הס"ק רבי שלמה אליעזר אליפאנדרי זצ"ל - כ"ב אייר תר"צ
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 987
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
הס"ק רבי שלמה אליעזר אליפאנדרי זצ"ל - כ"ב אייר תר"צ
דעם שבת איז יארצייט פון הסבא קדישא הרה"ק ר' שלמה אליעזר ב"ר יעקב אליפאנדרי ס"ט זצ"ל
כידוע איז די הייליגע מנחת אלעזר געפארען אין שנת תר"ץ אויף מירון אויף ל"ג בעומר, ווי אויך איז געווען זיין נסיעה געווידמעט אויך זיך צי טרעפן מיטן סבא קדישא, וואס ער האט זיך געקענט מיט אים דורך בריוו שרייבן, און זיך שטארק געוואלט טרעפן מיט דעם גרויסען בעל מקובל ר' שלמה אליעזר זצ"ל עין בעין, וואס איז שוין דאן געוועהן 120 יאר אלט, מיט א פרישקייט און מיט א קלארן מח, וואס איז געוועהן א וואונדער פאר זיך.
(און קונטרס "מסעות ירושלים" פון די מנ"א נסיעה, ווערט געברענגט מער פרטים איבער יענע היסטארישע באגעגעניש, אבער דעם קונטרס האב איך ס'לעצטע מאל געזעהן בערך 15 יאר צירוק געדענק איך נישט אלע איינצעלהייטן,)
א גאנצע נאכט האט די מנח"א פארברענגט מיט אים ווי מ'האט קיינעם נישט אריינגעלאזט, עפעס האט זיך איינער יא אביסל פרובירט אינטערהערן, און מ'האט לכאורה פארברענגט וועגען ביאת המשיח!
די נעקסטע ציפרי איז ער פליצלינג נסתלק געווארען לחיי העולם הבה, ווי די מנחת אלעזר האט זיך משתטף געוועהן באשכבתי דרבי, ווי ער איז דערנאך נטמן געווארען אויפן הר הזיתים
ער האט געהאט א בן יחיד וואס איז ליידער נפטר געווארען בדמי ימיו
געבליבען פון אים איז אפאר שו"ת ספרים
ת.נ.צ.ב.ה.
נ"ב, וויילענדיג פאריאר אין אר"י, האט מיך אנגעכאפט א חשק מתפלל זיין על קברו, אזוי ווי ער איז דאך געוועהן אזא גרויסע מענטש, אין קיין זש"ק האט ער ליידער נישט איבערגעלאזט, האב איך געטראכט אז דאס קען זיין א גרויסע זכות, אבער נאכען פארברענגען א שעה, אן קיין רעזאלטאטן, האבען מיר פארלאזט דאס פלאץ מיט א אימעטיגען געפיל
די וואך זינטאג, זענען מיר געוועהן נאכאמאל אויפן הר הזיתים, און מחליט געוועהן אז מ'וועט אים טרעפן אן קיין מעשיות, מ'האט זיך גיט נאכגעפרעגט פאר דעם, און מ'האט באקומען בערך די זעלבע דיירעקשענס ווי פאריאר, בערך ביי די אור החיים הק', די רש"ש, ארויפציר, אהינציר, ימינה ושמאלה ושם תשאל,
נאכן פארברענגען א שטיק צייט האבען די מיטפארער אנגעפאנגען ברימען, און ציען מיט די איקסלען, ווי איינער זאגט - יונגערמאן גרויס רחמנות און מיטלייד מיט דיר אבער.....
שוין געלאפן צי די אינפארמעישן סענטער אויפן הר הזיתים, און ער האט שוין נאכמער מסביר געוועהן, ביי די אנדער ווינקעל פונעם כף החיים, אראפציר, מ'זעהט לעכט, וכו' וכו' אבער די רעזאלאטן זענען געוועהן די זעלבע,
די אימעטיגן געפיעל פון פאריאר האט אנגעהויבן אפיר קומען, און מ'האט אנגעהויבען שעפשען א תפילה כבן המתחטא לפני אביו אז מ'זאל נישט פארשעמט בלייבן, אנגעפאנגען זיך בעטן ביים ס"ק מיט שיינעם אין מיט בייזען אז ער פארלירט אפאר קאפיטליך תהילים, ליכט וכו', מנדר זיין וכו', און ב"ה ער האט זיך אנפלעקט!!
אינטערעסאנט ער ליגט צווישען מער נייערע קברים, ווי אויך איז נישט געפארבט זיין מציבה בלוי, אדער עפעס א סימן אז דא ליגט נישט סתם איינער, אבער די אויפשריפט אויף די מציבה איז נישט פשוט
צוויישען די שורות ליינט זיך אזוי "זה האיש מרגיז הארץ מרעיש ממלכות"
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע, און בקרוב אויפשטיין מיט אלע יודען תחיית המתים ההיאת גוא"צ בב"א
[דרך אגב - קען מען זאגען, אז די אויגען האבען נאך געזעהן אויגען, וואס האבען געזעהן איינעם וואס איז געבוירען געווארען נישט מער ווי 50 יאר נאכען פטירה פונעם בעש"ט ז"ל - אויב האט איהר געזעהן ר' חיים בער גר"פ משב"ק (אוועק נישט אזוי לאנג צירוק) וואס איז אויך געוועהן ביי די נסיעה]

טעמו וראו כי טוב השם
ר' יעקעלע,
קודם א דאנק פאר די עפיזאד פונעם מציבה ומקום מנוחתו של הסבא קדישא, אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אייבירשטער. זאלט איר האבן געפועלט אלעס גוטס סיי דארט און סיי ביי די אנדערע מקומות הקדושים וואס איר האט געהאט די זכי' צו באזוכען.
איר ווייסט אבער מיין קומענדיגע פראגע; וואס טוט זיך מיט א בילד פון די מצבה?

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3027
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
צום סוף ספר מסעות ישרולים איז דא א מאמר "חיות אש"
דארט איז דא די תולדות פון חכם אלפנדרי
http://www.munkatcherseforim.org/pdf/sh ... alayim.pdf

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3027
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
פונקליך ווי אלט ער איז געוועהן ווייסט מען נישט, נאר דאס וואס ער האט געזאגט פארן מנח"א אז בשנת ת"ר איז ער געוועהן פון די ראשי הלוחמים אין טערקיי קעגן די עלילות דם, קען מען זיך פארשטעלן אז בשנת ת,ר איז ער געוועהן א לוחם, איז ער שוין געוועהן א אינגערמאן, און דא בשנת תר"ץ איז ער נסתלק געוועהן איז ער געוועהן לכה"פ 110 יאר
.
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7181
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm
אין די ספר מסעות ירושלים שרייבט די מחבר אז די סבא קדישא איז געווען 120 יאר אלט.
איך האב גראדע דער וואך אדורך געליינט רוב פון די נייע איבערגעטייטשטע מסעות ירושלים אויף ענגליש, (זיי האבן צוגעלייגט הוספות) איך האב יעצט נישט קיין צייט איבער צו שרייבן. אויב קיינער וועט נישט שרייבן פאר מיר וועל איך אי"ה אין די קומענדיגע טעג שרייבן.

ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 987
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
מיללער האט געשריבן:ר' יעקעלע,
קודם א דאנק פאר די עפיזאד פונעם מציבה ומקום מנוחתו של הסבא קדישא, אז מ'מיינט עס אמת'דיג העלפט דער אייבירשטער. זאלט איר האבן געפועלט אלעס גוטס סיי דארט און סיי ביי די אנדערע מקומות הקדושים וואס איר האט געהאט די זכי' צו באזוכען.
איר ווייסט אבער מיין קומענדיגע פראגע; וואס טוט זיך מיט א בילד פון די מצבה?
אמן
א הארטען בילד האב איך נישט, און אויפען נעץ וואלט איך געבעטן ענדערש מיין ידיד זאל דאס שאפען לקורת רוח הקרעטשמעריסטענאווצעס
כבוד ידידי היקר ר' שאץ
אויב 90 יאר פאר זיין הסתלקות איז ער געשטאנען בראש המערכה אין טערקיי, איז ער געוועהן דעמאלץ לכאורה מער ווי 20
אגב, האב איך געזעהן א נוסח אז ער איז געוועהן 118, אין א צווייט פלאץ 104,אבער מסעות ירושלים איז לכאורה א בעסערע מקור, וויבאלד די מנח"א האט געהאט מיט אים אסאך שייכות אין דארט שטייט 120 וואס לויטען חשבון שטימט דאס די בעסטע
טעמו וראו כי טוב השם
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3027
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
בד"ץ האט מיר געזאגט אז ס'שטייט בפי' אז ער האט געזאגט אז ער איז געבוירן אינעם יאר וואס דער מהרי"ט אלגזי איז ארויסגעקומען,
דאס איז בערך שנת תקפ"ח 104 איז נישט אזוי שלעכט,
מסעות ירושלים?
.
דאס איז בערך שנת תקפ"ח 104 איז נישט אזוי שלעכט,
מסעות ירושלים?
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 987
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
#1 ווי שטייט דאס בפירוש?
#2 ער האט דאך געזאגט פארן מנח"א אז אין יארע ת"ר איז ער געשטאנען בראש המערכות אין טערקיי (ער איז נאך געוועהן א 14 יעריגע בחור? זיינע רצועות איז נאך געוועהן הארט?!)
#3 104 איז בכלל נישט שלעכט געוואונטשען פאר אונז אלע כאטשיק ביז 104 מיט דעם געזינט צישטאנד פונעם ס"ק, מ'איז פשוט דן די מציאות (אויב שייך)
וואס איז דיין קשיא וועגען מסעות ירושלים? אויב דארט שטייט אזוי? אזוי געדענק איך (אויב איך וועפ נאכניש)

פארציילט פאר אן עלטערער איד פונדערהיים פון מונקאטש אז מיר האבען געזאגט א קאפיטל תהילים ביים ס"ק, איך האב געוויסט אז עס וועט אים אינטערקיצלען, וכך הוה
נא, האט ער זיך גענימען רעדן מיט אייפער פון ר' שלמה אליעזר זצ"ל, און מתוך די זאכען וואס זענען ידוע האט ער אויך אריינגעווארפן עטליכע זאכען וואס פאר מיר איז עס געוועהן א חידוש, וועל איך עס מיטטיילן מיינע ידידים דא, (אפשר וועט דאס פאר אייך זיין אויך חידושים און אפשר נישט)
די הייליגע מנחת אלעזר, האט איהם בתוך די בריווען געשריבען - שוין א לאנגע תקופה פאר ער איז געפארן - אז ער וויל זיך טרעפן מיט אים, אבער די ס"ק האט אים געהאלטען אין איין אפשטיפען, למעשה ערב פסח תר"ץ אינמיטן מצות באקן איז אנגעקומען א טעלעגראם פון ר' שלמה אליעזר זצ"ל, ווי ער זאגט אים אז ער זאל שוין קומען תיכף ומיד!
וכך עשה, גלייך נאך יו"ט איז ער ארויסגעפארען (ער האט ציגעלייגט אז פאר דעם איז געפארען אזא קליין עולם, - וואס לכאורה וואלט ווען אויף אזא היסטארישע נסיעה א גרעסערער עולם זיך מיטגעכאפט - ווייל די נסיעה איז צישטאנד געקומען אזוי פליצלינג!
נאך האט ער געזאגט, אז די מנח"א אלעזר האט באקומען פיל מיט סטראשונגען פון די ציונים למיניהם אז מ'וועט אים אימברענגען ר"ל טאמער קימט ער אויף אר"י (כידוע איז ער געוועהן דער גרעסטער לוחם קעגן זיי בימים ההם) אבער די ס"ק האט געזאגט אז ער דארף זיך נישט שרעקן.
נאכן באזיך האט די מנח"א געאזגט פאר ר' שלמה אליעזר, אז ער פארט אויף גליל, האט ער אים געבעטן ער זאל נישט פארען היצט, און ער איז טאקע נסתלק געווארען דערנאך און די מנח"א האט זיך באטייליגט באשכבתיה דרבי
אינמיטן די לויה זענען אנגעקומען פון די ציוניסטן זיך מטפל זיין מיט אים, האט זיך דער מנח"א אנגערופען אז מיט זיי, גייט נישט אינאיינעם בשום אופן, און איז אנטלאפען אינמיטן די לויה

יענעקלע
דו ווייסט ווער ס'האט מספיד געוועהן?????
מספיד געוועהן האט דער רב הראשי מצד הספרדים.....
דו ווייסט ווער ס'האט מספיד געוועהן?????
מספיד געוועהן האט דער רב הראשי מצד הספרדים.....
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3027
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
א מכתב קודש
- אטעטשמענטס
-
- 2009329_11403426443_2008325_874629345_image040.jpg (21.11 KiB) געזען 4662 מאל
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 987
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
כבוד ידידי היקר ר' שאצמאצץ שי'
עס קיקט אויס אן אינטערעסאנטע מכתב, איך האב עס פרובירט ליינען, און פרובירט אנדערע טעכנאלאגיע מיטלען, אבער מיינע אויגן זאגן אז זיי קענען נישט מער, אויב איז שייך מעתיק זיין מער קלארער און גרעסער וואלטן מיר געוועהן זייער דאנקבאר
יש"כ למפרע
יעיקל
נ.ב. וועגען דעם הספד, דארפסטי פארשטיין אז ווער עס איז אפגעפרעגט און דיינע אויגן מיז נאך נישט זיין אז דאס איז ביי יעדן, וכן להיפך, אונז וועלמער נאך אלע געוואר ווערן אז עליונים למטה ותחתונים למעלה, אזוי שטייט, הגם אונז ווייס מער נישט פינקטליך ווער אראפ און ווער ארויף, אבער יעדער וועט לכאורה האבען סורפרייזעס...

ייש"כ ר' יעקעלע פוקס פאר די אלע סיפורים דא, איבער די שייכות פונעם ס"ק צום מנחת אלעזר זצ"ל.
מיר איז נאר דעם גאנצן מנחת אלעזר'ס געטועכץ ארום דעם סבא קדישא א חידה סתומה. עס זענען בימים ההם געווען אין אייראפע פיל גדולי אדמורי"ם וחסידות, און קיינער האט פון אים נישט געמאכט עפעס אזא בראטל. דאס זעלביגע פארקערט אויך, עס זענען בשעתו געווען אין ירושלים גענוג און נאך מקובלים, למשל ווי ר' חיים שאול דוויק זצ"ל און נאך אנדערע, און פון זיי האט ער גארנישט געמאכט עפעס אזא בראטל.
נאך מער איז מיין פלא, ווייל כידוע איז דער מנחת אלעזר געווען אויסגערופן מיט זיין שארפקייט אין קנאות, און דא ווען עס איז געקומען צום ס"ק האט ער אלעס פארקוקט (ואכמ"ל). והדבר זה אומר דרשוני.
אין מיין ארימען דעת איז דאס גאנצע וואס מיר ווייסן און רעדן בכלל ארום דעם סבא קדישא, איז נאר אדאנק דעם מנחת אלעזר. ס'איז בערך אזוי ווי ר' נתן אדלער מיט'ן חתם סופר. ווען ר' נתן אדלער זאל ווען נישט האבן אזא תלמיד ווי דער חתם סופר, וועלכער איז שפעטער אויסגעוואקסן דער גדול הדור, וואלט קיינער נישט געוואוסט עפעס ספעציעל צו זאגן פון ר' נתן אדלער'ן. ווען מ'דערמאנט ר' נתן אדלער'ן דערמאנט מען אים נישט אלס עצמאי, נאר אלס דער רבי פון חתם סופר.

כבוד ידידי ר' ליפשיטץ שי'
דער מנח"א איז נישט געוועהן קיין אונגערישער בעל דמיון, געוועהן א גדול הדור, בחכמתו וצדקתו, ובתורתו, היצט - אזוי ווי די זאגסט - פון אים האט ער יא געמאכט א בראטל, זעהט אויס אז יש דברים בגוי, דרך אגב האט ער יא געהאט שייכות מיט ר' חיים שאול דוויק הכהן זצ"ל טאקע נישט די זעלבע ווי מיט ר' שלמה אליעזר,
ווי אויך ר' ישעי' אשר זעליג מרגליות זצ"ל, איז נישט געוועה קיין קטיל קניא, און ער האט זיך אויך געדרייט ביים ס"ק אסאך, און א נאמען געגעבען זיין זוהן נאך אים.
און דאס וואס די זאגסט אז ער איז נאר געוועהן באקאנט דורך מנח"א, א שטייגער ווי ר' נתן אדלער זצ"ל דורך'ן חתם סופר, איז נאר ביי אונז אשכנזים, ווידעראום ביי די ספרדים איז ער יא געועהן גרויס אין באקאנט און פארהייליגט בכל הזמן

לעצט פארראכטן דורך יעקעלע פוקס אום דאנערשטאג מאי 21, 2009 10:40 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
טעמו וראו כי טוב השם
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 987
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
כבוד ידידינו הרב פוקס שיוחי',
איר האט מיך נישט גוט פארשטאנען. איך האב נישט געמיינט ח"ו עפעס פוגם צו זיין אין דעם גרויסקייט פונעם סב"ק, ווי אויך האב איך נישט געמיינט ח"ו עפעס פוגם צו זיין אין די גרויסקייט פונעם מנח"א. איך האב בעיקר געוואלט ארויסברענגען מיינע תמיהות אין דעם גאנצן עסק, ואולי וועט זיך טרעפן אחד המיוחד וועלכער וועט קענען ווארפן א שטיקל ליכט וואס דארט איז פארגעקומען.
הרב מיללער, איך האב נישט געהעריג מיטגעהאלטן דעם דין ודברים צווישן הרב בד"צ און די אנדערע חברים דא, אבער לויט ווי איך פארשטיי פון אן אנדער אשכול איז דער מדובר געווען פון אראפשטעלן א גאנצע ביאגראפיע מיט 'אלע' דעטאלן איבער דעם און דעם אדם גדול, און אויף דעם איז ריכטיג אז עס קען ארויסקומען זאכן וואס דארפן נישט. איך רעד בלויז אלס די היסטאריע פון דעם עפיזאד, בבחי' תורה היא וללמוד. וואס עפעס האט דער מנח"א געמאכט אזא וועזן פון דעם סב"ק, און וואס עפעס דייקא נאר ער און נישט קיין אנדערער (א חוץ דער תי' פון איין שורש נשמה).

ר' יעקל,
אוודאי איז 'יש דברים בגו' און דאס איז וואס מיר ווילען דערגיין, מה מצא בו יתר על חביריו? הלא דבר הוא, אין ארף ישראל בימים ההם איז געווען גאר גרויסע ספרדישע מקובלים וואס מיר וויסן ניטאמאל פון זיי ווי ר' יעקב שאול אלישר דער יש"א, און זאויאויך אין די אנדערע אראבישע לענדער ווי ר' שלום שרעבי פון תימן אדער ר' חיים פ'אלאגי פון טערקיי וכדו'.
און דער עיקר פלא איז טאקע מצד היותו גדול הדור בתורת הקנאות, וואס ווען עס איז געקומען צום גערער רבי האט ער גארנישט פארקוקט על אף היותו גדול בתורה ויראה ובנן של קדושים, און ביים ס"ק האט ער אנדערש געהאנדלט.
עס איז דא וואס זאגען אז דער מנח"א האט געזעהן אין אים דער 'משיח' בדורו.
אוודאי איז 'יש דברים בגו' און דאס איז וואס מיר ווילען דערגיין, מה מצא בו יתר על חביריו? הלא דבר הוא, אין ארף ישראל בימים ההם איז געווען גאר גרויסע ספרדישע מקובלים וואס מיר וויסן ניטאמאל פון זיי ווי ר' יעקב שאול אלישר דער יש"א, און זאויאויך אין די אנדערע אראבישע לענדער ווי ר' שלום שרעבי פון תימן אדער ר' חיים פ'אלאגי פון טערקיי וכדו'.
און דער עיקר פלא איז טאקע מצד היותו גדול הדור בתורת הקנאות, וואס ווען עס איז געקומען צום גערער רבי האט ער גארנישט פארקוקט על אף היותו גדול בתורה ויראה ובנן של קדושים, און ביים ס"ק האט ער אנדערש געהאנדלט.
עס איז דא וואס זאגען אז דער מנח"א האט געזעהן אין אים דער 'משיח' בדורו.
- יעקעלע פוקס
- שר חמש מאות
- תגובות: 987
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm
כבוד ידידינו היקרים הרב מילער וליפשיץ שי'
מ'קען ארומרעדען וועגען דעם ענין, און איך בין זיכער אז די הנהלה וועט נישט זיין ברוגז אויב מ'רעדט פון די קדושי אלוקי מיט א הערצה, און נישט מיט א ביטול אדער ערגער, ווייל אינזער ....מח דערהייבט נישט מעשיהם
היצט וואס די זאגסט וועגן משיח, האב איך מיך נישט דורך גערעדט מיטן מנח"א, אבער לויט ווי מפארציילט מאכט דאס צענט, דהיינו:
ביי זייער לאנג ערווארטעטע היסטארישע באגעגענישט, נאכן זיך פרייען איינער צים אנדערען א שטיק צייט האט מען יעדען ארויסגעשיקט פון שטיב, און זיי האבן פארברענג א גאנצע נאכט בסוד שיח שרפי קודש, וואס קיינער איז נישט געוועהן ערלויבט מיטציהאלטן, און נישט לאנג דערנאך איז ער פליצלינג נסתלק געווארען זייענדיג געזינט און שטארק אן קיין שום מיחוש.
זאגט מען אבער אז די מעשה פלא האבן זייער אסאך מענטשן געוואלט מפנח זיין, אבער געטרויעט האט זיך נאר אפאר איינצעלע, און וויפיל זיי האבען אויפגעכאפט, האט מען גערעדט איבער ברענגען משיח.
למעשה קען דאס קיינער נישט קאנפארמירן, וויאויך נישט אפפרעגען, אבער פארן אונזערע מוחות שטימט דאס זייער שטארק!

זעט דע זייער שיין באריכות דעם גאנצען נושא, אדרבה ווער ס'קען פון דארט אהערברענגען עפעס סחורה, א שיינעם דאנק פאר איהם.
http://bhol.co.il/forum/topic.asp?cat_i ... id=2383091

די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.
ב"ה
כהשלמה למכתב הקודש שסרק כאן "שאץ מאץ" ולקישור שהביא "צו די זאך" שבו שני מכתבים שאחד מהם הסרוק, אביא ידיעה מ"דאר היום" בכ"ה בכסלו תרפ"ד (הקשור בעיקר למכתב השני שבקישור ומוכיח את נכונותו):
http://jpress.org.il/Default/Scripting/ ... wMode=HTML