בלאט 1 פון 2
בית באסטאן לתולדותיהם
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 12:26 pm
דורך בן בוזי
בעז"ה האט מען לעצטנס פארברייטערט די טעמע אין על הצדיקים איבער רבנים ואדמו"רים בארה"ב וקאנאדא, וואלט געווען זייער פאסיג צו ווידמען אן אשכול איבער די אדמור"ים נכדי הרה"ק הר"ר שמעלקא מניקלשבורג וועלכע האבן משמש געווען באדמורית מיט מסירת נפש אין באסטאן מאסאטשוסעס.
דער ערשטער באסטאנער רבי איז געווען ר' פינחס דוד וועלכע האט זיך באזעצט אין אמעריק אין די תר"ע יאהרן אין סאמע ברען פון דער ערשטער וועלטס קריג,
ר' פינחס דוד איז אויפגעוואקסן אין ירושלים, און איז געווען שטארק מקושר צו זיין פעטער ר' דוד'ל בידערמאן פון ירושלים, בערך א יאהר פאר עס האט אויסגעבראכן דער ערשטער וועלטס קריג האט זיך צופלאקערט א וויכוח איבער די חלוקה פון קופת ר' מאיר בעל הנס, און מען האט איהם געשיקט קיין יוראפ אלס דעלעגאט צו פארטרעטן די בני הכולל אין דער דין תורה וועלכע האט געדארפט פארקומען ביים ר' אלי' רב פון פרוזשאן, אין יאר תרע"ג איז ער אהין געפארן, ער איז אינטערוועגנס געווען אין בעלזא, באבאוו און ביי נאך גדולי ישראל, למעשה איז דער דין תורה נישט פארגעקומען ווייל די מלחמה האט אויס געבראכן, האט ער געמוזט שנעל צוריק פארן קיין ארץ ישראל ווי ער האט איבער געלאזט זיין רעבעצין (א טאכטער פון ר' יחיאל מיכל מטורקא-סטרעטין) מיט די קינדער, ער איז געפארן דורך גריכלאנד, זייענדיג דארט זענען די גריכישע אויך אריין אין דער קריג זיך שטעלענדיג צו די ענגלישע-פראנצויזישע זייט, ער וואס האט געהאט אן עסטרייכישער פאס איז באטראכט געווארן אלס א פיינט און דעריבער האט ער געמוזט אנטלויפן אבער קיין ארץ ישראל האט ער אויך נישט געקענט פארן, האט איהם דער חכם באשי פון סאלוניקי רבי יעקב מאיר וועלכע האט איהם געקענט פון ירושלים ערלעדיגט א גריכישער פאס מיט וועלכע ער האט געקענט ארויס פארן, אבער צו דער איינציגסטער אידישער ישוב ווי ער האט געקענט דערגרייכן איז געווען אמעריקא דעריבער האט ר' פנחס דוד געפליכטעט קיין אמעריקע
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 1:33 pm
דורך מיילעך
דאכט זיך אז ר' פנחס דוד האט מען שפעטער מפנה געווען קיין אר"י, האט איר פרטים וועגן דעם?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 4:00 pm
דורך מיללער
א דאנק בן-בוזי, זאג וועמענס זוהן איז ר' פנחס דוד געווען, איך מיין אז זיי זענען נישט געווען קיין רבי'ס אין אייראפא, שטימט?
א בילד פון א אגודה קאנפרענץ דא אין אמעריקא, פון רעכטס צו לינקס; ר' נחום פערלוב מנאווימינסק, דער באסטאנער רבי, ר' יצחק הוטנער, ר' משה פיינשטיין.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 4:57 pm
דורך מיללער
שלשלת באסטן אין וויקיפידיע (ענגליש)ר' פנחס דוד איז געווען אן איידעם אין לעלוב, פון דארט קומט זיי די אדמורו"ת.
זיינע צוויי זוהן זענען;
הרה"צ ר' לוי יצחק הורוויץ שליט"א אדמו"ר מבאסטאן, הר-נוף
הרה"צ ר' משה הורוויץ ז"ל אדמו"ר מבאסטאן ניו-יארק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 5:03 pm
דורך מיללער
דער ערשטער באסטאנער רבי מיט זיינע זוהן ר' משה ז"ל און ר' לוי יצחק שליט"א (פון אויבן אראפ)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג מרץ 12, 2009 5:07 pm
דורך מיילעך
ר' פנחס דוד ב"ר שמואל שמעלקא ב"ר אלכסנדר סנדר ב"ר נח פנחס מבראד בן ר' יעקב דוד מבראד בן ר' צבי יהושע מטרייביטש בן הרה"ק הר"ר שמעלקע זי"ע,
ר' שמואל שמעלקא הנ"ל חתן ר' אלעזר מענדל מלעלוב בן ר' משה מלעלוב.
ר' צבי יהושע חתן דודו בעל הפלאה זי"ע
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 26, 2009 6:30 pm
דורך Prouducer
אין די אשכול לבית מקארוב האב איך געזעהן אז דער מקארוב'ע רבי האט געהייסן "יעקב יצחק בן מאטיל" אזוי ווי דער חוזה פון לובלין, האב איך מיך דערמאנט אז דער היינטיגע באסטאנער רבי לרפו"ש הייסט "לוי יצחק בן שרה סאשא"
שמעתי מנכדו אז איינמאל איז ער געווען ביים בעלזער רב ז"ל האט ער זיך צעקאכט וואס פארא הייליגע נאמען ער טראגט
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 26, 2009 7:30 pm
דורך למדן
מיללער האט געשריבן:
זיינע צוויי זוהן זענען;
הרה"צ ר' לוי יצחק הורוויץ שליט"א אדמו"ר מבאסטאן, הר-נוף
הרה"צ ר' משה הורוויץ ז"ל אדמו"ר מבאסטאן ניו-יארק
די קינער פון האדמו"ר רבי משה מבוסטון-ניו יארק זצ"ל:
- האדמו"ר ר' חיים אברהם – מבוסטון-בית שמש
- האדמו"ר ר' פנחס דוד – מבוסטון-פלעטבוש
די קינדער פון האדמו"ר רבי לוי יצחק שליט"א - מבוסטון-הר נוף:
- ר' פנחס דוד – אבד"ק חוסט
- ר' נפתלי – באסטאן'ער "רב" אין הר נוף
- ר' מאיר אלטר
זיינע איידעמער:
- ר' משה חיים געלדצעלער, דומ"ץ באסטאן הר-נוף
- הרב פרענקל מוויעליפאלי – פלעטבוש
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 26, 2009 8:26 pm
דורך יאסל
דאכט זיך אז זיי זענען אבער געווארען אויפגעצויגען אין א"י, לויט ווי כ'האב לעצטענס געליינט האט דער ר' לוי יצחק גאר געלערענט אין תורה ויראה אין מאה שערים!
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 26, 2009 8:45 pm
דורך בןהרחמן
איך זעה זיי שרייבן דארט אז ער האט געהאט א בית המדרש אין וומס"ב (פארן צווייטן וועלט מלחמה), ווייסט איינער וואו עס איז געווען?
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 26, 2009 9:16 pm
דורך אלף בית
כ'האב געליינט אין די צייטונג (פר' דברים) אז דער באסטאנ'ער רבי שליט"א לרפו"ש איז פון לעצט (3 אדער 4) פארבליבענע רבנים פון די 400 רבנים וואס האבן אנטייל גענומען אין די רבנים מארש אין וואשינגטאן.
בילדער: לוויה פון האדמו"ר מבוסטון זצ"ל
פארעפענטליכט: שבת דצמבר 05, 2009 7:04 pm
דורך כיכר השבת
אלפים ליוו למנוחות את האדמו"ר מבוסטון זצ"ל
עם צאת השבת התקבלה הידיעה המרה על הסתלקותו של כ"ק האדמו"ר מבוסטון זצ"ל, חבר מועצת גדולי התורה, לאחר מחלה קשה. בחודשים האחרונים חלה הרעה במצבו של לאחר התקף לב שעבר. הלוויתו נערכה בירושלים. צפו בגלריית תמונות ממסע הלוויה (דיין האמת)
פאר נאך בילדער
http://www.kikar.net/22683.html
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 12:22 am
דורך קרעמער
ח"י כסלו שבת קודש וישלח תש"ע איז נפטר געווארן דער באסטאנער רבי הרב לוי יצחק בן פנחס דוד ז"ל.
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 12:56 am
דורך פארשטיי-נישט
אביסל וועגען די באסטענער רבי זצוק"ל הכ"מ, ווי באקאנט איז היינט און די שטאט באסטאן פארהאן זייער א גוטע שפיטל ספעציעל געאייגינט פאר קינדער, און ליידער קומען דארט אן זייער אסאך יודן וועגען רפואה, און דערפאר האט דער באסטענער רבי אויפגעשטעלט דארט א פלאץ פאר יודן ווי איינצושטיין אויף די צייט ווואס זיי געפונען זיך דארט אויף א פלאץ ווייט אוועק פונדערהיים, און מען רעדט נישט פון סתם א פלאץ, מען רעדט פון וואס ערהט צוגעשטעלט הערליכע אפארטמענטס שיין איינגערישט, און אויך שטעלט ער צו צו עסן, און פאר שב"ק הערליכע סעודות, און איך אלץ איינער וואס איז דארט אויסגעקומען צו זיין א יו"ט קען איך זאגען אז ס'איז געווען געוואלדיג א מדה פון הכנסת אורחים וואס איז נישט היינט דא צו געפונען ערגעץ אנדערשט, און דאס איז אוודאי א זכות וואס וועט באגלייטן די באסטאנער רבי בגנזי מרומים, ווי די זיידע אברהם אבינו וועט עם אויפנעמען מיט ביידע הענט,
היינט צוטאגס ווער עס געפירט דורך זיין חשובע זון הרב רבי נפתלי שליט"א
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 1:08 am
דורך פארשטיי-נישט
דער באסטאנער רבי און די מדה פון הכנסת אורחים איז ער גווען איינס און דער וועלט,
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 4:04 pm
דורך נחמן נתן
דער באסטאנער רבי האט געטראגען א היסטארישען נאמען: "לוי יצחק בן שרה סאשע"!
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 06, 2009 6:07 pm
דורך וואלוועלע
דער באסטאנער רבי האט פארמאגט א ספר תןרה פון די הייליגע ראפיצער, און אויך א ס"ת פון רבי שמעלקא ניקלשבורגער,
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 07, 2009 2:02 pm
דורך אלף בית
דער באסטאנער רבי איז פון די לויים האראוויץ משפחה, די ארגינעלע האראוויץ משפחה, בא"ב צו שמואל הנביא.
רוב רבי'שע הורוויץ'עס זענען נישט קיין לויים אייניקלעך פונעם ראפשיצער רב וואס האט זיך געטוישט נאמען אויף הורוויץ ע"ש זיין מאמע'ס טאטע רבי יצחק 'הלוי' האראוויץ זי"ע מהאמבורג
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 15, 2009 2:20 pm
דורך מיילעך
מצבת ר' פנחס דוד הורוויץ מבאסטאן ב'וועלוואד.
(לפני שפינוהו לארה"ק)
בני הרה"ק ר' פנחס דוד מבאסטאן זצוק"ל
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 13, 2010 12:40 am
דורך סטרעטענער אייניקל
היו לרפ"ד גם 2 בנות: 1. בתו הגדולה [ מזוו"ר] זקינתי הרבנית הצדיקת מ' פריידא גיטל בראנדוויין ע"ה אשת זקיני הרה"צ מסטרעטין-פראווידענס.
2. בתו הצעירה דודתי הרבנית הצדיקת מ' מאטל פייגא תאומים שתחי' אשת הרה"ג רבי יעקב הרב מאלטשטאדט-ב.פ שליט"א.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 16, 2010 10:35 am
דורך מיללער
תשוח"ח לנכד האדמו"ר מבאסטאן (הראשון) על אדיבתו, בייגעלייגט איז א נייע בילד פונעם באסטאנער רבי ר' פנחס דוד ז"ל, נעבן דאס מער באקאנטע בילד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 11:22 am
דורך תרנגול
איז דא א ספר\בוך וואס באשרייבט די צדיקי בית באסטאן? מיין כוונה איז בעיקר אויף ר' פינחס דוד.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 12:04 pm
דורך יוסף שרייבער
יא, איך געדענק נישט יעצט דעם נאמען.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 1:08 pm
דורך הסרפד
"שושלת בוסטון", שטעל איך מיך פאר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 27, 2013 3:03 pm
דורך בן בוזי
יא, גערעכט, דאס איז גאנץ אן אינטערעסאנטער ספר לתולדות החסידות באמעריקא