רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל, כ' אייר תשס"ט
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל, כ' אייר תשס"ט
יעצט אנגעקומען די ביטערע בשורה פון ארצינו הקדושה, אז הגה"צ המפורסם שר התורה רבי מאיר בראנדסדארפער זצ"ל האט ליידער אויסגעהויכט זיין נשמה בביתו נאוה אין ירושלים, במעמד פון בניו הגאוה"צ שליט"א וכ"ק מרן גאב"ד ירושלים שליט"א.
הגה"צ רבי מאיר זצ"ל (זוהן פון רבי שלמה בראנדסדארפער ז"ל), געווען א תלמיד און חסיד נאמן צו הגה"ק בעל דברי אמונה מתולדות אהרן זצ"ל, און איז געשטיגען מעלה מעלה ביז וואנען ער איז נתעלה געווארן צו ווערן א חבר הבד"ץ אין בית דין הגדול שבירושלים.
זיין מאמע איז געווען א טאכטער פון הה"ג רבי ישכר שלמה טייכטאהל ז"ל הי"ד.
מער פרטים וועט נאכפאלגען אי"ה.
הלא תדעו כי שר וגדול נפל היום בישראל!

לעצט פארראכטן דורך נחמן נתן אום מיטוואך מאי 13, 2009 4:04 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לחיים ולברכה!
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35147
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
הוי מי יתן לנו תמרתו!
פולע בריוולעך פון שאלות אינעם פאסט-קעסטל פונעם רב ז"ל ווארטן אויף א תשובה, ווער וועט זיי ענטפערן?
פולע אינגעלייט שטייען ביים טיר פונעם בית הוראה מיט שאלות, ווער וועט זיי ענטפערן?
שוחטים אינעם בית השחיטה ווארטן אויפן טעגליכן באזוך פונעם רב אים פארצולייגן די שאלות בידי יום ביומו, ווער וועט ענטפערן?
זיינע ספרים שו"ת קנה בושם האבן לעכטטיג געמאכט די אויגן פון אלע לומדים ובפרט אין הלכות טהרה ווי ער איז געווען א יחיד בדורינו.
די וועלט ווארט נאך אויפן הוצאה לאור פון נאך ספרים פון זיינע ספרים.
אזוי אויך איז ער געווען דער רב המכשיר אינעם בית השחיטה פון די עדה החרדית.

א גוט ווארט איז אלעמאל גוט
- יצמחפורקניה
- שר מאה
- תגובות: 243
- זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מארטש 15, 2008 4:04 pm
נפלה עטרת ראשנו, ותפארת כל ישראל
ער איז גוועהן דער ירושלים'ער רב בפועל !
שחיטה, מקוואות, עירובין, ועוד ועוד, אלעס האט ער געפירט בידו הגדולה ובעיניו הפקוחות.
ווי עס איז גוועהן א שווערע שאלה בהלכה, אין סיי וועלעכע ענין, איז עס אנגעקומען לשלחנו.
הוי, מי יתן לנו תמורתו ... רבש"ע יתומים היינו ואין אב ...
זכותו יגן עלינו
_

לעצט פארראכטן דורך יצמחפורקניה אום מיטוואך מאי 13, 2009 4:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
- שטיקל גבאי
- שר חמש מאות
- תגובות: 785
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 06, 2008 11:16 am
- לאקאציע: אין גבאי שטיבל
א גוטן כבין שוין לאנג נישט דא געווען אבער דאס מאל איז עס אן אויסנאם,
גדול נפל בישראל , או מי יתן לנו תמורתו, מיר זענען ממש געבליבן ווי א שיף אן א רידער דער ראש גולת אריאל וואס גאנץ כלל ישראל איז געווען אנגעוואנדן אין אים , ביי א הלכה ,פירצה,מחאה אין וואס נישט ,נשארנו כצאן בלי מרעה וכל בית ישראל יבכו את השריפה אשר שרף השם
א קליינע עובדא ,
איך בין אריין צו אים פאר פינף חדשים צוריק , אין ער איז שוין נישט געווען בקו הבריאות כידוע האט ער געהאט א סטראק ל''ע, אין ער האט אונז אויףגענומען זייער ווארעם, ביניך דארט געווען מיט מיין שוואגער א יונגלע וואס ער איז געווען סנדק ביי זיין ברית פאר א עלף יאר צוריק, האט ער אונז געוויזן ווי האלט אויפגעשריבן פונקטליך חשבון ביי וועמען ער איז געווען סנדק וכ''ו כדי להכיר טובה
זאל ער זיין א מליץ יושר פאר אונז אלע ומחה השם דמעה מעל כל פנים

- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3027
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
נעלה את ירושלים על ראש שמחתי!
נהפך לאבל מחוללינו
נהפך לאבל מחוללינו
- אטעטשמענטס
-
- bd1.jpg (30.64 KiB) געזען 4605 מאל
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- חידוש נפלא
- שר שבעת אלפים
- תגובות: 7181
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 22, 2009 10:03 pm

עס איז שווער צו שרייבן איבער וואס מען האט היינטיגן טאג פארלוירן,
זיין אצילות'דיגע צורה וואס האט באלויכטן ירושלים, וואס אני הקטן האט אויך געהאט די זכי' אים צו זעהן פון דער נאענט מיט זיין הדרת פנים,
זיין בקיאות און גאונות וואס גדולי ישראל האבן דאס שוין באוואונדערט נאך פון ווען ער איז געווען א אינגערמאן (קוק די הקדמות אויפ'ן קנה בושם ארויסגעגעבן אין די ל' יארן די הפלגות וואס גדולי ישראל שרייבן אויף אים),
זיין שכל הישר אין אלע ענינים דורכטוענדיג יעדע ענין מיט א שטארקע ישוב הדעת און רואיגקייט,
זיין כח אין אנהאלטן די כח היהדות וואס ער האט זיך ארויסגעשטעלט כחומה בצורה ביי יעדע ענין אין אידישקייט נישט דורכצולאזן צו צוברעכן חומות הקדושה, זיך שטענדיג געשטעלט ווי א ריכטיגע מנהיג ישראל אפצוהיטן די חומת ההתבדלות מרשעים.
כלל ישראל איז ממש אויפגעשוידערט נאכדערצו אז עס איז געקומען אזוי פלוצלינג ווען נישט מער ווי בערך א שעה פריער איז מען נאך געשטאנען אין די רייע ביי אים אינדערהיים צו פרעגן שאלות און אזוי פלוצלינג ואינינו כי לקח אותו אלקים

- תגובות: 139
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm
איך וויל מיט אייך מיטטיילן אן עפיזאד, וואס ווארפט א בליק אויף ר' מאיר ז"ל.
הגאון ר' חיים אורי פריינד שליט"א האט מיר דערציילט, אז בנעוריו נאך די חתונה, האט אים ר' מאיר געבעטן אז ער וויל לערנען מיט אים בחברותא, ר' חיים אורי האט מסכים געווען, ר' מאיר איז אריינגעקומען אין זיין פרישן שטוב, האט ער באמערקט זיין שלאף שטוב, אז די בעטן זענען געווען אויף אזא אופן אז ס'איז אויסגעקומען נענטער איינס צום צווייטן, ווי ווען ס'וואלט געווען אויף אן אנדערע זייט, ר' מאיר גיבט אים גראד א פרעג, חיים אורי היתכן?.. פארוואס לייגט מען נישט די בעטן אויף די אנדערע זייט, האט אים ר' חיים אורי געענטפערט, אז מ'האט געטראכט דערוועגן ביים אויסשטעלן די בעטן, און מ'האט מחליט געווען אז וויבאלד דאס אז די בעטן זאלן זיין ווי ווייטער, איז נאר א מנהג חסידות, און דאס אז ס'זאל זיין צווישן דרום און צפון שטייט אין די גמרא, במילא האט מען עס ענדערש געלייגט בין צפון לדרום.
זאגט אים ר' מאיר, בין צפון לדרום איז עפעס א דינא דגמרא? ס'איז אן ענין דגמרא. אבער די בעטן זאלן זיין ווייט, (און דא האט ער א געשריי געגעבן מנהמת לבו הטהור), דאס איז א לאו דאורייתא, פון ולא תתורו אחרי לבבכם.
הגאון ר' חיים אורי פריינד שליט"א האט מיר דערציילט, אז בנעוריו נאך די חתונה, האט אים ר' מאיר געבעטן אז ער וויל לערנען מיט אים בחברותא, ר' חיים אורי האט מסכים געווען, ר' מאיר איז אריינגעקומען אין זיין פרישן שטוב, האט ער באמערקט זיין שלאף שטוב, אז די בעטן זענען געווען אויף אזא אופן אז ס'איז אויסגעקומען נענטער איינס צום צווייטן, ווי ווען ס'וואלט געווען אויף אן אנדערע זייט, ר' מאיר גיבט אים גראד א פרעג, חיים אורי היתכן?.. פארוואס לייגט מען נישט די בעטן אויף די אנדערע זייט, האט אים ר' חיים אורי געענטפערט, אז מ'האט געטראכט דערוועגן ביים אויסשטעלן די בעטן, און מ'האט מחליט געווען אז וויבאלד דאס אז די בעטן זאלן זיין ווי ווייטער, איז נאר א מנהג חסידות, און דאס אז ס'זאל זיין צווישן דרום און צפון שטייט אין די גמרא, במילא האט מען עס ענדערש געלייגט בין צפון לדרום.
זאגט אים ר' מאיר, בין צפון לדרום איז עפעס א דינא דגמרא? ס'איז אן ענין דגמרא. אבער די בעטן זאלן זיין ווייט, (און דא האט ער א געשריי געגעבן מנהמת לבו הטהור), דאס איז א לאו דאורייתא, פון ולא תתורו אחרי לבבכם.
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3027
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
ר' מאיר ז"ל, ר' משה ה"ש ז"ל, החתן, גאב"ד ירושלים שליט"א, אדמו"ר מ'ספינקא ירושלים שליט"א
- אטעטשמענטס
-
- 108.jpg (19.2 KiB) געזען 4545 מאל
לעצט פארראכטן דורך שאץ מאץ אום מיטוואך מאי 13, 2009 9:02 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3027
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
צינד אן די הדלקה לידו של האדמו"ר מתוא"י שליט"א
- אטעטשמענטס
-
- untitled4.bmp (169.58 KiB) געזען 4530 מאל
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
- שאץ מאץ
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3027
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
- לאקאציע: איבעראל
- פארבינד זיך:
טאנצט יד ביד ל"ג בעומר אין תוא"י
- אטעטשמענטס
-
- untitled3.bmp (164.9 KiB) געזען 4527 מאל