רבי יצחק (איציקל) הורוויץ מסטיטשין זצ"ל - כ"ד אדר ת"ש

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

בטיש בטישין
שר מאה
תגובות: 122
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוקטובער 26, 2018 6:55 am
לאקאציע: בשולחן הטהור

תגובהדורך בטיש בטישין » פרייטאג מארטש 01, 2019 3:58 am

חמרא טבא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:גערעכט טעיתי.
אבער לויט ווי איך געדענק האט די צווייטע רעבעצין בכלל נישט געוואוינט דארט, ניטאמאל אויף צו באדינען.

איר געדענקט גוט די רעביצין זיינער האט געוואונט אין קראקא

ס' דא עפעס מער פרעטים איבער זי (פארוואס זי האט מסכים געוועהן וכד') אין איר משפחה הירשפעלד?

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:49 am

ידיעות שונות האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:כ'האב געהערט בשם אן אלטע גאליציאנע איד אז א רבי אין גאליציע וואס צוואנציג אידן זענען געקומען צו פארן אויף יו"ט איז געווען א שיינע רבי, לענינינו לויט ווי סטיטשין פארקויפט איז אין די לעצטע יארן געקומען א גרויס עולם און דער ריזיגער ביטול הניכר מתוך דברי בד"צ איז א 'טיפיקל' פארצייטישע בעלזא שפראך.


וואס דער גאליציאנער איד האט געזאגט איז אמת אויף די רבי׳לעך דוגמת דער סטיטשינער רב אדער דער שענדישובער רב...


אגב, ס'דאך א סתירה מיני' ובי', שיינע רבי'ס אדער רבי'לעך?...

כו"ע מודו אז סיי סטיטשין און סיי שענדישוב איז געווען מעהר ווי דעם, סאו דער אימרא איז נישט עכט אקטועל במקום זה, כ'האב נאר געמיינט די נקודה

מצד עצמם - שיינע רבי'ס צדיקי הדור שרידי דור הישן
מצד זייער היימישע עולם - רבי'לעך
(הגם סטיטשין האט יא געהאט אפאר הונדערט חסידים אין די שטעט ווי ריישא מעליץ און נאך בזמן וואס שענדישוב האט דאס אויך נישט געהאט אבער כ'מיין די געדאנק)
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג מארטש 01, 2019 10:59 am

בטיש בטישין האט געשריבן:
וג''א שמעתי כבעל הידיעות שונות שלא כל חסידי העטרת ישועה נשארו לר' אלטרל ז''ל הי''ד ואכ''מ

אבער דאס נעמט נישט אוועק פון די מציאות אז דזיקוב איז אסאך גרעסער ווי סטיטשין

סך הכל האב איך זיך באצויגן צו דער וואס האט געשריבן אז סטיטשינער רב איז געווען דער דריטע גרעסטע רבי אין גאליציא האב איך געשריבן אז דזיקוב איז געווען גרעסער
(און פארוואס ידיעות האט געפילט פאר וויכטיג צו מעורר זיין די עולם אז ס'זענען געווען חסידים וואס זענען נישט געפארן צו רבי אלטר'ל הייב איך נישט אן צו פארשטיין ומי יעמוד בסוד...)
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג מארטש 01, 2019 11:32 am

ביי א באזוך אין שטאט ראזוואדוב
צוגעלייגטע
e.jpg
e.jpg (233.72 KiB) געזעהן 527 מאל
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » פרייטאג מארטש 01, 2019 11:45 am

אין קרעניץ לידו חתנו הה"צ רבי נפתלי הירש הורוויץ הי"ד
jh.jpg
jh.jpg (155.8 KiB) געזעהן 526 מאל
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג מארטש 03, 2019 6:33 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
ידיעות שונות האט געשריבן:כ'האב געהערט בשם אן אלטע גאליציאנע איד אז א רבי אין גאליציע וואס צוואנציג אידן זענען געקומען צו פארן אויף יו"ט איז געווען א שיינע רבי, לענינינו לויט ווי סטיטשין פארקויפט איז אין די לעצטע יארן געקומען א גרויס עולם און דער ריזיגער ביטול הניכר מתוך דברי בד"צ איז א 'טיפיקל' פארצייטישע בעלזא שפראך.


וואס דער גאליציאנער איד האט געזאגט איז אמת אויף די רבי׳לעך דוגמת דער סטיטשינער רב אדער דער שענדישובער רב...


אגב, ס'דאך א סתירה מיני' ובי', שיינע רבי'ס אדער רבי'לעך?...

כו"ע מודו אז סיי סטיטשין און סיי שענדישוב איז געווען מעהר ווי דעם, סאו דער אימרא איז נישט עכט אקטועל במקום זה, כ'האב נאר געמיינט די נקודה

מצד עצמם - שיינע רבי'ס צדיקי הדור שרידי דור הישן
מצד זייער היימישע עולם - רבי'לעך
(הגם סטיטשין האט יא געהאט אפאר הונדערט חסידים אין די שטעט ווי ריישא מעליץ און נאך בזמן וואס שענדישוב האט דאס אויך נישט געהאט אבער כ'מיין די געדאנק)


זאג מיר, ס'איז דא א נאמבער ווען ס'הייסט א רבי'לע און ווען נישט? ס'האט א פונקטליכע הגדרה אדער ס'איז נאר לויט די אייגענע נייגונגען? ווען הייסט מען א 'רבי', ביי אכט שטאק פארענטשעס אדער צוועלף? ואי הכי וואס טוהט זיך ווען מהר"ש הראשון מבאבוב האט נאכנישט געהאט קיין טויזנט בחורים איז ער דעמאלטס געווען א רבי אדער א רבי'לע? און זאג מיר פון ווי קומט די נאמבערס פון חסידים, ס'דא א קאנסוס אדער וואס?

אגב, פלוצלינג איז נולד געווארן אפאר הונדערט סטיטשינע חסידים, אויב אזוי בין איך דאך יא גערעכט געווען? אפאר "הונדערט" חסידים איז א רבי'לע ביי דיר?

די נקודה איז, אין מיין מיינונג, א רבי אינדערהיים מיט חסידים איז א "רבי" (עכ"פ אין די אויגן פון אלגעמיינע חסידישע אידן אין גאליציע), אפגעזעהן אויב די נאמבער פון חסידים איז געווען דריי הונדערט, פינף הונדערט, אדער טויזנט.

משא"כ אנדערע זאגן אז א רבי איז נאר אויב ס'געווען א עסטעבלישעד פארטיי און א געשטעל גענוי לויט ווי ס'האט זיך געחלומ'ט פאר געוויסע אז אזוי דארף חסידות אויסזעהן... און נאכדעם ווילן זיי גאהר זאגן אז אלע אנדערע וואס זענען נישט פונקט נאכגעטאנצן - אינעם זעלבן טאג - נאר געבליבן פארצייטיש,זיי זענען גאהר די רבי'לעך. . .

לענינינו צוריק צו ווי מ'האט אנגעהויבן.
קלאר אז די עטליכע גרויסע הויפן האבן געהאט מעהר אייגענע חסידים ווי די קלענערע, אבער ס'איז אויך קלאר אז ס'געווען גענוג רבי'ס אין גאליציע מיט הונדערטער אייגענע חסידים, (כ'האב נישט יעצט קיין רשימה פון אויבן אראפ גרעסער צו קלענער, ובכל אופן איז סיי ווי נישט מעגליך צוקומען אויף פונקטיליכע נאמבערס), אבער געוויסע ווילן עס אוועק ווישן מיט א ביטול גמור דורך פארשידענע פזמונים, ווי אז: אין פאקט האט קיינער נישט געהאט קיין סאך "אייגענע חסידים", אדער, אז די אלע נישט אזוי באקאנטע הויפן זענען אינגאנצן שלא בערך, אלעס איז רבי'לעך, און נאך אזעלכע נאנסענס.
ועל זה באתי להעיר פאר די רעקארד אז דאס איז בלויז געווען - און איז נאך אלס - דער מיינונג פון אט די וואס באלאנגען צו די גרויסע פירמעס... אבער אין פאקט האט נישט געפעלט קיין ערנסטע רבי'ס מיט "אייגענע חסידים", אפילו זיי האבן נישט פראפאגאנדירט שני וחמישי, נישט איבעקערט א וועלט, נישט געדרוקט ארטיקלעך אין צייטונגען, וכדו' (פילטס אליין אריין)...
לעצט פאראכטן דורך ידיעות שונות אום מאנטאג מארטש 04, 2019 6:30 am, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » זונטאג מארטש 03, 2019 7:29 pm

הערט אויס אז איר רעדט דעם שפראך האב איך נישט וואס דא צו זוכן...

א גוטן מועד.
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 12:01 pm

איז רבי איציקל סטיטשינער אמאל געלעגן אין אן אהל?
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (39.05 KiB) געזעהן 105 מאל
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:16 pm

ווער שטייט אינטער דעם מודעה?

---

לענ"ד איז נישט מסתבר אז מ'האט איהם געלייגט אין אן אלטע אוהל צווישן עטליכע פריערדיגע גדולים, אבער מי יודע

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:23 pm

ער'ז זיכער נישט געלעגן אין אן אהל אפילו קיין מציבה האט ער נישט געהאט
דביה תחדי נפשא

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20953
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:25 pm

דער "אור למאיר" ובנו ר' דוד וחתנו [ב"א] ר' דוד (און דער סטיטשינער?) ליגן אלע אין איין אוהל?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:32 pm

חמרא טבא, זו אינו פירכא
א מציבה דארף מען שטעלן, באגראבן קען מען ווי מ'וויל

אבער בכל אופן ווען ס'איז ווען אמת וואלט מען געדארפט וויסן דערפין

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:44 pm

ידיעות שונות האט געשריבן:חמרא טבא, זו אינו פירכא
א מציבה דארף מען שטעלן, באגראבן קען מען ווי מ'וויל

אבער בכל אופן ווען ס'איז ווען אמת וואלט מען געדארפט וויסן דערפין

ערעב איד מיין רבי פלעגט זאגן אז דו האסט נישט וואס צו זאגן בלייב שטיל...

איצטער לגופו של ענין דער סטיטשינער רב איז אוועק אין די קריג מ'האט נישט געקענט מאכן קיין מציבה און אפילו קבורה איז נישט געווען אינעם ביה"ח גופא נאר ביים אריינגאנג און מ'האט געשטעלט אפאר ברעטער פשוט מ'זאל געדענקן וואו מ'האט עם געלייגט זאגסטו אז ס'נישט מוכרח כ'הער
דביה תחדי נפשא

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דאנארשטאג מאי 16, 2019 4:55 pm

אז דו ווייסט אז די קבורה איז נישט געווען אינעם ביה"ח גופא, דאן וואס ברענגסטו ראיות פון מציבות שלא מן הענין?
ברענג ביטע דעם מקור אויפן מקום הקבורה און שוין

אוועטאר
חמרא טבא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4969
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג מאי 16, 2019 5:00 pm

שוין ווייטער דו מיט דיינע מקורות... טרעף מיך איינער וואס זאגט אנדערש און נאכדעם וועט מען רעדן ווייטער
דביה תחדי נפשא


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: יונה ישראל, פּינטער און 9 געסט