סיפורים וענינים מה'נודע ביהודה' מפראג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

סיפורים וענינים מה'נודע ביהודה' מפראג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

עס ווערט דערציילט אויפ'ן גאון רבי יחזקאל לאנדא זצ"ל, דער נודע ביהודה, אז אמאל זענען געקומען צו אים 2 שכנים מיט א מאדנע דין תורה. זייער טענה איז געווען, אז א געוויסער ציגיינער האט זיך אוועקגעשטעלט שפּילן אויף א פידל צווישן די הייזער פון די צוויי אידן, און יעדער פון זיי האט גע'טענה'ט אז דער ציגיינער האט געזינגען לכבוד אים.
אזוי ווי זיי האבן געהאט א סאך געלט, האבן זיי ארויסגענומען א גרויסן סכום פּסק געלט, און געגעבן פאר'ן נודע ביהודה, האט זיך דער רב אנגערופן מיט א שמייכל, "דוכט זיך מיר אז דער ציגיינער האט געזינגען לכבוד מיר"... (אזוי האט דער רב פארדינט א שיינע מטבע).
דאס זעלבע האט זיך אפּגעשפּילט ביים חלום פון פּרעה, האט דער גאון אויסגעפירט. פּרעה האט גע'טענה'ט אז דער חלום איז געקומען לכבוד מיר, ווידער די מצריים האבן געהאלטן אז דער חלום איז געקומען לכבוד זיי, (זיי זאלן האבן וואס צו עסן אין די הונגער יארן) און יוסף האט זיי ערקלערט, ועתה ירא פּרעה איש חכם, אז דער חלום איז גאר געקומען לכבוד אים אליין, ווייל אזוי איז ער געווארן דער משנה למלך. פּרעה האט צוגעשטימט און געזאגט, אƒין חכם ונבון כמוך, דו פארשטייסט נאך דאס בעסטע, צוליב וועמען דער חלום איז געקומען.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

אין איינעם א וואכנטאג נאך מעריב, ווען דער גאון רבי יחקאל לאנדא זצ"ל, דער פראגער רב און מחבר פון "נודע ביהודה", איז צוריקגעגאנגען פון שול צו זיך אהיים, האט ער באמערקט ווי א קריסטליך אינגל, אין צוריסענע קליידער, בלאנדזשעט ארום אויף דער אידישער גאס. אין זיין האנט האלט ער א ליידיגע קויש און ער שטייט און וויינט. איז רבי יחזקאל צוגעגאנגען צום ארעמען אינגל און האט אים געפרעגט מיט רחמנות:
- "וואס טוסטו אויף דער אידישער גאס פארנאכט און פארוואס וויינסטו?"
טייכן טרערן האבן זיך גענומען גיסן פון די אויגן פונעם קריסטליכן אינגל און ער האט אנגעהויבן צו דערציילן:
- איך בין א יתום פון מיין מוטער; און מיין פאטער, וועלכער איז א בעקער, האט גענומען א צווייטע פרוי, א שלעכטע, מיט א שטיינערנע און אכזריות'דיגע הארץ. יעדן אינדערפרי לייגט זי ארויף אויף מיין אקסל פולע קוישן מיט ברויט, און איך מוז גיין זיי אלע פארקויפן אין משך פון דעם טאג. אויב עס געלונגט מיר נישט צו פארקויפן דאס גאנצע ברויט, באקום איך שרעקליכע קלעפ פון מיין שטיפמוטער. היינט בין איך אין געפערליכע צרות, ווייל עס איז מיר געלונגען צו פארקויפן אלע ברויטן, אבער ווען עס איז געווארן נאכט, און איך האב געוואלט אהיימגיין, האב איך געטאפט אין מיין קעשענע, און עס איז מיר שווארץ געווארן פאר די אויגן, דאס גאנצע געלט וואס איך האב פארדינט - אין א סומע פון דרייסיג גולדן - איז מיר פארלוירן געגאנגען אדער צוגע'גנב'עט געווארן, און עס איז נישטא. אויב איך וועל אהיימקומען צו מיין מאמען מיט ליידיגע הענט, וועל איך באקומען שמיץ און קלעפ פון מיין שטיפמוטער. דער אינגעלע האט אויסגעפירט מיט גרויס געוויין: אגאנצן טאג האב איך גארנישט געגעסן, און איצט דריי איך זיך ארום אין די גאסן און איך האב מורא אהיימצוגיין.
דער גאון ר' יחזקאל האט זייער רחמנות געהאט אויף דעם קריסטליכן אינגל, און ער האט אים אהיימגענומען צו זיך און אים געגעבן צו עסן און צו טרינקען. נאכדעם ווי ער האט געענדיגט זיין סעודה, האט דער רב ארויסגענומען פון זיין טאש דרייסיג גולדן, אזויפיל געלט וואס דער גויאישער קינד האט פארלוירן, און דער רבי האט עס אים געגעבן, און יענער איז אהיימגעגאנגען פרייליך.
נאך דער דאזיגער מעשה, זענען אריבער עטליכע יאר. דער פראגער רב איז שוין אלט געווארן. און אט איז געקומען די נאכט פון זיבעטן טאג פסח. נאך דער יום-טוב'דיגער סעודה, די בני-בית פונעם רב זענען שוין געשלאפן און בלויז דער רב אליין איז נאך געווען וואך. ער איז געזעצן אין זיין ספרים-צימער און האט עוסק געווען אין תורה.
פלוצלינג האבן זיינע אויערן אויפגעכאפט שטילע טריט, וואס דערנענטערן זיך צו זיין הויז. עס האט זיך דערהערט א שטילן קלאפ אין טיר. די טיר האט זיך געעפנט און עס איז אריין אין צימער א יונגער קריסט. דער רב האט אים באטראכט מיט א פארוואונדערטן בליק און האט אים געפרעגט וואס ער זוכט און צו וואס ער איז געקומען אין אזא שפעטע נאכט שעה. יענער האט זיך ארומגעקוקט אויף אלע זייטן, און זעענדיג אז עס איז נישטא קיינער וואס קען אונטערהערן זיין שמועס, איז ער צוגעגאנגען צום רב און האט אים איינגערוימט אין אויער:
- דער רב דערקענט מיר נישט. איך בין יענער קריסטליכער קינד, וואס מיט יארן צוריק האט איר מיר געטון א גרויסע טובה, איר האט מיר אריינגענומען אין אייער שטוב, איר האט מיר געגעבן צו עסן און צו טרינקען און אויך א סומע געלט אין האנט און מיר געראטעוועט פון דעם כעס פון די שטיפמוטער. יעצט, ווען איך בין געוואר געווארן אז א שרעקליכע צרה האלט ביים קומען אויף די אידישע געמיינדע אין פראג, האב איך זיך דערמאנט אין דער דאזיגער געשעעניש און איך האב באשלאסן צו קומען שטילערהייט און באהאלטענערהייט אייך דערציילן וועגן דעם אומגליק וואס קומט אויף אייער קהילה.
דער נודע ביהודה איז זייער דערשראקן געווארן, הערנדיג אז עפעס שרעקליכס האלט זיך אט אט ביים אפשפילן, ער האט געבעטן דעם אייבערשטער זאל אים העלפן, אז עס זאל גארנישט געשען צו קיין אידיש קינד.
דער פרעמדער דערציילט ווייטער: אין הויז פון מיין פאטער, דער בעקער, און מיט דער עצה פון דער רשעות'דיגער שטיפמוטער, האבן זיך מיט עטליכע טעג צוריק פארזאמלט אלע קריסטליכע בעקערס פון דער שטאט און האבן באשלאסן אומצוברענגען אלע אידן פון פראג. זיי ווייסן, אז באלד נאך יום טוב, איילן זיך די אידן צו עסן חמצ'דיג ברויט. די קריסטליכע בעקערס גרייט צו פאר זיי ברויט אויף מוצאי יום-טוב".
(ווי עס ווערט דערציילט, זענען די פראגער אידן אין יענער צייט זייער געווארנט געווען נישט צו עסן קיין גוי'אישע ברויט אגאנץ יאר, אויסער מוצאי פסח, ווען די אידן האבן אליין נישט געקענט צוגרייטן חמצ'דיג ברויט, האבן די רבנים מתיר געמאכט ברויט פון גוי'אישע בעקערייען אלץ הוראת שעה).
און אט - האט פארגעזעצט דער קריסט זיין דערציילונג - היינטיגס יאהר האבן בסודי סודות באשלאסן אלע קריסטליכע בעקערס אריינצוטאן סם אין די ברויט, וואס זיי וועלן אויסבאקן פאר די אידן און צו טויטן דורך די דאזיגע רשעות'דיגע עצה אלע פראגער אידן אין איין נאכט.
איך האב אייך ארויסגעגעבן א שרעקליכן סוד - האט דער קריסט צוגעענדיגט זיין דערציילונג - און איך בין זיכער אז דער רב וועט נישט אויסזאגן מיין סוד, און צוזאמען דערמיט וועט ער זוכן עצות צו ראטעווען זיין קהילה פון א זיכערן טויט.
א טויט בלאסקייט האט באדעקט דאס פנים פון דעם רב, אַן אינערליכע ציטערניש האט אים אויפגעטרייסלט דערהערנדיג אט די ווערטער. ער האט געדאנקט דעם קריסט פון טיפן הארץ פארן מעלדן אים וועגן אומגליק וואס הענגט איבער זיין קהילה און ווען יענער איז אוועקגעגאנגען איז דער רב געבליבן זיצן פארכאפט מיט זיינע געדאנקען. עס איז אריבער א שעה נאך א שעה און פארשידענע געדאנקען זענען דורכגעפלויגן אין זיין מח, טראכטנדיג וויאזוי צו צושטערן דעם פלאן. ער האט אפגעמאכט ביי זיך אז ער וועט קיינעם נישט דערציילן איבער דאס וואס ער האט יעצט געהערט. עס איז וויכטיג צו טרעפן אַן עצה, וויאזוי צו ראטעווען די אידן פון זיין קהילה און צוזאמען דערמיט צו אנטפלעקן דעם בייזן פלאן פאר דער רעגירונג. און אט האט אויפגעבליצט אין זיין מוח א געדאנק, און א רואיגקייט האט זיך באוויזן אויף זיין פנים.
אחרון של פסח זענען אויפ'ן באפעל פונעם רב פארמאכט געווארן אלע בתי-מדרשים און בתי-כנסיות אין דער שטאט, און איינער איז ארומגעגאנגען אויסרופן אין די אידישע גאסן, אז היינט נאך שחרית וועט דער רב דרש'ענען וועגן זייער א וויכטיגן ענין, וואס רירט אָן דעם יסוד פון אידישקייט און איר קיום; אלע שטאט אידן ווערן דעריבער איינגעלאדנט צו קומען דאווענען אין דער גרויסער שול און צו הערן די ווערטער פון זייער רב.
פאר מוסף איז רבי יחזקאל ארויף אויף די בימה, ער האט זיך איינגעקוקט אין דעם גרויסן עולם, וואס האט זיך פארזאמלט ארום אים. נאכ'ן שווייגן עטליכע מינוט, האט ער זיך אנגערופן צום עולם מיט די פאלגנדע ווערטער:
"רבותי, איר ווייסט דאך, אז צו אונזער באדויערן ווערט די תורה מער און מער פארגעסן. די מוחות זענען פארטעמפט און די הערצער פארשטאפט, און די לומדים פון דור זיינען אומשטאנד אמאל צו מאכן א טעות און א פעלער. ליידער - האט דער רב אויסגערופן מיט א ציטערניש - מוז איך פאר אייך מודה זיין, אז כאטש מיר זענען זייער קלאר ביים פעסטשטעלן דעם חודש און די ימים-טובים, דאך, נאכדעם ווי איך האב זיך געמוטשעט און איך האב אריינגעטראכט אין חשבון פון דעם יאר, האב איך זיך איבערצייגט, אז איך און מיין בית-דין האבן געמאכט א גרויסן טעות און מיר האבן שיעור נישט געשטרויכלט דעם עולם אין עסן חמץ. מיר האבן געמאכט א טעות צו ציילן די פסח טעג איין טאג פאר דער צייט, ווייל מיר האבן געדארפט הייליגן דעם יום-טוב צומארגנס פון אט דעם טאג. דעריבער זייט וויסן, אז מיר האבן געהאט א טעות: היינט איז נישט אחרון של פסח, היינט איז שביעי של פסח און עס איז אסור צו עסן חמץ ביז מארגן נאכט!..."
דער גאנצער עולם איז געווארן שאקירט, הערנדיג די ווערטער פון זייער גרויסן רב. זיי האבן געהערט און געשטוינט. זיי זענען געווען צוטומלט, אבער קיינער האט נישט געוואגט זיך קעגנצושטעלן דעם ווערטער פונעם רב. אלע האבן זיך מיט'ן גאנצן הארץ אונטערגעווארפן צו דאס וואס דער רב האט געזאגט. אלע אידן פון פראג האבן דאס יאר געפייערט דעם יום-טוב פסח ניין טעג.
צומארגנס האבן פאליציאנטן ארומגערינגלט די קריסטליכע בעקערייען. זיי האבן אונטערגעזוכט און געפונען, אז די בעקערס האבן אריינגעלייגט סם אין די ברויט, וואס איז צוגעגרייט געווארן פאר די אידן אויף מוצאי פסח און אלע ארבעטער'ס זענען איבערגעגעבן געווארן אין געריכט.
דעמאלט האט יעדער שוין פארשטאנען די ווערטער פון זייער רב, וועלכער האט צוגעגעבן א ניינטן טאג צום חג המצות, און אז אדאנק זיין חכמה און פקחות האט ער געראטעוועט זיין קהילה פונעם אומגליק.
ביי די אידן האט געהערשט פרייד און לוסטיגקייט, אבער ווער האט אנטפלעקט זייער רב דעם דאזיגן סוד? אויף דעם האבן זיך געוואונדערט און געשטוינט אלע אידן פון פראג און האבן נישט געקענט לייזן דעם רעטעניש. דער רב האט גארנישט גערעדט ווען דעם פאסירונג, און נאר פאר דער פטירה, האט ער דערציילט פאר זיין זון רבי שמואל לאנדא, דער מחבר פון שאלות ותשובות "שיבת ציון", דעם גאנצן מעשה מיט אלע פרטים, און ער האט אים געזאגט:
"נישט מיין חכמה האט מיר געהאלפן דא, נאר די מדה פון רחמנות אין מיין הארץ, וואס איך האב רחמנות געהאט אויף אַן אומגליקליך קריסטליך אינגל אים צו העלפן ווען ער איז געווען אין א צרה און קלעם. דאס האט געראטעוועט די פראגער אידן פון טויט.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער גרויסער וועלט בארימטער גאון און קדוש דער נודע ביהודה האט באלויכטן די וועלט מיט זיינע גאונ'ישע ספרים איז אויך געווען בארימט מיט זיין ג-טליכע חכמה .
מען דערציילט פון זיין חכמה, אז א גרויסער עושר איז אמאהל געפארן מיט זיין בעל עגלה. ביינאכט האבן זיי זיך אפגעשטעלט אין געשלאפן אין א גאסט הויז, צופרי ווען דער עושר איז אויפגעשטאנען זעהט ער ווי דער בעל עגלה האט אנגעטוהן דעם עושר'ס קליידער, רופט זיך דער עושר צום בעל עגלה, גיב מיר צוריק מיינע קליידער. רופט זיך אן דער בעל עגלה,פארדריי נישט קיין קאפ, גיי שפאן איין דעם פערד, זאגט דער עושר, וואס איז מיט דיר געשעהן היינט?, טו אויס מיינע קליידער און גיב עס צוריק, טו דיר אן דיינע קליידער און שפאן איין דעם פערד, זיי האבן זיך גענומען שרייען,דער עושר האט געשריגען ס'איז נישט פורים היינט,איך בין דיין בעל הבית אלץ געווען, און דו ביסט דער בעל עגלה , דער בעל עגלה האט געשריגען פונקט פארקערט, איך בין דער בעל הבית און דו ביסט דער בעל עגלה.
דער בעל הבית האט געזעהן אז ער מיינט עס גאנץ ערנסט אז ער איז דער בעל הבית, , האט ער אליין איינגעשפאנט דעם פערד און זיך גענומען פארן,אזוי פארנדיג איז ער אדורך געפארן די שטאדט פראג, איז אים איינגעפאלן אז ער וועט אריינגיין צום נודע ביהודה, דער בעל עגלה טראכטענדיג אז דער עושר קען ממילא נישט אויפווייזען אז ער איז דער בעל עגלה, איז ער אויך אריין מיט אים , דער נודע ביהודה האט אויסגעהערט זייערע טענות, האט ער זיי געזאגט , אז זיי זאלען ווארטען ביז ער וועט דורך טוהן דעם ענין.

דער נודע ביהודה איז אריין אין זיין צימער , און זיי געלאזט ווארטן אינדרויסען באלד א שעה, נאך די שעה גיט זיך פלוצלונג דער נודע ביהודה א רוף אהן "צום ערשט זאל דער בעל עגלה אריינקומען", דער (אמתדיגער) בעל עגלה, האט זיך אזוי פארטראכטערהייט געגעבען א שטעל אויף און זיך געוואלט נעמען גיין, נאכדעם האט ער זיך געכאפט אז ער איז כלומר'שט דער עושר, איז ער צוריק געלאפען אבער עס איז שוין געוועהן צו שפעט , ווען דער נודע ביהודה שרייט שוין אויף אים, "טו דיר אויס אין די מינוט זיינע קליידער..."
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

ביים הייליגע דברי חיים זי"ע אין בית המדרש זיינען געזעסען א פאר יונגע לייט "יושבים" און געשמועסט וועגין צדיקים פון די פריערדיגע דורות .
פלוצלונג איז אריינגעקומען דער דברי חיים זצ"ל און האט זיי געפרעגט פון וואס זיי שמועסען . האט איינער געענפערט : מיר שמועסען איצט פון דעם גדלות און צדקות פון נודע ביהודה זצ"ל.
האט דער דברי חיים זצ"ל זיך אנגערופען איך וועל אייך דערציילען דריי סיפורים פונעם נודע ביהודה. וועט איהר האבען א השגה פון דעם גרויסקייט פון נודע ביהודה .
דער ערשטער סיפור איז:
אין די שטאדט פראג וואו דער נודע ביהודה איז געוועהן רב האט געוואוינט א סופר וועלכער האט זיך מפרנס געוועהן פון כתיבת ספר תורה תפילין מזוזות , איז ארויס א קול אויף אים אז ער האט עובר געוועהן א עבירה חמורה רח"ל .
דער נודע ביהודה האט געוואלט פעסטשעלען אויב דער שם רע איז אמת האט ער געלאזט רופען דעם סופר צו זיך.

ווען דער סופר איז געקומען האט דער נודע ביהודה גענומען א סופרישע פעדער און עס איינגעטונקען אין טינט און געגעבען דעם סופר אין דער האנט ער זאל דערמיט שרייבען א געוויסען פסוק פון דער תורה וואס אין דעם פסוק שטייט דער איסור אויף וועלכען דער סופר האט עובר געוועהן ,
דא איז געשעהן אן אויסערגעווינליכע זאך . דער סופר וועלכער איז פון תמיד געוועהן א גוטער סופר האט נישט געקענט אויפשרייבען אפילו איין אות פון דעם פסוק.

האט דער נודע ביהודה נאכאמאהל איינגעטונקען די פעדער אין טינט און געהייסען פאר דעם סופר צו שרייבען אן אנדערען פסוק . און דאס האט דער סופר גאנץ גוט געשריבען .
האט דער נודע ביהודה ווידער אמאהל איינגעטונקען די פעדער אין טינט און אים געהייסען שרייבען דעם פרירעדיגען פסוק , האט ער ווידער נישט געקענט שרייבען אזוי האט דער נודע ביהודה געפרואווט דריי מאהל ער האט יעדעס מאהל איינגעטונקען די פעדער אין טינט , אנדערע פסוקים האט דער סופר געשריבען ווי געווענליך אבער דעם געוויסען פסוק האט ער נישט געקענט אויפשרייבען .
דער נודע ביהודה האט באלד פארשטאנען אז די מעשה איז אמת . און ווען דער סופר האט געהאלטען די פעדער צווישען די פינגער פרואווענדיג נאך אלץ צו שרייבען דעם פסוק. האט דער נודע ביהודה אומבאמערקטערהייט ארויסגעכאפט א שארף העקעל פון בוזעם טאש , און מיט גרויס פלינקייט אפגעהאקט דעם סופר צוויי פינגער מיט וועלכע מען האלט א פעדער אין דער האנד כדי ער זאל מער קיינמאהל נישט קענען זיין קיין סופר און נישט מכשיל זיין את הרבים
אט דאס הייסט אבירות הלב (א שטארק הארץ ) פון א רב – האט דער צאנזער רב זצ"ל מסיים געוועהן .
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער צווייטער סיפור איז :
אמאהל איז געקומען א איד צום נודע ביהודה און געזאגט "רבי" זייט מיך מחזק אין עניני אמונה ווייל לעצטענס קומען מיר אין דער מחשבה פארשידענע דיעות כוזבות און מיין אמונה איז אפגעשוואכט( רח"ל) , רבי איך דארף האבען התחזקות"
דער נודע ביהודה האט אים גאר נישט געענפערט נאר אריינגעפירט אין די קאך וואו עס איז געוועהן אן עוף צושניטען און אויסגעזאלצען אויף א זאלץ קערבל . דער נודע ביהודה האט געזאגט צום עוף " נעם דיך צוזמאען און באווייז אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט"
האבען זיך די צושניטענע טיילען פון דעם עוף צוזאמען גענומען און זיך צוזאמענגעשטעלט ווי א גאנץ עוף . עס האט אויך באקומען א רוח חיים , און איז אראפגעשפרינגען פון זאלץ קערבל און גענומען ארום לויפען אין שטוב.
האט דער נודע ביהודה געפרעגט דעם איד "אצינד זעהסטו שוין אז עס איז דא א בורא כל העולמים" האט דער איד געענפערט : "יא"
האסטו נאך ספיקות אין עניני אמונה" האט אים דער נודע ביהודה געפרעגט ?
האט דער איד געענפערט "ניין "
דערנאך האט דער נודע ביהודה געזאגט צום עוף "גיי צוריק אזוי ווי דו ביזט געוועהן פריער" איז דאס עוף צוריק ארויף געשפרינגען אויף דעם זאלץ קערבל און זיך צופאלען אויף טיילען אזוי ווי פריער .
דער איד האט געזאגט צום נודע ביהודה "יישר כוחכם רבי ממש החייתני "
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

דער דריטער סיפור איז :
א קצב אין דער שטאדט פראג איז געקומען צום נודע ביהודה פרעגען א שאלה אויף א בהמה . דער נודע ביהודה האט מעיין געוועהן אין דער שאלה און גע'פסק'ענט אז די בהמה איז טריפה.
דער קצב איז געווארען זייער אויפגערעגט ווייל עס האט אים געדראעט א גאר גרויסער היזק און ווי אמאליגע קצבים איז ער געוועהן א רויער יונג זייער געמיין האט ער אין גרויס אויפרעגונג ארויסגעכאפט א שארף מעסער און געזאגט צום נודע ביהודה,
"רבי אויב איר וועט נישט מכשיר זיין די בהמה וועל איך אייך דערשטעכען מיט דעם מעסער" (רח"ל)
האט דער נודע ביהודה געענפערט "ווארט אביסל" וועל איך נאכמאהל מעיין זיין אין דעם דין" האט ער נאכמאהל מעיין געוועהן אין דער הלכה און דעמאלס אויסגערופען הויך איפ'ן קול : "יא איך פסק'ען אז די בהמה איז טריפה" זאגענדיג די ווערטער האט דער נודע ביהודה אויפגעקנעפלט זיין העמד און אויפגעדעקט זיין לייב ביים הארץ און אויסגערופען "אצינד אויב דו ווילסט , שטעך"
דער קצב האט אויפגעהויבען זיין האנט אבער מער האט ער זי שוין נישט געקענט רירען!!! זי איז געבליבען פארשטייפט אויסגעשטרעקט און די הויך מיט דעם מעסער אין שפיץ.
כ"ק מרן אדמו"ר מהרב"צ זצוקלה"ה הי"ד (בעל קדושת ציון) האט מסביר געוועהן בשם כ"ק אביו מרן אדמו"ר הגה"ק מהר"ש זצ"ל אז דאס וואס דער נודע ביהודה האט נאכמאהל מעיין געוועהן ביי דער שאלה וואס דער קצב האט געפרעגט איז געוועהן צו מאכען קלאר צו ער האט ארויסגעגעבין דעם פסק מצד הדין פאר וועלכען ער איז זיך געוועהן גרייט מוסר נפש צו זיין אדער עס איז געוועהן מצד א חומרא פאר וועלכע מען טאר זיך נישט מוסר נפש זיין . ווי מיר זעהן איז דער פסק געוועהן על פי הדין און דעריבער איז ער גריייט געוועהן זיך מוסר נפש צו זיין.

נאך א הסבר האט אויף די מעשה האט הרב הגאון דער דאברא רב זצ"ל (רב פון קרית באבוב ) איבערגעזאגט פון כ"ק אדמו"ר מהרב"צ מבאבוב זצ"ל הי"ד, אז באמת איז שווער ווי אזוי מעג מען זיך מוסר נפש זיין אויף דעם , עס איז נאר דא די דריי עבירות וואס מען איז זיך מחויב מוסר נפש צו זיין אבער אויף אנדערע טאר מען זיך נישט מוסר נפש זיין, איז דער תירוץ ווייל אין די תורה שטייט ביי דיינים "לא תגורו מפני איש " איר זאלט נישט מורא האבען פאר קיין מענטש אז ווען איר פסק'נט על פי תורה זאלט איר נישט מורא האבען פאר קיין מענטש – ממילא איז דער נודע ביהודה געוועהן זיכער אז דער קצב קען אים גארנישט טוהן ווייל די תורה זאגט האב נישט קיין מורא.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

צו דעם נודע ביהודה איז אמאל געוקמען איינער אין א ווינטער נאכט פרעגן א שאלה, אין דרויסן איז געווען א גרויסע פראסט, נאר ביים נודע ביהודה אין שטוב איז געווען ליכטיג און ווארעם. פרעגט ער דעם רב רבי! לויט ווי איך זעה, האט איר עולם הזה, וועט איר דאך נישט האבן קיין עולם הבא, ווייל מ'גיט אייך אפ אויף די וועלט. אבער איך וואס האב נישט קיין עולם הזה וועל איך זיכער האבן עולם הבא? האט איהם דער גאון געענטפערט: עס איז דאך א קל וחומר אז איך וועל יא האבן עולם הבא, מאדאך איך וואס ארבעט כסדר צו באקומען עולם הבא גיט מען מיר עולם הזה אויף וואס איך ארבעט נישט, איז מכל שכן וועל איך באקומען עולם הבא אויף וואס איך ארבעט יא. אבער דו וואס דו ארבעטס צו באקומען עולם הזה און דאך באקומסט דו דאס נישט איז א ודאי אז עולם הבא וועסטו נישט באקומען.
יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוםטובערליך »

בס"ד

אין איינס פון די גליונות דעם שב"ק פר' אמור איז געשטאנען בשם א ספר, אז דער בעשטה"ק זי"ע האט געזאגט אז א האלבע וועלט שטייט אין זכות פונעם נודע ביהודא זי"ע און הגה"ק רבי איציקל האמבורגער זי"ע.
אוועטאר
סעמיטשקע
שר מאה
תגובות: 174
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש מאי 23, 2009 6:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעמיטשקע »

אין שו"ת חת"ס אין או"ח קכ"ז שרייבט ער בנוגע די שיעורים וואס די צל"ח [=נודע ביהודא] איז שטארק מחמיר צי גרויסע כזיתים און רביעיתן, אז היות עס ווערט גיברענגט אין תשובה מאהבה [שו"ת וואס ר' אליעזר פלאקילס האט געשריבן תלמיד מובהק פון נודע ביהודא] אז אז זיין רבי די נודע ביהודא איז גיווען א דיקע מענטש, ממילא פירט אויס די חת"ס דעריבער קען מען נישט פסקנען לויט זיינע מעסטונגען, ווייל זיינע אצבעות זיינען דיקערע ווי די המון.

אינטערסאנט איז די חת"ס איז דארט ממשיך אין די תשובה ווי ער האט אליין געמאסטן די אלע שיעורים מיט זיינע אייגענע פאטענטען, ומכאן קצת ראי' ווי עס שילדערין איינע פון די כותבי תולדות חת"ס אז אין די פרעשבורגער ישיבה האט די חת"ס אוועקגישטעלט א דמות פון א בהמה גימאכט פון חלב כדי ממחיש צו זיין עניני זבחים, און אזוי אויך א דמות פון א מענטש [פארשטייט זיך אויב סאמת איז עס גיווען אויף א אופן וואס סנישט גיווען א איסור פסל, אבער למעשה קיינער פון די תלמידים שרייבען עס נישט].

סאיז דא אן אימרא אז אין בעלזא האט מען נישט גיזאגט ל"ב בעומר קיין לשם יחוד צוליב כבודו פינעם נודע ביהודא, [ווי ער שרייבט הארב קעגען די וואס זענען זיך נוהג הכי] אבער למעשה כפי וואס כהאב זיך נאכגעפרעגט פירט מען זיך נישט אזוי.
נאר אין סאנז וואס כידוע דער סאנזע רב האט געקאכט שטארק אין נודע ביהודא, איז מען זיך נוהג [אין באבוב זיכער] צו זאגין לשם יחוד בקול נמוך ביז הננו מוכן.

די נודע ביהודא אין די מפורסמדיגער תשובה שרייבט ער קעגן די וואס זענען זיך אזוי נוהג און הענגין זיך אהן אז זיי פארשטייען קבלה, וואס איז אינטערסאנט אז סדא היינט א סידור ע"פ כוונת אר"י מיטן חתימה פינעם נודע ביהודא אויפן שער [סדא צובאקומען קאפיס] און מאנכע זענען מעיד אז סגאר דא הגהות [דאס האב איך קיינמאהל גיזעהן און סמעגליך גאר א גוזמא], סדא נאך פיהל ראיות אז די נודע ביהודא איז גיווען גרויס אין קבלה ועוד חזון.

אויפן תשובה זעלבסט איז דא אין ס' ויואל משה [וואס סאטמער רב האט פארפאסט] מאמר ישוב א"י סי' מ"ז עמ' רמ"ט, א הפלא דיגער כאפ [נוסח די סיפורים פון ר' יוסל שיינבערגער "עולמות שנחרבו"], אז דער נודע ביהודא האט צוריק געצויגען פון דעם תשו' נגד אמירת לשם יחוד, ווייל אויפן ספר אור לישרים [דרושים] איז דא א ווארימער הסכמה פון נודע ביהודא און דער מחבר שרייבט דארט ענינים פארוואס מזאל יא זאגין לשם יחוד, און דאס איז גאר און דרוש ראשון [ווי סלייגט זיך אויפן שכל אז די נודע ביהודא האט דאס גיזעהן].

דער בעש"ט הק' האט שטארק פארדאמט די תלמידים וואס האבען געריפן דעם נודע ביהודא מיט א זלזול [א "ניק" לגנאי בלשונינו].
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

מצבת קודש פונעם הייליגן נודע ביהודה זי"ע אין פראג
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

סעמיטשקע האט געשריבן:נאר אין סאנז וואס כידוע דער סאנזע רב האט געקאכט שטארק אין נודע ביהודא, איז מען זיך נוהג [אין באבוב זיכער] צו זאגין לשם יחוד בקול נמוך ביז הננו מוכן.


אין צאנז און אין באבוב "זאגט מען עס בכלל נישט", נישט שטיל און אוודאי נישט הויעך. איינמאל אין יאהר האט מען געזען ווי דער רב ז"ל האט געטייטלט אויף דער לשם יחוד - נישט געזאגט, פסח ביינאכט פאר אכילת מצה.
קום אריין אין באבוב אין די ספירה, וועסטו הערן נאכ'ן אמן פון קדיש, ווי מען הייבט גלייך אהן "הנני מוכן" און נישט לשם יחוד (עס איז נישטא קיין שטילשטאנד - ווי עס וואלט געדארפט זיין אויב מען וואלט עס געזאגט שטיל).
קרעפטיג
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 07, 2008 9:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעפטיג »

יארצייט היינט.
מזל מידיע
שר האלף
תגובות: 1593
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 24, 2015 9:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מזל מידיע »

בס"ד

אין די היסטאריע פארשונגען וואס מיר טוען פאר די טעגליכע היסטאריע סעריע, איז אויסגעקומען צו זעהן אז די ערשטע מלחמה קעגן השכלה איז געקומען פונעם הייליגן נודע ביהודה זי"ע, בסוף ימיו ממש אין די תק"מ יארן, און אויף דעם פאררופט זיך דער הייליגער חתם סופר זי"ע.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: סיפורים וענינים מה'נודע ביהודה' מפראג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דער קעפל פונעם אשכול דארף מען טוישן.
עכ"פ איז פארהאן אויפן גרויסן געוועב PDF פון תולדות ומחקרים פון דער נודע ביהודה?
ותודה למפרע פאר צו שטעלן די לינקס
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

איטשע האט געשריבן:
סעמיטשקע האט געשריבן:נאר אין סאנז וואס כידוע דער סאנזע רב האט געקאכט שטארק אין נודע ביהודא, איז מען זיך נוהג [אין באבוב זיכער] צו זאגין לשם יחוד בקול נמוך ביז הננו מוכן.


אין צאנז און אין באבוב "זאגט מען עס בכלל נישט", נישט שטיל און אוודאי נישט הויעך. איינמאל אין יאהר האט מען געזען ווי דער רב ז"ל האט געטייטלט אויף דער לשם יחוד - נישט געזאגט, פסח ביינאכט פאר אכילת מצה.
קום אריין אין באבוב אין די ספירה, וועסטו הערן נאכ'ן אמן פון קדיש, ווי מען הייבט גלייך אהן "הנני מוכן" און נישט לשם יחוד (עס איז נישטא קיין שטילשטאנד - ווי עס וואלט געדארפט זיין אויב מען וואלט עס געזאגט שטיל).

פאר ברוך שאמר זאגט מען אין צאנז יא "הריני מזמן את פי"?
דעם יהי רצון פאר אתרוג בענטשן זאגט מען? מ'לאזט אויס דעם לעצטן שטיקל?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3327
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: סיפורים וענינים מה'נודע ביהודה' מפראג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

ניין
יא, ניין. פרעג מיר נישט פארוואס, כ׳ווייס נישט.

אגב דער הריני מזמן געהערט. נישט פאר ברוך שאמר, נאר פאר הודו, ס׳איז אן אריינפיר צו פסוקי דזמרה און האט קיין שייכות מיט ברוך שאמר.

אגב כ׳רעד פון באבוב און נישט פון צאנז.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

Re: סיפורים וענינים מה'נודע ביהודה' מפראג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

אין מונקאטש זאגט מען טאקע הרינו מזמן פאר הודו
דביה תחדי נפשא
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

ניין טעג פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

זיידעניו האט געשריבן:אין איינעם א וואכנטאג נאך מעריב, ווען דער גאון רבי יחקאל לאנדא זצ"ל, דער פראגער רב און מחבר פון "נודע ביהודה", איז צוריקגעגאנגען פון שול צו זיך אהיים, האט ער באמערקט ווי א קריסטליך אינגל, אין צוריסענע קליידער, בלאנדזשעט ארום אויף דער אידישער גאס. אין זיין האנט האלט ער א ליידיגע קויש און ער שטייט און וויינט. איז רבי יחזקאל צוגעגאנגען צום ארעמען אינגל און האט אים געפרעגט מיט רחמנות:
וכו' וכו'
אחרון של פסח זענען אויפ'ן באפעל פונעם רב פארמאכט געווארן אלע בתי-מדרשים און בתי-כנסיות אין דער שטאט, און איינער איז ארומגעגאנגען אויסרופן אין די אידישע גאסן, אז היינט נאך שחרית וועט דער רב דרש'ענען וועגן זייער א וויכטיגן ענין, וואס רירט אָן דעם יסוד פון אידישקייט און איר קיום; אלע שטאט אידן ווערן דעריבער איינגעלאדנט צו קומען דאווענען אין דער גרויסער שול און צו הערן די ווערטער פון זייער רב.
פאר מוסף איז רבי יחזקאל ארויף אויף די בימה, ער האט זיך איינגעקוקט אין דעם גרויסן עולם, וואס האט זיך פארזאמלט ארום אים. נאכ'ן שווייגן עטליכע מינוט, האט ער זיך אנגערופן צום עולם מיט די פאלגנדע ווערטער:
"רבותי, איר ווייסט דאך, אז צו אונזער באדויערן ווערט די תורה מער און מער פארגעסן. די מוחות זענען פארטעמפט און די הערצער פארשטאפט, און די לומדים פון דור זיינען אומשטאנד אמאל צו מאכן א טעות און א פעלער. ליידער - האט דער רב אויסגערופן מיט א ציטערניש - מוז איך פאר אייך מודה זיין, אז כאטש מיר זענען זייער קלאר ביים פעסטשטעלן דעם חודש און די ימים-טובים, דאך, נאכדעם ווי איך האב זיך געמוטשעט און איך האב אריינגעטראכט אין חשבון פון דעם יאר, האב איך זיך איבערצייגט, אז איך און מיין בית-דין האבן געמאכט א גרויסן טעות און מיר האבן שיעור נישט געשטרויכלט דעם עולם אין עסן חמץ. מיר האבן געמאכט א טעות צו ציילן די פסח טעג איין טאג פאר דער צייט, ווייל מיר האבן געדארפט הייליגן דעם יום-טוב צומארגנס פון אט דעם טאג. דעריבער זייט וויסן, אז מיר האבן געהאט א טעות: היינט איז נישט אחרון של פסח, היינט איז שביעי של פסח און עס איז אסור צו עסן חמץ ביז מארגן נאכט!..."
וכו' וכו'

ווייסט איינער דער ערשטע מקור פון דער מעשה ?
עס גלייבט זיך שווער אז אין א שטאט ווי פראג האט א רב דאס געקענט טוהן, דער לוח איז נישט א פארנעפלטע זאך אין יעדער בר בי רב דחד יומא קען דער חשבון
(איך האף אז דער פארפאסער פון דער מעשה האט נישט געהאט קיין בייזווילגע כוונה ודי)
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: סיפורים וענינים מה'נודע ביהודה' מפראג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

דו האסט א הו"א אז די מעשה האט פאסירט אין ווירקליכקייט?
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: סיפורים וענינים מה'נודע ביהודה' מפראג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

יידישע קהילות האט געשריבן:דו האסט א הו"א אז די מעשה האט פאסירט אין ווירקליכקייט?

ניין
איך פרעג ווער איז דער בעל מחבר
אוועטאר
שופר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 453
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2016 11:40 pm

Re: ניין טעג פסח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שופר »

אליעזר לאנדא האט געשריבן:
זיידעניו האט געשריבן:אין איינעם א וואכנטאג נאך מעריב, ווען דער גאון רבי יחקאל לאנדא זצ"ל, דער פראגער רב און מחבר פון "נודע ביהודה", איז צוריקגעגאנגען פון שול צו זיך אהיים, האט ער באמערקט ווי א קריסטליך אינגל, אין צוריסענע קליידער, בלאנדזשעט ארום אויף דער אידישער גאס. אין זיין האנט האלט ער א ליידיגע קויש און ער שטייט און וויינט. איז רבי יחזקאל צוגעגאנגען צום ארעמען אינגל און האט אים געפרעגט מיט רחמנות:
וכו' וכו'
אחרון של פסח זענען אויפ'ן באפעל פונעם רב פארמאכט געווארן אלע בתי-מדרשים און בתי-כנסיות אין דער שטאט, און איינער איז ארומגעגאנגען אויסרופן אין די אידישע גאסן, אז היינט נאך שחרית וועט דער רב דרש'ענען וועגן זייער א וויכטיגן ענין, וואס רירט אָן דעם יסוד פון אידישקייט און איר קיום; אלע שטאט אידן ווערן דעריבער איינגעלאדנט צו קומען דאווענען אין דער גרויסער שול און צו הערן די ווערטער פון זייער רב.
פאר מוסף איז רבי יחזקאל ארויף אויף די בימה, ער האט זיך איינגעקוקט אין דעם גרויסן עולם, וואס האט זיך פארזאמלט ארום אים. נאכ'ן שווייגן עטליכע מינוט, האט ער זיך אנגערופן צום עולם מיט די פאלגנדע ווערטער:
"רבותי, איר ווייסט דאך, אז צו אונזער באדויערן ווערט די תורה מער און מער פארגעסן. די מוחות זענען פארטעמפט און די הערצער פארשטאפט, און די לומדים פון דור זיינען אומשטאנד אמאל צו מאכן א טעות און א פעלער. ליידער - האט דער רב אויסגערופן מיט א ציטערניש - מוז איך פאר אייך מודה זיין, אז כאטש מיר זענען זייער קלאר ביים פעסטשטעלן דעם חודש און די ימים-טובים, דאך, נאכדעם ווי איך האב זיך געמוטשעט און איך האב אריינגעטראכט אין חשבון פון דעם יאר, האב איך זיך איבערצייגט, אז איך און מיין בית-דין האבן געמאכט א גרויסן טעות און מיר האבן שיעור נישט געשטרויכלט דעם עולם אין עסן חמץ. מיר האבן געמאכט א טעות צו ציילן די פסח טעג איין טאג פאר דער צייט, ווייל מיר האבן געדארפט הייליגן דעם יום-טוב צומארגנס פון אט דעם טאג. דעריבער זייט וויסן, אז מיר האבן געהאט א טעות: היינט איז נישט אחרון של פסח, היינט איז שביעי של פסח און עס איז אסור צו עסן חמץ ביז מארגן נאכט!..."
וכו' וכו'

ווייסט איינער דער ערשטע מקור פון דער מעשה ?
עס גלייבט זיך שווער אז אין א שטאט ווי פראג האט א רב דאס געקענט טוהן, דער לוח איז נישט א פארנעפלטע זאך אין יעדער בר בי רב דחד יומא קען דער חשבון
(איך האף אז דער פארפאסער פון דער מעשה האט נישט געהאט קיין בייזווילגע כוונה ודי)

http://www.ivelt.com/forum/viewt ... 9#p1655822

בעצם קען זיין אז די חלק איז טאקע נישט אמת נאר ער האט סתם אנגעזאגט אז מען זאל נישט קויפן די ברויט, אזוי ווי הרב עובדי' פארציילט עס...
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: סיפורים וענינים מה'נודע ביהודה' מפראג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הסרפד »

דער עלטסטער מקור לכאורה וואס איך האב דערווייל געטראפן איז הרב זוין (געדרוקט אין ר' מנחם גוטמאן'ס סעריע).

די קשיא מיט דעם לוח איז נישט אזא גרויסע - כידוע פלעגן לוח-דרוקערס זיך פארלאזן אויף געוויסע 'גרינגע' מהלכים צו רעכנען דעם לוח (עיגול דרב נחשון) וואס איז גורם צו גרייזן אין געוויסע יאהרן, אין מורי הוראה האבן טאקע געדארפט מפרסם זיין אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף די לוחות יענע יאהרן (דער נושא ווערט דערמאנט בקיצור אין משנה ברורה).
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

Re: סיפורים וענינים מה'נודע ביהודה' מפראג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישלהוסיף »

דער קשיא וואס איך האב אלץ געהאט איז געוועזען, אז לפי דעם וועט אויסקומען אז מוצאי אחרון של פסח, האט מען אין פראג יענץ יאר געדאווענט א געהעריגע יום טוב'דיגע מעריב, דער אנדערן טאג [אסרו חג] שחרית האט מען געדאווענט א יום טוב'דיגע דאווענען מיט קריאת התורה וכיוצ"ב (אדער האט מען זיך דערוויסט פון דער סם נאך ביפאר דאווענען). להלכה קען מען דען מאכן אזא שריט אפילו לפיקוח נפש?

לפי דער גירסא פון רבי עובדיה וועט אויסקומען אז אחרון של פסח האט מען שוין געוויסט נאך דער דרשה פון דער נודע ביהודה אז עפעס גייט פאהר מיט דער ברויט און אז קיינער זאל עס נישט מארגען קויפן. דער גירסא שטומט עפעס בעסער.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

Re: סיפורים וענינים מה'נודע ביהודה' מפראג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

די חידוש פון די מעשה איז דאס וואס דער נו"ב האט זיך מרחם געווען און געגעבן צדיק פאר אן אינו יהודי
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אליעזר לאנדא
שר האלף
תגובות: 1806
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 15, 2019 11:42 am

Re: סיפורים וענינים מה'נודע ביהודה' מפראג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אליעזר לאנדא »

הסרפד האט געשריבן:דער עלטסטער מקור לכאורה וואס איך האב דערווייל געטראפן איז הרב זוין (געדרוקט אין ר' מנחם גוטמאן'ס סעריע).

די קשיא מיט דעם לוח איז נישט אזא גרויסע - כידוע פלעגן לוח-דרוקערס זיך פארלאזן אויף געוויסע 'גרינגע' מהלכים צו רעכנען דעם לוח (עיגול דרב נחשון) וואס איז גורם צו גרייזן אין געוויסע יאהרן, אין מורי הוראה האבן טאקע געדארפט מפרסם זיין אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף די לוחות יענע יאהרן (דער נושא ווערט דערמאנט בקיצור אין משנה ברורה).

דער חשבון בלייבט א גרינגער (מולד זקן ולא אד"ו ראש ותולדותיהן) אין פראג האט נישט געפעלט דער וואס האבען געוויסט דער חשבון, אין אזוי אויך האט נישט געפעלט פאר דער נו"ב מתנגדים אין פראג וואס וואלטען נישט דורך געלאזט אזא זאך בשתיקה [אפי' אין יאמפולא איז דאס שווער צו גלייבן]

עיגול דרב נחשון איז דער לוח געדרוקט אין טור (עד שקמתי דבורה) מיוסד אז נאך דרייצען מחזורים חזר'ט עס זיך איבער בדיוק, דער טעותים דארט הייבען זיך אהן [עכ"פ נאך שנת ר"פ] ערשט בשנת תרס"ב, אין אפי' אזוי דארף מען נאר פריער מאכ'ן פסח נישט שפעטער (שהעיגול חסר תתק"ה חלקים ונמצא לפעמים שהמולד הוא קודם חצות ולא אחריו)

וואס יא, עס איז פשוט געוועהן טעותי הדפוס אין טור [שהעיר עליהם הפר"ח], ומתוכם שנת תקכ"א-ב-ג-ו-ז, קען זיין אז דער נו"ב האט אמאל מדחה געוועהן פסח מיט א טאג משום זה, אין איינער מיט א גרויסע דמיון האט געבויט דער מעשה אויף דעם
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”