Advertisement

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

זונטאג מרץ 30, 2014 9:58 am

מיללער האט געשריבן:עס איז צייט צו עפענען אן אשכול לבית בלאזוב און אריינלייגן דארט כאטש דעם בילד פון א עולם שחרב, ווען די בארבארן האבן זיך נישט באגנוגט מיט'ן רצח'ענען די זעקס מיליאן לעבעדיגע קדושים מושלכים באש הי"ד, נאר אפי' די שוכני עפר זענען זיי געשטאנען אין וועג, ווען זיי האבן חרוב געמאכט מיליאנען קברים ובתוכם פון קדושי עליון ומצוקי תבל, זכותם יגן עלינו.

ארץ ארץ אל תכסי דמם

גא"מ
אגב איז שוין דא אסאך שיינע זאכן דא אויפן וועלטל לבית בלאזוב צוזייט און צושפרייט דארף עס איינער צאמנעמען לפונדק אחד

Advertisement

מאנטאג יוני 02, 2014 11:33 am

א גרויסן יישר כח פאר די גבאי קודש פארן אפטיילן די תגובות מבית בלאזוב - יעצט ברויך עמיצער געהעריג מסדר זיין שושלת בית בלאזוב מיט בילדער.

-

אויף דערווייל, דער בלאזובער רב זצ"ל דער צבי לצדיק, האט געהאט א זון ר' יוסף וואס איז נפטר געווארן אין אינגען עלטער פון 22 יאר ביום ז' מר-חשון בשנת תרמ"ט פון א טיפוס עפידעמיע רח"ל וואס האט געבוזשעוועט אין בלאזוב אין יענע תקופה, דא דערציילט דוב בעריש זילבער פון בלאזוב המכונה זב"ד איבער די שרעקליכע טראגעדיע:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 3&rtl=true
עטעטשמענטס
GetImage (3).png
GetImage (2).png
GetImage (1).png
GetImage.png

דינסטאג יוני 03, 2014 5:52 am

פארציילט הרה"צ רבי אלחנן היילפערין שליט"א גאב"ד ראדאמישלא געהערט פונעם בלאזשווער רבי זצ"ל פון בארא פארק.


אז הרה"ק המנחת אלעזר זיע"א האט אים איינגלאדענט צו זיין טאכטערס חתונה (מהאט אים אפילו מכבד געווען מיט א'ברכה אונטער די חופה).

און ער האט מיט געברענגט די זיידעס ספר צבי לצדיק וואס ער האט געדרוקט צום מונקאטשער רב .
און די מנחת אלעזר האט אריין געקוקט דערון און זיך אנגערופן מיט גרויס התפעלות ער האט חרטה אז ער האט זיך נישט משתעשע געווען מיט אים ביז יעצט.
ובכן איז ער מקבל אויף זיך תשובת המשקל אז ביי תחיית המתים גייט ער מקבל מרות זיין פון בלאזשעווער רב זיע"א.
לעצט פאראכטן דורך רימנובער אייניקעל אום דינסטאג יוני 03, 2014 9:06 am, איין מאל איז עס געווארן פאראכטן

דינסטאג יוני 03, 2014 6:05 am

מיללער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר די גבאי קודש פארן אפטיילן די תגובות מבית בלאזוב - יעצט ברויך עמיצער געהעריג מסדר זיין שושלת בית בלאזוב מיט בילדער.

-

אויף דערווייל, דער בלאזובער רב זצ"ל דער צבי לצדיק, האט געהאט א זון ר' יוסף וואס איז נפטר געווארן אין אינגען עלטער פון 22 יאר ביום ז' מר-חשון בשנת תרמ"ט פון א טיפוס עפידעמיע רח"ל וואס האט געבוזשעוועט אין בלאזוב אין יענע תקופה, דא דערציילט דוב בעריש זילבער פון בלאזוב המכונה זב"ד איבער די שרעקליכע טראגעדיע:
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 3&rtl=true

בדרך אגב האט הרבנית חיה מינדל אלמנת הרה"צ רבי יוסף שפירא זצ"ל בן הרה"ק מ'בלאזשעב נאך אמאל חתונה געהאט מיט הרה"ק רבי הערשלע האלברשטאם אבד"ק רודניק זצ"ל (בן הרה"ק מגארליץ זיע"א) און געהאט הרה"ק רבי זלמן לייב זצ"ל אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג.
ואחיו הרה"צ רבי אברהם האלברשטאם זצ"ל אבד"ק רודניק .

דינסטאג יוני 03, 2014 10:13 am

רימנובער אייניקעל האט געשריבן:בדרך אגב האט הרבנית חיה מינדל אלמנת הרה"צ רבי יוסף שפירא זצ"ל בן הרה"ק מ'בלאזשעב נאך אמאל חתונה געהאט מיט הרה"ק רבי הערשלע האלברשטאם אבד"ק רודניק זצ"ל (בן הרה"ק מגארליץ זיע"א) און געהאט הרה"ק רבי זלמן לייב זצ"ל אדמו"ר מצאנז קלויזענבורג, ואחיו הרה"צ רבי אברהם האלברשטאם זצ"ל אבד"ק רודניק .


בת מי היתה?

דינסטאג יוני 03, 2014 12:10 pm

בת ר' מאיר משולם שפירא מלאנצוט ב"ר שמואל בן הבנ"י.

דינסטאג יוני 03, 2014 12:24 pm

מיללער האט געשריבן:א גרויסן יישר כח פאר די גבאי קודש פארן אפטיילן די תגובות מבית בלאזוב - יעצט ברויך עמיצער געהעריג מסדר זיין שושלת בית בלאזוב מיט בילדער.


למהרצ"א מבלאזוב הי' ג' צאצאים:
1) ר' יהושע בעל קרן ישועה מריביטיטש בזיוו"ר חתן ר' מנחם מנדל מארילוס מדובעצק. ובזיוו"ש חתן ר' יעקב דאכנער מדעלאטין.
2} ר' יוסף הנ"ל
3) אלטא ברכה אשת ר' ברכי' טייטלבוים מאוהעל.

פרייטאג יוני 06, 2014 8:36 am

מיילעך האט געשריבן:בת ר' מאיר משולם שפירא מלאנצוט ב"ר שמואל בן הבנ"י.

און טאקע כ"ק אדמו"ר מצאנז שליט"א האט א'זון מיט די נאמען רבי מאיר משולם שליט"א.

פרייטאג יוני 06, 2014 8:45 am

אז מ'רעדט שוין פון הרה"צ רבי מאיר משולם שפירא מ'לאנצהוט זצ"ל האב איך מיך דערמאנט א'מעשה.

פארציילט כ"ק אדמו"ר מ'בלאזשוב זצ"ל בארא פארק אז הרה"צ רבי מאיר משולם שפירא זצ"ל איז געווען בעל שחרית ראש השנה ביי זקנו הרה"ק מ'בלאזשעב זצ"ל .

איינמאל נאך שחרית פאר תקיעת שופר איז ער נאך אמאל געגאנגען און מקוה.
האט אים זקנו הרה"ק מ'בלאזשעב זיע"א געפרעגט איז רבי מאיר משולם'ס שחרית מטמא?
ער האט נישט געהאלטן פון די פרומע שטיק נאך אמאל גיין און מקוה פאר תקיעת שופר.

פרייטאג יוני 06, 2014 12:36 pm

גם בבעלזא אמרו כך.

מתנגד און נישט געוואלט שטיצען אגודת ישראל.

מאנטאג אוגוסט 18, 2014 9:21 pm

צום ענדע פון די ערשטע וועלט מלחמה בשנת תרע"ח האט זיך די הייליגער בלאזשוב'ער רב זיע"א באזעצט און פשעמישל.

פארציילט הרה"צ רבי ישראל מ'בלאזשוב זצ"ל אז אמאל איז ארויף געקומען א'דעלגאציע חשוב'ע רבנים צום זיידן הרה"ק מבלאזשוב זיע"א ובתוכם הגאון רבי מאיר שפירא זצ"ל אבדק"ק לובלין און הרה"ג רבי אהרן לעווין זצ"ל אבדק"'ק ריישא והרה"ג רבי לייבל מינצבערג ועוד אנשים חשובים.

זיי האבען געבעטן דעם רבי'ן ער זאל זיי געבען א'שטיצע בריוו לטובת וחיזוק אגודת ישראל רופט זיך אן דער צבי לצדיק זיע"א יאך וועל זיך א'דורכשמועסן מיט מיין אייניקל ווייזענדיג דערביי אויף רבי ישראל'טשע פראכינקער רב (בלאזשובער רבי זצ"ל פון בארא פארק) וואס איז דארט געשטאנען.

עס גייט דורך א'טאג צוויי און פראכניקער רב הערט גארנישט פון זיין זיידע וועגן די בריוו ,האט ער מדעתו אנגעשריבן א'בריוו מיט א'בכבוד'יג נוסח און אריין צום זיידן אים דאס צו ווייזן.

די זיידע קוקט אים אן מיט א'וואנדער זאגענדיג:

ווער בריוו? וואס בריוו? יעך האב עפעס געזאגט וועגן א' בריוו?

יעך האב געזאגט איך וועל זיך א'דורכשמועסן מיט דיר, און יעך שמועס זיך א'דורך אויף נישט.


די פראכניקער רב איז געבליבן שטייין פאר'חידוש'ט און שנעל אריין צום טאטע'ן הרה"ק רבי יהושע'לע זצוק"ל מ'ריביטיטש און געפרעגט ווי אזוי וועט ער זיך איין עצה געבן מיט אזעלעכע חשוב'ע רבנים בדרך כבוד?.

איז דער ריביטיטש'ער רב אריין צום טאטען דער צבי לצדיק ,האט בלאזשוב'ער רב זצוק"ל מסביר געווען אז צוליב כבוד פון אזעלעכע חשוב'ע רבנים האט ער נישט געזאגט בפירוש ניין נאר ער האט זיך ארויס געדרייט זאגענדיג אז ער וועט זיך דורך שמעוסן מיט די אייניקל ,און זיי האבן שוין אליין פארשטאנען אז יעך האלט נישט ביים שרייבן א'בריוו.

עד כאן מנכדו בלאזשעבער רב זצוק"ל.

זעט מען פון דא די גדלות און צדקות פון בלאזשוב'ער רב זיע"א אז הגם ער איז געווען א'שארפע מתנגד צו אגודת ישראל האט ער זיך בדרך חכמה ארויס געדרייט פון די חשוב'ע רבנים נישט זיי צו געבן א'בריוו אן זיי פוגע זיין בכבודם.

דינסטאג מרץ 24, 2015 6:32 pm

זכותו יגן עלינו.

אינעם גליון דברי תורה דחסידי בעלזא, ווערט דער בלאזובער רב זייער שיין באשריבן די לעצטע וואך,

דינסטאג מרץ 24, 2015 6:55 pm

מצבת קדשם של הרה"ק בעל 'צבי לצדיק' מבלאזוב ובנו הרה"ק בעל 'קרן ישועה' מריבאטיטש - בתקופת השואה

צבי לצדיק.jpg

דינסטאג מרץ 24, 2015 10:25 pm

לאחר השואה

Rzeszow, Poland, The remains of a synagogue.jpg
Rzeszow, Poland, The remains of a synagogue.jpg (42.99 KiB) געזעהן געווארן 168 מאל

דינסטאג מרץ 24, 2015 10:28 pm

האהל והמצבות הק' - כיום

6e05403799eb8a2bb68e2252d74de83a.jpg
Jewish_cemetery_in_Rzeszów_(Poland)3.jpg
Jewish_cemetery_in_Rzeszów_(Poland)4.jpg

דינסטאג מרץ 24, 2015 10:32 pm

הטבלאות בפנים האהל

rzeszow18.jpg
rzeszow19.jpg

מיטוואך מרץ 25, 2015 5:40 pm

הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זי"ע במארינבאד

phoca_thumb_l_7.jpg

מיטוואך מרץ 25, 2015 11:11 pm

[quote="יציב פתגם"]הרה"ק בעל צבי לצדיק מבלאזוב זי"ע במארינבאד
quote]

ווייסט מען ווער זענען די באגלייטערס?

מיטוואך מרץ 25, 2015 11:29 pm

די הייליגע בלוזשובער רב האט א גאנץ ווינטער קודם פטירתו גערעדט פונעם הייליגען אפטא רב, ווען די ימי ניסן האבען זיך אינטער געריקט האט ער געהאלטען און איין פרעגען נאך וויפיל טעג ארום איז דער אפטא רב יא"צ? אזוי מיום ליום ביז ער איז טאקע נסתלק געווארען לחיי עלמא ביומא דהילולא קדישא ה' ניסן! ויהי לפלא
זי"ע ועכי"א
שרייב א תגובה

Advertisement