רבי שמעון סופר מקראקא זצ"ל- ט"ז אדר תרמ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

רבי שמעון סופר מקראקא זצ"ל- ט"ז אדר תרמ"ג

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

נפטר בט"ז אדר תרמ"ג
אטעטשמענטס
IMG_0300 (Custom).JPG
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

בעל מחבר ספרי מכתב סופר,

א חכימא דיהודאי, וועמען דער גאליציאנער אידנטום האט אויס געקליבן צו פארטרעטן אלס שליח ציבור כלפי המלכות,

ער מיטן בעלזא רב מהר"י זענען געווען די גרינדערס פון דעם "מחזיקי הדת".
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

תמונת קדשו
אטעטשמענטס
Sofer Kracow.gif
Sofer Kracow.gif (5.71 KiB) געזען 7350 מאל
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

איך האב איינמאל געליינט ווי אזוי רבי שמעון סופר איז אנגעקומן קיין קראקא ער קומט דאך פון פרעשבורג ?
רבי שמעון איז איינמאל דורך געפארן קראקא און האט געוואלט גיין באזיכן די שטאט'ס רב האט מען אים געזאגט אז עס נישטא קיין רב דא ווייל ווען מען טראגט אן פאר איינעם דאס רבנות מיז ער קודם האלטן א דרשה און אלע לומדים פרעגן אים אפ אין אז ער קען נישט זיי נישט ענטפר'ן זאגן זיי איז ער נישט ראי צי זיין רב דא.
האט רבי שמעון געזאגט אז ער איז גרייט ציהאלטן א דרשה.
האט מען אים געבעטן אז עס קען זיין בזיונות ער זאל עס נישט טון האט ער געזאגט אז ער איז גרייט אויף דעם
און אלע לומדים האבן זיך געגרייט אויף די דרשה אים אפ ציפרעגן .
פאר רבי שמעון האט אנגעהויבן די דרשה האט ער פארציילט א מעשה איינמאל איז געווען א קצף א מחיצף פאר זיין גרויסן טאטן דער הייליגער חתם סופר דער חתם סופר מיך געשיקט אים ריפן אין ער נישט געוואלט קימען האט מיך דער טאטע אויסגעלערנט א שם און דער מחוצף איז געשטארבן.
האט רבי שמעון אויסגעפירט אז איך האב נישט פארגעסן דעם שם.....
און ער האט אנגעהויבן זיין דרשה און קיינער האט נישט געוואגט אריין צי האקן
און אזוי איז ער געווארן רב און קראקא זי"ע

איך מיין איך האב עס געזעהן אין די אידישע ליכט נאכגעזאגט פון הרב ד'שונסקי פון א"י
בני יששכר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 02, 2009 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בני יששכר »

א איד איז אמאל שפעט ביינאכט אריין געקומען צי רבי שמעון סופר מיט א פראבלעם
זיין זין האט א געשווילאכטס אין האלטז און ער שטיקט זיך ער איז אובד עצות ער ווייסט נישט וואס צי טון
האט אים רבי שמעון סופר אוועק געגעבן זיין שאהל אז זיין זין זאל דאס אנטין און אנגעזאגט צווייי זאכן איינס אז ער זאל עס גלייך צירוק ברענגן אינדערפרי און צווייטן'ס ער זאל פארקיינעם נישט דערציילן. און ב"ה זיין זין האט געהאט א גרויסע ישועה. ציפרו ווען ער האט צירוק געברענגט די שאהל האט ער געפרעגט למדינו רבינו פארוואס האב איך געדארפט אזוי פרי צירוק קימען און צווייטן פארוואס זאל נישט א צווייטער וויסן פון דעם אז מען קען געהאלפן ווערן האט ער גענטפערט. אז איך האב נאר די איין שאהל אין צווייטן'ס אז דער עולם וועט וויסן פון דעם וועל איך נישט האבן קיין צייט צי לערנען דער גאנצער כח פונם שאהל איז געווען פון די זיעת התורה אין א גאנצן טאג בין איך פארנימען מיט צורך הכלל ס'איז ידוע ער איז געווען און די קאנצעליי במילא לערן איך ביינאכט אין אז מענטשן וועלן קימען וועל איך דעס שוין אויך נישט האבן זי"ע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ר' שמעון סופר האט געהאט א זוהן ר' שלמה אלכסנדרי סופר פון סערעט, זיין איידעם ר' יוסף נפתלי שטערן זצ"ל איז געראטעוועט געווארן פונעם קריג און ער האט זיך אפגעגעבן בסידור והו"ל ספרי מרן החת"ס זצ"ל וצאצאיו.

אנדערע קינדער פון ר' שלמה אלכסנדרי זענען געווען; ר' עקיבא סופר פון וויען און ר' בנימין דוב סופר פון סערעט וועלכער האט ארויסעגהאלפן בהדפסת הספרים פאר די קריג.

ר' בנמין דוב איז געווען אן איידעם אין בארדיטשוב ביי די רבישע חודרוב משפחה, ער האט געהאט א זוהן אין ירושלים ר' משה סופר-שרייבער וועלכער האט געהאט בירושה א ספר הזכרון פון די מאוראות אין פרעשבורג בימי החת"ס וואס מ'האט שפעטער געדרוקט.

דא אין הבאר דערציילט ר' בנימין דוב פאר ר' צבי יחזקאל מיכלזוהן מפלונסק ז"ל א שיינע שמועס צווישן זיין זיידען דער מכתב סופר מיט דעם מיטעלען בעלזער רב ר' יהושע'לע ביי וועלכע נאר זיין פאטער ר' שלמה אלכנסנדרי און דער בעלזער רב ר' ישכר דוב זענען אנוועזנד געווען, דאס איז געווען אין לעמבערג ביים גרינדען דעם מחזיקי הדת.

ווען ר' יוסף נפתלי שטערן איז נפטר געווארן איז אנטשאנען א מחלוקה צווישען די יורשים פון ר' שלמה אלכסנדרי סופר אויף די כתבים פונעם מכתב סופר און פונעם חתם סופר וואס ר' יוסף נפלי האט געהאט, ווייל ר' יוסף נפתלי האט נישט געהאט קיין קינדער אבער זיין פרוי די טאכטער פון ר' שלמה האט געהאט קינדער פון איר ערשטן זיווג וועלכע האבן געהאלטן אז להם הירושה, ווידער די קינדער פון ר' בנימין דוב הנ"ל האבן געטענה'עט אז עס קומט זיי. ווייל זייער פאטער איז געווען א זוהן ולו משפט הירושה.

דער סכסוך איז אנגגקומען אין איזראעלישען געריכט ווי עס ווערט טיטולירט קלארא שרייבער נגד מורטין שטערן ע"ש פון די טאכטער פון ר' בנימין דוב און דאס ווייב פון ר' יוסף נפתלי, די צוויי קינדער אירע זענען אהרן ברויאר און אליעזר ברויאר, ווייזט אויס אז איר ערשטע מאן האט געהייסן ברויאר, ווייסט איינער מער פרטים איבער די משפחה און דער סכסוך?

נאך א זוהן פון ר' שמעון סופר איז געווען ר' עקיבא סופר פון פאפא בעמח"ס צוף דב"ש
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

עס איז דא א פסק פון ביד"צ פון ירושלם עיה"ק תובב"א,
אז די רעכטן צו דריקן די ספרים געהערן פאר ישיבת אהל שמעון ערלוי,
כמדומה אז ר' יוסף נפתלי האט עס זיי געשאנקן בחייו,
על שמו איז דא א צדקה קאסע צדקת יוסף נפתלי.
ועמך כולם צדיקים
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

הגר"ע הילדסהימר כתב בעיתון ? תיאור מהלויית הכת"ס, ובתוך הדברים מספר שבקראקא העלימו מהגר"ש את דבר פטירת אחיו, שלא רצו שיסע להלויה פן יכתירוהו בפרשבורג כגאב"ד ויעזוב את רבנות קראקא, זה מראה על גודל חביבותו על אנשי העיר משהו בלתי מצוי בפולין באותה תקופה שברוב הערים הגדולות לא היה גאב"ד כלל.
גם הפולמוס סביב צוואת החת"ס והנוסח בכתבי רמ"ד או כתבי חמ"ד קשור להגר"ש שהמצדדים בנוסח חמ"ד הפיצו שמועה בשם הגר"ש שהעיד שבצוואה היה כתוב חמ"ד ורמ"ד הוא טעות המעתיק, אולם בנו ר' שלמה שהוזכר למעלה פירסם מאמר שלם להזים שמועה זו ואף הוסיף לספר בשם אביו על ההתנגדות החזקה של החת"ס לרמ"ד שאף רמז שמו בר"ת "משחתם בהם מום בם" (לאחרונה פורסם צילום כתי"ק של החת"ס שבו אכן רושם החת"ס את הר"ת הנ"ל ועוד)ר' חיים ליברמן חזר ופירסמה ב'מוריה'.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

האט איינער א בילד פון ר' יוסף נפתלי שטערן הנ"ל? ער איז בלי ספק אריין אין די היסטאריע פונעם לעצטן יאר-הונדערט אלס איינער וועלכער האט מפרסם געווען תורת החת"ס בכל העולם וזכות הרבים תלוי בו, מ'איז אים בלי ספק שולדיג אן הכרת הטוב פאר די דרשות חתם סופר וועלכער איז א ספר יחיד במינו, אזוי אריגינעל, היינט וואלט מען נישט אזוי געדרוקט א ספר ווי יעדער עמוד באזונדער איז ווערט א מיאנטעק, די לשונות פונעם הייליגען חת"ס ככתבו וכלשונו זיך צו באלעקן.

זכותו יגן עלינו
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

וועלכע איז דער ר' עקיבא שרייבער, איז דאס בן ר' שמעון סופר אדער דער בעל דעת סופר מפרעשבורג?

דאס בילד ווערט אנגעצייכנט אין ייוו"א אלס:
Rabbi Akiva Schreiber (a grandson of Hatam Sofer) greeting Kaiser Franz Josef during the latter's visit to Pressburg. crowds line the street.)
אטעטשמענטס
yivovd_48400.jpg
yivovd_48400.jpg (12.57 KiB) געזען 7190 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
בן בוזי
שר חמשת אלפים
תגובות: 5592
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן בוזי »

און דאס איז דאס בילד פון ר' שמעון סופר
אטעטשמענטס
yivovd_42121.jpg
yivovd_42121.jpg (12.94 KiB) געזען 7188 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: [email protected]
מורשת חכמי אמעריקא
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בן בוזי, דאס איז דער דעת סופר ווייל עס שטייט אז דאס איז אין פרעשבורג בשנת תרע"ג ווען ר' עקיבא בן ר' שמחה בונם בן ר' אברהם שמואל בנימין בן החת"ס איז געווען דארט רב.

אויב די נאמען ר' עקיבא סופר מאכט א ספק וועל איך מוסיך זיין אז פונעם חת"ס ביז צו די קריג איז ווארשיינליך געווען איבער צוואנציג אייניקלעך מיט דעם נאמען אדער מיט א צונאמען ווי 'יעקב עקיבא' וכדו'.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

מיללער האט געשריבן:האט איינער א בילד פון ר' יוסף נפתלי שטערן הנ"ל? ער איז בלי ספק אריין אין די היסטאריע פונעם לעצטן יאר-הונדערט אלס איינער וועלכער האט מפרסם געווען תורת החת"ס בכל העולם וזכות הרבים תלוי בו, מ'איז אים בלי ספק שולדיג אן הכרת הטוב פאר די דרשות חתם סופר וועלכער איז א ספר יחיד במינו, אזוי אריגינעל, היינט וואלט מען נישט אזוי געדרוקט א ספר ווי יעדער עמוד באזונדער איז ווערט א מיאנטעק, די לשונות פונעם הייליגען חת"ס ככתבו וכלשונו זיך צו באלעקן.

זכותו יגן עלינו

האט מען שוין א מאל געשריבן ערגעץ דא, וועמען'ס נדן עס האט באצאלט פאר'ן דרוקן די אויבן דערמאנטע ?
ועמך כולם צדיקים
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

ס'איז מוראדיג זיינע מכתבים בנוגע די רבנות אין קראקא. ער שרייבט אז ער וויל נישט נעמן אזא גרויסע רבנות אין די צייט וואס אנדערע גרעסערע פון אים, וואו דער גאון ר' משה (דער מהר"ם שיק) וואס איז אין א קליין שטעטל ווי יערגען, און אים וויל מען נעמן פאר קראקא.

אין רבינו שמעון סופר ברענגן זיי די גאנצע השתלשלות פונעם רבנות און ס'איז אינטערסאנט וואס בני יששכר שרייבט אז ער האט זיך אנגעטראגן, דארט זעהט אויס וואו ער האט בכלל נישט געוואלט און מ'האט אים שטארק מפציר געווען דערפאר.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פאר ער איז געווארן רב אין קראקא האט ער ממלא מקום געווען דעם חת"ס אין מאטעסדארף וואס איז דערנאך געגאנגען צו זיין פלימעניק דער חתן סופר (חתן ר' דוד צבי עהרנפעלד חתן החת"ס)
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

יוסלמאן האט געשריבן:ס'איז אינטערסאנט וואס בני יששכר שרייבט אז ער האט זיך אנגעטראגן,
וואו שרייבט עס דער בני יששכר 8.)

לפי חשבוני איז ער נסתלק געווארן מיט איטליכע יאהר פריער.
ועמך כולם צדיקים
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

ער מיינט דעם בני יששכר השני, החופק"ק אתנו יחד לאויש"ט
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

שקויעך ר' יהיה כן. זיכער האמיר אים געמיינט.

ער איז געווען אין קראקא מיט א שיינע פאר יארן שפעטער נאכן חתם סופר. ער האט גראדע אויך געוואוינט א שטיק צייט אין קראלי.
יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9226
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהיה כן »

דער חתם סופר האט ארוף געלייגט די הענט אויף אים פאר די פטירה זאגנדיג די לשון הגמרא (אנהויב ברכות) 'האי תנא אקרא קאי' (מיט א מליצה מיינענדיג קרא-קא
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אויפ'ן בילד זעהט מען אז ער גייט מיט א קאלפיק. ווען האט ער זיך אנגעטוען א קאלפיק? אפשר קומענדיג קיין קראקא?
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

זייו טאטע מיט זיין ברודער זענען אויך געגאנגען מיט דעם,
וואו אויך זיין ברודער'ס זוהן, זיין אייגענער אייניקעל ר' יוסף נחמיה איז אויך געגאנגען דער מיט.
ועמך כולם צדיקים
יוסלמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסלמאן »

אויפ'ן בילד פון חתם סופר גייט ער מיט א רינדיגע קאפולעטש, נישט קיין קאלפיק. וואו אויך קוקט אויס אויף רבי שמעון אז ער גייט מיט סטראקעס.
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

מאטעס האט געשריבן:גם הפולמוס סביב צוואת החת"ס והנוסח בכתבי רמ"ד או כתבי חמ"ד קשור להגר"ש שהמצדדים בנוסח חמ"ד הפיצו שמועה בשם הגר"ש שהעיד שבצוואה היה כתוב חמ"ד ורמ"ד הוא טעות המעתיק, אולם בנו ר' שלמה שהוזכר למעלה פירסם מאמר שלם להזים שמועה זו ואף הוסיף לספר בשם אביו על ההתנגדות החזקה של החת"ס לרמ"ד שאף רמז שמו בר"ת "משחתם בהם מום בם" (לאחרונה פורסם צילום כתי"ק של החת"ס שבו אכן רושם החת"ס את הר"ת הנ"ל ועוד)ר' חיים ליברמן חזר ופירסמה ב'מוריה'.


ר' חיים ליברמאן ברענגט דאס אראפ פון אן אלטען מחזיקי הדת וואס ער האט דאס געטראפען ביי עפעס אן אלטען גאליציאנער מוכר ספרים.

ער צייכענט צו אז דערנאך איז אנגעקומען אן ארגינאיעלן "מחזיקי הדת" צו זיין האנט, אזוי ווי היינט האט מען דאך דאס שוין ארויף געלייגט אויפן היברו בוקס, ברענג איך דא בייגעלייגט א קאפי.

קודם ברענג איך א קאפי פון "המגיד" וואס טוט ציטירען דעם "וויענער איזראעליט" ווי דאס איז געווען מפורסם צום ערשט, דערנאך דער הכחשות אין "מחזיקי הדת".
רמ''ד.jpg
רמ''ד.jpg (105.77 KiB) געזען 7154 מאל


איין הכחשה
הדת רמ''ד 1.jpg
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

דא איז אן הכחשה פון 'מו"ח' (מרדכי ווייסמאן חיות) א באוואסטער שרייבער, אויך אין "מחזיקי הדת", וואס ער האט פארמאגט צימערן צו פארדינגען אין וויען, אין הגה"ק רבי שמעון סופר זצ"ל איז איינגעשטאנען אסאך ביי איהם.
הדת רמ''ד מו''ח 1.jpg
הדת רמ''ד מו''ח 1.jpg (52.97 KiB) געזען 7154 מאל


דער המשך:
הדת רמ''ד מו''ח 2.jpg
הדת רמ''ד מו''ח 2.jpg (33 KiB) געזען 7154 מאל
מאטקע
שר מאה
תגובות: 217
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 05, 2008 4:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטקע »

דא איז פון רבי שלמה אלכסנדרי סופר זצ"ל:
הדת רמ''ד רש''א 1.pdf
(166.09 KiB) געווארן דאונלאודעד 424 מאל


דער המשך:
הדת רמ''ד רש''א 2.jpg
הדת רמ''ד רש''א 2.jpg (48.01 KiB) געזען 7151 מאל
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”