רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל מקאמארנא זצ"ל - י' אייר תרל"ד

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי יצחק אייזיק יהודה יחיאל מקאמארנא זצ"ל - י' אייר תרל"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

הרה"ק ר' יצחק אייזיק יהודה יחיאל מקאמארנא (בהרה"ק ר' אלכסנדר סענדער) - איז געוועהן א תלמיד פון זיין פעטער הרה"ק רבי ר' צבי הירש מזידיטשוב זי"ע. ער האט מחבר געוועהן פיהל ספרים, טייל פון זיי זענען היכל הברכה על התורה, אוצר החיים על תרי"ג מצות, זוהר חי על זוהר הק', נוצר חסד על משניות אבות, וספרי מעשה אורג ועצי עדן ופני זקן על ששה סדרי משנה, ער איז נפטר געווארן י' אייר תרל"ד לפ"ק,
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

רבי אייזיק'ל קאמארנער זצ"ל פארציילט אין זיין ספר חזיונות (מגילת סתרים), אז זיין טאטע ר' סענדר'ל האט נישט געהאט קיין בן זכר. זיין טאטע ר' סענדר'ל איז געווען א תלמיד פון דער הייליגער חוזה מלובלין זי"ע. ער פלעגט אים כסדר בעטן אז ער זאל אים אויספועל'ן א בן זכר. איינמאל האט דער חוזה געזאגט פאר ר' סענדר'ל, אויב דו ביסט מסכים צו פארלאזן די וועלט יונגערהייט, קען איך דיר אויספועל'ן א בן זכר, א גרויסער נשמה, אבער דו וועסט נישט קענען זיין צוזאמען מיט אים אויף די וועלט א לאנגע צייט. ר' סענדר'ל האט מסכים געווען און דער נעקסטע יאר איז געבוירן געווארן ר' אייזיק'ל קאמארנער זי"ע.

ווען ר' אייזיק'ל איז געווארן בערך צען יאר, האט זיין טאטע זיך געזעגנט פון אים און ער האט געזאגט אז ער דארף פארן קיין אונגארן. (קאמארנא איז דעמאלס געווען א טייל פון פוילן) זיין טאטע האט געזעהן ברוח קדשו אז ער דארף נסתלק ווערן אין דער שטאט אוהעל, האט ער זיך געזעגנט פון זיין זון און זיי האבן ביידע געוויינט בכיות גדולות ווייל זיי האבן ביידע געוואוסט וואס דאס געזעגנען האט געמיינט. ר' סענדר'ל איז טאקע נסתלק געווארן אין אוהעל און דארט ליגט ער אין דער זעלבע אוהל צוזאמען מיט דער הייליגער ישמח משה.

ר' אייזיק'ל קאמארנער איז איבערגעבליבן א יתום און ער האט זיך געוואלגערט פון איין פלאץ צום צווייטן. ער האט נישט געהאט וואס צו עסן און זיינע קליידער זענען געווען צוריסן און ער איז געווען מורא'דיג צובראכן.

ויהי היום, און זיין פעטער, (זיין טאטע'ס ברודער) דער הייליגער צדיק, ר' הערשעלע זידיטשויבער האט געלאזט רופן ר' אייזיק'ל קאמארנער און ער האט אים געזאגט, אז פון היינט אן זאל ער בלייבן ביי אים און ער וועט לערנען מיט אים און ער וועט זיך אומקוקן אויף אים אזוי ווי מיט אן אייגן קינד.

פארציילט ר' הערשעלע זידיטשויבער אז דער נאכט האט ער געחלומ'ט ווי ער קומט ארויף אויבן אין גן עדן און ער גייט אריין אין א גרויסע היכל וואו עס זענען געזעצן אסאך צדיקים. דער ראש פון די היכל איז געווען דער הייליגער "בית יוסף", דער בעל שלחן ערוך. צווישן די צדיקים איז אויך געזעצן דיין טאטע ר' סענדר'ל . אזוי ווי איך בין אריינגעקומען אין די היכל האט זיך דער בית יוסף אויפגעשטעלט און ער האט געזאגט, "ברוך הבא ר' הערשעלע זידיטשויבער". דער בית יוסף האט געבעטן אז איך זאל זאגן א דבר תורה. איך האב געענטפערט אז דא אין דעם היכל זיצן גרויסע תלמידי חכמים וואס זענען עוסק בעיקר אין נגלות התורה און איך בין עוסק בעיקר אין סתרי תורה, פון דעסטוועגן וועל איך זאגן א דבר תורה בנגלות התורה אויף די וואכעדיגע סדרה.

איך האב זיך געשטעלט אויפ'ן פסוק "בשבר אשר הם שוברים", און איך האב געפרעגט, ווי אזוי האט יוסף געקענט נעמען אלע גאלד און זילבער פון די גוים, עס איז דאך אויך געווען צווישן זיי כלים פון עבודה זרה און די הלכה איז אז מען טאר נישט הנאה האבן פון עבודה זרה?

די תירץ איז אז עס שטייט אין שלחן ערוך אז אויב דער גוי איז אליין מבטל די עבודה זרה, למשל ער צוברעכט א שטיקל פון די עבודה זרה און ער ווייזט אז עס איז נישט מער קיין עבודה זרה, הייסט עס א ביטול און א איד מעג שוין יא הנאה האבן דערפון. יוסף הצדיק האט זיי געהייסן צוברעכן די עבודה זרה'ס און אזוי האט ער געקענט צוזאמען קלויבן אלע גאלד און זילבער פון מצרים און פון ארץ כנען. דאס איז פשט אין פסוק, "וילקט יוסף וגו'", יוסף האט צוזאמען געקליבן אלע גאלד און זילבער, ווי אזוי? "בשבר אשר הם שברים", מיט די צוברעכונג וואס זיי האבן צובראכן די עבודה זרה'ס.

אזוי ווי איך האב געענדיגט די תורה האט מיר דער בית יוסף געזאגט, "גוט האסטו מחדש געווען אין די הייליגע תורה". נאכדעם האט מיר דער בית יוסף געזאגט "ר' הערשעלע זידיטשויבער, דיין ברודער ר' סענדר'ל וואס זיצט דא, האט מיר געבעטן אז איך זאל דיר זאגן אז ער האט איבערגעלאזט א קליין קינד אויף יענע וועלט און קיינער קוקט זיך נישט אום אויף אים און ער האט נישט ווער זאל לערנען מיט אים תורה. ער בעט פון דיר אז דו זאלסט לערנען מיט אים". איך האב געענטפערט אז איך בין מקבל אויף מיר, צו לערנען מיט אים און אזוי האב איך מיר אויפגעכאפט פון שלאף.

דעמאלס האט ער געלאזט רופן ר' אייזיק'ל און ער האט אנגעהויבן צו לערנען מיט אים. ער איז געווען זיין רבי מובהק אזוי ווי מיר טרעפן אין די פילע ספרים פון ר' אייזיק'ל קאמארנער, ווי ער ברענגט אן א שיעור תורות פון זיין רבי, זיין פעטער ר' הערשעלע זידיטשויבער.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

שמעתי מאאמו"ר [הרה"ק ר' יצחק אייזיק יהודה יחיאל מקאמארנא זיע"א], שהיה בארץ שלשה אחים, שלא היה מכיר בהם שום אדם בעולם, אם הם יהודים או לאו, והיו מחללים שבת בפרהסיא, והיו אוכלים חזיר בשוק לעיני כל. ופעם אחת היה אחד מהם בדרך, והיה שומע שאיש יהודי אחד, נתפס בבית האסורים, על בלבול אחד. והנכרים והכומרים היה אומרים לו, כשיהיה כופר ויהיה גוי כמוהם, אזי אינו עושים לו שום דבר, ומוחלים לו על הדבר הזה, ואם לאו יתלו אותו על העץ, ומקברים אותו בין פגרים של גוי. והאיש הזה היה איש פשוט, והיה חושב מה לו לקדש את השם, כי בלאו הכי קוברים אותו בפגרים של גוים, ולא יהיה לו עבור זה שום עולם הבא, מוטב לו שיהיה גוי וכופר בעיקר הדת יהודית, ולא היו הגוים נותנים רשות לשום ישראל בעולם לכנס אצלו, אלא בכל יום היו גוים וכומרים נכנסים אצלו, לפתה לו שיהיה כופר בישראל, ויחיה.

והיה האח משלשה אחים הנ"ל באותו מקום ושמע זאת, מיד כששמע זאת, היה הולך אצל הגוים ומדבר עמם בלשונם, כי לא היו מכירים בו אם הוא איש יהודי, כי היה הולך בלבושו כמוהם, ומדבר עמם כמותם, ואמר להם: אני אלך ואפתה אותו שיכפור בדת יהודית, כדי שישאר חי. מיד היו נותנים לו רשות לכנוס לפתות לו, ושבא אצלו, מיד היה סוגר הדלת במפתח, והיה אומר לו: אני איש יהודי כמותך, ושמעתי עליך שאתה מסופק בדבר, אם תכפור בדת יהודית אם לאו, כי שמעת שבלאו הכי אם תקדש את שמו יתברך, יקברו אותך במקום שפגריהם נקברו, אל תחשוב ח"ו כך, ואל תעש ח"ו כך, ואל תפרד אותך ח"ו מדת יהודית, ומאת הקב"ה. והשיב לו, מה אעשה? כי כשאני מקדש את שמו יתברך, תקברו אותי בפגרים שלהם, ועבור זה לא יהיה לי בלאו הכי עולם הבא, יותר טוב לי שאכפור בהקדוש ברוך הוא. (והאיש האח הנ"ל גם כן סבר שהוא כך, אם תקברו אותו שם, אזי לא יהיה לו שום עולם הבא) אזי מיד השיב לו האח הנ"ל, אני אתן לך תקיעת כף, שאני בעצמי, אביא לך תיכף בלילה ההיא לקבורת ישראל, וראה שיש בי כח שאני יכול לעשות כן, כי אני גבור גדול, ואם אין מניחין לי לעשות כן, אני בעצמי במקל הזה שיש בידי, אהרוג אותם עד שיהיו כולם פגרי מתים.

מיד כששמע האיש (שבבית אסורים) זאת, מיד שמח שמחה גדולה, ונתן לו האח הנ"ל תקיעת כף על זה, והלך לו לעיר, ואמר להגוים בחכמתו, שאינו יכול לפתות לו להיות כופר בעיקר דת יהודית בשום אופן. מיד כששמעו הערלים והכומרים זאת, הולכין אצלו תיכף, ושאלו אם הוא רוצה לכפור בישראל אם לאו, מיד השיב להם, איני רוצה לכפור חס ושלום בה' אלקי ישראל, מוטב שתעשו לי מה שאתם רוצים, ולא אכפור בה' אלקי, ולא עוד, אלא שהיה מבזה להם בבזיונות גדולות, ואמר להם שאתם כולכם סרוחים כטינוף רותחת, ואתם כולם פגרים מתים, הבל וריק, ועוד שאר בזיונות גדולות. מיד מושכין אותו לחוץ, ותלו אותו על העץ, והיה תולה על העץ עד עת ערב. והערלים היו רוצים שיהי' תלוי כך על העץ, שלשה ימים ולילות, אחר שביזה להם מאד, והיו שומרים אותו עשרה גוים, כדי שלא יבוא איש יהודי, ולוקח משם לקבור אותו בהם, כי הם היו רוצים לקבור אותו בין פגריהם. וכשבא לעת ערב בא האיש האח הנ"ל, שהיה נותן לו תקיעת כף, לקבור אותו בקברות של ישראל, והיה לוקח אותו מהעץ ההוא, מיד כשראו השומרים הנ"ל, התחילו להכות אותו במקלות, מיד קם הוא והכה אותם, עד שהרג במקלו תיכף שלשה גוים, עד שמתו לגמרי. מיד ברחו הגוים הנשארים לביתם, מפני פחד היהודי כנ"ל. מיד היה האח הנ"ל, קיבל את המת הנ"ל, על כתפו, והיה הולך בלילה לערך שני מיל, עד שבא בלילה לישוב שישראל דרים שם, והיה מעורר הקהל דשם, לגמור חסד של אמת עם המת הזה. מיד היו עושין כל היהודים דשם מצוה זו, ולא יוודע הדבר לעולם לשום אדם.

מיד בבוקר, היה האח הנ"ל התחיל לחשוב בעצמו, באיזה מעמד הוא עומד בדת ישראל, ואמר, אני עשיתי מצוה כזו, ואני אהיה ח"ו עוד רשע גמור, כמו שהייתי עד עתה, אינו כן! אלא אני אקבל עלי מהיום והלאה, לעשות תשובה שלימה לפני יוצר בראשית. מיד הלך לביתו, וספר לשני אחיו, כל המעשה זו, שאירע לו בדרך הזה, והתחיל לבקש מאחיו, שיעשו גם כן תשובה עמו, מיד התחילו לעשות תשובה שלימה. ואחר כמה שנים, היה אאמו"ר זלה"ה רואה את האחים הללו, והיה מדבר עמהם, והיה רואה בהם שהם תלמידי חכמים גדולים, יראי השם, ואאמו"ר לא היה יודע מהמעשה הנ"ל, ואנשי עירם היו מספרים לו כל המעשה נ"ל, ושאל אאמו"ר זל"ה אותם, מה שלמדו, עד שנתודע הדבר שלמדו זהר הקדוש, ויכולים כל הזהר הקדוש בעל פה.

וכל ימיו של אאמו"ר זלה"ה, היה מספר המעשה הנ"ל, ואמר בפיו הקדוש, שלו, בזה הלשון: ראה כמה גדולה תשובה שלימה, ועד היכן מגיע תשובה שלימה לפני יוצר בראשית.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
הרה''ק מקאמארנא הי' אישית מעניינת קיפלה בתוכה
תורה---ניגלה קבלה חסידות הלכה מנהגים סיפורי מעשיות חזיונות
עבודה---התפלל כל יום לפני העמוד בהשתפכות הנפש
גמ''ח --- עיין בספריו הקדושים ובספרי בנו הקדוש .
הוא שילב ניגלה וקבלה וחסידות בהלכה
חבים אנו לו שהרבה שמועות וקבלות שיש לנו הם בקבלה ממנו
אין ספר חסידי שיוצא לאור שלא מובא ממנו---ודבר גדול עשה המחבר של ספר בעל שם טוב שקיבץ ממנו הרבה ואין כמעט
דף שלא מובא ממנו .ועד היום לומדים והוגים בספה''ק .
זכה השולשלתא דדהבא הי' במקומו עד החרבן .
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
הי' בקשרי ידידות עם גדולי וגאוני דורו כגון
האמרי אש מאונגוואר
השואל ומשיב מלעמבערג
התועפות ראם מיאס
ועוד ועוד הי' הרבה דברים שהי' יחיד בדורו
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

איך אליין האט געשריבן:חסד שבנצח.....

איך פארשטיי נישט פינקליך וואס די ווילסט מיט חסד שבנצח, די יו"ד איז נצח שבנצח, און דיין ארטיקל האסטי געשריבען תפארת שבנצח

(אסאך חומר איבער אים, ועוד חזון אי"ה)
טעמו וראו כי טוב השם
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פאר די וואס האבן געטוישט דעם קעפל, וואלט יאך געראטן שוין ארויס צו שרייבן זיין פולן נאמען,
דהיינו יצחק אייזיק יהודה יחיאל מיכל וואו עס שטייט ארויס געשריבן אין דעם שטר התנאים,
וועלכע איז געשריבן געווארן בבית הרה"ק מ'לובלין.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה

אולי ידוע האם השם יהודא יחיאל[מעכיל] ניתן לו בשעת הברית או אח''כ .כי מסתמא השם יצחק אייזיק הוא אחר זקינו
אבי אביו מסאפרין ולבן דודו רביה''ק מזידאטשאוו לא הוסיפו .ומה טעם ההוספה בן דודו הרה''ק מרדזאל הי' השם יהודה
אבקש מהחברים אולי יודעים להעשיר אותנו בידיעה זו .לפלא לעת עתה לא יכלתי למצוא נכד בא''ב בשם יצחק אייזיק
קודם המלחמה --גם לא בזידאטשאוו
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיט זידיטשויב האט איר זעהט אויס פארזעהן,
הרה"ק ר' יצחק אייזיק מנחם מ'פאדהייץ בן הרה"ק ר' שלמה יעקב מ'סטרי בן המהרי"א,
הגה"צ ר' יצחק אייזיק מ'ראסוויגעף בן הגה"צ ר' אליהו אב"ד זאקפאנע בן הרה"ק ר' שלמה יעקב מ'סטרי בן המהרי"א.
ועמך כולם צדיקים
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
אתה צודק עם בנו ר' שלמה יעקב--הסוחר-[פאר יצחק]
אני חשבתי ישר בעיקר עם בנו בכורו הרה''ק ר' סענדער ליפא- המלבוש -חאדראוו-ועוד --עצם השאלה מעניינת
לבנו ר' אלי' הי' רק שני בנות
דאלינא --בן אחד
ר' מענדעלע בן ר' חיים אברהמטשע ובנות
אדרבא אם ידוע לך תודיעני
איך אליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך אליין »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:
איך אליין האט געשריבן:חסד שבנצח.....

איך פארשטיי נישט פינקליך וואס די ווילסט מיט חסד שבנצח, די יו"ד איז נצח שבנצח, און דיין ארטיקל האסטי געשריבען תפארת שבנצח

(אסאך חומר איבער אים, ועוד חזון אי"ה)

איך האב עס אנגעהויבן שרייבן חסד שבנצח פארשטייסט
איך אליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך אליין »

זיידעניו האט געשריבן:הרה"ק ר' יצחק אייזיק יהודה יחיאל מקאמארנא

פארוואס האסטו עס געטוישט
איך אליין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך אליין »

אין די הקדמה פון נתיב מצותיך שרייבט ער א טעם אויף יעדע ספר פארוואס ער האט עס ארויס געגעבן
א דאנק פארן זיך אזוי ווארעם אנרופן
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

badatz האט געשריבן:ב''ה

אולי ידוע האם השם יהודא יחיאל[מעכיל] ניתן לו בשעת הברית או אח''כ .כי מסתמא השם יצחק אייזיק הוא אחר זקינו
אבי אביו מסאפרין ולבן דודו רביה''ק מזידאטשאוו לא הוסיפו .ומה טעם ההוספה בן דודו הרה''ק מרדזאל הי' השם יהודה
אבקש מהחברים אולי יודעים להעשיר אותנו בידיעה זו .לפלא לעת עתה לא יכלתי למצוא נכד בא''ב בשם יצחק אייזיק
קודם המלחמה --גם לא בזידאטשאוו

די נאמען 'מיכל' שטייט נאר ביי די תנאים, ער האט למעשה נישט אזוי געהייסען, הגם עטליכע מאל שרייבט ער אזוי,
ער געהאט צוויי פעטערס יהודה, ביידע האבען געוואינט אין ראזדל, ר' יהודה הערש די רב, ווי אויך ר' יהודה לייבוש עהרליך, אויך א איידעם פון עטרת צבי, און אויך געוואינט אין ראזדל
די זאטשקע רבי זצ"ל האט געהייסן יצחק אייזיק, נאכען זיידן, די היינטיגע בעל הילולא, אבער אן יהודה יחיאל (פשוט ווייל מ'האט נישט געוואלט געבען ממש די זעלבע נאמען)

דרך - אגב אז מרעדט שוין פון זיין תנאים, איז געוועהן דארט א מעשה פלא:
די הייליגע חוזה פון לובלין האט געליינט די תנאים, און אזוי האט ער געזאגט "המגיד מראשית אחרית הוא יתן שם טוב ושארית לעלו הכהן" די גאנצע עולם האט זיך געווינדערט, למעשה איז ער טאקע אוועק די זעלבע טאג ווי עלי הכהן, וואס היינט איז טאקע אויך זיין יארצייט, דאס קאן זיין פשט אין די ווערטער פונעם רבי'ן פון לובלין המגיד מראשית, וואס וועט זיין די אחרית
ער שרייבט אפאר מאל אין היכל הברכה אז ער האט אין זיך נשמת עלי הכהן, ווי אויך איז ער משלב זיין נאמען מיט די עבודת בית המדש

ס'איז מיר אלץ געוועהן א פלא וואס די הייליגע קאמארנער האט געזאגט, ר"ח אייר תרל"ד "היינט איז ראש השנה, און יום כיפור וועלן מיר אריין גיין לפני ולפנים טוהן די עבודה!!!" ער איז געוועהן געזינט און שטארק ויהי לפלא, אז צען טאג שפעטער איז ער טאקע נסתלק געווארען, מיר האט זיך אלץ אבער געוואינדערט וואס האט ער מיט די עבודת ביהמ"ק, אבער אז ער איז געוועהן נשמת עלי הכהן איז דאך פשוט

נאך אינטערסאנט איז, אז ער האט געזאגט קדיש נאך זיין קאזין די הייליגע ר' אייזיק'ל זידיטשוב'ער, און ער טאקע אוועק פינקטליך די טאג וואס מ'האט אויפגעהערט זאגען קדיש: די רבי פון זידיטשוב איז נסתלק געווארען י"א סיון תרל"ג, און ער י' אייר תרל"ד

זכר צדיקים לברכה
טעמו וראו כי טוב השם
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יעקעלע, האט איר מקורות אויף אייערע סיפורים ?
אויב יא ביטע זייט מהנה די ליבע לעזער,

די אונטערשטע מעשה אייערע, ווערט שוין געברענגט מער באריכות אין פאר יצחק.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

כבוד ידידי היקר מ'ביקסאד שליט"א
מיט אט די מעשה זענען מיר אויפגעוואקסען, און מיר האבען צי סך מעשיות מיט עובדות צי געדענקען פינקליך אויף יעדע איינע די מקור הדברים, נאר לאות ידידות זאג מיר ביטע, וועלכע פון די אויווענדערמאנטע די ווילסט וויסען, איך וועל פרובירן נאך זיכען

כבוד ידידי מ'סקרענטאן שליט"א
מיר ווייסן נישט נאך וועם ער האט געהייסן, אפשר זאגסטע מער איבער זיין משפחה, אפשר וועט עפעס אפירקומען, וויאויך וועלעכע זידיטשוב, עטרת צבי? ר' אייזיק'ל?
טעמו וראו כי טוב השם
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יעקעלע פוקס האט געשריבן:כבוד ידידי היקר מ'ביקסאד שליט"א
מיט אט די מעשה זענען מיר אויפגעוואקסען, און מיר האבען צי סך מעשיות מיט עובדות צי געדענקען פינקליך אויף יעדע איינע די מקור הדברים, נאר לאות ידידות זאג מיר ביטע, וועלכע פון די אויווענדערמאנטע די ווילסט וויסען, איך וועל פרובירן נאך זיכען
יעקעלע פוקס האט געשריבן:ס'איז מיר אלץ געוועהן א פלא וואס די הייליגע קאמארנער האט געזאגט, ר"ח אייר תרל"ד "היינט איז ראש השנה, און יום כיפור וועלן מיר אריין גיין לפני ולפנים טוהן די עבודה!!!" ער איז געוועהן געזינט און שטארק ויהי לפלא, אז צען טאג שפעטער איז ער טאקע נסתלק געווארען, מיר האט זיך אלץ אבער געוואינדערט וואס האט ער מיט די עבודת ביהמ"ק, אבער אז ער איז געוועהן נשמת עלי הכהן איז דאך פשוט
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

אברר אי"ה
בל"נ
טעמו וראו כי טוב השם
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

התנאים של רבינו הק' מקאמארנא היו ביום ז' טבת תקע"ה בביתו של החוה הק' מלובלין שהיה גם קרובו. מצד החתן היו ערבים הרה"ק ר' מרדכי בנו של הרה"ק רבי פנחס אב"ד קאריץ, והרה"ק רבי שמעון דייטש.
ומצד הכלה היו ערבים המאור ושמש והאור לשמיים.
******
" הרוצה לכבד אביו בעולם העליון ולשמחו, יזכור ביום השבת לחדש דברי תורה, ובזה מקיים כבוד אב ואם, לשמח אותם, לעשות להם קורת רוח בעולם הבא" [ זוהר חי].
זי"ע ועכ"י.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1211
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2012 6:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל פאטאש »

ארויף געברענגט לכבוד די יאהרצייט
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

מצבת ר' סענדר אין אוהל פון ישמח משה

IMG_3290.jpg
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

געזען א שרעקעדיגע מעשה פאריגע וואך, אז ביי די לוי' פון ר' סענדר, האט דער ישמח משה אים מספיד געווען, בתוך הדברים האט ער געבעטן ר' סענדר זאל אויבן אין הימל קער נעמען פון א משפחה וואס רודפט אים, און ר' סענדר האט אויפגעציטערט, און דער ישמח משה האט אנגעווארנט יעדעם איינעם אז מען זאל נישט דערציילן די מעשה ווייטער ווייל די רעגירונג וועט מער נישט לאזן מאכן די לוי' אין זעלבן טאג
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

ברוך דיין האמת הרבנית מ'קאמארנא ע"ה.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

מיט גרויס צער און ווייטאג טוהן מיר מעלדען אז ס'איז ליידער אנגעקומען די ביטערע בשורה פון ארץ ישראל בפטירת הרבנית הצדקת בת גדולים וקדושים מרת ברכה סאפרין ע"ה הרבנית מ'קאמארנא
אשת חבר הרה"צ רבי מאניש סאפרין זצ"ל האדמו"ר מ'קאמארנא בני ברק יצ"ו.

ויהי רצון שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו ושנשמע ונתבשר בשורות טובות ובלע המות לנצח ומחה ה' אלוקים דמעה מעל כל פנים והקיצו ורננו שוכני עפר בביאת משיח צדקנו במהרה בימינו אמן.
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום פרייטאג יולי 18, 2014 11:11 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

הבחור הקדוש יצחק אייזיק יהודא יחיאל ראזענבוים הי"ד.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

badatz האט געשריבן:ב''ה

אולי ידוע האם השם יהודא יחיאל[מעכיל] ניתן לו בשעת הברית או אח''כ .כי מסתמא השם יצחק אייזיק הוא אחר זקינו
אבי אביו מסאפרין ולבן דודו רביה''ק מזידאטשאוו לא הוסיפו .ומה טעם ההוספה בן דודו הרה''ק מרדזאל הי' השם יהודה
אבקש מהחברים אולי יודעים להעשיר אותנו בידיעה זו .לפלא לעת עתה לא יכלתי למצוא נכד בא''ב בשם יצחק אייזיק
קודם המלחמה --גם לא בזידאטשאוו

ס'איז זייער אינטערסאנט אז הרה"ק רבי חיים מרדכי ראזענבוים זצוק"ל פון נאדבורנא האט געהאט א'זוהן מיטן פילן נאמען הקדוש יצחק אייזיק יהודא יחיאל הי"ד (הנקרא אייזיק'ל בלשון חיבה).
געהייסן נאכן הייליגע'ן זיידע'ן הרה"ק רבי אייזיקל מ'קאמארנא זיע"א.

און ליידער ליידער איז ער דערשויסן געווארען צו טויט ל"ע ביי די ענגלענדער ימ"ש אויפן שיף ביים בארטען פון חיפה ביים וועלן אריין קומען קיין ארץ ישראל, ער איז געווען פערצן יאר אלט,
ביום ג' כסליו תש"ז לפ"ק ומנוחתו כבוד בית החיים חוף הכרמל [הישן], חיפה יצ"ו .

ויהי רצון שיקוים הפסוק ארץ ארץ אל תכסי דמו, ודם עבדיו יקום ,ונקם ישוב לצריו ויקום בתחיית מיתי עמו ישראל ברחמים רבים אמן.
השם יקום דמו.

דא לייג איך בילדער פון זיין צורה, און וואו אחיו כ"ק אדמו"ר מנאדבורנא זצ"ל איז משטתח על קברו.
וואו ס'מערקט זיך אן אז די אינטערשטע בילד איז די ארגינעלע מציבה וואס די ציונים האבן געלייגט מיט זייערע נוסח.
און די אויבערשטע בילד האט מען געטוישט די מציבה מיט א'היימישע נוסח.
אטעטשמענטס
רבי אייזיק רויזנבוים.jpg
רבי אייזיק רויזנבוים.jpg (15.7 KiB) געזען 5227 מאל
על קבר אחיו.jpg
__רוזנבאום-11-_קבר.jpg
__רוזנבאום-11-_קבר.jpg (41.95 KiB) געזען 5236 מאל
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מוצ"ש יולי 19, 2014 11:52 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”