שושלת ליסקא-בארגא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

שושן הסודות
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2010 6:02 pm

רבי יוזפא מליסקא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שושן הסודות »

עס קומט דער יארצייט פון כ"ק הרב הצדיקרבי יוזפא פריעדלאנדער וועלכע האט משמש געוועזען אלס אדמו"ר מליסקא דא אין בארא פארק, ביז צו זיין פטירה כ"ח שבט תשל"א
ער איז געוועהן דער אינגסטע זוהן פון הגאון הקדוש רבי צבי הירש מליסקא בעמח"ס שערי הישר על תהלים בן הגה"ק בעל טל חיים מליסקא ממלא מקום פונם גרויסען צדיק רבי צבי הירש מליסקא בעל אך פרי תבואה אין הישר והטוב

ער איז געווען א מחותן מיטן קאפיש'ער רב, גאר נאהנט געווען מיט סקיווירא רבי אין סקולען'ע רבי. דער חוסט רבי רבי יושע גרינוואלד איזגעווען א איידעם ביי זיינס א ברודער

כ"ק רבי יוזפא זצ"ל האט איבערגעלאזט צוויי זוהן איין טאכטער, בנו בכורו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר רבי צבי הירש שליט"א, אין רבי אברהם יהושע העשיל שליט"א האבד"ק היבנוב, בעל חסדי אברהם אויף עניני חולה, זיין איידים איז הרב יעקב לייפער
גבאי ביהמד
שר חמש מאות
תגובות: 689
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 11, 2009 2:33 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גבאי ביהמד »

דער אשכול איבערר' יוזפא מליסקא ז"ל איז צוזאמענגעשטעלט געווארן מיט אן עקזעסטירנדע אשכול איבער שושלת ליסקא ובארגא וועלכע אנהאלט פילע ווערטפולע אינפארמאציע איבער די משפחה, ומכאן הקריאה יוצאת, איידער איר עפנט א נייע אשכול פרובירט א זוך צוטאן צו אייער ארבייט איז נישט דאפלט.

כמו"כ מדועים אנו שלצערינו הוצרכנו למחוק תגובה מדאיבה בהאשכול שנכתבה ע"י חד מהכותבים החדשים שלא התאימה לתקנות ומנהגי האתר, נא ונא אל תעמיסו לנו את העבודה בתגובות אי נוחיים, דרכינו דרכי נועם וכל נתיבותינו שלום, דברי חכמים בנחת נשמעין.

ולהשומע יונעם, כו"ח הק' הגבאי פה מערכת עהצוה"ח בשם גבאי קודש דקהילותינו
שושן הסודות
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 30, 2010 6:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שושן הסודות »

גבאי ביהמד האט געשריבן:דער אשכול איבערר' יוזפא מליסקא ז"ל איז צוזאמענגעשטעלט געווארן מיט אן עקזעסטירנדע אשכול איבער שושלת ליסקא ובארגא וועלכע אנהאלט פילע ווערטפולע אינפארמאציע איבער די משפחה, ומכאן הקריאה יוצאת, איידער איר עפנט א נייע אשכול פרובירט א זוך צוטאן צו אייער ארבייט איז נישט דאפלט.

כמו"כ מדועים אנו שלצערינו הוצרכנו למחוק תגובה מדאיבה בהאשכול שנכתבה ע"י חד מהכותבים החדשים שלא התאימה לתקנות ומנהגי האתר, נא ונא אל תעמיסו לנו את העבודה בתגובות אי נוחיים, דרכינו דרכי נועם וכל נתיבותינו שלום, דברי חכמים בנחת נשמעין.

ולהשומע יונעם, כו"ח הק' הגבאי פה מערכת עהצוה"ח בשם גבאי קודש דקהילותינו

א גרויסע ייש"כ פארן גבאי פאר האבען די קאפ אויפן פלייצע אין מאכען סדר אין בית מדרש,

אלס א משפחה אין קרוב פונם ליסקא רבי וויל איך דא צו לייגען א ענין וואס כ'האב געהערט פון ר' שלמה ריעדער פון ליסקא מצד אביו אין קערעסטור מצד אמו ודי, אז דער ליסקא רבי כ"ק ר' יוזפא זצ"ל אלס אינגעל ארויף געקראכען אויף א הויך בוים, דער טאטע הגה"ק בעמח"ס שערי הישר האט דאס צוגעקוקט זיך אנגערופען יעצט ער קריכן מעלה מעלה בגשמיות ס'וועט נישט לאנג נעמען אז אויך ברוחניות וועט ער גיין גאהר הויך, אדם עץ השדה, יוזפ'ן מאכט פין א אילן סרק א אילן מלא. עפעס אזא צחות האט ער געזאגט כגעדענק נישט פונקטליך.

איז דא מאנכע וואס האבען אים געקענט? ער איז געווען א ליבליכער פריינטליכע צדיק פון א איד. אגב, פורים פלעגט ער מיר געבען א גאנצע צעהנע ווען כ'האב אים געברענגט די משלוח מנות.
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

זייענדיג פון דער סאמא ערשטער בארא פארקער איינוואוינער, צווישען גאר אסאך אנדערע אדמורי"ם און רבנים וועם איך כ'האב זוכה געוועהן
משמש צו זיין (און מצרף געוועהן צו מנין אויך), האב איך אים אויך גאר גוט געקענט,
כ'האב נישט געגלייבט ס'וועט איינער ארויף ברענגען זיינע זכרונות, כ'האב נישט געוואוסט אז ס'דא דא מענטשען וואס האבן געהערט פון אים
כ'דארף יעצט ארויס נעמען און אפשטויבען מיינע רשימות וואס כ'האב געשריבען פון יענע יארן

ער האט מיר פארציילט (און איינמאל געוויזען), אז ער האט באקומען היתר הוראה פון הגאון בעל בנין דוד מאוהעל, הגאון בעל משמיע שלום פון נירעדהאז
און הגאון בעל תורת יפה מאויווארוש, דאכציך מיר גאר שיינע בריוון,

ער איז געוועהן די ערשטע חסידישע בית המדרש און בארא פארק,
כ'האב אמאל אים באגלייט שבת אינדערפרי צו דער מקוה, כמדומה לי נאך און תש"ח,
אוודאי האט ער נישט אויפגעגעבען אויף זיין לבושי שבת, און געוואקט אויף דער גאס מיט שטריימעל און בעקיטשע,
וואס איז געוועהן א חידוש בימים ההם און ב"פ, וואס איז דאן געוועהן א מדבר שממה, און אויף דער וועג צוריק, און נעבעך א מאדערן יוד'ל (געהאט א פייפ און זיין מויל, מיט א קליין קאפעל)
צוגעגאנגען צו אים, און אראפ געווארפן זיין שטריימעל, און אים אנגעשריגען, "איר ווילט אהער ברענגען היטלער קיין אמעריקא", ער מיט זיין פשטות און ווייך הארץ וואס ער האט געהאט פאר
יעדעם כידוע ווער ס'האט אים געקענט, מסביר געוועהן דער שיינקייט פון שמירת שבת, און צו זיין א ערליך יוד, ביז דער מענטש אליין האט חוזר בתשובה געוועהן, און דערנאך געווארן זיין מתפלל

כ'געדענק יענע תקופה, אז ער האט ארויס געהאלפן צעדליגער מענטשען,(און אויך עטליכע רבנים ווי למשל כ"ק הרה"צ רבי רפאל בלום מקאשוי)
ארויסקומען פון דייטשלאנד טשעכיי און אונגארן קיין אמעריקא, און ווי סאך מענטשען האבן אויס גענוצוט זיין טובה, און קיינמאל נישט מכיר טובה געוועהן דערויף,

כידוע איז ער געוועהן א נישט נארמאלער לב טוב פאר יעדער איינער, און יעדער וואס איז געשטאנען און זיין סביבה, איז נתפעל און נשתומם געווארן פון אים

כ'האב פונקט געזעהן פאר צוויי וואכן צוריק אז ובלכתך בדרך האט ארויסגעגעבן א מפ3 פון אים, דרשות און נסחאות התפילה,כ'געלייב נישט אז ס'דא עפעס בדומה לו
פון אלע אנדערע רבנים און יענער יארן אזוי ווי אים, זיינע דרשות ווי מ'קען הערן זיין הארץ און יראת שמים אינאיינעם,זיינע מדות טובות, און אזוי אויך די נסחאות התפילה, אוי האט דעס מיר
צוריקגעברענגט אלטע זכרונות פון אמאל, וואס היינט איז שוין נישט דא מער,

מיט הגאון מקאפיש איז ער געוועהן א מחותן, מיט הגאון מחוסט איז ער געוועהן א קרוב, זייענדיג א ליסקא אייניקעל, מיט הרה"ק מסקווירא ווייסיך ,
אז הרה"ק מסקווירא האט געוואוינט די ערשטע צוויי יאר און ב"פ אדאנק אים, וועגען די צוויי רעבעצינס הרבנית טראני ע"ה און יבלחט"א הרבנית מליסקא תליט"א
זענען געוועהן נענטער ווי צוויי שוועסטערס, אלס משפחה מיט בעלזא, און וויבאלד הרבנית מליסקא איז שוין געוועהן דאן און ב"פ ,
איז הרה"ק מסקווירא אויך געקומען וואונען דארט זיין נאנט צו משפחה, נאך צוויי יאר וואס ער האט געזען אז ער קען נישט מצליח זיין מיט דער מענטשען
איז ער געגאנגען קיין וויליאמסבורג, אגב האט רבי יוזפא ז"ל מיר פארציילט אז ער האט אפגעווארט הרה"ק מסקווירא ביים שיף, און ער האט אים געזעהן אראפקומען
מיט אזא דאשעק, האט אים רבי יוזפא אראפגענומען זיין שיינע ביבערהוט, און אים איבערגעגעבן, און דאס איז געוועהן זיין ערשטע היט און אמעריקא.

כ'ווייס נישט וואס ער האט געהאט מיט די אלטע סקולענער רבי????.

ווייניג אזעלכע דא היינט, א מין פשטות און מידות טובות אין כדוגמתו, זיינע פריצייטיגע פטירה איז געוועהן א גרויסע שאק,
ער וואלט זיך געקענט בויען האבענדיג א ישיבה בימים ההם שישבת אך פרי תבואה (דארט ווי איך האב געלערנט), און מצליח זיין, אבער ליידער איז ער נפטר געווארן גאר יונג
גע'האט אסאך עגמת נפש און לעבען און דאך אלעמאל געהאט א שמייכעל, נלב"ע כ"ח שבט תשל"א לפ"ק
ס'איז א שאד ווי אזוי ליסקע קוקט היינט אויס, כ'וואלט געקענט מאריך זיין, אבער אויף דערווייל איז דעס גענוג
אפשר וועל איך נאך ארויס געבען מיינע אנדערע רשימות פון נאך פילע פון יענע יארן, גאר אונטרעסאנט
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר כח איש האמת פאר די פרטים, אדרבא ואדרבא אויב קענט איר בארייכערן אונזערע ידיעות פון די צייטן אין בארא פארק בימים ההם וואלט דאס געווען א מורא' דיגע הוספה און באשטייערונג צו אונזער מקום חשוב, נא שלא ימנע טוב וה' הטוב אל ימנע כל טוב ממכם אמן.

עטליכע שאלות לתולדותיו;
ווי ליגט הרה"צ ר' יוזפא מליסקא?
אויסער די אחים האדמורי"ם מליסקא והיבנוב איז דא נאך קינדער?
ביי וועם איז ר' יוזפא געווען אן איידעם?
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

מיללער האט געשריבן:יישר כח איש האמת פאר די פרטים, אדרבא ואדרבא אויב קענט איר בארייכערן אונזערע ידיעות פון די צייטן אין בארא פארק בימים ההם וואלט דאס געווען א מורא' דיגע הוספה און באשטייערונג צו אונזער מקום חשוב, נא שלא ימנע טוב וה' הטוב אל ימנע כל טוב ממכם אמן.

עטליכע שאלות לתולדותיו;
ווי ליגט הרה"צ ר' יוזפא מליסקא?
אויסער די אחים האדמורי"ם מליסקא והיבנוב איז דא נאך קינדער?
ביי וועם איז ר' יוזפא געווען אן איידעם?

רבי יוזפא איז געוועהן אן איידעם ביי ר' אברהם יהושע העשיל פרענקל פון היבנוב, (מחותן עם הרה"ק מהר"א מבעלזא, הרה"ק מהרב"פ מסקאליע, און הרה"ק מהרצ"ה השני מליסקא)

ער (ראי"ה מהיבנוב) איז געוועהן אליין אן אייניקעל פון מהר"ש מבעלזא, אזוי איז געוועהן די נאנטשאפט מיט סקווירא, און איוך צולייב זיין א מחותן לבית בעלזא, און וועגן דעם ליגט ער אויף הר המנוחות סמוך ונראה להרה"ק מהר"א מבעלזא זצ"ל, (כ'האב געהערט אז ס'איז דא עפעס א תולדות ספר פון יענער משפחה, דער פרענקל'ס, שארית לשמואל, אבער כ'האב עס קיינמאל נישט געזעהן)

כ'געדענק ער פלעגט האבען א סטעשענערי, מיט זיין נאמען אויפ עס, אזוי ווי אלע רבנים, און דארט איז געשטאנען זיין רעבעצינ'ס יוחס, כ'דענק נישט קלאר, אבער דעס דענק איך, הרה"ק החוזה מלובלין, הרה"ק מהר"ש מבעלזא קאזניטץ, און נאך, חוץ פארשטייט זיך זיין ליסקא יוחס, (וואס ער האט אלעמאל גערעד פון, און כ'האב אסאך ליסקע מעשיות קונה געוועהן פון אים)
ס'איז געוועהן פאני אז אהאלבע פעידזש האט ער מזכיר נשמות געוועהן, וועגן דעם דענק איך עס., אוי האר ער געהאט די אייראפעישע חן..

חוץ די צוויי ברודער, איז דא איין שוועסטער וואס הייסט לייפער איר מאן הייסט ר' יענקל לייפער בן ר' בעריש מדזשעלין ז"ל

כ'וועל פרובירן מאכן א תולדות פון פילע אנדערע אדמורי"ם בימים ההם, בהמשך הזמן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

על הספר שארית לשמואל
viewtopic.php?f=54&t=5843

-

תולדות ר' יוזפא מליסקא ב'המאור':
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 40&hilite=
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיללער האט געשריבן:בני ר' חיים פרידלענדער מליסקא
א-א) ר' צבי הירש פרידלענדער מליסקא
א-ב) ר' יהודא פרידלענדער
א-ג) חתנו ר' מנחם מענדל פרידלענדער אדמו"ר מבארגא-בודאפעסט (ב"ר יהודה אב"ד בארגא-פרונד ב"ר דוד פרידלאנדער אחי הטל חיים)
א-ד) חתנו ר' אהרן אויש מליפעני
א-ה) חתנו ר' משה זאב פאללאק מגראסווארדיין

דער 'טל חיים' האט געהאט נאך אן איידעם ר' שמואל (אפרים) זלמן בלאקסענהיים, מיר האבן שוין דערמאנט די בלקאסענהיים משפחה דא:
viewtopic.php?p=195404#p195404
אבער דארט האבן מיר געשריבען ר' שמואל זלמן איז געווען אן איידעם ביי ר' אייזיק וו"ב אין דעברעצין דאס איז שוין געווען בזווג שני.

ר' שמואל זלמן איז געווען שו"ב אין איבראן
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

מיללער האט געשריבן:

אז מ'רעד שוין, וועלעך אביסעל מער מאריך זיין איבער בני וחתני הטל חיים מליסקא, וויבאלד מ'האט אויסגעלאזט עטליכי קינדיר
און אביסעל מער איבער דער רבי שמואל אפרים בוקסענהיים אב"ד איבראן

בני וחתני הטל חיים מזיווג הראשון הרבנית חי' שרה בת הרה"ק האך פרי תבואה מליסקא
א. הרבנית חנה אשת הרה"צ רבי זאב וואלפ גאלדבערגער בן גיסו הרה"צ רבי יוזפא ג"ב חתן הרה"ק רצ"ה מליסקא, הוא היה המו"ל ספרו זקינו האך פרי תבואה, הישר והטוב, דרכי הישר והטוב.
ב. הרבנית רבקה גנענדל אשת הגה"ח רבי אברהם יהושע גראסס תלמיד החתן סופר והייטב לב דר בעיר קראלי
ג. הרבנית שפרינצא אשת הגאה"ח רבי אברהם לאווי מגדולי תלמידי המהר"ם שי"ק, ומגדולי תלמידי חותנו הטל חיים (הטל חיים מביאו בספרו טל חיים והברכה על סוגיות הש"ס כמה פעמים בעודו בימי בחרותו), בן הרה"ח ר' טוביה לעווי (שהי' חתן הגאון הצדיק רבי שמעון ליכטענבערג מעיר מאד, שעליו התבטא בשו"ת בית שערים כמ"פ שמעון הצדיק, ויש לי תח"י הרבה ידיעות אודותו)

בני וחתני הטל חיים מזיווגו השנית הרבנית מרים לאה, בת הרה"ק המקובל רבי אברהם שווארץ, חתן הרה"ק רצ"ה מליסקא
א. הרה"ק רצ"ה השני מליסקא מח"ס שערי הישר, חתן הרבני החסיד רבי יצחק אייזיק בערגער מעיר מאד, (חתן ר' שמעון ליכטענבערג הנ"ל)
ב. הרבנית זלאטע אשת הרה"ק רבי אהרן אויש אב"ד לופעני מח"ס פרי אהרן מגדולי תלמיד הערוגת הבושם
ג. הגאון הצדיק רבי יהודה פריעדלאנדער אב"ד בוקעני
ד. מרת ברכה אשת ר' מענדל פריעדלאנדער בן ר' יהודה אב"ד בארגאפראונד בן ר' דוד אחיו של הטל חיים, הוא היה המו"ל ספר טל חיים
ה. הרבנית קריינטשא אשת הרה"ח רבי שמואל אפרים זלמן בלוקסענהיים הי"ד (הוא היה אחיו של הגה"צ ר' שמעון בלוקסענהיים דומ"צ קלויזענבורג) בן הרה"ח ר' ישראל משה (באשכול האחר לא ידעתי מה שמו, מחשובי תלמידי השבט סופר בפרעשבורג), רבי שמואל אפרים זלמן נתייתם בגיל צעיר מאביו בן י' שנה ונתגדל אצל דודו רבי שלמה לייב אב"ד באגאד,
ולמדשם אצלו, בגיל י"ח נסע בהסכמת דודו ללמוד בישיבת אוסדארף אצל רבי שמואל ראזענבערג זצ"ל האב"ד דשם.כשלמד באונסדארף נתחתן עם בתו של הטל חיים, הוא נסמך להוראה מרבי מנחם בראדי אב"ד קאלוב, רבי מרדכי לייב ווינקלער אב"ד מאד, בעל שו"ת מהרש"ג מסעמיהאי, לאחר כמה שנים נתמנה כרב ומו"ץ בעיר איבראן, היה קצת פוליטיק בזה עם ש"ב רבי גרשון אברהם גאלדבעגער אב"ד בערצאל מח"ס נחלת הגרשוני, בן הרה"צ רבי יוזפא ג"ב חתן רצ"ה מליסקא,
רבי שמעון בלוקסענהיים דומ"צ קלויזענבורג היה לערך ג' זיווגים, ועדיין לא מצאתי איזה התקשרות ביניהם עם משפחת רבי אייזיק וויינבערגער, והאיך היו ש"ב, אויב דו קענסט העלפ מיך ארויס מיט דעם פרט, שכויח.
ו. הרבנית הענא אשת רבי יצחק פריעד מעיר מישקאלץ נכד הנגיד המפורסם רבי יצחק פריעד מקליינווארדיין

רבי משה זאב פאלאק אב"ד גראסווארדיין היה חתן רבי אהרן אויש אב"ד לופעני

הטל חיים היה לו עוד כמה בנים ובנות שנפטרו בצעירתם, בנו בשם משה אחר אביו, ובן בשם יוסף ועוד

אגב האסטו דערמאנט און דער אנדעירע אשכול הרב מבאגאד, וועליכ מוסיף זיין אן אונטרעסאנטע הערה, וואס רוב יוצאי חלציו של משפחת הרב מבאגאד ווייסען נישט,
אז הרב מבאגאד האט געהאט אן איידים הרה"ץ רבי שמעון פריעדלאנדער, בן הרצ"ה השני מליסקא מח"ס שערי הישר, און געהאט צוויי מיידליך, און זיין ווייב איז יונג אוועק, זי ליגט בעיר ליסקא, און הגאון רבי יהושע גרינוואלד אב"ד חוסט מח"ס חסד יהושע וואס איז געוועהן אן איידים ביי דעם רבי שמעון, האט חתונה געהאט, מיט איינער פון די צוויי מיידליך, (הרבנית הענטשא פעסיל) דאס מיינט אז אלע דורות פון רבי יהושע גרינוואלד זענען אלע אייניקלעך פון הרב מבאגאד,
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

כ'קען זיין זון רבי חיים בלוקסענהיים זייער גוט, ער ווייסט אסאך צוזאגן פון דער אמאל, וואוינט שוין היינט צוטאגס און בארא פארק, כ'רעד מיט אים זייער אפט, ער האט אסאך צו פארקויפען
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איש האמת האט געשריבן:
בני וחתני הטל חיים מזיווגו השנית הרבנית מרים לאה, בת הרה"ק המקובל רבי אברהם שווארץ, חתן הרה"ק רצ"ה מליסקא

ה. הרבנית קריינטשא אשת הרה"ח רבי שמואל אפרים זלמן בלוקסענהיים הי"ד (הוא היה אחיו של הגה"צ ר' שמעון בלוקסענהיים דומ"צ קלויזענבורג) בן הרה"ח ר' ישראל משה (באשכול האחר לא ידעתי מה שמו, מחשובי תלמידי השבט סופר בפרעשבורג), רבי שמואל אפרים זלמן נתייתם בגיל צעיר מאביו בן י' שנה ונתגדל אצל דודו רבי שלמה לייב אב"ד באגאד,
ולמדשם אצלו, בגיל י"ח נסע בהסכמת דודו ללמוד בישיבת אוסדארף אצל רבי שמואל ראזענבערג זצ"ל האב"ד דשם.כשלמד באונסדארף נתחתן עם בתו של הטל חיים, הוא נסמך להוראה מרבי מנחם בראדי אב"ד קאלוב, רבי מרדכי לייב ווינקלער אב"ד מאד, בעל שו"ת מהרש"ג מסעמיהאי, לאחר כמה שנים נתמנה כרב ומו"ץ בעיר איבראן, היה קצת פוליטיק בזה עם ש"ב רבי גרשון אברהם גאלדבעגער אב"ד בערצאל מח"ס נחלת הגרשוני, בן הרה"צ רבי יוזפא ג"ב חתן רצ"ה מליסקא,
רבי שמעון בלוקסענהיים דומ"צ קלויזענבורג היה לערך ג' זיווגים, ועדיין לא מצאתי איזה התקשרות ביניהם עם משפחת רבי אייזיק וויינבערגער, והאיך היו ש"ב, אויב דו קענסט העלפ מיך ארויס מיט דעם פרט, שכויח.

אגב האסטו דערמאנט און דער אנדעירע אשכול הרב מבאגאד, וועליכ מוסיף זיין אן אונטרעסאנטע הערה, וואס רוב יוצאי חלציו של משפחת הרב מבאגאד ווייסען נישט,
אז הרב מבאגאד האט געהאט אן איידים הרה"ץ רבי שמעון פריעדלאנדער, בן הרצ"ה השני מליסקא מח"ס שערי הישר, און געהאט צוויי מיידליך, און זיין ווייב איז יונג אוועק, זי ליגט בעיר ליסקא, און הגאון רבי יהושע גרינוואלד אב"ד חוסט מח"ס חסד יהושע וואס איז געוועהן אן איידים ביי דעם רבי שמעון, האט חתונה געהאט, מיט איינער פון די צוויי מיידליך, (הרבנית הענטשא פעסיל) דאס מיינט אז אלע דורות פון רבי יהושע גרינוואלד זענען אלע אייניקלעך פון הרב מבאגאד,

זייער אינטערעסאנט א גרויסען יישר-כח, עס איז כדאי צו דערמאנען אין איך האב געטראפן זכרו של ר' שמואל זלמן בלאקסענהיים אין עטליכע ספרים ביי מעות קדימה און איבעראל איז ער באצייכנט אלס 'שו"ב' אין ערגעץ נישט אלס רב.

די שייכות פון די בלאקסענהיימ'ס ד.ה. ר' שמואל זלמן ואחיו ר' שמעון דומ"ץ קלז"ב (חתן ר' יעקב מאיר וואלד דומ"ץ דשם) צו דעם באגאדער רב ר' שלמה לייב וויינבערגער ואחיו הרה"ח ר' אייזיק מעיר דעברעצין איז ווייל זייער מוטער פעריל אשתו של ר' ישראל משה בלאקסעהיים איז געווען א שוועסטער צו די אחים וו"ב בני ר' שמואל וויינבערעגער מעיר סוואליעווע.

בנוסף לזה האט ר' שמואל זלמן בלאקסענהיים חתונה געהאט בזווג שני מיט מרת דרעזיל די טאכטער פון זיין פעטער ר' אייזיק וויינבערגער הי"ד פון דעברעצין, אבער פון יענעם זווג האט ער נישט געהאט קיין קינדער.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

איש האמת האט געשריבן:בני וחתני הטל חיים מזיווג הראשון הרבנית חי' שרה בת הרה"ק האך פרי תבואה מליסקא
א. הרבנית חנה אשת הרה"צ רבי זאב וואלפ גאלדבערגער
ב. הרבנית רבקה גנענדל אשת הגה"ח רבי אברהם יהושע גראסס
ג. הרבנית שפרינצא אשת הגאה"ח רבי אברהם לאווי

בני וחתני הטל חיים מזיווגו השנית הרבנית מרים לאה, בת הרה"ק המקובל רבי אברהם שווארץ, חתן הרה"ק רצ"ה מליסקא
א. הרה"ק רצ"ה השני מליסקא מח"ס שערי הישר
ב. הרבנית זלאטע אשת הרה"ק רבי אהרן אויש
ג. הגאון הצדיק רבי יהודה פריעדלאנדער אב"ד בוקעני מי היה חותנו וכו' ?
ד. מרת ברכה אשת ר' מענדל פריעדלאנדער בן ר' יהודה אב"ד בארגאפראונד בן ר' דוד אחיו של הטל חיים, הוא היה המו"ל ספר טל חיים
ה. הרבנית קריינטשא אשת הרה"ח רבי שמואל אפרים זלמן בלוקסענהיים הי"ד

אות ד. קומט זעך נישט קיין טיטלען לכה"פ אזוי וואו זייערע געשוויסטער ?
ועמך כולם צדיקים
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

שכויח הרב מיללער גאב"ד סעקרענטאן פאייע
אבער דיינע ווערטער זענען מיר געוועהן ווי א חידוש עצום וחידה סתומה
כ'האב נישט געוואוסט אז ר'שא"ז בלוקסענהיים, זאל האבן א זיווג שני, און ס'איז מיר שווער צו גלייבען בכלל אז ער איז געוועהן א איידים ביי דודו ר' יצחק אייזיק וויינבערגער
ווייל ר' שא"ז איז בזיווג ראשון געוועהן אן איידים ביים טל חיים, לכולי עלמא, און בנו ר' חיים פירט די יארצייטן פון זיין טאטע און מאמע חודש סיון שנהרגו באוישוויץ תש"ד,
אויב אזוי ווען האט ער געהאט דעם זיווג שני??????????
אגב נמצא תח"י ספר שערי יו"ט להגה"ץ רבי חנניא יו"ט ליפא וויינבערגער דומ"צ פעלידאהאזא, בן רבי יצחק אייזיק הנ"ל,
שי"ל ע"י הרה"ח ר' יצחק אייזיק וויינבערגער חודש אדר תשס"ו לפ"ק, שכתוב שם כמסיח לפי תומו בתו השלישית דרעזיל אשת הרה"ח רבי שמואל אפרים זלמן בלאקשענהיים,
פארשטיי איך נישט וואס ווען און ווי אזוי????. אחוץ אז מיר וועלן זאגן אז ס'געוועהן אן אנדערע שמואל זלמן בלאקסענהיים, וואס ס'איז לכאורה שווער אזוי צו זאגן,

אויב מ'קען ארויסהעלפן, יחולו ברכה על ראשך

דער אמת איז אז כ'וועל דארפן פרעגן זיין זוהן ר' חיים הנ"ל אליין, אבער כ'גיי דארפן ווארטן ווילאנג ער קומט צוריק פון פלארידא

הרב ביקסאד
אתך הסליחה, ס'קומט זיך טאקע דער זעלבע טיטול ווי די געשוועסטער!!
סאיז א טעות הדפוס, ושלא בכוונה,, שכויח פאר די הערה,
אבער כ'האב שוין געשריבען און אנדערע אשכול אז כ'האב נישט ליב אז מ'צונעמט מיינע ווערטער ווי א ראשון, עכ"ז יש מקום להאריך ואין כאן מקומו,

הרב יהודה פריעדלאנדער אב"ד בוקעני איז געוועהן אן איידים ביי משפחת רעכניצער פון אוהעל, ס'איז זייער פארנעפלט מיט אים מער ארום,
ס'איז ליידער גארנישט דא פון אים נאכן קרוג, אחוץ איין תורה פון זיין זוהן רבי אברהם און קובץ הנשר תורה על פ' תולדות תנצב"ה
אדרבה ווער ס'ווייסט מער זאל ביטע מהנה זיין דער עולם

איבער דעם וואס מ'טרעפט און מעות קדימה ר' שא"ז בלוקסענהיים אמאל שו"ב און אמאל רב ומו"צ איבראן, האב איך געשריבען אז ס'געוועהן א קליינע פוליטוק, כ'גיי שפעטער אי"ה שרייבען דערוועגן
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

איש האמת האט געשריבן:זייענדיג פון דער סאמא ערשטער בארא פארקער איינוואוינער, צווישען גאר אסאך אנדערע אדמורי"ם און רבנים וועם איך כ'האב זוכה געוועהן
משמש צו זיין (און מצרף געוועהן צו מנין אויך), האב איך אים אויך גאר גוט געקענט,
כ'האב נישט געגלייבט ס'וועט איינער ארויף ברענגען זיינע זכרונות, כ'האב נישט געוואוסט אז ס'דא דא מענטשען וואס האבן געהערט פון אים
כ'דארף יעצט ארויס נעמען און אפשטויבען מיינע רשימות וואס כ'האב געשריבען פון יענע יארן

ער האט מיר פארציילט (און איינמאל געוויזען), אז ער האט באקומען היתר הוראה פון הגאון בעל בנין דוד מאוהעל, הגאון בעל משמיע שלום פון נירעדהאז
און הגאון בעל תורת יפה מאויווארוש, דאכציך מיר גאר שיינע בריוון,

ער איז געוועהן די ערשטע חסידישע בית המדרש און בארא פארק,
כ'האב אמאל אים באגלייט שבת אינדערפרי צו דער מקוה, כמדומה לי נאך און תש"ח,
אוודאי האט ער נישט אויפגעגעבען אויף זיין לבושי שבת, און געוואקט אויף דער גאס מיט שטריימעל און בעקיטשע,
וואס איז געוועהן א חידוש בימים ההם און ב"פ, וואס איז דאן געוועהן א מדבר שממה, און אויף דער וועג צוריק, און נעבעך א מאדערן יוד'ל (געהאט א פייפ און זיין מויל, מיט א קליין קאפעל)
צוגעגאנגען צו אים, און אראפ געווארפן זיין שטריימעל, און אים אנגעשריגען, "איר ווילט אהער ברענגען היטלער קיין אמעריקא", ער מיט זיין פשטות און ווייך הארץ וואס ער האט געהאט פאר
יעדעם כידוע ווער ס'האט אים געקענט, מסביר געוועהן דער שיינקייט פון שמירת שבת, און צו זיין א ערליך יוד, ביז דער מענטש אליין האט חוזר בתשובה געוועהן, און דערנאך געווארן זיין מתפלל

כ'געדענק יענע תקופה, אז ער האט ארויס געהאלפן צעדליגער מענטשען,(און אויך עטליכע רבנים ווי למשל כ"ק הרה"צ רבי רפאל בלום מקאשוי)
ארויסקומען פון דייטשלאנד טשעכיי און אונגארן קיין אמעריקא, און ווי סאך מענטשען האבן אויס גענוצוט זיין טובה, און קיינמאל נישט מכיר טובה געוועהן דערויף,

כידוע איז ער געוועהן א נישט נארמאלער לב טוב פאר יעדער איינער, און יעדער וואס איז געשטאנען און זיין סביבה, איז נתפעל און נשתומם געווארן פון אים

כ'האב פונקט געזעהן פאר צוויי וואכן צוריק אז ובלכתך בדרך האט ארויסגעגעבן א מפ3 פון אים, דרשות און נסחאות התפילה,כ'געלייב נישט אז ס'דא עפעס בדומה לו
פון אלע אנדערע רבנים און יענער יארן אזוי ווי אים, זיינע דרשות ווי מ'קען הערן זיין הארץ און יראת שמים אינאיינעם,זיינע מדות טובות, און אזוי אויך די נסחאות התפילה, אוי האט דעס מיר
צוריקגעברענגט אלטע זכרונות פון אמאל, וואס היינט איז שוין נישט דא מער,

מיט הגאון מקאפיש איז ער געוועהן א מחותן, מיט הגאון מחוסט איז ער געוועהן א קרוב, זייענדיג א ליסקא אייניקעל, מיט הרה"ק מסקווירא ווייסיך ,
אז הרה"ק מסקווירא האט געוואוינט די ערשטע צוויי יאר און ב"פ אדאנק אים, וועגען די צוויי רעבעצינס הרבנית טראני ע"ה און יבלחט"א הרבנית מליסקא תליט"א
זענען געוועהן נענטער ווי צוויי שוועסטערס, אלס משפחה מיט בעלזא, און וויבאלד הרבנית מליסקא איז שוין געוועהן דאן און ב"פ ,
איז הרה"ק מסקווירא אויך געקומען וואונען דארט זיין נאנט צו משפחה, נאך צוויי יאר וואס ער האט געזען אז ער קען נישט מצליח זיין מיט דער מענטשען
איז ער געגאנגען קיין וויליאמסבורג, אגב האט רבי יוזפא ז"ל מיר פארציילט אז ער האט אפגעווארט הרה"ק מסקווירא ביים שיף, און ער האט אים געזעהן אראפקומען
מיט אזא דאשעק, האט אים רבי יוזפא אראפגענומען זיין שיינע ביבערהוט, און אים איבערגעגעבן, און דאס איז געוועהן זיין ערשטע היט און אמעריקא.

כ'ווייס נישט וואס ער האט געהאט מיט די אלטע סקולענער רבי????.

ווייניג אזעלכע דא היינט, א מין פשטות און מידות טובות אין כדוגמתו, זיינע פריצייטיגע פטירה איז געוועהן א גרויסע שאק,
ער וואלט זיך געקענט בויען האבענדיג א ישיבה בימים ההם שישבת אך פרי תבואה (דארט ווי איך האב געלערנט), און מצליח זיין, אבער ליידער איז ער נפטר געווארן גאר יונג
גע'האט אסאך עגמת נפש און לעבען און דאך אלעמאל געהאט א שמייכעל, נלב"ע כ"ח שבט תשל"א לפ"ק
ס'איז א שאד ווי אזוי ליסקע קוקט היינט אויס, כ'וואלט געקענט מאריך זיין, אבער אויף דערווייל איז דעס גענוג
אפשר וועל איך נאך ארויס געבען מיינע אנדערע רשימות פון נאך פילע פון יענע יארן, גאר אונטרעסאנט

קודם איש האמת, דער עולם ווארט אויף די רשימות מיט אן איינגעהאלטענעם אטעם
אויסער דעם איך בין זייער נייגיריג פרטים פון די ישיבה, מספר התלמידים, איינגעשטעלטע, מקום, וכו', און צו עס איז געווען א דרעפט דאדזשער ישיבה צו א רעגולער ישיבה
ובדרך אגב, כפי ידיעתי, איז דער סקווערער רבי געקומען קיין ב"פ צוליב דעם וואס ער האט איבערגענומען זיין ברודער'ס בית המדרש וואס איז אוועק הארט פאר ער איז אנגעקומען
למה זה תשאל לשמי...
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

די רשימות פון וועמן דו ווילסט קען איך דיך געבן בפרטיות, ס'גייט נישט דא ארויף על רגל אחת,

די מקום הישיבה איז געוועהן און די ליסקע ביהמ"ד וואס ס'שטייט נאך היינט
דארט האט די ליסקע רב געוואוינט, אויף פופציג צווישען פערצן און פופצין

מספר התלמידים איז געוועהן ארום צוואנציג בימים ההם, און מ'האט עס
גערופן די וויעטנאם ישיבה, עכ"פ ס'האט זיך אזוי אנגעהויבן, און דערנאך
איז עס געווארן גאר אן ערענסטע ישיבה,

איינגעשטעלטע איז נאר (אזוי דענק איך) געוועהן זיין זוהן די היינטיגע ליסקע רבי שליט"א
וואס האט פארגעלערנט טיפע שיעורים, ס'היינט געדרוקט א טייל און זיין ספר חמודי צבי על סוגיות
הש"ס, דערמאנט דארט עטליכי מאל זיין טאטע פון יענע תקופה,

למעשה האט די אלטע ליסקע רב זצ"ל געהאט נאר זיין ישיבה דריי פערטיל יאר, און נעבעך יענעם ווינטער
אוועק פון הארץ אטאקע, און דער היינטיגי ליסקע רב האט עס נאך אנגעפירט נאכדעם נאך זעקס יאר.

בנוגע סקווירא אמת אז ער האט געהאט א ברודער (דאכציך ר' נחום האט ער געהייסען)
וואס האט געהאט א ביהמ"ד פריער דארט, אבער געקומען איז ער ווייל זיין רעבעצין האט געוואלט
טרעפן די ליסקא רעבעצין, וואס זענען געוועהן נאנט נענטער ווי צוויי שוועסטער
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

דעם שבת האמיר געדאווענט אינעם ליסקא'ער ביהמ"ד אין מאנהעטן אויפן 69סטען סטריט, תחת נשיאותו של מרן הרב צבי הירש פריעדלאנדער שליט"א, בן הרבנית מליסקא-מאנהעטן תליט"א. דער מנהיג שליט"א האט געזאגט א לעקציע (בלשון העמים) הארט פאר מוסף, און מסביר געווען דער ענין פון 'חק ומשפט'.

א אינטערעסאנטען מנהג האמיר געזעהן דארט, שבת אינדערפרי ביי הוצאת הס"ת האט מען געפירט דעם ס"ת צום ווייבער שוהל צו ערמעגליכן אז דער רביצין תליט"א זאל קענען באגריסן דעם ס"ת.

-
איך בין היבש צומישט מיט די יחוס, אפי' נאכן איבערליינען דעם אשכול. אפשר קען מיר איינער העלפן?

ווער איז געווען דער פריערדיגער רבי דארט? וויאזוי האט ער געהייסן?

-
(בן בוזי, אויב האב איך נישט קיין טעות, בין איך פאר דריי וואכן צוריק געווען שבת אינדערהיים).
לחיים ולברכה!
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

נחמן נתן פרעגט ווער איז דער רבי פון 69 גאס.

בד"ץ האט געשריבן אז דאס איז א זון פון ר' שלמה מליסקא אחי ר' יוזפא בני ר' צבי הירש בן הטל חיים.

badatz האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:וואספארא ספאדיק איז דאס און וואספארא חתן איז דאס? ווי איז דער שוהל, ס'זעהט אויס אמעריקאניש

ב''ה
בבית מדרשו שבבראנקס ---על הגרענד קאנקארס ---
החתונה היתה מפוארת מאוד וכל הפאליטישענ'ס היו שם .
ור' שלמה התגאה בזה מאוד . בכלל הוא הי' אדם ולב טוב
אך לא ריאליסטי . ביליתי אצלו ב' שבתות וגם בימי החול .
מכל ביתו אחריו נשאר רק בחור אחד "שמכהן " כרב בביהמד''ר
באיסט 69 סטריט
.ואימו עוזרת בביקור חולים .
ר' שלמה וגיסו הבורגער העבירו את אביהם וזקינתם
לכאן ארה''ב .ר' שלמה ההדיר את הספה''ק אך פרי תבואה
והוסיף בסופו כמה מאמרים מפרי חידושיו .את ספר אביו
על תהילים ההדיר אחיו ר' יאזעף מבארא-פארק .
נכדו של ר' יאזעף חיבר את הקונטרס המפורסם שארית
לשמואל ע''ש חתן הרה''ק מהר''א מבעלז זי''ע .
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

ר' מנחם מענדל פרידלענדער מוויזניצא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

אויף א ספר ישמח משה זע איך א חתימה פון ר' ברוך אברהם בינדיגער חתן ר' משה'לע דעשער ביום ערש"ק ויקרא תרס"ח און זיין זיגל פון דארט, נאכדעם שרייבט אריין זיין איידעם ר' מענדל פרידלענער אז ער האט עס באקומען פון שווער, וזה לשונו.
ב"ה ב' דר"ח תמוז תרצ"ט.. קבלתי ספר הקדוש הלזה במתנה מאת ... חמי האהוב ונחמד לי למאוד הרב המופלא חסיד וחכם עדיף מנביא בנש"ק מוה"ר ברוך אברהם שליט"א מדעש.
אני הכותב מנחם מענדיל פריעדלאנדער חתנו כבנו פה וויזניצא יע"א.

ווער איז דער ר' מענדל פרידלענדער מוויזניץ?
ער איז געווען א איידעם ביי ר' ברוך אברהם בינדיגער חתן ר' משה'לע דעשער , אין א שנעלן חיפוש, זע איך נישט ר' ברוך אברהם דערמאנט אויף איי וועלט.. ווער איז געווען ר' ברוך אברהם? וועמענס? איך פארשטיי אז לכאורה אן אייניקל פון ר' ברוך אברהם מהאנשאוויץ.

דער ר' מענדל הנ"ל האט עפעס שייכות צו די פרידלענדער ממשפחת הטל חיים?

ר' משה'לע דעשער האט געהאט א צווייטע איידעם געהייסן ר' יודא פרידלענדער אב"ד בארגוי פרוינד, זיין זון ר' מענדל איז געווען א איידעם ביים טל חיים, דער טל חיים איז אים אויך געווען א פעטער , קען מען דאך נישט רעדן פון דעם ר' מענדל דאן. איז ווער איז עס, און וואס טוט ער אין וויזניץ? ער איז דאך געווען א איידעם אין דעש.
אטעטשמענטס
ברוך אברהם בינדיגער דעש.jpg
ברוך אברהם בינדיגער דעש.jpg (16.72 KiB) געזען 4629 מאל
פרידלענדער חתן ברוך אברהם דעש וויזניץ ישמח משה.jpg
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

איך זע יעצט אין קונטרס בית צדיק שבסוף ספר שערי ציון שרייבט ער אז ר' ברוך אברהם איז געווען בן הגביר החסיד המפורסם ר' צבי יוסף, ר' ברוך אברהם נעקדה"ש ח"י סיון תש"ד הי"ד.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 2&pgnum=70

אויך דארט, אז ר' ברוך אברהם האט געהאט א זון בשם ר' אלעזר ליפא אב"ד מאל-דאוויצא, נפטר ער"ח אלול תש"ה בקלויזנבורג, ולו בן ר' מאיר שליט"א ראש ישיבה בוויינלאנד, מי זה?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 72&hilite=
ווילוויסן
שר האלף
תגובות: 1436
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 27, 2011 11:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווילוויסן »

איך זע שוין, ס'האט נישט קיין שייכות אהער צו משפחת טל חיים, ואתכם הסליחה. [בקשה מהגבאי להניחו אל מקומו... אולי באשכול דעלאטין משפחת בעל האברך].

דער ר' מענדיל פרידלענדער הנ"ל חתן ר' ברוך אברהם חתן ר' משה'לע דעשער, איז געווען א זון פון ר' יצחק אייזיק פרידלענדער ב"ר חיים ב"ר אהרן מאיר בעל "אברך".
ר' יצחק אייזיק איז געווען א איידעם ביים פתחא זוטא, און זיין אייניקל בן בתו ר' פייביש שנעבאלג מלאנדאן בהקדמתו לס' פתחא זוטא, קוראהו "דודי אחי אמי הרה"ג הדרשן המפואר ר' מנחם מענדל פרידלענדער חתן הרה"ג היחסן ר' ברוך אברהם בינדיגער מדעש הי"ד".

עיין כאן.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... t=&pgnum=6
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

badatz האט געשריבן:מכל ביתו אחריו נשאר רק בחור אחד "שמכהן " כרב בביהמד''ר

איש בשורה אנכי היום. דער בחור אחד הנ"ל האט לעצטענס חתונה געהאט למז"ט ובשעה טובה ומוצלחת.

יה"ר אז דער גאלדענער קייט זאל זיך ווייטער ציען, מעתה ועד עולם.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4589
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 23, 2010 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסף שרייבער »

ווער איז די כלה? האט ער א שווער? (איך פרעג ווייל דער "רב הביהמ"ד" האט זייער ליב דאס ברעטעל..., פון די אלע מאל וואס כ'בין געווען דארט געדענק איך נישט קיין 1 מאל ער זאל מכבד זיין א צווייטע בעל תפילה ער דאווענט שבת ביים עמוד מבואו ועד צאתו, אבער אז דער שווער וועט קומען פאסט דאך ער זאל עם מכבד זיי.)
dovidal
שר תשעת אלפים
תגובות: 9624
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך dovidal »

ווילוויסן האט געשריבן:איך זע יעצט אין קונטרס בית צדיק שבסוף ספר שערי ציון שרייבט ער אז ר' ברוך אברהם איז געווען בן הגביר החסיד המפורסם ר' צבי יוסף, ר' ברוך אברהם נעקדה"ש ח"י סיון תש"ד הי"ד.
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 2&pgnum=70

אויך דארט, אז ר' ברוך אברהם האט געהאט א זון בשם ר' אלעזר ליפא אב"ד מאל-דאוויצא, נפטר ער"ח אלול תש"ה בקלויזנבורג, ולו בן ר' מאיר שליט"א ראש ישיבה בוויינלאנד, מי זה?
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 72&hilite=

ספד בינדיגער איז עומד למכירה?
מרכז לספרים עתיקים וכתבי יד -קונים ומוכרים [email protected]
זוכט איר א זעלטען ספר ? דאן פארבינט אייך מיט אונז
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

יוסף שרייבער האט געשריבן:האט ער א שווער?

אין שוהל האט מען מיר געזאגט אז ער איז געווארן אן איידעם אין באלטימור. מער פון דעם ווייס איך נישט.
לחיים ולברכה!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

שושן הסודות האט געשריבן:כ"ק הרב הצדיק רבי יוזפא פריעדלאנדער האט משמש געוועזען אלס אדמו"ר מליסקא דא אין בארא פארק, ביז צו זיין פטירה כ"ח שבט תשל"א
ער איז געוועהן דער אינגסטע זוהן פון הגאון הקדוש רבי צבי הירש מליסקא בעמח"ס שערי הישר על תהלים בן הגה"ק בעל טל חיים מליסקא ממלא מקום פונם גרויסען צדיק רבי צבי הירש מליסקא בעל אך פרי תבואה אין הישר והטוב

ער איז געווען א מחותן מיטן קאפיש'ער רב, גאר נאהנט געווען מיט סקיווירא רבי אין סקולען'ע רבי. דער חוסט רבי רבי יושע גרינוואלד איזגעווען א איידעם ביי זיינס א ברודער

כ"ק רבי יוזפא זצ"ל האט איבערגעלאזט צוויי זוהן איין טאכטער, בנו בכורו ממלא מקומו כ"ק אדמו"ר רבי צבי הירש שליט"א, אין רבי אברהם יהושע העשיל שליט"א האבד"ק היבנוב, בעל חסדי אברהם אויף עניני חולה, זיין איידים איז הרב יעקב לייפער

אין 'דער בלאט' די וואך ווערט נתפרסם א בילד פון די חתונה פונעם ליסקא רבי שליט"א פון ב"פ ר' צבי הירש פר"מ, בנו ומ"מ של ר' יוזפא מליסקא חתנו של הרה"ג מקאפיש ז"ל, איך שטעל אהער דעם בילד לשלימת האשכול, אויסער דער חתן אין די מחותנים ווערט געזעהן צווישען אנדערע אויפן אויבנאן ר' יצחק לעווי וועם דער בלאט באצייכענט אלס 'טאלטשאווא רב' ווייסט איינער מער פרטים איבער אים?

(תשוח"ח לידידי הרפ"פ מב"וו נ"י על אדיבתו)
אטעטשמענטס
IMG_20120823_214603.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”