד דא און א יחיד ממש צום לעצט, אבער כסדר וועט בלייבן צוויי דריי פארברענטע סעמיטשקעס אונטען אין די מאשין.
אז מטראכט אריין איז דאס א משל אויך אויפן לעבין ווי טייל אירע זיינען מצליח שוין פון אנהויב טייל אביסעל שפעטיר און טייל בלייבען נעבעך פארברענט אונטן אין טאפ, וואס די זיינען "די סעמיטשקעס צוקוועטשט בקרן זוית פון ביהמ"ד"

לדעתי איז דאס גענוג, און ווער עס איז נאכנישט קלאר קען מיר צימבלען אין "אישית"
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח סעמיטשקע.

פארן ענטפערן, און פארן אזוי שיין ענטפערן.
אריבערגעפירט א קאפי דערפון אינעם פאסנדן אשכול:
http://www.ivelt.com/forum/index ... ic#p230103
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

scy4851 האט געשריבן:ממש א העליכע הכנה צים יו"ט. ישר כוח

עס קומט מיר צירוק פון ווען איך בין געווען א יונגעל 9, 10, 11 הערען דעם רבי'ן זי"ע זיין הקדמות. נאך און אלטען בית מדרש אוף בעטפארד הנקרא (נעף מענטשען). עס האט געדינערט.

שפעטערע יאהרען האמער געדאווענט לאנגע יאהרען ביים אויווארער רב ז"ל
ער פלעגט זאגען הקדמות און איך געדענג די באקען זיינע נאס פון טרערען.

א פארגאנגענע וועלט!

ב''ה
כבוד ידידנו הזקן ר' שמחה שליט''א
שבועות זאגט מען אקדמות מיט איין "אל''ף , נישט הקדמות מיט איין "ה''ה ,
מצוה גדולה להיות ב "שמחה" תמיד,
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

scy4851 האט געשריבן:ממש א העליכע הכנה צים יו"ט. ישר כוח

עס קומט מיר צירוק פון ווען איך בין געווען א יונגעל 9, 10, 11 הערען דעם רבי'ן זי"ע זיין הקדמות. נאך און אלטען בית מדרש אוף בעטפארד הנקרא (נעף מענטשען). עס האט געדינערט.

שפעטערע יאהרען האמער געדאווענט לאנגע יאהרען ביים אויווארער רב ז"ל
ער פלעגט זאגען הקדמות און איך געדענג די באקען זיינע נאס פון טרערען.

א פארגאנגענע וועלט!

ביים סאטמארן רבין לויט וויפיל איך האב מלקט געווען איז געווען דער קריאת העשרת הדברות מיט קולות וברקים, דאס נעמט נישט אוועק פונעם אקדמות, אבער ווען די רעדסט צי אידן וואס זענען דארט געווען וועלען זיי דאס ערשטע רעדן פונעם קול גדול וואס אדמו"ר זי"ע האט פארגעזאגט די עשרת הדברות
אגב איז נאך דא אידן וואס זאגען די אקדמות מיט היבשע בכיות!
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

סעמיטשקע האט געשריבן:[בדרך אגב די קדיו"ט איז נולד גיארן אום שבובעת אין איז טאקע נקרא ע"ש החג]
א מקור ביטע,
ווייל עס איז שוין געווען דערויף געדרוקט א בריוו ברבים פון הרב מזענטא שליט"א צו א געוויסער שרייבער,
אז די אויבן דערמאנטע האט נישט קיין מקור מוסמך.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24251
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מומחה יוחס »

יישר כח חזק ואמץ !!!
אגב כבוד הרב סעמיטשקע קענט איהר מיר אפשר זאגן ווי מען קען האבן די ירחון זכרון למשה עס קוקט מיר אויס אינסטאנט יישר כח פין פאראויס
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

דער תפארת שלמה איז אמאל געפארן אויף שבועות קיין צאנז מיט א גאנצע גרופע חסודים, אין דער תפארת שלמה איז געווען א בעל תפילה איינס אין דער וועלט אין א בעל מנגן נפלא, אבער אין צאנז האט מען געזאגט יוצר אבער אין ראדאמסק האט מען נישט געזאגט קיין יוצר, האט דער צאנזער רב צוגעשיקט דעם תפארת שלמה צום עמוד, האט דער תפארת שלמה געזאגט איך בין נאר מסכים צו דאווענען פארן עמוד טאמער מאן לאזט מיך אויסלאזען די יוצר, און עכ"ז האט דער צאנזער רב איבערגעגעבן דאס שחרית, עפעס פארציילט מען אויך אז דער ניגון וואס דער תפארת שלמה האט געזינגען ביי שחרית האט דער דברי חיים מיט זיין קעפ גלייך אויפגעכאפט אין ביי מוסף צו ווען האט דער צאנזער רב איבערגעזינגען די ניגוט, וואו אויך ווערט פארציילט אויף יענע שבועות אז ערב שבועות איז דער תפארת שלמה געגאנגען באזוכן דעם צאנזער רב אין נאכן באזוך האט זיך דער תפארת שלמה אנגערופען צו זיינע חסודים איך בין מקנא דעם צאנזע רב איך בין נאך גארנישט גרייט צום יו"ט פין קבלת התורה אין דא דער צאנזער רב איז שוין גרייט אינגאנצן, אין דער צאנזער רב האט זיך נאכן באזיך אויסגעדריקט פאר זיינע חסודים איך בין מקנא ראדאמסקער רבי איך בין נאך גארנישט גרייט צו קבלות התורה אין ער איז שוין אינגאנצען גרייט, אויך איז ידוע אז צווישען די חסודים איז געווען עפעס א גאנצע טענהריי וועלעכע רב איז גרעסער די צאנזע חסודים האבן געטענהט אז צאנזע רב איז גרעסער והא ראי' אז דער תפארת שלמה איז געקומען צו פארן צונעם, און ווידער די ראדאמסקע חסודים האבן געטענהט אינזער רבי איז גרעסער ווייל ער האט מוותר געווען אין געקומען צו פארן צום צאנזער רב אבער איך געדענק נישט וואס פונקטליך דער תפארת שלמה האט דערויף רעאגיערט אבער עפעס האט דער תפארת שלמה רעאגיערט.

מען זאגט נאך אז דער תפארת שלמה האט געזאגט אהבה רבה שעות ארוכות, מען זאגט אז דער תפארת שלמה איז צוגעגאנגען צו יעדע איד אין ביהמ"ד און ארויפגעלייגט די האנט אויף די פלייצע און אויסגעוויינט די אהבה רבה און אין די זעלבע צייט אויסגעוואשעם דעם אידס נשמה, אזוי איז דער תפארת שלמה ארום אין גאנצען ביהמ"ד.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

איך וויל בעטן דעם ציבור אזוי ווי פין צייט צו צייט פראביר איך אפצושרייבען מעשיות צדיקים וואס איך הער, וויל איך בעטן אז אזוי ווי איך הער דאך עפ"י רוב די מעשיות אום שבת אדער שרייב איך עס פין זכרון וואס איך האב עס שוין געהערט יארן צוריק, קומט אמאל אויס איך שרייב נישט הינדערט פערצענט פינקטליך בעט איך אנטשולדיגונג אין ווער עס וויל קען מיך אויסבעסערן, און מען וועט דורעכדעם זיין א מזכה את הרבים, ויהי רצון אז דאס וואס איך שרייב אפ מעשות פין צדיקי אמת, זאל איך גערעכנט צווישען די מזכה את הרבים וואס אין חטא בא על ידו, אין איך זאל זוכה זיין נוצל צו ווערן פינעם יצר הבוער בקרבינו תמיד.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

יאסל האט געשריבן:...אגב איז נאך דא אידן וואס זאגען די אקדמות מיט היבשע בכיות!


שוין אויבען געשריבען אז איך געדענק דעם אויווארער רב ז"ל זאגען אקדמות, די באקען זיינע דורך געווייגט פון טרערען.
זיין זאגען אקדמות פלעגט ברענגען צו טרערען א גרויסע טייל פונעם עולם און בית מדרש, וגם אני בתוכם.
פון יענע יאהרען אהן געדנק איך נישט קיין שבועות אז עס זאל מיר נישט קומען טרערען און די אויגען בשעת די אקדמות.

און בנוגע יאסלס אהנמערקונג,
איך גלייב, אז עס מיז זיין אסאך יודען וואס ווען זיי זאגען אקדמות, ברענגט עס צו בכיות.
ווען מען האט און זינען און מען טראכט אריין די פירוש פון די ווערטער בשעת דעם זאגען, זעה איך נישט וויא אזוי עס קען נישט ברענגען צו בכיות.
און מען דארף נישט זיין קיין גרויסער ווער ווייסט וואס צו האלטען דערביי.
the SCY is the limit
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

cano האט געשריבן:מען זאגט נאך אז דער תפארת שלמה האט געזאגט אהבה רבה שעות ארוכות, מען זאגט אז דער תפארת שלמה איז צוגעגאנגען צו יעדע איד אין ביהמ"ד און ארויפגעלייגט די האנט אויף די פלייצע און אויסגעוויינט די אהבה רבה און אין די זעלבע צייט אויסגעוואשעם דעם אידס נשמה, אזוי איז דער תפארת שלמה ארום אין גאנצען ביהמ"ד.


שמעתי על הרה"ק מראפשיץ זי"ע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

שמעלקא יישר כוח פאר די הערה איך האף אי"ה איבערטשעקן מיין מקור, ודלמא שני נבואים נתנבאו בסגנון אחד.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

כשהי' התפארת שלמה בצאנז על שבועות ובא עם עולם גדול, ולא הי' מוכן כראוי, והגשמיות הי' בשפל המצב (בפרט שחסידי ראדאמסק הי' נגידים) מוצאי יו"ט התייצב הרה"ק התפ"ש על הספסל, ואמר הלא בעצרת בעינן לכם, והי' לכם א שוואכע לכם, אולם "לך אמור להם שובו לכם לאהליכם" שהלכם יהי' לכם כשתבואו לביתכם, וכן הוה, שהי' אז שפע גדול בכל המדינה
גם ידוע שהר"ר מענדלע רומם פעם העולם בחג השבועות עד שלאחר שבועות נשארו בביהמ"ד, וכשבאו נשותיהם שצריכים להביא פרנסה, נכנס לביהמ"ד ואמר "לך אמור להם שובו לכם לאהליכם", ולהרה"ק ר' יוסלי יארטשובער אמר "ואתה פה עמוד עמדי", אולם ר' יוסלי אמר שלא הי' בכח לזה
גם ידוע שהרה"ק מצאנז אמר שאם הי' יודעים ווי גוט עס איז צו זיין שבועות ביי א רבין, וואלט נישט געבליבן קיין מנין אינדערהיים, ואם הי' יודעים ווי גוט עס איז צו זיין ר"ה אינדערהיים, וואלט נישט געווען קיין מנין ביי א רבי'ן
למה זה תשאל לשמי...
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

בשיח צדיקים על שבועות מובא הסיפור בסגנון אחר, עיי"ש.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

עס איז געווען א איד מיטן נאמען ר' נפתלי האלפערט ז"ל וואס איז געווען פון די ראשי הקהלה אין די שטאט סיגוט.

ר' נפתלי פלעגט פארן יעדעס יאר שבועות קיין בעלזא צו הרה"ק ר' יושע'לע, און ער פלעגט אים ברענגען א גרויסע לאקס-פיש פונעם טייך נעבן די שטאט סיגוט.

איין יאר האבן די פיש-כאפער אין סיגוט נישט אויספיעט צו כאפן א גרויסן לאקס-פיש פאר ר' נפתלי נאך איידער ער איז געפארן קיין בעלזא. האט פאסירט דעמאלס א אינטערסאנטע זאך, די פיש-כאפער אין בעלזא האבן געכאפט א ריזיגן לאקס-פיש, אזוינס וואס זיי האבן נאך קיינמאל נישט געזעהן בעפאר.

זיי האבן געטראכט צו זיך ווער וועט קויפן אזא גרויסע פיש? ביז זיי האבן באשלאסן עס אנצוטראגן צו קויפן ביים רבינ'ס הויף, דארט וועט עס זיכער זיין א מציאה, וכך הוה.

שבועות בשעת'ן פירן טיש האט ר' יושע'לע צוגערופן ר' נפתלי און אים געזאגט: "נפתלי, נפתלי, אז דו ברענגסט נישט קיין פיש, דאן קומען די פיש צו מיר".
balkishron
שר חמישים ומאתים
תגובות: 398
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 04, 2011 2:05 pm
לאקאציע: ביים גמרא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך balkishron »

ממש א מחיה סעמיטשקע!!
א הערליכען ליקוט

אויב מעגליך פרוביר צו שרייבען מקורות,
בפרט די מקור פון די מעשה מיטן קול ארי' אין צאנז
איך בין טאקע א בעל כשרון, אבער מיינט נאך נישט אז איך פארשטיי אלעס...
באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1755
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 22, 2010 12:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באמבאסטיש »

הגאון ר' שמעון גרינפעלד זצ"ל – דער מהרש"ג, פלעגט אלס קינד אסאך מאל מיטפארן מיט זיין טאטן הגאון ר' יהודה גרינפעלד זצ"ל אב"ד סעמיהאי, קיין צאנז צום הייליגן דברי חיים אויף שבועות.

אום שבועות שנת תרל"ד ווען ר' שמעון איז שוין געווען א בר מצוה בחור, און ער האט שוין געלערנט דאן דאס דריטע יאר ביים מהר"ם שיק, איז ר' שמעון אויך געווען יענע יאר אין צאנז.

ר' שמעון האט זיך אוועקגעשטעלט אונטערן דברי חיים בשעת'ן קרעפיל פשט'ל, און מיט גרויס התלהבות זיך צוגעהערט צו יעדעס ווארט.

אינמיטן איז אים בייגעפאלן א הערה אויף די ווערטער פונעם דברי חיים, ער האט זיך נישט געקענט איינהאלטן און האט הויעך ארויסגעזאגט זיין הערה וואס עס איז אים בייגעפאלן אויף דעם ענין.

ווען דער דברי חיים האט געענדיגט דאס פשט'ל, האט ער גענומען ר' שמעון'ן אויף זיין שויס, און איבערגעזאגט פארן עולם דעם בחורל'ס חידוש. דערנאך האט אים דער דב"ח געבענטשט אז ער זאל אויסוואקסן א גדול בתורה ויראת שמים. (תלמידו הגה"צ ממאקאווא בהקדמה לשו"ת מהרש"ג ח"ב).
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”