רבי חיים מייזליש מסארוואש זצ"ל

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך אוגוסט 26, 2009 11:26 pm

איך האב פונקט די וואך געזעהן אין ספר אמרי שפר למהרש"ק וואס הוצאת אמרי שפר האט איבערגעדרוקט, דארט איז דא א שטיקל הקדמה פון משפחת סאמעט וואס זייער זיידע ר' מרדכי יצחק? סאמעט האט זיך אפגעגעבן אסאך בהוצאת הספר הנ"ל, שרייבן זיי דארט אז דער זיידע האט געלערנט אין אוהעל אינעם בנין דוד'ס ישיבה ביים שיעור פונעם סארוואשער רב.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25444
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג סעפטעמבער 22, 2009 3:21 pm

בןהרחמן האט געשריבן:דאס איז דער סארוואשער רב (אינמיטן) און זיין איידעם ר' ישכר בעריש רובין מקערעסטיר (מיטן פעלץ).

לויט ווי יענער האט מיר געזאגט זעהט מען דארט אויך די זיהן פונעם סארוואשער רב, ר' שבתי הרב מסאכאטשאוו-סארוואש (דער הויכער בחור מיטן הוט אויף די רעכטע זייט), ולהבחל"ח ר' יושע זאב הרב מליעזש בלאנדאן (דער גרעסער אינגעל מיטן דאשעק ערשטער רעכטס), און כמעט זיכער אז דער אינגל אויף די לינקע זייט דארף זיין בנו ר' צבי הירש הרב משאפראן וומס"ב.

דער בילד איז ערגעץ אין די יאר צוויי נאכן קריג, אפשר אין דערפל מאמראנסי (נעבן פאריז) וואו דער סארוואשער רב האט דעמאלס געוואוינט פאר א שטיקל צייט און געהאט א ישיבה, ר' איציקל מפשעווארסק זי"ע האט אויך דעמאלס געוואוינט דארטן עם נכדו האדמו"ר מפשעווארסק שליט"א.
צוגעלייגטע
Sorvash.jpg

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 11:01 am

וועמענ'ס זוהן איז ר' יעקב ישראל מייזליש דעם ר' שלמה באבובער זי"ע איידעם?
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 11:36 am

כתר ישועה האט געשריבן:וועמענ'ס זוהן איז ר' יעקב ישראל מייזליש דעם ר' שלמה באבובער זי"ע איידעם?

ב"ר שבתי ב"ר חיים מסארוואש.

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28276
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דינסטאג נובעמבער 03, 2009 11:41 am

ר' שבתי ע"ה, בנו הגדול פון סארוואשער רב.

דעם פרייטאג י"ט חשון וועט זיין דעם סארוואשער רב'ס יארצייט.
---
מיילעך האט אריינגעהאקט.

אוועטאר
בןהרחמן
סעקרעטאר
תגובות: 1491
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 1:08 am
לאקאציע: אויפן רעקליינער

תגובהדורך בןהרחמן » מיטוואך נובעמבער 04, 2009 9:57 am

קרעמער האט געשריבן:ר' שבתי ע"ה, בנו הגדול פון סארוואשער רב.

דעם פרייטאג י"ט חשון וועט זיין דעם סארוואשער רב'ס יארצייט.


אב ובנו שראו את החודש, די יארצייט פונעם טאטן און פונעם זון (ר' שבתי) איז אינעם זעלבן טאג י"ט חשון

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:39 pm

געהערט א זיסע מימרא וואס ער האט געזאגט ביים פראבירן מסביר צו זיין די פאליטיק'ס פון פאר די קריג
"עס איז א שווערע סוגיא סאך שווערער ווי די סוגיא פון מודה במקצת אבער איינמאל מ'פארשטייט עס ווערט מען א כופר הכל" ודפח''ח
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1656
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 10:44 pm

דער מנח"י האט אים אמאל געפרעגט בנוגע א געוויסער פאליטיק וואס יר האלט.
האט ער גענפערט: איך האלט מיך דאס מויל ודפח"ח
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » דאנארשטאג אוגוסט 14, 2014 3:59 am

חמרא טבא האט געשריבן:געהערט א זיסע מימרא וואס ער האט געזאגט ביים פראבירן מסביר צו זיין די פאליטיק'ס פון פאר די קריג
"עס איז א שווערע סוגיא סאך שווערער ווי די סוגיא פון מודה במקצת אבער איינמאל מ'פארשטייט עס ווערט מען א כופר הכל" ודפח''ח

עמוק עמוק.

טייטל
שר האלף
תגובות: 1184
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2011 12:34 am

תגובהדורך טייטל » דינסטאג יוני 20, 2017 5:06 pm

חמרא טבא האט געשריבן:געהערט א זיסע מימרא וואס ער האט געזאגט ביים פראבירן מסביר צו זיין די פאליטיק'ס פון פאר די קריג
"עס איז א שווערע סוגיא סאך שווערער ווי די סוגיא פון מודה במקצת אבער איינמאל מ'פארשטייט עס ווערט מען א כופר הכל" ודפח''ח

מען קען דאס זאגן אויכעט היינט, אז עס איז דא אסאך וואס פארשטייען גוט די סוגיא און זענען א כ"ה....

אוועטאר
בעאבאכטער
שר האלף
תגובות: 1926
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 21, 2011 5:58 am

תגובהדורך בעאבאכטער » מיטוואך יולי 26, 2017 10:07 am

נחמן נתן האט געשריבן:דער סארוואשער רב האט נאך די חתונה פארגעלערנט שיעורים אין טאטענ'ס ישיבה אין אוהעל, זייענדיג ראדוואנער רב (וועלכער איז סמוך צו אוהעל, דארט ווי זיין שווער הנגיד ר' פנחס אלימלך ווייסמאן האט געוואוינט).

דער טאטע האט אים אנגערופן ריש מתיבתא
binyan david1.PNG
binyan david1.PNG (48.79 KiB) געזעהן 1176 מאל

דער ברודער וואס איז אוועק נאך בחייו פון טאטן רבי יחזקאל שרגא זצ"ל און אויך געוועהן רב אין ראדוואן, ער איז געוועהן ווארשיינליך יונגער פון סארוואשער רב.
binyan david2.PNG
binyan david2.PNG (19.87 KiB) געזעהן 1176 מאל

ער איז אוועק בשנת תרצ"ב בעת ווען סארוואשער רב איז שוין געוועהן על כסא הרבנות אין סארוואש, רבי בן ציון בלום זצ"ל אויפגעגעבן די רבנות אין סארוואש און איבערגענומען דעם טאטנס רבנות בעיר בערעטוי-אויפאלוי בשנת תרפ"ט.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5399
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

תגובהדורך יציב פתגם » זונטאג דעצמבער 03, 2017 10:18 pm

איינער ווייסט אפשר די אדרעס פון די סארוואשער רב'ס ישיבה אינעם דערפל מאמראנסי (נעבן פאריז)?


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט