רבי יוסף מאיר ווייס ה'אמרי יוסף' מספינקא זצ"ל -ו' אייר תרס"ט

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יעצט ווייסעך שוין נישט פון וועם דו רעדסט, אויב דו רעדסט פון ר' נחמן'ס רעבעצין, דאס יא. און פון די צווייטע רעבעצין (פון הרב יעקב ישראל וישורין רובין זצ"ל) האטער איבערגעלאזט, מוזשאי'ער רבי זצ"ל, זיין ברודער סוליצא'ר רבי שליט"א, און סאסרעגענער רבי שליט"א און א איידעם הרב שבתי מייזליש זצ"ל, סארוואשער.
פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 05, 2009 2:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייש קרויז »

דער שווער פון אמרי יוסף האט געהייסן סתם ר' יעקב באש.
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

איך האנישט קיין אהנונג וואס דו האסט אנגעמאכט מיטן קיצור, אבער ערגעץ האסטו געמאכט אזא מישמאש, אז ס'איז א שרעק, האסט אויסגעלאזט אפאר דורות, און דערצו צומיש ווי ס'ברויך צו זיין, כ'זע בכלל נישט די תועלת דערפון...
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

און יעצט מילער צו דיר, אזוי ווי כ'האמעך אונטער גענומען, האט מען מיר פון הימל צוגעפירט, און איינער האט מיר נאנט געברענגט די נייע בוך, פונקען פייער, די לעבענס געשיכטע פונעם אמרי יוסף, (שוין דערמאנט דא פריער.) און דארט האבעך געטראפן דאס וואס דו האסט געפרעגט, לגבי קינדער פונעם אורחות חיים, ר' נחמן כהנא זצ"ל, הראשון. (ראשון פון דא, ווייל ער האט אויך געהייסן נאך א זיידן, באט יענער האט שוין גארנישט מיט ספינקא געהאט.)

זיין עלצטער זון, איז דער אויבנדערמאנטער, הרב ר' צבי הירש, וואס האט איבער גענומען ווען דער פאטער איז אוועק יונגערהייט, (43 יאר) נאך בחיי האמרי יוסף, אלט זייענדיג 24 יאר, ער איז אומגעקומען עקד"ה ביי די נאציס ימ"ש.

דער צווייטער זון, איז הרב ר' מרדכי, געווען רב אין פאבינהאז-קעכניא, און נאכדעם און נייהייזל, (פארשטייצעך אז איך לכשעצמי, האבעך נישט קיין אהנונג ווי די פלעצער זענען.) אויך אומגעקומען עקד"ה, ער האט איבער געלאזט א זון ר' צבי הירש, מספינקא-לוס אנזשעלעס, און נאך עטליכע ברודער, ר' שרגא, ר' יהושע, ר' משה, און א שוואגער ר' נחמן אדלער.

דער דריטער זון, הרב ר' אהרן, אב"ד ביסטרא, מח"ס וערך הכהן אוף שו"ע יו"ד. אומגעקומען עקד"ה. ס'איז אים איבער געבליבן איין זון, ר' משה נחמן כהנא פון מאנטריאל, וואסיז אוועק תשס"ו, ער האט עטליכע קינדער אין בארא פארק, איינער הייסט ר' אהרן כהנא און איינער דאכצעמער ר' יעקב כהנא.

און איין איידעם, הרב ר' יצחק אייזיק אדלער, אב"ד סערעדנא.

אז דו דארפסט נאך אינפארמעישן, פרעג, און כ'וועל פראבירן נאכמאל נאך צו קוקן דארט. (כ'האף אז קורצע שטריכן נאך צו שרייבן, איז נישט גניבה.)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פייש קרויז האט געשריבן:דער שווער פון אמרי יוסף האט געהייסן סתם ר' יעקב באש.
ר' פייש,
א שאד זעך צו שטעלן מיט מיר טענהן איבער דעם נושא, יאך האב איטליכע מקורות,
צווישן זיי די מצבה פון זיין טאכטער הרבנית פערל, ועוד,
אדרבה אז איר האט דעקונג פאר אייערע ווערטער, ברענגט זיי אפיר וירא הקהל וישפוט.
איך_הער האט געשריבן:לגבי קינדער פונעם אורחות חיים, ר' נחמן כהנא זצ"ל, הראשון.
שוין פריער געברענט א לינק צו דעם ארחות חיים, עיין שם ותמצא נחת, אבער דאך א ייש"כ פאר'ן אפקלאפן.
איך_הער האט געשריבן:זיין עלצטער זון, איז דער אויבנדערמאנטער, הרב ר' צבי הירש, וואס האט איבער גענומען ווען דער פאטער איז אוועק יונגערהייט, (43 יאר) נאך בחיי האמרי יוסף, אלט זייענדיג 24 יאר, ער איז אומגעקומען עקד"ה ביי די נאציס ימ"ש.
מיר קאנען זעך ווען דינגען דערויף, אבער עס פעלט נישט אויס אפיר צו ברענגען אלטע פרשיות.
איך_הער האט געשריבן:ס'איז אים איבער געבליבן איין זון, ר' משה נחמן כהנא פון מאנטריאל, וואסיז אוועק תשס"ו, ער האט עטליכע קינדער אין בארא פארק, איינער הייסט ר' אהרן כהנא און איינער דאכצעמער ר' יעקב כהנא.
ער האט געהייסן נאר נחמן, פון וואו איר נעמט משה איני יודע,
ער האט איבער געלאזט פיהר זוהן, ר' אהרן, ר' ישראל יעקב, ר' יוסף משה - פון לחיים, ר' חיים לייב.
איך_הער האט געשריבן:אז דו דארפסט נאך אינפארמעישן, פרעג, און כ'וועל פראבירן נאכמאל נאך צו קוקן דארט. (כ'האף אז קורצע שטריכן נאך צו שרייבן, איז נישט גניבה.)
אפילו אם תמצי לומר אז יא, איז עס נאר הגונב מן הגנב.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

געהערט פון א יוד היינט. (כ'וועלעס שרייבן בלשונו.)

מיין שווער האט מיר לעצטענס פארציילט, אז מיט יארן צוריק ווען ער האט נאך געוואוינט אין קוממיות, האטעם איינמאל דער קוממיות'ער רב געזאגט, קום לאמער גיין צו די לווי' פונעם אמרי יוסף, וואס מ'האט אים יעצט ארויף געברענגט, ווען מ'איז דארט אנגעקומען, האט מען געבעטן דעם קוממיות'ער רב, זאל קוקן אויפן קערפער, צו מ'זאל איבער מאכן טהרה, נאכן קוקן, האט דער רב געענטפערט, אז די קערפער האט זיך געקענט האלטן גאנץ אזוי לאנג, (זיבעציג יאר) דארפער נישט צוקומען צו אונזער טהרה.

אבער טבילה האט מען יא געמאכט, מ'האט מיך אריין גערופן ביים טובל'ן, כ'זאל געבן א האנט, אבער איך האב מורא געהאט, און ווען כ'בין שוין יא אריין, איזער שוין געווען צוגעדעקט, איך האב נאר געזען די צורה, וואסיז געווען גאנץ.

דער חזון איש האט געזאגט דעמאלטס, אז ווען מ'מאכט די סעודת יארצייט, וואס ס'קומט אויס ו' אייר, זאל מענעס מאכן ו' צו די נאכט פון ז' און נישט ה' ביינאכט צו די נאכט פון ו', כדאי אז ס'זאל נישט אויסקוקן ווי מ'מאכט א סעודה פאר די ציוניסטישע חגא.

ע"כ.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער חזון איש האט שוין לאנג נישט געלעבט ווען מען האט ארויף געברענגט דעם אמרי יוסף,
עס קאן מעגליך זיין אז ער האט עס געזאגט, אבער נישט יעמאלט.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד »

אפאר וואכן צוריק איז געווען א לאנגער באריכט אינעם משפחה מאגאזין איבער די השתלשלות פון מפנה זיין דעם אמרי יוסף זצ"ל בשנת תשל"ב

http://www.mishpacha.com/getPdf/1/304/34/0/0

דער איד וואס מ'אינטערוויוט איז ר' משה טירער, וואס ער מיט זיין שווער זענען געווען פון די מתעסקים, זיין שווער איינער רב האלפערט, האט נאך דעמאלטס געוואוינט אין ראמעניא, ער איז געווען רב אין סאטמאר, און ער האט ארלעדיגט אלע עינינים מטעם די ארטיגע קאמוניסטישע רעגירונג,

איך ווייס נישט ווי ווייט דער ציבור איז אזוי באקאנט מיט דעם נושא, אבער דאס איז א גאר סענסיטיווער נושא פאר אסאך ספינקער אייניקלעך ממשפחת הורוויץ, זיי זענען זייער אנגעווייטוגט דערפון,

לויטן ארטיקל, אין "משפחה", האט עס ר' יענקלע ז"ל געטאן ווייל די רעגירונג האט געהאלטן ביים בויען א שאסיי אויפן מקום הציון, למעשה שטייט נאך דער אוהל עד היום, מיט דער אלטער מציבה, והוא פליאה,

אויך שרייבט ער דארט, אז דער פטירה פון זיין עלטסטער זוהן, וואס איז אוועק יענעם יאר, האט געשפילט אגרויסער ראלע אינעם עסק, און ציגעשטיפט דאס מפנה זיין,

ר' יענקעלע האט געהאט א זוהן ר' אביש'ל, אן אמת'ער אדם השלום, א גאר גרויסער מענטש, אלע גדולי הדור האבן פארגעזען אין איהם גרויסע זאכן, דער זוהן איז נעבען אוועק פון די מיסע מחלה, בשנת תשל"ב, פארשטייצעך דאס האט זייער ציגערירט נעבעך צום הארץ פון ר' יאנקעלען, א מלחמה איבערלעבער וואס האט איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער אין די מלחמה, און האט נעבעך אזוי ארויסגעקוקט אויף דעם זוהן, ס'ברויך נישט קיין הסברים, בקיצור דער זוהן האט איידער זיין פטירה איהם געבעטן אז היות ער ווייסט אז די טאטע פלאנט שוין פון לאנג צו אריבערברענגען דעם אמרי יוסף קיין ארץ ישראל וויל ער ליגן לעבן איהם, און נאך אין יענעם יאר האט ער מפנה געווען דעם אמרי יוסף קיין פתח תקוה לעבן זיין זוהן ר' אביש'ל, תיכף נאך די קבורה איז ער ציגעגאנגען צו זיין זוהן'ס קבר אין געזאגט (בערך) " מיין טייער זוהן איך האב אויסגעפירט דיין צוואה און דיר געברענגט א גוטן שכן"

דאס וואס דער טירער זאגט אז די גוף איז געבליבן גאנץ, איז דא א צווייטער עדי ראי', ר' משה בארנשטיין ע"ה, (אויך א ספינקער אייניקל) וואס האט מעיד געווען אז לא דובים ולא יער, דאס גאנצע וואס מ'האט געטראפן איז בלויז די עצמות, נאר היות מהאט ארויף געשיט די ערד פוונעם אלטן קבר אויפן גוף האט עס בשעת די לויה אויסגעקוקט אביסל אויפגעבלוזן ס'האט זיך געקענט דאכטן אז דער גוף איז גאנץ,

ר' הערשעלע זצ"ל איז געווען זייער דערגעגן, יענעם גאנצן יאר איז ער געווען זייער ציקאכט, ס'האט איהם זייער וויי געטאן,

למעשה, ר' הערשעלע וואס איז ווי באקאנט געווען א גאר איידעלער מענטש, ער האט נישט געוואלט מאכן קיין מחלוקה מיט זיין שוואגער (זיי זענען געווען שוואגערס – אויסער קאזינס - ווייל ר' יאנקעלעס רביצין לאוי"ט איז געווען א שוועסטער מיט ר' הערשעלע), האט ער אלעס געשלינגן, אבער פאר די גאר נונטע קרובי ביתו האט ער געזאגט א גאר שארפער סטייטמענט: וז"ל (בערך) "מ'זאל נישט גיין אהין קיין פתח תקוה, די נשמה איז נישט דארט, ס'איז ווי א דורש אל המתים, און מ'קען ווייטער גיין מתפלל זיין אינעם אלטען אוהל אין ספינקא"
דאס איז נישט קיין סוד אז די משפחת וחסידי ר' הערשעלע גייען נאך עד היום צום אלטן ציון,

איך וויל חלילה נישט מ'זאל ארויסנעמען עפעס א זילזול קעגן ר' יאנקעלען ז"ל, ער איז נישט געווען קיין פראסטער מענטש חלילה, קיין ספק אז ער האט עס נישט געטאן מיט קיין ברעקל גלייכגיליגקייט, אויף אזוי ווייט, אז ווען ער איז אראפגעפארן קיין ראמעניא מיט דעלעגאציע צו אנפירן מיט די מפנה זיין, האט ער אין די לעצטע מינוט מחליט געווען צו פארבלייבן אין א דערנעבנדיגן שטאט, סיגעט, און געשיקט א שליח שטאטס איהם.

כוונתי אך ורק צו מיטיילן ידיעות אין היסטאריע, אויף אזאך וואס האט פאסירט כמעט 40 יאר, און אלע וואס זענען געווען פארמישט זענען שוין בגן עדן, ממילא פאלט עס זיכער אריין אין די קאטעגאריע פון "היסטאריע"
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

געוואלד האט געשריבן:ר' יענקעלע האט געהאט א זוהן ר' אביש'ל, אן אמת'ער אדם השלום, א גאר גרויסער מענטש, אלע גדולי הדור האבן פארגעזען אין איהם גרויסע זאכן, דער זוהן איז נעבען אוועק פון די מיסע מחלה, בשנת תשל"ב, פארשטייצעך דאס האט זייער ציגערירט נעבעך צום הארץ פון ר' יאנקעלען, א מלחמה איבערלעבער וואס האט איבערגעלאזט א שטוב מיט קינדער אין די מלחמה, און האט נעבעך אזוי ארויסגעקוקט אויף דעם זוהן,
וכפי שהתבטא בהספדו עליו,
צו ברענגען דעם זוהן אויף דעם מזבח האט ער געקאנט [וכבר העלה באושוויץ כמה] אבער צוויי יאהר צו שחט'ן וכו'
געוואלד האט געשריבן:איז דא א צווייטער עדי ראי', ר' משה בארנשטיין ע"ה, (אויך א ספינקער אייניקל)
ר' משה ברוינשטיין, חתן הרה"ק ר' ישראל חיים הי"ד בן מרן החקל יצחק זי"ע.
געוואלד האט געשריבן:ר' הערשעלע זצ"ל איז געווען זייער דערגעגן, . . . ס'האט איהם זייער וויי געטאן,
יש לדון, ובפרט בחלום הרבנית, ודי.
געוואלד האט געשריבן:ר' הערשעלע . . . פאר די גאר נונטע קרובי ביתו האט ער געזאגט א גאר שארפער סטייטמענט: וז"ל (בערך) "מ'זאל נישט גיין אהין קיין פתח תקוה, די נשמה איז נישט דארט, ס'איז ווי א דורש אל המתים, און מ'קען ווייטער גיין מתפלל זיין אינעם אלטען אוהל אין ספינקא"
"געוואלד",
אלעס וואס איר האט דא אף געקלאפט, איז געווען באשריבן אין משפחה, אדער איהר האט מוסיף געווען מדיליה ?
געוואלד האט געשריבן:אויף אזוי ווייט, אז ווען ער איז אראפגעפארן קיין ראמעניא מיט דעלעגאציע צו אנפירן מיט די מפנה זיין, האט ער אין די לעצטע מינוט מחליט געווען צו פארבלייבן אין א דערנעבנדיגן שטאט, סיגעט, און געשיקט א שליח שטאטס איהם.
באותו יום האט דער בעל שיח יעקב באקומען הויך פיבער און געווארן אף געשוואכט, מילא איז ער געבליבן אין סיגעט,
בנו כ"ק רבי ישראל חיים שליט"א מ'ספינקא-ב"ב,דונלו איז אנוועזענד געווען אין אוהל בשעת מעשה.

אחד כתב אלי שגם כ"ק הרבי מ'סערעט-ויז'ניץ שליט"א השתתף בהפינוי,
ופעם בשיחתו עם כ"ק רבי מרדכי דוד כהנא שליט"א מ'ספינקא-ירושלם הכחיש שמצאו גוף או שלד העצמות שלמים.

לציין שדף העליון מהארון המקורי איז געווען גאנץ, בכלל איז געבליבן מגופו הקדוש מער וואו געווענליך,
ווייל מען האט דעם אמר"י באהאלטן אין א פאר-מאכטן ארון מפני קדושת בכורה.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
געוואלד
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געוואלד »

ניין, אין משפחה שטייט קיין איין ווארט וועגן די גאנצע התנגדות מצד ר' הערשעלע, גארנישט, דאס אלעס ברענג איך פון מיינע פריוואטע מקורות,

דאס אז ר' משה בראנשטיין לייקנט אז דאס גוף איז געווען גאנץ, איז אויך פון מיינע קוועלער,

דער סערעטער זעהט מען קלאר אויפן בילד ווי ער פירט אן מיט די עסק

וועגן דער חלום, הער איך אז ר' יאנקעלע ז"ל - אדער איינע פון זיינע מקורבים - האט זיך אויסגעדריקט "פארוואס קומט ער נישט צו מיר אין חלום"

דער ברעט אויפן גוף איז געווען פון א גאר דיקע האלץ, פון א טיש אויף וואס דער אמרי יוסף האט עוסק געווען בתורה, דער ברעט איז געווען די איינציגע האלץ וואס איז געבליבן עטוואס גאנץ, און האט באשיצט אז דער שלד זאל נישט פארפארן,

אגב, איינער ווייסט וואס די שטעלונג איז געווען מצד משפחת כהנא?
השקדן
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 14, 2010 8:22 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך השקדן »

געוואלד האט געשריבן:ר' הערשעלע זצ"ל איז געווען זייער דערגעגן, יענעם גאנצן יאר איז ער געווען זייער ציקאכט, ס'האט איהם זייער וויי געטאן,

ווי באקאנט איז דאב אויך געווען דעת קדשו ביים פינוי ביה"ח אין מונקאטש ווען מ'האט מפנה געווען אדמור"י מונקאטש, האט ער נישט געלאזט צורירן צו מנוחת קדשו של זקינו המלבוש,
ולפלא סיי אין מונקאטש און סיי אין ספינקא האט צום סוף נישט שולט געווען ידי זרים אויפ'ן אריגינעלן בית עולם.
אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1497
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בןהרחמן »

מיללער האט געשריבן:דער אמרי יוסף איז געווען א זוהן פון ר' שמואל צבי ווייס ראב"ד מונקאטש, ער איז געווען א ברודער מיט ר' אהרן ווייס אב"ד בענדיקאוויץ.

דער אמרי יוסף איז געווען דער ברודער פון ר' אהרן, ר' אהרן איז אויך שפעטער געווארן ראב"ד אין מונקאטש אחר פטירת אביו, עס איז דא א ספר פון איהם מדרש אהרן,
(קען זיין דו האסט דאס געמיינט אבער אזוי ווי מען קען זיך טועה זיין אז ר' שמואל צבי איז געווען א ברודער מיט ר' אהרן, ממילא האב איך געוואלט קלאר מאכן.

ר' שמואל צבי ווייס ראב"ד מונקאטש איז געווען אן איידעם פון הג"ר ר' צבי הירש עסטרייכער זצ"ל שהי' נקרא בפי כל ר' הירש דראהביטשער, ער איז געווען מבית דינו של הבני יששכר אין מונקאטש, אויך איז ער געווען דער מנהיג פון חסידי זידיטשוב אין מונקאטש.

דער ר' צבי הירש איז געווען א אדם גדול מאוד, ער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע, אויך פונעם קאזניצער מגיד זי"ע און פונעם עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע און פון מהר"ש מקארלין זי"ע ושימש עוד כמה וכמה צדיקים, דער חוזה האט זיך אויסגעדרוקט אויף איהם "וואויל איז צו אברהם אבינו אז דער [ר' צבי הירש] איז ארויסגעקומען פון איהם", אויך האב איך האב געזעהן ברענגען אז ער האט געקענט שיחת עופות ועשבים.

איך האב געטראפן א בילד פון א מצבה אין מונקאטשע ביה"ח וואס איז לכאורה זיין מצבה, די מצבה איז די (אדער פון די) איינציגסטע וואס איז געבליבן פונעם אלטן בית החיים אין מונקאטש, און מען האט עס אריבערגעלייגט אינעם נייעם ביה"ח (אזוי שטייט אויף דזשואיש דזשען מונקאטשע שטעטל לינק פעידזש), און עס שטימט מיט די זמן הפטירה ט"ז טבת תר"ב וואס איך האב געזעהן אין עטליכע פלעצער ברענגען אלץ דער טאג וואס רצ"ה הנ"ל איז נפטר געווארן.

די מצבה האט אויסגעקריצט עטליכע בילדער פון הערשן און א לייב ווי אויך א פיש
די נוסח המצבה איז:
צבי זה אורו מחזיק את בשרו
ה"ה הרב החסיד הדיין
המצויין מו' צבי ב"ר יוסף
זללה"ה ויגוע ויאסף הצבי
הצדיק לחיי עולמים ביום
ד' ט"ז תמוז תר"ב לפ"ק
אטעטשמענטס
Munkacs-Cemetery-00.jpg
Munkacs-Cemetery-00.jpg (140.99 KiB) געזען 5642 מאל
DSC_3572.JPG
DSC_3572.JPG (83.93 KiB) געזען 5642 מאל
אוועטאר
יענקל
שר מאה
תגובות: 191
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אקטאבער 31, 2009 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקל »

בןהרחמן האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער אמרי יוסף איז געווען א זוהן פון ר' שמואל צבי ווייס ראב"ד מונקאטש, ער איז געווען א ברודער מיט ר' אהרן ווייס אב"ד בענדיקאוויץ.

דער אמרי יוסף איז געווען דער ברודער פון ר' אהרן, ר' אהרן איז אויך שפעטער געווארן ראב"ד אין מונקאטש אחר פטירת אביו, עס איז דא א ספר פון איהם מדרש אהרן,
(קען זיין דו האסט דאס געמיינט אבער אזוי ווי מען קען זיך טועה זיין אז ר' שמואל צבי איז געווען א ברודער מיט ר' אהרן, ממילא האב איך געוואלט קלאר מאכן.

ר' שמואל צבי ווייס ראב"ד מונקאטש איז געווען אן איידעם פון הג"ר ר' צבי הירש עסטרייכער זצ"ל שהי' נקרא בפי כל ר' הירש דראהביטשער, ער איז געווען מבית דינו של הבני יששכר אין מונקאטש, אויך איז ער געווען דער מנהיג פון חסידי זידיטשוב אין מונקאטש.

דער ר' צבי הירש איז געווען א אדם גדול מאוד, ער איז געווען א תלמיד פונעם הייליגן חוזה מלובלין זי"ע, אויך פונעם קאזניצער מגיד זי"ע און פונעם עטרת צבי מזידיטשוב זי"ע און פון מהר"ש מקארלין זי"ע ושימש עוד כמה וכמה צדיקים, דער חוזה האט זיך אויסגעדרוקט אויף איהם "וואויל איז צו אברהם אבינו אז דער [ר' צבי הירש] איז ארויסגעקומען פון איהם", אויך האב איך האב געזעהן ברענגען אז ער האט געקענט שיחת עופות ועשבים.

איך האב געטראפן א בילד פון א מצבה אין מונקאטשע ביה"ח וואס איז לכאורה זיין מצבה, די מצבה איז די (אדער פון די) איינציגסטע וואס איז געבליבן פונעם אלטן בית החיים אין מונקאטש, און מען האט עס אריבערגעלייגט אינעם נייעם ביה"ח (אזוי שטייט אויף דזשואיש דזשען מונקאטשע שטעטל לינק פעידזש), און עס שטימט מיט די זמן הפטירה ט"ז טבת תר"ב וואס איך האב געזעהן אין עטליכע פלעצער ברענגען אלץ דער טאג וואס רצ"ה הנ"ל איז נפטר געווארן.

די מצבה האט אויסגעקריצט עטליכע בילדער פון הערשן און א לייב ווי אויך א פיש
די נוסח המצבה איז:
צבי זה אורו מחזיק את בשרו
ה"ה הרב החסיד הדיין
המצויין מו' צבי ב"ר יוסף
זללה"ה ויגוע ויאסף הצבי
הצדיק לחיי עולמים ביום
ד' ט"ז תמוז תר"ב לפ"ק

דאס איז טאקע זיין מצבה.
און כדאי צו וויסן אז דער גידאנק וואס שטייט אויף די מצבה : "צבי זה אורו מחזיק את בשרו" האט געזאגט אויף איהם דער הייליגער עטרת צבי.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ייש"כ Leiby, המחזיר אבידה לבעליה, זכות הרבים תלוי בך.

דורך ביקסאד אום מאנטאג יולי 19, 2010 2:03 pm

רבי שמואל צבי [הראשון] שו"ב ב'קאלוב (ב"ר גדליה), השאיר אחריו שלשה בנים :

א. רבי אברהם שעלה לארה"ק [ביחד עם בנו הצעיר ר' מרדכי] התיישב בטבריה,
נפטר ז אלו"ל שנת כת"ר ומנו"כ סמוך ונראה לציוני תלמידי הבעש"ט.
חוץ מבנו ר' מרדכי שמנו"כ לצד אביו בטבריה, היה לו עוד שני בנים,
האחד רבי שמואל צבי ראב"ד מונקאטש והשני אחיו הבית יצחק מ'סוואליעווע, (מיו"ח מפורסם חתנו מהר"א מ'טאהש).
מיו"ח של רבי שמואל צבי ראב"ד מונקאטש, מפורסם בנו האמרי יוסף מ'ספינקא ואחיו המדרש אהרן מ'בענדיקאוויץ, שאחר
פטירת אביהם מילא את מקומו כראב"ד מונקאטש.

ב. רבי שרגא פייבוש מ'מונקאטש שנמנה בין חסידי השרף מ'סטרעליסק ותלמידו מ'סטרעטין ומנו"כ ב'סטרעטין.
בין יו"ח נמנו בנו הגדול רבי שמואל צבי פיקסלער מ'אויבער-ביסטרא [הסמוכה לעיר חוסט]
והבן זקונים רבי אברהם אליעזר גריס-גאט שו"ב ב'טשינידוב שע"י העיר מונקאטש.
רבי שמואל צבי פיקסלער השאיר אחריו שלשה בנים ובת אחת,
בין יו"ח מפורסמים כהיום הרה"צ רבי מיכל'ע מ'נתני' [ע"י חותנו (בזוו"ר) ר' שמואל צבי מ'דראגמירעשט], הגה"צ אב"ד כונת
הלב [ע"י חותנו רבי שלום יוסף שפיטצער הי"ד http://www.yiddishworld.com/forum/viewtopic.php?p=291032&sid=2d0128e18862286a02fec7de0ccc23e9&sid=2d0128e18862286a02fec7de0ccc23e9#p291032], והרבנים הגאונים רא"ח שפיטצער מ'ב"פ, אב"ד קראסנא, רבי יעקב מאיר
שטערן מ'ב"ב [ע"י חותנו ר' חיים גדליה רוב], האחים הדיינים רבי שלמה אליעזר ורבי אברהם ברוינשטיין מ'מאנסי, ועוד,
בבחינת תנא ושייר.

ג. רבי יהודה לייב.
ביו יו"ח נמנה ר' דוד מ'בילקא מנו"כ בירושת"ו חותן הרה"ג ר' צבי זאב גאלדבערגער מ'בערגסאז במ"ס אלף זעירא http://www.hebrewbooks.org/5623
.
ועמך כולם צדיקים
ביקסאד
שר שלשת אלפים
הודעות: 3160
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
הער שליוואוויץ
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 17, 2010 11:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הער שליוואוויץ »

זעליג האט געשריבן:די ווייס משפחה פון ספינקא רביס

ר' יוסף מאיר ווייס ז"ל (בן שמואל צבי) ה'תקצ"ח - ו' אייר, ה'תרס"ט בעל מחבר ספר אמרי יוסף.
ר' יצחק ווייס הי"ד (בן יוסף מאיר) ה'תרל"ה - ה'תש"ד. בעל מחבר ספר חקל יצחק.
ר' ישראל חיים ווייס הי"ד, (בן יצחק) ה'תש"ד.
ר' יעקב יוסף ווייס ז"ל (בן ישראל חיים) ה'תרע"ב - ה'תשמ"ד, בעל מחבר ספר שיח יעקב יוסף.
ר' נפתלי צבי ווייס שליט"א (בן יעקב יוסף), ספינקא רבי אין בארא פארק.
ר' ישראל חיים ווייס (בני ברק) (בן יעקב יוסף), ספינקא רבי בני ברק.
ר' מאיר אליעזר ווייס (בן יעקב יוסף), ספינקא רבי בארא פארק.[/size]

יש להוסיף הבילקא רב ר' נפתלי צבי ווייס הי"ד. וכן נכדו ר' יוסף מאיר פאללאק מבערעגסאז מחבורת הה"ק בעל שומרי אמונים, שזו' נשאה להה"ק ר"א מבעלז בזוו"ש וצאצאיה האדמורי"ם מפתח תקוה.
אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 29, 2010 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג_נישט »

לכבוד ההילולא קדישא - היינט נאכט
זכותו יגן עלינו
אוועטאר
זארג_נישט
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 29, 2010 3:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זארג_נישט »

הרה"ק בעל אמרי יוסף מספּינקא זי"ע איז געווען באוואוסט שוין יונגערהייט מיט זיין געוואלדיגן כח אין תפילה. ער פלעגט מאריך זיין ביים דאווענען מיט א געוואלדיגע דביקות, דערביי מכוון געווען די כוונות פון אריז"ל. נאכן דאַווענען, ספעציעל שבתים און ימים טובים זענען זיינע אלע קליידער געווען דורכגעווייקט נאס, אפילו דער טלית איז געווען באנעצט פון שווייס און ס'האט געגאסן פון די פיאות און פון זיין דיוקנא קדישא, יעדן טאָג נאכן דאווענען האט מען געדארפט שטעלן טרוקענען זיין טלית וואס איז געווען ווי אויסגעווייקט אין וואסער.
זלאטשוב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2010 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטשוב »

ברוך דיין האמת ספינקער רבי פון קרית יואל
נחמן נתן
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחמן נתן »

זלאטשוב האט געשריבן:ברוך דיין האמת ספינקער רבי פון קרית יואל

הרב זלאטשוב; אז איר זענט נישט געווען דאהי פאר איבער א מאנאט צייט, ברויכ'ן מיר נישט ליידן...

בשורות טובות
לחיים ולברכה!
זלאטשוב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2010 10:06 am

ספינקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטשוב »

נחמן נתן האט געשריבן:
זלאטשוב האט געשריבן:ברוך דיין האמת ספינקער רבי פון קרית יואל

הרב זלאטשוב; אז איר זענט נישט געווען דאהי פאר איבער א מאנאט צייט, ברויכ'ן מיר נישט ליידן...

בשורות טובות

נחמן נתן שכח ריכטיג אבער דא אין פארום איז עס נאכנישט דערמאנט געווארן
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך_הער האט געשריבן:און יעצט מילער צו דיר, אזוי ווי כ'האמעך אונטער גענומען, האט מען מיר פון הימל צוגעפירט, און איינער האט מיר נאנט געברענגט די נייע בוך, פונקען פייער, די לעבענס געשיכטע פונעם אמרי יוסף, (שוין דערמאנט דא פריער.) און דארט האבעך געטראפן דאס וואס דו האסט געפרעגט, לגבי קינדער פונעם אורחות חיים, ר' נחמן כהנא זצ"ל, הראשון. (ראשון פון דא, ווייל ער האט אויך געהייסן נאך א זיידן, באט יענער האט שוין גארנישט מיט ספינקא געהאט.)

זיין עלצטער זון, איז דער אויבנדערמאנטער, הרב ר' צבי הירש, וואס האט איבער גענומען ווען דער פאטער איז אוועק יונגערהייט, (43 יאר) נאך בחיי האמרי יוסף, אלט זייענדיג 24 יאר, ער איז אומגעקומען עקד"ה ביי די נאציס ימ"ש.

דער צווייטער זון, איז הרב ר' מרדכי, געווען רב אין פאבינהאז-קעכניא, און נאכדעם און נייהייזל, (פארשטייצעך אז איך לכשעצמי, האבעך נישט קיין אהנונג ווי די פלעצער זענען.) אויך אומגעקומען עקד"ה, ער האט איבער געלאזט א זון ר' צבי הירש, מספינקא-לוס אנזשעלעס, און נאך עטליכע ברודער, ר' שרגא, ר' יהושע, ר' משה, און א שוואגער ר' נחמן אדלער.

דער דריטער זון, הרב ר' אהרן, אב"ד ביסטרא, מח"ס וערך הכהן אוף שו"ע יו"ד. אומגעקומען עקד"ה. ס'איז אים איבער געבליבן איין זון, ר' משה נחמן כהנא פון מאנטריאל, וואסיז אוועק תשס"ו, ער האט עטליכע קינדער אין בארא פארק, איינער הייסט ר' אהרן כהנא און איינער דאכצעמער ר' יעקב כהנא.

און איין איידעם, הרב ר' יצחק אייזיק אדלער, אב"ד סערעדנא.

אז דו דארפסט נאך אינפארמעישן, פרעג, און כ'וועל פראבירן נאכמאל נאך צו קוקן דארט. (כ'האף אז קורצע שטריכן נאך צו שרייבן, איז נישט גניבה.)

אויף קברים.קאם האט ידידינו ר' אלי' אפירגעבראכט א פירמע-קארטל פונעם ספינקא רבי פון לאס-אנזשעלעס, ר' צבי הירש כהנא ב"ר מרדכי מקעכניא ב"ר נחמן (הראשון) כהנא בעל אורחות חיים חתן הגה"ק בעל האמרי יוסף, דער ר' מרדכי איז געווען אן איידעם ביי זיין עלטער-פעטער ר' אהרן ווייס אב"ד בענדיקאוויץ אחיו של האמרי יוסף.

דאס קארטל זאגט טאקע אז אויסער ספינקא איז ער אן אייניקל פונעם בענדיקאוויצער רב און אויך פון קאפישער רב (ווארשיינליך הגה"ק ר' יהושע העשיל הכהן פריעד מקאפיש) וואס דאס ווייס איך לע"ע נאכנישט וויאזוי, דאס קארטל איז פון יאר תשי"ח (ווי מ'זעהט אויפן פאסט-זיגל) אבער אינעם 'אורחות חיים' געדרוקט בשנת תשמ"ג ווערט ער נאך אויך דערמאנט בברכת החיים אלס אדמו"ר מספינקא בלוס-אנגלס.

נאך א פרט זאגט דאס קארטל, אז ער האט (לכאורה) משמש געווען ברבנות אין א קהילה בשם 'אנשי ספרד' דארט אין לאס אנזשעלעס.

דא איז דאס קארטל פונעם 'אוסף בלוך'
http://www.archive.org/stream/chaimbloc ... 9/mode/1up

דא ווערט ער דערמאנט אינעם אורחות חיים בשנת תשמ"ג
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=322

אפשר קען איינער טרעפן מער פרטים איבער דעם ספינקא-רבי?
אטעטשמענטס
chaimbloch00reel03_0868.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

השקדן האט געשריבן:
געוואלד האט געשריבן:ר' הערשעלע זצ"ל איז געווען זייער דערגעגן, יענעם גאנצן יאר איז ער געווען זייער ציקאכט, ס'האט איהם זייער וויי געטאן,

ווי באקאנט איז דאב אויך געווען דעת קדשו ביים פינוי ביה"ח אין מונקאטש ווען מ'האט מפנה געווען אדמור"י מונקאטש, האט ער נישט געלאזט צורירן צו מנוחת קדשו של זקינו המלבוש,
ולפלא סיי אין מונקאטש און סיי אין ספינקא האט צום סוף נישט שולט געווען ידי זרים אויפ'ן אריגינעלן בית עולם.

ארגינעלע מצבה אויפן פלאץ אינעם שטאט ספינקא
אטעטשמענטס
Poster2.jpg

ארגינעלע אוהל אינעם שטאט ספינקא
אטעטשמענטס
Poster3.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איבערקוקענדיג דעם אשכול האב איך נישט ארויס דעם פאלגענדן דין-ודברים צווישען ידידינו החריף מביקסאד ומשנהו הוותיק ר' פייש למשפחת קרויז:
ביקסאד האט געשריבן:
פייש קרויז האט געשריבן:דער שווער פון אמרי יוסף האט געהייסן סתם ר' יעקב באש.
ר' פייש,
א שאד זעך צו שטעלן מיט מיר טענהן איבער דעם נושא, יאך האב איטליכע מקורות,
צווישן זיי די מצבה פון זיין טאכטער הרבנית פערל, ועוד.

עס זעהט אויס ווי א שאלה איבער דעם שווער פונעם אמרי יוסף, למעשה האב איך געטראפן אין די 'פרענומעראנטן' אויפן ספר 'עץ הדעת טוב' אויף מס' שבת (געדרוקט אין לעמבערג שנת תרמ"ו) צווישען די תושבי עיר סיגוט די נעמען 'הרה"ג ר' יוסף מאיר מספינקא שליט"א, חותנו ר' יעקב באש'.

ווער איז געווען דער ר' יעקב באש? פ"וו ווערן זיי אויסגערעכנט אין שטאט סיגוט?
אטעטשמענטס
hebrewbooks_org_14841_190.JPG
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

א. געהייסן האט ער עזרא יעקב, גערופן האט מען על פי רוב ר' יעקב.

ב. נאר די ערשטע צוויי ציילן (שורות) זענען פון סיגעט, די איבעריגע זענען פון דערפער אין די מאראמאראשע אום-געגענט.
ועמך כולם צדיקים
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”