סידיראם האט געשריבן:ראפאט קראמפלי האט געשריבן:סידיראם האט געשריבן:איך וואלט געקענט אסאך פארציילן פון די געשמאקע שיחות קודש אין יענע תקופה. זכר צדיק לברכה.
אז דו וועסט פארציילן וועל איך וויסן אז דו קענסט.
אסאך מעשיות גרעניצט זיך מיט גילוי... ווי אויך איז דאס אן אשכול תמונות פונעם ברך משה, נישט קיין מעשיות, אבער פטור בלא כלום אי אפשר, וועל איך דיר פארציילן כאטשיג איין זאך.
איך האב עטליכע מאל געדאווענט פריוואט שחרית-מנחה צוזאמען מיט'ן ברך משה זצ"ל, דארט האט אויך געדאווענט זיין זוהן כ"ק אדמו"ר מהר"י מסאטמאר (דאן אב"ד סאטמאר וויליאמסבורג).
דער ברך משה פלעגט דאווענען אביסל שנעל (חוץ פון פארנט וואס האט גענומען זייער לאנג, פון דארט און ווייטער, פסוקי דזמרא איז געווען מורא'דיג שנעל). ביי שמונה עשרה פלעגט דערך ברך משה אויסטרעטן געווענליך פאר זיין זוהן, און ווען דער בעל תפלה האט געוואלט אנפאנגען האט דער ברך משה געזאגט "ווארט אויפ'ן רב" פארשטייט זיך אז דער רב האט זיך צוגעיאגט איינס צוויי דריי און אויסגעטרעטן...
אבער נאכדעים האט זיך אנגעפאנגען א זיסע געשעעניש, ווען דער ברך משה האט שוין געהאלטן ביים אויסטרעטן, האט ער זיך פשוט אויסגעדרייט קוקן אויף זיין זוהן, צו ער דאווענט נאך, ווען ער האט געזעהן אז ער דאווענט נאך, האט ער זיך ווייטער געשאקעלט כאילו ער דאווענט שמונה עשרה.... כמדומה לי אז ער האט עפעס געמורמעלט אויך, עס איז געווען זיס צו קוקן, ווי יעדע האלבע מינוט, קוקט דער ברך משה נאכאמאל צו זיין זוהן האט שוין אויסגעטרעטן, און ווען נישט האט ער זיך ווייטער געשאקעלט ביים סידור... די רגע וואס זיין זוהן האט אויסגעטרעטן האט דער ברך משה אויך פונקט דעמאלס געענדיגט שמונה עשרה...
אינטערסאנט, איך געדענק די זעלבע זאך איז געוען ווען די ברך משה פלעגט קומען דאווענען אין ישיבה גדולה אין קרית יואל, פלעגט ווארטן ביז די רב האט אויסגעטרעטן,