משמש האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:עס איז דא די באקאנטע 'פוילישע זילבערשטיינס' פון ביהמ"ד שערי תורה אויף הויפפער סט. וועלכע האבן אויך געלאנדעט אין סאטמאר.
ר' נתן דוד זילבערשטיין ע"ה
כפי השמועה איז ער געווען אדוק אין איינע פון די פוילישע רבי'ס וועלכע האבן אים אנגעזאגט ער זאל זיך נישט לאזן פארפירן פון רביים, ווייל בעיקבתא דמשיחא וועלן נישט זיין [אסאך] ערליכע מנהיגים.
ווען ער איז געקומען אויף וויליאמסבורג איז ער מהאי טעמא נישט געגאנגען צום רביה"ק מסאטמאר זי"ע, זיין עווענטולע התקשרות איז געקומען דורך אן קורצע עפיזאד וואס כ'דענק נישט אויפן מאמענט.
זייענדיג א פוילישער און א אנדערע סארט פונעם אלגעמיינעם עולם, האט ער געהאט אן אנדערע צוגאנג צום רבי'ן, דער רבי האט אים זייער געגליכן.
די מעשה איז אביסל אנדערש,אז מען רעדט פון דעם פולישען איד
ר' נתן דוד זילבערשטיין ע"ה פון קראקא פלעגט זיך דרייען און פייעא בהמד"ר
,ער אז ארגינעל פון ראדומסק חסידות, און געלערענט וועגן מיליטער און באבוב,
און נאך די קריג און בערגען בעלזען האט ער זך זייער באפריינדעט מיטן ווייצנער רב הר"ר הערשל מייזליש זי"ע,
איז אמאל האט עם דער ווייצנער געבעטן אז ער זאל גיין צום סאטמער רעבין צוזאגענדיג וועסט זען אז פון עם וועסטו האלטען,האט ר נתן דוד געזאגט אויף זיך אז וועט שוין פון קיינעם נישט האלטען. ווייל ער האט געזאגט אז ער האט געקענט רבנים אינדערהיים וואס סאיז נישט געווען מי יודע.
למעשה איז ער עפעס איינמאל אריין און א ביהמד"ר און דער רבי האט דארט פארגעלערענט פאר א פאר קריגס אידן מסכת בבא מציעא און ער זייענדיג א תלמוד חכם האט אנגעהויבן מפלפל זיין נישט וויסענדיג אז דאס איז דער רבי
און פוןדעמאלס איז געווארן א חסיד נלהב
שפעטער איז געווען די באקאנטע מעשה מיט פדיון נפש מיז זיין רעביצין לאוי"ט.
נעמען פון פוילישע און סאטמער זיי האבען זיךגעהאלטען נאנט, שפעטער משדך געווען
ר' לייבעל קופטשיק ע"ה
ר' באכנער פון ב.פ. זיינע קינדער
ר' אברהם חיים קלאגסברוין ע"ה
ר' יעקב פאזנער ני"ו
ר' נתן דוד זילבערשטיין ע"ה
הישיש ר' חיים שמואל וואלהענדלער ני"ו
הישיש ר' ישראל פרנס ני"ו
ר' הערשל ציטרענבוים ע"ה שפעטער באבוב
ר' אברהם שמואל וויזענפעלד ע"ה
ר' שמעון לאנדא ע"ה
ר' הערשעל קערנקרויט ע"ה
ר' משה ראבי ע"ה