שושלת בית יאמפאלא-סקאליע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג מאי 13, 2016 11:22 am

דעם רבי'נס שיפס קארט פון 12 Aug 1892, כ' מנ"א תרנ"ב.

די רעבעצין האט שוין ווארשיינליך נישט געלעבט, עס זענען מיטגעקומען ברכה (פערל) (זאלצשטיין), (ברוך) פנחס (מסקאליע), ישראל (ממעזשבוז-פלארידא בעל ישמח ישראל), שמואל (יאווארזנא-מעזשבוזש-בראנזוויל)

לעצטע רעזידענץ "סקאלא"
צוגעלייגטע
Leiser Rabinowitz.GIF
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג מאי 13, 2016 11:35 am

דאס אנקום פון א חסידישער רבי, בפרט עמיצער וואס פלעגט זיך אפגעבן מיט סגולות אויף אן אויסטערלישער פארנעם האט געשאפן א באגייסטערונג און נייגער. בייגעלייגט זענען צוויי צייכענונגען פונעם רבי'נס געשטאלט אום תרנ"ג ווי עס איז ערשינען אין די צייטונג.
צוגעלייגטע
1893 07.jpg
1893 03.jpg
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

יוסף משה
שר מאה
תגובות: 133
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג ינואר 22, 2016 9:25 am

תגובהדורך יוסף משה » פרייטאג מאי 13, 2016 12:33 pm

איז דא ערגעץ באשריבן תולדות פון די ערשטע דריי יאמפאלע רבי'ס?

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4575
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » פרייטאג מאי 13, 2016 5:31 pm

kyshtiper האט געשריבן:
יום אחד האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:בילד פון רבי אליעזר חיים זי"ע

היינט ה' אייר איז די יארצייט, די דברי חיים האט געזאגט אויף אים אז ער האט נשמת דוד בן ישי.(אינטעסאנט ר' יונה לאנדא מאכט נאך נישט קיין באסעס)

81-14 Cypress Avenue
Ridgewood, NY 11385
מ'דארף אריבער גיין די גאס צו חלקת הרבנים.
כ'האב בעמערקט דארט א מצבה פוןדי רעביצן פונם חפץ חיים.

וואס איז די מקור דערצו?
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » זונטאג מאי 15, 2016 3:21 pm

בן בוזי האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:
יום אחד האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:בילד פון רבי אליעזר חיים זי"ע

היינט ה' אייר איז די יארצייט, די דברי חיים האט געזאגט אויף אים אז ער האט נשמת דוד בן ישי.(אינטעסאנט ר' יונה לאנדא מאכט נאך נישט קיין באסעס)

81-14 Cypress Avenue
Ridgewood, NY 11385
מ'דארף אריבער גיין די גאס צו חלקת הרבנים.
כ'האב בעמערקט דארט א מצבה פוןדי רעביצן פונם חפץ חיים.

וואס איז די מקור דערצו?

אמר ששמו אליעזר חיים בגימטריא דוד בן ישי

אוועטאר
יום אחד
שר מאה
תגובות: 193
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 11:17 am

תגובהדורך יום אחד » זונטאג מאי 15, 2016 7:31 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:
בן בוזי האט געשריבן:
kyshtiper האט געשריבן:
יום אחד האט געשריבן:
יוסלמאן האט געשריבן:בילד פון רבי אליעזר חיים זי"ע

היינט ה' אייר איז די יארצייט, די דברי חיים האט געזאגט אויף אים אז ער האט נשמת דוד בן ישי.(אינטעסאנט ר' יונה לאנדא מאכט נאך נישט קיין באסעס)

81-14 Cypress Avenue
Ridgewood, NY 11385
מ'דארף אריבער גיין די גאס צו חלקת הרבנים.
כ'האב בעמערקט דארט א מצבה פוןדי רעביצן פונם חפץ חיים.

וואס איז די מקור דערצו?

אמר ששמו אליעזר חיים בגימטריא דוד בן ישי

צ''ל ניצוץ דוד בן ישי
צוגעלייגטע
Untitled.jpg
אי אפשר שתקרא עבודת עבד, אלא כשגוף הדבר זר בעיניו. :שם משמואל

אלד וויליאמסבורג
שר האלפיים
תגובות: 2810
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 07, 2008 8:22 am
לאקאציע: וויליאמסבורג בריק

תגובהדורך אלד וויליאמסבורג » זונטאג מאי 15, 2016 10:07 pm

איז דא ענליכע מימרות פון צאנזער רב?
גלגולים ניצוצות וכו'

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25268
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג יוני 10, 2016 12:53 pm

מיללער האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:ד) ר' אליעזר חיים ראבינאוויטש מיאמפאלא-ניו יארק, בניו;

ה-א) ר' שמואל אברהם ראבינאוויטש מיאמפאלא-בראנזוויל (המכונה דער בראנזווילער)

בני ר' שמואל אברהם מבראנזוויל;
ו-א) ר' ברוך רב דק' בני אברהם במינעסאטע
ו-ב) ר' דוד יצחק מדיטרויט


דער ר' ברוך ראבינאוויטש איז געווען א תלמיד פון רב קוק לערנענדיג אין א"י פאר די קריג, צוריקומענדיג קיין אמעריקע בשנת תרצ"ד איז ער געגאנגען קיין מינעסאטע דארט צו ווערן רב, שפעטער איז ער צוריקגעומען קיין ניו-יארק ווי ער האט געארבעט אינאיינעם מיט דעם באקאנטען הלל קוק (באקאנט אלס 'פיטער בערגסאן') וועלכע האבן אנגעפירט א ווינט קעגן די רשעות און אכזריות פון נאצי-דייטשלאנד, עווענטועל האבן זיי ארגאנאזירט די באקאנטע רבנים מארש אין וואשינגטאן עשרת ימי תשובה תש"ד.

בייגעלייגט איז א בילד פון דעם בראנזווילער רבי ביי א הכנסת ספר תורה, רעכטס זיין זוהן ר' ברוך, לינקס זיין זוהן דוד.
בילד
.



א בילד פון ר' ברוך ראבינאוויטש בן רבי שמואל אברהם מבראנזוויל אין די תש"ן יארן:
בילד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25268
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג סעפטעמבער 26, 2016 5:38 pm

badatz האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:המאור תשל"ט דער שרייבער בעט אז מ'זאל איבערגעבן דאס אדמורות פון סקאליע פאר ר' פנחס בריסקמאן חדב"ן האדמו"ר מסקאליע.

ווייסט איינער למעשה צו דער הרב בריסקמאן האט נוהג געווען ברבנות אדער אדמורו"ת?

ב''ה
לא התנהג .
הי' חשוך בנים ל''ע . אסף כסף בעד ישיבת תורה-ודעת .גר כל ימי חייו ע''י חותנו .
בעצם הי' ליטוואק למד באירופה במיר .הי' גיסו של הרה''ג ר' ישעי' שימאנאוויטש ר''מ
בישיבת ר'יעקב יוסף .באיסט-סייד .וגר בווילסאן סטריט ע''י תורה-ודעת הרב דוב זאב
וויינבערגער הרב של יאנג -איזראעל בוומ''ס הוציא לאור ספרי שיעוריו .הי' גאון גדול
ונחבא אל הכלים .

viewtopic.php?p=1305085#p1305085

בילד

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג סעפטעמבער 27, 2016 6:15 pm

רבבה האט געשריבן:
והוא פלאי האט געשריבן:
רבבה האט געשריבן:ער זאגט נישט חתונה געהאט נאר חתונה געמאכט
אגב איז דער ר' שלום פרענקל, דער אנגעבליכע מחבר פון שארית שמואל?

למען כבוד ר' שלום ע''ה שהי' איין אשטעדיקער מענטש ולא השתמש ביחוסו האמיתי לקבץ כספים ופתח חנות הוא ואשתו עבדו בשביל פרנסה .ע''כ באתי להודיע שח''ו לתלות בוקי סרוקי ושקרים וכזבים בין בסיפורים בין במכתבים ובין ביחוס. באדם כשר זה . שח''ו ידו הי' במעל ובמרמה . רק
האמת ידוע ומפורסם לכל .מי הם ומה הם . ועוד עומדים במרים ובמרדם לכתוב ולפרסם תמיד שקרים וכזבים .

ווער איז דער ר' שלום פרענקל וואס מען רעדט דא?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » פרייטאג סעפטעמבער 30, 2016 2:40 am

מיללער האט געשריבן:א) הרה"ק ר' יוסף מיאמפולי בהרה"ק ר' יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זצוק"ל, בנו;

ב) ר' יצחק ב"ר יוסף מיאמפאלא חתן הרה"ק ר' ברוך ממעזיבוז בן בתו שן מרן אור שבעת הימים הבעשה"ק, בנו,

ג) ר' ברוך ראבינאוויטש מיאמפאלא, בנו

ד) ר' אליעזר חיים ראבינאוויטש מיאמפאלא-ניו יארק, בניו;

ה-א) ר' שמואל אברהם ראבינאוויטש מיאמפאלא-בראנזוויל (המכונה דער בראנזווילער)
ה-ב) ר' ברוך פנחס ראבינאוויטש מסקאליע חתן ר' אשר ישעי' מקאולביסוב

בני ר' שמואל אברהם מבראנזוויל;
ו-א) ר' ברוך רב דק' בני אברהם במינעסאטע
ו-ב) ר' דוד יצחק מדיטרויט

בני ר' ברוך פנחס מסקאליע;
ז-א) ר' דוד יצחק אייזיק ראבינאוויטש מסקאליע-וומ"ס זצ"ל
ז-ב) ר' יחיאל מיכל ראבינאוויטש
ז-ג) ר' ישראל ראבינאוויטש מקישינוב-מיאמי

מציבתו בהר הזיתים בחלקת וואהלין:

viewtopic.php?p=1308601#p1308601
בילד

ומציבת זוגתו מרת פייגע מלכה בת ר' אביגדור שור מבארדיטשוב:

viewtopic.php?p=1308604#p1308604
בילד

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך אפריל 26, 2017 11:27 am

ראיתי בספר "פרשת גדולת מרדכי - קרעמניץ" שנכדו רבי ישראל מדעליטין בן רבי יוסף דוד מאליק היה חתנו של רבי מיכל בן רבי יוסף מיאמפולי, האם זה נכון שבכלל היה בן בשם זה? והאם זה יכול להיות כפי השנים?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך אפריל 26, 2017 7:28 pm

נחום וואהלינער האט געשריבן:ראיתי בספר "פרשת גדולת מרדכי - קרעמניץ" שנכדו רבי ישראל מדעליטין בן רבי יוסף דוד מאליק היה חתנו של רבי מיכל בן רבי יוסף מיאמפולי, האם זה נכון שבכלל היה בן בשם זה? והאם זה יכול להיות כפי השנים?

רבי יחיאל מיכל ממעזיבוז (חתן רבי מרדכי המגיד מטשערנאביל)
בן רבי יצחק ממעזיבוז (חתן קדוש וברוך ממעזיבוז)
בן רבי יוסף מיאמפאלי

נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2266
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 21, 2015 4:49 pm

תגובהדורך נחום וואהלינער » מיטוואך אפריל 26, 2017 9:24 pm

ייש"כ גדול היחס ומכיר היחס.
קומט אויס אז ער איז אן אייניקל פון רבי אהרן הגדול

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » מיטוואך אפריל 26, 2017 9:34 pm

ריכטיג, אשת רבי יחיאל מיכל - הרבנית מלכה איז געווען א טאכטער פון די ערשטע רעביצין פון רבי מרדכי מטשערנאביל - הרבנית חיה שרה בת רבי אהרן הגדול מקארלין. (זי איז געווען א 'בת' יחידה פון איר מאמע, די אנדערע 2 טעכטער זענען געווען מזוו"ש.)

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3872
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

דפוס נדיר

תגובהדורך dovidal » מיטוואך מאי 17, 2017 12:23 pm

של ספר זה
חתימה של הגאון ישראל גאלדמאן חיבר ספרים על פרקי אבות
צוגעלייגטע
SELI.jpg
SELI.jpg (240.84 KiB) געזעהן 1860 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

רבי יצחק מיאמפאלי חתן הרבי ר' ברוך ממעזיבוז

תגובהדורך נחוניא » מאנטאג ינואר 01, 2018 2:12 pm

איז באקאנט פרטים איבער רבי יצחק מיאמפאלי ווען ער איז געבוירן און ווען ער איז נפטר געווארן?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג ינואר 02, 2018 8:15 am

נחוניא האט געשריבן:רבי יצחק מיאמפאלי חתן הרבי ר' ברוך ממעזיבוז

איז באקאנט פרטים איבער רבי יצחק מיאמפאלי ווען ער איז געבוירן און ווען ער איז נפטר געווארן?

ער איז נפטר געווארן דאנערשטאג ד' מנחם אב תר"ח.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג ינואר 02, 2018 11:26 am

טריסקער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:רבי יצחק מיאמפאלי חתן הרבי ר' ברוך ממעזיבוז

איז באקאנט פרטים איבער רבי יצחק מיאמפאלי ווען ער איז געבוירן און ווען ער איז נפטר געווארן?

ער איז נפטר געווארן דאנערשטאג ד' מנחם אב תר"ח.

וואס איז דער מקור דערויף?

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » דינסטאג ינואר 02, 2018 12:49 pm

נחוניא האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:רבי יצחק מיאמפאלי חתן הרבי ר' ברוך ממעזיבוז

איז באקאנט פרטים איבער רבי יצחק מיאמפאלי ווען ער איז געבוירן און ווען ער איז נפטר געווארן?

ער איז נפטר געווארן דאנערשטאג ד' מנחם אב תר"ח.

וואס איז דער מקור דערויף?

זיין מציבה אין מעזיבוז.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » דינסטאג ינואר 02, 2018 1:48 pm

טריסקער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:
טריסקער האט געשריבן:
נחוניא האט געשריבן:רבי יצחק מיאמפאלי חתן הרבי ר' ברוך ממעזיבוז

איז באקאנט פרטים איבער רבי יצחק מיאמפאלי ווען ער איז געבוירן און ווען ער איז נפטר געווארן?

ער איז נפטר געווארן דאנערשטאג ד' מנחם אב תר"ח.

וואס איז דער מקור דערויף?

זיין מציבה אין מעזיבוז.

קענסט עס ביטע אהערשטעלן?
קוקנדיג שנעלערהייט די מעזבוזער מציבות געדרוקט אין "עיר מבצר" האב איך עס נישט באמערקט.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » פרייטאג ינואר 05, 2018 2:10 am

מצבת הרה"ק רבי יצחק מיאמפאלי - מעזיבוז זי"ע
צוגעלייגטע
SAM_0386.JPG
SAM_0386.JPG (698.59 KiB) געזעהן 1007 מאל

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג ינואר 05, 2018 6:46 am

טריסקער האט געשריבן:מצבת הרה"ק רבי יצחק מיאמפאלי - מעזיבוז זי"ע

אויף די אריגענעלע מציבה זעט מען בלויז די ווערטער "וברוך זללה"ה ד' אב תר"ח תנצב"ה" וואס דאס מיינט אז עס איז איינער פון די משפחה פון הרה"ק ר' ברוך ממעזיבוז, ווער אבער זעט מען נישט קיין שום רמז, דערנאך האט מען ארויפגעלייגט א נייע מציבה אז דאס איז הרה"ק ר' יצחק מיאמפאלי דער איידעם פון הרה"ק ר' ברוך.
מאן יימר?
לויט מיין חשבון איז נישט מסתבר אז רבי יצחק מיאמפאלי איז נפטר געווארן בשנת תר"ח.

טריסקער
שר ששת אלפים
תגובות: 6427
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 28, 2016 7:00 pm

תגובהדורך טריסקער » פרייטאג ינואר 05, 2018 7:00 am

אדרבה נחוניא, לאמיר אדורכטוהן די נושא, זיינע ברידער זענען אוועק אפאר יאר פארדעם (ארום ת"ר), און ער איז געווען דער אינגסטע זוהן פון זיין טאטע. איך פארשטיי אז עפעס אנדערש האסטו וואס ברענגט דיר צו צו דיין חשבון, לאמיר הערן וואס.

נחוניא
שר האלפיים
תגובות: 2282
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

תגובהדורך נחוניא » פרייטאג ינואר 05, 2018 7:12 am

טריסקער האט געשריבן:אדרבה נחוניא, לאמיר אדורכטוהן די נושא, זיינע ברידער זענען אוועק אפאר יאר פארדעם (ארום ת"ר), און ער איז געווען דער אינגסטע זוהן פון זיין טאטע. איך פארשטיי אז עפעס אנדערש האסטו וואס ברענגט דיר צו צו דיין חשבון, לאמיר הערן וואס.

עס איז געווען א איד אין רוסלאנד א בנש"ק ר' יצחק וואהל וועלכער איז געווען א גרויסער עושר און שפעטער נאך וואס ער האט פארלוירן זיין פארמעגן איז ער ארויף קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין טבריא. פון די מכתבי המלצה וואס זענען פארבליבן זעט מען פארשידענע פרטים איבער אים.
הרה"ק ר' אלטר יוסף מראדיוויץ זצ"ל שרייבט לטובתו אין צפת ט' סיון תרל"ח: "מוכ"ז ידידי המופלג היקר ונעלה ענף עץ אבות חוטר מגזע ישישים אראלים ותרשישים בנש"ק כבוד מוהר"ר יצחק וואהל נ"י נין ונכד ציס"ע קדוש וברוך ממעזיבוז זצוקללה"ה ונכד איש אלקים קדוש ציס"ע הר' מיכל מזלאטשוב זקוצללה"ה, אשר ידעתיו כי מעודו נתגדל בתפנוקי מלכין והי' עשיר גדול, ועתה זה שבתו בקודש איזה שנים מטה ידו מאוד מאוד עד כי ההכרח אלצהו לצאת מן הקודש לחוץ".
הרה"ק ר' אברהם יעקב מסאדיגורא זצוק"ל שרייבט ביום ה' מנחם אב תרל"ח: "הנה המוכ"ז הותיק הנכבד בנש"ק מ' יצחק וואהל זה כששה שנים מעת שקבע מקום מושבו בקודש, בין נפשות כולל טבריא יתחשב".
הרה"ק ר' מרדכי דוב מהארנאסטייפאל זצוק"ל שרייבט צו זיין שוואגער הרה"ק ר' דוד מקשאנוב זצוק"ל וועגן אים: "עבור האי גברא יקירא מהתם (מארה"ק) בנש"ק ש"ב הרב וכו' מו"ה יצחק ואהל הנוכחי, אשר בעודו הי' במדינתנו הנה מלבד ערכו ויחוסו הי' תמיד מבורך בעושר, ורבים הי' מהנה בטובת".
הרה"ק ר' יצחק מסקווירא זצוק"ל שרייבט: הנה המוכ"ז ידידי ש"ב המופלא בנש"ק הר"ר יצחק וואהל ני"ו הזכיר אותו לשבח על גודל חסדו אשר פעל עמו ומאוד הי' הפעולה הזאת לנחת רוח לפני, והנני נותן לו ת"ח [=תשואת חן] גדול, יברכהו ד' במאודו ויגן בעדו לטוב כל הימים. ואמנם כאשר החל להראות חסדו עם ידידי היחסין מוכ"ז, כן יגמור בעדו לטוב, לאסוף ת"י בכל שנה אצל מכיריו ומיודעיו של ידידי מוכ"ז, מסינאווע ומהסמוכים אשר יחפצו להיות בתומכי נפשו".
הרה"ק ר' מרדכי מקארסטשוב זצוק"ל שרייבט וועגן אים: "כן כאשר ידידי ש"ב הרה"ח כו' בנש"ק מוהור"ר יצחק וואהל נוסע ... למחנם ק', וכי ידעתי כי משחר טוב הוא ... לחזק פיק ברכיים, אמרתי לזכהו במצוה רבה כאשר נודע לי מצבו השפל וההכרח יאלצהו לצאת מן הקודש לחול יען כי השתרגו עלו על צווארו חובות רבות, ובטח לא נעלם מאת כ"ת מהות האיש היקר הזה, אשר מעודו הי' בחוסן העשירות ומעולם אל ההרים לא נשא עבורו לעשות בהם קרדום לחפור אוכל לנפשות ביתו האומנים עלי תולע, רק עתה מטה ידו מאוד, לזאת אבקשהו אשר יאבה בטובו וחסדו לעשות כל ההתאמצות לטובתו כדרכו להיטיב וגם להיות מעיר לעזר".
ווי עס קוקט אויס איז ער לכאורה געווען אן אייניקל פון רבי יצחק מיאמפאלי, און געהייסן נאך אים. יעצט אויב איז רבי יצחק מיאמפאלי ערשט נפטר געווארן בשנת תר"ח, איז ר' יצחק וואהל ערשט געבוירן בשנת תר"ח, און איז ארויף קיין ארץ ישראל בשנת תרל"ב אינעם עלטער פון בלויז 24 יאר און שוין פארדעם געווען א גרויסער עושר און פארלוירן זיין פארמעגן וכו'. דאס איז שטארק נישט מסתבר.
ווייטער זיין איידעם איז געווען ר' מרדכי שלמה סיניווער פון צפת. לויט מיין השערה האט ר' יצחק געוואוינט אין סיניאווע (א שטעטל נאנט צו מעזיבוז) און ער האט נאך חתונה געמאכט זיין טאכטער מיט ר' מרדכי שלמה נאך איידער זיי זענען ארויף קיין ארץ ישראל, און דעריבער האט מען גערופן דעם איידעם "סיניווער" אויפן שטעטל פון וואו ער קומט. דאס איז פארשטייט זיך בלויז אן השערה, אבער ווילאנג מען האט נישט דערויף קיין פירכא דארף מען דאס נעמען אין באטראכט.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט