שלשלת שאָץ (זלאטשוב)

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

שלשלת שאָץ (זלאטשוב)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

נישט לכבוד עצמי דורש שלשלת שאַץ מיט א פתח, נאר שאָץ מיט א קמץ,

די ערשטע פון די שאצע רבי'ס איז געוועהן ר' יואל (בן ר' חיים מסאנטוב ב"ר יוסף מיאמפעלי)
חתן הרה"ק ר' מאיר פרימשלאן

בניו
1 ר' מאיר
2 ר' מרדכי יוסף משה

בני ר' מאיר
1 ר' יצחק (חתן רי"ד סאסוב) נפ' תשי"ח
2 ר' ארי' לייב (חתן בורשטין) נפ' תשי"ד
3 ר' יעקב (חתן זמיגראד) נפ' תשי"ד
4 ר' יואל (חתן ר' שלום שאץ - לאנדאן) נפ' תש"מ

בני ר' מרדכי יוסף משה
ר' שלו (חתן דודו ר' מאיר) לאנדאן נפ' כ"ב טבת תשי"ח, ושם מנ"כ ווי אידן גייען אויף זיין ציון יעדן פרייטאג
ר' חיים יואל מסאמבור
ר' יחיאל מיכל מהארדענקא

דאס איז בלויז די זון, עס זענען דא אויך איידעמער פון זיי אלע, ווער עס ווייסט קען צולייגן עד שידו מגעת,

די היינטיגע שאצע רבי'ס זענען קינדער פון ר' מיכל ב"ר שלו מלאדאן
5 ברודער'ס
ר' מיכל ב"פ ז"ל
ר' יוסף חיים וומס"ב
ר' יצחק אלעזר מאנסי - א"י
ר' יעקב ב"ב
ר' יודא אנטווערפן

2 שועסטער
הרבנית מקאסעני ע"ה (אשת ר' משולם בן ר' פנחס שלום מקאסאן)
הרבנית דייטש (אשת ר' יחזקאל דייטש מאנסי בן הרב מפריימאן)
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

ראשית, אן גרויסען דאנק פאר דעם געדאנק. צו צייכענען די חושעבע שלשלת הקודש פון בית שאטץ - זלאטשוב.
ר' יחי"מ האט נאך א זון ר' נפתלי פון אשדוד. ס'איז אויכעט דא נאך א שאטצער רבי און ירושלם א בעלזער חסיד ר' יעקב יצחק מ"ב.
וואס האט ר' מנחם דוד האגער (בהרה"ג דעם סערעטער ראש ישיבה זצ"ל) פון חיפה און אר"י מיט דער שאטצער רעביסטעווע?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

גערעכט ר' נפתלי איז אויך א ברודער מיט די שאצ'ע רבי'ס אבער ער הייסט מעליצע רבי און וואוינט אין אשדוד,
מלפנים חתן ר' נחמן כהנא מספינקא
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א גרויסן יישר-כח הרב משאץ (מיט א פתח).

איין איידעם קין איך מוסיף זיין.

ר' ישראל דוד הוראוויץ ב"ר טובי' משענדישוב חתן ר' מאיר משאץ, י"ז טבת תשכ"ז.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' יואל משאץ אבי השולשלת האט געהאט נאך א זון:
ר' אלטר אהרן ארי' מפאדאלאי חתן ר' צבי ארי' השני מאליק.
איידעמער פון ר' יואל:
ר' לייבוש מברעזאן בעל אמרי יהודה.
ר' משה אייזיקסאהן מראמאן.
ר' יעקב שלמה שמערלער מגורא הומורא נכד פרעמישלאן.

ר' מאיר משאץ האט געהאט נאך איידעמער:
ר' שלום משאץ (בן אחיו)
ר' אהרן היילפרין מברעזאן.
ר' אלעזר טווערסקי מפאלטיטשאן.
ר' אליעזר ליפא בינדיגער (?).
ר' נפתלי מרדכי שמערלער מפרעמישלאן-עכו.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' מיילעך,
ר' יהודה'לע אייזיקסאן חתן העצ"ח איז געווען א זוהן פון ' אברהם ישכר דוב אב"ד פאליען, האט דאס א שייכות מיט ר' משה חתן ר' יואל מ'שאץ?
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

מיילעך!
איך געדענק אז ר' יעקב ישראל ישורין מסאסרעגן איז געוועהן א איידעם בזווג ראשון אין שאץ, איר ווייסט אפשר ווי?
פון דעם קינד איז געבוירן הרבנית אשת ר' נחמן כהנא מספינקא
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

האט דער וואוידיסלעוער רב ז"ל געהאט עפעס א שייכות מיט ר' מיכל ב"ר שלו מלאנדאן?
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן:מיילעך!
איך געדענק אז ר' יעקב ישראל ישורין מסאסרעגן איז געוועהן א איידעם בזווג ראשון אין שאץ, איר ווייסט אפשר ווי?
פון דעם קינד איז געבוירן הרבנית אשת ר' נחמן כהנא מספינקא.
ר' מיילעך, אנטשולדיגט פארן ענטפער'ן אנשטאט אייך,
שם הרבנית בזו"ר רעכיל בת ר' מרדכי יוסף משה מסוליצא, ושם בתו אשת ר' נחמן היתה חנה.
scy4851 האט געשריבן:האט דער וואוידיסלעוער רב ז"ל געהאט עפעס א שייכות מיט ר' מיכל ב"ר שלו מלאנדאן?
דער וואוידיסלאוו'ער רב ר' ישכר בער איז געווען א איידעם ביי מהר"ש משאץ-לאנדאן.

די זוהן פון ר' שלום זענען ליידער אלע אוועק בחייו, פון די טעכטער א טייל.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ישר כוח הרב ביקסאד
איך געדענק איך פלעג צי זעהן ר' מיכל'ס רעבעטצין דארט און שטוב. הייסטעס אז זו געווען א שוועגערען פארען וואוידעסלאוו'ר רב ז"ל
the SCY is the limit
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

טאכטער פון ר' אלעזר מ'בארעווע-מעליץ,

געדענקסט וואו די סליחות געלט אין ספינקא פלעגט גיין צו ?
ועמך כולם צדיקים
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

לכבוד מיללער.
ר' יחיאל יהודה אייזיקסאהן איז געווען א קרוב מיטן דערמאנטן ר' משה, זיין יחוס איז ווי פאלגענד:
ר' יחיאל יהודה ב"ר אברהם ישכר בער מפאליען(חתן בעל ליקוטי מהרי"ח) ב"ר שלמה מראמאן (חתן ר' מאיר מקרעטשניף בן ר' מרדכעלע מנאדבורנא) ב"ר יצחק מהערץ-ראמאן (חתן דו"ז ר' דוד מראמאן ב"ר יצחק מקאליש) ב"ר אהרן ארי' מנאדבורנא בעל יד אהרן בן ר' בערצי מנאדבורנא בן ר' יצחק מקאליש בן ר' ארון לייב מפרעמישלאן בן ר' מאיר הגדול זי"ע.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח ר' מיילעך פאר די טירחא.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' מרדכי יוסף משה מסאליצא איידעמער זענען געווען:
ר' חנוך העניך זילבערפארב אדמו"ר מקוידינאב.
ר' יעקב ישראל ישורון מסאסרעגין בזיוו"ר (אלע קינדער זענען פון זיוו"ש בת ר' חיים דאכנער מסערעט, אחוץ פון די ספינקא רעביצין).
ר' אברהם אביש קאנער מטשחויב-חיפה בעל אהל קדושים.

ר' שלום משאץ האט איבערגעלאט 3 זון און 3 טעכטער:
ר' יצחק חתן ר' לייבוש מרדכי משינאווא.
ר' יעקב חתן ר' יוסף דוב סיגל (אלמנתו נישאה אח"כ לר' יאשע בעלזער).
ר' יחיאל מיכל חתן ר' אלעזר הורוויץ ממעליץ.
אשת ר' יואל משאץ-מאנטריאל.
אשת ר' יעקב הלברשטאם מטשאקעווע.
אשת ר' ישכר בער מוואידיסלאוו.
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ר' יעקב פון טשאקאווא איז די פאטער פון ר' משה ז"ל דיין בעדה החרדית ואחיו ר' נפתלי ור' מאיר,
ר' משה פלעגט טאקע אסאך רעדן פון זיין שאץ'ע זיידן ווייל ער איז געוועהן עטליכע יאר ביי אים אין שטוב,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

שאץ מאץ האט געשריבן:ר' יעקב פון טשאקאווא איז די פאטער פון ר' משה ז"ל דיין בעדה החרדית ואחיו ר' נפתלי ור' מאיר,
ר' משה פלעגט טאקע אסאך רעדן פון זיין שאץ'ע זיידן ווייל ער איז געוועהן עטליכע יאר ביי אים אין שטוב,
.

ב''ה
ר' משה ה''ש ז''ל איז נישט געווען באם זיידען אין שטוב ---נאר דער זיידע איז געווען בשנת תש''ז איין יאהר
בארה''ק --בייא זיין טאכטער הרבנית מטשאקאווא ---אויך האט זעך הרה''צ משאץ זצ''ל משתתף געווען באם
בילגערייער רב 'ס חתונה אין חודש ניסן תש''ז בפתח-תקוה אין פארבליבען דארט אויף שב''ק .דיא חתונה איז
געווען ביום השישי אין דער רב הראשי פין פ''ת הרב ר' ראובן כ''ץ איז געווען מסדר קידושין [עהר איז אויך געווען
דער מסדר קידושין פין הרה''גה''ג ר' חיים קניבסקי שליט''א ווייל ר' חיים האט געלערנט אין ישיבת פ''ת וויא זיין רבי
דער רבן של ישראל הרב שך איז דעמאלטס געווען ראש ישיבה אין דער פעטער דער חזון איש האט געהייסען מען זאל איהם
מכבד זיין מיט סידור קידושין ] ס'איז דא בילדער פין דיא חופה .אין דער הייליגער בעלזער רב איז פארבליבען אויף שבת .
דיא טשאקאווער רעביצין ליגט אין ביה''ח שאך באדאר לעבען דיא כנסת [המינים] ווייל זיא איז נפטר געווארען נאך דעם
וואס מען האט פארמאכט הר הזתים אין מען האט נאך נישט מקדש געווען הר המנוחות .אין סנהדרי' האט געקאסט
א סאך געלט .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

כתר ישועה האט געשריבן:וואס האט ר' מנחם דוד האגער (בהרה"ג דעם סערעטער ראש ישיבה זצ"ל) פון חיפה און אר"י מיט דער שאטצער רעביסטעווע?

הרה''ק ר' ברוכעל וויזניצער האט געהאט א זהין בשם ר' משה [וואס איז געווען איין איידעם בייא הרה''ק ראי''ה ממעזיביז זצ''ל ] אין עהר האט
געוואינט אין שאץ אין ר' משה האט געהאט איין זהין בשם ר' חיים וואס האט געוואנט אין חיפה .אין ר' מנחם דוד איז ממלא מקום בבית מדרשו
דערפאר ריפט עהר זעך שאץ-וויזניץ .רמ''ד הנ''ל הוא חתנו של הרה''ג ר' חיים אלטער פאנעט רב של שכונת שך מוניס בתל אביב ורח''א הנ''ל
הוא חתן ר' מאיר שלום ראטטענבערג בן הרה''ק בעל בני שילשים מקאסאני .רמ''ש הנ''ל מנו''כ בקליינווארדיין ע''י זקיני הרה''ג ר' שלמה ארי'
הכהן מאנדעל דומ''ץ דשם .[שעלה לכהן אצל רבה''ק בעל דברי חיים מצאנז כו''כ שנים בחג השבועות ראה שם הגדולים לחכמי הונגרי' ]
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
לפלא שהרה''צ ר' שלום משאץ-לאנדאן לא נתן לנכדיו שם שלם אחר אביו הרה''צ
ר' מרדכי יוסף משה זצ''ל
הוא נתן --- מאיר משה -משה יוסף -יוסף חיים -משה ה''ש-משה ר''ב - וכדומה .
אולי יודע מישהוא הטעם .
תודה מראש
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

שאץ מאץ האט געשריבן:ר' יעקב פון טשאקאווא איז די פאטער פון ר' משה ז"ל דיין בעדה החרדית ואחיו ר' נפתלי ור' מאיר,

עוד אח ר' חכם צבי ז"ל,
און יבלחט"א די שוועסטער, הרבנית מאלאוויצקי, הרבנית [רימ"א] מ'לאנצהוט, הרבנית [ר"ש] אייזיקאוויטש.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ביקסאד האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:ר' יעקב פון טשאקאווא איז די פאטער פון ר' משה ז"ל דיין בעדה החרדית ואחיו ר' נפתלי ור' מאיר,

עוד אח ר' חכם צבי ז"ל,
און יבלחט"א די שוועסטער, הרבנית מאלאוויצקי, הרבנית [רימ"א] מ'לאנצהוט, הרבנית [ר"ש] אייזיקאוויטש.

ב''ה
והרבנית דייטש מלאנדאן אשת ר' משה בן ר' יושע בן הרב ר' חיים יודא [לייב ]ממאקאווא .
ן
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

badatz האט געשריבן:[quote
ר' משה ה''ש ז''ל איז נישט געווען באם זיידען אין שטוב ---נאר דער זיידע איז געווען בשנת תש''ז איין יאהר
בארה''ק --בייא זיין טאכטער הרבנית מטשאקאווא


ר' משה ה"ש איז יא געוועהן ביים זיידן אין שטוב אין לאנדאן,
כך שמעתי מבני משפחתו

א זייטיגע נקודה,
ר' מאיר שפירא לובלין רב, האט אלץ קינד געהייסן "דער שאצער עילו"
די חבירים און באקאנטע האבן אים געזאגט ער זאל גיין שטודירן ווייל אזא מוח קען דאך אויסוואקסן א גרויסע פראפעסער, האט אים דער שאצע רב ר' שלום געזאגט, אלעס וואס דו פלאנסט צו לערנען דארט קען איך דיר אויך לערנען, וכך הוה ער האט אים אויסגעלערנט די מהלך המזלות כוכבים אסטראנאמיע, וכדומה, (כידוע האט דער שאצע רב געהאט א גרויסע ידועה אין די ענינים ווי מ'זעהט אין זיינע חיבורים דעת שלום אויף פרק שירה) און ס'איז דא בכתב פון ר' מאיר שפירא א בריוו ווי ער שרייבט אז ער האלט זיך א תלמוד פונעם שאצע רב דער בעל דעת שלום,
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

א געמאלן בילד פון ר' שלום משאץ - לאנדאן
אטעטשמענטס
4255[1].jpg
4255[1].jpg (27.74 KiB) געזען 7432 מאל
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

אז רוב נסים הפלאת
בעיר שאץ התגוררה הרבנית מרים חיה ע"ה, בתו של הרה"ק רבי מאיר מפרעמישלאן זי"ע, אשת חבר של הרה"ק רבי יואל משאץ זי"ע (מצאצאי הרה"ק רבי יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זי"ע) אשר נפטר בדמי ימיו, ואחרי הסתלקותו התפרסמה זוגתו כפועלת ישועות ועושה פלא. אף היא היתה נקראת "די רעבעצין מיט די שטעקען" (-הרבנית עם המקל, כי עם המקל של אביה הק' פעלה ישועות בקרב הארץ) ומזה פירנסה את ביתה, כי רבים הביאו לה פתקאות ופדיונות שתתפלל בעדם כנהוג אצל האדמו"רים (ואכן הקימה בית נאמן בישראל, בנין וחתנין רבנן גדולים וקדושים, הרה"ק רבי שלום מאסקאוויטש זצוק"ל שנתעטר כאדמו"ר משאץ והתגורר בלונדון היה מיוצ"ח).

פעם אחת הגיע ה'אהבת ישראל' מוויז'ניץ זי"ע לשבות שב"ק בשאץ כדי לבקר את אחיו, ומאוד השתוקק לפגוש את הרבנית משאץ, מחמת היותה בתו של הרה"ק מפרעמישלאן, אך כדי שלא לגרום חלישות הדעת לאחיו החליט ללכת בשתיקה בלא גבאים ומשמשים, כדי שאף אחד לא ידע אודות ביקורו. ואכן בשעת הכושר כאשר לא היה מסובב ומלווה עם משמשיו, פגש ברבי אברהם'לה שפירא שהיה אז כילד בן עשר, ושאל אותו אם הוא יודע היכן מתגוררת הרבנית משאץ, משנענה לו בחיוב ושאין הדרך ארוכה כ"כ, התלווה אליו עד שהגיעו לביתה ודפקו על הדלת. משפתחה הרבנית וראתה את האורח החשוב קיבלה אותו בכבוד גדול והכניסתו לביתה ואף כיבדה אותו לשבת.
ויהי מיד כשנתיישב ה'אהבת ישראל' פתח ושאל את הרבנית, לאחר שהתנצל בפניה שלא תהיה לה שום קפידה על שהוא שואל אותה שאלות_ שאלה: "מהיכן יש לכם הכח לפעול ישועות ולעשות נסים לישראל, הלא גם לנו היתה דודה, בתו של הרה"ק ה'תורת חיים' שהיתה אשה חשובה וצדקנית (לא ידוע לי לאיזה מן הבנות נתכוון) ואעפ"כ לא זכתה להיות פועלת ישועות (כאומר שלכך צריך כח התורה שאין לנשים – ועי' ברכות יז.), ומנין זכיתם אתם שתוכלו לעשות אותות ומופתים?", השיבה לו הרבנית תשובה סתומה ובלתי מובנת ואמרה "מלייבלע גנב". התפלא ה'אהבת ישראל' על תשובתה, אך היא בשלה "כן, כן, וויזניצע'ר רבי, מלייבלע גנב", והתחילה לספר:
מנהג היה לו לאבי הק' זי"ע, שבכל שנה במוצאי יום הקדוש היה נעמד ליד חלון ביתו, וכל בני העיר עברו לתת ידם לידו הק' כדי לזכות לקבל ברכה שנה טובה. בפערמישלאן היה גר יהודי ושמו לייבלע שפרנסתו ועסקו היה לגנוב ולגזול מאנשים רח"ל (בימים ההם היה מצבם הכלכלי של ישראל בכי רע, ובלית ברירה היו אנשים שלא עמדו בנסיון והצורכו לגנוב כדי לפרנס את בני ביתם, ומאידך גיסא התפרנסו רבים כשומרי עסקי העשירים מחמת רבוי הגנבים). שנה אחת התחשק לו לקבל ברכת שנה טובה מאבי הרבי, אך ידע שבודאי לא יאות בכך והוא לא יסכים לברכו, כי בזה כאילו נותן לו הסכמה לגזול את בני העיר. לפיכך חיכה לשעת הכושר, וכשלפתע הבחין שהרבי תפוס בשרעפיו, הלך מיד ונגע בידו הק' ורצה להסתלק מיד. אך אבי הק' שעיניו היו פקוחות הרגיש מיד מי נגע בו, ותיכף התחיל להטיף לו דברי מוסר וכיבושין "לא די שאת אחיך הנך גונב במשך כל ימות השנה, כי רצית לגנוב גם אותי?", בשמוע לייבלע כך התאושש וענה על אתר "וכי יעלה על דעת הרבי שרצוני הוא שיברכני להצליח לגזול את מי שלא פסקו עליו כך, חס ושלום. ברצותי להתברך שאם נפסק בשמים על אחד שיפסיד את כספו בגניבה, 'אזכה' אני להיות הגנב ולא אחרים..." וזכה אותו הגנב שאבי הק' נהנה מתשובתו, ונתן לו את ידו וברכו בשנה טובה. "כששמעתי כך, נגשתי אח"כ אל אבי ובקשתי ממנו גם אני כדברים האלה, שאם נפסק על איש יהודי להיחלץ מצרותיו ולהיוושע בדרך נס ופלא ממכאוביו אהיה אני השליחה להצילו, והסכים לדברי ובירך אותי בכך, ומכח אותה ברכה הנני זוכה לפעול ישועות עבור ישראל", סיימה הרבנית משץ את דבריה לה'אהבת ישראל', וביארה לו שזו היתה כוונתה באומרה שזכתה לברך את ישראל על ידי "לייבלע גנב"...


[הגדה של פסח מפי סופרים וספרים]
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

שאץ מאץ האט געשריבן:
badatz האט געשריבן:[quote
ר' משה ה''ש ז''ל איז נישט געווען באם זיידען אין שטוב ---נאר דער זיידע איז געווען בשנת תש''ז איין יאהר
בארה''ק --בייא זיין טאכטער הרבנית מטשאקאווא


ר' משה ה"ש איז יא געוועהן ביים זיידן אין שטוב אין לאנדאן,
כך שמעתי מבני משפחתו

ב''ה
כבוד ידידי חביבי הרב הנכבד המופלג המפורסם לשם ולתהילה שאץ מאץ שיחי'
בדקתי עכשיו אצל בנו שליט''א ואמר לי שאביו מעולם לא הי בלאנדאן אצל זקינו בחיים חיותו .
והדברים ארוכים ומייגעים
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”