בלאט 2 פון 2
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 2:55 pm
דורך ליפשיץ
דער ד"ר צבי פרץ חיות איז געווען א לכאורה געווען א זון פון ר' שלמה בן המהר"ץ חיות. געבוירן איז ער תרל"ו, און אוועק תרפ"ח. ער איז געווען רב הראשי אין טריעסטי און דערויף אין וויען, וואו ער האט געדינט אלס אויבער-ראבינער, הנקרא ד"ר פראפעסער, אין די ארטיגע אוניווערסעטי [בית מדרש למורים].
עס איז פאראן פון אים עטליכע ווערק אין עניני מדע, חקירה והיסטוריה, ווי אויך אין עניני תורניים. (אינטערסאנט איז אז איך טרעף נישט זיינע 'נאומים' אויף היברו-בוקס). נאך זיין הסתלקות האט אים די אוניווערסטי שטארק באוויינט, זיי האבן געדרוקט לזכרו עטליכע ביכער און אויסגאבן.
אינעם
תולדות חכמי ישראל (קלויזנבורג תרפ"ד) פון הרב גרינוואלד, איז פאראן פון אים א דאנק בריוו צום מחבר, וואו ער שרייבט זיך אונטער אלס אויבער-ראבינער פון וויען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 2:58 pm
דורך farshlufen
א דאנק הרב ליפשיץ, איך האב ביז איצט סוספעקירט אז די יארן שטימען נישט אז ער זאל האבן געווען אן אייניקל פון ר' יצחק הנ"ל, איצט איז שוין אלעס פארענטפערט.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 3:01 pm
דורך farshlufen
אינטערעסאנט, דער צבי פרץ איז געווען א נאענטער ידיד מיט אברהם כהנא'ן וועמען י"י גרינוואלד רייסט שטארק אראפ כמה פעמים.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 3:55 pm
דורך מיללער
דערווייל האב איך אריינגעשטעלט אזוי ווי הרב ליפשיץ זאגט אז ער איז געווען א זוהן פון ר' שלמה בן המהר"צ חיות.
מיר איז אבער שווער אויב אזוי ווי קומט צו אים דער נאמען 'פרץ' וועלכער איז געווען דער שווער פון ר' יצחק חיות.
אין וויקי הנ"ל ווערט דערמאנט נאך אן אייניקל פון ווען מיטן נאמען 'שאול חיות' איז דאס א ברודער מיט דעם דר. ראבינער?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 4:57 pm
דורך ליפשיץ
דער שאול חיות איז געווען א זוהן פון ר' יצחק, דער בעל שדה יצחק.
ער איז געווען זעט אויס אזוי ווי א לייברעריען אין וויען דארט. עס איז דא פון אים א בוך
אוצר בדויי השם, וועלכע איז א ווערק איבער אלע אידישע פענע-נעמען וועלכע זענען ערשינען אין ספרים, ירחונים, אויסגאבן א.ד.ג., באגלייט מיט אן ערקלערונג צו יעדן נאמען; די סיבה, דער באדייט אא"וו. דארט אין דעם בוך איז ער מזכיר אלס יקרי דשכבי זיין טאטן דעם 'שדה יצחק'.
דער בוך איז געדרוקט געווארן דורך דעם קרן הפרסים בבית מדרש לרבנים בוויען, ע"ש צבי פרץ חיות הנ"ל. אין די הקדמה דערמאנט דער שאול חיות דעם צבי פרצ'ן אלס בן-דודי.
אלנספאל, דער צבי פרץ הנ"ל ווערט באצייכנט אלס דער ערשטער עפנטליכער פרעדיגער פאר ציונית אין וויען הבירה, און דער יו"ר לועד רבני הציונית אין וויען.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 13, 2009 5:05 pm
דורך מיללער
א דאנק הרב ליפשיץ פאר די פרישע חומר.
נייע פרטים וואס מיר זענען דארט געוואור געווארן און מיר שטעלן זיי אויפן פלאץ
מיללער האט געשריבן:
בני המהר"צ חיות;
א) ר' יצחק חיות אב"ד בראדי בעמח"ס שיח יצחק ושדה יצחק, חתן ר' פרץ שפירא מבראדי
ב) ר' חיים חיות
ג) ר' שלמה חיות
בני ר' יצחק חיות מבראדי
א-א) ר' צבי הירש חיות
א-ב) ר' פרץ חיות
א-ג) ר' שאול חיות מאוסטריק-וויען בעמ"ח 'אוצר בדוי השם'
א-ד) חתנו ר' יצחק בוימינגער
בני ר' שלמה חיות
ג-א) ד"ר צבי פרץ חיות מוויען
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2009 7:29 am
דורך farshlufen
א דאנק הרב ליפשיץ, אינטערעסאנט אז עס בכלל פארבליבן איינס פון די 250 שטיק.
א באמערקונג צו די הנהלה, דער שאול חיות איז דארט עוסק ברבים אין גלוי...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 14, 2009 8:49 am
דורך מיללער
פארשלאפן,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 21, 2009 2:15 pm
דורך farshlufen
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 09, 2009 2:54 pm
דורך בן בוזי
איך האב געלייגט דאס בילד פון מהר"ץ חיות אין אן אנדערע אשכול און איך ברענג עס יעצט אריבער (טראץ וואס איך האב יעצט באמערקט אז ידידי הבקי בתמונות הרב המכונה פארשלאפ"ן האט שוין געברענגט דאס בילד, נאר מחמת וואס דאס איז גרעסער און קלארער ברענג איך עס נאכאמאל), ווי אויך לייג איך צו דאס כתב רבנות וואס ער האט ערהאלטן פון דער קאלישער קהלה.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 08, 2009 8:51 am
דורך מיללער
אונזער נייער שטערן דער בעל הבלאג
אן די מעין ליין האט הערשט געשטעלט גאר אן אינטערעסאנטער פאוסט איבערן מהר"צ חיות, נעמליך אז אין א געוויסען אנגלא-אידישען צייטונג מיטן נאמען 'וואוס אוו איזרעאל' (קול ישראל) נאכדעם וואס זיי פארציילען איבער א פארזוך פון געוויסע סאלדאטן צו באראבעווען דעם קראקא רב ( מ. מייזל? ווער איז דאס ר' אלי' חיים מייזל פון לאדזש אדער ר' דוב בעריש מייזליש פון קראקא אדער א דריטער) וועלכע איז דורכגעפאלן.
דערציילען זיי איבער א טראגישע אטאקע ווי דער זאלקאווא רב דער מהר"צ חיות מיט צעהן רייכע אידען זענען אומגעקומען דורך רוצחים, למעשה איז דאס געווען א הוילע דמיון ווייל דער באריכט איז געשריבען בשנת תר"ו 1846 ווען דער מהר"צ חיות איז לויט ווי א קאמענט שרייבער דארט צייכענט אן, טאקע אוועק אינגערהייט אבער הערשט מיט 9 יאר שפעטער בשנת תרט"ו 1855.
דער אויסשניט פונעם צייטונג
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 20, 2010 7:50 am
דורך איטשע
יהיה כן האט געשריבן:מסופר מעשה מעניין על הה"ק השר שלום מבעלזא לא הסכים להכניע את עצמו לפני רב הגליל המהר"צ חיות למרות שכל הרבנים מאותו גליל היו כפופים לו, הדבר הגיע עד לפני שר המחוז ששאל את הה"ק מהר"ש מדוע אין הוא מקבל מרותו כשאר הרבנים והשיב הה"ק מהר"ש לשר המחוז מפני שאינו לובש "ארבע כנפות" בשיעור שנכון וראוי לרב ללבוש, הראה לו טלית קטן שלו ואמר שרב צריך ללבוש כעין זה, הגאון רצ"ה חיות הצטדק ואמר שמסתמך הוא על הגאון רבי יעקב אורנשטיין בעל "ישועות יעקב" אבד"ק לבוב שגם הוא לובש טלית קטן פחות משיעורו של הה"ק מהר"ש, אחרי חילופי דברים קבעו ביניהם לנסוע ללבוב, כאשר הגיעו אל הגאון בעל "ישועות יעקב" מצאו אותו לובש בטלית קטן בגודל של יותר מהשיעור ולפי זה חיוה השר דעתו שהרבי מבעלז צודק.
כאשר יצא השר סיפר מהר"צ חיות להגאון בעל "ישועות יעקב" את כל הענין שיש לו עם הרבי מבעלז אמר לו הגאון מלבוב בנימת אזהרה "אל יהי לך עסק עמהם כי מן השמים מסייעים בידם האמת היא שאני לובש בדרך כלל טלית קטן פחות מהשיעור שלבשתי היום רק היום אירע ששלחו את כל טליתות לכבסה ולא מצאתי ט"ק ללבוש, פתחתי את המגירה ולקחתי ט"ק שבא לידי, והוא היתה של זקיני הה"ק החכם צבי [שהיה גבוה משכמו ולמעלה] ולכן לא היה הט"ק כמדתי!"' וסיים הגאון מלבוב "ובכן רואה אתה שלא כדאי להתחיל עמהם".
בצאת הרצ"ה חיות שאל אותו שר המחוז "הרי כבודו הוא רב בכל הגליל ומלומד גדול בתורה איש משכיל ויודע שפות ולכבודו לא מרעישים כלל וכלל והרב מבעלז הוא רב בעיירה קטנה ואם כן מדוע באים מכל העיירות לקבל פניו והמונים מריעים כל כך לכבודו " הסביר לו ר' צבי הירש "דתנו נשענת על שני יסודות יסוד התורה ויסוד התפילה יסוד התורה ניתן ליחידים ורק יודעי התורה ולומדיה שאינם מרובים יודעים להעריכה לעומת זאת יסוד התפילה ניתן לאדמו"רים ולהתפלל יודע כל יהודי ודבר זה מובן לו וקרוב ללבו יותר"
ווייסט איינער א מקור צו דער מעשה?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 04, 2014 2:13 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:בנו היה ר' יצחק חיות אב"ד בראדי בעמח"ס שיח יצחק עמ"ס מכות ושא"ס
badatz האט געשריבן:ב''ה
הרה''ג ר' יצחק הנ''ל
מצבתו עומדת עד היום בבראדי ויש ממנו ספר על
מסכת מכות וספר שו''ת
מצבת ר' יצחק חיות אב"ד בראדי נפטר כ"ד שבט תרס"א:
http://de7e10d60824ed18ec97-1acea3f4d08 ... L126_2.jpg
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 06, 2014 4:33 pm
דורך מיללער
מיללער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:בנו היה ר' יצחק חיות אב"ד בראדי בעמח"ס שיח יצחק עמ"ס מכות ושא"ס
badatz האט געשריבן:ב''ה
הרה''ג ר' יצחק הנ''ל
מצבתו עומדת עד היום בבראדי ויש ממנו ספר על
מסכת מכות וספר שו''ת
מצבת ר' יצחק חיות אב"ד בראדי נפטר כ"ד שבט תרס"א:
http://de7e10d60824ed18ec97-1acea3f4d08 ... L126_2.jpg
מצבת בנו ר' צבי הירש חיות (השני) בבראדי
פארעפענטליכט: שבת נובמבר 08, 2014 11:27 pm
דורך חסידישער יוד
איך זעה אסאך מאל ברענגן "מהרי"ץ חיות" - איז דאס א טעות? אדער מיינט מען דעם זוהן?
אגב, אינעם נייעם ספר "יחיד בדורו" [מהר"ש מבעלזא] יש אריכות בענין הסכסוך. ועיי"ש אודות התארים שכתב עליו החת"ס ז"ל.