ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איינער פון די מרביצי החסידות על אדמת אמעריקא איידער די קריג איז געווען הרה"צ ר' ארי' לייב שוחט פון ראדיווקא בעל 'לקוטים יקרים' וועלכער האט בסו"י געוואונט אין בראנזוויל.

ר' לייבוש איז געבוירן צו זיין פאטער ר' יעקב ניסן וועלכער איז געווען מתלמידי הרה"ק ר' רפאל מבערשיד מגדולי תלמידי הרה"ק ר' פנחס מקאריץ זצוק"ל, אזוי ארום איז ער אויפגעוואקסן א געהויבענער חסידישע הויז און ער זעלבסט איז נתקשר געווארן צו הרה"ק ר' דוד מטאלנא זצוק"ל זייענדיג איינע פון די געהויבענע חסידים דולה ומשקה מתורת רבו.

ער איז אויפגענומען געווארן אלס אב"ד אין א שטעטל ראדיווקא וועלכע איז א פלך פון חערסאן אין אוקריינא, און זייענדיג דער גרויסער טשערנאבלער חסיד זענען אסאך פון די טשערנאבלער רביים איינגעשטאנען ביי אים אין שטוב ווען זיי זענען דארט געווען ביי פארשידענע געלגענהייטן.

ביי די שווערע צייטן אין אוקריינע ווען די פאגראמען האבן געבוזשעוועט האט ר' לייבוש גענומען דעם וואנדער שטעקן קיין אמעריקא ווי ער האט זיך באזעצט אינעם דעמאלטסדיגען אידישען ישוב אין בראנזוויל, ניו יארק וואו ער האט פארמאגט זיין ביהמ"ד.

דאהי אין אמעריקא האט ער געהאט א נאנטער קשר מיט די היזיגע רביים, קודם די אחים האדמורי"ם מבית טאלנא און אזוי אויך צום מאנאסטריטשער רבי און נאך, זעענדיג אז עס פעלט דא אויס אז מ'זאל איבערגעבן פאר די נייע דור וואס חסידות אין אוקריינא און רוסלאנד האט באדייט, האט ער אפגעשריבען פון זכרון גאר אסאך היסטארישע עובדות און מאמרים פון מאורי החסידות וואס ער האט אליינס געהערט אדער מקבל געווען איש מפי איש, וקיבצם כעמיר גורנה לפונדק אחד פון וואס ער האט געדרוקט א חיבור 'לקוטים יקרים' (היברו-בוקס האט עס נישט דערווייל כפי מה שחפשתי).

דער חיבור האט זוכה געווען צו הסכמות פון די גרויסע אדמורי"ם טאקע פון האחים האדמו"ר רד"מ מטאלנא ניו יארק, וואס כפי בנו ר' יוחנן מטאלנא ירושלים איז דאס פון די איינצייגסטע הסכמות וואס זיין טאטע האט בכלל געגעבן, ואחיו ר' משה צבי מטאלנא פילעדעלפיא, און אזוי אויך פונעם מאנאסטריטשע רבי און פונעם קאמינקא-קאריצער רבי ר' מרדכי שפירא זצ"ל (צריך אשכול מיוחד אודותיו ועוד חזון למועד) און נאך, אין די הסכמות זעהט מען די גרויסע הערצה וואס ר' לייבוש האט גענאסן פון די גדולים מיט גאר שיינע טיטלען וכדו'.

זייענדיג אן עניו ושפל ברך האט ער אויפן שער בלאט נישט געשריבען אז ער איז געווען א רב אינדערהיים נאר געשריבען 'ארי' לייב ב"ר יעקב ניסן שו"ב', און אזוי האט ער געוואלט מ'זאל שרייבן אויף די מצבה, עס איז געווען וואס האבן זיך אויסגעדרוקט אז ר' לייבוש האט אריבערגעברענגט דעם רוסישען חסידות קיין אמעריקא.

ביום ו' טבת תרפ"ט איז ר' לייבוש נסתלק געווארן איבערלאזנדיג ערליכע אייניקלעך. צווישן זיי הרה"ח ר' מרדכי גרעיבער הי"ו פון קווינס מגדולי חסידי טאלנא ומעמודי התווך, וועלכער האט געשריבען אביסל תולדות אינעם 'לקוטים יקרים' וואס דער גרויסער ידען וחוקר ממוצאי חסידי טאלנא ר' מאיר יחיאל קנאבלאך פון סקווירא האט לעצטענס איבעגעדרוקט ביי איינע פון די חתונות לבית סקווירא.

בייגעלייגט איז א בילד פון ר' לייבוש ז"ל, ווי אויך פון די אריגינענעלע מצבה און מאנטיפיורא סעמעטערי, און אויך א מצבה וואס מען האט שפעטער צוגעשטעלט עפ"י הוראת הרבנים לכבודו.

(עפ"י בקשת נכדו בעט מען ווער עס ווייסט מער פרטים זאל מוסיף זיין להשלמת הבנין)
אטעטשמענטס
RabbiShochet.jpg
RabbiShochet.jpg (40.12 KiB) געזען 5287 מאל
Grave LeibSchochet.jpg
shocettnew.jpg
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

מיללער, אזא חסיד'ישע צורה דאהי אין בראנזוויל שוין אין תרס"ו?
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

דער קאמינקא-קאריצער רבי ר' מרדכי שפירא שרייבט אויף עם " הוא הי' ראש וראשון שהביא החסידות של רוסיא ואוקריינא לאמעריקא".
ר' יהושע העשיל ממאניסטריטש שרייבט " הוא הי' חביב למאוד אצל אבי מקאנטיקאזיווע".
ער ליגט טאקע אפאר שורות אונטער דעם מאניסטריטשער רבי'ן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פון חב"ד לייברערי קאטאלאג האט געשריבן:
מס' כרטיס 8887 מדור ומדף: לג-ל

לקוטים יקרים
דרושים מלוקטים מספרים הקדושים - חסידות
הכללית - עם ספורים ודברים אחדים מהצדיקים
מלוקט ע"י שו"ב מראדיוקע פלך חערסון. בשם:
אריה ליב ב"ר יעקב ניסן מראדיווקע
חמ"ד תרסו
8°. 222, (2) ע'
3 טפסים. 2 טפסים נוספים במדור נח-ל
טופס נוסף במדור קכא-ל
ההסכמות הם משנות תרפ"ג - תרפ"ד.
כנראה נדפס בניו יורק (בראנזוויל)

דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' לייבוש האט געהאט דריי קינדער, איין זוהן מיט צוויי טעכטער.

1) בנו ר' אברהם שוחט
2) בתו ברכה אשת ר' אהרן שפירא שו"ב
3) בתו פרומא אשת ר' שמואל ראזענצווייג, מלמד תשב"ר

זיין ווייב הרבנית שיינדל איז נפטר געווארט בשנת תרע"ט ומנו"כ אין די טאלנא חלקה אין מט. יהודה סעמעטערי.

-

עס איז גאר מעגליך אז דער איידעם ר' אהרן שפירא איז געווען א קאריצער אייניקל, ווער עס ווייסט מער פרטים איבער די קינדער איז מכובד צו שרייבן.
אורח לרגע
שר מאה
תגובות: 103
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2008 7:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אורח לרגע »

האם האדמור מקרלין הוא נכדו?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

לא ולא, הרב אורח נכבד.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:פון וואס ער האט געדרוקט א חיבור 'לקוטים יקרים' (היברו-בוקס האט עס נישט דערווייל כפי מה שחפשתי).


איך זעה יעצט אז זיי האבן עס ארויפגעלייגט דא
AZRIELGO
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 09, 2014 2:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AZRIELGO »

a painted portrait of RALS
il_570xN.562521788_r5wi.jpg
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

AZRIELGO האט געשריבן:a painted portrait of RALS
il_570xN.562521788_r5wi.jpg

שיין שיין עזריאל היקר
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4507
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

מיללער האט געשריבן:איינער פון די מרביצי החסידות על אדמת אמעריקא איידער די קריג איז געווען הרה"צ ר' ארי' לייב שוחט פון ראדיווקא בעל 'לקוטים יקרים' וועלכער האט בסו"י געוואונט אין בראנזוויל.

ר' לייבוש איז געבוירן צו זיין פאטער ר' יעקב ניסן וועלכער איז געווען מתלמידי הרה"ק ר' רפאל מבערשיד מגדולי תלמידי הרה"ק ר' פנחס מקאריץ זצוק"ל, אזוי ארום איז ער אויפגעוואקסן א געהויבענער חסידישע הויז און ער זעלבסט איז נתקשר געווארן צו הרה"ק ר' דוד מטאלנא זצוק"ל זייענדיג איינע פון די געהויבענע חסידים דולה ומשקה מתורת רבו.

ער איז אויפגענומען געווארן אלס אב"ד אין א שטעטל ראדיווקא וועלכע איז א פלך פון חערסאן אין אוקריינא, און זייענדיג דער גרויסער טשערנאבלער חסיד זענען אסאך פון די טשערנאבלער רביים איינגעשטאנען ביי אים אין שטוב ווען זיי זענען דארט געווען ביי פארשידענע געלגענהייטן.

ביי די שווערע צייטן אין אוקריינע ווען די פאגראמען האבן געבוזשעוועט האט ר' לייבוש גענומען דעם וואנדער שטעקן קיין אמעריקא ווי ער האט זיך באזעצט אינעם דעמאלטסדיגען אידישען ישוב אין בראנזוויל, ניו יארק וואו ער האט פארמאגט זיין ביהמ"ד.

דאהי אין אמעריקא האט ער געהאט א נאנטער קשר מיט די היזיגע רביים, קודם די אחים האדמורי"ם מבית טאלנא און אזוי אויך צום מאנאסטריטשער רבי און נאך, זעענדיג אז עס פעלט דא אויס אז מ'זאל איבערגעבן פאר די נייע דור וואס חסידות אין אוקריינא און רוסלאנד האט באדייט, האט ער אפגעשריבען פון זכרון גאר אסאך היסטארישע עובדות און מאמרים פון מאורי החסידות וואס ער האט אליינס געהערט אדער מקבל געווען איש מפי איש, וקיבצם כעמיר גורנה לפונדק אחד פון וואס ער האט געדרוקט א חיבור 'לקוטים יקרים' (היברו-בוקס האט עס נישט דערווייל כפי מה שחפשתי).

דער חיבור האט זוכה געווען צו הסכמות פון די גרויסע אדמורי"ם טאקע פון האחים האדמו"ר רד"מ מטאלנא ניו יארק, וואס כפי בנו ר' יוחנן מטאלנא ירושלים איז דאס פון די איינצייגסטע הסכמות וואס זיין טאטע האט בכלל געגעבן, ואחיו ר' משה צבי מטאלנא פילעדעלפיא, און אזוי אויך פונעם מאנאסטריטשע רבי און פונעם קאמינקא-קאריצער רבי ר' מרדכי שפירא זצ"ל (צריך אשכול מיוחד אודותיו ועוד חזון למועד) און נאך, אין די הסכמות זעהט מען די גרויסע הערצה וואס ר' לייבוש האט גענאסן פון די גדולים מיט גאר שיינע טיטלען וכדו'.

זייענדיג אן עניו ושפל ברך האט ער אויפן שער בלאט נישט געשריבען אז ער איז געווען א רב אינדערהיים נאר געשריבען 'ארי' לייב ב"ר יעקב ניסן שו"ב', און אזוי האט ער געוואלט מ'זאל שרייבן אויף די מצבה, עס איז געווען וואס האבן זיך אויסגעדרוקט אז ר' לייבוש האט אריבערגעברענגט דעם רוסישען חסידות קיין אמעריקא.

ביום ו' טבת תרפ"ט איז ר' לייבוש נסתלק געווארן איבערלאזנדיג ערליכע אייניקלעך. צווישן זיי הרה"ח ר' מרדכי גרעיבער הי"ו פון קווינס מגדולי חסידי טאלנא ומעמודי התווך, וועלכער האט געשריבען אביסל תולדות אינעם 'לקוטים יקרים' וואס דער גרויסער ידען וחוקר ממוצאי חסידי טאלנא ר' מאיר יחיאל קנאבלאך פון סקווירא האט לעצטענס איבעגעדרוקט ביי איינע פון די חתונות לבית סקווירא.

בייגעלייגט איז א בילד פון ר' לייבוש ז"ל, ווי אויך פון די אריגינענעלע מצבה און מאנטיפיורא סעמעטערי, און אויך א מצבה וואס מען האט שפעטער צוגעשטעלט עפ"י הוראת הרבנים לכבודו.

(עפ"י בקשת נכדו בעט מען ווער עס ווייסט מער פרטים זאל מוסיף זיין להשלמת הבנין)

אינטרעסאנט ווי ער איז געווארן אן "הרב הקדוש" און א "איש אלקים"...
AZRIELGO
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 09, 2014 2:15 pm

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AZRIELGO »

Handwriting of ר' ארי' לייב
אטעטשמענטס
als.jpg
als.jpg (119.97 KiB) געזען 2315 מאל
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

מעניין איך השתנו הטיטול'ן:
במצבה המקורי: הרה"ח...
במצבה החדשה: הרה"ק אדמו"ר איש אלקים...
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
AZRIELGO
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 09, 2014 2:15 pm

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AZRIELGO »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:מעניין איך השתנו הטיטול'ן:
במצבה המקורי: הרה"ח...
במצבה החדשה: הרה"ק אדמו"ר איש אלקים...


That's an old picture, that "new" matzaiva isn't there anymore
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

AZRIELGO האט געשריבן:
סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:מעניין איך השתנו הטיטול'ן:
במצבה המקורי: הרה"ח...
במצבה החדשה: הרה"ק אדמו"ר איש אלקים...


That's an old picture, that "new" matzaiva isn't there anymore

HE HAS A NEW MATZEIVAH
ספרו הוא מלא סיפורי צדיקים ששמע בעצמו או איש מפי איש
הרבה מסאווראן טולנא מעזבוזש נדפס מחדש לפני כמה שנים
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

ספרו החשוב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ספרו החשוב עם הרבה סיפורי צדיקים שלא נדפסו במקום אחר
אטעטשמענטס
RD1.jpg
RD1.jpg (66.96 KiB) געזען 2237 מאל
RD2.jpg
RD2.jpg (50.09 KiB) געזען 2237 מאל
RD-.jpg
RD-.jpg (124.98 KiB) געזען 2237 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

עוד מספרו
אטעטשמענטס
RD4.jpg
RD4.jpg (90.17 KiB) געזען 2236 מאל
RD5.jpg
RD5.jpg (89.03 KiB) געזען 2236 מאל
RD6.jpg
RD6.jpg (79.02 KiB) געזען 2236 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

איפה אפשר להשיג הספר בארץ ישראל?
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:איפה אפשר להשיג הספר בארץ ישראל?

לכאורה נאר אין ניו יארק
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
AZRIELGO
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 09, 2014 2:15 pm

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AZRIELGO »

סטרעטענער אייניקל האט געשריבן:איפה אפשר להשיג הספר בארץ ישראל?


https://hebrewbooks.org/38833
https://www.ebay.com/itm/Hebrew-LIKUTIM ... 1375!US!-1
http://www.publishyoursefer.com/reprints/t/30621
AZRIELGO
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 09, 2014 2:15 pm

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AZRIELGO »

He has in the sefer that one of the Slavuta printing press Shapiro brothers recuperated in his uncle Reuven's house in Balta.

rps.png
rps.png (118.51 KiB) געזען 1755 מאל


His grandfather referenced here Yoseph Wolf, is mentioned many other places as R' Yoseph Zev Wolf Segal.

ryzs.png
ryzs.png (12.17 KiB) געזען 1755 מאל


Would be interesting to know if any connection to R' Binyamin Zev Wold Segal of Balta who is buried in Tveria.

Between his uncle hosting R Pinchas in Balta and similar name to the Segal in Tverya, connected to R' Pinchas of Koretz, would maybe be possible they related, same person, cousin?


https://he.wikipedia.org/wiki/%D7%91%D7%A0%D7%99%D7%9E%D7%99%D7%9F_%D7%96%D7%90%D7%91_%D7%9E%D7%91%D7%9C%D7%98%D7%90
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

מהדורה נדירה באמריקה
אטעטשמענטס
RADIVKA.jpg
RADIVKA.jpg (95.57 KiB) געזען 1671 מאל
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
AZRIELGO
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 09, 2014 2:15 pm

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AZRIELGO »

This is the תנאים of Reb Yochonon m'Tolna zt'l printed in the sefer וזכרך לא ימוש מפינו a few years ago. At the bottom you can see one of the eidem is אריה ליב ב"ר יעקב ניסן, who is ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט.

The handwriting of יעקב ניסן also happens to match the handwriting of יעקב ניסן in a ksav yad from R Leib.

ly signature.jpg
ly signature.jpg (747.19 KiB) געזען 1307 מאל


SharedScreenshot.jpg
SharedScreenshot.jpg (326.43 KiB) געזען 1307 מאל
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9537
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

שיין ארטיקל איבער הרב השוחט מראדיווקא פון הרב יונה לאנדא די וואך פרשת פנחס פ"ב אין "דער איד" ווער קען עס אהערברענגן
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
AZRIELGO
שר חמישים
תגובות: 69
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 09, 2014 2:15 pm

Re: ר' ארי' לייב (לייבוש) שוחט מראדיווקא ובראנזוויל ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך AZRIELGO »

IMG-20220725-WA0003.jpg
IMG-20220725-WA0003.jpg (346.65 KiB) געזען 498 מאל
IMG-20220725-WA0004.jpg
IMG-20220725-WA0004.jpg (312.59 KiB) געזען 498 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”