ר' עקיבא ובנו ר' יוסף נחמי' קארניצער מקראקא זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מאי 28, 2014 2:01 pm

מיללער האט געשריבן:יעצט טרעף איך נאך א קינד פון רבי עקיבא קארניצער ז"ל, אין "קול מחזיקי הדת" פון שנת תרמ"ח דערציילט דער שרייבער איבער א דעלעגאציע וואס איז געגאגנען לבית המלוכה, ובתוך הבאים ווערט דערמאנט "ר' יעקב עקשטיין חתן אדמו"ר הגאון ר' עקיבא קארניצר"

באלאנגט דאס צו די עקשטיין משפחה פון קאלבאסוב?


בא זה וגילה על זה, די צייטונג "המגיד" שרייבט אויך איבער יענעם באזוך, און ער לייגט צו "ר' יעקב עקשטיין מקאלבוסאוו"
http://www.jpress.nli.org.il/Olive/APA/ ... 5&rtl=true

ובדרך אגב, ווערט אויך דערמאנט דער באקאנטער בעלזער חסיד ר' מרדכי פעלץ צווישן די משלחת

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג יוני 13, 2014 7:05 pm

עס באלאנגט לכאורה אין דעם אשכול...
דעם זונטאג ווערט הרב אליעזר גוראריה שליט"א געקרוינט אלס רב פון שטאט קראקא.
יה"ר שיזכה לרוב הצלחה להרמת קרן התורה והיראה.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מוצ"ש יוני 14, 2014 10:13 pm

ווער ער אנהאלטען די קעטערינג ביזנעס?

אוועטאר
רימנובער אייניקעל
שר האלפיים
תגובות: 2463
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 10, 2013 10:07 pm

תגובהדורך רימנובער אייניקעל » מאנטאג יוני 16, 2014 12:41 am

נחוניא האט געשריבן:עס באלאנגט לכאורה אין דעם אשכול...
דעם זונטאג ווערט הרב אליעזר גוראריה שליט"א געקרוינט אלס רב פון שטאט קראקא.
יה"ר שיזכה לרוב הצלחה להרמת קרן התורה והיראה.

בהשתתפות הרב חיים ברוך גלאק שליט"א
רב הראשי פון גאליציע.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 16, 2014 4:14 pm

פטירת הרבנית רייזל אשת הג"ר עקיבא קארניצער זצ"ל בתו של רבי שמעון סופר אב"ד קראקא - במכת"ע מחז"ה תרמ"א:
http://jpress.org.il/Olive/APA/NLI_heb/ ... k%2BwWM%3D

החל מדף 3 בהעיתון - בפטירתה עזבה שמונה יתומים קטנים רח"ל - להלן יש שם נוסח מציבתה שנתנסחה ע"י ר' מרדכי צבי ווייסמאן-חיות

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » דינסטאג ינואר 27, 2015 7:13 pm

מצבת הרבני ר' יקותיאל זלמן קארניצער מבודאפעסט, ב"ר יואב קארניצער מסערענטש, ב"ר שמואל קארניצער, ב"ר אליהו קארניצער, חתן מרן החת"ס.
צוגעלייגטע
IMG_4120.JPG

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יולי 20, 2015 2:53 pm

הלוי' של הגאון רבי יוסף נחמי' קארניצער זצ"ל אב"ד קראקא (קרעדיט: הירשל ציג)

unnamed (14).jpg

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1066
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » מאנטאג יולי 20, 2015 5:40 pm

מיללער האט געשריבן:נאך א זוהן איז געווען ר' בנימין זאב קארניצער פון אנטווערפן, וועמענס זוהן ר' משה יהושע קארניצער פון ב"פ איז געווען אן איידעם ביי ר' אברהם דוד רובין האדמו"ר מלאנצהוט, דער ר' משה יהושע האט ארויסגעגעבן די שו"ת וחידושי ר' עקיבא קארניצער פון זיין זיידע ז"ל.

כ'האב געהערט פון א איד וואס האט זיך אלץ קינד אויפגעצויגן ביי די קארניצער משפחה אין אנטווערפן (ער איז אנגעקומען צו זיי א קורצה תקופה בעפאר דער ר' בנימין זאב איז נפטר געווארן), אז דאס איז געווען גאר א חשובע נאבעלע משפחה. טאקע דער ר' משה יהושע וואס איז געווען אביסל עלטער פון דעם איד, האט מיט אים געלערנט די א"ב וגו'.

בייגעלייגט בילד מצבת ר' בנימין זאב ע"ה. (קרעדיט: מיילעך, אשכול מצבות בית עלמין מחזיקי הדת אנטווערפן)
צוגעלייגטע
ant 012 (1).jpg

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 7:00 pm

האט ר' שבתי פרענקל קיינמאל נישט געהאט קיין קינדער אדער נאר נאכ'ן קריג ?

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » מאנטאג מאי 09, 2016 10:43 am

געהערט פון א חבר מיינער א [חלק (נפסק באמצע, ונקוה שישלימו בקרוב, אמר שנדפס מכבר איננו זוכר בדיוק) פון א] מעשה פלא !
בשייכות מיטן פטירה פון הגאון רבי יוסף נחמי' קארניצער זצ"ל וואס איז פארגעקומען און קראקא און יענע צייט, עפעס מיט די בתי חיים.....
איינער איז באקאנט מיט פרטים איבער דעהם ?
היינט נאכט איז די יארצייט !

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מאי 11, 2016 7:04 am

די מעשה איז געדריקט אין איינער פון די שענדישובער קובצים.

ממעתיקי השמועה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 01, 2016 5:40 am

תגובהדורך ממעתיקי השמועה » דאנארשטאג מאי 12, 2016 7:50 am

איטשע האט געשריבן:די מעשה איז געדריקט אין איינער פון די שענדישובער קובצים.

כ'האב פרובירט צו זוכן און עטליכע וואס כ'האב, דערווייל נישט געטראפן,
דערווייל האביך געזוכט אינעם קובץ שענדישוב מדור לדור און אין עטליכע טובים מאורות,
נישט זיכער געוועהן צו די מיינסט די אידישע קובצים אדער די לשון הקודש (קובץ תורני) ווי טובים מאורות, און דאס פעלט מיר עטליכע,
כ'שטעל זיך פאר אז דאס דארף צו זיין ביי די תולדות פון הגה"ק רבי טובי' משענדישוב זי"ע וויבאלד ער האט געוואוינט און קראקא,
און אויב כ'האב גוט פארשטאנען איז מיט איהם געוועהן די מעשה,
ע"כ אויב ווייסטו אפשר און וועלכע קובצים ווערט באשריבן איבער איהם דאן לאז מיר וויסען,

אדער סיי ווער עס ווייסט אדער האט געזעהן דעהם עובדא און איז בייוויליג דאס מעתיק צו זיין איז מכובד, יישר כח.

איטשע
שר האלף
תגובות: 1837
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

תגובהדורך איטשע » דאנארשטאג מאי 12, 2016 11:35 am

טובים מאורות ג׳

יקיש
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 7:08 pm

תגובהדורך יקיש » פרייטאג יולי 14, 2017 3:29 pm

איז דא עפעס א ספר פון ר' יוסף נחמי'

אוועטאר
נא_שכל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4899
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » פרייטאג יולי 14, 2017 5:27 pm

יקיש האט געשריבן:איז דא עפעס א ספר פון ר' יוסף נחמי'

זיכער איז דא.
"שו"ת וחידושי רבי יוסף נחמיה",

חידושי רבי יוסף נחמיה" עה"ת

ו"דרשות רבי יוסף נחמיה".

כ'האב אסאך געקוקט אין די דרשות, ער זאגט הערליכע אייגענארטיגע דרושים, פילע זאכן קען מען נאכזאגן און מפתיע זיין די שומעים מיט די שיינע אינטערסאנטע "ווארט".
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

יקיש
שר העשר
תגובות: 30
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 30, 2017 7:08 pm

תגובהדורך יקיש » מאנטאג יולי 17, 2017 12:52 am

יישר כח מרובה

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יולי 31, 2017 3:15 pm

א שיין בילד פון הגאון רבי יוסף נחמיה קארניצער זצ"ל

image (29).png
image (29).png (313.03 KiB) געזעהן 1733 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5599
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » מאנטאג יולי 31, 2017 4:28 pm

מיללער האט געשריבן:א היסטארישע בילד פון ר' יוסף נחמי' קארניצער אב"ד קראקא ביי א דרשה אין די ארטיגע שוהל.

נאך א בילד פון די זעלבע דרשה

Kornitzer.jpg
Kornitzer.jpg (371.82 KiB) געזעהן 1709 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2502
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

ר' שמואל קארניצער

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג דעצמבער 01, 2017 12:12 pm

שידוך פון החתן שמואל קארניטצער פון קראקא מיט פערל טירלק פון ווינא.
http://sammlungen.ub.uni-frankfurt.de/c ... ew/2635144

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4995
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מאנטאג מאי 06, 2019 1:02 pm

farshlufen האט געשריבן:היינט איז זיין יארצייט.
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג מאי 07, 2019 4:52 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:היינט איז זיין יארצייט.

וועלכע טאג?

---
הוא מותיב ומפרק

מנוסח המצבה "יצאה נשמתו בטהרה ערש"ק ב' אייר תרצ"ג לפ"ק"

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מאי 08, 2019 1:19 am

א מעשה פלא ונורא ווערט דערציילט איבער די פטירה פון הגאון רבי יוסף נחמי' זצ"ל, וועלכע איז ווי באקאנט ליידער נסתלק געווארן במיטב שנותיו לדאבון בית ישראל, ובא השמש בצהרים.

אין קונט' טובים מאורות שטייט די מעשה באריכות (מפי ר' אברהם אבסטפעלד), והתמצית - ווינטער תרצ"ג איידער הגאון האבד"ק קראקא רבי יוסף נחמי' איז נישט געזונט געווארן האט מען מחדש געווען א נייע בית החיים אין קראקא, און דער שענדישוב'ער רב האט געשיקט א שליח צום אב"ד אז ער זאל אפשטיפן דעם טאג המיועד לחידוש הביה"ח, ונימוקו עמו אז צו מחדש זיין א ביה"ח אין יענעם דאטום איז א סכנה פאר די ראשי העיר, אבער רבי יוסף נחמי' האט געלאזט זאגן פארן שענדישובער רב אז וויבאלד ער האט שוין גערופן די רעגירונג בעאמטע איז שוין נישט מעגליך צו טוישן דעם טאג, הארט נאכדעם איז ער ליידער נישט געזונט געווארן, ונסתלק לשמי מעלה א קורצע צייט שפעטער.

איך ברענג די העתק פונעם סיפור באריכות - מתוך קונט' טובים מאורות ח"ג

01 001.jpg
01 001.jpg (187.84 KiB) געזעהן 93 מאל
02 001.jpg
02 001.jpg (182.47 KiB) געזעהן 93 מאל

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » מיטוואך מאי 08, 2019 1:21 am

03 001.jpg
03 001.jpg (32.4 KiB) געזעהן 92 מאל
04 001.jpg
04 001.jpg (41.24 KiB) געזעהן 92 מאל

ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1013
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » פרייטאג מאי 10, 2019 12:48 am

נישטערנדיג מעהר איבער די רבנים ודיינים אין קראקא לאחר פטירתו פון הגאון רבי יוסף נחמי' (כפי המפורט לעיל בקונט' טו"מ) איז מיר דאס אויסגעקומען

הגאון הרב מזעקלטשין זצ"ל - ראבד"ק קראקא
ה"ה רבי ניסן הכהן שענירער זצ"ל

ראה כאן אודות יוצ"ח

*

הגאון ר' יודל אסטראווצער זצ"ל - ראבד"ק קראקא
(שם משפחתו לעווין)

תלמיד הגה"ק מאסטראווצא - אויך האט ער געהאט א ישיבה אין קראקא והעמיד תלמידים, ראה כאן


*
הגאון ר' אברהם משה ראפאפארט זצ"ל - ראבד"ק קראקא

מצבת בתו בביה"ח בהאלאנד
http://ns2.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... 7#p1823107


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 19 געסט