רבי שמואל שמעלקא קליין מסעליש זצ"ל - ט' אדר תרל"ה

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

מענטש
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 26, 2009 6:26 pm

רבי שמואל שמעלקא קליין מסעליש זצ"ל - ט' אדר תרל"ה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מענטש »

דער פאטער פונעם באר מנחם פון קאלוב האט פארלאנגט אז דער באר מנחם זאל זיך יעדן סוף זמן פארהערן וואס ער האט געלערנט יענעם זמן איינמאל ביי ר’ שמעלקא זצ’’ל און איינמאל ביים מהר’’ם שיק זצ’’ל.
איינמאל ווען ר’ שמעלקא איז געזעצן אנגעטוהן מיט זיין דינע בעקיטשע, ווייל עס איז דעמאלטס געוועהן א הייסע טאג, און ער האט געהאלטן אינמיטן פארהערן דעם באר מנחם. פלוצלינג רופט זיך ר’ שמעלקא אן , "לאמיר נעמען דעם שבת'דיגן בעקיטשע און אנטקעגן גיין דעם הייליגן שער המלך".
די סעלישער רב האט זיך אנגעטוהן דעם שבת'דיגן בעקיטשע און איז געגאנגען צוזאמען מיטן באר מנחם, זיי זענען אזוי געגאנגען ביז זיי האבן געטראפן צוויי בחורים וואס האבן געהאלטן אינמיטן צוזאמען נעמען געלט.
דער רב האט זיי געבעטן אז זיי זאלן קומען צו זיין הויז, אריין קומענדיג אין הויז, האט די רב געבעטן די רעבעצין זאל זיי צוגרייטן א פרישטאג. די בחורים האבן געגעסן און געבענטשט, און זיי זענען זיך געגאנגען ווייטער זייער וועג.
ר' שמעלקא האט ממשיך געוועהן פארהערן דעם באר מנחם. דער באר מנחם האט אבער זיך נישט געקענט צוזאם קלויבן זיינע מחשבות צוליב די נארוואס פארלאפענע פאסירונג וואס ער האט נישט פארשטאנען פשט דערפון. וואס האט די רב זיך אנגעטוהן די שבת'דיגע מלביש? ווי איז דער שער המלך? ווער זענען די צוויי בחורים וואס זענען ממש יעצט דא געוועהן און געגעסן פרישטאג?
ווען ר' שמעלקא האט דאס באמערקט, האט ער זיך אנגערופן צו אים, איך זעה ביזט פארטראכט און דו פארשטייסט נישט וואס דא האט יעצט פאסירט און דו ווילסט מן הסתם וויסן וואס דא האט יעצט פאסירט, וועל איך דיר פארציילן די מעשה.
די צוויי בחורים זענען זייער פלייסיגע בחורים, זיי זענען געוועהן דא אין וועג און גערעדט אין לערנען און זיי האבן נאכגעזאגט א חידוש פונעם הייליגן שער המלך, זיי האבן אבער נישט באמערקט ווי זיי שטייען נעבן דאס הויז פונעם פריץ וואס איז ברייט באקאנט אלץ א גרויסע שונא ישראל און פיל מיט רשעות. דער פריץ האט געהאט צוויי גרויסע הונט וואס זיי האבן געקענט דערקענען אויב איינער איז א איד, ווען זיי האבן נאר דערזעהן אז א איד איז דא פלעגן זיין צו לויפן צו אים און צורייסן אויף שטיקער רח''ל
די בחורים וואס זענען געוועהן פארטיפט אין זייער שמועס פון לערנען האבן נישט אנגעהויבן צו באמערקן ווי די הונט לויפן זיי נאך, די שער המלך אבער האט פארפירט אין הימל אז מען קען אזאנס נישט צולאזן, בחורים וואס זענען עוסק בדברי תורה זאלן דורך זיין פארטיפט אין זיינע חידושים געהארגעט ווערן רח''ל, איז ער אליין אראפ געקומען פון יענע וועלט און ער האט זיי געראטעוועט פון טויט.
האט דער בעל ''צרור החיים'' אויסגעפירט, איך האב געזעהן פון דערווייטנס דעם שער המלך, און מיין נישט אז ער איז אראפ געקומען צו זיי פון יענע וועלט ווייל זיי זענען צדיקים נסתרים, נאר ער איז אראפ געקומען ווייל זיי האבן געלערנט זיינע חידושים און זיך באשעפטיגט אין דברי תורה האט ער געשפירט פאר א פליכט זיי צו ראטעווען. זי’’ע ועכ’’י.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דאס הייסט א מענטש!

ר' שמעלקע סעלישער איז געווען נערץ ונקדש ביי אלע גדולי אונגארן, זיין ממלא מקום אין סעליש איז געווען בנו ר' פנחס חיים קליין מסעליש, פון צווישן זיינע אייניקלעך האבן זיך געציילט; ר' יעקב שלום קליין אב"ד האלמין, ר' מאזעס חיים ליטש-ראזענבוים אב"ד קליינווארדיין ועוד.

זי"ע
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3027
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

ס'איז דא לעצטנס איבערגעדירקט 3 בענדער א ס' נפש יונתן דאכט זיך א זון פון ר' שמעלקי סעלישער, ער איז געוועהן שטארק בידודות מיטן יט"ל
.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

דער נפש יהונתן איז געווען א כהן, און דיין אין סעליש.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

דער נפש יהונתן איז נישט פון די משפחה ווי ביקסאד דערמאנט, מיר האבן שוין גערעדט פון אים אינעם אשכול איבער זיין זוהן ר' צבי הירש מדערעטשקע-פעטערסאן.
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

יישר כחכם ערעב מענטש.

דא בשכינות איז דא א גאנצע געהענגל איבער זיין אייניקל.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

זיידעניו האט געשריבן:יישר כחכם ערעב מענטש.

דא בשכינות איז דא א גאנצע געהענגל איבער זיין אייניקל.


פון וועלכע אייניקל רעדט איר, און וואו בשכינות?
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

כתר ישועה
שר חמש מאות
תגובות: 648
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 7:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כתר ישועה »

און אר"י איז דא איינער בשם 'פאפער' וואס האט א בית מדרש ע"ש הרה"ק מסעליש זצ"ל, יאך מיין אז ער איז א סעלישער אייניקעל און מרופ'ט עם אויכט דעם סעלישער רב, א טאהשער חסיד.
כתרו ישועה - לבושו צדקה
הישועות בו מקיפות
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

ער האט צוויי ברודער אין נ"י, זיי זענען אייניקלעך פון דעם צרור החיים.
ועמך כולם צדיקים
שמואל'יק'יל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 255
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 25, 2008 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל'יק'יל »

איז דא און בני ברק, און דער ווינקל פון דע גאס'ן חזון אי"ש און אדמו"ר מגור, א בית מדרש סעליש, און געפירט דארך איינער וואס מערופט עם סעלישער רב.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

פון אים רעדן מיר.
ועמך כולם צדיקים
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

תמונת רבינו:
אטעטשמענטס
0195.gif
מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 759
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 01, 2009 12:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיילעך »

ר' שמעלקא סעלישער זצ"ל פלעגט גיין אין מקוה איעדן שבת פארן עסן "לאקשן קיגל".
דאס איז א חידוש וואס מען האט נישט געזעהן ביי א חסידישער רבין.
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

הגאון ר' שמואל שמעלקא קליין זצ"ל איז געבוירן שנת תקס"ה אין סילדי אין די גלילות פון זיבנבערגן אין אונגארן (טראנסילבאניע) צו זיין טאטע ר' יוסף ב"ר נתן און זיין מאמע מרת פעסיל.
זיין טאטע ר' יוסף איז געוועהן פשוט'ער איד וואס האט זיך באשעפטיגט מיטן פארקויפן ברוינפן און פלייש און איז נישט געוועהן א ספעציעלע למדן אבער זיין פרישות און אפגעהיטנקייט איז געוועהן עד להפליא ווי איינע פון די בני עליה, ער פלעגט דאווענען יעדן טאג ביז חצות אנגעטוהן מיט טלית און תפילין, און זיין פרוי האט אים צוגעהאלפן אין געשעפט בשעת ער האט געדאווענט.
זיין פרוי מרת פעסיל איז געוועהן א טאכטער פון די טאכטער פון הגאון ר' צבי הירש מטשארטקאוו ז"ל די טאטע פון די גאונים ר' שמעלקא מניקלשבורג און ר' פנחס בעל הפלא"ה זי"ע.
די מאמע מרת פעסיל איז אוועק אינגערהייט און זיין טאטע האט אים אוועקגעשיקט ביי די צען יאר צו א אנדערע שטאט צו קרובים ווי ער האט געלערנט ביז זיין בר מצוה, ביי די בר מצוה האט ער גוט געקענט בעל פה מסכתות עירובין, נדה, יבמות, און אפילו רש"י אויפן לשון.
נאך די בר מצוה איז געגאנגען לערנען ביי הג"ר שמואל מאשוואר ז"ל, ביי די פערצן יאר איז ער שוין געוועהן בקי בדיני או"ה, דערנאך האט ער געלערנט ביי הגאון ר' ישכר בער אב"ד מיקלאש ז"ל מח"ס מנחת עני, אויך ביי הג"ר צבי הירש העללער ז"ל אב"ד באנהאד/אונגוואר מח"ס טיב גיטין, און א שטיק צייט ביים חתם סופר און פרעשבורג, אבער בעיקר האט ער געלערנט אין די ישיבה אין לאקענבאך וואס איז געפירט געווארן דורך הגאון ר' שלום אוללמאן ז"ל מח"ס דברי ר"ש און זיין זוהן הג"ר שלמה זלמן אוללמאן ז"ל מח"ס יריעות שלמה, מתחלה האט ער געלערנט ביים יריעות שלמה וואס איז געוועהן ר"י פאר די אינגערע בחורים ווייל ער איז נאך אלט געוועהן פופצן יאר אבער נאך א שטיק צייט האט מען געזעהן אז ער באלאנגט נישט צווישן די אינגערע איז ער געגאנגען לערנען ביים דברי ר"ש וואס דארט האט ער קונה געוועהן זיין עיקר תורה.
ביי די אכצן יאר איז ער צוריק אהיימגעפארן צו זיין טאטע ווי ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית דבורה די טאכטער פון הר"ר אהרן שלמה כ"ץ ז"ל מאלמאשד (עס איז געדרוקט תשובות פון אים אין ספר אוהל אברהם סי' צ-קב).
אין יאר תקצ"ג האט ער אנגענומען די רבנות אין באלקאן ווי ער האט אויפגעשטעלט די ערשטע ישיבה אין די גאנצע געגענט, אין זיין שטוב האט געהערשט גרויס דחקות (ווען עס האט אריינגערעגנט אמאל דורך די לעכער פונעם דאך האט ער זיך אנגערופן "יעדער לערנט חומש מיט טראפן און איך לערן אויך גמרא מיט טראפן").
און יאר תרי"ב איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין חוסט (נאך הג"ר מנחם א"ש ז"ל וואס איז געגאנגען קיין אונגוואר איבערצונעמען דארט די רבנות פון זיין טאטען הג"ר מאיר א"ש ז"ל).
און יאר תרכ"ה איז ער אויפגענומען געווארן צו זיין אב"ד סעליש (ער האט געזאגט אז מען האט אים מגלה געוועהן פון הימל צו גיין קיין סעליש) ווי ער האט משמש געוועהן ברבנות ביז צו זיין פטירה ביום ט' אדר ב' תרל"ה.
ער האט נישט געשריבן קיין ספרים חוץ געציילטע כתבים וואס ער האט געשריבן סוף ימיו אויפן געבעט פון זיינע קינדער וואס פון דעם האט זיין זוהן ומ"מ הג"ר פנחס חיים ארויסגעגבן דעם חריפות'דיגן ספר צרור החיים.
צווישן זיינע קינדער זענען געוועהן
בנו בכורו הג"ר יעקב ז"ל אב"ד בילקע, ער איז אוועק אינגערהייט בחייו פונעם טאטן
הג"ר פנחס חיים ז"ל מ"מ בסעליש
הג"ר שלום ז"ל אב"ד האלמין, אויך אוועק אינגערהייט בחייו פונעם טאטען
הג"ר אלי' ז"ל מ"מ אחיו בהאלמין.
זיעועכי"א
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

צוריקגעברענגט אלטע תגובות

דורך פונקטליך אום מאנטאג יולי 19, 2010 5:17 pm

ווען ר' שמעלקא סעלישער איז נאך געוועהן א יונגערמאן איז ער אמאל געפארן אויף א שבת צום הייליגן ישמח משה, דער ישמח משה האט אים זייער מכבד געוועהן און ביי סעודה שלישית האט ער אים מכבד געוועהן צו זאגן תורה, ביים טיש איז געזיצן א אייניקל פון ישמח משה און ער האט מקנא געוועהן ר' שמעלקא אויף די גרויס כבוד וואס זיין זיידע טיילט אים צו האט ער זיך אנגערופן צום הייליגן ישמח משה "זיידע, ער האט דאך נישט קיין שטריימל ?" האט אים דער ישמח משה געענטפערט "דאס וועט נישט זיין קיין צוריקהאלט" און ער האט גענומען די שטריימל פון זיין קאפ און עס אנגעטוהן פאר ר' שמעלקא און געזאגט "יעצט האט ער שוין א כובע ישועה בראשו" און פאר זיין אייניקל האט ער אריינגערוימט אין אויער "אבער ער לערנט תורה לשמה און פאר אים איז פאסיג צו זאגן תורה".
---------------------

דער ייטב לב איז געוועהן זייער בידידות מיט אים און יעדעס מאל ער פלעגט פארן קיין אוהעל צום ציון פון ישמח משה פלעגט ער פארן דורך סעליש זיך צו טרעפן מיט ר' שמעלקא און רעדן בדברי תורה,
אויך האט ער געשיקט צו אים דעם קדושת יו"ט צו נעמען פון אים הוראה און סמיכה.



דורך פונקטליך אום מאנטאג יולי 19, 2010 5:27 pm

און תשובות חתם סופר (אהע"ז סי' קטז) שרייבט ער צום צרור החיים "לכבוד הרב המפורסם בתורה ויראת ה' כש"ת וגו'", און צווישן אלע 152 תשובות אין חתם סופר חאהע"ז שרייבט ער אויף קיינעם די טיטל "יראת ה'".




דורך שמעלקא טויב אום מאנטאג יולי 19, 2010 3:51 pm

דאכט זיך אז ר' יוסף נחמי' קארניצער הי"ד מ'קראקע איז געווען אן איידעם ביי בנו ר' פנחס חיים. האבעך רעכט?


דורך פונקטליך אום מאנטאג יולי 19, 2010 3:59 pm

יא


דורך שמעלקא טויב אום מאנטאג יולי 19, 2010 4:08 pm

אויב ס'ארבייט יא דער קאפ ערב תענית וועל איך שוין שרייבן וואס כ'האב אמאל געהערט פון הישיש ר' פישל פריעדמאן לרפו"ש א יליד סעליש.
ווען רבינו הק' מ'סאטמאר זי"ע איז געווען אויף שבת אין סעליש האט ער געהאלטן א דרשה פארן ליינען קעגן די ציונים (אדער וועגן די אגודה) און אפאר עזות פנימער זענען געווארן ברוגז און אנגעהויבן איבערדרייען אינמיטן די דרשה. דער רבי האט געפרעגט אסאך קשיות אויף די סדרה (כדרכו צו פרעגן אסאך קשיות און אפי' היבש מאריך זיין ביי דעם) און ער האט נישט עספייעט צו ענטפערן ווער ער האט געמוזט אראפגיין פונעם ארון קודש צוליב די אומרוען.

דער רב ר' פנחס חיים איז שוין נישט געזונט געווען און ס'איז נאר געווען דעם רב'ס איידעם ר' יוסף נחמי' קארניצער הי"ד וואס איז געווען רב הצעיר (ס'שטימט?). ר' יוסף נחמי' האט איינגעשטילט דעם עולם און דער רבי איז צוריק ארויף אויפ'ן ארוה"ק און מיט דעם עפיזאד וואס האט איצטערט פאבירט האט ער פארענטפערט אלע קשיות... כידוע אז ער פלעגט רוב מאל מחדש זיין אויפ'ן פלאץ).

---

ואגב דענק איך אז כ'האב אמאל געהערט פון ר' פישל זז"ג אז אין סעליש האט א איד געווארפן א שיך אויפ'ן רב אינמיטן א דרשה ווייל ס'איז אים נישט געפאלן וואס ער האט געזאגט... ווער איז געווען רב אין סעליש נאך ר' פנחס חיים?


דורך בןהרחמן אום מאנטאג יולי 19, 2010 5:47 pm


נאכגעקוקט אין יזכור לקהילת סעליש והגליל, דארט שרייבן זיי אז בשנת תרע"ב נאכדעם וואס ר' פנחס חיים האט שוין משמת געווען ברבנות קרוב צו פערציג יאר (משנת תרל"ה שאז נפטר אביו הגה"ק ר' שמעלקא) האט ער געבעטן פון די קהילה אז מען צונעמען צו הילף זיין איידעם ר' יוסף נחמי', און זיי האבן איהם טאקע אויפגענומען ער זאל משמש זיין כאב"ד הקהילה, און ווען ר' פנחס חיים איז אוועק בשנת תרפ"ג, איז ר' יוסף נחמי' געבליבן אליין רב, ביז תרפ"ה ווען מען האט איהם אויפגענומען אלץ רב אין קראקא.

דאן איז געווארן אויפגענומען א זון פון ר' פנחס חיים, ר' שלמה ישראל קליין שהי' חתן ר' נתנאל הכהן פריעד אב"ד אויוואראש בעמח"ס פני מבין, ער איז געווען דער לעצטער רב אין סעליש פארן קריג, ר' שלמה ישראל נפטר בבערגען בעלזן ו' אדר תש"ה, פון זיינע קינדער זענען נאר איבערגעבליבן איין זון ר' עוזר אין אמעריקא, די איבריגע זענען אומגעקומען עקד"ה.

--

אגב, לפי חשבון הזה איז אינטערעסאנט צו וויסן אויב ר' פישל האט אליין בייגעוואוינט המעשה הנ"ל בעת שדרש רבינו בסעליש, ווייל דאס איז שוין געווען צום ווייניגסטענס 87 יאר צוריק, אדער ער האט דאס נאכדערציילט מפי השמועה.


דורך פונקטליך אום מיטוואך יולי 21, 2010 1:10 am

נוסח מצבתו


פ"נ
שר וגאון התורה אור ישראל וקדושו
מורה דרך לעמו חכמתו ממנו דרשו
אוהב כל ישראל בכל לבבו ונפשו
למד ולימד בתורת ד' יומם וליל
שמח נפשות נדכאים דבריו עשו חיל
מדבריו המתוקים בלב כל אדם נשרשו
עדרי צאן קדשים ממעיינו שאבו
להצלת נפשות ישראל אזר כח וחיל
קדושתו יתנו תמיד דור לדור ישמיע
את זכרונו לברכה לקץ הגאולה יגיע
ה"ה הרה"ג המובהק עטרת ישראל
מופ"ה צי"ע ע"ה פ"ה מרן מו"ה
שמואל שמעלקא
זי"ע בהמנוח מו"ה יוסף ז"ל ושם אמו
פעסיל ע"ה שהיתה ממשפחת של"ה
הק' הרביץ תורה ברבים ערך חמישים
שנה ושימש בכתר הרבנות בק"ק באלקין
ובק"ק חוסט ופה ק"ק סוליש
נשמתו יצאה בטהרה אור ליום ג' ט' אדר
שני תרל"ה לפ"ק ימי שנותיו כשבעים שנה
ת נ צ ב " ה


דורך כתר ישועה אום מיטוואך יולי 21, 2010 7:15 am

מיילעך האט געשריבן:ר' שמעלקא סעלישער זצ"ל פלעגט גיין אין מקוה איעדן שבת פארן עסן "לאקשן קיגל".
דאס איז א חידוש וואס מען האט נישט געזעהן ביי א חסידישער רבין.


טאקע א חידוש, עס פאסט אפי' מער פאר קרעטשניף...
דעם אלטען קרעטשנעווער רבי פון ירושלים ז"ל פלעגט נאך זאגן בשם ר' מאיר'ל פרעמישלאנער אז לאקשען קיגעל מאכט 'לא קשיא' - עס איז מבטל אלע שווערקייטן.

מיילעך,
דו פאסא פונ'עם צרור החיים זעהט מער אויס א ספרדיש'ע מקובל, ניין?! פון ווי איז גענומען געווארן די פאסא?


דורך מיללער אום מאנטאג יולי 19, 2010 1:49 pm

חידושי סוגיות מהגה"ק ר' שמואל שמעלקא ובנו ר' פנחס חיים קליין מסעליש זצ"ל - באתר היברו-מאנוסקריפטס

http://hebrewmanuscripts.org/hbm_443.pdf

http://hebrewmanuscripts.org/hbm_444.pdf


דורך פונקטליך אום מאנטאג יולי 19, 2010 3:38 pm

הרה"ק ר' שמעלקא סעלישער זי"ע האט היינט אייניקלעך בעיקר פון זיין זוהן הג"ר שלום ז"ל אב"ד האלמין,

צווישן זיי איז (בן אחר בן) משפחת ר' יוסף קליין ע"ה פון בארא פארק (בניו הג' ר' שמואל שמעלקא קליין (וומ"ס), הרב חיים קלמן קליין (ק"י), ועוד

אויך ר' שמעלקא שפיץ ע"ה פון לאנדן ואחיו ר' ישעי' שפיץ נ"י פון בארא פארק (ער האט איבערגעדריקט די ספר צרור החיים) זענען אייניקלעך פון האלמינער רב.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

היום ל' כסליו חל היארצייט של הגה"צ ר' שלום קליין זצ"ל אב"ד האלמין, בן הרה"ק ר' שמואל שמעלקא קליין זצ"ל בעל 'צרור החיים' מסעליש

הג"ר שלום נפטר בדמי ימיו בחיי אביו בגיל 35, היה גאון וצדיק, חידש חידושים על כל מקצועות התורה ולא נשאר מהם רק מעט מזער שנדפס בסוף ספר אביו 'צרור החיים'.

אחיו הצעיר הג"ר אלי' ז"ל מילא מקומו בהאלמין ואח"כ הר"ר יעקב שלום ז"ל ב"ר אלי' הנ"ל (דרך אגב, שמו 'יעקב' אחר הגה"צ ר' יעקב זצ"ל אב"ד בילקא ושמו שלום אחר הגה"צ ר' שלום אב"ד האלמין הנ"ל, שני בניו של הג"ר שמעלקא סעלישער של"ע נפטרו בחייו) שהיה אב"ד האלמין עד מלחמת העולם השניה.




מעט מחידושיו בס"ס צרור החיים

בילד

מכאן סוף העמוד ואילך




מי שיודע יותר אודות הגה"צ ר' שלום ב"ר שמואל שמעלקא ז"ל הנ"ל מתבקש לכתוב.
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

חמיו היה " הנגיד המפורסם בצדקתו אשר השתדך עם הרבה רבנים צדיקים מו"ה הערצקא מניר - מאדע ".
רבי שלום נפ' תרפ"ד.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2219
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פונקטליך »

היום א' שבט חל היארצייט של הגה"צ ר' אלי' קליין זצ"ל אב"ד האלמין (אחר פטירת אחיו הג' ר' שלום ז"ל), בן הרה"ק ר' שמואל שמעלקא קליין זצ"ל בעל 'צרור החיים' מסעליש, וחתן ר' שלמה זלמן אולמאנן ממאקאווא בעל היריעות שלמה.

בןהרחמן האט געשריבן:קינדער פון ר' אלי' קליין (אגב, שם אשתו היתה שרל, ועל שמה ועל שם אחי' ר' יששכר אוללמאן הנ"ל, קרא בנה ר' משה קליין הנ"ל את ספרו הנ"ל בשם זכרון ש"י =ר"ת ש'רל י'ששכר), האב איך געטראפן ווי פאלגענד:

א) ר' יעקב שלום קליין מ"מ אביו בהאלמין
ב) ר' מאיר קליין (ממארגערעטן)
----------- (בניו היו שמואל שמעלקא, חיים אהרן יעקב, שלמה זלמן, שהוציאו לאו ספר יריעות שלמה ח"ב על יו"ד [נמצא באוצר החכמה], ויש שם מכתבי הסכמות מר' יעקב שלו' כשהי' כבר בהאלמין, ומר' משה הנ"ל ששם חותם עצמו ג"כ רב לבית אללמאן ומלפנים אבד"ק רעטע, וכמדומה גם מכתב מר' שמואל שמעלקא דלהלן)
ג) ר' משה קליין רב דחברה פועלי צדק ורב דביהכנ"ס לבית אוללמאן ומלפנים אב"ד דק"ק רעטע יצ"ו
ד) ר' שמואל שמעלקא קליין ממארגערעטען
ה) ר' שלמה זלמן קליין
ו) ר' אברהם קליין .
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!
סטרעטענער אייניקל
שר חמש מאות
תגובות: 741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 01, 2010 9:41 pm

לרגל ההילולא קדישא היום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטרעטענער אייניקל »

פונקטליך האט געשריבן:הגאון ר' שמואל שמעלקא קליין זצ"ל איז געבוירן שנת תקס"ה אין סילדי אין די גלילות פון זיבנבערגן אין אונגארן (טראנסילבאניע) צו זיין טאטע ר' יוסף ב"ר נתן און זיין מאמע מרת פעסיל.
זיין טאטע ר' יוסף איז געוועהן פשוט'ער איד וואס האט זיך באשעפטיגט מיטן פארקויפן ברוינפן און פלייש און איז נישט געוועהן א ספעציעלע למדן אבער זיין פרישות און אפגעהיטנקייט איז געוועהן עד להפליא ווי איינע פון די בני עליה, ער פלעגט דאווענען יעדן טאג ביז חצות אנגעטוהן מיט טלית און תפילין, און זיין פרוי האט אים צוגעהאלפן אין געשעפט בשעת ער האט געדאווענט.
זיין פרוי מרת פעסיל איז געוועהן א טאכטער פון די טאכטער פון הגאון ר' צבי הירש מטשארטקאוו ז"ל די טאטע פון די גאונים ר' שמעלקא מניקלשבורג און ר' פנחס בעל הפלא"ה זי"ע.
די מאמע מרת פעסיל איז אוועק אינגערהייט און זיין טאטע האט אים אוועקגעשיקט ביי די צען יאר צו א אנדערע שטאט צו קרובים ווי ער האט געלערנט ביז זיין בר מצוה, ביי די בר מצוה האט ער גוט געקענט בעל פה מסכתות עירובין, נדה, יבמות, און אפילו רש"י אויפן לשון.
נאך די בר מצוה איז געגאנגען לערנען ביי הג"ר שמואל מאשוואר ז"ל, ביי די פערצן יאר איז ער שוין געוועהן בקי בדיני או"ה, דערנאך האט ער געלערנט ביי הגאון ר' ישכר בער אב"ד מיקלאש ז"ל מח"ס מנחת עני, אויך ביי הג"ר צבי הירש העללער ז"ל אב"ד באנהאד/אונגוואר מח"ס טיב גיטין, און א שטיק צייט ביים חתם סופר און פרעשבורג, אבער בעיקר האט ער געלערנט אין די ישיבה אין לאקענבאך וואס איז געפירט געווארן דורך הגאון ר' שלום אוללמאן ז"ל מח"ס דברי ר"ש און זיין זוהן הג"ר שלמה זלמן אוללמאן ז"ל מח"ס יריעות שלמה, מתחלה האט ער געלערנט ביים יריעות שלמה וואס איז געוועהן ר"י פאר די אינגערע בחורים ווייל ער איז נאך אלט געוועהן פופצן יאר אבער נאך א שטיק צייט האט מען געזעהן אז ער באלאנגט נישט צווישן די אינגערע איז ער געגאנגען לערנען ביים דברי ר"ש וואס דארט האט ער קונה געוועהן זיין עיקר תורה.
ביי די אכצן יאר איז ער צוריק אהיימגעפארן צו זיין טאטע ווי ער האט חתונה געהאט מיט הרבנית דבורה די טאכטער פון הר"ר אהרן שלמה כ"ץ ז"ל מאלמאשד (עס איז געדרוקט תשובות פון אים אין ספר אוהל אברהם סי' צ-קב).
אין יאר תקצ"ג האט ער אנגענומען די רבנות אין באלקאן ווי ער האט אויפגעשטעלט די ערשטע ישיבה אין די גאנצע געגענט, אין זיין שטוב האט געהערשט גרויס דחקות (ווען עס האט אריינגערעגנט אמאל דורך די לעכער פונעם דאך האט ער זיך אנגערופן "יעדער לערנט חומש מיט טראפן און איך לערן אויך גמרא מיט טראפן").
און יאר תרי"ב איז ער אויפגענומען געווארן אלץ רב אין חוסט (נאך הג"ר מנחם א"ש ז"ל וואס איז געגאנגען קיין אונגוואר איבערצונעמען דארט די רבנות פון זיין טאטען הג"ר מאיר א"ש ז"ל).
און יאר תרכ"ה איז ער אויפגענומען געווארן צו זיין אב"ד סעליש (ער האט געזאגט אז מען האט אים מגלה געוועהן פון הימל צו גיין קיין סעליש) ווי ער האט משמש געוועהן ברבנות ביז צו זיין פטירה ביום ט' אדר ב' תרל"ה.
ער האט נישט געשריבן קיין ספרים חוץ געציילטע כתבים וואס ער האט געשריבן סוף ימיו אויפן געבעט פון זיינע קינדער וואס פון דעם האט זיין זוהן ומ"מ הג"ר פנחס חיים ארויסגעגבן דעם חריפות'דיגן ספר צרור החיים.
צווישן זיינע קינדער זענען געוועהן
בנו בכורו הג"ר יעקב ז"ל אב"ד בילקע, ער איז אוועק אינגערהייט בחייו פונעם טאטן
הג"ר פנחס חיים ז"ל מ"מ בסעליש
הג"ר שלום ז"ל אב"ד האלמין, אויך אוועק אינגערהייט בחייו פונעם טאטען
הג"ר אלי' ז"ל מ"מ אחיו בהאלמין.
זיעועכי"א

היו להגה"ק מסעליש עוד 3 בנים: רבי לייבוש מסיגעט.
רבי משה שהיה רב בסילאדי-טשעה [ חתן הנגיד רבי מ"מ דייטש מנאפראד].
רבי עויזר מנאמין.
וגם 2 בנות: מ' רייזיל הרבנית ממעדיעש.
מ' לאה, אשת רבי סיני ליב ווייס מסאטמאר.
יש להגה"ק מסעליש נכד שהוא מראשי חסידי ברסלב בצפת, ושמו רבי יעקב צבי קליין שיחיה [ ב"ר אברהם קליין, ב"ר שמואל מנחם קליין ז"ל רב דצעצוביץ' [ היה חתן הרב רמ"ש גלאזנער מקלוז' ( "דור רביעי") ], ב"ר שלמה זלמן קליין ז"ל רב בסליאדי טשעה 60 שנים , ב"ר משה קליין ז"ל רב בסי' טשעה, בן הגה"ק מסעליש זצוק"ל.
ובהלוויה של הגה"ק מסעליש, הספידוהו הגה"ק מסיגעט זצוק"ל, והגה"ק מהר"ם שיק זצוק"ל.
זי"ע ועכ"י אמן.
"כיון שנצטרך אדם לבריות פניו משתנות ככרום... מתהפך לכמה גוונין" [ברכות ו' ע"ב]
היינו לאותם גוונים והבחינות שהן הן הנותנים לו [רשפי אש נעשכיז]
איש האמת
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 11, 2011 1:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האמת »

בדרכי הישר והטוב דף כ"ב ע"א וז"ל
ושמעתי ממנו (הרה"ק מליסקא) שיחת חולין, שהי פ"א על שב"ק בעיר חוסט יצ"ו, בעת שהי' שם הרהגה"צ יסו"ע
מו"ה שמעלקא זצ"ל רב אב"ד, והיו נושאים ונותנים האיך להתפלל שהרב הגאון הצדיק מוהר"ש זצ"ל הי' מתפלל
בנוסח אשכנז, ופתח אא"ז זצ"ל (הנ"ל) את פי קדשו בדרך צחות ואמר, הנה ידוע היטב ששבת הוא קדושה יתירה
מיו"ט, ועל כל זה כשחל יו"ט בשבת, יען שיו"ט הוא אורח הגון, השבת הוא מכבד את יו"ט, ונסוג לאחור ומתפללין
תפלת יו"ט, כמו כן הרב דפה הוא קדוש יותר ממני, אבל אני אורח, ומהראוי שיסלח למעני על כבודו, ופתח הודו
לה' קראו בשמו וגו', עכ"ד דרכי הישר והטוב.

ס'איז א גוט ווארט.

דאכציך אז דער נפש יהונתן האט געהייסען רבי יונתן בנימין עפעס??
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

בילד פונעם מציבה
א אינטערסאנטע זאך: די מציבה איז געשטעלט געווארן אינדרויסן פונעם אוהל
דהיינו אינעווייניג אין די אוהל זעהט מען דריי צורת קברים און אינדרויסן ביי די וואנט פונעם אוהל שטייט דריי מציבות איינס פון רבי שמעלקא סעלישער זי"ע, איינס פון די רביצין ע"ה, און איינס פון די זוהן רבי פנחס חיים זצ"ל
אטעטשמענטס
CIMG1277.JPG
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

און דאס איז א בילד פון אינעווייניג
דא אויפן בילד קוקט אויס ווי עס ליגט דארט 4 מענטשן
אפשר ווייסט איינער ווער נאך עס ליגט דארט אין דעם אהל?
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

וגם 2 בנות: מ' רייזיל הרבנית ממעדיעש.

איר מאן איז געווען הגה"צ רבי צבי גינסבורג זצ"ל אבדק"ק אראניאש-מעדיעש (נעבן די שטאט סאטמאר - ווי אויך האט רבי שמעלקא סעלישער זי"ע געוואוינט אין אראניאש-מעדיעש אין די יונגע יארן נאך פאר ער איז געווארן רב אין באלקאן).
ער איז געווען מגדולי תלמידי הכתב סופר זי"ע.
זיין טאטע איז געווען רבי יהודה ארי' לייב גינסבורג זצ"ל.
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

אייניקלעך ארגעניזירן א נסיעה צום יאהרצייט
אטעטשמענטס
Poster2.jpg
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”