אדמור"י בית בישטינא - מגזע נדבורנא

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

הייליגער

אדמור"י בית בישטינא - מגזע נדבורנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליגער »

שלום עליכם!
יאך בין נישט א נייער גאסט דאהי, איך בין איער'ס א חבר מימים ימימה, איך ניצט זיך איצטער נאר מיט אן נאמען פון א ידיד מיינער, וועגן מיינער נאמען איז איצטער פראבלאמאטיש.

ס'איז פארהאנען געוועזן א צדיק אן אייניקעל פון ר"ר מרדכי מנאדווארנא זי"ע ה"ה רבי אתמר מבישטינא זצ"ל הי"ד, דער ר' אתמר איז געווען א רבי און בישטינא נאך ווען רבי ר' מרדכילי' איז נסתלק געווארן. ער איז געווען אן איידעם ביי הגאון רבי ישראל חיים פריעדמאנן זצ"ל דער באקאנטער ליקוטי מהרי"ח. באוויסט געווען אלס א רעביש קינד אבער אן אויסנאם גאון. געפאסקנט שאלות און בישטינא וגלילותיה. געהארגעט געווארן עקה"ש ביים מלחמה יארן הי"ד. מערע פרטים ווייס איך נישט און איך פרעג דעם עולם דאהי.
א זון האט ער איבער געלאזט וואס איז געווען א בישטינער רבי און ברוקלין, א באהלטענער. מער פון דעם ווייס איך נישט.
איך וויל וויסן מער פרטים. איך האב א ליבשאפט צו א יעדער נאדווארנא זאך, און איך ווייס אסאך ביי דעם הייליגען גזע, אבער דאס פשוט פעלט מיר.
עסקן
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 19, 2009 11:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עסקן »

דער בישטנא רבי פון בורקלין האט דריי זוהן א)כ''ק אדמו''ר ר' אתימר לייפער שליט''א ער וויענט און ירושלים ב)כ''ק אדמו''ר ר' בערל שליט''א פתח תקוה ג)כ''ק אדמו''ר ר' חיים ברוך שליט''א טאהש א אדיים ארגעל משב''ק ביי כ''ק אדמו''ר הרה''ק מטאהש שליט''א
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

רבי אתמר פון בישטינא איז געווען אן אייניקעל פון דער הייליגען רבי ר' מרדכילי' זי"ע א זון פון זיין צווייטע זון רבי בערצי פון סאקמאר זי"ע [ס'מיינט די שטאט 'סאטמאר' נאר רביה"ק דער דברי יואל האט עס משנה געוועזן, כדי עס זאל נישט זיין אזוי ווי די גויים האבען קובע געוועזן]. רבי אתמר האט געוויונט אונ'עם שטאט פון זיין היילגען זיידען 'בישטינא' און אשר על כן איז ער געווען א שטיקעל ממלא מקום זיינער ווי אסאך פון רבי ר' מרדכילי'ס חסידים האבען שפעטער געווייגט ביינעם אייניקעל דער רבי אתמר פון בישטינא. ס'איז דא באקאנטער חסידים ווי ר' מרדכי ווייס ע"ה - א קאכעדיגע חסיד ביים רבי ר' מרדכילי' וואס שפעטער האט ער זיך מכניע געווען צונ'עם ר' אתמר און אזוי נאך אסאך. אגב, דער ר' מרדכי ווייס בי עם איז פאסירט געווארן די עובדא הידועה וואס דער רבי ר' מרדכילי' האט עם געזאגט ביים בויען די סוכה איידער פטירתו ואכמה"ל.
ווי נאך, רבי אתמר איז געווען באקאנט אלץ א גרויסע גאון ווי אסאך לומדים האבען זיך געדרייט ביי עם, ער האט געפירט א ישיבה פאר בחורים און בישטינא און געווען דארט דער מורה דרך און געפאסקענט שאלות הגם אז ער איז נישט געעוען דארט דעם רב פון שטאט. ס'איז דא נאך אסאך וואס צו שמועס'ן וועגען דעם גרויסען צדיק, נאר דעם זמן ערלויבט דאס נישט. דער פותח פון דעם אשכול המכונה 'הייליגער' איז איינגעלאדענט צו מיר און אישית און בעז"ה אשיב לו באם ירצה.
פטור בלא כלום אי אפשר, ער איז געהארגעט געווארן ביינעם קריג ווי דארט האט ער ארויס באווייזען מסירות נפש על כל קוץ ותג ואף במנהגי הזוטר שבתהלוכות אבותיו הק' און טאג ח' סיון. איבער געלאזט זיין קינד און ממלא מקומו אדמו"ר הרה"צ רבי מרדכי לייפער זצ"ל פון בישטינא און בארא פארק. ר' מרדכי זצ"ל האט נאך געהלפען זיין טאטען און בישטינא וואס דארט איז ער געוועזן א מגיד שיעור און זיין ישיבה. ער איז געווען א תלמיד חביב ביינעם הייליגען רבי דער סבא קדישא דער אהבת ישראל פון וויזשניצא זי"ע וואס האט פאר עקסטער ארויס באוויזען גאר א גרויס און א זעלטענעם חביבות מיט אהבה, ער האט געלערנט ביי עם און גרויסווארדיין. אזוי אויכעט, איז ער געווען א תלמיד ביינעם פוסק הדורות דעם הייליגען מנחת אלעזר דער מונקאטשער רב זי"ע. נאכ'ען קריג האט ער זיך קובע געוועזן נצטנע זיין און זיצען און הארעווען על התורה ועל העבודה און נישט פיר'ן קיין רעביסטיוע. על אף תחנוניו פונ'עם בעלזער רב דעם רבי'ן ר' אהרן זי"ע אז ער זאל ממשיך זיין פירען בדרכי אבותיו האט ער נישט געוואלט. עד כדי כך אז דער בעלזער רב האט עם צו געזאגט גאר גרויסע פרנסה [- אסאך חסידים] אויב ער וועט זיין א רבי, אבער ער האט מסרב געוועזן, על אף דעם גאר גרויסען דחקות וואס ער האט גיליעבט. לסוף ימיו, ווען ער האט שוין נישט גיקענט ארויס גיין פון זיין היים, האט מען עם געפענט א בית מדרש און זיין דיינינג רום. אבער און גאס האט ער אייביג געהייסט 'אדמו"ר מבישטינא'. דער אמת איז, אז יאך האב נישט געמיינט צו שריבען אזוי סאך איצטער, אבער דער מסבב כל הסיבות האט אזוי גורם געוועזן ויהי כך. רבי אתמר האט איבער געלאזט נאך א קינד בהאי עלמא זיין בן זקוניו וואס לעיבט נאך מיט אונז עד זקנה ושיבה הוא הרה"צ הישיש ר' ישראל חיים לייפער שליט"א א טייערען ברילאנט און די בארא פארקער שטאט. געשמאק צו שמועס'ן מיט עם און בפרט על הדור הקדום. יאך מיין אז הרה"צ ר' שלמה לייפער דער בארא פארקער נאדווערנער רבי שליט"א איז אויכט אן איידעם ביים ר' אתמר זי"ע. ר' מרדכי האט איבער געלאזט אזוי ווי 'עסקן' האט שוין דארמאנט ביינעם פריערדיגע הודעה, ער האט אבער פארגעסן דערמאנען דעם עלסט'ען איידעם פון דער ר' מרדכי פון בישטינא הוא הרה"צ ר' יעקב טייטלבוים שליט"א א בא"ב צונע'ם הייליגען ישמח משה זי"ע און ער האט א בית מדרש'ל "בית נפתלי" דק"ק 'עטשעד' אויף דער 12' גאס נעבין דער מיימאנעדיס' שפעטאל.
יאך וויס נישט פארואס געפין איך זיך נישט יעצט א באשרייבונג וועגן 'בישטינא' אונ'עם וויקיפידיא. דאכט זיך מיר כמעט זעכער אז יאך האב דארט אמאל געזען. אויב איינער וועט עס טרעפן, אדרבה יבא על שכרו מהנה זיין דעם עולם מיט נאך ידיעות פון עולם הצדיקים, און בעיקר מהנה זיין דעם פותח האשכול וואס לכאורה איז נפשו בשאלתו. איך וועל פראבירען נאך א מאל דאס צו זיכען און אויב ד' הטוב יהא בעזרי וועל איך דאס ארויף שטעלן דאהי בעזר אלוקי ממעל.

א גוטען.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

או, יאך האב נאר געשריבען האב איך שוין געטראפן בדרך אחרת וואס איך האב געזוכט ביז יעצט. דער אריין שרייבער פון דעם צייכענט צו אויכעט זייכען וואס איך האב געשריבען אויבען, אבער בל יחשדונו אז פון דארט מקורותי. האטס הנאה !


משתמש:חיים רשבין/בישטינא
מתוך ויקיפדיה, האנציקלופדיה החופשית
קפיצה אל: ניווט, חיפוש
בישטינא

העיר בישטינא שוכנת בחבל מרמרוש שבמדינת רומניה. לעיר זו נודעת עבר יהודי חסידי. הצדיק רבי מרדכי מנדבורנה עבר לדור בעיר זו באמצע ימי חייו ושם המשיך את חצרו החסידית אשר מקודם לכן היתה בעיירה 'נדבורנה'. רבי מרדכי מנדבורנה נודע כבעל מופת שרבים נושעו על ידו ועד עצם היום הזה הוא נודע בעולם הספרות החסידי כגדול בעלי המופתות, וזאת כירושה מאת דודו הצדיק רבי מאיר מפרמישלן.

רבי אתמר מבישטינא

לאחר פטירת הצדיק רבי מרדכי מנדבורנה (בסוכות שנת תרנ"ה) מילא את מקומו בעיר זו נכדו הצדיק רבי אתמר מבישטינא (בן בנו הצדיק רבי ישכר בער מסטמר - בוכניא). רבי אתמר נודע כגאון גדול בתורה (היה חתנו של הגאון המפורסם בדורו הרב ישראל חיים פרידמן רבה של ראחוב ובעל החיבור ההלכתי המפור' "ליקטי מהרי"ח") ובכהנו כאדמו"ר בעיר בישטינא פתח ישיבה לבחורים מתעלים בתורה ויראה ושימש שם כהמורה הוראה לכל הסביבה הסמוכה לעיירה זו. בימי חייו כתב רבי אתמר הרבה חידושי תורה והרבה תשובות בהלכה אשר רובם ככולם נאבדו בשואה. נהרג ע"י הנאצים ימח"ש בימי השואה בצאריך ח' סיון תש"ד.

רבי מרדכי לייפר מבישטינא

בנו הרב מרדכי לייפר עוד נישא קודם המלחמה והיה לעזר לאביו בהנהגת הבית הוראה ובהשבת תשובות לשואלים. רבי מרדכי ניצל מהמלחמה ועבר לדור בברוקלין שבארה"ב. ברב ענוונותו וצניעותו לא רצה לקבל עליו שום משרה רבנית או אדמורי"ת, אף שבביתו לא שרר מאומה ואף פת לאכול, גם בקשותיו של הצדיק רבי אהרן רוקח מבלז זצ"ל ממנו כמה וכמה פעמים להמשיך את הנהגת אבותיו באדמורו"ת לא נענו, אף שהבטיח הצדיק מבלז שיהיה לו פרנסה ברווח והרבה מניינים בבית מדרשו מזה. כך בצנעה ישב לו רבי מרדכי על התורה והעבודה במסירות נפש ממש. בסוף ימיו כשקשתה עליו היציאה מהבית נעתר לבקשת חסידיו ומעריציו ובביתו נפתח בית המדרש דחסידי בישטינא בבורו פרק שבארה"ב. רבי מרדכי לייפר מבישטינא נפטר בכ"ה טבת תשנ"ב וע"פ בקשתו הובא מיטתו למנוחות בארץ ישראל בבית הקברות העתיק שבעיר טבריא לא הרחק מציוניהם של תלמידי הבעל שם טוב.

האדמו"ר הרב ישכר בער מבישטינא שליט"א

בנו של רבי מרדכי הוא הצדיק רבי ישכר בער לייפר מבישטינא שליט"א. לאחר פטירת אביו קיבל עליו את המשך האדמורו"ת. בתחילה דר בבני ברק ובשנים האחרונות (תשנ"ט) העתיק את ביתו לשכונת עמישב שבפאתי העיר פתח תקוה. שם פתח את בית מדרשו אשר מהוה מוקד משיכה לכל דורש ומבקש השם. גם נודע הוא האדמו"ר מבישטינא שליט"א כאוהב ישראל גדול ובזכות זה מאחד הוא בבית מדרשו את כל הסוגים וכל המינים. שם בפתח תקוה מטיב הוא את הנרות האפלים ורבים משיב מעוון. ייחוד בית המדרש בישטינא בפתח תקוה מהווה בכך שמאכלס בתוכו את כל גווני היהדות. חילונים, דתיים, ספרדיים, אשכנזים, חסידים, חבדניקי"ם וליטאים. כולם כאחד מרגישים בבית. האדמו"ר הרב ישכר בער מבישטינא הינו בזיו"ר חתנו של הרב נפתלי מוסקוביץ שליט"א -האדמו"ר ממעליץ באשדוד. בזיו"ש הינו חתנו של החסיד הרב משה חיים מקובר ז"ל - מחשובי חסידי אלכסנדר. רבי ישכר בער שליט"א אדוק ומקושר ברבותיו, בפרט בהאדמו"ר הרב מנחם מנדל שניאורסון מלובביץ זצ"ל וגם דבק הוא בהאדמו"ר הרב צבי הירש רוזנבאום מקרטשניף זצ"ל וביבלחט"א האדמו"ר הרב משולם פייש לוי מטאש קנדה שליט"א
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

בני יששכר האט געשריבן:פארצייל פארן עולם פארוואס ר' מרדכי'לי ליגט נישט און נעדווערנא נאר אין בישטנא.


ער ליגט נישט און נאדווארנא לויט מעשה הבא:
אמאל האט דער ר"ר מרדכילי' זי"ע געזיצט און זיין הייליגען צימער און ער הערט אז עמיצער קלייפט שטארק אויף דעם ארון הקודש, דער רבי גייט ארויס בבהלה מיט א פראגע: 'מי זה ואיזהו אשר יהין לדפוק על ארון הקודש שלי' און גלייך האט זיך אויף גיהערט די נקישות. ווי דער רבי זיצט שוין צוריק, אודך, די זעלבע זאך, וכך נשנה הדבר כמה פעמים, ביז דער ר"ר מרדכילי' האט געזאגט 'אז מן השמים ווייזט מען אז מדארף אריבער גיין פון נאדווארנא'.
דער רבי האט גיהאט אסאך טלטולי דרך בי ער איז אנגעקומען קיין בישטינא. פאר בישטינא האט ער גזיצען און שטאט 'חוסט' און אינעם מיט'ן מרא דאתרא הדין גאון הדורות דעם הייליגען מהר"ם שיק זי"ע, בהיות די חוסטע'ר איינוויונער'ס זענען געווען אשכנעזישע אידען ע"כ האבען זיי זעך נישט גיקענט אן עצה געבן מיט אן חסידישע'ן רבי און שטאט, ע"כ האט זיך דער ר"ר מרדכילי' זי"ע געמופט צו א שטאט נעבין הוא 'בישטינא' ושם איוה למושב לו ושם בנה משכן ד' ווי ביתו איז נהפך געווארן לתל תלפיות לכל כלל ישראל.

אסאך אותות אהבה וחיבה האט ר"ר מרדכילי' געזאגט און געווייזען אויפ'ן שטאט בישטינא, אבער די צייט איצטער ערלויבט עס נישט, עוד חזון למועד. און ס'ווענט זיך לויט די אינטריסינקייט פונ'עם ציבור דאהי.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' כתר ישועה
וויא אזוי האט זיך ר' אתמר ראזענבוים ז"ל, דער פאטער פונעם זוטשקער רבי ז"ל און פונעם סטראזניצער רבי ז"ל, אנגעקערט צום ר"ר מרדכילי' זי"ע?

לויט וויא איך האב געהערט פון מיין טאטע ע"ה, האט דער ר' אתמר אויך געוואוינט און בישטאנא, און מיין טאטע האט אוהם געקענט פון דארט.
the SCY is the limit
כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

מיר האבען שוין געשמיעסט דערוועגען, און ס'איז מיר טאקע א ווינדער.
איבעראל ווי יאך האב געליינט און גיהערט [און יאך האב אסאך געליינט] האב איך נישט באמערקט וועגן ר"ר איתמר פון נאדווארנא זי"ע. יאך קען אויכעט אפאר נעמען פון מענטשען וואס האבען געוואוינט און בישטינא אבער נישט ר"ר איתמר הנ"ל זי"ע.
מעגליך אז דער רבי ר' איתמר'ל נאדווערנער איז אנגעקומען אויף א באזוך מעת לעת און בישטינא, אפשר זיך משתטח זיין אוין זיידענ'ס ציון וכדו', און פון דארט קען עם דיין טאטן ע"ה, אולי ואולי.

אדרבה, זייט גוט מברר, אפשר וועט מען מגלה זיין אן פרט חדש.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
אוועטאר
scy4851
שר ששת אלפים
תגובות: 6804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 29, 2008 11:57 am
לאקאציע: אפשר קען איינער מיר זאגען וויא!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך scy4851 »

ר' כתר ישועה
איך דערמאן מיך אז מיר האבען טאקע געשמועסט דערוועגען און אישית

בל"נ נאך יו"ט וועל איך האבען א שעת הכושר צי פרעגען פון מיין פעטער און וויליאמסבורג.
ער פלעגט מיטפארען מיט מיין באבע ע"ה ווען זי פלעגט פארען קיין בישטינא און וויילען דארט א גאנצען זימער ביי איר מאמע.
פאר אוהם איז דאס געווען איין עלטער באבע דארט און בישטינא.
the SCY is the limit
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

scy4851 האט געשריבן:ר' כתר ישועה
וויא אזוי האט זיך ר' אתמר ראזענבוים ז"ל, דער פאטער פונעם זוטשקער רבי ז"ל און פונעם סטראזניצער רבי ז"ל, אנגעקערט צום ר"ר מרדכילי' זי"ע?

לויט וויא איך האב געהערט פון מיין טאטע ע"ה, האט דער ר' אתמר אויך געוואוינט און בישטאנא, און מיין טאטע האט אוהם געקענט פון דארט.

זייער פשוט רבי איתמר'ל טאטע רבי מאירל קרעטשניפער איז געווען א'זון פון רבי רבי מרדכילע נאדווערנער זיע"א.
זלאטשוב
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 23, 2010 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זלאטשוב »

כתר ישועה האט געשריבן:יאך מיין אז הרה"צ ר' שלמה לייפער דער בארא פארקער נאדווערנער רבי שליט"א איז אויכט אן איידעם ביים ר' אתמר זי"ע.


דאס איז א טעות.... די איידעם פון רבי איתמר איז געווען הרה"צ ר' ישכר בער לייפער זצוק"ל פון בארא פארק וואס איז נפטר געווארן בשנת תשס"ט.
און זיין רעבעצין יענטא די טאכטער פון רבי איתמר איז נפטר געווארן אנפאנג אדר תשע"ג.
אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3197
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רימנובער אייניקעל »

scy4851 האט געשריבן:ר' כתר ישועה
וויא אזוי האט זיך ר' אתמר ראזענבוים ז"ל, דער פאטער פונעם זוטשקער רבי ז"ל און פונעם סטראזניצער רבי ז"ל, אנגעקערט צום ר"ר מרדכילי' זי"ע?

לויט וויא איך האב געהערט פון מיין טאטע ע"ה, האט דער ר' אתמר אויך געוואוינט און בישטאנא, און מיין טאטע האט אוהם געקענט פון דארט.

לאמיר קלאר מאכען די זאך, איך האב געכאפט א'שמועס מיט כ"ק אדמו"ר רבי איתמר מבישטנא שליט"א,האט ער מיר געזאט אז בשעת די רבי רבי מרדכילע זי"ע מנאדווערנא איז אוועק ,האט זיך זיין זון רבי ישראל יעקב געצויגען פון חוסט קיין בישטינא ער האט געוואינט און בישטינא אי'אר צייט לערך און ס'איז עם ל"ע אוועק א'זעקס יעריגע קינד האט ער תולה געווען אז די טאטע וויל נישט אז ער זאל וואינען דארט, האט ער זיך צוריק גצויגען קיין חוסט, ומנוחתו כבוד בבישטינא, איז מוסיף דער רבי שליט"א אז אבי אביו הרה"ק רבי איתמרל מבישטינא האט זיך געצויגען קיין בישטינא ארום זעכצען יאר נאך רבי רבי מרדכילע'ס פטירה, הי"ד. חוץ די צוויי אויבענדערמאנטע רביס האט קיין שום נאדווערנע אייניקל רבי, נישט געוואינט און בישטינא כולל רבי איתמרל ראזענבוים זצ"ל, במחילת מעלת כבוד אביו בסתמא פארמישט ער די צוויי רבי איתמרל'ס, רבי איתמרל ראזענבוים האט געוואינט דריי יאר און קרעשטניף לעבין סיגעט,און שפעטער האט ער זיך געצויגען קיין טשערנאוויץ ביז די מלחמה יארן.עד כאן מפי כ"ק אדמו"ר מבישטינא שליט"א. און בנוגע רבי שלמה לייפער מנאדווערנא שליט"א בן הרה"ק רבי שלום מברייטען איז א'איידים ביי כ"ק אדמו"ר מ'וויעליפאלע זצ"ל, נאר דאס יא רבי ישראל חיים לייפער שליט"א בן הרה"ק רבי איתמרל מבישטינא.איז א'איידים ביי זיין פעטער הרה"ק רבי שלום מברייטן זצ"ל ברודער פון הרה"ק רבי איתמרל מבשיטינא הי"ד .
לעצט פארראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום מיטוואך נאוועמבער 20, 2013 1:56 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קדושת ישראל
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 04, 2013 4:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קדושת ישראל »

בסביבות חודש תשרי מצאתי קובץ נפלא מאד בשם "אוצרות מרדכי" והוא סובב על הרה"ק רבי מרדכי מנדבורנא זי"ע. ע"פ הרשום שם הרי"ז יצא לאור ע"י חבורת הבחורים של בישטינא. הקובץ מרשים מאד הן בצורתו והן בהגשתו. לא ידעתי שיש חסידים בבישטינא. בליעה"ר.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

כתר ישועה האט געשריבן:
רבי מרדכי לייפר מבישטינא

בנו הרב מרדכי לייפר עוד נישא קודם המלחמה והיה לעזר לאביו בהנהגת הבית הוראה ובהשבת תשובות לשואלים. רבי מרדכי ניצל מהמלחמה ועבר לדור בברוקלין שבארה"ב. ברב ענוונותו וצניעותו לא רצה לקבל עליו שום משרה רבנית או אדמורי"ת, אף שבביתו לא שרר מאומה ואף פת לאכול, גם בקשותיו של הצדיק רבי אהרן רוקח מבלז זצ"ל ממנו כמה וכמה פעמים להמשיך את הנהגת אבותיו באדמורו"ת לא נענו, אף שהבטיח הצדיק מבלז שיהיה לו פרנסה ברווח והרבה מניינים בבית מדרשו מזה. כך בצנעה ישב לו רבי מרדכי על התורה והעבודה במסירות נפש ממש. בסוף ימיו כשקשתה עליו היציאה מהבית נעתר לבקשת חסידיו ומעריציו ובביתו נפתח בית המדרש דחסידי בישטינא בבורו פרק שבארה"ב. רבי מרדכי לייפר מבישטינא נפטר בכ"ה טבת תשנ"ב וע"פ בקשתו הובא מיטתו למנוחות בארץ ישראל בבית הקברות העתיק שבעיר טבריא לא הרחק מציוניהם של תלמידי הבעל שם טוב.

האדמו"ר הרב ישכר בער מבישטינא שליט"א

בנו של רבי מרדכי הוא הצדיק רבי ישכר בער לייפר מבישטינא שליט"א. לאחר פטירת אביו קיבל עליו את המשך האדמורו"ת. בתחילה דר בבני ברק ובשנים האחרונות (תשנ"ט) העתיק את ביתו לשכונת עמישב שבפאתי העיר פתח תקוה. שם פתח את בית מדרשו אשר מהוה מוקד משיכה לכל דורש ומבקש השם. גם נודע הוא האדמו"ר מבישטינא שליט"א כאוהב ישראל גדול ובזכות זה מאחד הוא בבית מדרשו את כל הסוגים וכל המינים. שם בפתח תקוה מטיב הוא את הנרות האפלים ורבים משיב מעוון. ייחוד בית המדרש בישטינא בפתח תקוה מהווה בכך שמאכלס בתוכו את כל גווני היהדות. חילונים, דתיים, ספרדיים, אשכנזים, חסידים, חבדניקי"ם וליטאים. כולם כאחד מרגישים בבית. האדמו"ר הרב ישכר בער מבישטינא הינו בזיו"ר חתנו של הרב נפתלי מוסקוביץ שליט"א -האדמו"ר ממעליץ באשדוד. בזיו"ש הינו חתנו של החסיד הרב משה חיים מקובר ז"ל - מחשובי חסידי אלכסנדר. רבי ישכר בער שליט"א אדוק ומקושר ברבותיו, בפרט בהאדמו"ר הרב מנחם מנדל שניאורסון מלובביץ זצ"ל וגם דבק הוא בהאדמו"ר הרב צבי הירש רוזנבאום מקרטשניף זצ"ל וביבלחט"א האדמו"ר הרב משולם פייש לוי מטאש קנדה שליט"א


האבן מיר געשאפן אן ערהאבן בילד פונעם בישטינא רבי זצ"ל רבי מרדכי, אויסער דעם דערמאנטן זון דער בישטינא רבי פון פתח תקוה, זענען פארהאן נאך צוויי זון; איינער הרב ר' חיים ברוך לייפער פון טאהש און דער בישטינער רבי פון ירושלים, רבי איתמר שליט"א און אזוי אויך עטליכע טעכטער און איידימער.
אטעטשמענטס
4329843457_aaab6e9d5a_o.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האדמו"ר הרב ישכר בער מבישטינא שליט"א

בנו של רבי מרדכי הוא הצדיק רבי ישכר בער לייפר מבישטינא שליט"א. לאחר פטירת אביו קיבל עליו את המשך האדמורו"ת. בתחילה דר בבני ברק ובשנים האחרונות (תשנ"ט) העתיק את ביתו לשכונת עמישב שבפאתי העיר פתח תקוה. שם פתח את בית מדרשו אשר מהוה מוקד משיכה לכל דורש ומבקש השם. גם נודע הוא האדמו"ר מבישטינא שליט"א כאוהב ישראל גדול ובזכות זה מאחד הוא בבית מדרשו את כל הסוגים וכל המינים. שם בפתח תקוה מטיב הוא את הנרות האפלים ורבים משיב מעוון. ייחוד בית המדרש בישטינא בפתח תקוה מהווה בכך שמאכלס בתוכו את כל גווני היהדות. חילונים, דתיים, ספרדיים, אשכנזים, חסידים, חבדניקי"ם וליטאים. כולם כאחד מרגישים בבית. האדמו"ר הרב ישכר בער מבישטינא הינו בזיו"ר חתנו של הרב נפתלי מוסקוביץ שליט"א -האדמו"ר ממעליץ באשדוד. בזיו"ש הינו חתנו של החסיד הרב משה חיים מקובר ז"ל - מחשובי חסידי אלכסנדר. רבי ישכר בער שליט"א אדוק ומקושר ברבותיו, בפרט בהאדמו"ר הרב מנחם מנדל שניאורסון מלובביץ זצ"ל וגם דבק הוא בהאדמו"ר הרב צבי הירש רוזנבאום מקרטשניף זצ"ל וביבלחט"א האדמו"ר הרב משולם פייש לוי מטאש קנדה שליט"א


דער בישטינא רבי שליט"א פון פ"ת ביי איין התוועדות י"ט כסלו
אטעטשמענטס
nf_E-02_64401.JPG
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

האדמו"ר מבישטנא פ"ת בהתוועדות י"א ניסן המרכזית בכפר חב"ד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

300px-האדמו-ר_מבישטנא_פ-ת.jpg
300px-האדמו-ר_מבישטנא_פ-ת.jpg (28.97 KiB) געזען 5669 מאל
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
אוועטאר
היטשינער
שר חמש מאות
תגובות: 761
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 3:48 pm
לאקאציע: שעפעלע בארג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היטשינער »

וועגן די בישטינא רבי דארף מען בעצם מאכן אן עקסטרן אשכול ער איז א איד א ריזיגן עובד השם אויף א מדרגה פון פךיעדיגע צדיקים ער האט א גאר ברייטן קאפ ווי למשל ער האלט זיך פאר א חבדסקער אבער ער איז ווייטער א סאטמארער בשיטה און ער פראוועט בנוסח קרעטשניף ער פירט א באשיידענעם הויף אויף א פארצייטישן שטייגער אין פתח תקוה ווי די גאנצע שטאט איז אים מעריץ אין מען קומט צו אים פאר ברכות יעדע וואך קומען אן אהין געסט צו זיך מסתופף זיין אין זיך אנווארעמען ביי זיינע געהויבענע שבתים ווי ער פלאמט אויף אידישע הערצער לעבודת הבורה
עס איז נישט קיין עבירה צו האבן א יצר הרע
עס איז אן עבירה צו פאלגן דעם יצר הרע
(הגה"צ ר' יעקב מאיר שכטער שליט"א)
--------------------
בליגסטע טיקעטס און האטעל פרייזן קליק דא
ידעתי
שר חמש מאות
תגובות: 980
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2017 9:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידעתי »

רבי חיים ברוך פון טאהש איז א נעפיו פון ניקלשבורגע רבין (מאנסי)
ווייסט איינער וויאזוי? זענען די ברודערס אויך משפחה מיט די לעבאוויטש'ס אדער פון די ווייב'ס זייט?
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35146
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ר' חיים ברוך יודא''ס מאמע איז געוועזן א לעבאוויטש.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
ורחץ
שר האלף
תגובות: 1194
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 12:27 am

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ורחץ »

ידעתי האט געשריבן:רבי חיים ברוך פון טאהש איז א נעפיו פון ניקלשבורגע רבין (מאנסי)
ווייסט איינער וויאזוי? זענען די ברודערס אויך משפחה מיט די לעבאוויטש'ס אדער פון די ווייב'ס זייט?

די ברודער איז לעבאוויטש תרתי משמע לעבאוויטש און ליובאוויטש
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אדמור"י בית בישטינא - מגזע נדבורנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

התוועדות י"ט כסלו ליובאוויטש אויפן היימישן נאדבורנא שטייגער
https://www.c-live.co.il/archives/32373
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
אוועטאר
יידישע קהילות
שר שמונת אלפים
תגובות: 8637
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: אדמור"י בית בישטינא - מגזע נדבורנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישע קהילות »

יידישע קהילות האט געשריבן:התוועדות י"ט כסלו ליובאוויטש אויפן היימישן נאדבורנא שטייגער
https://www.c-live.co.il/archives/32373

גאנץ א שיינער עולם, און אויך זעט אויס היימיש.
וואדקע גיסט זיך אויך נישקשה...
שמועס אויף יידיש. באמת א חידוש.
משנכנס אדר מרבין בשמחה
הל'א דו'ד מסתת'ר עמנו
נעם א קאווע
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 12, 2023 1:30 pm

Re: אדמור"י בית בישטינא - מגזע נדבורנא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעם א קאווע »

עס איז דא א הערליכע רעקארדירינג פון א מלוה מלכה מיט די בישטינא רבי שליט"א וואס ווי באקאנט איז ער מוראדיג אין די חבדסקער נגינה און זיינע מלוה מלכהס ווערן אפגעראכטן ביז טיף אין די נאכט שעה'ן.
דער רעקארדינג איז באגלייט מיט א פידל און מוזיק און מהערט דארט די רבי ביים אנפירן די זאך. סאיז מוראדיג שיין ספעשל פאר חברה וואס גלייכן דעם סטייל
שיקט מיר אין פרייוועט אויב איר זענט אינטערעסירט
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”