חמרא טבא האט געשריבן:ממעתיקי השמועה האט געשריבן:אינטערסאנט אז אין דזיקוב האט מען יא געדריקט די תורות אנדערש ווי אלע ראפשיצער אייניקלעך.
(אגב איז מבואר בארוכה די ראפשיצער דרך בכלל, ובפרט איבער דרוקן אין די 'פסח מאמענט' ביים שיחת קודש מיט די שענדישוב'ער רבי שליט"א)
אייער ערשטע שורה איז אינגאנצן איבריג איר קענט גלייך צוגיין צום ענין מיטן שענדישובער אינטערוויו
אייער פליק איז גראדע א גוטס אבער איז נישט צום ענין און איז גארנישט גורע פון מיין עצם תגובה - אויב עס טוט וויי און איר ווילט פליקן וועגן די שיחות קודש (וכלשונך אינטערוויו בלע"ז) מיט כ"ק אדמו"ר משענדישוב שליט"א, איז דא אן אשכול המיוחד לכך (יעצט אפילו צוויי).
בנוגע די עצם שמועס איבער תורה וואס איך האב דערמאנט איז אויך שטארק נוגע לענין נישט קיין נפ"מ צו עס איז העווי ראפשיצער תורה אדער נישט, עס ווערט דארט זייער קלאר ארויסגעברענגט די נקודה אז יעדע רבי האט געקענט משנה זיין בבחינת וירד משה מן ההר אל העם, און עס איז נישט געווען קיין סתירה מיט ראפשיץ. אויב איז דא עפעס פונעם שמועס וואס געפעלט אייך נישט אדער איר האט א מיינוג אדער מקובל אנדערש, קענט איר עס רואיג ארויפברענגען במקומות המיוחדים און מרחיב זיין דעם דיבור, איך גלייב אז קיינער וועט נישט זיין בייז.
צום ענין, איז די ערשטע שורה דוקא גאר אינטערסאנט [מיין מיינונג], אז איינער האט צוגעברענגט פון משמי' דר' תנחום אז הרה"ק מסטוטשין האט זיך אויסגעדרוקט אזוי חמור איבער דרוקען, משא"כ די הייליגע אמרי נועם און עטרת יהושע האבן [די קינדער] געדרוקט (פאר אונזער דור איז עס א גרויס רווח, אבער למעשה איז עס אן אינטערסאנטע נקודה אויסצושמועסן).
חמרא טבא האט געשריבן:קראך א גוטס האט געשריבן:ידיעות שונות האט געשריבן:קראך א גוטס האט געשריבן:ווי ליגט ער?
כמדומה לי אז ר' איציקל סטיטשינער ליגט אין סאניק.
איך האב נאר געוואלט זיכער מאכן
אגב ער ליגט ממש אנפאנג פונעם בית החיים
אגב דאגב קיינער ווייסט נישט קלאר וואו אין די ביה"ח ער ליגט...
אגב האב איך געהערט נאכזאגן אז הרב משה הערשאפט פון רב שלעזינגערס בי"ד פון לאנדאן און נאך מומחים מיט עריע פאטאס און נאכגיין פון אלטע אידן מיט סימנים ועוד, האבן יא קובע געווען א מקום וואו זיי זענען משער פינף און ניינציג פראצענט אז עס איז מקום מנוחת קדשו, נאר מען ווארט אויף כ"ק אדמו"ר מסטוטשין שליט"א ער זאל געבן אן הסכמה.