ר' יצחק יהודא יחיאל אייזיק לעווערטוב מקראקא ז"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' יצחק יהודא יחיאל אייזיק לעווערטוב מקראקא ז"ל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מי יודע פרטים על הבנן של קדושים בשמנו"כ בקראקא, זו מצבתו
אטעטשמענטס
Levertov.jpg
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

וויפיל יאך האב ארויס געליינט, איז ער א אייניקל פון קאמארנא [דאס שמעקט שוין פון דעם נאמען אליין] מאור עינים, דגמ"א.
ווען איר זאלט מיר אויס ליינן און ארויס שרייבן די אונטערשטע העלפט מצבה,
וואלט יאך מן הסתם געקאנט זאגן און אייך שרייבן בבהירות ווער עס איז.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

עס זעהט אויס ווי א מצבה וואס איז איבערגעפרישט געווארן נאך די קריג, אויף די הינטערשטע העלפט ווערט מונצח נעמען פון קינדער און בני משפחה שנעקד"ה ולא ידע איש את קבורתם.

די משפחה נאמען קלינגט נישט קיין גלאק ביי די יודעי דבר, לעווערטוב, מי הוא זה?
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:מי יודע פרטים על הבנן של קדושים בשמנו"כ בקראקא, זו מצבתו

ב''ה
בבארא-פארק הי' רב בשם לעווערטאוו מחותנו של הרב שלמה דוב שפירא מקווינס שבנו מרדכי
הי חתנו והוא הי' מקראקא .צריך לבדוק אצליהם .
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

ר' מנשה יעקב לעווערטוב איז ליידער טראגיש אומגעקומען אין אן עקסידענט און גיבט א קוק ווייטער אויף זייט 36
אטעטשמענטס
rmy_levertov.jpg
rmy_levertov.jpg (26.38 KiB) געזען 4010 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

כיהודא ועוד לקרא, איך מיט מיין היברו בוקס און בד"ץ מיט זיין זכרון ווער איז שנעלער?
אטעטשמענטס
levertov2.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי האט געשריבן:ר' מנשה יעקב לעווערטוב איז ליידער טראגיש אומגעקומען אין אן עקסידענט און גיבט א קוק ווייטער אויף זייט 36


בן בוזי און בד"צ,
א דאנק פאר די טירחא, איך ריכט מיר צו עפענען בקרוב אן אשכול איבער די לעברטוב משפחה, דערווייל, האסטו באמערקט דארט אינעם הפרדס דעם מזל טוב פאר ר' יהודה קעלעמער לאסירתו עם בתו של ר' שמואל וואלקין? דאס הייסט אז יגעתי מצאת, מ'פלאגט זיך איבער איין זאך און מ'טרעפט א צווייטע מציאה.

שלומכם יסגי.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אינטערעסאנט אין די אלע באשרייבונגען פונעם הפרדס, שרייבט מען אין ערגעץ נישט זיין פונקטליכע יחוס, נאר אז ער איז געווען אן אייניקל פונעם הייליגען בעש"ט.

איןו ליובאוויטש איז פארהאן פאמילעס מיט די משפחה נאמען לברטוב, אפשר זענען זיי פון די זעלבע יחוס, למעשה טרעף איך אז זיי זענען אייניקלעך פונעם בעל התניא, אפשר האבן זיי זיך ערגעץ משדך געווען.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

מיללער האט געשריבן:
איןו ליובאוויטש איז פארהאן פאמילעס מיט די משפחה נאמען [לברטוב[/url], אפשר זענען זיי פון די זעלבע יחוס, למעשה טרעף איך אז זיי זענען אייניקלעך פונעם בעל התניא, אפשר האבן זיי זיך ערגעץ משדך געווען.

ב''ה
אין להם שום שייכות --משפחת לעווערטאוו הגאלציאנית היא משפחת רבנית מדורות .
מאיפה לקחת את האינפארמצי' שלברטוב מחב''ד הם נכדי האדמוה''ז .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

הרבד"צ,
עיינת בהלינק שלינקקתי? שם כתוב שר' משה לברטוב היה נכד האדמוה"ז.

למעשה, ווער קען נאך טרעפן די שייכות צום קאמארנאר און צום דגל, פאר פסח? דער טרעפער וועט זוכה זיין צו קידוש החמה נאך פאר פסח......
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:עס זעהט אויס ווי א מצבה וואס איז איבערגעפרישט געווארן נאך די קריג, אויף די הינטערשטע העלפט ווערט מונצח נעמען פון קינדער און בני משפחה שנעקד"ה ולא ידע איש את קבורתם.

און אף על פי כן פון די נעמען וואלט יאך געהאט מער פרטים, וואס קאנען גאנץ מעגליך צו נוץ קומען.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מ'האלט מיר אויף א וועג, דא האבן מיר געטראפן א סייט דעזיגנירט לעילוי נשמתו של הרב ר' מנשה יעקב ב"ר יצחק יהודה יחיאל אייזיק לעבערטוב אב"ד זוויערניץ וקראקא.

בייגעלייגט איז א בילד פון ר' מנשה יעקב ז"ל, און פון זיין מצבה.
אטעטשמענטס
father&son2.jpg
P2190096.jpg
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאס איז א גביית עדות אויף אידיש פון הרב לעווערטוב ווי ער פארציילט איבער זיינע איבערלעבנישען ביי די קריג, ער איז געווען צווישן די געראטעוועט דורך דעם לעגענדארן חסיד אומות העולם אסקאר שינדלער.

צווישן אנדערע ווערן מיר געוואור אז זיין פאטער איז געווען א רבי אין קראקא און אן איידעם ביי ר' לייבוש פרענקל מסאניק, ער זעלבס איז געווען אן איידעם ביי ר' שם קלינגבערג מזאלאשיץ זצ"ל-הי"ד.ער איז געווען דער לעצטער אפיציעלער הויפט רב פון קראקא (ויש להבין מה היה החילוק בינו לר' שמעלקא קורניצער) זינט תרפ"ח.

צווישן אנדערע פארציילט ער דארט איבער די רציחה פון ר' אלתר'ל מזשיקוב הי"ד אינעם טארנער געטאו, די שענדונג פון די קברים אויף די קראקאווער בתי חיים, די קידוש שם שמים פון גערער אינגעלייט פארן ווערן געשאסן צום טויט רח"ל, בתוכם ר' שלמה יאטקאוויטש חדב"ן האדמו"ר האמרי אמת מגור זצ"ל, און די רציחה פון זיין שווער ההר"ק מזאלאזשיץ הי"ד.
לעצט פארראכטן דורך מיללער אום מיטוואך אפריל 01, 2009 2:46 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דא ווערן מיר געוואור אז ר' מנשה לעברטוב איז בזוו"ש געווען אן איידעם ביי ר' חיים ב"ר יעקב שמשון קאננער משטחויב זצ"ל.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

[quote="מיללער"][url=http://www.freewebs.com/clwshrink/Testimony/YiddishTestimony.pdf] ער זעלבס איז געווען אן איידעם ביי ר' שם קלינגבערג מזאלאשיץ זצ"ל-הי"ד.ער איז געווען דער לעצטער אפיציעלער הויפט רב פון קראקא (ויש להבין מה היה החילוק בינו לר' שמעלקא קורניצער) זינט תרפ"ח.

ב''ה
הוא לא הי' הרב הרשמי בקראקא ---וגם לא ר' שמעלקא .רק אביו ר' יוסף נחמי' הי' האחרון
ומאז הכל התנהל ע''י דיינים וראב''ד כמו משנת תר''ן עד תרפ''ט .הלא מה שהי' צריך רב רשמי
הי' רק כלפי חוץ--השלטונות --שהי צריך מי שייצג את העדה .גם הי' קשה שרב חרדי ינצח את
הבחירות .כי הרוב הי' חילוני .וע''כ לעמבערג קראקא טורנא ווארשא לאדז' לא הי' להם רבנים.
ובעלז תמיד צידדו ליורש כי ע''פ רוב היורש הי' יותר חרדי .וזה הי' הסיפור בבראדי שטיינבערג
כנגד ר' יאסעלע פאפאריש נכד המנ''ח .
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' מנשה יעקב לברטוב ז"ל מיט זיין רעטער אסקאר שינדלער.
אטעטשמענטס
schindler2b.jpg
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
הרב לעווערטאוו איז נאך דיא מלחמה געווען רב אינטער הרב שטיינבערג [מבראד ] אין קראקא .דער בראדער רב האט געמאכט דיא
מקוה אין אלע וויכטיגע זאכען פאר יודישקייט .עהר איז געווען א געוואלדיגער מושלם .עהר איז באפרייט געווארען לעבען בראד אין
אקטאבער 1944 .אין גלייך ווען מען האט נאר גיקענט איז אריבער קיין קראקא .עהר איז געווען איין איידעם בייא דיא תאומים-פרענקיל
פין פאדגארז'-קראקא .הרב לעווערטאוו האט אויף ראש השנה תש''ז שוין געווען אין דייטשלאנד .עהר איז כמעט נישט געווען אין
פוילען נאך דיא מלחמה .זעה אין הקדמת שו''ת מחזה-אברהם .
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

זיין יחוס צו "קאמארנא" איז ווי פאלגענד:
ר' מנשה יעקב לעברטוב ב"ר יצחק אייזיק יהודה יחיאל ב"ר מנחם נחום אפרים חתן ר' אברהם מרדכי קלינגבערג מזאלושיץ-קראקא ב"ר מנשה יעקב חתן הרה"ק מהרי"א מקאמארנא.
ר' יצחק אייזיק לעברטוב חתן ר' יצחק יהודה פרענקל מסאניק בעל 'מחיר חלב'. (בנו ר' יעקב שלמה פרענקל חתן ר' אברהם אהרן מקאלבסוב).
ר' מנשה יעקב חתן בזיוו"ר דודו הרה"ק ר' שם מזאלושיץ, וכל יו"ח מזיוו"ר נספו בשואה. בזיוו"ש חתן ר' חיים קאנער מפאדגורזש.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

א דאנק אייף ר' מיילעך, כ'האב געוואוסט אז דורך אייך וועט דאס פארענטפערט ווערן.
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

שוין א גאנצען אינדערפרי ווארט איך אריין צו לייגן די אינפארמאציע און דא האט עס שוין מיילעך מגלה געווען, עניוועי א דאנק ר"ר מיילעך
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

אין קברים איז היינט צו געקומען אינפארמאציע.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
יעקעלע פוקס
שר חמש מאות
תגובות: 987
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקעלע פוקס »

לידוע בעלמא:
ער האט נישט געהייסען 'יצחק יהודה יחיאל אייזיק' אזוי ווי דעם קעפל פונעם אשכול איז, אפילו אויף זיין מציבה שטייט אזוי אויסגעקריצט, ווארום ער האט געהייסען נאך זיין זיידען דער היכל הברכה 'יצחק אייזיק יהודה יחיאל' והמצבה של בנו יוכיח

נ.ב. קען אפשר זיין וויבאלד אייזיק איז דאך א כינוי פאר יצחק האט מען קודם געשריבען די עיקור נעמען 'יצחק יהודה יחיאל' און די כינוי 'אייזיק' צים סוף, אבער סיזא'שוואכע סברה, וויבאלד דער קאמארנער האט למעשה אזוי געהייסן (נישט נאר געריפן אויפן כינוי, אפילו ער מאכט אמאל גמטריאות נאר אויף 'יצחק יהודה יחיאל') וגם נכדיו אחריו.
טעמו וראו כי טוב השם
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ביקסאד האט געשריבן:אין קברים איז היינט צו געקומען אינפארמאציע.


מיר האבן שוין אויבן דערמאנט אז בזוו"ש איז ער געווען אן איידעם ביי ר' חיים בהגרי"ש קאננער מטשחויב, אבער יעצט זעה מיר אז ער ליגט אינעם באבובער חלקה.
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

מצבה פון די רעביצין אין באבוב:
אטעטשמענטס
IMG_2226[1].JPG
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

מיילעך האט געשריבן:זיין יחוס צו "קאמארנא" איז ווי פאלגענד:
ר' מנשה יעקב לעברטוב ב"ר יצחק אייזיק יהודה יחיאל ב"ר מנחם נחום אפרים חתן ר' אברהם מרדכי קלינגבערג מזאלושיץ-קראקא ב"ר מנשה יעקב חתן הרה"ק מהרי"א מקאמארנא.
ר' יצחק אייזיק לעברטוב חתן ר' יצחק יהודה פרענקל מסאניק בעל 'מחיר חלב'. (בנו ר' יעקב שלמה פרענקל חתן ר' אברהם אהרן מקאלבסוב).


היינט האבן מיר געטראפן א בילד פון די מציבה פון ר' מנחם נחום אפרים לעבערטוב הנ"ל אויפן ביה"ח אין קראקא, וויאזוי איז ער געווען אן אייניקל פון ר' נחום מטשערנאבל?
אטעטשמענטס
Levertov.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”