שושלת בית יאמפאלא-סקאליע

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

שושלת בית יאמפאלא-סקאליע

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 23, 2009 10:51 am

א) הרה"ק ר' יוסף מיאמפולי בהרה"ק ר' יחיאל מיכל המגיד מזלאטשוב זצוק"ל, בנו;

ב) ר' יצחק ב"ר יוסף מיאמפאלא חתן הרה"ק ר' ברוך ממעזיבוז בן בתו שן מרן אור שבעת הימים הבעשה"ק, בנו,

ג) ר' ברוך ראבינאוויטש מיאמפאלא, בנו

ד) ר' אליעזר חיים ראבינאוויטש מיאמפאלא-ניו יארק, בניו;

ה-א) ר' שמואל אברהם ראבינאוויטש מיאמפאלא-בראנזוויל (המכונה דער בראנזווילער)
ה-ב) ר' ברוך פנחס ראבינאוויטש מסקאליע חתן ר' אשר ישעי' מקאולביסוב

בני ר' שמואל אברהם מבראנזוויל;
ו-א) ר' ברוך רב דק' בני אברהם במינעסאטע
ו-ב) ר' דוד יצחק מדיטרויט

בני ר' ברוך פנחס מסקאליע;
ז-א) ר' דוד יצחק אייזיק ראבינאוויטש מסקאליע-וומ"ס זצ"ל
ז-ב) ר' מיכל ראבינאוויטש
ז-ג) ר' ישראל ראבינאוויטש מקישינוב-מיאמי
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דינסטאג מארטש 24, 2009 9:38 am, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 23, 2009 10:57 am

מיללער האט געשריבן:ד) ר' אליעזר חיים ראבינאוויטש מיאמפאלא-ניו יארק, בניו;

ה-א) ר' שמואל אברהם ראבינאוויטש מיאמפאלא-בראנזוויל (המכונה דער בראנזווילער)

בני ר' שמואל אברהם מבראנזוויל;
ו-א) ר' ברוך רב דק' בני אברהם במינעסאטע
ו-ב) ר' דוד יצחק מדיטרויט


דער ר' ברוך ראבינאוויטש איז געווען א תלמיד פון רב קוק לערנענדיג אין א"י פאר די קריג, צוריקומענדיג קיין אמעריקע בשנת תרצ"ד איז ער געגאנגען קיין מינעסאטע דארט צו ווערן רב, שפעטער איז ער צוריקגעומען קיין ניו-יארק ווי ער האט געארבעט אינאיינעם מיט דעם באקאנטען הלל קוק (באקאנט אלס 'פיטער בערגסאן') וועלכע האבן אנגעפירט א ווינט קעגן די רשעות און אכזריות פון נאצי-דייטשלאנד, עווענטועל האבן זיי ארגאנאזירט די באקאנטע רבנים מארש אין וואשינגטאן עשרת ימי תשובה תש"ד.

בייגעלייגט איז א בילד פון דעם בראנזווילער רבי ביי א הכנסת ספר תורה, רעכטס זיין זוהן ר' ברוך, לינקס זיין זוהן דוד.

אזוי אויך די בילדער פון די מצבות פון ר' אליעזר חיים ובנו ר' אשמואל אברהם מיאמפאלא.
צוגעלייגטע
Rabinowitz.jpg
yampola.jpg
yampola.jpg (15.03 KiB) געזעהן 5017 מאל
rabinowitzSA.jpg
לעצט פאראכטן דורך מיללער אום דינסטאג מארטש 24, 2009 9:43 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 23, 2009 10:59 am

מיללער האט געשריבן:בני ר' ברוך פנחס מסקאליע;
ז-א) ר' דוד יצחק אייזיק ראבינאוויטש מסקאליע-וומ"ס זצ"ל


דאס אידישע ווארט באשרייבט דעם סקאליע רבי צו זיין פטירה, ניסן תשל"ט.
צוגעלייגטע
Skulay.jpg

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 23, 2009 11:11 am

המאור תשל"ט דער שרייבער בעט אז מ'זאל איבערגעבן דאס אדמורות פון סקאליע פאר ר' פנחס בריסקמאן חדב"ן האדמו"ר מסקאליע.

ווייסט איינער למעשה צו דער הרב בריסקמאן האט נוהג געווען ברבנות אדער אדמורו"ת?

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג מארטש 23, 2009 11:36 am

מיללער האט געשריבן:המאור תשל"ט דער שרייבער בעט אז מ'זאל איבערגעבן דאס אדמורות פון סקאליע פאר ר' פנחס בריסקמאן חדב"ן האדמו"ר מסקאליע.

ווייסט איינער למעשה צו דער הרב בריסקמאן האט נוהג געווען ברבנות אדער אדמורו"ת?

ב''ה
לא התנהג .
הי' חשוך בנים ל''ע . אסף כסף בעד ישיבת תורה-ודעת .גר כל ימי חייו ע''י חותנו .
בעצם הי' ליטוואק למד באירופה במיר .הי' גיסו של הרה''ג ר' ישעי' שימאנאוויטש ר''מ
בישיבת ר'יעקב יוסף .באיסט-סייד .וגר בווילסאן סטריט ע''י תורה-ודעת הרב דוב זאב
וויינבערגער הרב של יאנג -איזראעל בוומ''ס הוציא לאור ספרי שיעוריו .הי' גאון גדול
ונחבא אל הכלים .
לעצט פאראכטן דורך badatz אום מאנטאג מארטש 23, 2009 12:27 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » מאנטאג מארטש 23, 2009 11:53 am

דער ספר ישמח ישראל איז פון ר' ישראל ראבינאוויטש פון קעשינוב עס איז ארויס געגעבן געווארן אין מיאמי, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' מרדכי זושא (מטוריסק) דער הוצעליס יאסער רבי וועלכע איז געווען ר' איציקל באהושערס אן איידעם.

די סקאליער האבן זיך שטענדיג אויפגעטוהן מיט זייער יחוס, און דאס שטענדיג געשריבן, אט דאס איז א חלק פון דער שער בלאט צום ספר ישמח ישראל
צוגעלייגטע
yismach yisroel.jpg
yismach yisroel.jpg (43.74 KiB) געזעהן 4978 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג מארטש 23, 2009 12:31 pm

ב''ה
אין ייוו''א ארבעט איין אייניקעל פין קערהאקסענער-בראנזווילער-מעזיביזער רבי זיין נאמען איז
ברוך .אויך איז עהר אייו אייניקעל פין מיראפאלער רבי -קאפמאן - פין הענרי סטריט

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג מארטש 23, 2009 1:43 pm

א דאנק בן בוזי (מיר האבן מוסיך געווען די פרטים אינעם שושלת).

בד"צ,
וויאזוי איז דער בראזווילער געווען א מחותן מיט דעם מיראפאלער רבי קאופמאן-מרבינו?

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג מארטש 23, 2009 2:09 pm

מיללער האט געשריבן:א דאנק בן בוזי (מיר האבן מוסיך געווען די פרטים אינעם שושלת).

בד"צ,
וויאזוי איז דער בראזווילער געווען א מחותן מיט דעם מיראפאלער רבי קאופמאן-מרבינו?

ב''ה
איך ווייס נישט.
איך וואלט געוואלט בעטין אין פלעין יידיש .וויא אזוי איז דער יחוס פין בית סקאליא ציא דיא
אלע צדיקים המפורטים אין דעם שער בלאט .איך רעד נישט פין דיא רעביצין נאר פין זיין .
א דאנק אין פאהר אויס

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מאנטאג מארטש 23, 2009 2:23 pm

אויף דעם בלאט אין דעם ספר תולדות יצחק, האט איר אויס גערעכנט דעם השתלשלות היחוס,
קוקט איין בלאט פריער אין דעם הקדמה איבער זיינע מורא'דיגע חלומות-הסכמות.
ועמך כולם צדיקים

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג מארטש 23, 2009 2:50 pm

ביקסאד האט געשריבן:אויף דעם בלאט אין דעם ספר תולדות יצחק, האט איר אויס גערעכנט דעם השתלשלות היחוס,
קוקט איין בלאט פריער אין דעם הקדמה איבער זיינע מורא'דיגע חלומות-הסכמות.

ב''ה
הרב מביקסאד ידידי שליט''א
קבלתי כמה ספרים מידיו ממ''ש .
אם תסתכל בספריו אין כל יחוסיו ממש עד הסוף רק מגזע .-כידוע
הי' יושב אוהל והוגה בתורה והתבודד בינו לבין קונו .

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

תגובהדורך כתר ישועה » מאנטאג מארטש 23, 2009 6:42 pm

אינטערסאנט אז קיינער האט ניש דאס מציין געוועזן, אז דער בארימטער שאטצער גזע - מאסקאוויטש - קומט אויך ארויס פון ר' יוסל'י יאמפאלער זי"ע, און אויך דעם זוועהילער רביסטיווע - גאלדמאנן - שטימט פון יאמפאלי. בכורו וראשית אונו פונ'עם הייליגען רבי ר' מעכעל'י זי"ע.
אגב, און עיר החסידות דעם הייליגען שטעטל 'מאנסי' עטוויקלט זיך א שיינעם הויף אויפען נאמען 'יאמפאלי' דארעך דעם רבי'ן דארט הרה"צ ר' ברוך מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר מיאמפאלי, א זון פונ'עם מעליטצער שאטצער רבי שליט"א פון אשדוד און אר"י.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מאנטאג מארטש 23, 2009 9:21 pm

כתר ישועה האט געשריבן:אינטערסאנט אז קיינער האט ניש דאס מציין געוועזן, אז דער בארימטער שאטצער גזע - מאסקאוויטש - קומט אויך ארויס פון ר' יוסל'י יאמפאלער זי"ע, און אויך דעם זוועהילער רביסטיווע - גאלדמאנן - שטימט פון יאמפאלי. בכורו וראשית אונו פונ'עם הייליגען רבי ר' מעכעל'י זי"ע.
אגב, און עיר החסידות דעם הייליגען שטעטל 'מאנסי' עטוויקלט זיך א שיינעם הויף אויפען נאמען 'יאמפאלי' דארעך דעם רבי'ן דארט הרה"צ ר' ברוך מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר מיאמפאלי, א זון פונ'עם מעליטצער שאטצער רבי שליט"א פון אשדוד און אר"י.

ב''ה
זעווהיל שטאמט פין זעווהיל . נישט פין יאמפאלי .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג מארטש 24, 2009 9:16 am

כתר ישועה האט געשריבן:אינטערסאנט אז קיינער האט ניש דאס מציין געוועזן, אז דער בארימטער שאטצער גזע - מאסקאוויטש - קומט אויך ארויס פון ר' יוסל'י יאמפאלער זי"ע, און אויך דעם זוועהילער רביסטיווע - גאלדמאנן - שטימט פון יאמפאלי. בכורו וראשית אונו פונ'עם הייליגען רבי ר' מעכעל'י זי"ע.
אגב, און עיר החסידות דעם הייליגען שטעטל 'מאנסי' עטוויקלט זיך א שיינעם הויף אויפען נאמען 'יאמפאלי' דארעך דעם רבי'ן דארט הרה"צ ר' ברוך מאסקאוויטש שליט"א אדמו"ר מיאמפאלי, א זון פונ'עם מעליטצער שאטצער רבי שליט"א פון אשדוד און אר"י.



כתר יתנו לך, דעם קרוין פון עפענען אן אשכול לשושלת שאץ אדער זוועהיל איז אין יעדענס האנט צו עפענען, איך האב דייקא מציין געווען על פתח האשכול 'יאמפאלא-סקאליע' פשוט נישט צו מאכען צו א גרויסע וואריאציע.

ואדרבא אם תפתח לנו את אוצרך הטוב, בוודאי שיהיה לנו לעינים.

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4485
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג מארטש 24, 2009 12:02 pm

אז מ'צוברייטערט דעם אשכול אויך וועגן יאמפאלי, איז כדאי בדרך אגב צו דערמאנען אז דער זלאטשיבער מגיד ליגט צוזאמען מיטן זוהן ר' יוסף יאמפאלער אין די שטאט יאמפאלי, לעצטנס האט מען מגלה געווען דעם ציון הק' און אויפגעשטעלט אן אוהל על קברם, אויך איז דא אין יאמפאלי נאך א בית החיים ווי עס ליגט דער אוסטראהר רבי ר' יעקב יוסף (השני) (ב"ר פינחס ב"ר ייבי), ער איז געווען זייער א לייטישער רבי, הגם זיינע חסידים זענען געווען מעט הכמות פונדעסטוועגן אין איכות האבן זיי זיך ארויס געשטעלט צו זיין גאר גרויסע בעלי מוחות ס'איז געווען א באקאנטע זאך אין גאנץ אוקראינה, מען האט געפונעם דעם אריגינעלער מציבה על מכונו און אויפגעשטעלט דערויף אן אוהל. דער נודע ביהודא האט אויך משמש געווען ברבנות אין דער שטאט יאמפאלי.

זכותם יגן עלינו ועל כל ישראל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com

פייער
שר חמישים
תגובות: 94
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 11:00 pm

תגובהדורך פייער » דינסטאג מארטש 24, 2009 11:29 pm

;l;p-
לעצט פאראכטן דורך פייער אום מיטוואך אוגוסט 05, 2009 11:06 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2878
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך מארטש 25, 2009 10:09 am

הרב בריסקמאן איז געוועהן א ליטוואק נייין?.
.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2878
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך מארטש 25, 2009 10:14 am

ר' אליעזר חיים איז געוועהן א צדיק, וואס אידן ווערן נאך עד היום געהאלפן ביי זיין ציון,
די היסטאריקער זאגן אז ער איז געוועהן די ערשטע רבי אין אמעריקא, מ'קען אבער אסאך דעבאטירן וועגן דעם,

די סאקליע אייניקלעך האלטן זיך נישט ממשיך פון יאמפעלע אין זלאטשוב,
זיי האלטן זיך ממשיכים פון מעזעביז ביזן בעשה"ק, די מעשה גייט אזוי,
דער ר"ר ברוך'ל ממעזעביז איז דאך געוועהן ממלא מקום פונעם זיידן,
און פאר זיין פטירה האט ער געזאגט עטליכע זאכן ובתוכם אז ער וועט האבן א אייניקל זיינס גלייכן (איך נעם נישט קיין אחריות...)
און דאן איז געבוירן ר' ברוך פון יאמפעלע, וואס זיין זון איז ר' ברוך פנחס וואס זיין זון איז ר' אליעזר חיים, ממילא האלט זיי זיך די ממשיכים פון בעשה"ק!!!
.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2878
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מיטוואך מארטש 25, 2009 10:18 am

דער סאקליע רבי זצ"ל זעלבסט איז געוועהן א זעלטענע גדול בתורה בנגלה ובנסתר, ס'איז נאך דא עד היום צענדליגע קעסטעלעך כתבי ידות,
איך האב געהערט פון זיין נעפיו האדמו"ר מחוסט רבי שמעלקא לייפער שליט"א, אז ער האט אים משמש געוועהן אלץ בחור, און אימיטן די נאכט פלעגט ער זיך אויף וועקן זיך אפגעגאסן און געשריבן חידו"ת, און אזוי ווייטער, ממש געשריבן חידושים פון חלום,

דאס געדענקען אסאך אידן אז מ'פלעגט אים זאגן א פסוק און על אתר פלעגט ער זאגן עטליכע בחינות, איינס שענער פון צווייטן,

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » מיטוואך מארטש 25, 2009 10:32 am

שאץ מאץ האט געשריבן:און דאן איז געבוירן ר' ברוך פון יאמפעלע, וואס זיין זון איז ר' ברוך פנחס וואס זיין זון איז ר' אליעזר חיים, ממילא האלט זיי זיך די ממשיכים פון בעשה"ק!!!

א שטיקעלע איהרטום, נישט געפערליך אויס געטוישט דעם זוהן מיטן אייניקל.
ועמך כולם צדיקים

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מיטוואך מארטש 25, 2009 12:25 pm

פייער האט געשריבן:שושלת בית יאמפאלא-סקאליע
מה ענין שמיטה שצל הר סיני ??????? יאמפאלא-סקאליע - פאו וואס שרייבט איר נישט "זלוטשיב -סקאליע" וכדומה-

וואס גייט דא פאר ??...


דו פארשטייסט די קשיא? ווייל איך נישט.

שאץ,
הרבד"צ האט שוין פריערט געשריבען מער איבער הרב בריסקמאן, ווייסט איינער צו ער האט א משפחה שייכות מיט ר' זלמן בריסקמאן (אבי ר' יוחנן) מסטולין?

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מיטוואך מארטש 25, 2009 12:28 pm

מיללער האט געשריבן:
פייער האט געשריבן:שושלת בית יאמפאלא-סקאליע
מה ענין שמיטה שצל הר סיני ??????? יאמפאלא-סקאליע - פאו וואס שרייבט איר נישט "זלוטשיב -סקאליע" וכדומה-

וואס גייט דא פאר ??...


דו פארשטייסט די קשיא? ווייל איך נישט.

שאץ,
הרבד"צ האט שוין פריערט געשריבען מער איבער הרב בריסקמאן, ווייסט איינער צו ער האט א משפחה שייכות מיט ר' זלמן בריסקמאן (אבי ר' יוחנן) מסטולין?

ב''ה
ניין זייא זענען נשט קיין קרובים .

badatz
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 17, 2008 5:28 pm

תגובהדורך badatz » מיטוואך מארטש 25, 2009 12:47 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:ר' אליעזר חיים איז געוועהן א צדיק, וואס אידן ווערן נאך עד היום געהאלפן ביי זיין ציון,
די היסטאריקער זאגן אז ער איז געוועהן די ערשטע רבי אין אמעריקא, מ'קען אבער אסאך דעבאטירן וועגן דעם,

די סאקליע אייניקלעך האלטן זיך נישט ממשיך פון יאמפעלע אין זלאטשוב,
זיי האלטן זיך ממשיכים פון מעזעביז ביזן בעשה"ק, די מעשה גייט אזוי,
דער ר"ר ברוך'ל ממעזעביז איז דאך געוועהן ממלא מקום פונעם זיידן,
און פאר זיין פטירה האט ער געזאגט עטליכע זאכן ובתוכם אז ער וועט האבן א אייניקל זיינס גלייכן (איך נעם נישט קיין אחריות...)
און דאן איז געבוירן ר' ברוך פון יאמפעלע, וואס זיין זון איז ר' ברוך פנחס וואס זיין זון איז ר' אליעזר חיים, ממילא האלט זיי זיך די ממשיכים פון בעשה"ק!!!
.

ב''ה
ידידי היקר שא''ץ מא''ץ אין ברצוני לכתוב באשכול זה אשאיר את זה לאחרים .
אך דבר אחד באתי לעורר .על מה שכתבת שהר'ר' ברוך הי' ממלא מקום של הבעש''ט ---
לבעש''ט לא הי' ממלא מקום במקמו -מעזיביז' -
נכדו הדגל בא לשם לא בשם ממלא מקום -ודר שם י''ג שנה ואחריו הר'ר' ברוך בא מטולטשין ודר שם י''ג שנה
ואח''כ האפטער רב ג''כ י''ג שנה . וכן בניו ונכדיו אחריו .

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 24908
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אפריל 28, 2009 5:07 pm

לכבוד די יארצייט פון ר' אליעזר חיים מיאמפאלא האט ר' מיילעך אונזערער אפגעשריבען די פאלגענדע ביאגראפיע איבער אים:
מיילעך האט געשריבן:ר' אליעזר חיים ראבינאוויטש מיאמפאלי-האדמו"ר הראשון בארה"ב-ה' אייר תרע"ו
נולד ביאמפאלי לאביו ר' ברוך מיאמפאלי בן ר' יצחק מיאמפאלי (חתן הרה"ק ר' ברוך ממעזבוז) בן ר' יוסף מיאמפאלי בן המגיד מזלאטשוב.
ולאמו בת ר' שמואל אב"ד וואחניווקא נכד בא"ב לה'של"ה הקדוש.
לפני שנולד הי' פעם אביו אצל הרה"ק ר' מאיר מפרעמישלאן ור' מאיר הניח על השולחן צלוחית שמן עם 'וויקעל שניר' , ואמר אל ר' ברוך וקרא לו "בעל שם"סקי מגיד"סקי" (מפני שהי' נכד הבעש"ט והמגיד מזלאטשוב), " אייער רעביצין איז אויף דער צייט (מעוברת) זי וועט געבוירן א בן זכר ער וועט פארשאנין די וועלט, מיט דעהם בוימל זאל מען איהם שמירען און מיט דעם וויקעל שניר זאל מען איהן וויקלען וועט ער מאריך ימים זיין". ואח"ז נולד רבינו.
נשא את בת ר' פנחס אורטינבערג אב"ד לעחוויץ בן ר' אברהם דוב חתן ר' יעקב יוסף השני מאוסטראה.
בנו ר' ברוך פנחס כותב בהקדמת ספרו אמרי ברוך על אביו וז"ל " אשר גדלני תמיד על ברכי תורה והיראה ודרך ארץ ותמיד הי' מוכיח אותי במילי דשמיא ובמדות טובות ובהתמדת התורה ועל שמירת ברית הלשון וברית המעור וזירז אותי תמיד על קימת חצות לילה להיות מקונן על חרבן בית מקדשנו עיני ראו ולא זר שלא עבר עליו חצות לילה בשינה והי' מקונן תמיד על חורבן ביהמ"ק ואמר לי שקבלה בידו מאביו הרה"ק זצ"ל שניגן זה מחצות הלילה הוא מאא"ז הרה"ק ר' ברוך ממעזבוז והי' הצנע לכת תמיד עם ד' לא הניח מצוה מתורת משה שהי' אפשר לו לקיים שלא קיים ובמילי דרבנן הי' נזהר מאד ובעת שהי' חולה מסוכן אעפ"כ לא הי' רוצה לשמוע לשום ב"א להתפלל תפלת עמידה בישיבה והיו שני אנשים מחזיקים אותו להתפלל בעמידה וכן בכל מילי דרבנן עיני ראו בשכבו על מטתו תמיד אפילו בנסיעתו על מסילת הברזל הי' אומר לעצמו גוף גוף מה תעשה בשכבך בקבר וכל ימיו הי' מקיים ושוב יום אחד לפני מיתתך לא הי' שום יחוד בספר ברית מנוחה ובספר רזיאל ובשאר ספרי קבלה שלא יאמר לי מקודם וכו'... עכ"ל.
בעל מופת גדול הי' ורבים נושעו אצלו שלא בדרך הטבע ובפרט חשוכי בנים וחולים וגם ראו אצלו כמ"פ תחיית המתים ממש.
הרה"ק מצאנז אמר שיש לו ניצוץ של דוד המלך ועל כן שמו "אליעזר חיים" גימטריא "דוד בן ישי".
גם צוה ברוח קדשו לאנשים רבים שיסעו לארה"ב ורימז דבר זה במאמר הש"ס בבא בתרא עג: אמר רבה בר בר חנה זימנא חדא הוה קא אזלינן בספינתא וחזינן ההוא כוורא וכו' עיי"ש, וביאר שהנמשל הוא שהי לנו בית הבחירה וחרב ביהמ"ק ועכשיו אנחנו באיראפא שדומה לנו כגבו של הדג, עלה עליו רבב"ח כאשר חשב שהוא יבשה, ואמר ברוח קדשו דכשם שנתהפכה הדג כן עוד יבא יום יתהפך אדמת אייראפא ואם תשמעו לי ותסעו לאמעריקא שדומה להספינה שאצל הדג, תנצלו.
בשנת תר"ן היגר לארה"ב ואח"כ חזר לפולין בומלחמת עולם הא' עלה על האניה לבוא לארץ ישראל ובעת עברו האניה ארץ טורקיה , והטורקים התחילו להמטיר על האניה אבנים וחצים נאלץ האניה לחזור ונסע לארה"ב.
נסתלק ה' אייר תרע"ו ומנו"כ במאנט יהודה סעמעטערי. זי"ע
בניו: ר' ברוך פנחס מסקאליע(חתן ר' אשר ישעי' רובין מקאלבסוב) - ר' שמואל אברהם אדמו"ר ממעזבוז בראנזוויל (תן ר' נפתלי צבי הורוויץ מקראקא-טאראנטא)-ר' ישראל
בנותיו: מרת פערל-מרת בינה ליבא שנפטרח בלאנדאן בשנות תש"ל.


אויף דעם ארויף איז הרב מביקסאד מעיר:

ביקסאד האט געשריבן:
מיילעך האט געשריבן:גם צוה ברוח קדשו לאנשים רבים שיסעו לארה"ב ורימז דבר זה במאמר הש"ס בבא בתרא עג: אמר רבה בר בר חנה זימנא חדא הוה קא אזלינן בספינתא וחזינן ההוא כוורא וכו' עיי"ש, וביאר שהנמשל הוא שהי לנו בית הבחירה וחרב ביהמ"ק ועכשיו אנחנו באיראפא שדומה לנו כגבו של הדג, עלה עליו רבב"ח כאשר חשב שהוא יבשה, ואמר ברוח קדשו דכשם שנתהפכה הדג כן עוד יבא יום יתהפך אדמת אייראפא ואם תשמעו לי ותסעו לאמעריקא שדומה להספינה שאצל הדג, תנצלו.

אבער פאר זיינע קינדער האט ער נישט געהייסן פאהרן קיין עמא-ריקא,

ווען מען האט אים געפרעגט דערויף, האט ער גענטפערט מיט דעם אויסדרוק :

"בעסער קדושים וואו איידער משומדים", ומי יבין בסוד שיח שרפי קודש.

ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4030
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

תגובהדורך ביקסאד » דינסטאג אפריל 28, 2009 5:33 pm

מיללער האט געשריבן:דאס אידישע ווארט באשרייבט דעם סקאליע רבי צו זיין פטירה, ניסן תשל"ט.

אויף דעם בילד קאן מען זעהן דעם אות שי"ן ארויס שטארן העכער עינו השמאלית.
ועמך כולם צדיקים


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 15 געסט