בלאט 1 פון 1

ר' חיים ב"ר יוסף געלב ע"ה

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 11:26 am
דורך שטיקל גבאי
עס איז היינט ערשינען א מודעה און די דבר יום ביומו וועגן דעם ר' חיים וואס האט זיך אסאך מוסר נפש געווען פאר שמירת שבת, ווייסט איינער אביסל מער וועגען אים?

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 11:29 am
דורך שטיקל גבאי
די מודעה און די דבר יום ביומו

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2009 12:03 pm
דורך בן בוזי
אין וויליאמסבורג און איר היסטאריע איז היינט געווידמעט דארט אטליכע ארטיקלעך איבער דעם געהויבענער איד, זיין פלאץ איז דארט פאסיג צוליב דעם וואס ער האט גאר א גרויסער חלק אין דאס אויסזעהן פון אידישקייט אין וויליאמסבורג (עפ"י בד"ץ).

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 10:26 am
דורך ליסקא
ווייסט איינער מקום מנחתו ? געהערט אמאל אין ביה"ח בית דוד אין קווינס, נו גיי זיך מיך, ווייסט איינער פונקטליך ווי ?

געשריבן: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 12:21 pm
דורך scy4851

געשריבן: מאנטאג דעצמבער 21, 2009 3:40 pm
דורך שטיקל גבאי
מציבת ר' חיים בביה"ח בית דוד

געשריבן: דינסטאג דעצמבער 22, 2009 1:50 pm
דורך בן בוזי
דא האט ר' שמחה געברענגט א בילד פון ר' חיים
scy4851 האט געשריבן:יא!
ר' חיים געלב ז"ל
דער בילד איז גענומען וויא ער שטייט ביים עמוד ביי תהילים זאגען.

געשריבן: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2009 12:52 pm
דורך בן בוזי
גענומען פון דער אלגעמיינער דזשורנאל

אַ מעשה פון גאָרליצער רבי׳ן מיט דער מוטער פון ר׳ חיים געלב ע״ה

הרב ר׳ מרדכי וויליגער האָט מיר אַמאָל דערציילט, אַז אַ פרוי איז געקומען צום גאָרליצער רבי׳ן, הרב הצדיק ר׳ ברוך האַלבערשטאַם זצ״ל, איינער פון די זיהן פון ״דברי חיים״ זצ״ל פון צאַנז, און האָט שטאַרק געוויינט דערויף אַז איר זוהן וויל פאָרן קיין אַמעריקע. זי האָט געזאָגט דעם רבי׳ן, אַז אין אַמעריקע ווערט מען ״פריי״, מען וואַרפט אַראָפּ פון זיך דעם עול תורה ומצוות.

דער גאָרליצער רבי האָט איר געגעבן אַ ברכה, אַז איר זוהן זאָל פאַרבלייבן אַ שומר תורה ומצוות אויך אין אַמעריקע, צוגעבנדיק, אַז עס איז פאַראַן אַ קבלה פון די תלמידי הבעל-שם-טוב, אַז משיח וועט קומען פון אַמעריקע.

דער נאָמען פון יענעם בחור איז געווען חיים געלב. ער איז געווען אַ פלאַם-פייערדיקער איד. ער האָט פאַרמאָגט אַ בעקעריי אין וויליאַמסבורג, און איז יעדן טאָג אַרומגעגאַנגען איבער די בתי מדרשים צו קלייבן געלט פאַר צדקה-צוועקן. ר׳ חיים געלב האָט געשטיצט מערערע ישיבות וואָס האָבן זיך געפונען אין אַ שווערן מצב. ער האָט פאַרמאָגט אַן אַזוי-גערופענעם ״שבת-טאַנק״, וואָס פלעגט אַרומפאָרן איבער די אידישע געגענטן פון ניו-יאָרק, און גערופן אידן אָפּצוהיטן שבת. ער פלעגט אויסרופן: ״אידן, היט שבת, וועט דער שבת אייך היטן״.

ר׳ חיים געלב ע״ה האָט אויפגעשטעלט אַ דור פון קינדער און אייניקלעך לומדי תורה און מרביצי תורה.

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 4:45 pm
דורך נחמן נתן
דעם תשעה-באב האט המגיד הרב יונה לאנדא שליט"א פארציילט (אין ביהמ"ד ברך משה סאטמאר - סקילמאן) אז אין די בראשית יאהרן איז הרה"ק מסאטמאר זי"ע געגאנגען אמאל אין מקוה פון 'פוילישע שטיבל' (דאן געוועזן אויף דיוויזשאן עוועניו) אין באגלייטונג פונעם הויז-בחור הגה"צ פאיער רב זצ"ל. מ'האט נישט געוואלט אריינלאזן דעם רבי'ן, באפאלנדיג איהם: "מ'וועט אייך נישט אריינלאזן! איר רעדט אויף אונזער מדינה", וכו'. דער פאיער רב איז געווען זייער צורודערט. באלד דערנאך האט ער געטראפן ר' חיים געלב און איהם פארציילט די געשיכטע, ר' חיים האט גלייך געזאגט אז מ'גייט שוין צוריק, וכך הוה. ר' חיים איז אהינגעגאנגען און זיך גענומען קלאפן אויפן טיר שרייענדיג: איך ברעך שוין אויף די טיר! - נאכדעם וואס מ'האט געעפענט די טיר, האט ר' חיים געזאגט פארן רבי'ן: איך האב געגעבן דריי הונדערט דאללאר (!) פאר די מקוה, איך האב א בעלות אויף די מקוה..!

(טיבותא לשקייה: פארשלאפן)

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 5:31 pm
דורך hamenagen

געשריבן: דאנארשטאג יולי 26, 2018 6:40 pm
דורך נחמן נתן
פשיהא!

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 11:38 am
דורך קיקיון
cg.jpg
cg.jpg (212.07 KiB) געזעהן 1039 מאל