רבי יחזקאל שרגא הלברשטאם משינאווא זצ"ל - ו' טבת תרנ"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יחזקאל שרגא הלברשטאם משינאווא זצ"ל - ו' טבת תרנ"ט

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:32 pm

ו' טבת איז דער יארצייט פון הרה"ק רבי יחזקאל שרגא הלברשטאם זצ"ל ער האט מחבר געוועהן דער ספר דברי יחזקאל דער צדיק איז געוועהן באוויסט אלץ דער שינאווא רב, דער שינאווא רב, איז געבוירן צו זיין הייליגן טאטע, דער צאנז'ע רב דער הייליגע דברי חיים, און פולין אין דער שטאט טרניגראד אין יאר תקע"ה.

דער שינאווא רב, פלעג פארן צו אסאך צדיקים ווי רבי צבי הירש מרימנוב, הרה"ק מהר"ש מבעלזא, הרה"ק מראפשיץ, הסב"ק רבי ישכר בער מראדשיץ, הרה"ק רבי מאיר מפרימעשלאן, און נאך אסאך צדיקים.

דער שינאווא רב, איז אמאהל געזעצען מיט זיין הייליגען טאטען דער דברי חיים און פארברענגט מיט דברי תורה און מיט הייליגע שמוסען. אינמיטן איז אריין געקומען א איד וואס איז געוועהן א מלמד אין צאנז, האט אים דער דברי חיים געפרעגט: "ווען מאכסטו חתונה דיין טאכטער"? "איך וויס נישט"! האט ער געענטפערט. "פארוואס ווייסטו נישט"? "איך האב נאך נישט קיין געלט צו קויפן א טלית און א שטריימל פארן חתן! (ער האט געוואלט ווייזן פארן רבי'ן אז ער האט נישט קיין געלט אז דער רבי זאל אים ארויס העלפן) האט זיך דער שינאווא רב אנגערופען: "טאטע איך האב נעכטן אליינס געזעהן ווי ער האט שוין געקויפט א טלית און א שטריימל", דער מלמד איז שטארק פארשעמט געווארען און איז ארויסגעלאפן פון שטוב, ווי דער הייליגע דברי חיים האט געזעהן אז דער מלמד האט זיך שטארק פארשעמט, האט ער זיך אנגעכאפט די בארד אין געשריגען: "וויי איז מיר אז מיין קינד האט פארשעמט א איד, אפשר האט ער גענומען דער טלית און שטריימל אויף בארג און ער דארף נאך צאלן געלט דערפאר, אדער אפשר דארף זיין ווייב א קלייד און ער שעמט זיך צו זאגען, פארדעם האט ער געזאגט אז ער דארף א טלית און א שטריימל, וואס האסטו געטוהן פארשעמט א איד? ווי אזוי וועסטו קענען אפגעבען א דין וחשבון פארן בית דין של מעלה"?

ווי דער שינאווא רב האט געהערט די ווערטער איז ער שנעל ארויס געלאפען איבערצובעטן דער מלמד, ער האט אים געטראפן אויפ'ן גאס און אים פראבירט איבערצובעטען, אבער דער מלמד האט אים בשום אופן נישט געוואלט מוחל זיין. ער האט געזאגט: "איך וויל גיין מיט אייך צום דין תורה ביים רבי'ן".

ביידע זענען אריין צום הייליגען דברי חיים און דארט האט דער שינאווא רב אים נאכאמאהל פראבירט איבערבעטן, דער דברי חיים האט זיך אבער אנגערופן צום מלמד: "דו זאלסט נישט מוחל זיין פארן שינאווא רב ביז ער וועט דיר צוזאגען צו באצאלן דעם טלית, דעם שטריימל און אלע הוצאות פאר דעם חתונה ביז די לעצטע פרוטה". ווען דער שינאווא רב האט זיך דאס מקבל געוועהן האט דער דברי חיים געהייסען פאר'ן מלמד ער זאל אים מוחל זיין.

דער שינאווא רב, איז נסתלק געווארן ו' טבת תרנ"ט לפ"ק און מ'האט אים טאקע קובר געווען אין שינאווא זי"ע ועכ"י.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:55 pm


זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:56 pm

כ"ק אדמו"ר מבאבוב בעל קדושת ציון זצ"ל פלעגט זאגן עס זענען דא וואס זאגען אז דאס גרויסקייט פון שינאווער רב איז געוועהן אין תורה: עס זענען דא וואס זאגען אז זיין גרויסקייט איז באשטאנען אין דעם וואס ער האט באוויזען גרויסע מופתים, איך האלט אז זיין אמת'ע גרויסקייט זעהט מען פון דעם פאלגענדען ענין:

א פשוט'ער דארפס יוד איז אמאהל געוועהן שטארק פארזארגט זעענדיג אז זיין קו וויל נישט געבן קיין מילך, איז ער געפארן קיין שינאווע בעטין דעם שינאווער רב ער זאל אים בענטשען אז די קוה זאל געבין מילך.

דער איד איז אנגעקומען צום שינאווער רב אינמיטען דאווענען און ער האט זיך אראפגעזעצט און געווארט אריינצוגיין צום רבי'ן, ווען דער שינאווער רב האט זיך געשטעלט דאוונען די הויכע שמונה עשרה און ער האט געגעבען א געשריי הקל הגדול הגיבור ו-ה-נ-ו-ר-א מיט גרויס התרגשות הנפש האט דאס געשריי אויפגעציטערט דעם דארפס איד און עס האט זיך אנגגעצונדען אין זיין הארץ א פלאם פון קדושה אויך נאכ'ן דאווענען ווען דער שינאווער רב האט טועם געוועהן , האט דער איד צוגעקוקט ווי דער צדיק עסט מיט כוונה און מיט דביקות בבחינת צדיק אוכל לשובע נפשו און דערנאך בענטשט ער מיט התלהבות און מיט גרויסע קולות, עס האט זיך דערוועקט אין דעם איד אן אהבה צום אויבערשטען און ער האט אינגאצנען פארגעסען פון זיין קו און זיין הויז געזונד און ער איז פארבליבן צוויי וואכען אין שינאווע כדי מקבל צו זיין א דרך אין עבודת השם.,

ווען זיין משפחה האט געזעהן אז ער קומט נישט אהיים זענען זיי געפארען קיין שינאווע און זיי האבען אים געטראפען אין בית המדרש וואו ער איז געזצען און געזאגט תהלים מיט א ברען פרעגן זיי אים פארוואס קומסטו נישט א היים און וואס איז געווארען מיט די ברכה פאר די קו, ענטפערט ער איך ווייס נישט פון וואס איר רעדט, איין זאך ווייס איך יא אז איך בלייב דא כדי צו דינען דעם היילגען באשעפער,

זיין משפחה האט געמיינט אז ער איז ל"ע נישט ביים פולן דעת, און זענען אריינגעגאנגען צום שינאווער רב און אים דערציילט אז דער פאטער איז אראפ פון דעת און דארף א רפואה , האט דער שינאווער רב אים אריינגערופען און האט אים ערקלערט אז עס איז א מצוה מפרנס צו זיין די משפחה דעריבער זאל ער א היימפארן און מפרנס זיין די משפחה או ער קען קומען אמאהל אויף א שבת אדער א יום טוב , דער איד האט געפאלגט ער איז א היים געפארען און געדינט דעם באשעפער , ער איז געשטיגען אין עבודת ה' און חסידות און ער איז געווארען א גרויסע עובד השם. אט אין דעם איז באשטאנען דעם שינאווער רב'ס גרויסקייט.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:57 pm

א איד איז געקומען צום שינאווער רב, און האט מזכיר געווען אז זיין זון מוז שטיין צום מיליטער, און ער דארף גרויס סייעתא דשמיא אז מ'זאל אים נישט נעמען אלס זעלנער.

דער שינאווער רב האט אים אנגעוואונטשן א ישועה. דערנאך זאגט ער אים, אז אויפ'ן וועג אהיימפארנדיק זאל ער קויפן ציגארן, און ער זאל נעכטיגן אין א געוויסן גאסטהויז. (דער שינאווער רב האט אים געזאגט גענוי וואו דאס געפינט זיך פארשטייט זיך, אז דער איד האט אלץ אויסגעפאלגט. ער איז אנגעקומען אין דער קרעטשמע, און האט דארט געדונגען א שטוב.

ביינאכט קלאפט ביי אים אן דער אידישער אייגנטימער פון גאסטהויז, מיט א בקשה ער האט דערציילט, אז עס זיינען אנגעקומען חשוב'ע עלעגאנטע פערזאנען, צווישן זיי א דאקטאר, א גרויסער גענעראל, און א מאיאר, זיי האבן זיך אנגעשיכור'ט, און אצינד פארלאנגען זיי פון אים ציגארן, און אויב ער וועט נישט דערפילן זייער פארלאנג, קענען זיי אים חלילה שלאגן. האט ער געפרעגט דעם גאסט צי ער האט ביי זיך ציגארן. דער איד האט אים געענטפערט אז יא, און ער האט אים געגעבן עטליכע ציגארן.

מיט א האלבער שעה שפעטער, קלאפט ווידער אן דער בעל הבית און בעט נאך א פאר ציגארן. האט דער איד אים צוגעגעבן נאך ציגארן.

גייט דורך נאך א שטיק צייט, און דער פארשוין קלאפט נאכאמאל אן, און בעט ווידער ציגארן. איז דאן דעם איד איינגעפאלן, אז אפשר ליגט זיין ישועה אין די ציגארן וואס ער טיילט. איז ער אראפ געגאנגען אין זאל וואו די גויים האבן געשיכור'ט, און ער האט מיט העפלעכקייט געגעבן יעדן פון די גויים א ציגאר. די גויים האבן אים זעהר געדאנקט, ערקלערנדיק אז זיי האבן נאך קיינמאל נישט גערייכערט קיין ציגארן מיט אזא געשמאקן טעם, און זיי האבן מיט דורשט אויסגערייכערט אויך די ציגארן. דערנאך האט ער זיך צעשמועסט מיט זיי, און ער איז געוואר געווארן אז דער דאקטאר און דער גענעראל זיינען די יעניקע פאר וועמען די יוגנט דארף שטיין צום מיליטער דא אין דער געגנט.

דער איד האט אויסגענוצט די געלעגנהייט און האט ביי זיי געבעטן צו באפרייען זיין זון פון מיליטער דינסט, און אלס אנערקענונג פאר די געשמאקע ציגארן, האבן זיי אים צוליב געטוהן.

אזוי האט דער שינאווער רב מיט'ן כוח פון רוח הקודש, און דורכ'ן אריינגעבן א געשמאק אין ציגארן, געשענקט א איד א ישועה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:57 pm

אין דעעש אט געוואוינט א יוד וואס האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדר האט דער דעעשער רב הגה"ק בעל כנסת יחזקאל זצ"ל אים געהייסען פארן צום שינאווער רב דער איז אנגעקומען קיין שינאווע און האט געוואלט אריינגיין מיט א קוויטל, אבער דער שינאווער רב האט דאסמאל נישט אויפגגענומען קיין מענטשען ער האט פרובירט צו פועל'ן ביי די גבאים אבער זיי האבען נישט נאכגעגעבן. ענדליך 2 א זייגער ביינאכט האט דער שינאווער רב פוצלונג באפוילען דעם גבאי אריינצולאזען דעם דעעשער איד , דער שינאווער רב האט אים געבענטשט מיט א קינד אוןה אט אים געגעבןע א טאבאק פושקע פון מיט טאבאק און האט אים געזאגט א העלפט פון דעם טאבאק זאלסטו אויסטיילען ביים ברית פון קינד, א פערטיל בי דער בר מצוה .און דאס איבריגע ביי די חתונה פון דעם קינד, צום יאר האט דער איד געויברען א קינד און ער האט אויסגעפאלגט די רייד פון שינאווער רב זי"ע.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:58 pm

הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצוק"ל איז אמאהל געוועהן ביים שינאווער רב און ביים געזעגעען זיך האט דער שינאווער רב אים אנגעוואונטשען "זאל דער אויבערשטער העלפן ,למען ירבו ימיכם וימי בניכם על האדמה אשר נשבע ד'" דער נוסח הברכה האט אויסגעקוקט זייער אינטערעסאנט, ערשטענס ווייל הגרי"צ דושינסקיא האט נאכנישט געהאט קיין קינדער כאטש עס זענען פאריבער עטליכע יאהר פון דער חתונה, און צווייטנס, וואס האט ער צו טוהן מיט "האדמה אשר נשבע ד" מיט ארץ ישראל", ער האט דאך געוואינט און אונגארן.

נאך פיהל יארן איז די ברכה מקוים געווארןע בשלימות , ער איז אויפגענומען געווארען צו ווערען רב אין ירושלים און ער האט דארט געבוירען זיין זוהן הגה"צ רבי ישראל משה זצ"ל דער שפעטערדיגער ירושלימ'ער רב. און ער האט זוכה געווען דארט צו "ירבו ימיכם " באריכות ימים ושנים .

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:58 pm

אין בארנאוו האט געוואוינט א איד, א נגיד מיט'ן נאמען ר' יחיאל מאיר ז"ל ער איז געועהן א ראזוואדאווער חסיד,(פון הרה"ק ר' משה ראזוואדאווער זצ"ל בן הרה"ק ר' אליעזר מדזיקוב זצ"ל) אמאהל איז אים אויסגעקומען צו האבען א משפט דעם צווייטן טאג שבועות זענען געפארן זיינע קינדער מזכיר זיין דעם טאטען פאר'ן שינאווער רב.

דער שינאווער רב האט אבער געהייסען אז דער פאטער זאל קומען אויף שבועות קיין שיניאווא, רבי יחיאל מאיר האט קודם געפרעגט זיין רבין דעם ראזוואדאווער רב צו ער זאל פארן אויף שבועות קיין שיניאווא , דער ראזוואדאווער רב האט מסכים געוועהן.

אנקומענדיג קיין שיניאווא האט דער חסיד ר' יחיאל מאיר קודם געהאט גרויס חלישות הדעת געפינענדיג זיך אויף א פרעמד ארט וואו ער האט נישט געהאט קיין שום התקרבות .(ר' יחיאל מאיר איז געוועהן איינער פון די גרויסע מקורבים אין ראזוואדאוו) ערשט דעם צווייטען טאג שבועות ביים טיש האט דער שיניאווער רבי צוגערופען דעם ראזוואדאווער חסיד ר' יחיאל מאיר און ער האט אים געגעבען שיריים פון א קאפ פון די פיש. דער שיניאווער רב האט נאך צוגעגעבען זאגענדיג צו דעם חסיד בזה"ל "נעם א קאפ וויל דו דארפסט דאך האבען א קאפ" (אויף יודיש מיינט א קאפ א שטויס) .

דער ראזאוואדווער חסיד האט נישט פארשטאנען וואס דער שיניאווער רב האט געמיינט מיט די דאזיגע דיבורים.

ערשט אסרו חג שבועות זענען אנגעקומען זיינע קינדער קיין שיניאווא , און זיי האבען דערציילט אז נעכטן דעם צווייטען טאג שבועות דער באשטימטער טאג ווען עס האט געברויכט פארקומען דער משפט אין געריכט , האט דער פראקוראר (קטיגור) געריטען אויף א פערד און דאס פערד איז פלוצים געווארען ווילד און ער האט אנגעהויבען צו קאפען און שטויסן ביז ער האט צוטרעטען דעם פראקוראר אויף טויט רח"ל.

דאס איז געוועהן די זעלבע צייט ווען דער שיניאווער רב האט געגעבען שיריים פון א קאפ פון א פיש זאגענדיג צו ר' יחיאל מאיר "איר דארפט דאך האבען א קאפ"….

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 8:58 pm

ווען דער שינאווער רב איז געווען א קינד פון זעקס יאר אלט (זיי האבן דעמאלט געוואוינט אין רודניק וואו זיין טאטע דער צאנזער רב איז דעמאלט געזעסן על כסא הרבנות) איז זיין מאמע געפארן אין מארק האנדלן, ווייל אין יענע צייט האט זי געברענגט די פרנסה אין שטוב כדי איר הייליגער מאן זאל קענען זיצען און עוסק זיין בתורה ועבודה.

דארט אין שטוב איז דעמאלט געווען דעם צאנזער רב'ס א ברודער, דער שפעטערדיגער דוקלער רב, הגה"ק רבי אביגדור וועלכער איז דעמאלט אלט געווען עלף יאר, האט ער געבעטן דעם שינאווער רב ער זאל נאכלויפן זיין מאמע און בעטן פון איר א פאר פרוטות, ער איז איר נאכגעלאפן, זי האט זיך דאן ארויפגעזעצט אויף א וואגן צו פארן איז ער ארויפגעשפרינגען אויפ'ן וואגן אבער ער איז גלייך אראפגעפאלן און דער וואגן איז אויף אים אריבערגעפארן און געשעדיגיט זיינע בני מעים רח"ל.

מען האט גערופען א דאקטאר דער דאקטער האט אבער נישט געהאט וואס צו טוהן און האט זיך מייאש געוועהן פון אים. ווען דער צאזער האט געהערט וואס דער דאקטאר זאגט האט ער גלייך אריבערגשיקט א שליח צו זיין רבי'ן דער ראפשיצער רב זי"ע, ווען דער שליח איז אנגעקומען און האט מזכיר געווען דעם קליינעם, האט דער ראשפייצער רב געוואלט וויסן וואס דער דאקטאר זאגט.

דער שליח האט דערציילט אז דער דאקטאר האלט אז עס איז לאחר היאוש, האט דער ראשפיצער רב זיך אנגרופען אויב אזוי וועט ער לאנג לעבן! די ברכה איז מקויים געווארן, דער שינאווער רב איז געזונט געווארן און ער האט מאריך ימים געווען ביז די עטליכע אכציג יאהר, פון דעם אומגליק איז אים נישט געבליבן נאר א צייכען אויפן שטערן.

דער ראפשיצער רב האט דעמאלט געשיקט א פלעשל שמן זית שיריים פון חנוכה און האט געהייסען מען זאל דערמיט באשמירן דאס קינד, שפעטער לעת זקנתו פון שינאווער רב, ווען ער פלעגט זיך פילן שוואך פלעגט ער דערציילן אז ער געדענקט נאך ווי דער טאטע האט אים באשמירט ער האט געזאגט איך געדענק נאך ווי דער הייליגער טאטע האט דא געקוועטשט און האט דא געקוועטשט און האט מיר אלעס מסדר געווען ווי די ביינער האט זיך אויסגעגליכען און ער פלעגט אויספירן "וואו נעמט מען היינט אזא ביסל שמן זית".

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 9:01 pm

דער הייליגער חוזה פון לובלין האט געזאגט: אז אין הימל איז דא א היכל וואס דארט גיט מען שכר פאר די וואס עסן קוגל אום שבת קודש.

דער הייליגער דברי יחזקאל, שינאווער רב זי"ע האט געזאגט: אז עסן קוגל שבת קודש איז א סגולה פאר א רפואה.

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » מאנטאג דעצמבער 29, 2008 9:04 pm

איינמאל ווען הרה"ק בעל דברי יחזקאל משינאווא זי"ע. האט א שידוך געטוען מיט איינע פון זיינע קינדער, און די רביצין האט געבעטן געלט איינצוקויפן, האט ער איר געענטפערט: איך האב נישט! אזוי איז געווען עטליכע מאל. דעמאלס איז פונקט געקומען איינער פונעם שינאווער רב'ס ברידער, האט די רביצין געבעטן ביי אים ער ז'אל אריין גיין צום שינאווער רב בעטן אזוי ווי ער האט א שידוך געטאן און מען דארף איינקויפן, זאל ער געבן עפעס געלט. זי האט אים דערציילט: אז זייט ער האט געטוען דעם שידוך האט ער זיך געמאכט. נאך מער שיעורים צום לערנען ווי ביז יעצט, אזוי, אז ער האט נישט קיין שום צייט זיך צו זארגן אויף די חתונה.

ווען דער ברודער איז אריין געקומען צום שיניאווער רב און אים איבערגעגעבן די טענה פון די רביצין, האט דער שיניאווער רב געזאגט: נו, וואס זאל איך טוהן, איך האב בטחון אין השי"ת אז ער וועט מיר שוין העלפען, האט דער ברודער געפרעגט: אבער דו האסט דאך מוסיף געווען נאך שיעורים, איז דאך א סימן אז דו זארגסט דיך ניטאמאל פון ווי עס וועט זיין געלט? האט ער געענטפערט: זאלסט וויסן מיין טייערער ברודער אז עס איז דא א גרויסער טעות ביי מענטשן אפילו ביי ערליכע אידן. מען מיינט אז ווען מען האט א קליינע דאגה דארף מען האבן בטחון, אבער ווען מען האט א גרויסע דאגה ווי למשל מען דארף אסאך געלט, חתונה צו מאכן אדער אן אנדערע גרויסע דאגה, דעמאלט פארלירט מען דעם בטחון... אבער עס איז א טעות... ווייל אויב איז עס א קליינע דאגה וואס ער קען געהאלפען ווערן בדרך הטבע דארף ער טוען וואס עס איז אים מעגליך, אזוי ווי עס שטייט: "וברכתיך בכל אשר תעשה" (איך וועל דיך בענטשען אז עס וועט אריין קומען די ברכה אין אלעם וואס דו וועסט טאן). אבער אז מען דארף א זאך וואס עס נישט דא קיין אויסזיכטן בדרך הטבע דארף מען גארנישט טוען... נאר עס אינגאנצען ארויפווארפען אויף השי"ת, און השי"ת וועט שוין טאן די גאנצע זאך.

דערפאר האט דער שיניאווער רב אויסגעפירט ווען די רביצין האט מיך געמוטשעט אז מיר דארפן זייער אסאך געלט, און דער מצב איז שרעקליך, זי זעהט נישט בדרך הטבע פון ווי דאס וועט קומען, האב איך פארשטאנען אז איך האב סייווי נישט וואס צו טאן, האב איך אלעס ארויף געווארפען אויף השי"ת און איך האב מיר געמאכט מער שיעורים צום לערנען.
(דברי שלום - ענינים ושיחות)

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג פאברואר 01, 2008 12:51 pm

תגובהדורך זיידעניו » דינסטאג דעצמבער 30, 2008 11:23 am

המסתתר האט געשריבן:לכבוד די בעפארשטייענדע יארצייט פון הייליגן שינאווער רב זי"ע, עלסטסטער זוהן פון הייליגן דברי חיים זי"ע. די וואך ו' טבת ווערט 110 יאר צום הסתלקות, איז הזמן גרמא צו זאגן א ווארט בשמו.

ס'האט אים אמאל געפרעגט איינער - נישט מיט קיין גרויס תמימות פארשטייט זיך - וואס איז פשט וואס ס'איז דא חסידים וואס פירן זיך שבת קודש צו בוצע זיין על הפת מיט די הענט און נישט מיט קיין מעסער, ס'איז דאך מחזי כרעבתנות.

אויף דעם האט אים דער שינאווא'ער רב געענטפערט מיט א מעשה:

ס'זענען געפארן אמאל שתדל'ען ביי די מלוכה אסאך גרויסע רבנים, אנקומענדיג אהין האט מען צוגעגרייט פאר זיי א גרויסן צימער מיט קאוטשעס צו זיצן און פארזאגן וואס זיי האבן צו זאגן. איז געווען צווישן זיי הגאון רבי נתן אדלער זי"ע, און ער האט באמערקט אויפן קאוטש אז דאס איז פון וואהל מיט אנדערע גוטע זאכן און ס'איז א חשש שעטנז, האט ער געבעטן מ'זאל אים ברענגען א האלצערנעם בענקל.

זעעהנדיג דאס האט זיך איינער פון די עלטערע רבנים אנגערופן צו אים: נו הלמאי, ס'איז דאך מחזי כיוהרא. אויף דעם האט ר' נתן אדלער געענטפערט: היינטיגע וועלט האט מען נאר מורא פונעם "מחזי", פון יוהרא אליין האט קיינער נישט מורא.

אזוי אויך האט דער שינאווא'ער רב געענטפערט יענעם איד: מ'האט היינט מורא נאר פון מחזי כרעבתנות. פון רעבתנות אליין האט קיינער נישט אזוי מורא.

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 5:10 am

א יישר כח ר' זיידל פארן צוברענגען מיינע ווערטער פון אנדערן אשכול, און דעם לינק צו די הייליגע מחלוקת צווישן אים און זיין פאטער הרה"ק הדברי חיים מצאנז זי"ע.

איך קלער אפשר ווען דו ברענגסט א איבערבליק אויף זיין לעבן אין פרק האיש מקדש, וואלט דאס געווען א דבר השלם, ער האט דאך כידוע געהאט 3 זיווגים אדער אפשר מער, און ווען ער האט חתונה געהאט בשנת ת"ר מיט זיין צווייטן זיווג בת הרב ר' מרדכי מהאלאשיץ, אן איידעם ביים אריה דבי עילאי זי"ע, וואס איז געווען אן איידעם פון ישמח משה זי"ע, האט דער ישמח משה אים צוגעזאגט צו שפייזן מיט קעסט פאר 3 יאר. אבער ליידער אין טאג כ"ח תמוז תר"א איז ער נסתלק געווארן, און ס'איז קוים געווען א יאר פון זיין חתונה.

האט דער הייליגער שינאווא'ער רב גערופן דארט די יורשים צום דין תורה מ'זאל אים ווייטער געבן קעסט, קוק אריין אין תשו' דברי חיים חו"מ ח"א סי' א', ער פסק'נט דארט אז זיי דארפן אים ווייטער גיבן.

צו משלים זיין דא דעם פאזעל וועל איך ברענגען תולדותיו של צדיק, און ווער ס'קען זאל מוסיף זיין די שפעטערע דורות הבאים אחריהם.

א. הגה"ק רבי נפתלי זצ"ל בעל אילה שלוחה, ער איז ליידער נפטר געווארן בחיי אביו און דער טאטע דער דברי יחזקאל האט געדרוקט דעם ספר זיינעם.

ב. הגה"ק רבי משה זצ"ל מ"מ בשינאווא.

ג. הגה"ק ר' אברהם שלום מסטראפקוב זצ"ל.

ד. הגה"ק רבי שמחה ישכר בער מציעשנוב זצ"ל.

ה. הגה"ק רבי ארי' לייבוש מטארנא זצ"ל.

ו. חתנו הגה"ק רבי פנחס תאומים פרענקל מביקאווסק זצ"ל.

ז. חתנו הגה"ק רבי אלעזר בינדיגער זצ"ל.

ח. חתנו הגה"ק רבי מנחם מענדל האלברשטאם מפריסטיק זצ"ל.

ט. חתנו הגה"ק רבי נפתלי רובין מווישניצא זצ"ל.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 12:00 pm

דער דברי יחזקאל האט געהאט פינף זיווגים,
אין קינדער פון צוויי אדער דריי דערפון.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 2:53 pm

המסתתר האט געשריבן:
צו משלים זיין דא דעם פאזעל וועל איך ברענגען תולדותיו של צדיק, און ווער ס'קען זאל מוסיף זיין די שפעטערע דורות הבאים אחריהם.

א. הגה"ק רבי נפתלי זצ"ל בעל אילה שלוחה, ער איז ליידער נפטר געווארן בחיי אביו און דער טאטע דער דברי יחזקאל האט געדרוקט דעם ספר זיינעם.

ב. הגה"ק רבי משה זצ"ל מ"מ בשינאווא.

ג. הגה"ק ר' אברהם שלום מסטראפקוב זצ"ל.

ד. הגה"ק רבי שמחה ישכר בער מציעשנוב זצ"ל.

ה. הגה"ק רבי ארי' לייבוש מטארנא זצ"ל.

ו. חתנו הגה"ק רבי פנחס תאומים פרענקל מביקאווסק זצ"ל.

ז. חתנו הגה"ק רבי אלעזר בינדיגער זצ"ל.

ח. חתנו הגה"ק רבי מנחם מענדל האלברשטאם מפריסטיק זצ"ל.

ט. חתנו הגה"ק רבי נפתלי רובין מווישניצא זצ"ל.



אין דעם לינק איז פארהאן אביסל פון די צאנזער דורות, עס פעלט אזאך, איך וועל קאפירען די שינאווא גזע, וכל המוסיף מוסיפין לו.

רבי נפתלי. נפטר ללא בנים.
רבי משה משינובה.
ר' אריה ליבוש מרדכי משינובה.
ר'יקותיאל יהודה משינובה בצאנז.
ר' משה משינובה.
ר' יחזקאל שרגא משינובה.
ר' דוד מסוקולוב.
חתנו רבי אלימלך בינדיגר האדמו"ר משינובה-דעש
חתנו ר' יעקב יצחק בידרמן משידלובצה.
חתנו רבי יעקב שמשון קנר מטשחויב.
רבי אברהם אביש קנר מטשחויב.
רבי אברהם שלום מסטרופקוב.
רבי מנחם מנדל מסטרופקוב.
חתנו רבי חיים אלעזר בינדיגר משינובה-דעש.
חתנו ר' ישכר בער ליפשיץ מאונגוואר.
רבי יחזקאל שרגא ליפשיץ-הלברשטאם מסטרופקוב.
רבי אברהם שלום יששכר דב ליפשיץ-הלברשטאם מסטרופקוב.
רבי אריה ליבוש מטורנא.
רבי חיים ברוך.
רבי נחום אפרים מטורנא.
חתנו רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים מנירבאטור.
רבי צבי הירש מטורנא בסאטמר.
רבי יחזקאל שרגא מפרמישלא.
רבי שמחה יששכר בר מציעשנוב.
רבי יחזקאל שרגא מציעשנוב.
חתנו רבי אריה ליבוש רובין מציעשנוב.
חתנו רבי אליעזר בינדיגר ב"ר שמואל זנויל בינדיגר מברדיוב

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 3:15 pm

מיר דרייט זיך שוין לאנג אין קאפ אז עס איז היינט צי טאג נישטא קיין אייניקלעך בן אחר בן פונעם שינאווער רב,
ווייסט איינער צי דאס איז קראנט?????

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך דעצמבער 31, 2008 3:21 pm

איך האב פונקט נעכטן געטראכט דערפון ר' יאסל, אז דו גייסט דורך די ליסטע איז עס מסתבר, עכ"פ נישט קיין באקאנטע.

אוועטאר
המסתתר
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 23, 2008 6:38 am

תגובהדורך המסתתר » דאנארשטאג ינואר 01, 2009 6:24 am

שמעתי פעם אז דער שינאווא'ער רב זי"ע האט זיך שטארק מתמרמר געווען אויפן "שם הגדולים", פארוואס ער האט געשריבן אויף איינעם פון די גדולי צדיקי הדור הקודם דעם לשון: חקר אלוקי מצא, הלמאי ווי קען מען שרייבן אזאנס, דער פסוק אין איוב זאגט דאך, החקר אלוקי ימצא.

קען דאס איינער מאשר זיין.
יסתרני בסתר אהלו בצור ירוממני (תהלים כז)

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22346
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג ינואר 19, 2009 5:34 pm

אנגעטראפן און אן אלטע "פרי תמרים" א פלפול במצות עשה שהזמן גרמא פון הב' ליפא בהרה"צ ר' יחזקאל שרגא מציעשנוב ז"ל ונכד העצ"ח ז"ל.
www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=13351&pgnum=18&hilite=
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג ינואר 19, 2009 5:44 pm

יישר-כח מרן מפארשלאפן,

איך געדענק אז אינעם ספר מקדשי השם פונעם ווייצענער רב זצ"ל ווי ער האט צאמגענומען חידושים פון קדושים שנהרגו עקה"ש, געפינען זיך עטליכע חד"ת פון נכדי הד"ח והצ"ח זצוק"ל, אויב געדענק איך גוט האט דער הייליגער עצי חיים געהאט דריי אייניקלעך בשם 'ליפא'לע האלבערשטאם' איינער בן הרה"צ מקלויזענבורג זצ"ל, בן הרה"צ מצעשינוב זצ"ל-הי"ד הנ"ל און דער דריטער בן הרה"צ מסלאטפינא זצ"ל.

ר' יחזקאל שרגא מצעשינוב איז געווען א בן יחיד צו הרה"ק ר' שמחה ישכר בער מצעשינוב בעל דברי שמחה בן הגה"ק משינאווא זת"ל.

אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2322
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

תגובהדורך cano » דאנארשטאג ינואר 22, 2009 5:43 pm

דער הייליגער שיניווער רב איז געווען אין אר"י בערך א אנדערטהאלבען יאר, און ער האט געזאגט אז ווען משיח וועט קימען וועט מען וויסען וואס ער האט געטוען דארט, עס איז נאך דא היינט די שוהל אין די דירה וואו ער האט געדאווענט, און וואו ער האט געוואוינט, איבער די דירה איז דא א אינטערעסאנטע צוואה פין אים, וואו אויך איז באקאנט די מעשה ווען ער האט געוואלט פארען קיין מירון.

מיר איך מיין נישט איך, (איך מיין עס איז געווען אמאל א מדובר דערפין) האבען שוין אמאל גערעדט דערפון דא אין קרעטשמע, קען זיין נאך אין אלט שטאט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

רבי שמחה ישכר בער מציעשינוב

תגובהדורך כתר ישועה » דאנארשטאג מאי 21, 2009 3:48 pm

ר' שמחה י"ב איז געווען דער זוהן פונ'עם שיניעווער רב זי"ע, ער איז דער 'דברי שמחה'? איך וועל זיך פרייען אויב עמיטצער וועט דאס מיר יעצט מיידע זיין.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג מאי 21, 2009 3:55 pm

יא.

אבער עס קומט זעך נישט דער פאר א פרישע געהענגעל,
אויסער אויב מען הייבט אן א געהענגעל איבער אים,
אדער לייגט מען עס אריבער אין דעם געהענגעל שאלות ותשובות בעניני יוחסין ורבנים,
אזוי וואו מען האט געטוהן מיט דיין נעכטיגן געהענגעל "ווער איז רבי ישראל מביאאן תל אביב?",
ביטע פארשטיי אויף דעם וואונק און שאף נישט נאך אום זינסטע איבעריגע ארבעט פאר די גבאים.

* * *

אצינדער זעהט איר דאך וואו די גבאים האבן עס געלייגט אהער,
איז ווען איר וואלט זעך גענומען די מיה און פרובירט נוצן דעם זוך אפציע,
וואלט איר אליין געטראפן א ענטפער אויף אייער פראגע.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג מאי 21, 2009 4:19 pm

זיידעניו האט געשריבן:אין דעעש אט געוואוינט א יוד וואס האט ל"ע נישט געהאט קיין קינדר האט דער דעעשער רב הגה"ק בעל כנסת יחזקאל זצ"ל אים געהייסען פארן צום שינאווער רב

*
וואו איר ווייסט האב יאך שוין איטליכע מאל געבעטן אז מען זאל צו לייגן א מקור צו יעדן ערציילונג,
מען זאל עס קאנען נאך זוכן מיט דעם ארגינעלן לשון,

*

אצינדער צו דעם אויבן דערמאנטן ציטאט,
דער סיפור אויב עס האט פאסירט איז מן הסתם געווען מיט הרה"ק ר' משה'לע מ'דעעש,
וועלכער איז נסתלק געווארן תרס"ג, באקאנט איטליכע עובדות צווישן די צוויי קדושי עליון,
בפרט דעם טעלעגראם פאר די פטירה פון דעם בעל דברי יחזקאל.
ועמך כולם צדיקים

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דאנארשטאג מאי 21, 2009 4:34 pm

זיידעניו האט געשריבן:הגה"ק רבי יוסף צבי דושינסקיא זצוק"ל איז אמאהל געוועהן ביים שינאווער רב און ביים געזעגעען זיך האט דער שינאווער רב אים אנגעוואונטשען "זאל דער אויבערשטער העלפן ,למען ירבו ימיכם וימי בניכם על האדמה אשר נשבע ד'" דער נוסח הברכה האט אויסגעקוקט זייער אינטערעסאנט, ערשטענס ווייל הגרי"צ דושינסקיא האט נאכנישט געהאט קיין קינדער כאטש עס זענען פאריבער עטליכע יאהר פון דער חתונה, און צווייטנס, וואס האט ער צו טוהן מיט "האדמה אשר נשבע ד" מיט ארץ ישראל", ער האט דאך געוואינט און אונגארן.

נאך פיהל יארן איז די ברכה מקוים געווארןע בשלימות , ער איז אויפגענומען געווארען צו ווערען רב אין ירושלים און ער האט דארט געבוירען זיין זוהן הגה"צ רבי ישראל משה זצ"ל דער שפעטערדיגער ירושלימ'ער רב. און ער האט זוכה געווען דארט צו "ירבו ימיכם " באריכות ימים ושנים .

*

וכנ"ל

*

דער בעל תורת מהרי"ם איז נאך געבוירן אין חוץ לארץ כ"א כסליו תער"ב,
מער וואו צוואנציג יאהר פאר דער תורת מהרי"ץ איז אויף גענומען געווארן לכהן פאר אין ירושלם עיה"ק,
די עובדא מיט דעם שינאווא רב האט פאסירט, דער מהרי"ץ האט עס פערזענליך דערציילט ביי די חתונה פון בנו יחידו,
דער סיפור האט אויך נאך אינטערסאנטע איינצעלהייטן.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25726
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 15, 2009 3:26 pm

מיללער האט געשריבן:
אין דעם לינק איז פארהאן אביסל פון די צאנזער דורות, עס פעלט אסאך, איך וועל קאפירען די שינאווא גזע, וכל המוסיף מוסיפין לו.


רבי שמחה יששכר בער מציעשנוב.
רבי יחזקאל שרגא מציעשנוב.
חתנו רבי אריה ליבוש רובין מציעשנוב.
חתנו רבי אליעזר בינדיגר ב"ר שמואל זנויל בינדיגר מברדיוב


איז הרבנית רבקה מרים איינע פון די צוויי דעמאנטע רביצינס, אדער א דריטע?
צוגעלייגטע
12930DSCN4725.jpg
12930DSCN4725.jpg (26.58 KiB) געזעהן 7441 מאל


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: אנא עבדא, ווייסעכנישט גארנישט, שמן און 12 געסט